רבי לוי יצחק און דער מעקלער

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו קורצע געשיכטעס פון ריזיקע מענטשן


די מעלקעריי

מוצאי יום כיפור, האט הרה"ק רבי לוי יצחק בארדיטשעוובער זי"ע געבעטן דעם גבאי ער זאל גיין צו א גרויסן מעקלער, וואס האט געהאט צו טאן מיט פיל סוחרים, און זאל אים בעטן אז ער וועט אריבערקומען צו אים, ווי שנעל מעגליך.
נאך זיין קומען, זאגט אים דער רב: היינט איך האב דורכגעפירט א געשעפט צווישן השי"ת און די יידן. איך האב געמאכט א טויש געשעפט, איך האב געטוישט די חטאים עוונות ופשעים פון די יידן, און דערהאלטן פאר השי"ת מחילה סליחה וכפרה, איך מיין אז דאס איז א גוט געשעפט.

פירט אויס רבי לוי יצחק מיט א פראגע צום מעקלער: איז ווי טראכט איר, קומט מיר דערפאר מעקלעריי?[1]
ענפערט ער פארן רב: געוויס, קומט דעם רב מעקלעריי, און נישט קיין קליין געלט, נאר אן ערנסטער ציפער.
אויב אזוי, זאגט דער רב: פאר מיין מעקלעריי פארלאנג איך פון השי"ת, אז ער זאל געבן בני חיי ומזוני רויחי.
מיין פארלאנג איז בארעכטיגט, פרעג דער רב דעם מעקלער?
וואס פאר א פראגע ענפערט דעם מעקלער: זיכער אז דער פארלאנג איז בארעכטיגט.

הייבט אויף דער רבי ביידע הענט צום הימל, און זאגט: רבש"ע א גועטער און געטרייער טאטע, איך בעט דיך, איך גיב אוועק מיין מעקלעריי פארדינסט פאר כלל ישראל, זיי מסכים דרצו און שיק יעדערן בני חיי ומזוני.

מקורות[רעדאַקטירן]

דער איד צייטונג

הערות שוליים[רעדאַקטירן]

  1. מעקלעריי = מעקלער-געלט = דמי תיווך.