אויף דעם הויכן באַרג...

פֿון װיקיביבליאָטעק

אויף דעם הויכן באַרג... פון חיים נחמן ביאליק (9 אין יאנואר 1873 – 4 אין יולי 1934)


אויף דעם הויכן באַרג,

אויף דעם גרינעם גראָז

האָב איך קינדווייז שטום

אָפּגעטרוימט מיין גליק...

וואָס האָב איך געוואָלט –

כ׳ווייס אַליין ניט וואָס, –

כ׳ווייס נאָר, אַז עס קומט

קיין מאָל מער צוריק...


אפשר ווייסט דער ווינט

און דער זונענשטראַל,

וואָס האָט מיר געשפּריצט

אין די אויגן גאָלד,

און דער טיפער טאָל

און דער ריינער קוואַל –

וואָס מיין קינדערש האַרץ

האָט זיך זוי געוואָלט...


אויף דעם הויכן באַרג,

דאָרטן אויס דער שטאָט

אויף דעם גרינעם גראָז

האָב איך זיך דערפילט...

כ׳האָב דאָרט שטילערהייט

זיך געזען מיט גאָט,

און מלאכים האָבן

זיך מיט מיר געשפּילט.


פרייטאָג – זומערלעב –

קוים דערלעבט די שעה!

פריי פון חדר­־יאָך,

ווערט די לופט מיר קאַרג:

ווער מיר מהר״ם־שיף!

וואָס מיר מהרש״א!

גיך אַוועק אַהין –

אויף דעם הויכן באַרג!...


דאָרטן עפנט זיך

גאָר אַ נייע וועלט,

אַלעס באָדט זיך דאָרט

אין אַ ים פון ליכט.

פון איר פוטערפאַס

קוקט די זון און קוועלט,

ווי דאָס גרעזל וואַקסט,

ווי דער וואָרעם קריכט.


גאַנצע וועלטן גייסט

גיסט אין מיר אַריין

יעדער שטילער בלאָז,

יעדער זונענשטראַל;

מיט דעם פולן מויל

טרינק איך לופט און שיין,

און אין האַרצן טיף

עפנט זיך אַ קוואַל – –


אוי, אַהין, אַהין...

ערגעץ ווייט, גאַנץ ווייט... –

האָט מיין קינדערש האַרץ

שטומערהייט געגלוסט

און אַזוי געבענקט...

וואו? אין וואָסער זייט

שטעקט דאָרט מיין "אַהין"? –

האָב איך ניט געוואוסט.

נאָר די שוועלבעלעך

האָבן יאָ געוואוסט,

און אויף פייגלשפּראַך,

פליענדיק פאַרביי,

האָבן כאַפּנדיק

מיך פון דאָרט געגריסט

און אַוועקגעשוועבט

פריילעך, פראַנק און פריי.


אויף דעם הויכן באַרג,

אויף דעם גרינעם גראָז

האָב איך קינדווייז שטום

אָפּגעטרוימט מיין גליק...

וואָס איז דאָס געווען? –

כ׳ווייס אליין ניט וואָס,

כ׳ווייס נאָר, אַז עס קומט

קיינמאָל מער צוריק...