ערד און מענש

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ערד און מענש

ווען די ערד האט זיך דערוואוסט אז אדם מעט האבן קינדער און זיי וועלן זיין פול איבעראל, האט זי אנגעהויבן צו ציטערן און צו טרייסלן זיך, און זי האט געקלאגט פאר איר באשעפער: "האר פון אלע וועלטן! איך האב קיין כח ניט צו שפייזן די שעפסן (= קינדער) פון דעם מענשן!"

האט דער אייבערשטער געענטפערט: "איך און דו צוזאמען וועלן שפייזן דעם מענשן'ס שעפסן (= קינדער)." און זיי האבן ביידע זיך צוטיילט, די נאכט צום אייבערשטן און דעם טאג צו דער ערד.

וואס האט דער אייבערשטער געטאן? ער האט באשאפן שלאף וואס ניט לעבן, און דער מענש ליגט ביינאכט און דער שלאף שפייזט אים, היילט אים, און גיט אים לעבן און רוה, און צו דער זעלבער צייט שטיצט דער אייבערשטער די ערד, און ער טרינקט זי אן, און זי גיט אירע פרוכטן, און שפייז צו אלע לעבעדיגע באשעפענישן.

אבער דעם מענשן'ס שפייז קומט אן שווער און מיט גרויס מי. האט דער אייבערשטער אויך אים רחמנות באקומען, און האט אויף אים ארויפגעווארפן א טיעפן שלאף, און אדם איז איינגעשלאפן געווארן. און דער אייבערשטער האט ביי אים גענומען א ביין פון זיינע ביינער און פלייש פון זיין הארצן, און האט אים געמאכט א העלפערין, און האט זי אוועקגעשטעלט קעגן אים.

ווען אדם האט זיך אויפנעכאפט פון שלאף, און עד האט זי דערזען, האט ער זי ארומנענומען און געקושט, און האט זי געבענשט.

הערות שוליים[רעדאַקטירן]