לדלג לתוכן

װאָס װעט דער סוף זײַן

פֿון װיקיביבליאָטעק

מאָטעלע פון מרדכי געבירטיג


מרדכי געבירטיג

װאָס װעט דער סוף זײַן, מאָטל, זאָג זשע מיר:
ביסט ערגער נאָך פֿון פֿריִער געװאָרן…
באַקלאָגט האָט זיך דער רבי הײַנט אויף דיר,
אַז דו דערגײסט אים זײַנע יאָרן;
ס׳איז נישט גענוג, דו װילסט נישט לערנען גאָר,
דעם רבין, נעבעך, טוסט דערצערנען,
שלאָגסט זיך אַרום און שפּילסט זיך נאָר,
און שטערסט די קינדערלעך דאָס לערנען!
– נישט אמת, טאַטע, װאָס דער רבי זאָגט –

אַ שלעכטער מענטש, נישטאָ זײַן גלײַכן!
פֿאַר װאָס דערצײלט ער נישט, װי ער אונדז שלאָגט? –
זע, טאַטעניו, דעם בלאָען צײכן!
כ׳האָב מיט אַבֿרהמלען זיך צעװערטלט בלױז,
ער האָט מײַן חומשל צעריסן, –
דערפֿאַר האָט אונדז דער רבי אױף זײַן שױס
נאָך מיט אַ ניגונדל געשמיסן.
– װאָס װעט דער סוף זײַן, מאָטל ענטפֿער ד׳רױף:

די שכנים זאָגן – כ׳מוז זײ גלײבן! –
דו יאָגסט זיך גאַנצע טעג אַרום אין הױף
און חבֿרסט זיך מיט יאַנעקס טױבן…
צי איז דאָס שײן פֿאַר ײִדן, זאָג אַלײן,
מיט טױבן זיך אַרומצויאָגן?
האָסט נעכטן, מאָטל, װידער מיט אַ שטײן
דעם שכנס שױבן אױסגעשלאָגן!…
נישט אמת, טאַטע, ס׳איז נאָר קױם אַרױס

אַ שטיקל שױב, מע קען עס צוקלעפּן…
איך יאָג זיך נישט – איך קוק זיך צו נאָר בלױז,
װי שײן די טײַבעלעך זיך שוועבן,
װי פֿרײַ זײ שפּרינגען זיך אַרום אין הױף,
װי שײן די קערענדלעך זײ פּיקן,
װי שנעל זײ גיבן זיך אַ לאָז אַרױף,
װען זײ אַ פֿרעמדע טױב דערבליקן…
– װאָס װעט דער סוף זײַן, מאָטל, כ׳פֿרעג דיך נאָר:

אַ גרױסער יונג, קײן עין־הרע!
װען איך בין אַלט געװעזן דרײַצן יאָר,
געקענט װי װאַסער די גמרא.
אַ ײִד מוז לערנען תּורה מיט גרױס פֿרײד,
נישט האָבן נאַרישקײט אין זינען.
אַז װױל דעם מענטש, װאָס איז צו גאָט, צו לײַט,
װאָס קאָן גוט לערנען און געלט פֿאַרדינען!
– דער זײדע האָט אַ מאָל דערצײלט פֿון דיר:

פֿלעגסט אױך נאָך טײַבעלעך זיך יאָגן…
ביסט אױך פֿיל בעסער נישט געװען פֿון מיר,
דײַן רבי האָט דיך אױך געשלאָגן…
הײַנט קענסטו לערנען און האָסט געלט דערצו –
האָב, טאַטעניו, פֿאַר מיר קײן מורא:
װען איך װעל װערן גרױס, װעל איך, װי דו,
פֿאַרדינען געלט און לערנען תּורה.