חומש בית יהודה אסתר ח

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

שיר השירים פרק א ב ג ד ה ו ז ח - רות פרק א ב ג ד - איכה פרק א ב ג ד ה - קהלת פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב - אסתר פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י    

א. נאך אין דעם זעלבן טאג האט דער קעניג אחשורוש אוועקגעגעבן די קעניגן אסתר דאס הויז פון דעם יידנפיינד המן, און מרדכי פארגעשטעלט געווארן פאר דעם קעניג, דען אסתר האט אים געזאגט וואס ער איז אירע.
ב. און דער קעניג האט זיין זיגל-רינג אראפּגענומען, וועלכן ער האט פון המן צוריקגענומען, און האט אים מרדכי'ן איבערגעבעבן, און אסתר האט געמאכט מרדכי'ן פאר א פארוואלטער איבער המנ'ס הויז.
ג. אסתר האט אבער ווידער גערעדט צום קעניג, און האט זיך צו זיינע פיס געווארפן, און זי האט געוויינט און אים שטארק געבעטן: צו פארניכטן די שלכעטס וואס המן האט אנגעמאכט, און זיינע בייזע געדאנקען וועגן די יידן.
ד. האט דער קעניג דערלאנגט אסתר'ן די גאלדענע רוט, איז זי אויפגעשטאנען פון דער ערד, און האט זיך גלייכגעשטעלט פארן קעניג.
ה. און האט אזוי געזאגט: ווען דער קעניג וועט גוט זיין, און איך האב ווירקלעך געפונען גונסט[1] (= חסד = גענאָד) אין זיינע אויגן, און מיין פארשלאָג וועט אים געפעלן, און איך האב אן אייגענעם ווערט אין זיינע אויגן, זאל מען שרייבן אז מען זאל צוריקנעמען די בריוו וועלכע זיינען די פרוכט פון המנ'ס שלעכטס געדאנקען, און אין וועלכע ער האט געשריבן דאס מען זאל אלע יידן פון קעניגס לענדער פארניכטן.
ו. דען ווי קען איך אויסהאלטן צו צוזען דאס אומגליק וואס מיין פאלק וועט טרעפן, און ווי קען איך דערטראגן צוזען דעם אונטערגאנג פון מיין פאמיליע. (ס)

ז. האט דער קעניג געזאגט צו די קעניגן אסתר'ן און צו מרדכי'ן דעם יידן: איך האב שוין המנ'ס הויז אוועקגעגעבן אסתר'ן, און אים אליין האט מען אויפגעהאנגען ווייל ער האט געוואלט שלעכטס טאן די יידן.
ח. און איר שרייבט וועגן די יידן אין קעניגלעכן נאמען ווי פאר אייך איז בעסער, און באזיגלט עס מיטן קעניגלעכן זיגל. דען יעדעס שרייבן וואס איז איינמאל אין קעניג'ס נאמען געשריבן און מיטן קעניגלעכן זיגל באזיגלט, קען מען עס שוין נישט צוריקנעמען.
ט. גלייך זיינען גערופן געווארן די קעניגלעכן געהיים שרייבערס, דאס איז געווען אין דריטן מאנאט סיון, דעם דריי און צוואנציקסטן, און מען האט געשריבן אלץ וואס מרדכי האט געהייסן וועגן די יידן, צו אלע סאטראַפּן, גובערנאַטאָרן, שטאטהאלטערס, פון אלע לענדער וואס געפינען זיך פון הודו ביז כוש, זיבן און צוואנציק לענדער, פאר יעדן לאנד אין איר שריפט, און פאר יעדער נאַציאָן (= נאַציע) אין איר שפּראך, און די די יידן אין זייער שריפט און שפּראך.
י. און עס איז געשריבן געווארן אין נאמען פון קעניג אחשורוש און מיט דעם קעניגלעכן זיגל באזיגלט, און די בריוו זיינען אפּגעשיקט געווארן דורך רייטענדער קוריערס אויף שנעלפיסיקע ראַסיקע, דראמאדערן און מוילטירן[2] (= מוילאייזלן).
יא. דאס דער קעניג האט געגעבן די יידן וואס געפינען זיך אין יעדער שטאט דערלויבעניש, זיך צו פארזאמלען און זיך צו פארטיידיקן, אויף צו פארטייליקן הרגענען און פארניכטן יעדער פיינדלעכער פאלקס-פארזאמלונג, אין יעדן לאנד וועלכע וועלן זיי וועלן שלעכטס טאן, זיי און זייערע קינדער און פרויען, און זייער פארמעגן צו פּלינדערן (= רויבן).
יב. די דערלובעניש איז געגעבן אויף איין טאג אין אלע קעניגלעכע לענדער וואס געהערן אחשורושן, אויף דעם דרייצנטן טאג פון צוועלפטן מאנאט, דאס איז אדר.
יג. א קפּיע פון דיזן (= דעם) באפעל זאל פאנאנדערגעטיילט ווערן אין יעדן לאנד, אלס א קעניגלעכער אוקאז (= באפעל), אום אלע אונטערטהאנען (= בירגערס) זאלן וויסן, און די יידן מעגן זיין פאַרגעגרייט אויך דיזן (= דעם) טאג, ראכע צו נעמען (= נקמה צו נעמען) פון זייערע פיינד.
יד. די קוריערס אויף ראסיקע און דראמאדערן זיינען דרינגענד (= דרינגלעך = אייליק) שנעל פאנאנדערגעפארן, מיטן קעניגלעכן אוקאז (= באפעל), און אין שושן איז איבעראל אויסגערופן געווארן. (ס)

טו. און מרדכי איז ארויס פון קעניג אנגעטאן אין געניקלעכע געוואנט וועלכע געווען הימל בלוי, און ווייס, און מען האט אים געטראגן אונטער א באלדאכן[3] (= אפּריון, חופּה) אויף וועלכן עס געווען א גאלדענע קרוין (כדעת הרלב"ג), און אויך געווען אויף אים א הילע פון ביסוס און פּורפּור, דאס זעענדיק זיינען די יידן פן שושן זייער פריילעך געווארן.
טז. די יידן איז געווארן ליכטיק, מען האט געמאכט פריידן-פעסטע, און איז געווען לוסטיק.
יז. און אין יעדער לאנד און יעדער שטאט וואו דער קייזערליכער אוקאז (= באפעל) איז אנגעקומען, האבן זיך די יידן שטארק געפרייט, און האבן בעלער געמאכט, און פילע מענטשן פון די פעלקער האבן זיך מגייר געווען, דען זיי האבן זיך שטארק דערשראקן פאר די יידן.

ביאורי פסוקים

הערות שוליים

  1. שטאמט פון דייטש Gunts.
  2. שטאמט פון דייטש Maultier.
  3. שטאמט פון דייטש Baldachin.