חומש בית יהודה שמות טו

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

שמות פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ

פרשת בשלח

א. [1] דענצמאל (אז) משה (האט געזען דאס נס וואס גאט האט געטאן צו דער ישראל), האט ער געזונגען מיט דער ישראל די דאזיקע שירה צו גאט. און זיי האבן געזאגט אזוי צו זאגן: לאמיר זינגען צו גאט, ווארום ער האט געהערשט איבער אלע הערשאפטן, דאס פערד מיט זיינע רייטער האט ער געווארפן אין ים.
ב. די שטארקייט און די פארשניידונג פון גאט, דאס איז געווען צו מיר צו א הילף, דער דאזיקער איז מיין גאט, און איך וועל באשיינען אים. (אדער איך וועל אים מאכן א וואוינונג, דאס הייסט אין וועל בויען א בית המקדש). דער גאט איז מיין פאטער, און איך וועל דערהייבן אים.
ג. גאט איז דער האר פון אלע מלחמות, (ער געוועלטיקט אויף אלע מלחמות, ווייל) זיין נאמען איז ה'.
ד. די רייטוועגן (= רייטוועגענער) פון פרעה און זיין חיל, האט ער געווארפן אין ים, און די אויסדערוויילטע פון זיינע עלצטע, זענען פארזונקען געווארן אין ים סוף.
ה. די אפּגרונטן האבן באדעקט די מצריים, זיי האבן גענידערט אין דעם טיפעניש אזוי ווי א שטיין.
ו. דיין רעכטע האנט גאט, איז געווארן באשיינט[2] מיט קראפט. דיין רעכטע האנט גאט, טוט צעברעכן דעם פיינד.
ז. און מיט פיל דיין הערשאפט, טוסטו צעפירן[3] דיינע פיינד (וואס שטייען אויף אקעגן דיר). דו טוסט שיקן דיין גרימצארן, ער טוט פארברענען ווי שטרוי.
ח. און מיט דעם ווינט פון דיינע נאזלעכער, זענען דאס וואסער פארגליווערט געווארן, און זיי זענען געבליבן שטיין אזוי ווי א מויער, דאס רינדיק וואסער. זיי זענען פארגליווערט געווארן די אפּגרונטן, אין דער שטארקייט פון דעם ים.
ט. דער פיינד פרעה בשעת ער האט אנגערדט זיין פאלק זיי זאלן נאכיאגן די ישראל, האט ער אזוי געזאגט: איך וועל זיי נאכיאגן, אין וועל זיי גרייכן, און וועל צעטיילן רויב. (וואס איך וועל ביי דער ישראל אוועקנעמען וועל איך מיך צעטיילן מיט מיינע שרים און מיינע קנעכט), עס וועט דערפולט ווערן (פון זיי) מיין ווילן, איך וועל אויסציען (= ארויסציען, ארויסנעמען) מיין שווערד, עס וועט פארארעמט זיי מיין האנט.
י. גאט האסט געווייעט (= געבלאזט) מיין דיין ווינט, האט זיי צוגעדעקט דעם ים. זיי זענען איינגעזונקען געווארן אזוי ווי א בּלײַ אין שטארקן וואסער.
יא. ווער איז אזוי דו גאט אין די שטארקע, ווער איז אזוי ווי דו וואס דו ביסט באשיינט מיט הייליקייט. פארכטיק מען זאל זאגן דיין לויב, ער טוט וואונדערלעכע זאכן.
יב. דו האסט גענייגט דיין רעכטע האנט, האט זיי (די מצריים) איינגעשלונגען די ערד.
יג. דו האסט געפירט מיט דיין חסד דאס פאלק וואס דא האסט אויסגעלייזט (מיינט מען די ישראל), דו האסט זיי געפירט מיט דיין שטארקייט צו דיין הייליקן וואוינונג.
יד. די פעלקער האבן געהערט, זענען זיי דערשראקן געווארן, א ציטערניש האט אנגעכאפּט די זיצערס, (די וואס וואוינען) אין לאנד פּלישתים.
טו. דענסטמאל זענען דערשראקן געווארן די הארן פון אדום, די הארן פון מואב האט אנגעכפּט זיי א ציטערניש, זיי זענען צוגעגאנגען אלע וואוינערס פון כנען.
טז. (משה רבינו האט געבעטן השי"ת און האט געזאגט: זאל פאלן אויף זיי (אויף די פעלקער) א פארכט און אנגסט, דורך דיין גרויסע שטארקייט זאלן זיי שווייגן ווי א שטיין, ביז עס וועט איבערפארן דיין פאלק גאט, ביז עס וועט איבערפארן דאס פאלק וואס דא האסט געקויפט. (אויסגעלייזט).
יז. דא זאלסט ברענגען זיי (די ישראל), און דו זאלסט פלאנצן זיי אויף דיין בארג, דיין ארב. דאס ארט (וואס איז אנגעגרייט) צו דיין זיצונג, (וואס) דו גאט האסט געווערקט. די הייליקייט גאט, וואס דיינע הענט האבן אנגעגרייט.
יח. גאט וועט קיניגן אויף אייביק.
יט. עס איז געקומען פערד פון פרעה, מיט זיין רייטוואגן, און מיט זיינע רייטער אין ים, האט גאט אויף זיי ווידערגעקערט דאס וואסער פון דעם ים. און די קינדער ישראל זענען געגאנגען טרוקן אין מיטן דעם ים. (פ)

כ. און מרים הנביאה די שוועסטער פון אהרן האט גענומען די פּויק אין איר האנט, זענען ארויסגעגאנגען אלע ווייבער נאך איר מיט פּויקן און מיט טאנצן. כא. און מרים האט געענטפערט די ווייבער: זינגט צו גאט, ווארום ער האט געהעשט איבער אלע הערשאפטן, דאס פערד מיט זיין רייטער האט גאט אריינגעווארפן אין ים. (ס)

כב. און משה האט געמאכט ציען (= פארן) די ישראל פון דעם ים סוף, און זיי זענען ארויסגעגאנגען צו דעם מדבר שור, און זיי זענען געגאנגען דריי טאג אין דעם מדבר, און האבן נישט געפונען וואסער.
כג. און זיי זענען געקומען אין דעם ארט וואס ווערט גערופן מרה, און זיי האבן נישט געקאנט טרינקען דאס וואסער פון דעם ארט מרה, ווארום (= ווייל) זיי זענען געווען ביטער. דרום האט מען גערופן דאס ארט מרה, (ווייל דאס וואסער פון דעם ארט איז געווען ביטער).
כד. און דאס פאלק געקריגט אויף משה, און האבן געזאגט: וואס וועלן מיר טרינקען.
כה. האט משה געשריגן צו גאט (און האט תפילה געטאן, די ישראל זאל האבן צו טרינקען), האט גאט געוויזן צו משה א האלץ, האט משה (דאס האלץ) אריינגעווארפן אין דעם וואסער, איז דאס וואסער זיס געווארן. דארטן האט גאט געטאן צו אים (צום פאלק ישראל) א געזעץ און א ריכט, און דארטן האט גאט געפּרוווט דאס פאלק.
כו. האט משה געזאגט (צו דער ישראל פון גאטס וועגן) : אויב הערן דו וועסט הערן צו דעם קול פון דיין גאט, און וואס רעכטפארטיק אין גאטס אויגן וועסטו טאן, און דו וועסט פארנעמען צו זיינע מצות, און דו וועסט היטן גאט זיינע געזעצן. גאר די קרענק וואס איך האב געטאן אין מצרים, וועל איך אויף דיר נישט טאן, ווארום איך גאט בין דיין היילער. (ס)

כז. זענען די ישראל אוועקגעגאנגען פון מרה, און זענען געקומען אין אילם, און דארטן איז געווען צוועלף קוואלן ברונעמער וואסער, און זיבעציק טייטל ביימער, האבן זיי דארטן גערוט ביי דעם וואסער.

ביאורי פסוקים

הערות שוליים

  1. די ווערטער וואס זיינען אין אזעלכע (קלאמערן), דאס איז דע ווערטער פון חומש בית יהודה, נאר ווייל זיי זיינען נישט דער טייטש פון די ווערטער, נאר זיי זיינען צולייגן אויף דעם פסוק כדי מבאר צו זיין דעם פסוק, דעריבער איך האב זיי אריינגעלייט אין ( ). און אזעלכע (= קלאמערן), איך האב אריינגעלייגט מבאר צו זיין א פאר ווערטער.
  2. באשיינט מיט קראפט. דער טייטש פון באשיינען, איז ווי אויסשיינען, ער טיישט ימינך ה' נאדרי בכח, אז דיין האנט איז שיין מיט דעם וואס זי האט כח. און אין תרגום טייטשט נאדרי, שטארק, אז דיין האנט איז שטארקט מיט דעם קראפט וואס זי האט.
  3. טוסטו צעפירן דיינע פיינד. דער טייטש פון צעפירן, איז ווי צעטיילן, צעשטרייען, פארשפּרייטן. אבער אין פסוק שטייט תהרוס קמיך, און דער טייטש פון תהרוס, איז צעשטערן, צעווארפן.