דרייַ טעכטערלעך
פֿון װיקיביבליאָטעק
דריי טעכטערלעך פון מרדכי געבירטיג
ווען מיט מזל, געזונט און לעבן
ס´עלטסטע טעכטערל מיר וועלן אויסגעבן,
וועל איך טאַנצן מיר: האָפּ-האָפּ ! -
אַראָפּ אַן עול פֿון קאָפּ.
וועל איך טאַנצן, אוי, וועל איך טאַנצן -
אַראָפּ אַן עול פֿון קאָפּ…
שפּילט, קלעזמאָרים, שפּילט מיט לעבן -
ס´ערשטע טעכטערל הייַנט אויסגעגעבן,
נאָך געבליבן אונדז מיידלעך צוויי,
ווי האַלט מען שוין בייַ זיי !…
שפּילט, קלעזמאָרים, נעמט די כּלי-זַיִן -
זאָל די גאַנצע וועלט מיט אונדז זיך פֿרייען !
אוי, אונדזער שׂמחה ווייסט נאָר איין גאָט
און דער, וואָס טעכטער האָט…
ווען כ´וועל זען שוין דאָס צווייטע מיידל
אָנגעטאָן אין ווייַסן חופּה-קליידל
וועל איך טרינקען און פֿריילעך זייַן -
אַראָפ פֿון האַרץ אַ שטיין.
וועל איך טרינקען, אוי, וועל איך טרינקען -
אַראָפ פֿון האַרץ אַ שטיין !
שפּילט, קלעזמאָרים, הייבט אָן שניַידן,
ס´צווייטע מיידל גיבן מיר אויס אין פֿריידן,
דאָס מיזינקל נאָך האָבן מיר -
ווי האַלט מען שוין בייַ איר!
שפילט, קלעזמאָרים, פֿאַר אונדז, מחותּנים,
זאָלן אַ לעב טאָן אַ מאָל קבצנים !
אַ קינד אויסגעגעבן, אוי, גאָטעניו -
אַ מיידל נאָך דערצו…
ווען ביַים לעצטן כ´וועל שפּילן הערן,
וועל איך עפּעס טרויעריק שטיין און קלערן:
ס´לעצטע טעכטערל שוין אויך אַוועק -
וואָס נאָך איז דאָ דער צוועק ?…
ס´לעצטע טעכטערל, אוי, ס´לעצטע טעכטערל -
וואָס נאָך איז דאָ דער צוועק ?…
שפּילט, קלעזמאָרים, באַזעצט די כּלה !
צוגענומען אונדז די קינדער אַלע,
שווער געווען אונדז די טעכטער דרייַ -
אוי, שווערער נאָך אָן זיי…
שפּילט, קלעזמאָרים, אַרויס אונדז טרערן -
ס´לעצטע בעטל וועט הייַנט ליידיק ווערן,
ס´גאַנצע שטיבל, איר קליידערשראַנק -
אוי-וויי, ווי פּוסט און באַנג !…