נאטשאלניק פון ען קאוועדע

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


געזונגען דורך יום טוב עהרליך
טעיפ שלא עשנו גוי


נאטשאלניק פון ען קאוועדע

אין שטאָט סאַמאַרקאַנד,
אונטער דער איַיזער וואַנט.
פסח איז באַלד דאָ,
און קיַין מצה איז אַלץ ניטאָ.
פון מאָסקווע שנעל,
געקומען איז אַ בעפעל.
דערשטיקן דעם גלויבן,
און נישט ערלויבן,
קיַין מצה קיַין וייץ אָדער מעל.

אָבער דער ייד,
קיין מאָל פעלירט ער זיך ניט.
אונטערן שטאָט,
אַ ווינקל געטראָפן מען האָט.
א בעקער איז געמאַכט,
עס אַרבעט ביַי טאָג און ביַי נאַכט.
ארום שטייען אידן,
זיי קוקן און היטן,
עס זאל נישט דערגיין צו דער מאַכט.

א לאנגער ווערסיע געטראָפֿן‎ אין אייוועלט


דער נאטשאלניק / מצה אין סאמארקאנד / מצה אין סמרקנד

אין שטאט סאמארקאנד
אונטער דער אייזערנער וואנט
פסח איז באלד דא
און קיין מצה איז אלץ ניטא
פון מאסקווע שנעל
געקומען איז א בעפעל
דערשטיקן דעם גלויבן
און נישט ערלויבן
קיין מצה, קיין ווייץ, אדער מעל

אבער דער איד
קיינמאל פארלירט ער זיך ניט
אונטערן שטאט
א ווינקל געטראפן מען האט
א בעקערי געמאכט
עס ארבייט בייטאג און ביינאכט
ארום שטייען אידן
צו קוקן און היטן
עס זאל נישט דערגיין צו דער מאכט

דרייט זיך דער רעדל
פרייט זיך די שטעטל
א מצה אין אויוון אריין
די פונקען זיי קנאקן
די מצות זיך באקען
א פרייליכער יום טוב וועט זיין

מ'פאקט איין דעם פעקל
לייגט מען אין זעקל
מען טראגט עס בעהאלטענערהייט
אידאלאך כאפן
די הערצאלאך קלאפן
עס גיסן זיך טרערן פון פרייד

קוקט נאר און זעה
דער נאטשאלניק פון ענקאוועדע
זיצט אין זיין הויז
דער פחד איז אזוי גרויס
מען זאגט ער איז א איד
פון אידישקייט ווייסט ער גארניט
ער דארף די אידן
פארשן און היטן
קיין גלויביגער זיין טאר מען ניט

איבערן שטאט
שומרים צושטעלט פיל ער האט
פערשטעלט און פערהילט
די שטאט האט מען איבערגעפילט
און אונטערן שטאט
קיינער ווייסט ניט פון דעם סוד
א הויפל א קליינער
מיט בלאטע און שטיינער
און דארט זיך באהאלטן מען האט

דרייט זיך דער רעדל
פרייט זיך די שטעטל
א מצה אין אויוון אריין
די פונקען זיי קנאקן
די מצות זיך באקען
א פרייליכער פסח וועט זיין

פאקט מען אין פעקל
לייגט מען אין זעקל
מען טראגט עס בעהאלטענערהייט
אידאלאך כאפן
די הערצאלאך קלאפן
עס גיסן זיך טרערן פון פרייד

א איד האט א הויכע נשמה
א הארץ פול מיט גייסט און געפיהל
א הארץ וואס טוט ציען
א הארץ וואס טוט גליהען
א ביסעלע ליכטיגקייט וויל
א איד האט א הויכע נשמה
א מנורה געפינט זיך ביי איהם
און מצוות פון תורה
צינדט אן דער מנורה
ער ווייסט נישט אפילו פון דעם

שטיל דער פארנאכט
די בעקערי איז שוין פערמאכט
דער עולם עס שטייט
אהיימגיין זיך אפרוען גרייט
פלוצלונג מען הערט
א טומל אינדרויסן עס ווערט
א קאר טוט אנקומען
מען הערט גוט זיין ברומען
און מיטאמאל שטיל פלוצלונג ווערט

עס קומט אריין א פרוי
רייך געקליידעט אזוי
גייט צו צום באלעבאס
זאגט אויפן אויער איהם וואס
ער פירט איהר אריין
אין בעקערי רואיג און פיין
מיר שטייען און ווארטן
מען ווייסט נישט וואס טראכטן
עס מוז א מסירה (בשורה?) דא זיין

מיר שטייען און ווארטן
אינדרויסן עס וואכן
סאלדאטן געוויס אויסגעשטעלט
עס איז דא איין אופן
איהר אונטערצוקויפן
ווער ווייסט צו זי וועט נעמען געלט

א צייט האט געדויערט
מען האט שוין באדויערט
און פלוצלינג זיי קומען צוריק
די פרוי טראגט א פעקל
אונטער איהר רעקל
עס שיינט איהר דער פנים פון גליק

די פרוי איז ארויס
דער באלעבאס באגלייט איהר ארויס
די קאר איז אוועק
מען הערט איהר שוין פארן אין וועג
דער בעל הבית קומט צוריק
עס שיינט איהם זיין פנים פון גליק
ער שטעלט זיך אינמיטן
שמייכלט צופרידן
און שטארק איז פארוואונדערט זיין בליק

מיר שטייען אזוי שטיל
דער באלעבאס זאגט מיט געפיהל
מען ווייסט גארניט
וויאזוי מען דארף שעצן א איד
שטעלט אייך פאר מיין שרעק
ווען איך האב געזען דער פרוי אויפן וועג
ווייל דאס איז די פרוי
פון בערימטן אזוי
פון נאטשאלניק פון ענקאוועדע

איך קאן איהר
זי קאן מיר
פיהל טובות געטאן מיר
צום מאן קומען קיינער נישט קאן
זי איז איצט געקומען
און בעטן גענומען
אז איך זאל א טובה איהר טאן

עס גייט איהר אין לעבן
אז איך זאל איהר געבן
כשר'ע מצה וואס מער
איהר מאן פירט א סדר
און היט זיך כסדר
גאנץ פסח נאר מצה עסט ער

א איד האט א הויכע נשמה
א הארץ פול מיט גייסט און געפיהל
א הארץ וואס טוט ציען
א הארץ וואס טוט גליהען
א ביסעלע ליכטיגקייט וויל
א איד האט א הויכע נשמה
א מנורה געפינט זיך ביי איהם
און מצוות פון תורה
צינדט אן דער מנורה
ער ווייסט נישט אפילו פון דעם