מעשה ב ממלך וקיסר

פֿון װיקיביבליאָטעק
ממלך וקיסר

מַעֲשֶׂה אַמָאל אִיז גֶעוֶוען אַ קֵיסֶר. דֶער קֵיסֶר הָאט קֵיין קִינְדֶער נִישְט גֶעהַאט. וִוידֶער אִיז גֶעוֶוען אֵיין מֶלֶךְ דֶער מֶלֶךְ הָאט אוֹיךְ קֵיין קִינְדֶער נִישְט גֶעהַאט. הָאט זִיךְ דֶער קֵיסֶר גֶעלָאזְט אוֹיף דֶער וֶועלְט עֶר זָאל זוּכְן טָאמֶער וֶועט עֶר גֶעפִינֶען עֶפֶּעס אַן עֵצָה אָדֶער אַ רְפוּאָה עֶר זָאל הָאבְּן קִינְדֶער. דֶער מֶלֶךְ הָאט זִיךְ אוֹיךְ גֶעלָאזְט אוֹיף דֶער וֶועלְט. זֶענֶען זֵיי בֵּיידֶע זִיךְ צוּנוֹיפְגֶעקוּמֶען אוֹיף אֵיין הַארְבֶּערִיג[1]. אוּן הָאבְּן נִישְט גְעוואוּסְט אֵיינֶער פוּן דֶעם אַנְדֶערְן. הָאט דֶער קֵיסֶר דֶערְקֶענְט דֶעם מֶלֶךְ אַז עֶר הָאט אַ נִימוּס פוּן אַ מַלְכוּת. אוּן הָאט אִים גֶעפְרֶעגְט. הָאט עֶר אִים מוֹדֶה גֶעוֶוען אַז עֶר אִיז אַ מֶלֶךְ. דֶער מֶלֶךְ הָאט דֶעם קֵיסֶר אוֹיךְ דֶערְקֶענְט אַז עֶר הָאט אַ נִימוּס מַלְכוּת. הָאט עֶר אִים אוֹיךְ מוֹדֶה גֶעוֶוען. הָאבְּן זֵיי אֵיינֶער דֶעם אַנְדֶערְן דֶערְצֵיילְט אַז זֵיי פָארְן פוּן קִינְדֶער וֶועגְן. הָאבְּן זֵיי צְוִוישְׁן זִיךְ גֶעמַאכְט. בְּאִם אַז זֵיי וֶועלְן קוּמֶען אַהֵיים אוּן זֵייעֶרֶע וַוייבֶּער וֶועלְן הָאבְּן אֵיינֶע אַ זָכָר אוּן אֵיינֶע אַ נְקֵיבָה זָאלְן זֵיי זִיךְ מְשַׁדֵךְ זַיין. אִיז גֶעפָארְן דֶער קֵיסֶר אַהֵיים אוּן הָאט גֶעהַאט אַ טָאכְטֶער. אוּן דֶער מֶלֶךְ אִיז גֶעפָארְן אַהֵיים אוּן הָאט גֶעהַאט אַ זוּן. אוּן דֶער שִׁידוּךְ אִיז פוּן זֵיי פַארְגֶעסְן גֶעוָוארְן.

די קייסערס טאכטער און דער מלכס זון, טרעפן זיך צוזאמען[רעדאַקטירן]

הָאט דֶער קֵיסֶר גֶעשִׁיקְט זַיין טָאכְטֶער לֶערְנֶען. דֶער מֶלֶךְ הָאט אוֹיךְ גֶעשִׁיקְט זַיין זוּן לֶערְנֶען. זֶענֶען זֵיי בֵּיידֶע אָנגֶעקוּמֶען צוּ אֵיין מְלַמֵד אוּן זֵיי הָאבְּן זִיךְ זֵייעֶר לִיבּ גֶעהַאט, הָאבְּן זֵיי צְוִוישְׁן זִיךְ גֶעמַאכְט אַז זֵיי זָאלְן זִיךְ נֶעמֶען. הָאט דֶער בֶּן מֶלֶךְ גֶענוּמֶען אַ פִינְגֶערְל[2] אוּן הָאט אִיר אַרוֹיפְגֶעטָאן[3] אוֹיף דֶער הַאנְט, הָאבְּן זֵיי זִיךְ מִתְחַתֵּן גֶעוֶוען. נָאךְ דֶעם הָאט גֶעשִׁיקְט דֶער קֵיסֶר נָאךְ זַיין טָאכְטֶער אוּן הָאט זִי גֶעבְּרַאכְט אַהֵיים, דֶער מֶלֶךְ הָאט אוֹיךְ גֶעשִׁיקְט נָאךְ זַיין זוּן אוּן הָאט אִים אוֹיךְ גֶעבְּרַאכְט צוּ זִיךְ אַהֵיים.
אוּן מֶען הָאט גֶערֶעדְט שִׁידוּכִים דֶעם קֵיסֶרְ'ס טָאכְטֶער. אוּן זִי הָאט נִישְט גֶעוָואלְט קֵיין שׁוּם שִׁידוּךְ מַחְמַת דֶעם הִתְקַשְׁרוּת וָואס זִי הָאט גֶעמַאכְט מִיט דֶעם בֶּן מֶלֶךְ. אוּן דֶער בֶּן מֶלֶךְ הָאט זֵייעֶר גֶעבֶּענְקְט נָאךְ אִיר. אוּן דִי בַּת קֵיסֶר אִיז אוֹיךְ תָּמִיד טְרוֹיעֶרִיק גֶעוֶוען. אוּן דֶער קֵיסֶר הָאט זִי גֶעפִירְט אִין זַיינֶע הֵייף אוּן אִין זַיינֶע פַּאלַאצְן אוּן הָאט אִיר גֶעוִויזְן אִיר גְדוּלָה אוּן זִי אִיז אַלְץ גֶעוֶוען טְרוֹיעֶרִיק. אוּן דֶער בֶּן מֶלֶךְ הָאט זֵייעֶר גֶעבֶּענְקְט נָאךְ אִיר בִּיז עֶר אִיז קְרַאנְק גֶעוָוארְן. אוּן וָואס מֶען הָאט אִים גֶעפְרֶעגְט וָואס בִּיסְטוּ קְרַאנְק הָאט עֶר נִישְט גֶעוָואלְט זָאגְן. הָאט מֶען גֶעזָאגְט צוּ דֶעם וָואס הָאט אִים בַּאדִינְט טָאמֶער וֶועסְטוּ קֶענֶען בַּיי אִים דֶערְקְלֶערְן[4]. הָאט עֶר זֵיי גֶעעֶנְפֶערְט אִיךְ וֵוייס. וָוארְן דֶער וָואס הָאט אִים בַּאדִינְט אִיז גֶעוֶוען מִיט אִים דָארְט וואוּ עֶר הָאט גֶעלֶערְנְט. הָאט עֶר זֵיי גֶעזָאגְט (כְּלוֹמֶר דֶער בַּאדִינֶער הָאט גֶעזָאגְט זֵיי פַארְוָואס עֶר אִיז קְרַאנְק).

הָאט זִיךְ דֶער מֶלֶךְ דֶערְמַאנְט אַז עֶר הָאט זִיךְ שׁוֹין לַאנְג מְשַׁדֵךְ גֶעוֶוען מִיט דֶעם קֵיסֶר. אוּן אִיז גֶעגַאנְגֶען אוּן הָאט גֶעשְׁרִיבְּן צוּם קֵיסֶר אַז עֶר זָאל זִיךְ רִיכְטְן[5] אוֹיף דֶער חַתוּנָה. וָוארְן דֶער שִׁידוּךְ אִיז דָאךְ שׁוֹין לַאנְג גֶעוֶוען כַּנַּ"ל. דֶער קֵיסֶר הָאט אָבֶּער שׁוֹין נִישְט גֶעוָואלְט דֶעם שִׁידוּךְ. לוּשְׁמִיר עֶר הָאט נִישְט גֶעקֶענְט אִים מֵעִיז זַיין. הָאט אִים דֶער קִיסֶר אָפְּגֶעשְׁרִיבְּן אַז דֶער מֶלֶךְ זֶאל שִׁיקְן זַיין זוּן צוּ אִים כְּדֵי עֶר זָאל זֶען אוֹיבּ עֶר וֶועט קֶענֶען פִירְן לֶענְדֶער וֶועט עֶר אִים גֶעבְּן זַיין טָאכְטֶער. הָאט דֶער מֶלֶךְ גֶעשִׁיקְט דֶעם זוּן צוּ אִים. הָאט אִים דֶער קֵיסֶר אַנִידֶערְגֶעזֶעצְט אִין אַ חֵדֶר, אוּן הָאט אִים אָפְּגֶעגֶעבְּן פַּאפִּירְן פוּן זַאכְן פוּן דֶער מְדִינָה כְּדֵי עֶר זָאל זֶען אוֹיבּ עֶר וֶועט קֶענֶען פִירְן דִי מְדִינָה.
דֶער בֶּן מֶלֶךְ הָאט זֵייעֶר געבֶּענְקְט זִי צוּ זֶען עֶר הָאט זִי אָבֶּער נִישְט גֶעקֶענְט זֶען. אַמָאל אִיז עֶר גֶעגַאנְגֶען לֶעבְּן א וַואנְט פוּן שְׁפִּיגְל הָאט עֶר זִי דֶערְזֶען, אִיז עֶר גֶעבְּלִיבְּן חֲלָשׁוֹת[6]. אִיז זִי גֶעקוּמֶען צוּ אִים אוּן הָאט אִים דֶערְמוּנְטֶערְט[7]. אוּן הָאט אִים גֶעזָאגְט: אַז זִי וִויל נִישְט קֵיין שׁוּם שִׁידוּךְ מַחְמַת דֶער הִתְקַשְׁרוּת וָואס זִי הָאט שׁוֹין מִיט אִים גֶעהַאט. הָאט עֶר צוּ אִיר גֶעזָאגְט: וָואס טוּט מֶען דַיין פָאטֶער וִויל אָבֶּער נִישְט. הָאט זִי גֶעזָאגְט: פוּן דֶעסְטְוֶועגְן פָארְט הַאלְט זִי זִיךְ נָאר אִין אִים. נָאךְ דֶעם הָאבְּן זֵיי אַן עֵצָה גֶעהַאלְטְן, זֵיי וֶועלְן זִיךְ אַוֶועקְלָאזְן אוֹיף דֶעם יַם. אוּן הָאבְּן זִיךְ גֶעדוּנְגֶען אַ שִׁיף אוּן הָאבְּן זִיךְ אַוֶועקְגֶעלָאזְט אוֹיף דֶעם יַם.

די קייסערס טאכטער און דער מלכס זון, פארלוירן געווארן[רעדאַקטירן]

זֶענֶען זֵיי גֶעגַאנְגֶען אוֹיף דֶעם יַם. נָאךְ דֶעם הָאבְּן זֵיי גֶעוָואלְט צוּ קוּמֶען צוּ אַ בָּארְטְן[8] זֶענֶען זֵיי גֶעקוּמֶען צוּם בָּארְטְן, אִיז דָארְט גֶעוֶוען אַ וַואלְד זֶענֶען זֵיי אַהִין גֶעגַאנְגֶען. הָאט דִי בַּת קֵיסֶר גֶענוּמֶען דָאס פִינְגֶערְל אוּן הָאט אִים גֶעגֶעבְּן אוּן זִי הָאט זִיךְ גֶעלֵייגְט שְׁלָאפְן. נָאךְ דֶעם הָאט דֶער בֶּן מֶלֶךְ גֶעזֶען אַז זִי וֶועט שׁוֹין וַוייטֶער אוֹיפְשְׁטֵיין הָאט עֶר אַנִידֶערְגֶעלֵייגְט דָאס פִינְגֶערְל לֶעבְּן אִיר. דֶער נָאךְ זֶענֶען זֵיי גֶעגַאנְגֶען צוּ דֶער שִׁיף.
דֶער וַוייל הָאט זִי זִיךְ דֶערְמַאנְט אַז זֵיי הָאבְּן פַארְגֶעסְן דָאס פִינְגֶערְל דָארְט. הָאט זִי אִים גֶעשִׁיקְט נָאךְ דֶעם פִינְגֶערְל. אִיז עֶר אַהִין גֶעגַאנְגֶען, הָאט עֶר נִישְט גֶעקֶענְט גֶעפִינֶען דָאס אָרְט. אִיז עֶר גֶעגַאנְגֶען וַוייטֶער אוּן הָאט וַוייטֶער נִישְט גֶעקָאנְט גֶעפִינֶען דָאס פִינְגֶערְל. אִיז עֶר גֶעגַאנְגֶען זוּכְן דָאס פִינְגֶערְל פוּן אֵיין אָרְט צוּם אַנְדֶערְן, בִּיז עֶר אִיז פַארעֶרְט גֶעוָוארְן[9]. אוּן הָאט זִיךְ שׁוֹין נִישְט גֶעקָאנְט אוּמְקֶערְן. אִיז זִי גֶעגַאנְגֶען אִים זוּכְן, אִיז זִי אוֹיךְ פַארעֶרְט גֶעוָוארְן. אִיז עֶר גֶעגַאנְגֶען אוּן הָאט גֶעבְּלָאנְזְשֶעט אוּן הָאט אַלְץ וַוייטֶער גֶעבְּלָאנְזְשֶעט. נָאךְ דֶעם הָאט עֶר דֶערְזֶען אַ וֶועג, אִיז עֶר גֶעגַאנְגֶען אִין יִשׁוּב אַרַיין אוּן עֶר הָאט נִישְט גֶעהַאט וָואס צוּ טוּן אִיז עֶר גֶעוָוארְן אַ מְשָׁרֵת. אוּן זִי אִיז אוֹיךְ גֶעגַאנְגֶען אוּן הָאט גֶעבְּלָאנְזְשֶעט. הָאט זִי זִיךְ מְיַשֵׁב גֶעוֶוען זִי וֶועט זִיךְ אַנִידֶערְזֶעצְן בַּיי דֶעם יַם, אִיז זִי גֶעגַאנְגֶען צוּם בָּארְטְן פוּן דֶעם יַם. אוּן דָארְט אִיז גֶעוֶוען בֵּיימֶער פוּן פֵּירוֹת. אִיז זִי דָארְט גֶעזֶעסְן. אוּן בַּיי טָאג פְלֶעגְט זִי אוּמְגֵיין[10] בַּיים יַם. טָאמֶער וֶועט זִי גֶעפִינֶען עֶמֶעצְן. אוּן זִי הָאט זִיךְ מְפַרְנֵס גֶעוֶוען פוּן דִי פֵּירוֹת. אוּן בַּיינַאכְט פְלֶעגְט זִי אַרוֹיפְגֵיין אוֹיף אַ בּוֹים כְּדֵי זִי זָאל זַיין אָפְּגֶעהִיט פוּן דִי חַיוֹת.

דער זון פון דעם גרויסן סוחר האט געפונען די קייסערס טאכטער[רעדאַקטירן]

וַיְהִי הַיּוֹם אוּן עֶס אִיז גֶעוֶוען אֵיין גְרוֹיסֶער סוֹחֵר, זֵייעֶר אַ גְרוֹיסֶער סוֹחֵר, עֶר הָאט גֶעהַאט מַשָׂא וּמַתָּן אִין דֶער גַאנְצֶער וֶועלְט, אוּן עֶר הָאט גֶעהַאט אַ בֶּן יָחִיד. דֶער סוֹחֵר אִיז שׁוֹין גֶעוֶוען אַלְט. אַמָאל הָאט גֶעזָאגְט דֶער זוּן צוּם פָאטֶער בַּאֲשֶׁר דוּ בִּיסְט שׁוֹין אַלְט. אוּן אִיךְ בִּין נָאךְ גָאר יוּנְג, אוּן דַיינֶע נֶאֱמָנִים גִיבְּן אוֹיף מִיר גָאר קֵיין הַשְׁגָחָה נִישְט. וָואס וֶועט זַיין דוּ וֶועסְט שְׁטַארְבְּן אוּן אִיךְ וֶועל בְּלַייבְּן אַלֵיין, וֶועל אִיךְ גָאר נִישְט וִויסְן וָואס צוּ טוּן. בְּכֵן גִיבּ מִיר אַ שִׁיף מִיט סְחוֹרָה וֶועל אִיךְ גֵיין אוֹיף דֶעם יַם כְּדֵי אִיךְ זָאל גֶענִיט[11] וֶוערְן אִין מַשָׂא וּמַתָּן. הָאט אִים דֶער פָאטֶער גֶעגֶעבְּן אַ שִׁיף מִיט סְחוֹרָה. אוּן עֶר אִיז גֶעגַאנְגֶען אִין מְדִינוֹת אוּן הָאט פַארְקוֹיפְט דִי סְחוֹרָה אוּן הָאט גֶעקוֹיפְט אַנְדֶערֶע סְחוֹרָה אוּן הָאט זֵייעֶר מַצְלִיחַ גֶעוֶוען.
דֶער וַוייל וִוי עֶר אִיז גֶעוֶוען אוֹיף דֶעם יַם הָאט עֶר דֶערְזֶען דִי בֵּיימֶער וָואס דִי בַּת קֵיסֶר אִיז דָארְט גֶעזֶעסְן. הָאבְּן זֵיי גֶעמֵיינְט דָאס אִיז אַ יִשׁוּב. הָאבְּן זֵיי גֶעוָואלְט אַהִין צוּ גֵיין. וִוי זֵיי זֶענֶען נָאעֶנְט גֶעקוּמֶען הָאבְּן זֵיי דֶערְזֶען אַז דָאס אִיז בֵּיימֶער הָאבְּן זֵיי זִיךְ גֶעוָואלְט אוּמְקֶערְן. דֶערְוַוייל הָאט דֶער בֶּן הַסוֹחֵר אַ קוּק גֶעטָאן אִין יַם אַרַיין הָאט עֶר דָארְט גֶעזֶען אֵין בּוֹים אוּן אוֹיבְּן זִיצְט אַזוֹי וִוי אַ מֶענְטְשׁ, הָאט עֶר זִיךְ גֶעטְרַאכְט טָאמֶער אִיז עֶר זִיךְ טוֹעֶה. הָאט עֶר גֶעזָאגְט דִי אִיבְּרִיקְע מֶענְטְשְׁן וָואס זֵיי זֶענֶען דָארְט גֶעוֶוען. הָאבְּן זֵיי אַ קוּק גֶעטָאן הָאבְּן זֵיי אוֹיךְ גֶעזֶען וִוי אַ מֶענְטְשׁ אוֹיף דֶעם בּוֹים. הָאבְּן זֵיי זִיךְ מְיַישֵׁב גֶעוֶוען זֵיי וֶועלְן זִיךְ אַהִין צוּ שְׁפַּיירְן[12], הָאבְּן זֵיי גֶעשִׁיקְט אֵיינֶעם מִיט אַ קְלֵיין שִׁיפְל אוּן זֵי הָאבְּן גֶעקוּקְט אִין יַם אַרַיין כְּדֵי מֶען זָאל דֶעם שְׁלִיחַ וַוייזְן עֶר זָאל קֶענֶען טְרֶעפְן צוּם בּוֹים אִיז דֶער שְׁלִיחַ אַהִין גֶעגַאנְגֶען הָאט עֶר גֶעזֶען אַז דָארְט זִיצְט אַ מֶענְטְשׁ הָאט עֶר זֵיי גֶעזָאגְט.

אִיז עֶר אַלֵיין אַהִין גֶעגַאנְגֶען (דְהַיְינוּ דֶער בֶּן הַסוֹחֵר) הָאט עֶר גֶעזֶען אַז זִי זִיצְט דָארְט (דְהַיְינוּ דִי בַּת קֵיסֶר כַּנַּ"ל) הָאט עֶר אִיר גֶעזָאגְט אַז זִי זָאל אַרָאפְּגֵיין. הָאט זִי אִים גֶעזָאגְט: אַז זִי וִויל נִישְט אַרַיינְגֵיין אִין דֶער שִׁיף בִּיז עֶר זָאל אִיר צוּזָאגְן אַז עֶר זָאל זִי נִישְט אָנְרִירְן בִּיז עֶר וֶועט קוּמֶען אַהֵים אוּן וֶועט מִיט אִיר חַתוּנָה הָאבְּן כְּדַת, הָאט עֶר אִיר צוּגֶעזָאגְט, אִיז זִי צוּ אִים אַרַיינְגֶעגַאנְגֶען אִין דֶער שִׁיף. הָאט עֶר גֶעזֶען אַז זִי קֶען שְׁפִּילְן אוֹף כְּלֵי זֶמֶר אוּן קֶען רֶעדְן כַּמָּה לְשׁוֹנוֹת. הָאט עֶר זִיךְ גֶעפְרֵייט וָואס זִי הָאט זִיךְ אִים מִזְדַמֵן גֶעוֶוען.
נָאךְ דֶעם אַז זֵיי הָאבְּן שׁוֹין אָנְגֶעהוֹיבְּן נָאעֶנְט צוּ קוּמֶען צוּ זַיין שׁטוּב הָאט זִי צוּ אִים גֶעזָאגְט: דֶער יוֹשֶׁר אִיז אַז עֶר זָאל גֵיין אַהֵיים אוּן זָאל מוֹדִיעַ זַיין, זַיין פָאטֶער אוּן זַיינֶע קְרוֹבִים אוּן גוּטֶע פְרַיינְד, בַּאֲשֶׁר עֶר פִירְט אַזוֹי אַן אִשָּׁה חַשׁוּבָה זָאלְן זֵיי אַלֶע אִיר גֵיין אַקֶעגְן אוּן דֶער נָאךְ וֶועט עֶר וִויסְן וֶוער זִי אִיז. (וָוארְן פְרִיעֶר הָאט זִי אוֹיךְ מִיט אִים אַ תְּנַאי אוֹיסגֶענוּמֶען אַז עֶר זָאל זִי נִישְט פְרֶעגְן וֶוער זִי אִיז בִּיז נָאךְ דֶער חַתוּנָה דֶעמָאלְט וֶועט עֶר וִויסְן וֶוער זִי אִיז). הָאט עֶר דְערוֹיף מַסְכִּים גֶעוֶוען. וִוידֶער הָאט זִי אִים גֶעזָאגְט דֶער יוֹשֶׁר אִיז אוֹיךְ אַז דוּ זָאלְסְט אָנשִׁיכֶּרְן אַלֶע מַאטְרָאזְן וָואס פִירְן דִי שִׁיף, לָאזְן זֵיי וִויסְן אַז זֵייעֶר סוֹחֵר הָאט חַתוּנָה מִיט אַזוֹי אַן אִשָׁה, הָאט עֶר זִי גֶעפָאלְגְט.
אוּן הָאט גֶענוּמֶען זֵייעֶר גוּטְן וַויין. וָואס עֶר הָאט גֶעהַאט אוֹיף דֶער שִׁיף אוּן הָאט זֵיי גֶעגֶעבְּן, זֶענֶען זֵיי זֵייעֶר שִׁיכּוֹר גֶעוָוארְן. אוּן עֶר אִיז גֶעגַאנְגֶען אַהֵיים עֶר זָאל מוֹדִיעַ זַיין דֶעם פָאטֶער מִיט דִי פְרַיינְד. אוּן דִי מַאטְרָאזְן הָאבְּן זִיךְ פַארְשִׁיכּוֹרְט, אוּן זֶענֶען אַרוֹיסְגֶעגַאנְגֶען פוּן דֶער שִׁיף אוּן זֶענֶען אַנִידֶערְגֶעפַאלְן שִׁיכּוֹר.

די קייסערס טאכטער אנטלויפט פון דעם זון פון דעם גרויסן סוחר[רעדאַקטירן]

דֶער וַוייל וִוי זֵיי הָאבְּן זִיךְ אָנְגֶעגְרֵייט צוּ גֵיין אִיר אַקֶעגְן מִיט דֶער גַאנְצֶער מִשְׁפָּחָה, דֶער וַוייל אִיז זִי גֶעגַאנְגֶען אוּן הָאט אָפְּגֶעבּוּנְדְן[13] דִי שִׁיף פוּן דֶעם בָּארְטְן, אוּן הָאט צוּגֶעלָאזְט[14] דִי לַייוְונְטְן[15] אוּן אִיז אַוֶועק מִיט דֶער שִׁיף. אוּן דִי גַאנְצֶע מִשְׁפָּחָה זֶענֶען גֶעקוּמֶען צוּ דֶער שִׁיף אוּן הָאבְּן קֵיינֶעם נִישְט גֶעפוּנֶען. אִיז דֶער סוֹחֵר זֵייעֶר בְּרוֹגֶז גֶעוֶוען אוֹף דֶעם זוּן. אוּן דֶער זוּן שְׁרַייט גְלֵייבְּט מִיר אִיךְ הָאבּ גֶּעבְּרַאכְט אַ שִׁיף מִיט סְחוֹרָה וְכוּ' כַּנַּ"ל. אוּן זֵיי זֶען גָאר נִישְט. הָאט עֶר אִים גֶעזָאגְט: פְרֶעג דִיר דִי מַאטְרָאזְן. אִיז עֶר גֶעגַאנְגֶען זֵיי פְרֶעגְן אוּן זֵיי לִיגְן שִׁיכּוֹר. נָאךְ דֶעם זֶענֶען זֵיי אוֹיפְגֶעשְׁטַאנֶען דִי מַאטְרָאזְן. הָאט מֶען זֵיי גֶעפְרֶעגְט אוּן זֵיי וֵוייסְן גָאר נִישְט וָואס מִיט זֵיי הָאט זִיךְ גֶעטָאן, נָאר זֵיי וֵוייסְן אַז מֶען הָאט גֶעבְּרַאכְט אַ שִׁיף מִיט דֶעם אַלֶעמֶען אוּן וֵוייסְן נִישְט וִוי זִי אִיז. אִיז דֶער סוֹחֵר זֵייעֶר בְּרוֹגֶז גֶעוָוארְן אוֹיף זַיין זוּן אוּן הָאט אִים פַארְטְרִיבְּן פוּן זַיין שְׁטוּבּ אַז עֶר זָאל אוֹיף זַיינֶע אוֹיגְן נִישְט קוּמֶען. אִיז דֶער זוּן אַוֶועק נַע וְנַד. אוּן זִי (דְהַיינוּ דִי בַּת קֵיסֶר) אִיז גֶעגַאנְגֶען אוֹיף דֶעם יַם.

א מלך האט געפונען די קייסערס טאכטער[רעדאַקטירן]

וַיְהִי הַיּוֹם אוּן עֶס אִיז גֶעוֶוען אַ מֶלֶךְ. דֶער מֶלֶךְ הָאט זִיך גֶעבּוֹיט פַּאלַאצְן אוֹיף דֶעם יַם. וָוארְן דָארְט אִיז אִים גֶעפֶעלְן מַחֲמַת דֶעם אַוִיר פוּן דֶעם יַם אוּן מַחְמַת דִי שִׁיפְן גֵייעֶן דָארְטְן. אוּן דִי בַּת קֵיסֶר אִיז גֶעגַאנְגֶען אוֹיף דֶעם יַם. אוּן אִיז גֶעקוּמֶען נָאעֶנְט צוּ דֶעם פַּאלַאץ פוּן דֶעם מֶלֶךְ. דֶער מֶלֶךְ הָאט אַ בְּלִיק גֶעטָאןִ. הָאט עֶר גֶעזֶען וִוי דִי שִׁיף גֵייט אָן רוּדֶערְס[16] אוּן עֶס אִיז דָארְט קֵיין מֶענְשְׁן נִישְט דָא הָאט עֶר גֶעמֵיינְט עֶר אִיז זִיךְ טוֹעֶה. הָאט עֶר גֶעהֵייסְן זַיינֶע מֶענְטְשְׁן זֵיי זָאלְן קוּקְן, הָאבְּן זֵיי אוֹיךְ גֶעזֶען. אוּן זִי אִיז נָאעֶנְט גֶעקוּמֶען צוּ דֶעם פַּאלַאץ. הָאט זִי זִיךְ מְיַישֵׁב גֶעוֶוען, וָואס טוֹיג אִיר דֶער פַּאלַאץ. אוּן הָאט אָנְגֶעהוֹיבְּן זִיךְ אוּמְצוּקֶערְן. הָאט דֶער מֶלֶךְ גֶעשִׁיקְט אוּן מֶען הָאט זִי אוּמְגֶעקֶערְט קְרִיק. אוּן עֶר הָאט זִי גֶעבְּרַאכְט צוּ זִיךְ אִין שְׁטוּב אַרַיין.
אוּן דֶער מֶלֶךְ הָאט נִישְט גֶעהַאט קֵיין וַוייבּ, וָוארְן עֶר הָאט זִיךְ נִישְט גֶעקָאנְט צוּ קְלוֹיבְּן. וָוארְן דִי וָואס עֶר הָאט גֶעוָואלְט הָאט אִים נִישְט גֶעוָואלְט אוּן אַזוֹי פַאר קֶערְט אוֹיךְ. וִוי דִי בַּת קֵיסֶר אִיז צוּ אִים גֶעקוּמֶען. הָאט זִי אִים גֶעזָאגְט: אַז עֶר זָאל אִיר שְׁוֶוערְן אַז עֶר זָאל זִי נִישְט אָנרִירְן בִּיז עֶר וֶועט זִי נֶעמֶען כַּדִין. הָאט עֶר אִיר גֶעשְׁוואוֹירְן. הָאט זִי אִים גֶעזָאגְט: אַז עֶס אִיז רֶעכְט, אַז עֶר זָאל נִישְט עֶפֶענֶען אִיר שִׁיף אוּן זָאל זִי נִישְט אָנרִירְן, נָאר דִי שִׁיף זָאל אַזוֹי שְׁטֵיין אוֹיף דֶעם יַם בִּיז אִין דֶער חַתוּנָה. כְּדֵי אַלֶע זָאלְן זֶען דֶעמָאלְט וִוי פִיל סְחוֹרָה זִי הָאט גֶעבְּרַאכְט. כְּדֵי מֶען זָאל נִישְט זָאגְן. אַז עֶר הָאט גֶענוּמֶען. אַ אִשָׁה פוּן דֶעם מַארְק. הָאט עֶר אִיר אַזוֹי צוּ גֶעזָאגְט.
אוּן דֶער מֶלֶךְ הָאט געשְׁרִיבְּן צוּ אַלֶע מְדִינוֹת אַז זֵיי זָאלְן אַלֶע קוּמֶען אוֹיף דֶער חַתוּנָה. אוּן הָאט אוֹיסְגֶעבּוֹיט פַּאלַאצְן פוּן אִירִעט וֶועגן. אוּן זִי הָאט גֶעהֵייסְן אַז מֶען זָאל אִיר בְּרֶענְגֶען עֶלְף פַּאנִיס[17]. אַז זֵיי זָאלְן מִיט אִיר זַיין. הָאט דֶער מֶלֶךְ גֶעהֵייסְן. הָאט מֶען אִיר גֶעשִׁיקְט עֶלֶף פַּאנִיס זֵייעֶר גְרוֹיסֶע שְׂרָרוֹת טֶעכְטֶער. אוּן מֶען הָאט אוֹיסְגֶעבּוֹיט אִיטְלֶעכֶער אַ פַּאלַאץ אַ בַּאזוּנְדֶערְן. אוּן זִי הָאט אוֹיךְ גֶעהַאט אַ בַּאזוּנְדֶערְן פַּאלַאץ. אוּן זֵיי פְלֶעגְן זִיךְ צוּ אִיר צוּנוֹיפְקוּמֶען. פְלֶעגְן זֵיי שְׁפִּילְן אוֹיף כְּלֵי שִׁיר. אוּן זֵיי הָאבְּן זִיךְ מִיט אִיר גֶעשְׁפִּילְט.

די קייסערס טאכטער אנטלויפט פון דעם מלך[רעדאַקטירן]

אַמָאל הָאט זִי צוּ זֵיי גֶעזָאגְט. זִי וִויל מִיט זֵיי גֵיין אוֹיף דֶעם יַם. זֶענֶען זֵיי מִיט אִיר גֶעגַאנְגֶען, הָאבְּן זֵיי זִיךְ דָארְט גֶעשְׁפִּילְט. הָאט זִי צוּ זֵיי גֶעזָאגְט. זִי וֶועט זֵיי מְכַבֵּד זַיין מִיט גוּטְן וַויין וָואס זִי הָאט. הָאט זִי זֵיי גֶעגֶעבְּן פוּן דֶעם וַויין וָואס אִיז גֶעוֶוען אִין דֶער שִׁיף. זֶענֶען זֵיי שִׁיכּוֹר גֶעוָוארְן. אוּן זֶענֶען אַנִידֶערְגֶעפַאלְן אוּן זֶענֶען גֶעבְּלִיבְּן לִיגְן. אִיז זִי גֶעגַאנְגֶען אוּן הָאט אוֹיפְגֶעבּוּנְדְן דִי שִׁיף. אוּן הָאט צוּגֶעלָאזְט דִי לַייוְונְטְן אוּן אִיז אַנְטְלוֹיפְן גֶעוָוארְן מִיט דֶער שִׁיף. אוּן דֶער מֶלֶךְ מִיט זַיינֶע לַייט הָאבְּן אַ קוּק גֶעטָאן. אוּן הָאבְּן דֶערְזֶען אַז דִי שִׁיף אִיז נִישְט דָא, זֶענֶען זֵיי זֵייעֶר דֶערְשְׁרָאקְן גֶעוָוארְן. הָאט דֶער מֶלֶךְ צוּ זֵיי גֶעזָאגְט זֶעט אַז אִיר זָאלְט אִיר פְּלוּצֶעם נִישְט זָאגְן וָוארְן זִי וֶועט גְרוֹיס צַעַר הָאבְּן, (וָוארְן דֶער מֶלֶךְ הָאט נִישְט גֶעוואוּסְט אַז זִי אַלֵיין אִיז אַנְטְלוֹיפְן גֶעוָוארְן עֶר הָאט גֶעמֵיינְט זִי אִיז אִין אִיר חֶדֶר), אוּן זִי וֶועט מֵיינֶען אַז דֶער מֶלֶךְ הָאט אֵיינֶעם אַוֶועק גֶעשֶׁענְקְט דִי שִׁיף. נָאר מֶען זָאל שִׁיקְן אִיר אֵיינֶע פוּן דִי פַּאנִיס מֶען זָאל אִיר זָאגְן מִיט חָכְמָה. אִיז מֶען גֶעגַאנְגֶען אִין אֵיין חֵדֶר אוּן מֶען הָאט קֵיינֶעם נִישְט גֶעפוּנֶען. אִין אַזוֹי אִין אַן אַנְדֶערְן חֵדֶר הָאט מֶען אוֹיךְ קֵיינֶעם נִישְט גֶעפוּנֶען. אוּן אַזוֹי אִין אַלֶע עֶלְף חַדָרִים הָאט מֶען אוֹיךְ קֵיינֶעם נִישְט גֶעפוּנֶען. הָאבְּן זֵיי זִיךְ מְיַשֶׁב גֶעוֶוען (דֶער מֶלֶךְ מִיט זַיינֶע לַייט) אַז זֵיי זָאלְן אִיר שִׁיקְן בַּיי נַאכְט אַ אַלְטֶע שְׂרָרַתְטֶע. אַז זִי זָאל אִיר זָאגְן. אִיז מֶען גֶעקוּמֶען צוּ אִיר חֵדֶר הָאט מֶען אוֹיךְ קֵיינֶעם נִישְט גֶעפוּנֶען זֶענֶען זֵיי זֵייעֶר דֶערשְׁרָאקְן גֶעוָוארְן.

דֶער וַוייל דִי פָאטֶערְס פוּן דִי פַּאנִיס. הָאבְּן גֶעזֶען זֵיי הָאבְּן קֵיין שׁוּם בְּרִיוו נִישְט פוּן זֵייעֶרֶע טֶעכְטֶער. זֵיי שִׁיקְן בְּרִיוו, אוּן מֶען שְׁרַייבְּט זֵיי גָאר נִישְט אָפּ. הָאבְּן זֵיי זִיךְ אוֹיפְגֶעהוֹיבְּן. אוּן זֶענֶען אַלֶע גֶעפָארְן צוּ זֵיי. אוּן הָאבְּן נִישְט גֶעפוּנֶען אֵיינֶעם פוּן זֵייעֶרֶע טֶעכְטֶער. זֶענֶען זֵיי זֵייעֶר בְּרוֹגֶז גֶעוָוארְן. הָאבְּן זֵיי גֶעוָואלְט דֶעם מֶלֶךְ פַארשִׁיקְן . וָוארְן זֵיי זֶענֶען גֶעוֶוען דִי שָׂרֵי מְלוּכָה. נָאר זֵיי הָאבְּן זִיךְ מְיַישֶׁב גֶעוֶוען. וָואס אִיז דֶער מֶלֶךְ שׁוּלְדִיק אַז עֶס זָאל אִים קוּמֶען פַארשִׁיקְן. דֶער מֶלֶךְ אִיז דָאךְ אַן אוֹנֵס. אִיז גֶעבְּלִיבְּן מֶען זָאל אִים אָפְּזָאגְן פוּן דֶער מְלוּכָה אוּן מֶען זָאל אִים פַארְטְרַייבְּן. הָאט מֶען אִים מַעֲבִיר גֶעווֶען אוּן מֶען הָאט אִים פַארֱטְרִיבְּן. אִיז עֶר זִיךְ אַוֶועק גֶעגַאנְגֶען.

אוּן דִי בַּת קֵיסֶר וָואס זִי אִיז אַנְטְלוֹיפְן גֶעוָוארְן אִיז גֶעגַאנְגֶען מִיט דֶער שִׁיף. דֶער נָאךְ הָאבּן זִיךְ אוֹיפְגֶעכַאפְּט דִי פַּאנִיס. אוּן הָאבְּן וִוידֶער אָנגֶעהוֹיבְּן מִיט אִיר צוּ שְׁפִּילְן אַזוֹי וִוי פְרִיעֶר, וָוארְן זֵיי הָאבְּן נִישְט גֶעוואוּסְט אַז דִי שִׁיף אִיז שׁוֹין אַוֶועק גֶעגַאנְגֶען פוּן דֶעם בָּארְטְן. נָאךְ דֶעם הָאבְּן זֵיי אִיר גֶעזָאגְט לָאמִיר זִיךְ אוּמְקֶערְן אַהֵיים. הָאט זִי זֵיי גֶעעֶנְפֶערְט. לָאמִיר נָאךְ זַאמֶען דָא אַ בִּיסְל. דֶער נָאךְ הָאט זִיךְ אוֹיפְגֶעכַאפְּט אַ שְׁטָארֶעמְוִוינְט . הָאבּן זֵיי גֶעזָאגְט לָאמִיר זִיךְ אוּמֱקֶערְן אַהֵיים. הָאט זִי זֵיי אוֹיסְגֶעזָאגְט אַז דִי שִׁיף אִיז שׁוֹין לַאנְג אַוֶועק גֶעגַאנְגֶען פוּן דֶעם בָּארְטְן. הָאבְּן זֵיי זִי גֶעפְרֶעגְט נָאךְ וָואס הָאסְטוּ דָאס גֶעטָאן. הָאט זִי גֶעזָאגְט זִי הָאט מוֹרָא גֶעהַאט טָאמֶער וֶועט דִי שִׁיף צֶעבְּרָאכְן וֶוערְן מַחְמַת דֶעם שְׁטָארֶעמְוִוינְט, אִיבֶּער דֶעם הָאט זִי גֶעמוּזְט אַזוֹי טָאן. זֶענֶען זֵיי גֶעגַאנְגֶען אוֹיף דֶעם יַם. דִי בַּת קֵיסֶר מִיט דִי עֶלְף פַּאנִיס. אוּן פְלֶעגְן דָארְט שְׁפִּילְן אוֹיף כְּלֵי זֶמֶר. אוּן הָאבְּן בַּאגֶעגְענְט אַ פַּאלַאץ. הָאבְּן דִי פַּאנִיס צוּ אִיר גֶעזָאגְט לָאמִיר צוּ גֵיין צוּ דֶעם פַּאלַאץ הָאט זִי נִישְט גֶעוָואלְט. זִי הָאט גֶעזָאגְט זִי הָאט דְערוֹיף אוֹיךְ חֲרָטָה. וָואס זִי אִיז צוּ יֶענֶעם פַּאלַאץ צוּגֶעגַאנְגֶען (דְהַיינוּ פוּן דֶעם מֶלֶךְ הַנַּ"ל).

די קייסערס טאכטער טרעפט זיך מיט צוועלף גזלנים[רעדאַקטירן]

דֶער נָאךְ הָאבְּן זֵיי דֶערְזֶען אַזוֹי וִוי א קֶענְפִּי אוֹיף דֶעם יַם. זֶענֶען זֵיי צוּגֶעגַאנְגֶען אַהִין. אִיז דָארְט גֶעוֶוען צְוֶועלְף גַזְלָנִים, הָאבְּן דִי גַזְלָנִים גֶעוָואלְט זֵיי הַארְגֶענֶען. הָאט זִי גֶעפְרֶעגְט: וֶוער אִיז דֶער גְרֶעסְטֶער צְוִוישְׁן אַייךְ. הָאט מֶען אִיר גֶעוִויזְן. הָאט זִי צוּ אִים גֶעזָאגְט: וָואס אִיז אַייעֶר טָאן? הָאט עֶר אִיר גֶעזָאגְט: זֵיי זֶענֶען גַזְלָנִים. הָאט זִי צוּ אִים גֶעזָאגְט מִיר זֶענֶען אוֹיךְ גַזְלָנִים נָאר אִיר זֶענְט גַזְלָנִים מִיט אַייעֶר גְבוּרָה אוּן מִיר זֶענֶען גַזְלָנִים מִיט חָכְמָה. וָוארְן מִיר זֶענֶען גֶעלֶערְנְט אִין לְשׁוֹנוֹת אוּן שְׁפִּילְן אוֹיף כְּלֵי שִׁיר. בְּכֵן וָואס וֶועט אִיר גֶעוִוינֶען אַז אִיר וֶועט אוּנְז הַארְגֶענֶען, בֶּעסֶער נֶעמְט אוּנְז פַאר וַוייבֶּער. אוּן אִיר וֶועט הָאבְּן אַ גְרוֹיס עֲשִׁירוּת אוֹיךְ אוּן הָאט זֵיי גֶעוִויזְן וָואס אִין שִׁיף אִיז גֶעוֶוען (וָוארְן דִי שִׁיף אִיז דָאךְ גֶעוֶוען פוּן דֶעם בֶּן הַסוֹחֵר, מִיט זֵייעֶר גְרוֹיס עֲשִׁירוֹת) זֶענֶען דִי גַזְלָנִים מְרוּצָה גֶעוָוארְן צוּ אִירֶע רֵייד. הָאבְּן זֵיי דִי גַזְלָנִים אוֹיךְ גֶעוִויזְן זֵייעֶר עֲשִׁירוּת, אוּן הָאבְּן זֵיי אוֹיסְגֶעפִירְט אִין אַלֶע זֵייעֶרֶע עֶרְטֶער. אוּן עֶס אִיז גֶעבְּלִיבְּן צְוִוישְׁן זֵיי, אַז זֵיי זָאלְן זִיךְ נִישְט נֶעמֶען אַלֶע מִיט אֵיין מָאל. נָאר אֵיינֶער נָאךְ דֶעם אַנְדֶערְן. אוּן אַז מֶען זָאל אוֹיסְקְלוֹיבְּן אִיטְלֶעכְן אֵיין פַּאנִי אַזוֹי וִוי עֶס קֶער צוּ אִים אִיטְלֶעכְן, נָאךְ זַיין גְרוֹיסְקֵייט נָאךְ.

נָאך דֶעם הָאט זִי צוּ זֵיי גֶעזָאגְט אַז זִי וֶועט זֵיי מְכַבֵּד זַיין מִיט זֵייעֶר גוּטְן וַויין וָואס זִי הָאט אִין דֶער שִׁיף וָואס זִי נִיצְט גָאר דֶעם וַויין נִישְט. נָאר דֶער וַויין אִיז בַּיי אִיר בַּאהַאלְטְן. בִּיז גָאט וֶועט אִיר בַּאשֶׁערְן אִיר זִיווּג. הָאט זִי זֵיי גֶעגֶעבְּן דֶעם וַויין אִין צְוֶועלְף בֶּעכֶערְס. אוּן הָאט גֶעהֵייסְן. אַז אִיטְלֶעכֶער זָאל טְרִינְקֶען צוּ אַלֶע צְוֶועלְף. הָאבְּן זֵיי גֶעטְרוּנְקֶען אוּן זֶענֶען שִׁיכּוּר גֶעוָוארְן. אוּן זֶענֶען אַנִידֶער גֶעפַאלְן. הָאט זִי זִיךְ אָנגֶערוּפְן צוּ דִי אִיבְּרִיקֶע פַּאנִיס, הַיינְט גֵייט אוּן קוֹילְט אִיטְלֶעכֶע אִיר מַאן. זֶענֶען זֵיי גֶעגַאנְגֶען. אוּן הָאבְּן זֵיי אַלֶע אוֹיסְגֶעקוֹילְט. אוּן זֵיי הָאבְּן דָארְט גֶעפוּנֶען זֵייעֶר אַ גְרוֹיס עֲשִׁירוּת וָואס עֶס גֶעפִינְט זִיךְ נִישְט בַּיי קֵיין שׁוּם מֶלֶךְ. הָאבְּן זֵיי זִיךְ מְיַישֵׁב גֶעוֶוען. אַז זֵיי זָאלְן נִישְט נֶעמֶען קֵין קוּפֶּער אוּן קֵיין זִילְבֶּער, נָאר גָאלְד אוּן אֲבָנִים טוֹבוֹת. אוּן הָאבְּן אַרָאפְּגֶעוָוארְפְן פוּן דֶער שִׁיף זַאכְן וָואס זֶענֶען נִישְט אַזוֹי חָשׁוּב. אוּן הָאבּן אָנְגֶעלָאדְן גָאר דִי שִׁיף מִיט טַייעֶרֶע זַאכְן מִיט גָאלְד אוּן אֲבָנִים טוֹבוֹת וָואס זֵיי הָאבְּן דָארְט גֶעפוּנֶען. אוּן זֵיי הָאבְּן זִיךְ מְיַישֵׁב גֶעוֶוען. זֵיי זָאלְן שׁוֹין נִישְט גֵיין אָנְגֶעטָאן וִוי וַוייבֶּער. אוּן הָאבְּן זִיךְ גֶענֵייט מַאנְצְבִּילִישֶׁע[18] קְלֵיידֶער דַייטְשׁ, אוּן זֶענֶען גֶעגַאנְגֶען מִיט דֶער שִׁיף.

די קייסערס טאכטער טרעפט א בן מלך[רעדאַקטירן]

וַיְהִי הַיּוֹם אוּן עֶס אִיז גֶעוֶוען אַ מֶלֶךְ. דֶער מֶלֶךְ הָאט גֶעהַאט אַ בֶּן יָחִיד. אוּן עֶר הָאט אִים חַתוּנָה גֶעמַאכְט. אוּן הָאט אִים אָפְּגֶעגֶעבְּן דִי מְלוּכָה. אַמָאל הָאט עֶר גֶעזָאגְט צוּם פָאטֶער. עֶר וִויל גֵיין זִיךְ שְׁפַּאצִירְן מִיט זַיין וַוייבּ אוֹיף דֶעם יַם. כְּדֵי זִי זָאל גֶעוואוֹינְט וֶוערְן מִיט דֶעם אַוִיר פוּן דֶעם יַם. טָאמֶער מוּז מֶען אַמָאל אַנְטְלוֹיפְן אוֹיף דֶעם יַם. (דְערִיבֶּער הָאט עֶר גֶעוָואלְט אַז זִי זָאל גֶעוואוֹינְט וֶוערְן מִיט דֶעם אַוִיר פוּן דֶעם יַם) אִיז דֶער בֶּן מֶלֶךְ גֶעגַאנְגֶען מִיט זַיין וַוייבּ אוּן מִיט דִי שָׂרֵי מְלוּכָה. אוּן הָאבְּן זִיךְ גֶעלָאזְט אוֹיף אַ שִׁיף אוּן זֶענֶען דָארְט זֵייעֶר פְרֵיילֶעךְ גֶעוֶוען אוּן הָאבְּן דָארְט זֵייעֶר גֶעשְׁטִיפְט[19]. דֶער נָאךְ הָאבְּן זֵיי גֶעזָאגְט זֵיי זָאלְן אַלֶע אוֹיסְטָאן זֵייעֶרֶע קְלֵיידֶער. הָאבְּן זֵיי אַזוֹי גֶעטָאן. אוּן עֶס אִיז אוֹיף זֵיי מֶער נִישְט גֶעבְּלִיבְּן נָאר דָאס הֶעמְד. אוּן הָאבְּן זִיךְ גֶעפְּרוּווט אִיטְלֶעכֶער וֶוער עֶס וֶועט זִיךְ קֶענֶען אַרוֹיפְכַאפְּן אוֹיף דֶעם זֶעגְל בּוֹים[20]. הָאט זִיךְ דֶער בֶּן מֶלֶךְ אַרוֹיפְגֶערִיסְן אוֹיף דֶעם זֶעגְל בּוֹים.

דֶערְוַוייל אִיז דִי בַּת קֵיסֶר הַנַּ"ל אָנְגֶעקוּמֶען מִיט אִיר שִׁיף אוּן זִי הָאט גֶעזֶען דִי שִׁיף (פוּן דֶעם בֶּן מֶלֶךְ מִיט דִי שָׂרֵי מְלוּכָה) הָאט זִי אִין דֶער תְּחִילָה מוֹרָא גֶעהַאט צוּ צוּגֵיין. דֶער נָאךְ אִיז זִי גֶעקוּמֶען נָאעֶנְט אַ בִּיסְל הָאט זִי גֶעזֶען אַז זֵיי שְׁטִיפְן זֵייעֶר, הָאט זִי פַארְשְׁטַאנֶען אַז דָאס אִיז נִישְט קֵיין גַזְלָנִים. הָאט זִי אָנְגֶעהוֹיבְּן צוּ צוּגֵיין נֶענְטֶער. הָאט זִיךְ אָנְגֶערוּפְן דִי בַּת קֵיסֶר צוּ אִירֶע מֶענְטְשְׁן אִיךְ קֶען אַרָאפְּוַוארְפְן דֶעם פְּלִיך[21] אִין יַם אַרַיין (דְהַיינוּ דֶעם בֶּן מֶלֶךְ וָואס עֶר הָאט זִיךְ גֶערִיסְן אַרוֹיפְצוּגֵיין אוֹיף דֶעם זֶעגְל בּוֹים) וָוארְן דֶער בֶּן מֶלֶךְ הָאט גֶעהַאט אַ פְּלִיך אוֹיף דֶעם קָאפּ. הָאבְּן זֵיי צוּ אִיר גֶעזָאגְט: וִוי אִיז דָאס מֶעגְלֶעךְ מִיר זֶענֶען זֵייעֶר וַוייט פוּן זֵיי. הָאט זִי זֵיי גֶעעֶנְפֶערְט: זִי הָאט אַ בְּרֶען בְּרִיל אוּן דוּרְךְ דֶעם וֶועט זִי אִים אַרָאפְּוַוארְפְן. אוּן זִי הָאט זִיךְ מְיַישֵׁב גֶעוֶוען זִי וֶועט אִים נִישְט אַרָאפְּוַוארְפְן בִּיז עֶר וֶועט אַרוֹיפְקוּמֶען (הֶעט אַרוֹיף) אוֹיף דֶעם שְׁפִּיץ פוּן דֶעם זֶעגְל בּוֹים. וָוארְן כָּל זְמַן עֶר אִיז אִין מִיטְן. אַז עֶר וֶועט פַאלְן, וֶועט עֶר פַאלְן אִין דֶער שִׁיף אַרַיין. אָבֶּער אַז עֶר וֶועט אַרוֹיף, אַז עֶר וֶועט פַאלְן וֶועט עֶר פַאלְן אִין יַם אַרַיין. הָאט זִי גֶעוַוארְט בִּיז עֶר אִיז אַרוֹיף אוֹיף דֶעם שְׁפִּיץ זֶעגְל בּוֹים. הָאט זִי גֶענוּמֶען דִי בְּרֶען בְּרִיל[22] אוּן הָאט זִי גֶעהַאלְטְן אַקֶעגְן זַיין מוֹחַ בִּיז עֶס הָאט אִים גֶעבְּרִיט[23] אִין מוֹחַ. אִיז עֶר אַרָאפְּגֶעפַאלְן אִין יַם אַרַיין.

וִוי עֶר אִיז אַרָאפְּגֶעפַאלְן אִיז דָארְט (אִין זַיין שִׁיף) גֶעוָוארְן אַ גְרוֹיס גֶעפִּילְדֶער[24]. אוּן הָאבּן נִישְׁט גְעוואוּסְט וָואס צוּ טָאן וִוי אַזוֹי קֶערְט מֶען זִיךְ אוּם אַהֵים. וָוארְן דֶער מֶלֶךְ וֶועט שְׁטַארְבְּן פַאר צַעַר. הָאבְּן זֵיי זִיךְ מְיַישֵׁב גֶעוֶוען, זֵיי וֶועלן צוּגֵיין צוּ דֶער שִׁיף וָואס זֵיי זֶעעֶן (דְהַיינוּ צוּ דֶער שִׁיף פוּן דֶער בַּת קֵיסֶר) טָאמֶער אִיז דָארְט דָא עֶפֶּעס אַ דָאקְטָאר וָואס עֶר וֶועט זֵיי קֶענֶען גֶעבְּן אַן עֵצָה. זֶענֶען זֵיי צוּגֶעגַאנְגֶען. אוּן הָאבְּן צוּ זֵיי גֶעזָאגְט (דְהַיינוּ צוּ דִי מֶענְשְׁן וָואס זֶענֶען גֶעוֶוען אוֹיף דֶער שִׁיף פוּן דֶער בַּת קֵיסֶר) אַז זֵיי זָאלְן קֵיין מוֹרָא נִישְט הָאבְּן, וָוארְן זֵיי וֶועלְן זֵיי גָאר נִישְט טוּן. אוּן הָאבְּן זֵיי גֶעפְרֶעגְט. טָאמֶער אִיז צְוִוישְׁן אַייךְ דָא אַ דָאקְטָאר וָואס עֶר זָאל אוּנְז גֶעבְּן אַן עֵצָה. אוּן הָאבְּן זֵיי דֶערְצֵיילְט דִי גַאנְצֶע מַעֲשֶׂה. אוּן אַז דֶער בֶּן מֶלֶךְ אִיז אַרַיינְגֶעפַאלְן אִין יַם אַרַיין. הָאט דִי בַּת קֵיסֶר גֶעזָאגְט אַז מֶען זָאל אִים אַרוֹיסְנֶעמֶען פוּן דֶעם יַם. זֶענֶען זֵיי גֶעגַאנְגֶען אוּן הָאבְּן אִים גֶעפוּנֶען, אוּן הָאבְּן אִים אַרוֹיסְגֶענוּמֶען. הָאט דִי בַּת קֵיסֶר גֶענוּמֶען דֶעם דֵפֶק אִין דֶער הַאנְט. אוּן הָאט גֶעזָאגְט דֶער מוֹחַ אִיז אִים פַארְבְּרֶענְט גֶעוָוארְן. זֶענֶען זֵיי גֶעגַאנְגֶען אוּן הָאבּן צֶערִיסְן דֶעם מוֹחַ. הָאבְּן זֵיי גֶעזֶען אַז עֶס אִיז אַזוֹי וִוי זִי הָאט גֶעזָאגְט. זֶענֶען זֵיי זֵייעֶר נִבְהָל גֶעוָוארְן (דְהַיינוּ עֶס אִיז בַּיי זֵיי זֵייעֶר אַ גְרוֹיס חִידוּשׁ גֶעוֶוען וִוי דֶער דָאקְטָאר דְהַיינוּ דִי בַּת קֵיסֶר הָאט אַזוֹי צוּ גֶעטְרָאפְן) אוּן הָאבּן זִי גֶעבֶּעטְן. אַז זִי זָאל מִיט זֵיי אִין אֵיינֶעם גֵיין צוּ זֵיי אַהֵיים. וֶועט זִי זַיין אַ דָאקְטָאר בַּיי דֶעם מֶלֶךְ. אוּן וֶועט בַּיי אִים זֵייעֶר חָשׁוּב זַיין. הָאט זִי נִישְט גֶעוָואלְט אוּן זִי הָאט גֶעזָאגְט. זִי אִיז גָאר קֵיין דָאקְטָאר נִישְט נָאר זִי וֵוייסְט אַזוֹי דִי זַאכְן.

אוּן דִי לַייט פוּן דֶער שִׁיף פוּן דֶעם בֶּן מֶלֶךְ הַנַּ"ל הָאבּן שׁוֹין נִישְט גֶעוָואלְט אוּמְקֶערְן זִיךְ אַהֵיים. זֶענֶען גֶעגַאנְגֶען דִי בֵּיידֶע שִׁיפְן אִן אֵיינֶעם. אִיז זֵייעֶר גֶעפֶעלְן דִי שָׂרֵי מְלוּכָה, אַז זֵייעֶר מַלְכָּה (דְהַיינוּ דָאס וַוייבּ פוּן דֶעם בֶּן מֶלֶךְ) זָאל נֶעמֶען דֶעם דָאקְטָאר (דְהַיינוּ דִי בַּת קֵיסֶר וָואס זִי אִיז גֶעגַאנְגֶען גֶעקְלֵיידְט וִוי אַ זָכָר אוּן זֵיי הָאבְּן גֶעמֵיינְט אַז דָאס אִיז אַ דָאקְטָאר) מַחְמַת זֵיי הָאבְּן גֶעזֶען אַז עֶר אִיז אַ גְרוֹיסֶער חָכָם זֵייעֶר. דְרוּם הָאבְּן זֵיי גֶעוָואלְט אַז דִי מַלְכָּה זָאל נֶעמֶען דֶעם דָאקְטָאר (דְהַיינוּ דִי בַּת קֵיסֶר) אוּן עֶר זָאל בַּיי זֵיי וֶוערְן מֶלֶךְ. אוּן זֵייעֶר אַלְטְן מֶלֶךְ (דְהַיינוּ דֶעם פָאטֶער פוּן דֶעם מֶלֶךְ) זָאלן זֵיי הַארְגֶענֶען. נָאר זֵיי הָאבְּן זִיךְ גֶעשֶׁעמְט דָאס צוּ רעדְן דֶער מַלְכָּה. אַז זִי זָאל נֶעמֶען אַ דָאקְטָאר. דֶער מַלְכָּה אִיז אָבֶּער אוֹיךְ זֵייעֶר גֶעפֶעלְן אַז זִי זָאל נֶעמֶען דֶעם דָאקְטָאר. נָאר זִי הָאט מוֹרָא גֶעהַאט פַאר דֶער מְדִינָה. טָאמֶער וֶועלְן זֵיי נִישְט וֶועלְן אַז עֶר זָאל זַיין מֶלֶךְ. הָאבְּן זֵיי זִיךְ מְיַישֵׁב גֶעוֶוען זֵיי זָאלן מַאכְן בַּאלְן (דְהַיינוּ סְעוּדוֹת) כְּדֵי בַּיי דֶעם טְרוּנְק בְּשַׁעַת חֶדְוָה זָאל מֶען קֶענֶען דֶערְפוּן שְׁמוּעֶסן. הָאבְּן זֵיי גֶעמַאכְט אַ בַּאל בַּיי אִיטְלֶעכְן אִין אַ בַּאזוּנְדֶערְן טָאג.

אַז עֶס אִיז גֶעקוּמֶען דֶער בַּאל פוּן דֶעם דָאקְטָאר (דְהַיינוּ דִי בַּת קֵיסֶר) הָאט עֶר זֵיי גֶעגֶעבְּן פוּן זַיין וַויין וָואס עֶר הָאט גֶעהַאט כַּנַּ"ל זֶענֶען זֵיי שִׁיכּוֹר גֶעוָוארְן. בְּשַׁעַת חֶדְוָה, הָאבְּן זִיךְ דִי שָׂרֵי מְלוּכָה אָנְגֶערוּפְן: וָואס פַאר אַ שֵׁיינְקֵייט דָאס וָואלְט גֶעוֶוען, אַז דִי מַלְכָּה זָאל נֶעמֶען דֶעם דָאקְטָאר. הָאט זִיךְ דֶער דָאקְטָאר (דְהַיינוּ דִי בַּת קֵיסֶר) אָנְגֶערוּפְן: עֶס וָואלְט בְּוַודְאַי זֵייעֶר שֵׁיין גֶעוֶוען נָאר אַז מֶען זָאל דָאס רֶעדְן נִישְט מִיט קֵיין פַארְטְרוּנְקֶענֶעם מוֹיל. דִי מַלְכָּה הָאט זִיךְ אוֹיךְ אָנְגֶערוּפְן: עֶס וָואלְט זֵייעֶר שֵׁיין גֶעוֶוען אַז זִי זָאל נֶעמֶען דֶעם דָאקְטָאר, נָאר דִי מְדִינָה זָאל דְערוֹיף מַסְכִּים זַיין. הָאט זִיךְ וִוידֶער דֶער דָאקְטָאר אָנְגֶערוּפְן: עֶס וָואלְט בְּוַודְאַי זֵייעֶר שֵׁיין גֶעוֶוען נָאר אַז מֶען זָאל דָאס רֶעדְן נִישְט מִיט קֵיין פַארְטְרוּנְקֶענֶעם מוֹיל.
נָאךְ דֶעם אַז זֵיי הָאבְּן זִיךְ אוֹיסְגֶענִיכְטֶערְט[25] פוּן דֶעם שִׁכְּרוּת. הָאבְּן זִיךְ דֶערְמַאנְט דִי שָׂרִים, וָואס זֵיי הָאבְּן דָא גֶעזָאגְט. אוּן הָאבְּן זִיךְ גֶעשֶׁעמְט פַאר דֶער מַלְכָּה, וָואס זֵיי הָאבְּן אַזוֹינְס גֶעזָאגְט. נָאר זֵיי הָאבְּן זִיךְ מְיַישֵׁב גֶעוֶוען, דִי מַלְכָּה אַלֵיין הָאט דָאךְ אוֹיךְ דָאס גֶעזָאגְט. אוּן דִי מַלְכָּה הָאט זִיךְ אוֹיךְ גֶעשֶׁעמְט פַאר זֵיי. נָאר זִי הָאט זִיךְ מְיַישֵׁב גֶעוֶוען זֵיי אַלֵיין הָאבְּן דָאךְ אוֹיךְ דָאס גֶעזָאגְט. דֶערְוַוייל הָאט מֶען אָנְגֶעהוֹיבְּן דֶער פוּן צוּ שְׁמוּעֶסְן. אִיז אַזוֹי גֶעבְּלִיבְּן. הָאבְּן זֵיי זִיךְ מִתְחַתֵּן גֶעוֶוען דִי מַלְכָּה מִיט דֶעם דָאקְטָאר (דְהַיינוּ מִיט דֶער בַּת קֵיסֶר וָואס זֵיי הָאבְּן גֶעמֵיינְט אַז דָאס אִיז אַ דָאקְטָאר כַּנַּ"ל) אוּן זֶענֶען גֶעגַאנְגֶען אַהֵיים צוּ זֵייעֶר מְדִינָה.

וִוי דִי מְדִינָה הָאט דֶערְזֶען אַז זֵיי קוּמֶען זֶענֶען זֵיי זֵייעֶר פְרֵיילֶעךְ גֶעוָוארְן. וָוארְן עֶס אִיז שׁוֹין גֶעוֶוען אַ לַאנְגֶע צַייט, אַז דֶער בֶּן מֶלֶךְ אִיז אַוֶועק מִיט דֶער שִׁיף. אוּן מֶען הָאט נִישְט גֶעוואוּסְט וִוי עֶר אִיז. אוּן דֶער אַלְטֶער מֶלֶךְ אִיז דֶערְוַוייל גֶעשְׁטָארְבְּן, אֵיידֶער זֵיי זֶענֶען גֶעקוּמֶען. דֶערְוַוייל הָאבְּן זֵיי דֶערְזֶען אַז דֶער בֶּן מֶלֶךְ וָואס עֶר אִיז גֶעוֶוען זֵייעֶר מֶלֶךְ אִיז נִישְט דָא. הָאבְּן זֵיי גֶעפְרֶעגְט (דְהַיינוּ דִי מְדִינָה הָאט גֶעפְרֶעגְט) וִוי אִיז אוּנְזֶער מֶלֶךְ. הָאבְּן זֵיי דֶערְצֵיילְט זֵיי דִי גַאנְצֶע מַעֲשֶׂה. אַז דֶער בֶּן מֶלֶךְ אִיז שׁוֹין לַאנְג גֶעשְׁטָארְבְּן, אוּן אַז זֵיי הָאבְּן שׁוֹין אוֹיפְגֶענוּמֶען אַ נַייעֶם מֶלֶךְ, דֶעם וָואס עֶר גֵייט מִיט זֵיי (דְהַיינוּ דֶעם דָאקְטָאר דָאס אִיז דִי בַּת קֵיסֶר) הָאט זִיךְ דִי מְדִינָה זֵייעֶר גֶעפְרֵייט וָואס זֵיי הָאבְּן שׁוֹין אַ נַייעֶם מֶלֶךְ.

דֶער מֶלֶךּ (דְהַיינוּ דִי בַּת קֵיסֶר) הָאט גֶעהֵייסְן אוֹיסְרוּפְן אִין אַלֶע מְדִינוֹת אַז וִוי עֶס גֶעפִינְט זִיךְ עֶרְגֶעץ אַ גֵר אָדֶער אַ בּוֹרֵחַ דְהַיינוּ אַן אַנְטְלָאפֶענֶער אָדֶער אַ פַארְטְרִיבֶּענֶער זָאלְן זֵיי אַלֶע קוּמֶען אוֹיף דֶער חַתוּנָה, עֶס זָאל אֵיינֶער פוּן זֵיי נִישְט אָפְּגֵיין[26]. וֶועלְן זֵיי נֶעמֶען גְרוֹיסֶע מַתָּנוֹת. וִוידֶער הָאט גֶעהֵייסְן דֶער מֶלֶךְ (דְהַיינוּ דִי בַּת קֵיסֶר) אַז מֶען זָאל מַאכְן אַרוּם דֶער גַאנְצֶער שְׁטָאט קְוַואלְן אַרוּם אוּן אַרוּם. כְּדֵי אַז אֵיינֶער וֶועט וֶועלְן אַ טְרוּנְק טוּן, זָאל עֶר נִישְט בַּאדַארְפְן אַוֶועקְגֵיין אַ טְרוּנְק טוּן. נָאר אִיטְלֶעכֶער זָאל גֶעפִינֶען אַ קְוַואל לֶעבְּן זִיךְ. נָאךְ הָאט דֶער מֶלֶךְ (דְהַיינוּ דִי בַּת קֵיסֶר) גֶעהֵייסְן אַז מֶען זָאל זַיין צוּרָה אָפּמָאלְן בַּיי אִיטְלֶעכְן קְוַואל, אוּן מֶען זָאל שְׁטֶעלְן שׁוֹמְרִים, זֵיי זָאלְן הִיטְן, בְּאִים אַז אֵיינֶער וֶועט קוּמֶען אוּן וֶועט זִיךְ שְׁטַארְק צוּקוּקְן[27] צוּ דֶער צוּרָה (דְהַיינוּ צוּ דֶעם פָּארְטְרֶעט פוּן דֶעם מֶלֶךְ דָאס אִיז דִי בַּת קֵיסֶר כַּנַּ"ל) אוּן וֶועט מַאכְן אַ שְׁלֶעכְט פָּנִים, זָאל מֶען דֶעם מֶענְטְשׁ כַאפְּן אוּן מֶען זָאל אִים אַיינְזֶעצְן אִין דֶער תְּפִיסָה. הָאט מֶען אַלְץ אַזוֹי גֶעטָאן. זֶענֶען אָנְגֶעקוּמֶען דִי אַלֶע דְרַיי (דְהַיינוּ דֶער עֶרְשְׁטֶער בֶּן מֶלֶךְ וָואס עֶר אִיז דֶער רֶעכְטֶער חָתְן פוּן דֶער בַּת קֵיסֶר) וָואס זִי אִיז דָא מֶלֶךְ גֶעוָוארְן. אוּן דֶער זוּן פוּן דֶעם סוֹחֵר (וָואס דֶער פָאטֶער הָאט אִים פַארְטְרִיבְּן אִיבֶּער דֶער בַּת קֵיסֶר וָואס זִי אִיז פוּן אִים אַנְטְלָאפְן גֶעוָוארְן כַּנַּ"ל) אוּן דֶער מֶלֶךְ וָואס מֶען הָאט אִים פַארְטְרִיבְּן (אוֹיךְ אִיבֶּער דֶער בַּת קֵיסֶר וָואס זִי אִיז פוּן אִים אַנְטְלָאפְן גֶעוָוארְן מִיט דִי עֶלְף פַּאנִיס כַּנַּ"ל). אוּן אִיטְלֶעכֶער פוּן דִי דְרַיי הָאט דֶערְקֶענְט אַז דָאס אִיז אִיר צוּרָה. אוּן הָאבְּן זִיךְ זֵייעֶר צוּגֶעקוּקְט אוּן הָאבְּן זִיךְ דֶערְמַאנְט, אוּן הָאבְּן זִיךְ זֵייעֶר מְצַעֵר גֶעוֶוען. הָאט מֶען זֵיי גֶעכַאפְּט אִין דֶער תְּפִיסָה אַרַיין.

די קייסערס טאכטער געפינט איר ערשטן חתן[רעדאַקטירן]

בְּשַׁעַת חַתוּנָה הָאט דֶער מֶלֶךְ גֶעהֵייסְן (דְהַיינוּ דִי בַּת קֵיסֶר) אַז מֶען זָאל דִי שְׁבוּיִים בְּרֶענְגֶען פַאר אִים הָאט מֶען גֶעבְּרַאכְט דִי אַלֶע דְרַיי. הָאט זִי זֵיי דֶערְקֶענְט אוּן זֵיי הָאבְּן זִי נִישְׁט דֶערְקֶענְט מַחְמַת זִי אִיז גֶעגַאנְגֶען אָנגֶעטָאן וִוי אַ מַאנְצְבִּיל. הָאט זִיךְ אָנְגֶערוּפְן דִי בַּת קֵיסֶר אוּן הָאט גֶעזָאגְט: דוּ מֶלֶךְ דִיךְ הָאט מֶען פַארְטְרִיבְּן אִיבֶּער דִי עֶלְף פַּאנִיס וָואס זֵיי זֶענֶען פַארְפַאלְן גֶעוָוארְן, נַאדִיר אָפּ[28] דַיינֶע פַּאנִיס. קֶער דִיךְ אוּם אַהֵיים צוּ דַיין מְדִינָה אוּן צוּ דַיין מְלוּכָה. דוּ סוֹחֵר (כְּלוֹמֶר פְרִיעֶר הָאט זִי גֶערֶעדְט צוּם מֶלֶךְ. הַיינְט הָאט זִי אָנְגֶעהוֹיבְּן צוּ רֶעדְן צוּם בֶּן הַסוֹחֵר הַנַּ"ל) דִיךְ הָאט דַיין טַאטֶע פַארְטְרִיבְּן אִיבֶּער דֶער שִׁיף מִיט דֶער סְחוֹרָה וָואס עֶס אִיז פַארְפַאלְן גֶעוָוארְן, (כַּנַּ"ל) נַאדִיר אָפּ דַיין שִׁיף מִיט גָאר דֶער סְחוֹרָה. אוּן דֶער פַאר וָואס דַיין גֶעלְט אִיז אַזוֹי לַאנְג אוֹיסְן גֶעוֶוען[29], דֶערְפַאר הָאסְטוּ הַיינְט מֶער עֲשִׁירוּת אִין דֶער שִׁיף כִּפְלֵי כִּפְלַיִם מֶער פוּן פְרִיעֶר (וָוארְן הַיינְט אִיז נָאךְ גֶעוֶוען אִין דֶער שִׁיף דָאס גְרוֹיסֶע עֲשִׁירוּת פוּן דִי רוֹצְחִים כַּנַּ"ל). אוּן דוּ בֶּן מֶלֶךְ (דְהַיינוּ דֶער עֶרְשְׁטֶער בֶּן מֶלֶךְ וָואס עֶר אִיז בֱּאֶמֶת דֶער חָתְן) קוּם אַהֶער לָאמִיר אַהֵיים פָארְן. הָאבְּן זֵיי זִיךְ אוּמְגֶעקֶערְט אַהֵיים. אָמֵן וְאָמֵן.

הערות שוליים[רעדאַקטירן]

  1. הַארְבֶּערִיק = קְרֶעטְשְמֶע = אכסניה, פונדק.
  2. פִינְגֶערְל = רִינְג = טבעת.
  3. לויטן גראמטיק מ'דארף שרייבן אוּן הָאט זִי אַרוֹיפְגֶעטָאן.
  4. דער טייטש פון "דערקלערן" איז – להצהיר, לפרש, לחות דעת, להכריז. לכאורה דארף שטיין "אויספרעגן" וואס דער טייטש איז – לחקור, לשאול, לדרוש.
  5. ריכטן זיך = לצפות, לקוות.
  6. חלשות = התעלפות. חלשן = התעלף. ער איז פארחלשט = הוא בהתעלפות, בחוסר הכרה.
  7. דערמונטערן = לחזק, לדרבן, לעודד.
  8. בארטן = חוף ים. בעברית מתרגם ר' נתן סְפָר. (מ'ניצט דאס ווארט "בארטן" אויף דעם טייל פון אן אינזל אדער א קאנטינענט לעבן אן אקעאן. א "ברעג ים" קען באדייטן יעדע יבשה וואס איז לעבן א וואסער).
  9. פארערט געווארן = פארלוירן געווארן.
  10. אומגיין = התהלך, הלך הנה והנה.
  11. געניט = מנוסה.
  12. לפי ר' נתן בספורי מעשיות בעברית הכוונה "להתקרב".
  13. אפגעבונדן = אויפגעבונדן.
  14. צולאזן = להתיר להתקרב או להכנס למקום מסוים. וצ"ע הלשון "צולאזן" בענינינו שהכוונה להתיר את הבדים של הספינה (מפרשים) שלשון זה לא מתאים. וצריך לומר "אויפגעבונדן".
  15. לייוונט = בד. הכוונה למפרשים.
  16. רודערס = משוטים, הגה של הסירה.
  17. פאניס = לפי התרגום בעברית מר' נתן פירושו "בנות שרים".
  18. מאנצביל = גבר, זכר. מאנצביליש = גברי.
  19. שטיפן = התקנדס, השתולל.
  20. זעגל = מפרש. זעגלבוים = עמוד שעליו תלוי המפרש.
  21. פּליך = קרחת
  22. ברען בריל = א פארגרעסער גלאז = זכוכית מגדלת.
  23. בריען = לעשות כויה.
  24. געפידלער = רעש.
  25. אויסניכטערן זיך = התפכח.
  26. אפּגיין = התרחק, סור.
  27. צוקוקן = התבונן, הסתכל.
  28. נאדיר אפ = נעם דיר אפ = קח לך בחזרה. נעם אפ = קח בחזרה. אפנעמען = לקחת בחזרה.
  29. אויסן געווען = היה מחוץ. דהיינו שלא היה בשימוש.