שושנת העמקים לח

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

צוריק צו שושנת העמקים בלעטל


גוט שבת גוט יום טוב און א גוט חודש, מיין זיסער פריינט, טייערע ברידער איבעראל ווי איר זענט, איר ווייסט וואס איז אזוי שיין פון אונז, דאס אידישע פאלק? אלעס איז הערלעך, אבער וואס איז ספעציעל איז אז יעדער חודש האט אזוי פיל טיפקייט אין זיך, און איר געדענקט מיר האבן גערעדט לעצטע מאל נאך תשעה באב, און חודש אלול נאכדעם וואס משה רבינו האט צעבראכן די לוחות שבעה עשר בתמוז, און אלעס האט אויסגעזען אזוי הילפלאז.

און ראש חודש אלול איז משה רבינו ארויף אין הימל און דער אייבערשטער האט עם געגעבן די תורה נאכאמל, אבער דאס מאל איז עס געווען אזוי פיל טיפער, און בשעת משה רבינו איז געווען אין הימל דאס ערשטע מאל צו נעמען די תורה פאר אונז איז באמת נאך אלץ געווען די מרחק פון הימל אין ערד אזוי גרויס, אז וויפיל משה רבינו האט אנגענומען די תורה פאר אונז האבן מיר עס ליידער נישט געשפירט, מיר האבן זיך געשפירט עלנד האבן מיר געמאכט די עגל, מיר האבן געזוכט א קשר צום אייבערשטן.

און אויב איר געדענקט דער איזביצער זאגט, איך בין זיכער אז עס איז קלאר צו אייך און צו מיר, אז אפילו בשעת מיר האבן געמאכט די עגל האבן מיר חס ושלום נישט פארגעסן פונעם אייבערשטן, מיר האבן נישט אויפגעהערט צו גלייבן אין השי"ת, עס איז געווען קלאר אז עס איז דא איין באשעפער, נאר מיר האבן געמיינט אז מיר דארפן עפעס א ממוצע, צו זיין צווישן אונז אין השי"ת, אבער דא ווען משה רבינו איז נאכאמאל ארויף געגאנגן אין הימל איז דער ווייטקייט צווישן הימל און ערד שוין נישט געווען אזוי לאנג אין אזוי גרויס, און ממש די פערציג טעג איז געווען אזוי ווי משה רבינו האט אונז מיט גענומען מיט זיך, און מיר אלע האבן באקומען די תורה פאר פערציג טעג.

און דא לערנען אונז אונזער הייליגער רבי'ס, דער הייליגער אריז"ל לערנט אונז, אז יעדער חודש האט א מיוחד'יגער אות, דער אות פון דעם חודש איז יו"ד, און דער מזל איז בתולה, דאס מיינט אז מיר זענען אינגאנצן פארמאכט, מיר זענען אזוי אזוי אינגאנצן איבערגעגבן פאר השי"ת, גארנישט נישט הייליג קען אריינקומען חס ושלום, און אויך די תיקון פון דעם חודש איז דער לינקער האנט, און דא גיב איך אייך איבער א קליינער איזביצער תורה פריינט, איר ווייסט אלול קומט פון דער ווארט "נישט וויכטיג און פרעמד ווייט אוועק", און איך וויל איר זאלט וויסן מיינער זיסער פיינט, די תיקון אין חודש אלול איז נישט אזוי פיל וואס מיר האבן געטאן "נישט גוט" א גאנצן יאר, נאר מיר דארפן פארעכטן די אלע גוטע זאכן וואס מיר האבן געטאן, די מצוות און מעשים טובים וואס מיר האבן נישט געטאן מיט אונזער גאנצן הארץ, עס איז נישט געווען גענוג נאנט צו אונז.

איר ווייסט אמאל טרעפט מען א מענטש, ער האט דיך ליב ער איז זייער זיס, אבער פארוואס איז ער אזוי ווייט אוועק? אמאל זעט מען א מענטש דאווענט, ער דאווענט זייער שיין און זייער זיס, אבער פארוואס איז ער אזוי ווייט אוועק? איך האב געזען עלטערן מיט קינדער, עלטערן שלאגן זייער קינדער, פארוואס זענען אזוי ווייט אוועק? אלול איז צו ווערן נאנט, דאס ווארט אלול קומט פון דעם ווארט אלול ווייט אוועק, איר ווייסט וואס די לינקע האנט איז, די לינקע האנט איז אייביג די צייכן פון די אלע זאכן וואס מען טוט אן טראכטן, ווייל די רעכטע האנט איז אלעס וואס איך טו מיט דעם גאנצן הארץ און צו לייגן קאפ און מח, און חודש אלול ווערט עס קלאר פאר מיר אז אפי' די זאכן וואס איך האב געטאן אן טראכטן, איז אויך געקומען פון דער יו"ד דאס פינטעלע יו"ד פון דעם טיפסטן טיפסטן טיפקייט פון מיין הארץ, און חודש אלול איז די צייט נאר צו לערנען מער צו דאווענען מער, און צו ווערן נענטער איינער צום אנדערן.

און דער גאנצער חודש באלזט מען דעם שופר, ווייל בשעת משה איז געווען אין הימל האבן מיר יעדן טאג געבלאזן שופר, און איר ווייסט ווי שיין דאס איז, און הימל קומט נישט אן יעדער קול דארט, איך בין זיכער עס קומט אן אבער נישט אינגאנצן, אבער איין זאך האבן מיר געוואוסט אז מיר דארפן געבן א צייכן פאר משה רבינו, מיר דארפן געבן א צייכן פאר השי"ת, אז מיר זענען מיט דיר משה רבינו, מיר הערן צו צו יעדן ווארט וואס השי"ת האט דיר איבערגעגעבן, און מיר בלאזן די שופר יעדן צופרי, יעדען צופרי שיקן מיר א צייכן פאר השי"ת מיר הערן צו צו יעדן ווארט אין דער תורה.

ואני בחסדך בטחתי יגל לבי בישועתך..

וכך אמר דוד המלך לפני הקב"ה, דער מדרש זאגט, אז דאס האט דוד המלך געטענ'הט פאר השי"ת, אז די גאנצע וועלט פריידט זיך נאר נאכדעם וואס השי"ת ענטפערט זיי, אבער אונז יידן, קינדער פון אברהם יצחק ויעקב, די קינדער פון די פיר הייליגער מאמעס מיר זענען אנדערש, מיר ווייסן קלאר מיר שפירן עס מיר זענען זיכער, אז השי"ת וועט אונז העלפן, מיר ווייסן און ווייסן אז השי"ת הערט צו אונזער תפילות, ואני בחסדך בטחתי, איך פארלאז מיך אויף דיר טאטע, האר פון דער וועלט, איך ווייס, איך ווייס, אז דו וועסט מיר מוחל זיין אויף אלעס, איך ווייס אז די וועסט מיר געבן א גוט יאר, און די וועסט מיר העלפן אלעס פארעכטן, וועגן דעם.. אפילו פאר די האסט מיר געהאלפן.. יגל לבי בישועתך.. איך פריי מיך שוין יעצט.

איר ווייסט מיינע טייערע פריינט, אמאל זעט מען מענטשן אויף חודש אלול, זיי מיינען אז עס איז ענין אז א ערליכער איד דארף ארום גיין טרויגעריג אין צעבראכן, און קרעכטצן אויף אלע טעותים, עס קען אפשר זיין זייער שיין, אבער מיינער אינעווייניג זאגט מיר דאס איז נישט דער וועג, דער ריכטיגער וועג איז "יגל לבי בישעותך" און ממש צו וויסן אז "רבונו של עולם האר פון דער וועלט, איך ווייס אז דו וועסט מיר הלעפן אלעס פארעכטן, איך ווייס די וועסט מיר העלפן צו ווערן א נייער מענטש, א בעסערע מענטש.