דרײַ טעכטערלעך

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דרײַ טעכטערלעך פון מרדכי געבירטיג


מרדכי געבירטיג

\relative fis' {
 \key e \minor
 \time 3/4
 fis8( g a4 g8 fis) g( a b4 a8 g) fis( e fis4 g) e2 r4
 \bar "||"
 e8 g b4 b8 b c c b4 a b8 c b a g fis g g fis4 e
 fis8 g a4 g8 fis g( a) b4. g8 fis e fis4 g e2.
 fis8 g a4 g8 fis g a b4 a8 g fis e fis4 g e2.
 e'8 b e4 b e8 d cis4 b ais8 b cis b b ais ais g fis4 e
 fis8 g a4 g8 fis g a b4. g8 fis e fis4 g e2.
 e'8 fis g4 fis8. e16 e8 d cis4 b
 ais8 b cis b b8. ais16 ais8 g fis4 e8. e16
 fis8 g a4 g8 fis g a b4. c8 b a fis4 g e2.
 \bar "||"
 }
\addlyrics {_ _ _ _
װען מיט מ -- זל גע -- זונט און לע -- בן
ס׳עלטס -- טע טעכ -- טע -- רל מיר װעלן אױס -- גע -- בן
װעל איך טאַנ -- צן מיר האָפּ האָפּ
אַ -- ראָפּ אַן עול פֿון קאָפּ
װעל איך טאַנ -- צן אױ װעל איך טאַנ -- צן
אַ -- ראָפּ אַן עול פֿון קאָפּ
שפּילט קלע -- זמאָ -- רים! שפּילט מיט לע -- בן
ס׳ער -- שטע טעכ -- טע -- רל הײַנט אױס -- גע -- גע -- בן
נאָך גע -- בלי -- בן אונדז מײד -- לעך צװײ
װי האַלט מען שױן בײ זײ
שפּילט קלע -- זמאָ -- רים, נעמט די כּלי -- ז -- ין
זאָל די גאַנ -- צע װעלט מיט אונדז זיך פֿרײ -- ען
אױ אונד -- זער שמ -- חה װײסט נאָר אײן גאָט
און דער װאָס טעכ -- טער האָט
 }

װען מיט מזל, געזונט און לעבן
ס׳עלטסטע טעכטערל מיר װעלן אױסגעבן,
װעל איך טאַנצן מיר האָפּ, האָפּ!
אַראָפּ אַן עול פֿון קאָפּ,
װעל איך טאַנצן, אױ, װעל איך טאַנצן ―
אַראָפּ אַן עול פֿון קאָפּ.
שפּילט, קלעזמאָרים! שפּילט מיט לעבן ―
ס׳ערשטע טעכטערל הײַנט אױסגעגעבן,
נאָך געבליבן אונדז מײדלעך צװײ,
װי האַלט מען שױן בײַ זײ!

שפּילט, קלעזמאָרים, נעמט די כּלי-זיין!
זאָל די גאַנצע װעלט מיט אונדז זיך פֿרײען,
אױ, אונדזער שמחה װײסט נאָר אײן גאָט
און דער, װאָס טעכטער האָט.

װען כ׳וועל זען שױן דאָס צװײטע מײדל
אָנגעטאָן אין װײַסן חופּה-קלײדל,
װעל איך טרינקען און פֿרײלעך זײן ―
אַראָפ פֿון האַרץ אַ שטײן,
װעל איך טרינקען, אױ, װעל איך טרינקען,
אַראָפ פֿון האַרץ אַ שטײן!

שפּילט, קלעזמאָרים, הײבט אָן שנײדן!
ס׳צװײטע מײדל גיבן מיר אויס אין פֿרײדן,
דאָס מוזינקל נאָך האָבן מיר,
װי האַלט מען שױן בײַ איר.
שפּילט, קלעזמאָרים, פֿאַר אונדז מחותּנים,
זאָלן אַ לעב טאָן אױך אמאָל קבצנים,
אַ קינד אױסגעגעבן, אױ, גאָטעניו,
אַ מײדל נאָך דערצו.

װען בײַם לעצטן כ׳װעל שפּילן הערן,
װעל איך עפּעס טרױעריק שטײן און קלערן ―
ס׳לעצטע טעכטערל שױן אױך אַװעק,
װאָס נאָך איז דאָ דער צװעק?
ס׳לעצטע טעכטערל, אױ, ס׳לעצטע טעכטערל,
װאָס נאָך איז דאָ דער צװעק?

שפּילט, קלעזמאָרים! באַזעצט די כּלה,
צוגענומען אונדז די קינדער אַלע,
שװער געװען אונדז די טעכטער דרײ
אױ, שװערער נאָך אָן זײ.
שפּילט, קלעזמאָרים, אַרױס אונדז טרערן,
ס׳לעצטע בעטל װעט הײַנט לײדיק װערן,
ס׳גאַנצע שטיבל, איר קליידער-שאַנק ―
אױ-װײ, װי פּוסט און באַנג.