דער מלאך

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

געזונגען דורך יום טוב עהרליך
טעיפ תורה


דער מלאך

מיטן הילף פון באשעפער ווילן מיר דא רעדן
און דערצעלן פון יענע פריידן
פרייט זיך אללע טאנצט און קוועלט
עס קומט די תורה אויף דער וועלט

דער באשעפער פון דער וועלט דער גרויסער בורא
זוכט א חתן פאר זיין טאכטער פאר די הייליגע תורה
פרייט זיך אללע טאנצט און קוועלט
אללע פעלקער פון דער וועלט

דער באשעפער פרעגט ביי די פעלקער אללע
ווער וויל די תורה פאר א כלה
פעלקער פרעגן וואס און ווען
מען וויל ניט הערן מען וויל ניט זעהן

און פארוואס און פאר ווען?
לאמיר זעהן וואס איז געשען

איז א מלאך מיט די תורה פון הימל אראפ
גענומען פליען קיין יו-ראפ
און קיין רוסלאנד געקומען איז ער
און ג'פרעגט צו א בעל'ן איז ווער

זאגט מען צו עם כארושו
זאגט אונז וואס פוז'אלוסטו
זאגט זיי דער מלאך - דעם ערשטן געבאט
אנכי - איך בין אייער גאט

זאגן זיי ניין, האלט עס אליין
איר ווייסט נישט חבר וו אהין צו גיין
מיר האבן געלערט ביי די טאטעס אליין
אזוי ווי ביי אונז איז שיין

ניין, ניין, האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פרווסט קיין דייטשלאנד גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן גלייך אהין
און איז געקומען קיין בערלין
און די דייטשן די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו א בעל'ן איז ווער

זאגן זיי מיר זיינען גרייט
זאַגן זיי דערוואל וואַס דאַרט שטייט
זאגט זיי דער מלאך - לא תרצח
טויטן איז נישט קיין שיינע זאך

זאגן זיי ניין, האלט עס אליין
איר ווייסט נישט מיין ער וו אהין צו גיין
מיר האבן געלערנט ביי דעם פַאטער אליין
אז טויטן דארף מען וואס מיין (=מער)

ניין, ניין, האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
[...] פארבירן קיין פראנקראש גיין
[...] צו עס פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן ווייטער ביז
ער איז געקומען קיין פריז
די פראנצויזן די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו א בעל'ן איז ווער

זאגן זיי סירוו פליי
זאגט אונז וואס און ווי אזוי
גיט זיי דער מלאך צו פארשטיין
דער פאמיליע לעבן דארף זיין ריין

זאגן זיי ניין, האלט עס אליין
איר ווייסט נישט מיסיו וו אהין צו גיין
מיר האבן געלערנט ביי די טאטעס אליין
אזוי ווי ביי אונז איז שיין

ניין, ניין, האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פרווסט קיין ענגלאנד גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן ווייטער אין וועג
קומט קיין לאנדאן אויפן ברעק
און די ענגלאנדע די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו א בעל'ן איז ווער

זאגן זיי טנקיו סר
איי א ער
זאגט זיי דער מלאך - לא תחמוד
איר זאלט נישט גלוסטן וואס יענער האט

זאגן זיי ניין, האלט עס אליין
איר ווייסט נישט מיסטער וו אהין צו גיין
מיר האבן געלערנט ביי די טאטעס אליין
אז גלוסטן דארף מען וואס מיין (=מער)

ניין, ניין, האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פרווסט קיין אמעריקע גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן ווייטער מיט זארג
און איז געקומען קיין ניו יארק
די אמעריקאנע די תורה ווייזט ער
פרעגט צו א בעל'ן איז ווער

זאגן זיי טנקיו פיין
וואס פארא ביזנעס וואס פארא ליין
זאגט זיי דער מלאך - הערט מיט קאפ
כבוד טאטע מאמע גיט אפ

זאגן זיי ניין, האלט עס אליין
מיר גיבן אפ כבוד נאר די יוגנט אליין
פאר די עלטערן פאר זיי - גענוג איז פאר זיי
דער יום טוב "מאדערס דיי"

ניין, ניין, האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פרווסט צו די אראבער גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן און געבליבן שטיין
אין אזייע אין עבר הירדן
די ארבער די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו א בעל'ן איז ווער

זאגן זיי גוט מאבסוט
ווייזט נאר פריער וואס מען טוהט
זאגט זיי דער מלאך - לא תגנוב
נישט גאנבע און נישט בלאף

זאגן זיי ניין, האלט עס אליין
איר ווייסט נישט כאוואדז'אווע וו אהין צו גיין
מיר האבן געלערנט פון די טאטעס אליין
אז גאנבענען דארף מען וואס מיין (=מער)

ניין, ניין, האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פרווסט צו די יידן גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

אין מיטן וועג דער מלאך שטייט
זעהט ער א ייד א משולח גייט
דער טלית קטן לאנג און ברייט
האט ער זיך דערפרייט

די תורה האט ער עם דערלאנגט
און דער משולח האט באדאנקט
ווארט נאך - זאגט ער - איילט זיך ניט
איך גיב אייך א רעסיט

קיין גלייכער פארל האט איר ניט
ווי די תורה מיט דער ייד
ביידע זיינען די בעסטע פריינד
ווייל מען האט זיי ביידן פיינט

אין אמת גלויבן גלויבט דער ייד
און קיין שלעכט'ס טאן קאן ער ניט
און כבוד טאטע מאמע גיט
און דעם הייליגן שבת היט

ווי דער מלאך האט עם דערהערט
האט ער זיך צוריק געקערט
און געזאגט אויפן הימל דארט
אז די תורה איז אויפן בעסטן ארט