מעשה א אבידת בת מלך חלק א

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מפתחות_ספורי_מעשיות

אבידת בת המלך

אִין וֶועג הָאבּ אִיךְ דֶערְצֵיילְט אַ מַעֲשֶׂה. וָואס וֶוער עֶס הָאט זִי גֶעהֶערְט הָאט גֶעהַאט אַ הִרְהוּר תְּשׁוּבָה אוּן דָאס אִיז דִי מַעֲשֶׂה.

די בת מלך ווערט פאלוירן[רעדאַקטירן]

אַ מָאל אִיז גֶעוֶוען אַ מֶלֶךְ, דֶער מֶלֶךְ הָאט גֶעהַאט זֶעקְס זִין אוּן אֵיין טָאכְטֶער. דִי טָאכְטֶער אִיז בַּיי אִים זֵייעֶר חָשׁוּב גֶעוֶוען[1], אוּן עֶר הָאט זִי זֵייעֶר מְחַבֵב גֶעוֶוען (כְּלוֹמֶר גֶעלִיבְּט)[2] אוּן הָאט זִיךְ מִיט אִיר זֵייעֶר מְשַׁעֲשֵׁעַ[3] גֶעוֶוען.
אַמָאל אִיז עֶר מִיט אִיר גֶעוֶוען אִין אֵיינֶעם[4] אִין עֶפֶּעס אַ טָאג, אוּן אִיז אוֹיף אִיר בְּרוֹגֶז גֶעוָוארְן. הָאט זִיךְ אִים אַרוֹיסְגֶעכַאפְּט[5] אַ וָוארְט "דֶער נִישְט גוּטֶער זָאל דִיךְ אַוֶועקְנֶעמֶען". בַּיי נַאכְט אִיז זִי גֶעגַאנְגֶען אִין אִיר חֵדֶר אַרַיין. אִין דֶער פְרִי הָאט מֶען נִישְט גֶעוואוּסְט וִוי זִי אִיז.
הָאט זִיךְ דֶער פָאטֶער[6] (דְהַייְנוּ דֶער מֶלֶךְ) זֵייעֶר מְצַעֵר גֶעוֶוען אוּן אִיז גֶעגַאנְגֶען זִי זוּכִן אַהִין אוּן אַהֶער.

דער שני למלכות זוכט די בת מלך א לאנגע צייט ביז ער האט זי געפונען[רעדאַקטירן]

אִיז אוֹיפגֶעשְׁטַאנֶען דֶער שֵׁנִי לְמַלְכוּת. מַחֲמַת[7] עֶר הָאט גֶעזֶען. דֶער מֶלֶךְ הָאט גְרוֹיס צַעַר. אוּן הָאט גֶעבֶּעטִן אַז מֶען זָאל אִים גֶעבֶּן אַ מְשָׁרֵת מִיט אַ פֶערְד. אוּן גֶעלְט אוֹיף הוֹצָאוֹת. אוּן אִיז גֶעגַאנְגֶען זִי זוּכְן. הָאט עֶר זִי זֵיעֶר גֶעזוּכְט. זֵייעֶר אַ לַאנְגֶע צַייט[8], בִּיז עֶר הָאט זִי גֶעפוּנֶען.

(הַיינְט[9] דֶערְצֵיילְט עֶר וִוי אַזוֹי עֶר הָאט זִי גֶעזוּכְט בִּיז עֶר הָאט זִי גֶעפוּנֶען) אִיז עֶר גֶעגַאנְגֶען אַ לַאנְגֶע צַייט. אוּן[10] אִין מִדְבָּרִיוֹת אוּן אִין פֶעלְדֶער אוּן אִין וֶועלדֶער אוּן הָאט זִי גֶעזוּכְט זֵייעֶר אַ לַאנְגֶע צַייט. אִיז עֶר גֶעגַאנְגֶען אִין מִדְבָּר אוּן הָאט גֶעזֶען אַ וֶועג פוּן דֶער זַייט. הָאט עֶר זִיךְ מְיַישֵׁב גִעוֶוען בַּאֲשֶׁר אִיךְ גֵיי אַזוֹי אַ לַאנְגֶע צַייט אִין דֶער מִדְבָּר אוּן קָאן[11] זִי נִיט גֶעפִינֶען. לָאם אִיךְ גֵייעֶן
[12] אוֹיף דֶעם וֶועג. טָאמֶער וֶועל אִיךְ קוּמֶען צוּ אֵיין יִשׁוּב.
אִיז עֶר גֶעגַאנְגֶען אַ לַאנְגֶע צַייט, דֶער נָאךְ הָאט עֶר גֶעזֶען אַ שְׁלָאס אוּן אַסַאךְ חֲיָילוֹת[13] שְׁטֵייעֶן אַרוּם. אוּן דֶער שְׁלָאס אִיז גֶעוֶוען זֵייעֶר שֵׁיין, אוּן דִי חַיָילוֹת זֶענֶען אַרוּמְגֶעשְׁטַאנֶען כְּסֵדֶר זֵייעֶר פַיין. הָאט עֶר מוֹרָא גֶעהַאט פַאר דִי חֲיָילוֹת. טָאמֶער וֶועלְן זֵיי אִים נִישְט לָאזְן אַרַיינְגֵיין. הָאט עֶר זִיךְ מְיַישֵׁב גֶעוֶוען אִיךְ וֶועל מִיךְ פְּרוּוֶון. אוּן הָאט אִיבֶּערְגֶעלָאזְט דָאס פֶערְד, אוּן אִיז גֶעגַאנְגֶען צוּם שְׁלָאס[14]. הָאט מֶען אִים גֶעלָאזְט. אוּן מֶען הָאט אִים גָאר נִישְט מְעַכֵּב גֶעוֶוען.

אוּן עֶר אִיז גֶעגַאנְגֶען פוּן אֵיין חֵדֶר צוּם אַנְדֶערְן אוּן מֶען הָאט אִים נִישְט גֶעוֶוערְט[15]. אִיז עֶר גֶעקוּמֶען צוּ אַ פַּאלַאץ. הָאט עֶר גֶעזֶען, דֶער מֶלֶךְ זִיצְט דָארְט[16] אִין אַ קְרוֹין. אוּן אַסַאךְ חַיָילוֹת שְׁטֵייעֶן אַרוּם אִים. אוּן אַ סַאךְ שְׁפִּילְן אוֹיף כֵּלִים פַאר אִים אוּן עֶס אִיז דָארְט זֵייעֶר שֵׁיין אוּן פַיין גֶעוֶוען. אוּן דֶער מֶלֶךְ אוּן קֵיינֶער פוּן זֵיי הָאט אִים גָאר נִישְט גֶעפְרֶעגְט.
אוּן עֶר הָאט דָארְט גֶעזֶען גוּטֶע מַאֲכָלִים. אִיז עֶר גֶעגַאנְגֶען אוּן הָאט גֶעגֶעסִן. אוּן אִיז גֶעגַאנְגֶען אוּן הָאט זִיךְ גֶעלֵייגְט אִין אַ וִוינְקֶעלֶע עֶר זָאל זֶען וָואס דָארְטְן וֶועט זִיךְ טוּן, הָאט עֶר גֶעזֶען דֶער מֶלֶךְ הָאט גֶעהֵייסְן מֶען זָאל בְּרֶענְגֶען דִי מַלְכָּה. אִיז מֶען גֶעגַאנְגֶען זִי בְּרֶענְגֶען. אִיז דָארְטְן גֶעוֶוען אַ גְרוֹיסֶער רַעַשׁ אוּן אַ גְרוֹיסֶע שִׂמְחָה, אוּן דִי קַאפֶּעלְיֶעס הָאבֶּן זֵייעֶר גֶעשְׁפִּילְט אוּן גֶעזוּנְגֶען. וַוייל מֶען הָאט גֶעבְּרַאכְט דִי מַלְכָּה. אוּן מֶען הָאט אִיר גֶעשְׁטֶעלְט אַ שְׁטוּל[17], אוּן מֶען הָאט זִי גֶעזֶעצְט לֶעבִּין אִים. אוּן דָאס אִיז גֶעוֶוען דִי בַּת מֶלֶךְ. אוּן עֶר הָאט זִי גֶעזֶען אוּן הָאט זִי דֶערְקֶענְט.
נָאךְ דֶעם[18] הָאט דִי מַלְכָּה אַ קוּק גֶעטָאן אוּן הָאט גֶעזֶען אֵיינֶער לִיגְט אִין אַ וִוינְקֶעלֶע הָאט זִי אִים דֶערְקֶענְט, אִיז זִי אוֹיפְגֶעשְׁטַאנֶען פוּן דֶער שְׁטוּל אוּן אִיז צוּ אִים גֶעגַאנְגֶען אוּן הָאט אִים אָנְגֶערִירְט, אוּן הָאט אִים גֶעפְרֶעגְט קָאנְסְטוּ מִיךְ[19]? הָאט עֶר אִיר גֶעעֶנְפֶערְט יָא. אִיךְ קֶען דִיךְ דוּ בִּיסְט דִי בַּת מֶלֶךְ וָואס אִיז פַארפַאלְן גֶעוָוארְן[20]. הָאט עֶר זִי גֶעפְרֶעגְט וִוי קוּמְסְטוּ אַהֶער. הָאט זִי אִים גֶעעֶנְפֶערְט וַוייל דֶעם טַאטִן הָאט זִיךְ אִים אַרוֹיסְגֶעכַאפְּט דָאס וָוארְט (הַיְינוּ אַז דֶער נִישְט גוּטֶער זָאל דִיךְ נֶעמֶען) אוּן דָא אִיז דָאס אָרְט וָואס אִיז נִישְט גוּט. הָאט עֶר אִיר דֶערְצֵיילְט אַז אִיר פָאטֶער אִיז זִיךְ זֵייעֶר מְצַעֵר. אוּן עֶר זוּכְט זִי כַּמָה וְכַּמָה שָׁנִים.

די עצה ווי אזוי מ'קענט זי ארויסנעמען, און דער שני למלכות האלט נישט אויס[רעדאַקטירן]

אוּן הָאט זִי גֶעפְרֶעגְט. וִוי אַזוֹי קֶען אִיךְ דִיךְ אַרוֹיסְנֶעמֶען. הָאט זִי אִים גֶעעֶנְפֶערְט. דוּ קָאנְסְט מִיךְ נִישְט אַרוֹיסְנֶעמֶען. סַיידְן אַז דוּ זָאלְסְט דִיר אוֹיסקְלוֹיבְּן אַן אָרְט אוּן זָאלְסְט דָארְט זִיצְן אֵיין יָאר. אוּן אַ גַאנְץ יָאר זָאלְסְטוּ בֶּענְקֶען נָאךְ מִיר זָאלְסְט מִיךְ אַרוֹיסְנֶעמֶען, אוּן וֶוען דוּ וֶועסְט הָאבְּן צַייט זָאלְסְטוּ רַק בֶּענְקֶען אוּן וֶועלְן אוּן הָאפְן מִיךְ אַרוֹיסְצוּנֶעמֶען. אוּן זָאלְסְט פַאסְטְן. אוּן אִין דֶעם אוּנְטֶערְשְׁטְן טָאג פוּן דֶעם יָאר זָאלְסְטוּ פַאסְטְן אוּן זָאלְסְט נִיט שְׁלָאפְן דֶעם גַאנְצְן מֵעֵת לְעֵת.

אִיז עֶר גֶעגַאנְגֶען אוּן הָאט אַזוֹי גֶעטָאן. אוּן צוּם סוֹף יָאר דֶער אוּנְטֶערְשְׁטְן טָאג. הָאט עֶר גֶעפַאסְט. אוּן הָאט נִיט גֶעשְׁלָאפְן. אוּן הָאט זִיךְ אוֹיפְגֶעהוֹיבְּן. אוּן אִיז אַהִין גֶעגַאנְגֶען (הַיְינוּ צוּ דֶער בַּת מֶלֶךְ זִי אַרוֹיס צוּ נֶעמֶען) הָאט עֶר דֶערְזֶען אַ בּוֹים אוֹף דֶעם בּוֹים הָאבְּן גֶעוָואקְסְן[21] זֵייעֶר שֵׁיינֶע עֶפְּל.[22], הָאט זִיךְ אִים זֵייעֶר גֶעגְלוּסְט אוּן אִיז גִעגַאנְגֶען. אוּן הָאט גִעגֶעסֶען פוּן זֵיי. תֵּיכֶּף וִוי עֶר הָאט גֶעגֶעסֶן דֶעם עֶפְּל. אִיז עֶר אַנִידֶערְגֶעפַאלְן אוּן עֶס הָאט אִים אָנְגֶעכַאפְּט אַ שְׁלָאף. אוּן הָאט גֶעשְׁלָאפְן זֵייעֶר אַ לַאנְגֶע צַייט.
הָאט דֶער מְשָׁרֵת אִים גֶעוֶועקְט, אוּן עֶר הָאט אִים נִיט גֶעקָאנְט דֶערְוֶועקְן, דֶער נָאךְ הָאט עֶר זִיךְ אוֹיפְגֶעכַאפְּט פוּן דֶעם שְׁלָאף. פְרֶעגְט עֶר דֶעם מְשָׁרֵת. וִוי בִּין אִיךְ אִין דֶער וֶועלְט. הָאט עֶר אִים דֶערְצֵיילְט דִי גַאנְצֶע מַעֲשֶׂה. דוּ שְׁלָאפְסְט שׁוֹין זֵייעֶר אַ לַאנְגֶע צַייט. עֶס אִיז שׁוֹין כַּמָה שָׁנִים. אַז דוּ שְׁלָאפְסְט. אוּן אִיךְ הָאבּ מִיךְ מְפַרְנֵס גֶעוֶוען פוּן דִי פֵּרוֹת הָאט עֶר זִיךְ זֵייעֶר מְצַעֵר גֶעוֶוען. אוּן אִיז אַהִין גֶעגַאנְגֶען אוּן הָאט זִי גֶעפוּנֶען דָארְט (הַיְינוּ דִי בַּת מֶלֶךְ).

הָאט זִי זִיךְ פַאר אִים זֵייעֶר גֶעקְלָאגְט אוּן זֵייעֶר זִיךְ מְצַעֶר גֶעוֶוען. פוּן אֵיין טָאג וֶועגְן הָאסְטוּ אָנְגֶעוָוארְן[23] (כְּלוֹמֶר אִיבֶּער דֶעם וָואס דוּ הָאסְט זִיךְ נִיט גֶעקָאנְט אַיינְהַאלְטְן אֵיין טָאג. אוּן הָאסְט גֶעגֶעסְן דֶעם עֶפִּל אִיבֶּער דֶעם הָאסְטוּ אָנְגֶעוָוארְן) וָוארְן דוּ זָאלְסְט[24] גֶעוֶוען קוּמֶען אִין דֶעם טָאג וָואלְסְטוּ מִיךְ אַרוֹיסְגֶענוּמֶען. לוּשְׁמִיר[25] נִישְט צוּ עֶסִן אִיז זֵייעֶר אַ שְׁוֶוערֶע זַאךְ. בִּפְרַט דֶעם אוּנְטֶערְשְׁטְן טָאג. דֶעמָאלְט אִיז זִיךְ דֶער יֵצֶר הָרָע זֵייעֶר מִתְגַבֵּר. עַל כֵּן זָאלְסְטוּ דִיר וִוידֶער אוֹיסְקְלוֹיבְּן אַן אָרְט. אוּן זָאלְסְט וִוידֶער זִיצְן דָארְט אֵיין יָאר. אוּן אִין דֶעם אוּנְטֶערְשְׁטְן טָאג זָאלְסְטוּ שׁוֹין מֶעגְן עֶסְן. נָאר זָאלְסְט נִישְט שְׁלָאפְן. אוּן זָאלְסְט קֵיין וַויין נִישְט טְרִינְקֶען כְּדֵי דוּ זָאלְסְט נִישְט שְׁלָאפֶן, וָוארְן דֶער עִיקָר אִיז דֶער שְׁלָאף. אִיז עֶר גֶעגַאנְגֶען אוּן הָאט אַזוֹי גֶעטָאן. דֶעם אוּנְטֶערְשְׁטְן טָאג אִיז עֶר אַהִינְגֶעגַאנְגֶען. הָאט עֶר גֶעזֶעְן אַ קְוַואל גֵיין. אוּן דִי מַרְאֶה פוּן דֶעם קְוַואל אִיז גֶעוֶוען רוֹיט. אוּן דֶער רֵיחַ אִיז גֶעוֶוען פוּן וַויין. הָאט עֶר גֶעפְרֶעגְט דֶעם מְשָׁרֵת הָאסְטוּ גֶעזֶעְן. דָאס אִיז אַ קְוַואל (קֶער צוּ זַיין[26] אִין אִים וַואסֶער) אוּן דִי מַרְאֶה אִיז רוֹיט. אוּן דֶער רֵיחַ אִיז פוּן וַויין. אוּן אִיז גֶעגַאנְגֶען אוּן הָאט עֶפֶּעס פַארְזוּכְט פוּן דֶעם קְוַואל. אִיז עֶר תֵּיכֶּף אַנִידֶערְגֶעפַאלְן אוּן הָאט גֶעשְׁלָאפְן כַּמָה שָׁנִים זִיבֶּעצִיק יָאר.

דער באקלאג פון דער בת מלכה, און וואו מ'קען זי יעצט געפינען[רעדאַקטירן]

זֶענֶען גֶעגַאנְגֶען אַסַאךְ חֲיָילוֹת מִיט דִי אַבַּרְזִין[27] וָואס גֵייעֶן זֵיי נָאךְ. אוּן דֶער מְשָׁרֵת הָאט זִיךְ בַּאהַאלְטְן פַאר דִי חֲיָילוֹת[28]. נָאךְ דֶעם אִיז גֶעגַאנְגֶען אַ קַארֶעטֶע[29] אוּן דָארְט אִיז גֶעזֶעסְן דִי בַּת מֶלֶךְ. הָאט זִי זִיךְ גֶעשְׁטֶעלְט לֶעבֶּן אִים. אוּן אִיז אַרָאפּ גֶעגַאנְגֶען. אוּן הָאט זִיךְ גֶעזֶעצְט לֶעבֶּן אִים. אוּן הָאט אִים דֶערְקֶענְט. אוּן הָאט אִים זֵייעֶר גֶעוֶועקְט. עֶר הָאט זִיךְ אָבֶּער נִיט גֶעקֶענְט דֶערְוֶועקְן, הָאט זִי אָנְגֶעהוֹיבְּן צוּ קְלָאגְן אוֹיף אִים. בַּאֲשֶׁר אַזוֹי פִיל אוּן אַזוֹי פִיל יְגִיעוֹת אוּן טֶרְחוֹת. אַזוֹי פִיל יָארְן וָואס דוּ מוּטְשֶׁעסְט דִיךְ אוּן הָארֶעוֶועסְט אַזוֹי לַאנְג כְּדֵי אַז דוּ זָאלְסְט מִיךְ אַרוֹיסְנֶעמֶען, אוּן פוּן אֵיין טָאג וֶועגְן וָואס דוּ הָאסְט גֶעקָאנְט מִיךְ אַרוֹיסְנֶעמֶען. הָאסְטוּ גָאר אָנְגֶעוָוארְן. אוּן זִי הָאט זֵייעֶר גֶעוֵויינְט. זִי הָאט גֶעזָאגְט: עֶס אִיז אַ גְרוֹיס רַחֲמָנוּת אוֹיף דִיר אוּן אוֹיף מִיר. אַזוֹי א לַאנְגֶע צַייט וָואס אִיךְ בִּין דָא. אוּן קָאן נִיט אַרוֹיס וְכוּ'. דֶער נָאךְ הָאט זִי גֶענוּמֶען אַ פַאטְשֵׁיילֶע[30] פוּן דֶעם קָאפּ. אוּן הָאט אוֹיף אִיר אָנְגֶעשְׁרִיבְּן מִיט אִירֶע טְרֶערֶן אוּן הָאט אַנִידֶערְגֶעלֵייגְט לֶעבְּן אִים אוּן אִיז אוֹיפְגֶעשְׁטַאנֶען אוּן הָאט זִיךְ אַרַיינְגֶעזֶעצְט אִין דֶער קַארֶעטֶע, אוּן אִיז אַוֶועקְגֶעפָארְן.

דֶער נָאךְ הָאט עֶר זִיךְ אוֹיף גִעכַאפְּט אוּן הָאט גִעפְרֶעגְט דֶעם מְשָׁרֵת. וִוי בִּין אִיךְ אִין דֶער וֶועלְט, הָאט עֶר אִים דֶערצֵיילְט דִי גַאנְצֶע מַעֲשֵׂה. אוּן אַזוֹי אַסַאךְ חֲיָילוֹת זֶענֶען דוֹרְךְ גִעגַאנְגֶען. אוּן אַז עֶס אִיז דָא גִעוֶוען דִי קַארִעטֶע. אוּן אַז זִי הָאט גִעוֵויינְט אִיבֶּער אִים. אוּן זִי הָאט גִעשְׁרִיגְן עֶס אִיז אֵיין גְרוֹיס רַחֲמָנוּת אוֹיף דִיר אוּן אוֹיף מִיר. וְכוּ' כַּנַּ"ל. דֶער וַוייל הָאט עֶר אֵיין בְּלִיק גִעטָאן הָאט עֶר דֶער זֶען דִי פַַאטְשֵׁיילֶע לִיגְט לֶעבִּין אִים הָאט עֶר גִעפְרֶעגְט פוּן וַואנֶען אִיז דָאס. הָאט עֶר אִים גִעעֶנְפֶערְט. זִי הָאט עֶס אִיבֶּער גִעלָאזְט אוּן הָאט אוֹיף אִיר אָן גִעשְׁרִיבְּן מִיט אִירֶע טְרֶערִן הָאט עֶר (אִים) גִענוּמֶען דִי פַאטְשֵׁיילֶע אוּן הָאט זִי אוֹיפגִעהוֹיבְּן אַקֶעגְן דֶער זוּן. הָאט עֶר אָנְגֶעהוֹיבְּן צוּ זֶען דִי אוֹתִיוֹת, הָאט עֶר אִיבֶּערְגֶעלֵיינְט וָואס דָארְט אִיז גֶעשְׁטַאנֶען אִיר קְלָאגְן אוּן אִיר גִעשְׁרֵיי כַּנַּ"ל. אוּן (דָארְט אִיז גֶעשְׁטַאנֶען גֶעשְׁרִיבֶּן) אַז הַיינְט אִיז זִי שׁוֹין נִישְט אִין דֶעם שְׁלָאס (וָואס אוֹיבְּן אִיז גֶעשְׁטַאנֶען) נָאר עֶר זָאל זוּכְן אַ גָאלְדֶענֶעם בַּארְג מִיט אַ פֶּערְלְנֶעם שְׁלָאס דָארְט וֶועסְטוּ מִיךְ גֶעפִינֶען.

המשך מעשה א

הערות שוליים[רעדאַקטירן]

  1. זייער חשוב געווען = זייער וויכטיק געווען.
  2. ליבן = אהב חבב. ליב האבן = אהב. האלד האבן, הָאלד באקומען = חבב.
  3. השתעשע = פארברענגען. און האט זיך מיט איר זייער משעשע געווען = און האט מיט איר זייער פארברענגט.
  4. אין איינעם = צוזאמען.
  5. ארויסכאפן = חטוף מתוך. ארויסגעכאט = נחטף מתוך. משמע שנחטף לו המשפט מהפה שלא ברצונו.
  6. פאטער = טאטע.
  7. מחמת = ווייל
  8. "האט ער זי זייער געזוכט, זייער א לאנגע צייט" כפל לשון שמראה על רבוי החיפוש.
  9. היינט = יעצט, איצט. נ.ב. ל"היינט" יש שני פירושים, תלוי מה כוונת המדבר. א. אם הוא אומר היום הלכתי, תרגומו: "היינט". ב. אם הוא אומר עכשיו הלכתי, תרגומו: היינט, יעצט, איצט
  10. לכאורה דאס ווארט "און" איז איבעריק.
  11. קאן = קען.
  12. ס'דארף שטיין לאמיר וועל איך גיין, און ס'מיינט אויף זיך אליין (איינצאל). אדער לאמיר מיר וועלן גיין, און ס'מיינט אויף אים מיט זיין משרת און פערד (מערצאל). אבער דער זאץ "לאם איך גייען" האט נישט קיין באדייטונג.
  13. חיילות = צבא, אנשי מלחמה.
  14. צום שלאס = צו דעם שלאס.
  15. געווערט = פארווערט =לא אסרו עליו. פארווערטן =לאסור.
  16. דארט = דארטן.
  17. שטול =בענקל.
  18. נאך דעם = דערנאך = נאכער.
  19. קאנסטו מיך = קענסטו מיך.
  20. פארפאלן געווארן = פארלוירן געווארן.
  21. "האבן געוואקסן". לויטן גראמאטיק דארף מען זאגן "זיינען געוואקסן".
  22. דאס ווארט "עפל" האט נישט קיין מערצאל. מ'זאגט "עפל" סיי פאר איין עפל סיי פאר א סאך. פאר קליינע עפאלעך זאגט מען עפאלעך.
  23. אנווערן = פארלוירן = דערלייגן.
  24. "דו זאלסט געווען קומען אין דעם טאג" לכאורה ס'דארף שטיין "דו וואלסט געווען קומען אין דעם טאג".
  25. לושמיר = ווירקלעך = אמנם.
  26. קער צו זיין אין אים = פאסט צו זיין אין אים.
  27. אברזין = א. מכסה של עור. ב. "ברעזענט" בד חזק ובלתי חדיר למים. המילה "אברזין" היא לא מילה באידיש אלא בלשון הגמרא. עיין בבא קמא סו ב "מעיקרא קרו ליה משכא (עור) והשתא אברזין". המילב "בראזענט" היא מילה בין לאומית שמשתמשים בה גם באידיש. וצריך להבין למה הרבי נקט כאן את המילה התלמודית "אברזין" ולא "בראזענט" בשפה המדוברת.
  28. "פאר די חיילות". צ"ל "פון די חיילות".
  29. קארעטע = מרכבה, מרכבת המלך.
  30. פאטשיילע = מטפחת עבה שמתעטפים בה.