עיקבתא דמשיחא:רבי אלחנן וואסערמאן פרק י מאמר על האמונה

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

עיקבתא דמשיחא: הקדמה - - פרק א עיקבתא דמשיחא - - פרק ב שירת האזינו - - פרק ג מעשה אבות - - פרק ד נהיה כגויים - - פרק ה די רועים - - המשך פרק ה די רועים - - פרק ו עצת התורה - - פרק ז גלות פאליטיק פון אונזערע עלטערן - - פרק ח די נאציאנאלע אידייען - - פרק ט ארץ ישראל - - פרק י מאמר על האמונה - - המשך פרק י מאמר על האמונה


פרק י מאמר על האמונה

פרק י מאמר על האמונה

א. ולא תתרו אחרי לבבכם, איר זאָלט נישט נאָכגיין נאָך אייער הארץ. זאָגן אונזערע חכמים, דערמיט איז געמייימט אפיקורסות, נישט גלויביקייט.

אויבערפלעכלעך באַטראַכט, זיינען די ווערטער פון אונזער חכמים שווער צו פאַרשטיין. ווייל אייגנטלעך[1] איז אָנגענומען אַז אפיקורסות האָט צו טאָן מיטן שכל, מיט דעם דענקען, אָבער נישט מיטן האַרצן, אָדער מיטן ווילן. עס האָט אלזאָ[2] געזאָלט (= געדאַרפט) שטיין: איר זאָלט נישט נאָכגיין אייער קאפ, אייער דענקען. אין דער אמתן געפינט מען אָפט אין פסוקים: חכמה, קלוגשאפט איז פאַרבינדן מיטן הארץ, צ. ב. ש. לבי ראה הרבה חכמה, מיין האַרץ האָט געזען פיל חכמה. אָדער חכם לב יקח מצוות, אַ הארצנס קלוגער דערווערבט[3] מצוות. מען מוז פאַרשטיין וואָס פאַר אַ צוזאַמענהאַנג האָט חכמה מיטן האַרצן.

ב. דער רמב"ם שרייבט אין ספר המצוות: די ערשטע מצוה איז אַז מען זאָל באַגרייפן און גלויבן אין הקב"ה א. א. וו. עס פרעגט זיך, ווי איז עס מעגלעך צו רעדן וועגן אַ מצווה צו גלויבן? מענטש פאַרשטייט גאַנץ גוט, אַז דאָרטן וואו עס האַנדלט זיך וועגן דער טעטיקייט[4], וועגן אויסערלעכע האַנדלונגען, קען זיין אַ רייד פון אַ מצוה, פון פליכטן, אַ פליכט צו טאָן אָדער אַ פליכט נישט צו טאָן. ווייל די אויסערלעלכע טעטיקייט איז אַ זאַך וואָס איז ביי דעם מענטש אין האַנט, עס הענגט אָפ פון זיין ווילן צו טאָן אָדער נישט. גאַנץ אַנדערש איז עס אָבער דאָרט וואו עס האַנדלט זיך וועגן גלויבן. עס דוכט זיך לכאורה, אַז דאָס איז אַ זאַך, וועלכע הענגט נישט אָפ פון מענטשן ווילן.

נו פרעגט זיך, וואָס פאַר איין זין קען דאָ אַ מצוה האָבן, איינס פון די צוויי, האָט איינער אמונה, איז דאָך נישט נויטיק אים צו הייסן. און אויב ח"ו האָט געהאַט דעם אומגליק, די אמונה צו פאַרלירן, שיינט עס דאָך[5], אז עס ליגט נישט אין זיין האַנט דאָס בעסער צו מאַכן. אזוי, אַז ער איז צו באַטראַכטן ווי אַ ריכטיקער אנוס, אַזאַ וואָס איז דוכט זיך נישט שולדיק און אַזעלכער וואָס, עס שיינט מען קען נישט פאַרנטווארטלעך[6] מאַכן.

פון דער תורה דערקעגען זעען מיר אז די זינד פון אפיקורסות, נישט גלויבנדיק, ווערט באַהאַנדלט זייער שטרענג, נאָך שטרענגער אפילו פון עבודה זרה. איינער וואָס דינט עבודה זרה חייב מיתה, אָבער בכדי דעם טויט זאָל קענען אויסגעפירט ווערן, מוז דער באַטרעפענדער צו ערשט געמישפט ווערן ביי בית דין מיט עדות און התראה. כופרים דערקעגן איז דער דין מורידין ואל מעלין, צו יעדער צייט צו יעדן אָרט, מען האָט נישט נויטיק נישט קיין התראה און נישט קיין סנהדרין.

די זעלבע פראַגע שטעלט זיך אויך אויף דער עבירה פון עבודה זרה אליין. אז איינער גלויבט ח"ו אין עבודה זרה, ער גלויבט אין דעם אזוי שטאַרק אַז ער איז גרייט זיך אָפּצופערן[7] פאַר דעם, ער אָפּפערט זיין קינד צו דעם מולך. אייגנטלעך זעט עס אויס אַז ער איז א ריכטיקער אנוס, מען זעט דאָך אַז זיין גלויב אין עבודה זרה איז זייער שטאַרק, עס איז אַן איבערצייגונג פאַר וועלכע ער איז גרייט מקריב צו זיין, זיין קינד אפילו, אייגנטלעך זאָל זיין שטראָף זיין אַ מילדערע[8] ווי די שטראָף פון אירגענד וועלכע[9] עבירה וואָס א מאמין איז באַגאַנגען[10].

אין דער תורה זעען מיר אָבער פונקט דעם היפוך פון דעם וואָס מיר שטעלן זיך פאָר. די זינד פון עבודה זרה איז זייער גרויס, דער רמב"ם שרייבט אַז אין דער תורה געפינען מיר נישט דעם אויסדרוק פון קנאה אין באַציאונג אויף קיין עבירה, אויסער עבודה זרה, ביי עבודה זרה שטייט קנא ונוקם.

ג. נאָך עטוואָס, ווי באַלד אַז אמונה איז איינע פון תרי"ג מצוות, און ממילא די פליכט פון יעדן ייד אָן אַן אויסנאַם, זאַפאָרט[11] ווי ער רייף אין באַציאונג אויף מצוות, ד. ה. אַ מאַן ווען ער דערגרייכט דעם בר מצוה עלטער, 13 יאָר, און אַ פרוי ווען זי ווערט 12 יאָר אַלט, דאָס הייסט אַז אמונה וועט פאַרלאַנגט און געפאָדערט פון גאַנץ יונגן עלטער. אונז איז אָבער באַקאַנט אַז אפילו צווישן די גרעסטע קעפ אין דער וועלט זיינען געווען אַזעלכע וואָס זיינען נכשל געוואָרן אין באַציאונג אויף אמונה.

אריסטאָטעלס[12] צום ביי שפיל, דער רמב"ם שרייבט אויף אים אז ער דערגרייכט מיט זיין שכל א מדרגה אונטער נבואה. דאָס וויל הייסן, אַז אויסער נבואה און רוח הקודש איז נישטאָ נאָך אַ חכם צו אים. פון דעסטוועגן איז באַקאַנט איז זיין חכמה האָט אים נישט געהאָלפן צו דערווערבן ריכטיקע אמונה.

עס שטעלט זיך די פראַגע: ווי איז דאָך מעגלעך אַז די תורה פאַרלאַנגען פון קינדער, פון אַלע יידישע קינדער אָן אַן אויסנאַם, זיי זאָלן דערגרייכן מיט זייערע קינדערישע מוח'עלעך, דאָס וואָס דער גרויסער אריסטאָטעלס האָט נישט דערגרייכט, און עס איז דאָך באַקאַנט אַז דער אויבערשטער פאַרלאַנגט נישט פון מענטשן דאס אוממעגלעך.

ד. נאָך אַ זאַך: נישט נאָר יידן אליין האָבן מצוות, עס זיינען דאָ די שבע מצוות בני נח, די זיבן מצוות וועלכע זיינען פליכטן פאַר אַלע מענטשן וואָס שטאַמען פון נח, ד. ה. פאַר אַלע מענטשן אָן אַן אויסנאַם. אויב דער בן נח דערפילט נישט די פליכטן, ווערט ער זעלבספארשטענדלעך באַשטראָפט בעולם הבא.

לאָמיר זיך פאָרשטעלן, אַ בן נח, אַ בהמות פאַסטעך ערגעץ, אַ גאַנץ לעבן א שיכור, שטאַרבט, קומט אויף יענער וועלט צום דין, מען פסקענט אים אָפּ גהינום, ווייל ער האָט נישט אָפּגעהיט די שבע מצוות. ער וועט אַוודאי שרייען, וואָס האָט מען צו אים, פון וואַנען האָט ער געזאָלט (= געדאַרפט) וויסן אַז ער איז חייב אין שבע מצוות? אויבערפלעכלעך באַטראַכט, האָט ער אַ גערעכטע טענה, טראָץ דעם, וועלן זיינע טענות אים גאָרנישט העלפן, און ער וועט ארויסגיין חייב בדין, פאַרוואָס? דאָס זיינען אַלץ פראַגן וועלכע דאַרפן האָבן אַ תשובה.

ה. אין דער אמתן ווען מען זאַך זיך אביסל פאַרטיפן, וועט מען איינגעפינען אַז דער גלויבן דאָס הקב"ה האָט געשאַפן די וועלט, איז איבערצייגט פאַר יעדן מענטש וואָס האָט שכל. ד. ה. פאַר יעדן וואָס איז נאָר נישט בכלל שוטה. און אַז מען האָט גאָרנישט נויטיק קיין שום פילאָסאָפיע בכדי צו קומען צו דער איבערצייגונג.

דער חובת הלבבות שרייבט (שער היחוד פרק ז) עס זיינען דאָ מענטשן וועלכע מיינען אַז די וועלט איז אַנטשטאַנען צופעליק[13], פון זיך אליין ח"ו, מיר וואונדערן זיך זייער ווי איז עס מעגלעך אז עס זאָל איינעם ארויפקומען אַזאַ מין געדאַנק, ווען אַ מענטש וואָלט געזאָגט אויף אַ ראָד וואָס איז געמאַכט צום וואַסער שעפּן, אז דער ראָד האָט זיך געמאַכט אָט אַזוי פון זיך אליין, אַן אַ באַשטימטער כוונה פון אַ מייסטער וואָס האָט איבער דעם געאַרבעט, וואָלטן מיר באַטראַכטן דעם מענטש וואָס קען אַזוי גלויבן, פאַר אַ חסר דעה, אַ משוגענער וכו'. עס איז א באַקאנטע זאַך אַז אויף די זאַכן וואָס טוען זיך צופעליק, אַן אַ באַשטימטער כוונה, קען מען נישט זען קיין שום שפורן פון חכמה.

לאָמיר באַטראַכטן, ווען עס זאל זיך אויסגיסן טינט אויף א ווייסן פּאַפיר, איז אוממעגלעך אז עס זאָל דערפון ארויסקומען אַ שריפט. און ווען מען אונז ווייזן אַן אויפגעשריבענע זאַך, און איינער וועט זאָגן, עס האָט זיך אויסגעגאָסן טינט פון זיך אליין אויפן פּאַפיר, און אַזוי ארום, האָט זיך באַקומען גאַנץ פון זיך אליין די שריפט וואָס מיר האָבן פאר אונז. איז דאָך גאַנץ זיכער, איז מיר וועלן אויסלאַכן דעם מענטש וואָס קען אזוי זאָגן וכו'.

ווי עס דאָס מעגלעך אַז אַ מענטש אַ בעל שכל זאָל וועלן זאָגן אויף דער גאַנצער וואונדערלעכער נאַטור, אז דאָס אַלץ האָט זיך געמאַכט פון זיך אליין, אין דער צייט ווען מיר זעען אין דער נאַטור סימנים פון אומגעהייערער[14] טיפער חכמה. אין אַ ברעג אין אַ גרונט, אויך יעדן שריט און טריט.

לאָמיר זען וויפל אומגעהייערע וואונדעלעכע חכמה איז צו זען אין דער קאָנסטרוקציע[15] פון דעם מענטשלעכן קערפּער, אין דער אָרדנונג פון זיינע גלידער, און אין דער קאָמפּאָזיציע[16] פון זיינע גייסטיקע אייגנשאַפטן[17]. עס איז גענוג צו הערן וואָס מעדיקערס[18] און כירוגן[19] ווייסן איבער דער וואונדערלעכער קאָנסטרוקציע. און ווי אזוי דאָס גאָר מעגלעך צו זאָגן אויף אַזאַ וואונדערלעכער מאַשין, אַז זי האָט זיך געמאַכט פון זיך אליין אָן אַ באַשטימטער כוונה פון איינעם וואָס האָט דאָס געמאַכט. אפילו אויף אַ זייגער, אַז אַ מענטש וועט זאָגן אז דער זייגער האָט זיך געמאַכט פון זיך אליין, איז ער אַ חסר דעה.

דאָס אַלץ געפינט זיך אין מדרש. איינער אַ מין (אפיקורוס) דערציילט דעם מדרש, איז געקומען צו רבי עקיבא און האָט אים געפרעגט, ווער האָט באַשאַפן די וועלט? זאָגט רבי עקיבא: הקב"ה האָט די וועלט באַשאַפן. זאָגט צו אים דער מין: ברענג מיר אויף דעם אַ קלאָרן באַווייז. האָט אים רבי עקיבא צוריק געענפערט: ווער האָט געוועבט דאָס קלייד וואָס דו טראָגסט? דער מין זאָגט: וואָס הייסט ווער? דער וועבער. רבי עקיבא פרעגט אים צוריק: קענסטו דאָס מיר קלאָר באַווייזן? דאַן האָט רבי עקיבא זיך אָפּגערופן צו זיינע תלמידים מיט פאָלגענדע ווערטער: גאַנץ גענוי ווי דאָס קלייד זאָגט עדות אויפן וועבער, די טיר – אויפן סטאָליער, דאָס הויז אויפן בוימייסטער, אזוי זאָגט די וועלט עדות אויף הקדוש ברוך הוא אַז ער האָט איר באַשאַפן. ביז דאַנען דער מדרש.

אין דער אמתן שטעלן מיר אונז פאָר א מענטש וואָס איז געבוירן געוואָרן, א פאַרטיקער דערוואָקסענער מענטש, קענען מיר אונז דען מאַכן אַ באַגריף ווי פאַרוואונדערט דער מענטש וועט זיין זעענדיק פלוצלינג פאַר זיך די וועלט. אַ באַמערקענדיק די אַלע וואונדער פון דער נאַטור, וואָס אונזער געוואוינהייט האָט אונז אָפּגעטעמפט פון זיי צו באַמערקן.

עס איז קלאָר אז ווען זאָל דעם מענטש שטעלן א פראַגע, וואָס דענקט ער פון דער וועלט, האָט זיך דאָס אַלעס פון זיך אליין געמאַכט, אָדער איז דאָס געמאַכט פון די הענט פון אַ גרויסער חכם? קיין שום ספק נישט אז ווען דער מענטש זאָל זיך באַטראַכטן, וועט ער ענטפערן, אַז דאָס אַלעס קיין נישט זיין צופעליק. זעענדיק וואָס פאַר אַ אומגעהייערע חכמה און אויסערגעוויינטלעכע אָרדנונג עס הערשט אין יעדן ווינקעלע פון דער נאַטור.

דער זעלבער געדאַנק איז אויסגעדריקט אין פסוקים: השמים מספרים כבוד אל, די הימלען דערציילן דעם כבוד פון הקדוש ברוך הוא. מבשרי אחזה אלוה וכו', דורך מיין אייגענעם פלייש זע איך – די קראַפט פון הקדוש ברוך הוא. – אייגנטלעך איז דאָס אַלץ אזוי פשוט, אַז די פראַגע שטעלט זיך פאַרקערט, ווי איז דאָס גאָר מעגלעך אַז גרויסע פילאָסאָפן זאָלן נישט באַמערקן אַזאַ פשוטע זאַך, און מאַכן דעם טעות צו מיינען אַז די וועלט אנטשטאַנען דורך א צופאַל[20] ח"ו. דאָס איז דאָך ווירקלעך אַ וואונדער.

ו. די לייזונג פון דער פראַגע קען מען געפינען אין דער תורה, המגלה לנו כל סתום, דאָס איז דער פסוק "ולא תקח שוחד, כי השוחד יעור עיני חכמים" (דברים י"ז י"ט), דו זאָלסט נישט נעמען קיין באשטעכונג, ווייל באשטעכונג מאַכט בלינד די אויגן פון חכמים. די מאָס פון שוחד, באַשטעכונג, אין לויטן דין דאָס ווערט אַ פרוטה, די קלענסטע מטבע.

מען דאַרף אויך וויסן אַז די לא תעשה, דער פאַרבאָט, איז געזאָגט אין דער תורה פאר אַלע מענטשן אָן אַן אויסנאַם, און אויך דער גרעסטער חכם פון אַלע צייטן. אַ צדיק ווי משה רבינו ע"ה, ווען מען זאָל זיך קענען פאָרשטעלן, אַז ער זאָל איין מאָל נעמען שוחד, אַן איין-און-אייציקע פרוטה, וועלן פאַרטונקעלט ווערן די אויגן פון זיין פאַרשטאנד, און ער וועט פאַרלירן די מעגלייכקייט צו האָבן אַ ריכטיקן אורטייל. דאָס איז וואָס מען זעט פון דער תורה.

אייגנטלעך איז דאָס אַ ביסל וואונדערלעך , קענען מיר אונז דען פאַרשטעלן אויף משה און אהרן, די קדושי עליון, אז צוליב א נישטיקע הנאה וואָס זיי האבן פון איינעם פון די צדדים, וועלן זיי זיין פעיִק ארויסצוגעבן א פאַלשן אורטייל? די תורה זאָגט אָבער פאָרט אזוי, און אז די תורה זאָגט, איז עס אמת. די דערקלערונג איז, אַז דאָס איז אַ נאַטורלעכער געזעץ אין דער מענטשליכע פסיכאָלאָגיע, אז דער ווילן באַאַיינפלוסט דעם שכל. זעלבס-פארשטאנדלעך, הענגט דער איינפלוס אָפּ, פון דער מאָס שכל און פון דער מאָס ווילן. אַ שוואַכער ווילן באַאַיינפלוס ווייניק אַ שטאַרקן שכל, דער זעלבער שוואַכער ווילן באַאַיינפלוס אָבער שטאַרקער אַ שוואַכן שכל. אַ שטאַרקער ווילן באַאַיינפלוס נאָך שטאַרקער. אָבער גאָר אָן אַן איינפלוס אויפן שכל, בלייבט דעם ווילן קיין מאָל נישט. און אויך דער שוואַכער רצון פאַראורזאַכט אירגענד וועלכע[21] נטיה, נייגונג, דער שטאַרקסטער און דער גרעסטער שכל אפילו.

עס געפינט זיך אין גמרא (ענדע כתובות) אז אונזערע הייליקע חכמים האָבן דערשפירט ביי די קליינסטע הנאה וואָס זיי האָבן געהאט פון אַ מענטש, א נייגונג פאַר דעם מענטש. און ווען עס האט זיך געהאַנדלט וועגן א דין תורה וואָס דער זעלבער מענטש האָט געוואָלט האָבן ביי זיי, האָבן זיי זיך אַנטזאָגט[22], ווייל זיי האָבן דערשפירט אז זיי קענען נישט זיין אין גאַנצן אומפארטייאיש[23] אין באַציאונג צו דעם מענטש.

אונזערע הייליקע חכמים ז"ל, גרויס ווי מלאכים מיט זייער ברייטן פאַרשטאַנד און זייערע הייליקע מדות, זיי האָבן געשפירט אז די קליינסטע באַשטעכונג[24] האָט געהאַט אַן אַיינפלוס אויף זייער דענקען. ווי זעט דאָס שוין אויס ביי מענטשן וואָס זענען פאַרזונקען אין תאוות פון דער וועלט. דער יצר הרע באשעכט[25] זיי כסדר, עס איז הפקר אַ וועלט, טו וואָס דו ווילסט. מען קען פאַרשטיין וואָס פאַר אַ מעכטיקייט אַיינפלוס עס קען האָבן, די גראָבע נייגונג פון א הפקר לעבן, צו פאַרטונקלען און בלינד צו מאַכן זייער שכל.

ווייל דאָרטן וואו איז דער מענטש איז באַשטאָכן, איז ער נישט פעיק צו זען דעם אמת, ווען דער אמת איז געגן דאָס וואָס ער וויל. דער מענטש איז אין באַציאונג אויף דער זאך אזוי ווי פאַרשיכורט. זעלבסט-פארשטענדלעך, שכור זייענדיק איז דער גרעסטער חכם אויך קיין חכם נישט.

אַזוי אַז עס איז גאָרנישט קיין וואונדער אויף גרויסע פילאָסאָפן וואָס האָבן נישט געגלויבט אין דער באַשאַפונג, ווייל לויטן גרויס פון זייער פאַרשטאַנד, איז אויך גרויס געווען זייער ווילן צו געניסן פון די תאוות עולם הזה. דאָס איז אזא באַשטעכונג וואס קען באַאַיינפלוסן אַ מענטש צו זאָגן אז צוויי מאָל צוויי איז נישט פיר, נאָר פינף.

דער מענטשלעכער שכל קען דערקענען דעם אמת, נאָר ווען ער איז נישט באַשטאָכן אין באַציאונג אויך דער זאַך איבער וועלכע ער וויל אורטיילן. אָבער ווען די דערקענטעניש פון אמת איז געגן דאָס וואָס דער מענטש וויל, קען אויך דער שטאַרקסטער שכל אים נישט ליכטיק מאַכן די אויגן.

ז. מיר קענען רעזומירן[26] אַז די יסודות פון דער אמונה זיינען זעסלבסט-פאַרשטענדלעך און איבערצייגנט פאַר יעדן מענטש וואָס איז נאָר נישט קיין חסר דעה. ער קען גאָרנישט צווייפלן אין זייער ריכטיקייט. מיט דער באַדינגונג אָבער, דער מענטש, זאָל נישט זיין באַשטאָכן, ד. ה. ער זאָל זיך באַפרייט פון תאוות און רצונות.

עס קומט ארויס אז די ריכטיקע סיבה פון אפיקורסות און אומלויביקייט ליגט אין אַ טעות וואָס האָט זיין מקור אין שכל אליין. עס איז גאָר אין דער ווירקלעכקייט, דער ווילן צו קענען נאָכיאָגן די תאוות וואָס באַאַיינפלוסט און מאַכט בלינד דעם שכל.

איצט פאַרשטיייען מיר גוט וואָס די תורה וואָרענט אונז פאַר אפיקורסות מיט די ווערטער: איר זאָלט נישט נאָכגיין אייער האַרצן, ד. ה. די תורה פאַרפליכט דעם מענטשן צו צוימען זיין ווילן בכדי דער שכל זאָל זיין פריי פון זיין איינפלוס. דאַן ער וועט שוין ממילא זען דעם זעלבסט-פאַרשטעדלעכן און איבערצייגנטן אמת, אַז די וועלט איז באַשאַפן פון הקב"ה. אַזוי ווי די אויבן ציטירונג פון רבי עקיבא: די וועלט זאָגט עדות אויף הקב"ה אז ער האָט זי באַשאַפן.

כפירה, אומגלויבנקייט, האָט קיין שום אָרט נישט אין מענטשלעכן שכל, נאָר אין זיין רצון און זיין נייגונגען. וואָלטן זיינע נייגונגען נישט געווען אזוי פאַרגרעבט, וואָלט גאָרנישט מעגלעך געווען זיך טועה צו זיין אין כפירה ח"ו אָדער ע"ז. דאָס איז דער טעם פאַרוואָס די עבירה פון דעם איז אזוי גרויס, אַז ער האָט געגעבן אזוי פיל אויבערהאַנט זיינע תאוות איבער זיין שכל ביז ער קען נישט באַגרייפן אַזאַ פשוטע אמת.

אייגנטלעך באַשטייט די מצוה פון אמונה אין דעם אַז מען זאָל נישט געבן צו תאוות קיין שליטה איבערן שכל, דאַן וועט שוין קומען די אמונה פון זיך אליין. עס איז גאָרנישט נויטיק זיך מי צו געבן צו דערווערבן אמונה. די אַרבעט באַשטייט אין באזייטיקן די זאַכן וואָס זיינען שעדלעך פאַר דער אמונה, דאַן וועט זי שוין קומען פון זיך אליין. אויך דער איינפאכער בן נח, וועמענס שכל עס איז נישט אנטוויקלט, קען דאָך באַגרייפן פון זיך אליין, אַז די וועלט זאָגט עדות אויף הקב"ה, אז ער האָט זי געשאפן. ווייטער איז דאָך שוין זייער איינפאַך, אַז יעדע זאַך וואָס איז געמאַכט פון אַ בן דעת, מוז האָבן עפעס אַ צוועק. און ווי באַלד די נאַטור עקזיסטירט דורך דעם רבונו של עולם וואָס האָט זי געמאַכט עקזיסטירן, איז קלאָר אז די נאַטור מוז האָבן א צוועק.

דער שכור וועט זיך נישט קענען ענטפערן ביי יום הדין אז ער האָט געגלויבט דער תכלית פון דער וועלט, פון הימל און ערד, באַשטייט אין דעם, מען זאָל טרינקען בראָנפן און זיך אנשיכרן. עס איז אַ פּשוטע און אַ זעלבסט-פאַרשטענדלעכע זאַך אַז דער תכלית פון אַלץ וואָס עקזיסטירט איז ממילא צו זיין דעם רצון פון הקב"ה וואָס האָט דאָס אַלץ געשאַפן. און ווי באַלד ער האָט באַדאַרפט דערקענען אַז דאָס איז דער תכלית פון זיין קומען אויף דער וועלט, האָט ער אויך געדאַרפט נאָכדענקען און נאָכזוכן אין וואָס באַשטייט דער רצון ה', ווייל ער האָט דאָס נישט געטאָן, פאַרדינט ער זיין שטראָף.

אַזוי זאָגן אונזערע חכמים ז"ל בן נח נהרג שהיה לו ללמוד ולא למד, דער בן נח ווערט באַשטראָפט ווייל ער האָט געדאַרפט לערנען און דערפאַרן, און ער האָט דאָס נישט געטאָן. דאָס זעלבע איז אויך דער טעם וואָס די זינד פון עבודה זרה איז אַזוי האַרב, ווייל דער מענטשלעכער שכל וואָלט געווען פריי פון זיינע נייגונגען, וואָלט פאר אים גאָר קיין מעגליכקייט נישט געווען זיך טועה צו זיין אין עבודה זרה, און זיין גאַנצער גלויבן אין עבודה זרה איז אים נאָר געקומען צוליב זיין שטאַרקער נייגונג, זיך צו דערלויבן וואָס טאָר מען נישט, אַזוי ווי אונזער חכמים זאָגן: ווען ישראל האָבן געדינט עבודה זרה, איז דאָס געווען בכדי זיך צו דערלויבן אויסגעלאַסנקייט[27] עפענטלעך.


המשך

הערות שוליים[רעדאַקטירן]

  1. אייגנטלעך = בעצם, לכאורה.
  2. אלזאָ = בכן, ובכן, לכן.
  3. דערווערבן = לקנות, לרכוש.
  4. טעטיקייט = פעילות.
  5. שיינט עס דאך = ווי עס שיינט = כמדומה.
  6. פארנטווארטלעך = אחראי.
  7. אפּפערן = להקריב, אפּפערן זיך = למסור נפש על-.
  8. מילד = מתון, נח, עדין. מילדער = מתון יותר, נח יותר.
  9. אירגענד וועלכע = איזה שהוא. (גרמנית).
  10. באגאנגען = עשה, בִּצֵעַ.
  11. זאַפאָרט = באלד, מיד. (גרמנית).
  12. אריסטאטעלס (ביוונית Αριστοτέλης) הנקרא בקצרה אריסטו (384 לפנה"ס-322 לפנה"ס), פילוסוף יווני, מבכירי הפילוסופים של העת העתיקה, ומאבות הפילוסופיה המערבית. מייסד האסכולה האריסטוטלית בפילוסופיה, מהאסכולות המשפיעות ביותר בפילוסופיה עד היום.
  13. צופעליק = במקרה.
  14. אומגעהייער = ענקי.
  15. קאנסטרוקציע = מבנה.
  16. קאמפאזיציע = הרכב, צרוף.
  17. אייגנשאפט = תכונה, אופי.
  18. מעדיקער = רופא.
  19. כירוג = מנתח.
  20. צופאל = מקרה.
  21. אירגענד וועלכע = איזה שהוא. (גרמנית).
  22. אנטזאגן זיך = אפזאגן זיך = לסרב.
  23. אומפארטייאיש = בלתי מפלגתי.
  24. באשטעכונג = שוחד.
  25. באשעכטן = משחד.
  26. רעזומירן = לסכם, לקצר, לתמצת.
  27. אויסגעלאסנקייט = ניאוף.