טשופטשיק

פֿון װיקיביבליאָטעק

שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן


געזונגען דורך יום טוב הערליך


טשופּטשיק

טשופטשיק טשופטשיק, טשופטשיק קוטשוראַווי (געקרויזלטע האר)
ער האט א טשופ פון שווארצע שיינע האר
געבוירן אין רוסלאנד אין דער שטאט פּאָלטאַווע
א יתום געבליבן צו אנדערהאלבן יאר

מיט די יתומים האט ער זיך ערצויגן
זיין טאטע מאמע קיינמאל ניט געקענט
נישט געוואוסט פון וואנען האט ער זיינע שיינע אויגן
פון וואנען האט ער די איידעלע צוויי הענט

צו דרייצן יאָר האט ער גענומען שטייגן
אין פאבריק זיך ארבעטן געשטעלט
זיך אויסגעלערנט הונגערן און שווייגן
זיך אויסגעלערנט צו פיינט האבן די וועלט

ווען עס האט זיך די מלחמה אנגעפאנגען
איז ער געווארן אן אפיציר א העלד
איינמאל איז ער אין א שטורעם זיך געגאנגען
געבליבן ליגן א פארוואונדעטער אין פעלד

געפאנגען האבן איהם די דייטשן די באנדיטן
און פאר א אידן האט מען איהם דערקענט
און אפגעשיקט אין לאגער צו די אידן
און מיט אידן דארט האט ער זיך באקענט

איינער א איד האט איהם דערציילט דעם וואונדער
אז אידן האבן דאך א גרויסן שם
מען שלאגט און מען שלאגט און זיי גייען גארניט אונטער
און זיי ווערן נאר שטארקערער פון דעם

א צווייטער איד האט איהם דערציילט מיט מורא
אז אידן האבן אויך א שיינע לאנד
און א אלטער רב אים דערציילט פונעם גרויסן בורא
וואס יעדנס לעבן עס ליגט ביי איהם אין האנט

ווען טשופטשיק האט זיך פון דעם געטאן דערוויסן
האט ער די אידן שנעל ארגאניזירט
און ביינאכט די פּלויטן דורכגעריסן
און אין וואלד האט ער זיי אוועקגעפירט

פּאַרטיזאַנער זענען זיי געווארן
און פון שונא געמאכט א גרויסן תל
אויפגעריסן ווי א באן וואס האט געפארן
און אויפגעריסן ווי נאר א טונעל

נאך דער מלחמה האבן דיפּלאָמאַטן
איהם פארבעטן קיין רוסלאנד צוריק
טשופטשיק האט זיי געוויזן זיין גרויסן טלית קטן
און געזאגט זיי איך בין מוחל אייער גליק

טשופטשיק וואוינט היינט אין ירושלים
און מען רופט איהם אברהם דער פארטיזאן
ער וואקסט אין תורה און יראת שמים
און א משפחה איז אויך ביי איהם פאראן

אין ארץ־ישׂראל, פֿרעמדע ווינטן בלאָזן,
סאָלדאַטן, טאַנקען וווּ מען שטייט און גייט,
נישט אַ ייִד טאָר זיך אויף דעם פֿאַרלאָזן,
מען פֿרייט זיך נעבעך מיט דער פֿאַלשער פֿרייד.

טשופּטשיק זאָגט, ער וויל פֿון דעם נישט קאָנען,
נישט צוליב דעם בין איך געקומען דאָ אַהער,
נישט כּדאַי געווען די זעקס מיליאָנען,
פֿאַר אַ היטל פֿון אַן אָפֿיצער,

איך בין געווען אַן אָפֿיצער אַ גוטער,
איך האָב געקעמפֿט אויף דער לופֿט און אויף דער ערד,
פֿאַר די עראָפּלאַנען גיב איך נישט קיין פּרוטה
און די טאַנקען זײַנען גאָרנישט ווערט

מיליאָנען פֿײַנד שטייען גרייט אין די הויפֿן,
זיי קענען האָבן אָפֿיצערן מיט געווער,
העלפֿן קאָן נאָר איין גענעראַל פֿון אויבן,
דער קליינער תּהילים איז דער איינציקער געווער,

מיט געדולד וואַרט איך אויף דער ישועה
די גאולה איז פֿאַר זיי שוין אויף דער וועלט,
נאָר איידער עס וואַקסט אַרויס די גוטע תּבֿואה,
ווילדע גראָזן וואַקסן אויפֿן פֿעלד

שטעכעדיקע דערנער וואַקסן דאָרט כּסדר,
און פֿון גאָרטן מאַכן זיי אַ תּל,
דער בעל־הבית וועט מאַכן באַלד אַ סדר,
און די תּבֿואה וועט וואַקסן פֿײַן און שנעל,

ציון, ציון, דו וועסט זײַן צופֿרידן,
מען וועט פֿון דיר באַלד אַראָפּנעמען די שאַנד
און אַלע וועלן זען ווי שיין עס זענען די ייִדן,
און צו וועמען עס באַלאַנגט דאָס שיינע לאַנד

און אַלע וועלן זען ווי שיין עס זענען די ייִדן,
און צו וועמען עס באַלאַנגט דאָס שיינע לאַנד