הקדמה אויף טייטש

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מפתחות ספורי מעשיות


הקדמה אויף טייטש

דִיא מַעֲשִׂיוֹת וָואס דָא שְׁטֵייעֶן אִין דֶעם סֵפֶר, אִיז אִין זֵיי דָא זֵייעֶר גְרוֹיסֶע סוֹדוֹת הַתּוֹרָה. סֶע אִיז אִין זֵיי בַּהַאלְטְן זֵייעֶר גְרוֹיסֶע זַאכְן. סֶע אִיז אִין זֵיי נִישְט פַארְהַאנְדְן אֵיין וָוארְט וָואס סֶע זָאל זַיין פָּשׁוּט.
אוּן אַפִילוּ פְּרָאסְטֶע מֶענְטְשְׁן קָאנֶען[1] זִיךְ אוֹיךְ אַרוֹיסְנֶעמֶען גְרוֹיסְן מוּסָר פוּן דִי מַעֲשִׂיוֹת. וָוארְן[2] דִיא מַעֲשִׂיוֹת הָאבִּן אַ גְרוֹיסְן כֹּח אוֹיפְצוּוֶועקְן אַלֶע מֶענְטְשְׁן פוּן דֶעם שְׁלָאף, אַז מֶען זָאל חַס וְשָׁלוֹם נִישְט פַארְשְׁלָאפְן זַיינֶע יָארְן אוּמְזִיסְט. אוּן וֶוער סֶע וִויל אַרַיינְקוּקְן אִין דִיא מַעֲשִׂיוֹת מִיט אַן אֶמֶת אוֹיג, קָאן עֶר זֶען אוּן פַארְשְׁטֵיין אַ בִּיסְל גָאטְס גְרוֹיסקַייט.
אַפִילוּ פְּרָאסְטֶע מֶענְטְשְׁן קָאן זֵיי אוֹיךְ עֶפֶּעס אַ בְּלִישְׁטְשׁ טָאן וִוינְקֶען פוּן מוּסָר[3], אַז זֵיי זָאלְן זִיךְ גוּט אַרוּמקוּקְן, וָואס דֶער תַּכְלִית אִיז פוּן דֶער וֶועלְט, אַז מֶען זָאל זִיךְ נִישְט לָאזְן אָפְּנַארְן אוֹיף דֶער וֶועלְט. אוּן מֶען זָאל טָאג אוּן נַאכְט תְּפִלָּה טָאן, אַז מֶען זָאל נִיצוּל וֶוערְן פוּן דִיא נַארִישְׁקַייט פוּן דֶער וֶועלט. אוּן מֶען זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ זַיין אַזוֹי וִוי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וִויל.
אוּן וַוייטֶער וָואס אִין דִיא מַעֲשִׂיוֹת אִיז פַארהַאנְדְן בַּאהַאלְטִענֶע זַאכִן, דָאס קָאן מֶען נִישְט דֶערשְׁרַייבְּן[4] אוּן נִישְט דֶערצֵיילְן. אַז ווֹאויל אִיז דֶעם, וָואס עֶר וֶועט אִין זֵיי עֶפֶּעס וִויסְן. אוּן וַוייל מִיר הָאבְּן אַמָאל גֶעהֶערְט פוּן זַיין מוֹיל עֶר הָאט גִעזָאגְט: אַז עֶר הָאט חֵשֶׁק, אַז מֶען זָאל דִי מַעֲשִׂיוֹת דְרוּקְן, פוּן אוֹיבְן זָאל זַיין אוֹיף לְשׁוֹן הַקּוֹדֶשׁ, אוּן פוּן אוּנְטְן אוֹיף טַייטְשׁ. דְרוּם[5] הָאבְּן מִיר זַיין הֵיילִיקְן רָצוֹן מְקַיֵים גֶעוֶוען, אוּן מִיר הָאבְּן זֵיי אַזוֹי גֶעדְרוּקְט. וָוארְן פְּרָאסְטֶע מֶענְטְשְׁן בַּדַארְפְן אוֹיךְ וִויסְן פוּן דִיא מַעֲשִׂיוֹת. חָאטְשֶׁע זֵיי וֶועלְן גָאר קַארְג[6] פַארְשְׁטֵיין וָואס מֶען מֵיינְט, אוּן וואוּהִין דִי מַעֲשִׂיוֹת דֶערלַאנְגֶען, אִיז פָארְט[7] פַאר זֵיי אַה גְרוֹיסֶע טוֹבָה צוּם תַּכְלִית, אַז זֵיי וֶועלְן אִין זֵיי אַרַיינְקוּקְן מִיט אַן אֶמֶת אוֹיג. וָוארְן זֵיי הָאבְּן אַ גְרוֹיסְן כֹּחַ צוּ דֶערוֶועקְן. צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן כַּנַּ"ל.
וָוארְן דִיא מַעֲשִׂיוֹת זֶענֶען נִישְט קֵיין לֶערֶע זַאכְן חַס וְשָׁלוֹם. אוּן דֶער רַבִּי עָלָיו הַשָּׁלוֹם, פְלֶעגט אַלֶע מָאל נָאךְ דָאס רוֹב מַעֲשִׂיוֹת[8] צוּ זָאגְן עֶטְלֶעכֶע פְּסוּקִים[9] אוּן עֶטְלֶעכֶע זַאכְן, כְּדֵי מֶען זָאל וִויסְן אַז עֶר רֶעדְט נִישְט קֵיין דְבָרִים בְּטֵלִים חַס וְשָׁלוֹם. דְרוּם הָאט עֶר אַ בִּיסְל גֶעוִויזְן וִוינְקֶען וואוּהִין זֵיי דֶערְלַאנְגֶען וָוארְן דִי אַלֶע מַעֲשִׂיוֹת זֶענֶען דוּרְךְ סוֹדוֹת הַתּוֹרָה.

הערות שוליים[רעדאַקטירן]

  1. קאנען = קענען.
  2. ווארן = ווייל
  3. עפעס א בלישטש טאן ווינקען פון מוסר = עפעס א בלישטש טאן א וואונק פון מוסר.
  4. היינט ניצט מען נישט דעם ווארט "דערשרייבן", נאר אדער אפשרייבן = העבר בכתב, העתק. אדער איינשרייבן (אויפשרייבן) = לרשם, לכתב.
  5. דרום = דעריבער = דערפאר.
  6. קארג = מצומצם, קמצן. דא מיינט ער אז א פראסטער מענטש וועט פארשטיין די מעשיות זייער בצמצום, זייער א ביסל.
  7. פארט = פון דעסטוועגן.
  8. "נאך דאס רוב מעשיות". איז ריכטיקער צו זאגן "נאך די רוב מעשיות". ווייל דער זאץ איז מערצאל.
  9. עטלעכע פסוקים = א פאר פסוקים.