א ליד וועל איך זינגען

פֿון װיקיביבליאָטעק
לייבוש לערער 1887 – 1964

אַ שבת-ליד וואס איז באַזירט אויף דעם ניגון פֿון אַקדמות:

אַ ליד וויל איך זינגען פון לייבוש לערער.

אַ ליד וויל איך זינגען, אַ ליד פֿון מײַן האַרצן,
צום גאָלד פֿונעם אָוונט, צום ווײַס פֿון מײַן קלייד,
אַ ליד צום געזאַנג פֿון די פֿרײַטיק פֿאַרנאַכטן,
אַ ליד צו דער זון, וואָס פֿאַרגייט.

צו רוישיק דאָס גראָ פֿון די שטויביקע וועגן,
צו שטיל איז דאָס גרין פֿון פֿאַרנאַכטיקן פֿעלד.
זאָל בלענדן די ווײַסקייט וואָס קומט זיי אַנטקעגן
פֿון אונדזער פֿאַרשבתטער וועלט.

וועגן לייבוש לערער[רעדאַקטירן]

פארווערטס