די מיזינקע אויסגעגעבן

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פון מארק וואַרשאַווסקי 1848 – 1907


די מיזינקע אויסגעגעבן

העכער! בעסער!
די ראָד, די ראָד מאַכט גרעסער,
גרויס האָט מיך גאָט געמאַכט,
גליק האָט ער מיר געבראַכט,
הוליעט, קינדער, אַ גאַנצע נאַכט,
די מיזינקע אויסגעגעבן! (2)

שלאָגט, קלעזמער, אין די טאַצן –
װער װעט אַצינד מיך שאַצן?
אױ-אױ, גאָט איז גרױס,
ער האָט דאָך געבענטשט מײַן הױז,
די מיזינקע גיב איך אױס –
די מיזינקע אױסגעגעבן!

שטאַרקער! פריילעך!
דו די מלכה, איך דער מלך,
אוי, אוי, איך אליין,
האָב מיט מיינע אויגן געזען,
ווי גאָט האָט מיך מצליח געווען,
די מיזינקע אויסגעגעבן! (2)

דער טרײַער פֿעטער יאָסיע,
און די גוטע מומע סאָסיע, האָבן מיר צום חתן-מאָל
טײַערע װײַנען אָן אַ צאָל
מיר געשיקט פֿון ארץ-ישׂראל –
די מיזינקע אױסגעגעבן!

איציק! שפיציק!
וואָס שווייגסטו מיט דעם שמיציק?
אויף די כלי-זמר טו אַ געשריי,
צי שפילן זיי, צי שלאָפן זיי?
רייסט די סטרונעס אַלע אויף צוויי,
די מיזינקע אויסגעגעבן! (2)

אייזיק! מזיק!
די באָבע גייט אַ קאָזיק,
קיין עין-הרע זעט נאָר זעט,
ווי זי טופעט, ווי זי טרעט,
אוי, אַ שמחה, אוי, אַ פרייד,
די מיזינקע אויסגעגעבן! (2)

מאָטל! שמעון!
די אָרעמע-לייט זיינען געקומען,
שטעלט פאַר זיי דעם שענסטן טיש,
טייערע וויינען, טייערע פיש,
אוי, מיין טאָכטער, גיב מיר אַ קוש,
די מיזינקע אויסגעגעבן! (2)