צינדט אָן ליכטעלעך
מראה
פון מרדכי ריװעסמאַן.
צינדט אָן ליכטעלעך דינינקע, שײנע,
זײ זאָלן ברענען אײנע נאָך אײנע!
דו, יהודה, אײביק לעבסטו!
אַכט טעג צופֿרידן זינגען מיר, ייִדן,
אַכט טעג גאַנצע קלינגט אונדזער שיר!
פֿרײלעך, לוסטיק, ליכטעלע, פֿינקל
דו זאָלסט באַלײַכטן העל יעדער װינקל!
„על הנסים” הױך זאָגט, קינדער,
זינגט פֿרײלעך, ברידער חנוכּה־לידער —
איר זאָלט ניט פֿאַרגעסן דעם חנוכּה-נס!