א פאר שעה רבי עקיבא איגר

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו קורצע געשיכטעס פון ריזיקע מענטשן


א פאר שעה רבי עקיבא איגר

די טאכטער פון דעם גאון רבי עקיבא איגר זצ"ל, מרת רבקה , איז געווארן א כלה מיט א גרויסן תלמיד חכם, ר' חיים שמואל בירינבוים. וועלכער איז דערנאך באקאנט געווארן אלס גרויסע גאון און צדיק.
די תנאים זיינען געשריבן געווארן אין דער שטאט בראד. די שטאט וואו דארטן האט געוואוינט דעם גאון רבי אפרים זלמן מרגליות זצ"ל.
האט דער גאון רבי עקיבא איגר געבעטן ביי רבי אפרים זלמנען, ער זאל אים א טובה טאן, און אנפילן זיי ארט ביי די תנאים, וויבאלד דער וועג איז ווייט, און עס אים זייער שווער מבטל צו זיין תלמוד תורה דרבים.

רבי אפרים זלמן האט אנגענומען די ביטע, אנצופירן דעם ארט פון גאון הדור, און ער האט אנגעפירט מיט די תנאים, אלס ממלא מקום פון גאון רבי עקיבא איגר, ער האט דארט פארברענגט אויף די תנאים ביז שפעט אין דער נאכט.
קומענדיק אהיים שפעט ביינאכט, האבן זיך די בני בית געוואונדערט, פארוואס ער האט אזוי פארשפעטיקט, ווייל עס איז נישט געווען זיין שטייגער אוועקצוגיין פון זיין לערנצימער אויף אזא לאנגע צייט, און וואס איז די סיבה וואס ער האט היינט געענדערט זיי הנהגה. האט זיך רבי אפרים זלמן אנגערופן צו זייל פאמיליע:
וואס ארט אייך אז איך בין געווען רבי עקיבא איגר נאך א פאר שעה.

מקורות[רעדאַקטירן]

דער אידישער שטראל

זע אויך[רעדאַקטירן]

וועגן מרת רבקה די טאכטער פון רבי עקיבא איגר פון זיין צווייצן פרוי, און איר מאן ר' חיים שמואל בירינבוים: רבקה איגר (1812-1884) אשת הרב חיים שמואל בירינבוים מפיליצה מחבר הספר "רחש לבב". התגוררו בפוזנן ואחר כך בדובנו רבתי ושם קבורתם. הרב חיים שמואל נפטר ער"ח ניסן תרמ"ז. [ויקיגניה עקיבא איגר]
וועגן רבי אפרים זלמן מרגליות: זע אפרים זלמן מרגליות
וועגן די שטאט בראד (אויף לשון הקודש ברודי) זע ברודי