מעשה י מבערגער ועני חלק א
פֿון װיקיביבליאָטעק
מפתחות ספורי מעשיות - מעשה י מבערגער ועני חלק א - מעשה י מבערגער ועני חלק ב - מעשה י מבערגער ועני חלק ג - מעשה י מבערגער ועני חלק ד - מעשה י מבערגער ועני חלק ה - מעשה י מבערגער ועני חלק ו
מַעֲשֶׂה אַמָאל אִיז געוֶוען אַ בֶּערְגער (דָאס אִיז אַ גְרוֹיסֶער סוֹחֵר) עֶר אִיז געוֶוען זֵייעֶר אַ גְרוֹיסֶער עוֹשֶׁר. עֶר הָאט געהַאט זֵייעֶר אַסַאךְ סְחוֹרוֹת. אוּן זַיינֶע וֶועקְסְלֶען אוּן זַיינֶע בְּרִיוו זֶענֶען געגַאנְגֶען אוֹיף דֶער וֶועלְט. אוּן עֶר הָאט געהַאט כָּל טוּב. נִידערִיקֶער פוּן אִים הָאט געוואוֹינְט אן אָרֶעמַאן. וָואס עֶר אִיז געוֶוען זֵייעֶר אַ גְרוֹיסֶער אָרֶעמַאן. אוּן עֶר הָאט געהַאט גָאר דֶעם הֵיפֶּךְ פוּן דֶעם בֶּערְגֶער (דְהַיינוּ גָאר פַארְקֶערְט אַזוֹי וִוי דֶער בֶּערְגֶער אִיז געוֶוען אַ גְרוֹיסֶער עוֹשֶׁר אַזוֹי אִיז עֶר געוֶוען פַארְקֶערְט אַ גְרוֹיסֶער אָרֶעמַאן) אוּן דִי בֵּיידֶע הָאבְּן קֵיין קִינְדֶער נִישט געהַאט. דֶער בֶּערְגֶער הָאט קֵיין קִינְדֶער נִישט געהַאט. אוּן אַזוֹי דֶער אָרֶעמַאן הָאט אוֹיךְ קֵיין קִינְדֶער נִישט געהַאט.
אַמָאל הָאט זִיךְ גֶעחוֹלְמְט דֶער בֶּערְגֶער, אַז סֶע זֶענֶען געקוּמֶען מֶענְשְׁן אוּן הָאבּן געמַאכְט פַּאקן פַּאקן . הָאט עֶר זֵיי געפְרֶעגְט: וָואס טוּט אִיר? הָאבּן זֵיי געעֶנְפֶערְט: זֵיי וִוילן דָאס אִין גַאנְצן אַוֶועק טְרָאגן הָאט צוּ דֶעם אָרֶעמַאן (דְהַיינוּ דֶעם אָרֶעמַאן וָואס עֶר הָאט אוּנְטֶער אִים געוואוֹינְט כַּנַ"ל). הָאט עֶס אִים זֵייעֶר פַארְדְרָאסן, אוּן עֶר אִיז זֵייעֶר בְּרוֹגֶז געוֶוען, נָאךְ וָואס זֵיי וִוילן זַיין גַאנְץ עַשִׁירוֹת אַוֶועקטְרָאגן צוּ דֶעם אָרֶעמַאן. אוּן בֵּייזֶערן זִיךְ קָאן מֶען זִיךְ נִישט, וָוארן זֵיי זֶענֶען געוֶוען אַסַאךְ מֶענְטשׁן. אוּן זֵיי הָאבּן געמַאכְט פַּאקן פַּאקן פוּן גָאר זַיין פַארְמֶעגנס. פוּן אַלֶע זַיינֶע סְחוֹרוֹת, אוּן פוּן גָאר זַיין גוּטְס , אוּן הָאבּן עֶס גָאר אִין גַאנְצן אַוֶועק געטְרָאגן צוּם דֶעם אָרֶעמַאן הַנַ"ל. אוּן זֵיי הָאבְּן בַּיי אִים גָאר נִישט געלָאזְט נָאר דִי לֵיידִיקֶע וֶוענְט. הָאט עֶס אִים זֵייעֶר זֵייעֶר געאַרְט. דֶערְוַוייל הָאט עֶר זִיךְ אוֹיפגעכאפְּט הָאט עֶר געזֶען אַז סֶע אִיז אַ חָלוֹם. אוּן כָאטְשֶׁע עֶר הָאט געזֶען אַז סֶע אִיז נָאר אַ חָלוֹם. אוּן סֶע אִיז בָּרוּךְ הַשֵׁם בַּיי אִים זַיין פַארְמֶעגנס אִין גַאנְצְן. פוּן דֶעסְטוֶועגן פָארְט, הָאט אִים דָאס הַארְץ זֵייעֶר געקְלַאפֶּערְט אוּן סֶע הָאט אִים זֵייעֶר געארְט דֶער חָלוֹם. אוּן סֶע הָאט אִים נִישט געקָאנְט אַרוֹיס פוּן דֶעם זִין דֶער חָלוֹם.
אוּן דֶער אָרֶעמַאן (הַנַ"ל) מִיט זַיין וַוייבּ. פְלֶעגְט דֶער בֶּערְגֶער פְרִיער אוֹיךְ הַשְׁגָחָה געבּן אוֹיף זֵיי. אוּן פְלֶעגְט זֵיי אָפְט צוּ געבּן. אוּן הַיינְט נָאךְ דֶעם חָלוֹם, הָאט עֶר אוֹיף זֵיי מֶער הַשְׁגָחָה געגעבְּן אֵיידֶער פְרִיער. נָאר וֶוען זֵיי פְלֶעגְן צוּ אִים אַרַיינצוּקוּמֶען דֶער אָרֶעמַאן, אדֶער זַיין וַוייבּ. פְלֶעגְט אִים דָאס פָּנִים נִשְׁתַּנָה וֶוערן (דְהַיינוּ פַארְעֶנְדֶערְט געוָוארן), אוּן עֶר אִיז פַאר זֵיי דֶערְשְׁרָאקן געוָוארן מַחְמַת עֶר פְלֶעגְט זִיךְ דֶערְמַאנֶען דֶעם חָלוֹם. אוּן זֵיי דְהַיינוּ דֶער אָרֶעמַאן מִיט זַיין וַוייבּ פְלֶעגן אָפְט צוּ אִים אַרַיינצוּגֵיין. אוּן זֵיי זֶענֶען בַּיי אִים אָפְט געוֶוען. אַמָאל אִיז צוּ אִים אַרַיינגעקוּמֶען דֶעם אָרֶעמַאנס וַוייבּ. הָאט עֶר אִיר געגעבְּן וָואס עֶר הָאט אִיר געגעבְּן, אוּן זַיין צוּרָה אִיז אִים נִשְׁתַּנָה געוָוארן אוּן עֶר אִיז זֵייעֶר דֶערְשְׁרָאקן געוָוארן הָאט זִי אִים געפְרֶעגְט אוּן הָאט צוּ אִים געזָאגְט: אִיךְ בֶּעט אִיבֶּער אַייעֶר כָּבוֹד, זָאגְט מִיר וָואס אִיז דָאס אַז וֶוען מִיר קוּמֶען צוּ אַייךְ, וֶוערְט אַייֶער פָּנִים זֵייעֶר פַארְעֶנְדֶערְט. הָאט עֶר אִיר דֶערְצֵיילְט דִי גַאנְצֶע מַעֲשֶׂה, בַּאֲשֶׁר סֶע הָאט זִיךְ אִים אַזוֹי געחולמְט. (כַּנַּ"ל) אוּן זִינְט דעמאלט אָן, קְלַאפּערְט אִים דָאס הַארְץ זֵייעֶר (כַּנַּ"ל). הָאט זִי אִים געעֶנְפֶערְט: אִיז דֶער חָלוֹם נִישט געוֶוען אִין דֶער אוּן דֶער נַאכְט? (וָואס זִי הָאט אִים געזָאגְט). עֶנְפֶערְט עֶר אִיר: יא, וָואס אִיז דֶען? עֶנְפֶערְט זִי אִים: אִין דֶער נַאכְט, הָאט זִיךְ מִיר אוֹיךְ געחולמְט, אַז אִיךְ בִּין אַ גְרוֹיסֶע עַשִׁירת. אוּן סֶע זֶענֶען געקוּמֶען מֶענְטשְׁן צוּ מִיר אִין שְׁטוּבּ אַרַיין, אוּן הָאבּן געמַאכְט פַּאקן פַּאקן. הָאבּ אִיךְ זֵיי געפְרֶעגְט: וואוהִין וִוילְט אִיר דָאס טְרָאגן. הָאבּן זֵיי געעֶנְפֶערְט: צוּ דֶעם אָרֶעמַאן (דְהַיינוּ צוּם בֶּערְגֶער וָואס זֵיי רוּפן אִים שׁוֹין הַיינְט אָרֶעמַאן), בְּכֵן וָואס קוּקְסְטוּ אוֹיף אַ חָלוֹם. אַלְמַיי מִיר הָאט זִיךְ אוֹיךְ געחולְמְט. אוּן דֶער בֶּערְגֶער אִיז הַיינְט נָאךְ מֶער דֶערְשְׁרָאקן געוָוארן אוּן אִיז פַארְטוּמלְט געוָוארן. וַוייל עֶר הָאט דֶערְהֶערְט אִיר חָלוֹם אוֹיךְ. וָוארן עֶס וַוייזְט עֶפֶּעס אוֹיס, אַז מֶען זָאל אִיבֶּערטְרָאגן זַיין עַשִׁירוֹת מִיט זַיין גוּטְס צוּם אָרֶעמַאן. אוּן דֶעם אָרֶעמַאנס דַלוּת זָאל מֶען אִים אִיבֶּערטְרָאגְן. אִיז עֶר זֵייעֶר דֶערְשְׁרָאקן געוָוארן.
וַיְהִי הַיּוֹם אִיז דִי בֶּערְגֶערין געפָארן שְׁפַּאצִירְן זִיךְ מִיט אַ קַארֶעטֶע. אוּן זִי הָאט מִיט גענוּמֶען מִיט זִיךְ נָאךְ וַוייבֶּער. אוּן דֶעם אָרֶעמַאנס וַוייבּ הָאט זִי אוֹיךְ מִיט גענוּמֶען. אוּן זֶענֶען געפָארן נַאשְׁפַּאצִיר. דֶערְוַוייל, אִיז דורְךְ געפָארן אַ יֶעדְנִירַאל מִיט זַיין חַיִל. הָאבּן זֵיי אִים אָפְּגעטְראטן פוּן דֶעם וֶועג, אִיז דָאס חַיִל דורְךְ געגַאנְגֶען. הָאט דֶער יֶעדְנִירַאל געזֶען אַז סֶע פָארן וַוייבֶּער, הָאט עֶר געהֵייסן אַז מֶען זָאל אַרוֹיסנֶעמֶען אֵיינֶע פוּן זֵיי זֶענֶען זֵיי געגַאנְגֶען אוּן הָאבּן אַרוֹיסגענוּמֶען דֶעם אָרֶעמַאנס וַוייבּ. אוּן זֵיי הָאבּן זִי אַרַיינגעכאפְּט אִין דֶעם יֶעדְנִירַאלְס קַארֶעטֶע אוּן זֶענֶען מִיט אִיר אַוֶועקגעפָארן. קְרִיק נֶעמֶען קָאן מֶען שׁוֹין אַוַודְאַי נִישט, וָוארן עֶר אִיז וַוייטֶער אַוֶועקגעפָארן. בִּפְרַט אַ יֶעדְנִירַאל מִיט זַיין חַיִל. אוּן דֶער יֶעדְנִירַאל הָאט זִי גענוּמֶען. אוּן אִיז מִיט אִיר געפָארן אִין זַיין מְדִינָה אַרַיין אוּן זִי אִיז געוֶוען אַ יִרְאַת שָׁמַיִם (דְהַיינוּ זִי הָאט מוֹרָא געהַאט פַאר גָאט) אוּן זִי הָאט אִים גָאר נִישט געוָואלְט צוּ הֶערן, אוּן זִי הָאט זֵייעֶר געוֵויינְט. אוּן מֶען הָאט זִי זֵייעֶר געבֶּעטן, אוּן מֶען הָאט זִי אָנגערֶעדט, אוּן זִי אִיז אָבֶּער געוֶוען זֵייעֶר אַ גְרוֹיסֶע יִרְאַת שָׁמַיִם. אוּן זֵיי (דְהַיינוּ דִי בֶּערְגֶערִין מִיט דִי אִיבְּרִיקֶע וַוייבֶּער) הָאבּן זִיךְ אוּמגעקֶערְט פוּן דֶעם שְׁפַּאצִירְן. אוּן דֶעם אָרֶעמַאנס וַוייבּ אִיז נִישט דָא. הָאט דֶער אָרֶעמַאן זֵייעֶר געוֵויינְט אוּן הָאט זִיךְ געשְׁלָאגן קָאפּ אִין דֶער וַואנְט אוּן הָאט תָּמִיד זֵייעֶר געטְרוֹיעֶרְט אוֹיף זַיין וַוייבּ.
אַמָאל אִיז דֶער בֶּערְגֶער פִיר געגַאנְגֶען פַאר דֶעם אָרֶעמַאנס שְׁטוּב. הָאט עֶר געהֶערְט וִוי דֶער אָרֶעמַאן וֵוינְט זֵייעֶר בִּיטֶער אוּן שְׁלָאגְט זִיךְ קָאפּ אִין דֶער וַואנְט. אִיז דֶער בֶּערְגֶער צוּ אִים אַרַיין געגַאנְגֶען. אוּן הָאט אִים געפְרֶעגְט: וָואס וֵויינְסְטוּ אַזוֹי שְׁטַארְק. הָאט עֶר אִים געעֶנְפֶערְט: פַארְוָואס זָאל אִיךְ נִישט וֵויינֶען. וָואס אִיז מִיר דֶען געבְּלִיבְּן. בַּיי אֵינֶעם בְּלַייבְּט דָאס עַשִׁירוֹת, אָדֶער סֶע בְּלַייבְּט קִינְדֶער, אִיךְ הָאבּ גָאר נִישט. אוּן מַיין וַוייבּ הָאט מֶען אוֹיךְ בַּיי מִיר אַוֶועקגענוּמֶען. וָואס אִיז מִיר געבְּלִיבְּן. הָאט עֶס דֶעם בֶּערְגער זֵייעֶר אָנְגעכאפְּט בַּיים הַארְץ. אוּן עֶר הָאט זֵייעֶר גְרוֹיס רַחְמָנוֹת געהַאט אוֹיף דֶעם אָרֶעמַאן, מַחְמַת עֶר הָאט געזֶען זַיין בִּיטֶערְנִישׁ, עֶר טְרוֹיעֶרְט זֵייעֶר. אוּן אִיז געגַאנְגֶען (דֶער בֶּערְגער) אוּן הָאט געטָאן אַ וִוילְדֶע זַאךְ אוּן סֶע אִיז טַאקֶע גְעוֶוען צוּם אֶמֶת אַ שִׁגָעוֹן. אוּן עֶר אִיז געגַאנְגֶען אוּן הָאט געפְרֶעגְט אִין וֶועלְכֶער מְדִינָה סֶע וואוֹינְט דֶער יֶעדְנִירַאל. אוּן אִיז אַהִין געפָארְן. אוּן עֶר הָאט געטָאן אַ וִוילְדֶע זַאךְ. אוּן עֶר אִיז אַרַיינגעגַאנְגֶען צוּם יֶעדְנִירַאל אִין שְׁטוּבּ אַרַיין. אוּן דָארְט פַאר דֶעם יֶעדְנִירַאל שְׁטֵייעֶן זִיךְ וַואכן. אוּן עֶר מַחְמַת זֵייעֶר גְרוֹיס בְּהָלָה אִיז עֶר פְּלוּצעם מִיט גְרוֹיס בְּהָלָה געגַאנְגֶען אוּן הָאט זִיךְ גָאר נִישט אוּמגעקוּקְט אוֹיף דִי וַואכן. אוּן דִי וַואכן זֶענֶען אוֹיךְ דֶערְשְׁרָאקן געוָוארן אוּן זֶענֶען זֵייעֶר פַארְטוּמֶעלְט געוָוארן. מַחְמַת זֵיי הָאבּן פְּלוּצעם געזֶען אַ מֶענְטשׁ לֶעבּן זִיךְ מִיט גְרוֹיס בְּהָלָה. זֶענֶען זֵיי זֵייעֶר דֶערְשְׁרָאקן געוָוארן. וִוי קוּמְט דֶער אַהֶער. אוּן מַחְמַת בְּהָלָה הָאבּן אִים אַלֶע וַואכן געלָאזְט. אוּן עֶר אִיז אַרִיבֶּער אַלֶע וַואכן בִּיז עֶר אִיז אַרַיינגעקוּמֶען צוּם יֶעדְנִירַאל אִין שְׁטוּבּ אַרַיין. צוּ דֶעם אָרְט וָואס זִי אִיז דָארְט געלֶעגן. אוּן עֶר אִיז געקוּמֶען אוּן עֶר הָאט זִי אוֹיפגעוֶועקְט אוּן הָאט צוּ אִיר געזָאגְט: קוּם. וִוי זִי הָאט אִים דֶערְזֶען אִיז זִי דֶערְשְׁרָאקן געוָוארן. הָאט עֶר אִיר געזָאגְט: תֵּיכֶּף קוּם מִיט מִיר. אִיז זִי מִיט אִים געגַאנְגֶען. זֶענֶען זֵיי אִיצְט אוֹיךְ אַרִיבֶּער אִיבֶּער אַלֶע וַואכן בִּיז זֵיי זֶענֶען אַרוֹיסגעקוּמֶען.
דֶערְנָאךְ הָאט עֶר זִיךְ עֶרְשְׁט אַרוּמגעקוּקְט אוּן עֶר הָאט זִיךְ עֶרְשְׁט דֶערְמַאנְט וָואס עֶר הָאט דָא געטָאן. אַזוֹי אַ וִוילְדֶע זַאךְ. אוּן עֶר הָאט פַארְשְׁטַאנֶען אַז דָא וֶועט בְּוַודְאַי תֵּיכֶּף וֶוערן אַ גְרוֹיס געפִּילְדֶער בַּיי דֶעם יֶעדְנִירַאל. אוּן סֶע אִיז טַאקֶע אַזוֹי געוֶוען. סֶע געוָוארן תֵּיכֶּף אַ גְרוֹיס געפִּילְדֶער בַּאם יֶעדְנִירַאל. אִיז געגַאנְגֶען דֶער בֶּערְגֶער. אוּן הָאט זִיךְ בַּאהַאלְטן מִיט אִיר אִין אַ גְרוּבּ וָואס דָארְט אִיז געוֶוען רֶעגן וַואסֶער. בִּיז דֶער רַעַשׁ וֶועט אִיבֶּער גֵיין. אוּן עֶר הָאט דָארְט מִיט אִיר געזָאמְט צְוֵוי טָאג. הָאט זִי געזֶען דָאס מְסִירַת נֶפֶשׁ וָואס עֶר הָאט פוּן אִירֶעט וֶועגן. אוּן דִי צָרוֹת וָואס עֶר לַייט אִיבֶּער אִיר. הָאט זִי געשְׁוואוֹירן בַּיי גָאט, אַז גָאר אִיר מַזְל וָואס זִי הָאט, אֶפְשֶׁר הָאט זִי עֶפֶּעס אַ מַזְל, אַז זִי זָאל הָאבּן גְרוֹיס גְדוּלָה, אוּן הַצְלָחָה, זָאל גָאר אִיר הַצְלָחָה, נִישט זַיין פַאְרמִיטן פוּן אִים (דְהַיינוּ פוּן דֶעם בֶּערְגֶער), אוּן אַז עֶר וֶועט וֶועלן זִיךְ נֶעמֶען גָאר אִיר הַצְלָחָה מִיט אִיר גְדוּלָה, אוּן זִי זָאל בְּלַייבּן אַזוֹי וִוי פְרִיער, זָאל עֶס פוּן אִים גָאר נִישט פַארְמִיטן זַיין. לוּשְׁמִיר וִוי נֶעמְט מֶען דָארְט עֵדוּת. הָאט זִי גענוּמֶען דֶעם גְרוּבּ פַאר אֵיין עֵדוּת. נָאךְ צְוֵויי טָאג. אִיז עֶר מִיט אִיר פוּן דָארְט אַרוֹיסגעגַאנְגֶען אוּן אִיז וַוייטֶער געגַאנְגֶען. אוּן עֶר אִיז מִיט אִיר וַוייטֶער וַוייטֶער געגַאנְגֶען. אוּן עֶר הָאט פַארְשְׁטַאנֶען אַז דָארְט. אִין דֶעם אָרְט. זוּכְט מֶען זִי אוֹיךְ. אִיז עֶר געגַאנְגֶען אוּן הָאט זִיךְ מִיט אִיר בַּאהַאלְטן נָאךְ אַמָאל אִין אַ מִקְוֶה. הָאט זִי זִיךְ דָארְט וִוידֶער אַמָאל דֶערְמַאנְט. דָאס מְסִירַת נֶפֶשׁ. אוּן דִי צָרוֹת וָואס עֶר לַייט פוּן אִירֶעט וֶועגן. הָאט זִי נָאךְ אַמָאל געשְׁוואוֹירן. אַזוֹי וִוי פְרִיר. אַז גָאר אִיר מַזְל וְכוּ' כַּנַּ"ל. אוּן הָאט גענוּמֶען דִי מִקְוֶה צוּ עֵדוּת. זֶענֶען זֵיי דָארְט אוֹיךְ געוֶוען אַ קֶעגן צְוֵויי טָאג. אוּן זֵיי זֶענֶען אַרוֹיסגעגַאנְגֶען. אוּן זֶענֶען וַוייטֶער געגַאנְגֶען. הָאט עֶר וִוידֶער פַארְשְׁטַאנֶען. אַז מֶען זוּכְט דָא אוֹיךְ הָאט עֶר זִיךְ וִוידֶער מִיט אִיר בַּאהַאלְטן. אוּן אַזוֹי אִיז געוֶוען עֶטְלעכֶע מָאל. וָואס עֶר הָאט זִיךְ מִיט אִיר אַלֶע מָאל אִין אֵיין אַנְדֶער אָרְט בַּאהַלְטן דְהַיינוּ אִין זִיבְּן אלערְלֵיי וַואסֶערן. דְהַיינוּ אִין אַ גְרוּבּ מִיט וַואסֶער אוּן אִין אַ מִקְוֶה כַּנַּ"ל אוּן אַגַמִים (געמוֹיזעכְץ) אוּן אַ קְוַואל אוּן נְחָלִים (רִיטְשְׁקֶעס) אוּן נְהָרוֹת (טַייכן) אוּן יַמִים. אוּן אִין אִיטְלעכְן אָרְט וָואס זֵיי הָאבּן זִיךְ דָארְט בַּאהַלְטְן. הָאט זִי זִיךְ אַלְץ דֶערְמַאנְט אִין זַיין מְסִירוּת נֶפֶשׁ אוּן דִי צָרוֹת וָואס עֶר לַייט פוּן אִירֶעט וֶועגן אוּן זִי הָאט אִים געשְׁוואוֹירן אַלְץ. אַז אִיר מַזְל וְכוּ' כַּנַּ"ל. אוּן זִי הָאט אַלֶע מָאל גענוּמֶען דָאס אָרְט צוּ עֵדוּת כַּנַּ"ל. אוּן זֵיי זֶענֶען אַלְץ אַזוֹי געגַאנְגֶען אוּן זֵי הָאבּן זִיךְ אַלֶע מָאל בַּאהַאלְטן אִין דִי עֶרְטֶער (הַנַּ"ל) בִּיז זֵיי זֶענֶען געקוּמֶען אוֹיף דֶעם יַם. וִוי זֵיי זֶענֶען געקוּמֶען אוֹיף דֶעם יַם. אוּן דֶער בֶּערְגֶער אִיז געוֶוען אַ גְרוֹיסֶער סוֹחֵר. אוּן עֶר הָאט געוואוּסְט דִי גֶענְג אוֹיף דֶעם יַם הָאט עֶר זִיךְ געשְׁנִיטְן עֶר זָאל קוּמֶען אִין זַיין מְדִינָה אַרַיין בִּיז עֶר אִיז אִיבֶּער געפָארן דֶעם וֶועג אוּן אִיז אַהֵיים געקוּמֶען מִיט דֶעם אָרוּם מַאנְס וַוייבּ. אוּן הָאט זִי אָפּ געבְּרַאכְט דֶעם אָרוּם מַאן. אִיז דָארְט געוֶוען אַ גְרוֹיסֶע שִׂמְחָה.