תחינות שחרית

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

תחינות שחרית - תחינה קבלת עול מלכות שמים - א נייע תחינה צו השכמת הבקר - תחינת מודה אני - תחינת ערב ובקר - א נייע ירושלים תחינהתחינת שערים - תחינת מה טובו - תחינת שחרית - תחינה פון ירושלים - תחינות לימי השבוע - תחינת עומר לגולגולת - תחינת שלשה שערים - מפתחות


א תחינה צו זאגן אין דער פרי ווען מען וואכט אויף[1] פון שלאף

רבונו של עולם: איך בין נישט ווערט צו דיין חסד וואס דו טוסט מיט מיר יעדע צייט, בפרט ביי מיין אויפשטיין פון שלאף. איך לויב און דאנק דיין הייליקן נאמען פאר דער נשמה וואס דו האסט מיר צוריקגעגעבן מיט דיין דערבארעמונג.


א תחינה צו נעגל-וואסער

א גרויסער בארמהארציקער גאט: אזוי ווי דו ביסט קדוש (הייליק) וטהור (און ריין), און אזוי ווי האסטו פארזאגט[2] אין דיין הייליקע תורה אז "קדושים תהיו", איר זאלט זיין הייליק. דערפאר האבן אונזערע חכמים מתקן געווען, אז מיר זאלן יעדע פרימארגן וואשן די הענט, ווייל די הויפט טומאה ליגט אויף די הענט. די פינגער דארפן זיין הייליק און ריין פון יעדן שמוץ, אזוי ווי דו פארלאנגסט אין דיין הייליקער תורה.

א תחינה ביי וואשן די הענט

גלויבט ביסטו גאט, אונזער גאט, קעניג פון דער וועלט, וואס האט אונז געהייליקט מיט זיינע מצוות, און האט אונז געבאטן צו וואשן די הענט. ווי דו שרייבסט אין דיין הייליקער תורה "והייתם קדושים", איר זאלט יידן זאלט זיין הייליק. אונזערע חכמים האבן געזאגט: מען זאל די הענט וואשן, ווייל די גאנצע אומהייליקייט ליגט אין די הענט, מיט די הענט קען א מענטש טאן פיל שלעכטס, און דערפאר דארף ער זיי האלטן הייליק, און אפוואשן פון זיי אלע שמוץ.

א תחינה צו אשר יצר

גלויבט ביסטו גאט, אונזער גאט, דער קעניג פון דער וועלט, וואס האט באשאפן דעם מענטש מיט חכמה, און ער האט געמאכט אין אים לעכער און הוילע[3] רערן. ווי: א מויל, נאז, אויערן, הארץ, געדערים, און נאך און נאך. עס איז אנטדעקט און באוואוסט פאר דיין כסא הכבוד, אז ווען איינע פון די פארמאכטע אברים זאל געעפענט ווערן, וואלט נישט מעגלעך געווען צו לעבן און צו שטיין פאר דיר. גלויבט ביסטו גאט, דער רופא פון אלע באשעפענישן און וועלכער טוט גרויסע וואונדער.

תחינה פון אלהי נשמה. דאס זאגט מען אלע טאג:

מיין גאט: די נשמה וואס דו האסט אין מיר געגעבן איז ריין. דו האסט זי באשאפן, דו האסט געפארעמט איר געשטאלט, דא האסט זי אין מיר אריינגעבלאזן, און דו היטס זי אין מיר, און דו וועסט איר אפנעמען פון מיר, און אומקערן צו מיר לעתיד לבא. די גאנצע צייט וואס די נשמה איז אין מיר, דאנק איך דיר, גאט מיין גאט, און דער גאט פון מיינע עלטערן. דער הער פון אלע ווערק[4], דער הער פון אלע נשמות. גלויבט ביסטו גאט, דער וואס קערט אום די נשמות צו די טויטע גופים.

הערות שוליים[רעדאַקטירן]

  1. אויפוואכן = להתעורר, להקיץ.
  2. פארזאגן = לצות, להזהיר.
  3. הויל = חלול, נבוב, רק.
  4. ווערק = יצירה, מפעל.