טייטש יהואש תהלים פרק ט

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

תהלים פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ נא נב נג נד נה נו נז נח נט ס סא סב סג סד סה סו סז סח סט ע עא עב עג עד עה עו עז עח עט פ פא פב פג פד פה פו פז פח פט צ צא צב צג צד צה צו צז צח צט ק קא קב קג קד קה קו קז קח קט קי קיא קיב קיג קיד קטו קטז קיז קיח קיט קכ קכא קכב קכג קכד קכה קכו קכז קכח קכט קל קלא קלב קלג קלד קלה קלו קלז קלח קלט קמ קמא קמב קמג קמד קמה קמו קמז קמח קמט קנ       (אנדערע ווערסיעס פון תהלים ט)


א פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף מות-לַבֵן; אַ מזמור פֿון דָוִדן.
ב איך װעל לױבן גאָט מיט מײַן גאַנצן האַרצן, איך װעל דערצײלן אַלע דײַנע װוּנדער.
ג איך װעל זיך פֿרײען און לוסטיק זײַן מיט דיר, איך װעל באַזינגען דײַן נאָמען, דו העכסטער;
ד װען מײַנע פֿײַנט קערן זיך אַהינטער, װערן געשטרױכלט און גײען אונטער פֿאַר דיר,
ה װאָרום האָסט געטאָן מײַן משפּט און מײַן רעכט, האָסט זיך געזעצט אױפֿן טראָן, דו ריכטער גערעכטער.
ו האָסט אָנגעשריִען אױף די פֿעלקער, האָסט אונטערגעבראַכט דעם רָשע, זײער נאָמען האָסטו אױסגעמעקט אױף אײביק און שטענדיק.
ז דו פֿײַנט, פֿאַרלענדט זײַנען די חורבֿות אױף תּמיד; און שטעט האָסטו אױסגעריסן, זײער זכר איז אונטערגעגאַנגען,
ח אָבער גאָט װעט אײביק בלײַבן, ער שטעלט אױף צום משפּט זײַן טראָן;
ט און ער װעט משפּטן די װעלט מיט גערעכטיקײט, ער װעט דן זײַן די פֿעלקער מיט יושר.
י און גאָט װעט זײַן אַ פֿעסטונג דעם געדריקטן, אַ פֿעסטונג אין צײַטן פֿון נױט.
יא און פֿאַרזיכערן װעלן זיך אױף דיר די װאָס קענען דײַן נאָמען, װאָרום דו פֿאַרלאָזט ניט די װאָס זוכן דיך, גאָט.
יב זינגט צו גאָט, באַװױנער פֿון צִיון, דערצײלט צװישן די פֿעלקער זײַנע מעשׂים.
יג װאָרום דער אױפֿמאָנער פֿון בלוט געדענקט זײ, ער פֿאַרגעסט ניט דאָס געשרײ פֿון די פֿאַרליטענע.
יד לײַטזעליק מיך, גאָט, זע מײַן פּײַן פֿון מײַנע פֿײַנט, מײַן דערהײבער פֿון די טױערן פֿון טױט;
טו כּדי איך זאָל דערצײלן אַל דײַן לױב, אין די טױערן פֿון טאָכטער צִיון מיך פֿרײען מיט דײַן הילף.
טז אײַנגעזונקען זײַנען די פֿעלקער, אין דער גרוב װאָס זײ האָבן געמאַכט, אין דער נעץ װאָס זײ האָבן באַהאַלטן איז באַצװוּנגען זײער פֿוס.
יז גאָט איז באַװוּסט געװאָרן, ער האָט אַ משפּט געטאָן –אין דעם װערק פֿון זײַנע הענט איז געשטרױכלט געװאָרן דער רָשע. הִגָיון סֶלָה.
יח די רשָעים װעלן אָנקומען אין אונטערערד –אַלע פֿעלקער װאָס פֿאַרגעסן אָן גאָט.
יט װאָרום ניט שטענדיק װעט פֿאַרגעסן זײַן דער אבֿיון, די האָפֿענונג פֿון די אָרימע װעט ניט פֿאַרלאָרן זײַן אױף אײביק.
כ שטײ אױף, גאָט, זאָל דער מענטש ניט פֿאַרשײַט זײַן, זאָלן געמשפּט װערן די פֿעלקער פֿאַר דיר.
כא טו, גאָט, אַ מורא אױף זײ; זאָלן װיסן די פֿעלקער אַז זײ זײַנען נאָר מענטשן. סֶלָה.

ביאורי פסוקים