די יידישע אגדות/באַנד 4
די יידישע אגדות | |
מחברים: | |
---|---|
אויסגאַבע: | בערלין, 1921 |
פאַרלאַג: | מוריה |
סקאַנירטע ווערסיע אין Internet Archive: | diyudisheagodefo03bialuoft |
די צאָל זייטן: | 132 |
אינהאַלט: | זע אונטן |
אַלע בענד: | |
זע אויך אין מאָדערנעם אויסלייג |
אוּן שפּריכוועֶרטעֶר.
- „איך זינג צוּ גאָט,
- ווייל עֶר איז גרויס איבּעֶר גרויס” —
מיט די וועֶרטעֶר הויבּט זיך אָן די שירה וואָס יוּדעֶן האָבּעֶן געֶזוּנגעֶן בּשעת׳ן איבּעֶרגעֶהן דעֶם ים־סוף. דאָס הייסט — האָט ריש־לקיש געֶזאָגט — אַ לויבּ־געֶזאַנג צוּ דעֶם וואָס איז גרויס איבּעֶר אַלעֶ גרעֶסטעֶ. דעֶר קעֶניג איבּעֶר חיות איז דעֶר לייבּ; איבּעֶר בּהמות — דעֶר אָקס; איבּעֶר עופות — דעֶר אָדלעֶר; אוּן איבּעֶר זיי איז דעֶר מעֶנש. גאָט בּרוּך־הוּא אָבּעֶר איז איבּעֶר זיי אַלעֶ אוּן איבּעֶר דעֶר גאַנצעֶר וועֶלט.
אוּן דאָס האָט זיך דעֶם נביא יחזקאל פאָרגעֶשטעֶלט אין זיין זעֶהוּנג: דעֶר כסא־הכבוד (גאָט׳ס שטוּהל) מיט די בּילדעֶר פוּן די פיר וועֶלט־קעֶניגעֶן — לייבּ, אָקס, אָדלעֶר אוּן מעֶנש — אין אירעֶ פיר זייטעֶן אוּן דעֶר קעֶניג איבּעֶר אַלעֶ קעֶניגעֶן, גאָט בּרוּך־הוּא, אויף דעֶר שטוּהל, איבּעֶר זיי אַלעֶ.
„העֶר, ישראל, דעֶר אייבּיגעֶר, אוּנזעֶר גאָט, דעֶר אייבּיגעֶר — איז איינעֶר” — קינדעֶר מיינעֶ — זאָגט גאָט בּרוּך־הוּא צוּ די יוּדעֶן — קוּקט זיך איין, אַלעֶס וואָס איך האָבּ אויף דעֶר וועֶלט בּעֶשאַפעֶן זעֶנעֶן פּאָרווייז: הימעֶל ↰ 4 אוּן עֶרד — אַ פּאָר, זוּן אוּן לבנה — אַ פּאָר, אדם אוּן חוה אַ פּאָר, די וועֶלט אוּן יעֶנעֶ וועֶלט — אַ פּאָר. מיין עֶהרעֶ אָבּעֶר איז איין־אוּן־איינציגעֶ אויף דעֶר וועֶלט.
ר׳ חנינא האָט געֶזאָגט: גאָט׳ס חותם (זיגעֶל) איז אמת.
ר׳ יצחק האָט געֶזאָגט: נישט געֶוואוּסט האָט מעֶן צי אין גאָט ברוך־הוא איז די וואהנוּנג פוּן דעֶר וועֶלט, צי פעֶרקעֶהרט, אין דעֶר וועֶלט איז די וואהנוּנג פוּן גאָט ברוך־הוא. בּיז ס׳איז אוּנז עֶרקלעֶרט געֶוואָרעֶן אין משה׳ס תפלה אין תהלים: „גאָט — וועֶרט דאָרט געֶזאָגט — אַ וואהנוּנג בּיזטוּ געֶוועֶן פאַר אוּנז”.
אוּן אָט דעֶרפאַר — האָט מעֶן געֶזאָגט אין ר׳ אמי׳ס נאָמעֶן — וועֶרט גאָט אָנגעֶרוּפעֶן אויך „מקום” (אָרט), ווייל עֶר איז דאָס אָרט פוּן דעֶר וועֶלט, אוּן ניט די וועֶלט איז זיין אָרט.
נישטאָ קיין אָרט אין דעֶר וועֶלט וואָס זאָל ניט זיין ליידיג פוּן דעֶר שכינה.
גאָט איז די נשמה פוּן דעֶר וועֶלט; ווי דעֶר מעֶנש ווייסט ניט וואוּ דאָס אָרט איז פוּן זיין נשמה, אַזוי אויך ווייסט ניט קיין בּעֶשעֶפעֶניש אויף דעֶר וועֶלט וואוּ גאָט׳ס אָרט איז. אפילו די חיות־הקודש, וואָס טראָגעֶן אויף זיך דעֶם כסא הכבוד, ווייסעֶן עֶס נישט. אוּן דעֶרפאַר זאָגעֶן זיי אין זייעֶר לויבּ: „געֶלויבּט זאָל זיין גאָט׳ס עֶהרעֶ פוּן זיין אָרט”; ד.ה. וואוּ עֶר זאָל ניט זיין.
רבן גמליאל׳ן האָט איינעֶר אַ געֶצעֶנדינעֶר געֶפרעֶגט:
— אין וואָסעֶר אַן אָרט געֶפוּנט זיך גאָט?
— איך ווייס ניט — האָט עֶר אים געֶעֶנטפעֶרט.
— אוּן דאָס איז אייעֶר חכמה? דריי מאָל אין טאָג בּעֶט איר פאַר אים אוּן קיינעֶר פוּן אייך ווייסט ניט וואוּ זיין אָרט!
— דוּ פרעֶגסט מיך — זאָגט אים רבן גמליאל — אויף אַזאַ זאַך וואָס איז ווייט פוּן מיר אַ מהלך פוּן טויזעֶנדעֶר יאָר, 1) אַ מעֶהר וועֶל איך דיך פרעֶגעֶן אויף אַ זאַך וואָס געֶפוּנט זיך אין דיר זעֶלבּסט טאָג ווי נאַכט אוּן, אדרבּא, זאָג דוּ מיר, וואוּ איז דאָס אָרט דעֶרפוּן?
— פרעֶג — זאָגט עֶר אים.
— זאָג מיר, וואוּ געֶפוּנט זיך אין דיר די נשמה דיינעֶ?
— איך ווייס ניט — עֶנטפעֶרט יעֶנעֶר.
— צוּ אַלדעֶ שוואַרצעֶ יאָר! זאָג אַליין: אַזוינס וואָס געֶפוּנט זיך בּיי דיר טאָג ווי נאַכט, ווייסטוּ ניט וואוּ עֶס שטעֶקט? אוּן דוּ פרעֶגסט מיך אויף אַ זאַך וואָס איז ווייט פוּן מיר אַ מהלך פוּן טויזעֶנדעֶר יאָר.
— יאָ, אָבּעֶר מיר טוּעֶן דאָך גלייך דעֶרמיט וואָס מיר בּיקעֶן זיך צוּ אוּנזעֶרעֶ אייגעֶנעֶ וועֶרק: וועֶן מיר ווילעֶן קעֶנעֶן מיר זיי זעֶהן.
— אמת — זאָגט רבן גמליאל — אייעֶרעֶ אייגעֶנעֶ וועֶרק — איר זעֶהט זיי, זיי אייך אָבּעֶר ניט; בּיי אוּנזעֶר גאָט איז פעֶרקעֶרט: עֶר זיינעֶ וועֶרק זעֶהט, די וועֶרק אים — ניט, ווי אין אוּנזעֶר תּורה וועֶרט געֶזאָגט: „עֶס קעֶן מיך דעֶר מעֶנש ניט זעֶהן אוּן לעֶבּעֶן בּלייבּעֶן”.
דעֶר רוימישעֶר קיסר האָט אַמאָל אַ פרעֶג געֶטוּן רבן גמליאל׳ן:
— איר זאָגט, אַז וואוּ צעֶן אינאיינעֶם דאָרט איז גאָט׳ס שכינה: וויפיל שכינות איז פאַראַן?
רוּפט־צוּ רבן גמליאל דעֶם בּעֶדינעֶר זיינעֶם אוּן דעֶרלאַנגט אים אַ קלאַפּ אין האַלז־אוּן־נאַקעֶן.
— פאַר וואָס? — שטוינט דעֶר בּעֶדינעֶר.
— צוּ וואָס האָסטוּ אַריינגעֶלאָזט אַהעֶר אין שטוּבּ די הייסעֶ זוּן? — בּייזעֶרט זיך אָן אויף אים רבן גמליאל.
— וואָס רעֶדסטוּ? — מישט זיך אַריין דעֶר קיסר — וועֶר האָט זי אַריינגעֶלאָזט? די זוּן רוּהט דאָך אוּמעֶדוּם!
1) לויט די פאָרשטעֶלוּנג פוּנם געֶצעֶנדינעֶר איבּעֶר דעֶר גאָטהייט.
אַזוי? — מאַכט רבן גמליאל — איצט זאָג דוּ אַליין: די זוּן אפילו, וואָס איז דאָך ניט מעֶר ווי איינעֶ פוּן די מילי־מיליאָנעֶן בּעֶדינעֶר פוּן גאָט ברוך־הוא, רוּהט אויך אין איִיִן צייט אויף גאָר דעֶר וועֶלט; וואָס איז שוין דעֶר חידוש אויף גאָט׳ס שכינה!
אַ מאַטראָנעֶ האָט אַמאָל געֶזאָגט ר׳ יוסי׳ן:
— מיין גאָט איז גרעֶסעֶר פוּן דיינעֶם?
— פוּן וואָס איז עֶס געֶדרוּנגעֶן? — פרעֶגט עֶר.
— אַז דעֶר גאָט אייעֶר האָט זיך בּעֶוויזעֶן משה׳ן אינ׳ם דאָרנבּוים, האָט משה דעֶמאָלט פעֶרבּאָרגעֶן זיין פּנים; וועֶן עֶר האָט אָבּעֶר דעֶרזעֶהן מיין גאָט, דעֶם שלאַנג 1), האָט עֶר זיך דעֶרשראָקעֶן; אוּן בּאַלד אַנטלאָפעֶן.
— קלוּג אויסגעֶדרוּנגעֶן — זאָגט ר׳ יוסי — פאַר אוּנזעֶר גאָט האָט משה ניט געֶהאַט וואוּהין צוּ לויפעֶן. וואוּהין, אַ שטייגעֶר, זאָל עֶר געֶוועֶן אַנטלויפעֶן? אויפן הימעֶל אַרויף? אין טיפעֶן ים? אויף דעֶר ווייטעֶר יבשה? אַז מיט אוּנזעֶר גאָט איז פוּל די גאַנצעֶ וועֶלט, דעֶר הימעֶל אוּן די עֶרד. פאַר דיין גאָט אָבּעֶר, פאַר׳ן שלאַנג, וויבּאַלד אַ מעֶנש אַנטלויפט פוּן אים אַ צוויי־דריי טריט איז עֶר שוין געֶרעֶטעֶט.
ר׳ חנינא בן אסי זאָגט: אַמאָל קעֶן די גאָרעֶ וועֶלט צוּ קליין זיין פאַר דעֶר געֶטליכעֶר עֶהרעֶ, אוּן אַמאָל רעֶדט די גאָטהייט מיט׳ן מעֶנשעֶן פוּן זיין קאָפּ־האָר אַרויס.
אַ מין 2) האָט געֶפרעֶגט בּיי ר׳ מאיר׳ן:
— דעֶר וואָס איבּעֶר אים וועֶרט געֶזאָגט, אַז עֶר איז פוּל הימעֶל אוּן עֶרד, ווי איז מעֶגליך, אַז עֶר זאָל רעֶדעֶן מיט משה׳ן פוּנ׳ם ארון אַרויס, פוּן צווישעֶן די צוויי שטאַנגעֶן?
1) דראַקאָן, איינעֶ פוּן די געֶצעֶנבּילדעֶר אין יעֶנעֶר צייט. 2) אַ כּופר, איין אַפיקורס.
זאָגט אים ר׳ מאיר: בּריינג מיר אַ פעֶרגרעֶסעֶר שפּיגעֶל.
האָט עֶר געֶבּראַכט.
— איצט קוּק־אָן אין אים דיין אָבּשיין.
זעֶהט עֶר זיך דאָרט פיל פעֶרגרעֶסעֶרט.
— איצט בּריינג אַ פעֶרקלעֶנעֶר שפּיגעֶל אוּן קוּק זיך דאָרט אָן.
טוּט עֶר אַזוי אוּן דעֶרזעֶהט זיך דאָרט פיל פעֶרקלעֶנעֶרט.
— היינט זעֶה — זאָגט אים ר׳ מאיר — דוּ, אַ מעֶנש, אַ איינפאַכעֶר בּשר־ודם, קעֶנסטוּ זיך עֶנדעֶרעֶן, וועֶרעֶן קלעֶנעֶר אוּן גרעֶסעֶר, ווי דוּ ווילסט? בּפרט דעֶר וואָס האָט מיט זיין וואָרט די וועֶלט געֶשאַפעֶן, זאָל זאָל עֶר דאָס ניט קעֶנעֶן? וויל עֶר — איז עֶר פוּל הימעֶל אוּן עֶרד, וויל עֶר — רעֶדט עֶר פוּן די צוויי ארון־שטאַנגעֶן אַרויס.
אַז די ליבּעֶ אוּנזעֶרעֶ איז געֶוועֶן שטאַרק זעֶנעֶן מיר געֶלעֶגעֶן צוּזאַמעֶן אויף אַ שאַרף פוּן אַ שוועֶרד, איצט אַז די ליבּעֶ איז אָפגעֶשוואַכט קלעֶקט אוּנז ניט קיין בּעֶט, זעֶכציג איילעֶן די גרויס. דאָס פאָלק אין זיין יוּגעֶנד וועֶן עֶס איז איינג פעֶרבּינדעֶן מיט זיין גאָט אוּן שטאַרק אָנגעֶקלעֶבּט אין אים, דעֶמאָלט איז פאַר זיי צוּזאַמעֶן געֶנוּג דאָס קלעֶנסטעֶ שטיקעֶל פּלאַץ: עֶר איז מיט אים צוּזאַמעֶן אין זיין הייזעֶל — אוּנטעֶר זיין בּוים, נעֶבּעֶן זיין בּרוּנעֶן. וואָס ווייטעֶר אָבּעֶר, וועֶרט עֶס וועֶניגעֶר היימיש מיט זיין גאָט, עֶר וועֶרט בּיי אים אַלץ העֶכעֶר אוּן בּרייטעֶר, אוּן דעֶמאָלט קלעֶקט שוין פאַר איהם ניט די גאָרעֶ וועֶלט. אַמאָל אין דעֶר מדבּר, וועֶן דאָס יוּדישעֶ פאָלק איז נאָך יוּנג געֶוועֶן, עֶרשט מיט זיין גאָט זיך בּעֶהעֶפט, איז עֶר זיך מיט אים צוּזאַמעֶנגעֶקוּמעֶן אוּן געֶשמוּעֶסט מיט אים פוּנ׳ם עֶנגעֶן צעֶהן־איילעֶנדיגעֶן ארון־דעֶק אַרויס; מיט אַ צייט שפּעֶטעֶר, אַז דאָס פאָלק איז אויסגעֶוואַקסעֶן, האָט זיין קעֶניג שלמה פאַר גאָט אַ גרייס הויז געֶבּויט, זעֶכציג איילעֶן די לעֶנג, צוואַנציג די בּרייט אוּן דרייסיג די הויך, אוּן גאָר שפּעֶטעֶר זאָגט שוין דעֶר נביא ישעיה אין נאָמעֶן פוּן גאָט אָט די וועֶרטעֶר:
- „דעֶר הימעֶל איז מיין שטוּהל
- אוּן די עֶרד מיין פוּס־בּיינקעֶלעֶ,
- היינט וואָס פאַר אַ הויז זאָלט איר מיר בּויעֶן
- אוּן וואוּ קעֶן זיין אַ פּלאַץ פאַר מיין רוּה?”
דעֶר רוימישעֶר קיסר האָט אַמאָל געֶזאָגט ר׳ יהושע בּן חנניא׳ן:
— איך וואָלט געֶרן געֶוועֶן אָנקוּקעֶן מיט די אויגעֶן אייעֶר גאָט.
— דאָס איז אַ אוּנמעֶגליכעֶ זאַך — עֶנטפעֶרט עֶר אים.
— דאָך וויל איך אים זעֶהן — שפּאַרט זיך דעֶר קיסר איין.
נעֶמט אים אָן ר׳ יהושע בּן חנניא, פיהרט איהם אין דרויסעֶן אַרויס, שטעֶלט אים אַוועֶק פּוּנקט אַקעֶגעֶן דעֶר תמוז׳דיגעֶר זוּן אוּן זאָגט אים:
— נעֶם קוּק זיך אין איר איין.
— איך קעֶן ניט — זאָגט עֶר.
— אַזוי? — זאָגט אים ר׳ יהושע בּן חנניא — די זוּן, וואָס איז ניט מעֶר ווי איינעֶר פוּן גאָט׳ס בּעֶדינעֶר איז אוּנמעֶגליך פאַר דיר זי אָנצוּקוּקעֶן, בּפרט די שכינה אַליין.
אַ אַנדעֶרס מאָל האָט דעֶר זעֶלבּעֶר קעֶניג געֶזאָגט ר׳ יהושע בּן חנניא׳ן:
— איך וואָלט געֶרן געֶוועֶן צוּגרייטעֶן אַ מאָלצייט פאַר אייעֶר גאָט.
— דאָס איז אַ אוּנמעֶגליכעֶ זאַך — עֶנטפעֶרט עֶר אים.
— פאַר וואָס? פרעֶגט דעֶר קיסר.
— צוּ אַ גרויסעֶ גוואַרדיעֶ קוּמט מיט אים.
— דאָך — שפּאַרט זיך איין דעֶר קיסר.
— אויבּ דוּ ווילסט פאָרט — זאָגט אים ר׳ יהושע — געֶה גרייט צוּ אַ מאָלצייט בּיים טייך רבותא, וואוּ דאָס פּלאַץ איז דאָרט זעֶהר גרויס.
האָט זיך דעֶר קיסר אָבּגעֶגעֶבּעֶן די גאַנצעֶ זעֶקס זוּמעֶרדיגעֶ חדשים מיט צוּ גרייטעֶן דעֶם מאָלצייט — איז געֶקוּמעֶן דעֶר העֶרבּסט־ווינט אוּן האָט אַלעֶס אויסגעֶקעֶרט אוּן פעֶרטראָגעֶן אין טייך אַריין. בּעֶמיהט עֶר זיך ווידעֶר די זעֶקס ווינטעֶרדיגעֶ חדשים אוּן גרייט־צוּ אַ אַנדעֶר מאָלצייט — קוּמעֶן די פריה־יאָר־רעֶגעֶנס אוּן שוועֶנקעֶן־אָפּ אַלעֶס אין טייך אַריין.
— וואָס זאָל עֶס בּעֶטייטעֶן! — פרעֶגט דעֶר קיסר ר׳ יהושע׳ן.
— דאָס זעֶנעֶן נוּר דעֶרווייל די אויסקעֶרעֶר אוּן בּעֶשפּריצעֶר זיינעֶ, וואָס געֶהן אים פאָראויס.
— אויבּ אַזוי — זאָגט דעֶר קיסר — איז עֶס ווירקליך פאַר מיר אוּנמעֶגליך.
וועֶן יוּדעֶן וועֶלעֶן מיך פרעֶגעֶן: ווי איז זיין (גאָט׳ס) נאָמעֶן, וואָס זאָל איך זיי זאָגעֶן? — האָט משה געֶפרעֶגט בּיי גאָט, געֶגאַרט אין דעֶר זעֶלבּעֶר צייט צוּ דעֶרגעֶהן דעֶם סוד פוּן גאָט׳ס נאָמעֶן.
דעֶרויף האָט אים גאָט געֶעֶנטפעֶרט: „אהיה אשר אהיה” — איך בּין דאָס וואָס איך בּין. מיין נאָמעֶן ווילסטוּ וויסעֶן? — טייטשט עֶס אויס ר׳ אבא בר ממל — לויט מיינעֶ מעשים לאָז איך מיך רוּפעֶן. אַמאָל „אל שדי”, אַמאָל „צבאות”, „אלהים”, יהוה: אַלס שטרעֶנגעֶר ריכטעֶר פוּן דעֶר וועֶלט רוּפט מעֶן מיך „אלהים” (שטרעֶנגעֶר ריכטעֶר); אַלס קריגפיהרעֶר אוּן אוּמבּריינגעֶר פוּן די רשעים הייס איך „צבאות” (קריגפיהרעֶר); אַלס לאַנגמוּטהיגעֶר, וואָס דוּלדעֶט די מעֶנשעֶנס זינד, איז מיין נאָמעֶן „אל שדי” (מעֶכטיג איבּעֶר זיך אַליין); אוּן אַלס דעֶרבּאַרמהעֶרציגעֶר איבּעֶר דעֶר וועֶלט הייס איך ה׳. אוּן דאָס בּעֶטייט „אהיה אשר אהיה” — איך בּין צוּ יעֶדעֶר צייט וואָס איך בּין. לויט מיינעֶ מעשים איז דעֶר נאָמעֶן מיינעֶר.
— „בּעֶווייז מיר דיין עֶהרעֶ” — האָט משה געֶזאָגט צוּ גאָט — בּעֶווייז מיר די מדה (דרך, אייגעֶנשאַפט) מיט וועֶלכעֶר דוּ פיהרסט די וועֶלט.
— אוּנמעֶגליך פאַר דיר מיינעֶ מדות צוּ דעֶרגעֶהן.
— „די הימלעֶן דעֶרצעֶהלעֶן גאָט׳ס עֶהרעֶ” — לויט דעֶר שוועֶרעֶר וואָג פוּן די געֶוויכט־שטיינעֶר, וועֶלכעֶ דעֶר אַטלעֶט הויבּט אוּן וואַרפט אוּן מאַכט מיט זיי שפּילעֶנדיג זיינעֶ קינסט־שטיק, שטעֶלעֶן מיר זיך פאָר די מאָס פוּן זיין גבורה.
אַזוי אויך לויט דעֶר אוּנגעֶהייעֶרעֶר גרויס אוּן אוּנעֶנדליכעֶר צאָהל פוּן די הימעֶל־קעֶרפּעֶר, שטעֶרעֶן אוּן פּלאַנעֶטעֶן, וועֶלכעֶ גאָט בּעֶוועֶגט אָנאויפהעֶרליך מיט אַ שרעֶקליכעֶר שנעֶלקייט איבּעֶר זיינעֶ בּרייטעֶ הימעֶל־ספעֶרעֶן אוּן וואַרפט זיך מיט זיי ווי מיט שפּילצייג, — דעֶרקעֶנט מעֶן זיין גוואַלדיגעֶ אוּנפעֶרגלייכליכעֶ געֶטליכעֶ מאַכט. אוּן דאָס איז דעֶר אמת׳עֶר זין פוּן דוד־המל׳ס וועֶרטעֶר אין תהלים: „די הימלעֶן דעֶרצעֶהלעֶן גאָט׳ס עֶהרעֶ”.
גאָט׳ס אייגעֶנשאַפטעֶן איז ניט גלייך צוּ מעֶנשעֶנס.
אַ מעֶנש אין דעֶר הויך קוּקעֶנדיג נעֶבּעֶן זיך, זעֶהט עֶר נוּר דאָס הויכעֶ וואָס נעֶבּעֶן אים, אָבּעֶר ניט דאָס נידריגעֶ; גאָט ברוך הוא אָבּעֶר, דעֶר העֶכסטעֶר פוּן אַלעֶ הויכעֶ, קוּקט דוקא אויפן קליינעֶם אוּן עֶרנידעֶריגטעֶן.
אַ מעֶנש, אַז יעֶנעֶר האָט אים בּייגעֶקוּמעֶן האָט עֶר דעֶרפוּן פעֶרדרוּס. גאָט בּרוך־הוא אָבּעֶר אַז מעֶ קוּמט אים בּיי 1) איז עֶר דעֶרמיט צוּפרידעֶן, ווי דעֶר פּסוק זאָגט בּיים איבּעֶרדעֶרצעֶהלעֶן די מעשה פוּן די יוּדעֶנס חטא מיט׳ן עגל: „געֶוואָלט האָט עֶר (גאָט) פעֶרטיליגעֶן זיי, אַ גליק וואָס משה זיין אויסדעֶרוועֶהלטעֶר האָט זיך געֶשטעֶלט אין געֶפאַהר אים אַנטקעֶגעֶן” — משה האָט אים בּייגעֶקוּמעֶן — אוּן דאָך איז עֶר פעֶרבּליבּעֶן זיין אויסדעֶרוועֶהלטהעֶר.
אַ מעֶנש, אַז איינעֶר האָט אים שטאַרק אויפגעֶבּראַכט איז עֶר גרייט יעֶנעֶם דעֶרגעֶהן די יאָרעֶן. גאָט בּרוּך־הוא אָבּעֶר איז ניט אַזוי: עֶר האָט פעֶרשאָלטעֶן די שלאַנג: „עֶרד זאָלסטוּ עֶסעֶן ווייל דוּ וועֶסט לעֶבּעֶן” — איז זי אוּמעֶטוּם פעֶרזאָרגט מיט איר שפּייז, סיי אויפ׳ן בּוידעֶם סיי אין קעֶלעֶר; כנען׳ן (חם׳ס זין) האָט עֶר פעֶרשאָלטעֶן: „אַ אייבּיגעֶר קנעֶכט זאָל עֶר זיין בּיי זיינעֶ בּרידעֶר” — איז עֶר אין אַלעֶ צייטעֶן פעֶרזאָרגט מיט זיין עֶסעֶן אוּן טרינקעֶן פוּן זיין העֶר׳ס טיש; עֶר האָט פעֶרשאָלטעֶן די עֶרד — אוּן זי איז די שפּייזעֶרן פוּן דעֶר גאַנצעֶר וועֶלט.
— גאָט — זאָגט ר׳ אלעזר — אפילו אין זיין כעס פעֶרגעֶסט עֶר נישט צוּ זיין אַ בּעל רחמים.
אַ מעֶנש מאַכט אַ זאַך לעֶבּט עֶס אים איבּעֶר; גאָט בּרוך־הוא אָבּעֶר לעֶבּט איבּעֶר אַלעֶ זיינעֶ בּעֶשעֶפעֶניש.
1) אַז מ׳איז מבטל דורך תפלה זיין גזירה.
אַ מעֶנש מאָלט אָדעֶר האַקט אויס אַ אויסעֶרליכעֶ בּילד, קעֶן עֶר אין דעֶם ניט אַרינזעֶצעֶן קיין נשמה אוּן גייסט, קיין איינגעֶווייד אוּן געֶדעֶרם; גאָט בּרוך־הוא אָבּעֶר בּילדעֶט אַ בּילד אין אַ בּילד אין זעֶצט אין דעֶם אַריין נשמה אוּן גייסט, איינגעֶווייד אוּן געֶדעֶרם.
אַ מעֶנש שלאָגט־אויס וויפיל מטבּעות מיט איין חותם, זעֶנעֶן זיי אַלעֶ עֶהנלאַך איינם צוּם אַנדעֶרעֶן; גאָט בּרוּך־הוּא אָבּעֶר פאָרעֶמט אַלעֶ מעֶנשעֶן מיט איין אוּן דעֶמזעֶלבּעֶן חותם פוּן אדם הראשון אוּן יעֶדעֶר פוּן זיי האָט זיין בּעֶזוּנדעֶר פּנים.
אַ מעֶנש, עֶר זיצט אינוועֶניג אוּן די קנעֶכט זיינעֶ היטעֶן אים פוּן דרויסעֶן; גאָט בּרוך־הוא אָבּעֶר איז ניט אַזוי: זיינעֶ קנעֶכט זיצעֶן אינוועֶניג אוּן עֶר היט זיי פוּן דרויסעֶן, ווי עֶס וועֶרט געֶזאָגט אין פּסוק: „גאָט איז דיין־בּעֶהיטעֶר, גאָט איז דיין שיץ בּיי דיין רעֶכטעֶר האַנד”.
אין נאָמעֶן פוּן ר׳ שמעון בּן יוחאי האָט מעֶן געֶזאָגט:
— וואָס איז דעֶר זין פוּנם פּסוּק: „דעֶן איך, גאָט, ליבּ רעֶכט אוּן לייד ניט קיין געֶרויבּטס פאַר בּראַנדאָפּפעֶר”. מעֶג זיין אים אַ בּראַנדאָפּפעֶר, אויבּ געֶרויבּטס — ליידט עֶר עֶס ניט.
מעֶ קעֶן דאָס צוּגלייכעֶן צוּ אַ קעֶניג וואָס איז פעֶרבּייגעֶפאָהרעֶן דאָס צאָלהויז. הייסט עֶר די קנעֶכט אָפּצאָהלעֶן די צאָל לויט עֶס קוּמט.
— העֶר קעֶניג — פרעֶגט מעֶן אים — די צאָל געֶהעֶר דאָך סיי ווי סיי דיר, צוּ וואָס־זשעֶ זאָלסטוּ אַליין צאָהלעֶן?
פעֶרשטעֶהט איר מיך — עֶנטפעֶרט דעֶר קעֶניג — איך טוּה עֶס כדי אַלעֶ רייזעֶנדעֶר זאָלעֶן זיך אָפּלעֶרנעֶן פוּן מיר אוּן נישט גנב׳עֶנעֶן די צאָל.
אַזוי זאָגט אויך גאָט: זאָל מעֶן ניט רויבּעֶן פאַר מיר, וועֶט מעֶן אויך ניט רויבּעֶן פאַר זיך.
11 אַ קינד אין דער מוטערס בויך.1)
ר׳ יוחנן זאָגט:
— אוּמעֶטוּם וואוּ עֶס רעֶדט זיך פוּן גאָט׳ס אַלמעֶכטיגקייט וועֶרט דעֶרבּיי גלייך אָנגעֶוויזעֶן אויך אויף זיין עניוות אוּן צוּגעֶלאָזקייט.
דאָס איז איבּעֶרגעֶזאָגט פיל מאָל סיי אין דעֶר תורה, סיי אין די נביאים אוּן סיי אין די כתובים; „גאָט איז איבּעֶר אַלעֶ געֶטעֶר” — שטעֶהט ↰ 12 אין דעֶר תורה, אוּן בּאַלד דעֶרבּיי: „עֶר שטעֶלט זיך איין פאַר׳ן יתום אוּן דעֶר אלמנה”; „אַזוי זאָגט גאָט דעֶר הויכעֶר אוּן דעֶרהויבּעֶנעֶר, הויך אוּן הייליג רוּה איך” — זאָג דעֶר נביא — אוּן בּאַלד נאָכדעֶם „אויך מיט דעֶם דעֶרשלאָגעֶנעֶם אוּן בּיי זיך געֶפאַלעֶנעֶם”; „לוינט דעֶם וואָס רייט אין בּרייטעֶ הימלעֶן” — וועֶרט געֶזאָגט אין תהלים — אוּן בּאַלד נאָכדעֶם: „דעֶר פאָטעֶר פוּן יתומים אוּן דעֶר ריכטעֶר פוּן אלמנות”.
— רבונו של עולם — האָט איוב געֶטענה׳ט פאַר גאָט — פאַר וואָס האָסטוּ מיר אַזויפיל וואוּנדעֶן פעֶרשאַפט אוּמזיסט אוּמנישט? מיט וואָס האָבּ איך זיך געֶגעֶן דיר פעֶרזוּנדיגט? צי איז בּיי דיר נישט פאָרגעֶקוּמעֶן דאָ קיין טעות אויף איין האָר אוּן דוּ האָסט פעֶרבּיטעֶן דיין געֶטרייעֶן „איוב” אויף עֶמיצעֶן אַן „אויב”, אַ שונא דיינעֶם.
— נאַר איינעֶר — עֶנטפעֶרט אים גאָט בּרוך־הוא — פיל האָר האָבּ איך בּעֶשאַפעֶן אויפ׳ן מעֶנשעֶנס קאָפּ אוּן פאַר יעֶדעֶר האָר בּעֶזוּנדעֶר אַ גריבּעֶלעֶ פאַר זיך, כדי צוויי צוּזאַמעֶן זאָלעֶן ניט זויגעֶן פוּן איין גריבּיל; ווייל אויבּ יאָ, וואָלט עֶס זעֶהר שעֶדליך געֶוועֶן פאַר די אויגעֶן. היינט אויבּ עֶס פעֶרבּייט זיך ניט פאַר מיר אַ גריבּעֶל אויף אַ גריבּעֶל — וועֶט זיך „איוב” אויף „אויב” פעֶרבּייטעֶן!
„וועֶר האָט איינגעֶטהיילט פאַר׳ן רעֶגעֶנפלוּס גרוּבּעֶנס?” — פיל טראָפּעֶן האָבּ איך בּעֶשאַפעֶן אין די וואָלקעֶנס, אוּן פאַר יעֶדעֶן טראָפּעֶן בּעֶזוּנדעֶר אַ קעֶסטעֶלעֶ פאַר זיך, כּדי צוויי צוּזאַמעֶן זאָלעֶן ניט אַרויסגעֶהן פוּן איין קעֶסטעֶלעֶ; ווייל אויבּ יאָ וואָלט עֶס אָפּגעֶשוועֶנקט די אויבּעֶרשטעֶ עֶרד אוּן עֶס וואָלט אויף איר גאָר ניט געֶוואַקסעֶן. היינט אויבּ עֶס פעֶרבּייט זיך ניט פאַר מיר אַ טראָפּעֶן אויף אַ טראָפּעֶן — וועֶט זיך „איוב” אויף „אויב” פעֶרבּייטעֶן!
„אוּן אַ וועֶג פאַר די דוּנעֶרעֶן אין וואָלקעֶן”. פוּל דוּנעֶרעֶן האָבּ איך בּעֶשאַפעֶן אין די וואָלקעֶנס, אוּן פאַר יעֶדעֶן דוּנעֶר בּעֶזוּנדעֶר אַ שטעֶג פאַר זיך, כּדי צוויי צוּזאַמעֶן זאָלעֶן ניט אַרויסגעֶהן פוּן איין שטעֶג; ווייל אויבּ יאָ, וואָלט עֶס געֶמאַכט חרוב די וועֶלט. היינט אויבּ עֶס פעֶרבּייט זיך ניט פאַר מיר אַ דוּנעֶר אויף אַ דוּנעֶר — וועֶט זיך „איוב” אויף „אויב” פעֶרבּייטעֶן.
„ווייסטוּ די צייט פוּן געֶבּוירעֶן בּיי דעֶר פעֶלזעֶן־געֶמזעֶ?” — די געֶמזעֶ בּיים געֶבּוירעֶן אַ קינד ליידעֶט זעֶהר שוועֶר, אוּן פוּן גרויס וועֶהטיג פעֶרלייט ↰ 13 זי יעֶדעֶ מוּטעֶרליכעֶ געֶפיהל פוּן רחמנות צוּ אייגעֶנעֶ קינדעֶר אוּן בּשעת זי דאַרף געֶהן צוּ קינד הויבּט זי זיך אויף אַ הויכעֶן פעֶלז, כדי דאָס געֶבּוירעֶנעֶ קינד זאָל פוּן דאָרט אַראָפּפאַלעֶן אוּן זיך צעֶשלאָגעֶן אויף טויט. שיק איך דעֶמאָלט צוּ אַן אָדלעֶר פּינקטליך צוּ דעֶר צייט, וואָס חאַפּט עֶס אויף די פליגעֶל זיינעֶ אוּן לעֶגט עֶס אַנידעֶר פאַר דעֶר מוּטעֶר; אוּן וואָלט דאָס געֶשעֶהן איין רגע פריהעֶר אָדעֶר שפּעֶטעֶר, וואָלט דאָס קינד אוּמגעֶקוּמעֶן. היינט אויבּ עֶס פעֶרבּייט זיך ניט פאַר מיר אַ רגע אויף אַ רגע — וועֶט זיך „איוב” אויף „אויב” פעֶרבּייטעֶן?
„אָך אוּן וועֶה איז די — זאָגט דעֶר נביא ישעיהוּ — וואָס פעֶרבּאָרגעֶן טיף פאַר גאָט זייעֶרעֶ געֶדאַנקעֶן אוּן אין דעֶר פינסטעֶר טוּעֶן זיי אָפּ מעשים, אוּן מיינעֶן דעֶרבּיי: וועֶר וועֶט מיך זעֶהן אוּן וועֶר וועֶט מיך וויסעֶן?” — דאָס קוּמט אויס ווי איינעֶר אַ בּוימייסטעֶר האָט אויסגעֶבּויט די שטאָדט אינגאַנצעֶן לויט זיין אייגעֶנעֶם פּלאַן, סיי די הייזעֶר, סיי די גרוּבּעֶנס אוּן סיי די קעֶלעֶרס. אין אַ צייט אַרוּם איז עֶר געֶוואָרעֶן איבּעֶר דעֶר שטאָדט אַ צינז־אויפמאָהנעֶר, האָבּעֶן געֶנוּמעֶן די שטאָדט־לייט אוּן בּעֶהאַלטעֶן זייעֶרעֶ פעֶרמעֶגעֶנס אין געֶהיימעֶ צימעֶרעֶן אוּן קעֶלעֶרס. זאָגט עֶר זיי: נאַרישעֶ מעֶנשעֶן, די אַלעֶ געֶהיימעֶ עֶרטעֶר זעֶנעֶן דאָך אויסגעֶבּויט דוּרך מיר אוּן דוּרך מיין פּלאַן, מיינט איר אין זיי זיך פאַר מיר אויסצוּבּעֶהאַלטעֶן?
גאָט איז דעֶר בּוימייסטעֶר פוּנם מעֶנשעֶנס אברים אוּן פוּן דעֶר גאַנצעֶר וועֶלט, היינט ווי איז מעֶגליך אויסבּעֶהאַלטעֶן פאַר אים געֶדאַנקעֶן אָדעֶר מעשים?
„דוּ גאָט בּיזט מיין ליכט” — זאָגט דעֶר משורר אין תהלים. דאָס אויג — זאָגט אויף דעֶם ר׳ יוחנן — איז אינגאַנצעֶן ווייס אוּן דוּרכזיכטיג, נאָר אין מיטעֶן איז דאָס שוואַרצאַפּעֶל אַ פעֶרמאַכטס, אַ פינסטעֶרס. אויבּ אַזוי, מיט וואָס וואָלט דעֶר מעֶנש בּעֶדאַרפט זעֶהן? דוּכט זיך, מיט׳ן ווייסכעֶן. צוּם סוף, זעֶהט עֶר גאָר מיט׳ן שוואַרצכעֶן. דעֶם סוד פוּן דיין אייגעֶן ↰ 14 אויג׳ס ליכט קאָנסטוּ ניט דעֶרגעֶהן, ווילסטוּ דעֶרגעֶהן דעֶם סוד פוּן גאָט׳ס דרכים? עֶר אַליין איז פאַר אוּנז איינגעֶהילט אין טיפעֶ פינסטעֶרנעֶס אוּן איז דעֶר קוואַל פוּן ליכט פאַר דעֶר גאַנצעֶר וועֶלט.
דעֶר רוימישעֶר קיסר, וואָס פלעֶגט זיך צוּמאָל לוּסטיג מאַכעֶן מיט וכּוּחיִם איבּעֶר׳ן יוּדישעֶן גאָט, האָט אַמאָל אַ פרעֶג געֶטוּן רבּן גמליאל׳ן:
— איר ריהמט אייעֶר גאָט דעֶרמיט וואָס עֶר ווייסט די צאָהל פוּן די שטעֶרן. אַ גרויסעֶ זאַך! איך קאָן אויך צעֶהלעֶן די שטעֶרן. נעֶהמט רבּן גמליאל פיל קירשעֶן, שיט אַריין אין אַ זיפּ אוּן הויבּט אָן זיי געֶשווינד דרעֶהעֶן.
— געֶהט צעֶהל זיי — זאָגט איהם רבּן גמליאל.
— העֶר־אויף צוּ דרעֶהעֶן — זאָגט דעֶר קיסר.
די הימעֶל־ספעֶרעֶן דרעֶהעֶן זיך נאָך געֶשווינדעֶר — האָט אים אָפּגעֶשניטעֶן רבּן גמליאל.
לויט אַנדעֶרעֶ דעֶרצעֶהלעֶן, האָט אים רבּן גמליאל אַזוי געֶעֶנטפעֶרט:
— זאָג מיר, וויפיל צייהן אין מויל האָסטוּ?
האָט דעֶר קיסר אַריינגעֶלעֶגט דעֶם פינגעֶר אין מויל אוּן געֶנוּמעֶן צעֶהלעֶן. — די צייהן אין מויל — זאָגט רבּן גמליאל — האָסטוּ נאָך ניט איבּעֶרגעֶצעֶהלט — וועֶסטוּ די שטעֶרן אין הימעֶל איבּעֶרצעֶהלעֶן? אַהין מיט קיין פינגעֶר קעֶן מעֶן ניט דעֶרלאַנגעֶן.
אַ אַנדעֶרס מאָל האָט דעֶר קיסר אַ זאָג געֶטוּן רבּן גמליאל׳ן שפּאַסיג, ווי זיין שטייגעֶר:
— איך ווייס מיט וואָס אייעֶר גאָט דאָרט אין הימעֶל בּאַשעֶפטיגט זיך.
רבּן גמליאל׳ן זעֶנעֶן דעֶם קיסר׳ס שפּאַסיגעֶ וכּוּחים געֶוואָרעֶן שטאַרק איבּעֶרדריסיג, האָט עֶר זיך מישב געֶוועֶן אים גלייך אָפּשניידעֶן. מאַכט עֶר אַ טרויעֶריגעֶ מינעֶ אוּן לאָזט אַרויס אַ טיפעֶן זיפץ.
— וואָס זיפצסטוּ אַזוי? — זאָגט דעֶר קיסר.
— „איך האָבּ זיך דעֶרמאָנט אין מיין זוּהן, וואָס געֶפוּנט זיך יעֶצט עֶרגעֶץ פאַרוואָרפעֶן אין גאַנץ ווייטעֶ מקומות. אוי בּיינק איך נאָך אים! וועֶן דוּ זאָלסט מיר אים קעֶנעֶן ווייזעֶן!
— ווייס איך דעֶן וואוּ עֶר איז? — זאָגט דעֶר קיסר.
— אַזוי? — זאָגט רבּן גמליאל — וואָס דאָ אויף דעֶר עֶרד טוּט זיך ווייסטוּ נישט אוּן וואָס דאָרטעֶן אין הימעֶל טוּט זיך מיינסטוּ אַז דוּ ווייסט יאָ?
אדריאנוּס, דעֶר רוימישעֶר קיסר, נאָכדעֶם ווי עֶר האָט איינגעֶנוּמעֶן די גאַנצעֶ וועֶלט אוּן האָט מיט גרויס טריאומף צוּריק געֶקעֶרט קיין רוים, האָט עֶר צוּנויפגעֶזאַמעֶלט זיינעֶ הויפסלייט אוּן האָט פאַר זיי אַרויסגעֶזאָגט זיין ווילעֶן.
— פוּן היינט אָן וויל איך, איר זאָלט מיך מאַכעֶן פאַר אַ גאָט. איך האָבּ שוין איינגעֶנוּמעֶן די גאַנצעֶ וועֶלט.
— דו האָסט אָבּעֶר נאָך ניט בּאַהעֶרשט די הויפּטשטאָדט אוּן דאָס הויז פוּנ׳ם יוּדישעֶן גאָט, דעֶר גאָט פוּן דעֶר וועֶלט — האָבּעֶן זיי אים געֶעֶנטפעֶרט.
האָט עֶר זיך אַוועֶקגעֶלאָזט, חרוב געֶמאַכט צוּם איבּעֶריגעֶן דעֶם בּית־המקדש, פעֶרטריבּעֶן די יוּדעֶן אוּן געֶקוּמעֶן צוּריק.
— שוין! — זאָגט עֶר צוּ זיינעֶ הויפסלייט — געֶמאַכט אַ סוף צוּ דעֶר שטאָדט פוּנם יוּדישעֶן גאָט, פעֶרבּרעֶנט זיין פּאַלאַץ אוּן פעֶרטריבּעֶן זיין פאָלק. מאַכט מיך פאַר אַ גאָט!
צווישעֶן יעֶנעֶ הויפסלייט — זאָגט ר׳ בּרכיה — זעֶנעֶן געֶוועֶן דריי אויפגעֶקלעֶרטעֶ פילאָסאָפעֶן 1) רוּפט זיך אָן איינעֶר פוּן זיי:
— מעֶ קעֶן זיך נישט אַקעֶגעֶן שטעֶלעֶן דעֶם קעֶניג בּיי אים אַליין אין זיין אייגעֶנעֶ פּאַלאַצעֶן, נאָר אויסעֶר זיי. געֶה דוּ־אויך פוּן גאָטס פּאַלאַצעֶן אַרויס, שטעֶל זיך אויסעֶר הימעֶל אוּן עֶרד, וועֶלכעֶ עֶר האָט בּאַשאַפעֶן — אוּן מאַך זיך פאַר אַ גאָט.
דעֶר צווייטעֶר זאָגט אים:
— אוּמזיסט דיין מיה. אַ געֶטליכעֶר נביא ירמיה האָט שוין לאַנג געֶזאָגט: „די געֶטעֶר וועֶלכעֶ האָבּעֶן הימעֶל אוּן עֶרד ניט געֶשאַפעֶן, וועֶלעֶן אַלעֶ אוּמקוּמעֶן פוּן אוּנטעֶר די הימלעֶן”.
1) צו יענער צייט האבען זיך צווישען די רוימער געפונען פיל אויפגעקלערטע, וואס האבען אויפגעהערט צו האלטען פון געצענדינעריי, און גענומען זוכען נייע וועגען אין אמונה־זאכען.
דעֶר דריטעֶר האָט געֶזאָגט אַזוי:
— איך האָבּ צוּ דיר אַ בּקשה, שטעֶה מיר איצט בּיי אין אַ נויט.
— וואָס איז אַזוינס? — פרעֶגט דעֶר קיסר.
— איך האָבּ דאָ אַ שיף אין ים, דריי מייל ווייט פוּנ׳ם בּרעֶג, האַלט זי בּיים אוּנטעֶרגעֶהן, אוּן דאָרט געֶפוּנט זיך מיין גאַנץ פאַרמעֶגעֶן.
— איך שיק בּאַלד אַהין מיינעֶ שיפעֶן מיט מיינעֶ לעֶגיאָנעֶן אוּן מעֶן וועֶט זי רעֶטעֶן.
— אַדוני מלך! — זאָגט אים דעֶר פילאָסאָף — צוּ וואָס זאָלסטוּ בּעֶמיהעֶן אַהין דיינעֶ שיפעֶן מיט דיינעֶ לעֶגיאָנעֶן, אַמעֶהר שיק־אוּנטעֶר אַהינצוּ אַ בּיסעֶלעֶ ווינט, וועֶט זי זיין געֶרעֶטעֶט.
— וואוּ זאָל איך דיר נעֶהמעֶן אַ ווינט אַ הין צוּ שיקעֶן?
— אַזוי? — זאָגט דעֶר פילאָסאָף — קיין בּיסעֶל ווינט קאָנסטוּ אַהין ניט שיקעֶן, אוּן פאַר אַ גאָט ווילסטוּ זיך מאַכעֶן? וועֶגעֶן דעֶם אמת׳ן גאָט וועֶרט געֶזאָגט: „עֶר שאַפט הימלעֶן אוּן ציהט זיי אויס, שפּרייט אויס די עֶרד אוּן איר אַרויסצוּג, עֶר גיט אַ זעֶל מעֶנשעֶן אויף איר אוּן אָטהעֶם צוּ די וואָס געֶהעֶן איבּעֶר איר”.
איז דעֶר קיסר געֶקוּמעֶן צוּ זיך אַ היים שטאַרק צעֶרוּדעֶרט. זאָגט אים דאָס ווייבּ: דיינעֶ לייט האָבּעֶן דיר איינגעֶרעֶדט אַז דוּ קעֶנסט וועֶרעֶן אַ גאָט. אַ יאָ בּיסט אַ גרויסעֶר אוּן אַ שטעֶרקעֶר קעֶניג אוּן אַלץ איז בּיי דיר אין דעֶר האַנד? אָט וועֶל איך דיר עֶפּעֶס זאָגעֶן: גיבּ נאָר גאָט צוּריק זיין פּקדון, וועֶסטוּ וועֶרעֶן אַ גאָט.
— וואָס פאַר אַ פּקדון? — פרעֶגט דעֶר קיסר.
— די נשמה — עֶנטפעֶרט זי.
— אָן דעֶר נשמה וואָס וועֶט פוּן מיר וועֶרעֶן?
— אַזוי? — זאָגט זי — איבּעֶר דיין נשמה האָסטוּ קיין שליטה נישט, ווילסטוּ אַ גאָט וועֶרעֶן! אַ מעֶנש בּיסטוּ, ניט קיין גאָט.
אַ כּופר האָט אַמאָל געֶפרעֶגט בּיי ר׳ יהושע בּן קרחה׳ן:
— זאָגט איר דעֶן ניט, אַז גאָט זעֶהט אַלעֶס פאָראויס?
— געֶוויס — עֶנטפעֶרט עֶר.
— אויבּ אַזוי, ווי קוּמט עֶס — פרעֶגט יעֶנעֶר ווייטעֶר — וואָס די ↰ 17 תּורה דעֶרצעֶהלט וועֶגעֶן גאָט „עֶר האָט דעֶרזעֶהן ווי גרויס איז דאָס שלעֶכטס פוּנם מעֶנשעֶן — איז עֶר טרויעֶריג געֶוואָרעֶן בּיי זיך האַרצעֶן”? — האָט עֶר דעֶן ניט געֶוואוּסט פאָראויס, וואָס פוּנם מעֶנשעֶן וועֶט וועֶרעֶן?
— בּיי דיר איז אַמאָל געֶבּוירעֶן געֶוואָרעֶן אַ יוּנגעֶל? — האָט אים ר׳ יהושע בּן קרחה געֶפרעֶגט.
— יאָ.
— וואָס־זשעֶ האָסטוּ דעֶמאָלט געֶטוּן?
— ס׳איז בּיי מיר געֶוועֶן אַ שמחה אוּן האָבּ משמח געֶוועֶן אַלעֶ מיינעֶ גוּטעֶ פריינד.
— האָסטוּ דעֶן פאָראויס ניט געֶוואוּסט, אַז עֶר וועֶט אַמאָל שטאַרבּעֶן?
— וואָס געֶהעֶר זיך עֶס אָן? — זאָגט עֶר — בשעת פרייד — פרייד, בּשעת לייד — לייד.
— אוּן דאָסזעֶלבּעֶ איז אויך בּיי גאָט.
אַ מאַטראָנעֶ האָט אַמאָל געֶפרעֶגט בּיי ר׳ יוסי בּן חלפתא:
— אין וויפיל טעֶג האָט גאָט בּעֶשאַפעֶן די וועֶלט?
— אין זעֶקס — האָט עֶר געֶעֶנטפעֶרט.
— אוּן פוּן דעֶמאָלט אָן בּיז איצט וואָס טוּט עֶר?
— פוּן דעֶמאָלט אָן זיצט גאָט פוּן אויבּעֶן אוּן פאָרט פוּן אוּנטעֶן: דעֶם׳ס טאָכטעֶר פאַר יעֶנעֶם, יעֶנעֶמ׳ס פאַר דעֶם.
— אוּן מיט דעֶם בּעֶשעֶפטיגט עֶר זיך? אַ גרויסעֶ קוּנץ! איך קעֶן עֶס אויך. וויפיל קנעֶכט אוּן דינסטעֶן איך פעֶרמאָג קעֶן איך זיי דיר אַלעֶ אין איין וויילעֶ צוּנויפפּאָרעֶן.
— בּיי דיר איז עֶס אפשר אַ קלייניגקייט, בּיי גאָט אָבּעֶר איז עֶס דוקא שוועֶר ווי שפּאַלטעֶן דעֶם ים — האָט ר׳ יוסי בּן חלפתא איר אָפּגעֶעֶנטפעֶרט, זיך אויסגעֶקעֶרט אוּן אַוועֶקגעֶגאַנגעֶן.
איז זיך מישב די מאַטראָנעֶ, אוּן נעֶמט צוּנויף אירעֶ טויזעֶנד קנעֶכט מיט טויזעֶנד דינסטעֶן, שטעֶלט זיי אויס שוּרות־ווייז, אוּן בּעֶפעֶהלט: זאָלעֶן זיך נעֶמעֶן דעֶר די אוּן די דעֶם, אוּן אַזוי האָט זי זיי אויסגעֶפּאָרט אַלעֶ אין איין נאַכט.
אויף מאָרגעֶן פריה, האָבּעֶן געֶנוּמעֶן געֶהן צוּ איר דעֶר גאַנצעֶר עולם קנעֶכט אוּן דינסטעֶן, וועֶר מיט אַ צעֶשפּאַלטעֶנעֶם קאָפּ, וועֶר מיט אַ אויסגעֶזעֶצט אויג, וועֶר מיט אַ אויסגעֶלינקטעֶר האַנד, וועֶר מיט אַ צעֶבּראָכעֶנעֶם פוּס.
— וואָס איז מיט אייך אַזוינס געֶשעֶהן? — פרעֶגט די מאַטראָנעֶ פעֶרוואוּנדעֶרט.
וועֶרט אַ געֶפּילדעֶר. דעֶר שרייעֶט: איך וויל די נישט, אוּן די טענה׳ט: איך וויל דעֶם נישט.
דעֶרזעֶהן דאָס, שיקט זי רוּפעֶן צוּ זיך ר׳ יוסי בּן חלפתא, אוּן זאָגט אים:
— רבי, אמת איז אייעֶר תורה, שעֵן אוּן וואויל איז זי. ריכטיג האָסטוּ מיר געֶעֶנטפעֶרט.
ר׳ ברכיה זאָגט: דעֶר זין פוּן ר׳ יוסי בּן חלפתא׳ס עֶנטפעֶר איז געֶוועֶן אַן אַנדעֶרעֶר: גאָט זיצט פוּן אויבּעֶן אוּן מאַכט לייטעֶרס: עֶרנידעֶריגט איינעֶם אוּן דעֶרהויבּט דעֶם אַנדעֶרעֶן, לאָזט איינעֶם אַראָפּ אוּן הויבּט דעֶם אַנדעֶרעֶן אַרויף. אוּן אַזוי אַרוּם האַלט זיך אין גלייכגעֶוויכט אַלעֶס אויף דעֶר וועֶלט.
„פוּן גאָט זעֶנעֶן דעֶם מעֶנשעֶנס שריט געֶריכטעֶט” — ר׳ חנינא זאָגט:
אַ מעֶנש גיט זיך ניט אַ קלאַפּ אין מינדסטעֶן פינגעֶר פוּן אוּנטעֶן בּיז מ׳האָט ניט אויסגעֶרוּפעֶן וועֶגעֶן דעֶם פוּן אויבּעֶן.
גאָט בּרוך־הוא פיהרט־אויס זיין שליחות דוּרך אַלעֶס, אפילוּ דוּרך אַ פראָש, אפילוּ דוּרך אַ שלאַנג, אפילוּ דוּרך אַ פליגעֶלעֶ.
אַ עֶקדיש האָט זיך אַמאָל געֶלאָזט אויספיהרעֶן אַ שליחות פוּן יעֶנעֶר זייט ירדן. געֶקוּמעֶן צוּם טייך האָט אים גאָט צוּגעֶשיקט אַ פראָש אוּן אויף איר איז עֶר איבּעֶרגעֶשווימעֶן דעֶם טייך, געֶגאַנגעֶן וואוּהין עֶר האָט בּעֶדאַרפט, דאָרטעֶן איינעֶם אַ בּיס געֶטוּן אוּן יעֶנעֶר איז געֶשטאָרבּעֶן. ↰ 19 אָפּגעֶטוּן זיינס האָט אים די פראָש ווידעֶר אַריבּעֶרגעֶפיהרט דעֶם טייך צוּריק.
ר׳ ינאי האָט אַמאָל געֶ׳דרשה׳ט פאַר׳ן עולם בּיים איינגאַנג פוּן שטאָדט. זעֶהט מעֶן ווי אַ שלאַנג לאָזט זיך לויפעֶן געֶשווינד אין שטאָדט אַריין. טרייבּט מעֶן אים אָפּ צוּריק פוּן איין זייט, דרעֶהט עֶר זיך אויס אוּן קוּמט אָן פוּן אַ אַנדעֶר זייט, טרייבּט מעֶן אים אָפּ ווידעֶר פוּן דעֶר זייט קוּמט עֶר ווידעֶר אָן פוּן אַן אַנדעֶר זייט.
ניט אַנדעֶרש — זאָגט ר׳ ינאי — אַז עֶר געֶהט אָפּטוּן עֶפּעֶס אַ שליחות.
אוּן טאַקי בּאַלד איז אַרויס אַ קלאַנג אין שטאָדט: יעֶנעֶר אוּן יעֶנעֶר האָט בּעֶקוּמעֶן אַ בּיס פוּן אַ שלאַנג אוּן איז געֶשטאָרבּעֶן.
ר׳ יוסף האָט אַמאָל געֶ׳דרשה׳ט אויפ׳ן פּסוק אין ישעיה:
„אַ דאַנק דיר, גאָט, וואָס דוּ האָסט אויף מיר געֶצאָרנט, דיין צאָרן קעֶרט זיך אוּם אוּן דוּ טרייסט מיך” — וועֶגעֶן וואָס האַנדעֶלט זיך דאָ? וועֶגעֶן צוויי מעֶנשעֶן, אַ שטייגעֶר, וואָס האָבּעֶן זיך געֶקליבּעֶן אַוועֶקצוּלאָזעֶן זיך מיט אַ שיף אין ים געֶשעֶפטעֶן מאַכעֶן. האָט זיך איינעֶם פעֶרשטאָכעֶן אַ פוּס אוּן האָט געֶמוּזט פעֶרבּלייבּעֶן. איז עֶר בּעֶז געֶוואָרעֶן אויף גאָט. שפּעֶטעֶר דעֶהעֶרט עֶר אַז יעֶנעֶ שיף איז אוּנטעֶרגעֶגאַנגעֶן. דעֶמאָלט האָט עֶר עֶרשט אָנגעֶהויבּעֶן לויבּעֶן אוּן דאַנקעֶן גאָט: אַ דאַנק דיר, גאָט פאַר דיין עֶרשטעֶן צאָרן, געֶקוּמעֶן נאָכאַמאָל דיין צאָרן האָט עֶר מיך געֶטרייסט.
אוּן דאָס איז די מיין — האָט ר׳ אליעזר געֶזאָגט — פוּנם פּסוּק אין תהלים: „אַ דאַנק — צוּ דעֶם וואָס טוּט וואוּנדעֶר איינעֶר אַליין” — וויפיל נסים טוּעֶן זיך אָפּ מיט׳ן מעֶנשעֶן, וואָס אפילוּ עֶר אַליין ווייסט גאָר נישט פוּן זיי!
ריש לקיש זאָגט: זיבּעֶן הימלעֶן זעֶנעֶן פאַראַן: דעֶר עֶרשטעֶ הימעֶל וילון (פאָרהאַנג) — האָט ניט קיין בּעֶזוּנדעֶרעֶ בּאַשטימוּנג? ניט מעֶר, פאַרטאָג וויקעֶלט עֶר זיך איין אינגאַנצעֶן אוּן לאָזט אַרויס דעֶם טאָג אוּן אזוי אַרוּם בּעֶנייט עֶר טאָג־טעֶגליך די גאַנצעֶ וועֶלט, פאַרנאַכט וויקעֶלט עֶר זיך צוּריק אויף אוּן עֶס וועֶרט נאַכט; דעֶר צווייטעֶר הימעֶל רקיע — דאָרט זעֶנעֶן איינגעֶפאַסט זוּן אוּן לבנה, שטעֶרעֶן אוּן פּלאַנעֶטעֶן; דעֶר דריטעֶר הימעֶל שחקים — דאָרט שטעֶהעֶן מיהלעֶן וועֶלכעֶ מאָהלעֶן מן (הימעֶל־שפּייז) פאַר צדיקים; דעֶר פיערטעֶר הימעֶל זבול — דאָרט געֶפוּנט זיך די אויבּעֶרשטעֶ ירוּשלים מיט׳ן בּית־המקדש מיט אַ אויסגעֶבּויטן מזבּח, וואוּ עֶס שטעֶהט דעֶר מלאך מיכאל, דעֶר גרויסעֶר שר, אוּן בּריינגט אויף אים אַלעֶ טאָג אַ קרבּן — אַ צדיק׳ס נשמה; דעֶר פינפטעֶר הימעֶל מעון — דאָרט שטעֶהעֶן מלאכים גרוּפּעֶן־ווייז אוּן זאָגעֶן שירה פאַר גאָט בּיינאַכט אוּן שווייגעֶן בּיי טאָג צוּליבּ׳ן כּבוד פוּן יוּדעֶן, וועֶלכעֶ זאָגעֶן דעֶמאָלט שירה; דעֶר זעֶקסטעֶר הימעֶל מכון — דאָרט געֶפוּנעֶן זיך קאַמעֶרעֶן פוּן שניי, קאַמעֶרעֶן פוּן אייז, אויבּעֶרקאַמעֶרעֶן פוּן בּעֶזעֶ טויעֶן אוּן רעֶגעֶנס, אַ געֶהיימעֶר צימעֶר פאַר געֶוויטעֶר אוּן שטוּרמווינטעֶן אוּן די היִיִל פוּן דאַמפף, אוּן אַלעֶ זייעֶרעֶ טירעֶן זעֶנעֶן פוּן פייעֶר; דעֶר זיבּעֶטעֶר הימעֶל ערבות — דאָרט געֶפוּנט זיך רעֶכט אוּן געֶריכט אוּן געֶרעֶכטיגקייט, אוצרות פוּן לעֶבּעֶן, אוצרות פרידעֶן אוּן זעֶגעֶן אוּן די צוּריקגעֶקוּמעֶנעֶ נשמות פוּן צדיקים אוּן נשמות ↰ 21 אוּן גייסטעֶר וואָס דאַרפעֶן עֶרשט געֶבּוירעֶן וועֶרעֶן, אוּן טוי דוּרך וועֶלכעֶן גאָט וועֶט אַ מאָל אויפלעֶבּעֶן די טויטעֶ; דאָרט געֶפוּנעֶן זיך אויך די גרויסעֶ הייליגעֶ מלאָכים, גאָטס בּעֶדינעֶר, די אופנים אוּן שרפים אוּן דעֶר כּסא הכּבוד, אוּן דעֶר קעֶניג, דעֶר לעֶבּעֶדיגעֶר הייליגעֶר גאָט, דעֶר העֶכסטעֶר אוּן דעֶרהויבּעֶנסטעֶר, רוּהט איבּעֶר זיי אַלעֶ, אוּן פינסטעֶרניש, וואָלקעֶן אוּן נעֶפּעֶל רינגלעֶן אים אַרוּם.
בּיז אַ העֶר איז דיר עֶרלויבּט צוּ רעֶדעֶן פוּן דאַנעֶן אוּן ווייטעֶר טאָרסטוּ ניט. ווי בּן־סירא שרייבּט:
- דאָס בּאַהאַלטעֶנעֶ פאַר דיר וואָג ניט צוּ פאָרשעֶן
- דאָס פאַרדעֶקטעֶ פאַר דיר זוּך ניט צוּ דעֶרגעֶהן,
- וואָס איז עֶרלויבּט אין דעֶם טראַכט זיך איין,
- אוּן האָבּ ניט צוּ טוּן מיט קיין געֶהיימניסעֶן.
פיר גרוּפּעֶן פוּן מלאָכים, גאָטס בּעֶדינעֶר, לוינעֶן זיין ליבּעֶן נאָמעֶן. די עֶרשטעֶ מחנה, מלאָך מיכאל׳ס, רעֶכטס, די צווייטעֶ, גבריאל׳ס — לינקס, די דריטעֶ, אוריאל׳ס — פוּן פאָרעֶנט, די פירטעֶר — רפאל׳ס — פוּן אוּנטעֶן, אוּן גאָטס בּרוּך־הוא שכינה — אין מיטעֶן, אוּן עֶר זיצט אויף אַ הויכעֶ, דעֶרהויבּעֶנעֶ שטוּהל, וואָס העֶנגט הויך אין דעֶר לוּפטעֶן, דאָס אויסזעֶהן פוּן זיין עֶהרעֶ איז ווי דעֶר הימעֶלשעֶר פייעֶר־שיין חשמל; די קרוין — אויפן קאָפּ; די דיאדעֶם מיט׳ן שם המפורש — אויפן שטעֶרן; די אויגעֶן זיינעֶ אויף דעֶר גאַנצעֶר עֶרד, וואָס האַלבּ איז זי פייעֶר אוּן האַלבּ אייז; רעֶכטס בּיי אים איז לעֶבּעֶן, לינקס — טויט, אַ פייעֶרדיגעֶ סצעֶפטעֶר בּיי אים אין דעֶר האַנד אוּן אַ פרוכת איז אַראָפגעֶלאָזט פאַר אים, אוּן זיבּעֶן מלאָכים בּעֶדינעֶן אים אינוועֶניג פוּן יעֶנעֶר זייט פּרוכת. אוּן דאָס איז בּאַוואוּסט מיט׳ן נאָמעֶן „פרגוד”. אוּן דאָס פוּסבּיינקעֶלעֶ איז ווי פייעֶר מיט אייז צוּזאַמעֶן, אוּן אוּנטעֶר דעֶם כסא הכּבוד איז ווי סאַפּפיר, אוּן אַרוּם דעֶר שטוּהל פלאַקעֶרט אַ פייעֶר, רעֶכט אוּן געֶריכט איז דעֶר גרוּנד פוּן זיין שטוּהל, אוּן זיבּעֶן העֶרליכעֶ וואָלקעֶנס הילעֶן אים אַרוּם, אוּן דעֶר אופן אוּן גלגל, כּרוב אוּן חיה זינגעֶן אים אַ לויבּ.
ר׳ ישמעאל זאָגט:
דעֶר גרויסעֶר מלאך מטטרון, וואָס שטעֶהט פאַר גאָט׳ס געֶזיכט, האָט מיר דעֶרצעֶהלט: ווי נוּר גאָט בּרוך־הוּא האָט מיך געֶנוּמעֶן צוּ זיך צוּ בּעֶדינעֶן אים אוּנטעֶר׳ן כּסא־הכּבוד אוּן דעֶם גלגל פוּן דעֶר מרכבה אין די גאַנצעֶ איינריכטוּנג פוּן דעֶר שכינה, איז בּאַלד מיין לייבּ געֶוואָרעֶן פלאַם־פייעֶר, אוּן מיינעֶ אָדעֶרן פייעֶר גלוּטה, אוּן מיינעֶ בּיינעֶר גליהעֶנדיגעֶ קוילעֶן אוּן מיינעֶ בּרעֶמעֶן ווי הימעֶל שיין, אוּן מיינעֶ אויגעֶן ווי בּליצעֶן, אוּן די האָר פוּן מיין קאָפ — בּראַנדעֶן פייעֶר אוּן מיינעֶ אַלעֶ גלידעֶר פלאַמעֶנדיגעֶ צינגעֶן אוּן מיין גאַנצעֶר גוּף איין בּרעֶנעֶנדיגעֶר פלאַקעֶר, פוּן מיין רעֶכטעֶר האַנד שפּריצט מיט פלאַמעֶן פייעֶר אוּן פוּן דעֶר לינקעֶר מיט פלאַקעֶרדיגעֶ פאַקעֶלעֶן, אוּן פוּן אַרוּם מיר בּרעֶכעֶן־אויס שטוּרמווינטעֶן.
אוי׳פן הימעֶל איז דאָ אַ הייליגעֶ חיה (איינעֶר פוּן די מלאכים), אַז ס׳איז טאָג שיינט דאָס וואָרט „אמת” (וואַהרהייט) בּיי איר אויפ׳ן שטעֶרן, ווייסעֶן די מלאָכים אַז ס׳איז טאָג, פאַרנאַכט שיינט דאָס וואָרט „אמונה” בּיי איר אויפ׳ן שטעֶרעֶן, ווייסט מעֶן אַז ס׳איז נאַכט. אוּן אַלעֶ מאָל זאָגט זי דעֶרבּיי: „לויבּט גאָט דעֶם געֶלויבּטעֶן!”, אוּן אַלעֶ הימלישעֶ העֶרשאַפטעֶן עֶנטפעֶרעֶן „געֶלויבּט איז גאָט דעֶר געֶלויבּטעֶר אויף אייבּיג!”.
אַדריאנוּס, פוילעֶן זאָלעֶן זיינעֶ בּיינעֶר, האָט אַמאָל געֶפרעֶגט ר׳ יהושע׳ן בּן חנניא: איר זאָגט אַז קיין גרוּפּעֶ מלאכים אין הימעֶל זינגט ניט איבּעֶר צוויי מאָל איר לויבּגעֶזאַנג, ווי דעֶן? אַלעֶ טאָג בּעֶשאַפט גאָט פרישעֶ מלאכים, זאָגעֶן־אָפּ זייעֶר שירה, אוּן בּלייבּעֶן ניט. ניט אַזוי?
— אַזוי.
— וואוּהין געֶהעֶן זיי אַוועֶק?
— אַהין פוּן וואַנעֶן זיי זעֶנעֶן בּעֶשאַפעֶן געֶוואָרעֶן.
— אוּן פוּן וואַנעֶן זעֶנעֶן זיי בּעֶשאַפעֶן געֶוואָרעֶן?
— פוּנם פייעֶרדיגעֶן טייך דינוּר וואָס פליסט אָן אויפהעֶר טאָג ווי נאַכט.
— אוּן פוּן וואַנעֶן נעֶמט זיך דעֶר טייך?
— פוּנ׳ם שווייס וואָס טרעֶט־אַרויס בּיי די הייליגעֶ חיות פוּנ׳ם טראָגעֶן דעֶם כּסא הכּבוד.
די איינציגעֶ עֶרנעֶהרוּנג פוּן די מלאכים איז די שיין פוּן דעֶר שכינה, ווי דעֶר פּסוק זאָגט: „דוּ (גאָט) בּעֶלעֶבּסט זיי אַלעֶ אוּן די הימעֶל־העֶרשאַפטעֶן בּיקעֶן זיך פאַר דיר”.
איין מלאך טוּט ניט קיין צוויי שליחות, אוּן ניט צוויי מלאכים איין שליחות.
אויף מלאכים האָט דעֶר יצר הרע קיין שוּם שליטה ניט.
די נעֶמעֶן פוּן די מלאכים האָבּעֶן די יוּדעֶן צוּם עֶרשטעֶן מיטגעֶבּראַכט פוּן בּבל.
עבודה־זרה איז אַזאַ האַרבּעֶ עברה, אַז וועֶר עֶס לייקעֶנט אין איר איז גלייך ווי עֶר איז מודה (אָנעֶרקעֶנט) אין דעֶר גאַנצעֶר תורה.
ר׳ אבהו האָט געֶזאָגט אין ר׳ יוחנן׳ס נאָמעֶן:
אויבּ אַ אמת׳עֶר נביא וועֶט דיר זאָגעֶן אַז מעֶן מוּז צייטווייליג איבּעֶרטרעֶטעֶן אַ געֶבּאָט פוּן דעֶר תורה — זאָלסטוּ אים אין אַלעֶס פאָלגעֶן, אויסעֶר געֶצעֶנדינעֶריי, אויף דעֶם זאָלסטוּ אים ניט פאָלגעֶן אין קיין פאַל, אפילוּ וועֶן עֶר וועֶט דיר בּעֶווייזעֶן אַ וואוּנדעֶר אוּן אָפּשטעֶלעֶן די זוּן אין מיטעֶן הימעֶל.
רב נחמן זאָגט:
— שפּעֶטעֶן טאָר מעֶן ניט; שפּעֶטעֶן אָבּעֶר פוּן עבודה־זרה איז עֶרלויבּט, ווי מיר געֶפוּנעֶן כמעט בּיי אַלעֶ נביאים, אַז זיי האָבּעֶן בּייסעֶנד אויסגעֶלאַכט די עבודה־זרה אוּן געֶמאַכט זי צוּ שאַנד אוּן צוּ שפּאָט.
- „אוּן אַז זיי (די גוים) וועֶלעֶן אייך זאָגעֶן
- וועֶנדעֶט זיך צוּ די בּויכרעֶדעֶר אוּן צוּ די טרעֶפעֶרס
- וואָס פּיפּסעֶן אוּן פּלאַפּלעֶן —
- יעֶדעֶס פאָלק וועֶנדעֶט זיך דאָך צוּ זיין גאָט,
פאַר די לעֶבּעֶדיגעֶ צוּ טויטעֶ.
בּיי דעֶר תורה אוּן צייגניש (שוועֶר איך)
- אויבּ ניט זיי זאָגעֶן אייך אַזאַ זאַך וואָס האָט ניט קיין קלאָרעֶן זין”
אויף די וועֶרטעֶר פוּנם נביא ישעיה האָט ר׳ לוי געֶזאָגט אַזאַ משל:
— בּיי איינעֶם איז פעֶרלוירעֶן געֶגאַנגעֶן זיין זוּהן, איז עֶר אים געֶקוּמעֶן זוּכעֶן אויפ׳ן בּית־הקברות. דעֶרזעֶהט אים דאָרט אַ פעֶרשטאַנדיגעֶר מעֶנש, פרעֶגט עֶר אים: דיין פעֶרלוירעֶנעֶר זוּהן איז אַ לעֶבּעֶדיגעֶר צי אַ טויטעֶר?
— אַ לעֶבּעֶדיגעֶר.
— נאַר איינעֶר — זאָגט אים יעֶנעֶר — טויטעֶ, געֶוועֵהנליך, קוּמעֶן־אָן צוּ לעֶבּעֶדיגעֶ, אָבּעֶר וואוּ האָסטוּ געֶזעֶהן אַז לעֶבּעֶדיגעֶ זאָלעֶן אָנקוּמעֶן צוּ טויטעֶ? אוּמעֶטוּם טוּעֶן לעֶבּעֶדיגעֶ די בּעֶדעֶרפעֶנישעֶן פוּן די טויטעֶ, צי האָט מעֶן אָבּעֶר געֶזעֶהן פעֶרקעֶרט, אַז טויטעֶ זאָלעֶן טוּן די בּעֶדעֶרפעֶנישעֶן פוּן די לעֶבּעֶדיגעֶ?
דאָסזעֶלבּעֶ האָט געֶמיינט דעֶר נביא: אוּנזעֶר גאָט איז אַ לעֶבּעֶדיגעֶר אוּן אַ אייבּיגעֶר, זייעֶרעֶ געֶטעֶר אָבּעֶר זעֶנעֶן טויטעֶ; זאָלעֶן מיר אַוועֶקלאָזעֶן אוּנזעֶר לעֶבּעֶדיגעֶן גאָט אוּן זיך בּוּקעֶן צוּ מתים?
איינעֶר אַ פילאָסאָף האָט אַמאָל געֶפרעֶגט בּיי רבּן גמליאל׳ן:
— אייעֶר גאָט, וואָס איז אַזוי אויפגעֶבּראַכט אויף די וואָס דינעֶן עבודה־זרה, פאַרוואָס בּריינגט עֶר ניט אוּם דעֶם אָבּגאָט אַליין?
— איך וועֶל דיר עֶנטפעֶרן מיט אַ משל — האָט רבן גמליאל געֶזאָגט — שטעֶל זיך פאָר, אַז בּיי אַ קעֶניג איז געֶוועֶן אַ זוּהן, וואָס האָט ↰ 26 עֶרצויגעֶן אַ הוּנט אוּן האָט אים אָנגעֶרוּפעֶן מיט׳ן פאָטעֶר׳ס נאָמעֶן, אוּן אַז ס׳איז אים אויסגעֶקוּמעֶן אַמאָל, פלעֶג עֶר שוועֶרעֶן בּיים לעֶבּעֶן פוּנ׳ם טאַטעֶ־הוּנט. אויף וועֶמעֶן דאַרף דעֶר קעֶניג בּעֶז זיין — אויפ׳ן זוּהן צי אויפ׳ן הוּנט? פעֶרשטעֶהט זיך אויפן זוּהן.
וואָס הייסט — זאָגט דעֶר פילאָסאָף — הוּנט רוּפסטוּ דעֶם אָבּגאָט? מעֶן זעֶהט דאָך, אַז עֶר איז דאָך עֶפּעֶס!
— פוּן וואָס אַ שטייגעֶר האָסטוּ עֶס אַרויסגעֶזעֶהן?
— בּיי אוּנז אין שטאָדט האָט אַמאָל אויסגעֶבּראָכעֶן אַ שרפה, איז פעֶרבּרעֶנט געֶוואָרעֶן אינגאַנצעֶן די שטאָדט; פעֶרבּליבּעֶן איז נוּר איין געֶטעֶר־טעֶמפּעֶל.
— אויף דעֶם — זאָגט אים רבן גמליאל — וועֶל איך דיר אויך עֶנטפעֶרעֶן מיט אַ משל: אַז אַ קעֶניג קוּמט בּעֶשטראָפעֶן אַ געֶגעֶנד וואָס האָט פעֶרזוּנדיגט געֶגעֶן אים, מיט וועֶמעֶן האָט עֶר דאָרט צוּ טוּן, מיט לעֶבּעֶדיגעֶ צי מיט טויטעֶ? פעֶרשטעֶהט זיך מיט לעֶבּעֶדיגעֶ.
— אי הוּנט רוּפסטוּ זיי, אי מתים הייסעֶן זיי בּיי דיר — זאָגט דעֶר פילאָסאָף — זאָל זשעֶ גאָט זיי אינגאַנצעֶן אוּמבּריינגעֶן, אויסראָטעֶן פוּן דעֶר וועֶלט!
איך וועֶל דיר זאָגעֶן — עֶנטפעֶרט רבן גמליאל — וואָלט מעֶן געֶדינט אַזאַ זאַך וואָס איז גאָר אוּנניצליך פאַר דעֶר וועֶלט, וואָלט עֶר זיי געֶוויס פעֶרניכטעֶט. מעֶ דינט דאָך אָבּעֶר זוּן אוּן לבנה, שטעֶרן אוּן פּלאַנעֶטעֶן, טייכעֶן אוּן טאָהלעֶן, זאָל עֶר צוּליבּ די שוטים אוּמבּריינגעֶן זיין וועֶלט?
דאָס זעֶלבּעֶ האָבּעֶן אַמאָל געֶפרעֶגט די פילאָסאָפעֶן אין רוים בּיי די יוּדישעֶ געֶלעֶהרטעֶ:
— אויבּ אייעֶר גאָט קעֶן אַזוי ניט ליידעֶן די עבודה־זרה, פאַר וואָס פעֶרניכטעֶט עֶר זי ניט?
דעֶרויף האָבּעֶן זיי געֶעֶנטפעֶרט אַזוי:
— וואָלט מעֶן געֶדינט אַ זאַך וואָס די וועֶלט נויטיגט זיך ניט אין דעֶם, וואָלט עֶר עֶס פעֶרניכטעֶט; מעֶ דינט דאָך אָבּעֶר זוּן אוּן לבנה, שטעֶרעֶן אוּן פּלאַנעֶטעֶן — זאָל עֶר צוּליבּ די שוטים אוּמבּריינגעֶן די וועֶלט? ווי דעֶן? די וועֶלט געֶהט זיך, מיט איר גאַנג, אוּן מיט די שוטים פאַר זייעֶרעֶ מיאוסעֶ געֶנג וועֶט מעֶן זיך אַמאָל אָפּרעֶכעֶנעֶן; אָדעֶר מאָלט זיך אויס אַן אַנדעֶר זאַך: אַ מעֶנש, אַ שטייגעֶר, האָט בּיי עֶמיצעֶן אַוועֶק געֶרויבּט אַ ↰ 27 מעֶסטעֶל ווייץ אוּן האָט עֶס פעֶרזייעֶט אין פעֶלד; קוּמט־אויס, לויט אייעֶר שכל, אַז עֶס וואָלט ניט בּעֶדאַרפט וואַקסעֶן; פוּן דעֶסטוועֶגעֶן געֶהט זיך די נאַטוּר מיט איר גאַנג, אוּן מיט די שוטים, פאַר זייעֶרעֶ מיאוסעֶ געֶנג, וועֶט מעֶן זיך אַמאָל אָפּרעֶכעֶנעֶן.
איינעֶר מיט׳ן נאָמעֶן זונין האָט אַמאָל געֶזאָגט ר׳ עקיבא׳ן:
— איך אוּן דוּ בּיי זיך ווייסעֶן מיר דעֶם אמת, אַז די עבודה־זרה איז גאָר נישט מיט נישט, דאָך פאַר וואָס זעֶהעֶן מיר, אַז מעֶנשעֶן קוּמעֶן צוּ איר קרוּמעֶ אוּן געֶהעֶן אַוועֶק צוּריק געֶזוּנטעֶ.
— איך וועֶל דיר זאָגעֶן — עֶנטפעֶרט עֶר אים — שטעֶל זיך פאָר, למשל, אַז עֶרגעֶץ אין אַ שטאָדט האָט געֶוואוינט אַ מעֶנש זעֶהר אַ עֶהרליכעֶר מאַן, וואָס אַלעֶ שטאָדט לייט האָבּעֶן געֶהאַט צוּ אים צוּטרוי אוּן פלעֶגעֶן בּיי אים איינלעֶגעֶן געֶלד אפילוּ ניט פאַר עדות. נאַר איינעֶר איז געֶוועֶן, וואָס פלעֶג בּיי אים איינלעֶגעֶן ניט אַנדעֶרש ווי פאַר עדות. איינמאָל אָבּעֶר האָט יעֶנעֶר גראָד בּיי אים איינגעֶלעֶגט אַ פּקדון אָן עדות. רוּפט זיך אָן דאָס ווייבּ צוּ דעֶם עֶהרליכעֶן מאַן: אים קעֶנעֶן מיר פעֶרלייקעֶנעֶן. עֶנטפעֶרט עֶר איר: צי דעֶן ווייל דעֶר שוטה האָט זיך אויפגעֶפיהרט ניט פיין, זאָלעֶן מיר אוּנזעֶר נאמנות פעֶרלירעֶן. דאָסזעֶלבּעֶ איז אויך מיט די וועֶהטיגעֶן. בּשעת מעֶ שיקט זיי אָן אויף די מעֶנשעֶן בּעֶשוועֶרט מעֶן זיי: איר זאָלט אָנקוּמעֶן אויף יעֶנעֶם מעֶנשעֶן נוּר אין דעֶם אוּן אין דעֶם טאָג אוּן אים אָפּלאָזעֶן נוּר אין יעֶנעֶם טאָג, אין יעֶנעֶר שעה, דוּרך יעֶנעֶם רופא אוּן דוּרך יעֶנעֶר רפואה. אוּן פּוּנקט וועֶן ס׳איז געֶקוּמעֶן די צייט פאַר זיי אָפּצוּטרעֶטעֶן איז עֶר גראָד דעֶמאָלט געֶגאַנגעֶן אין געֶצעֶנטעֶמפּעֶל. טראַכטעֶן זיך די וועֶהטיגעֶן: אייגעֶנטליך וואָלט זעֶהר כּדאי געֶוועֶן מיר זאָלעֶן איצט ניט אָפּטרעֶטעֶן (עֶר זאָל ניט מיינעֶן אַז די עבודה זרה איז אים אין דעֶם בּייגעֶשטאַנעֶן), נאָר צוּריק געֶרעֶדט: צי דעֶרפאַר ווייל דעֶר שוטה האָט זיך אויפגעֶפיהרט ניט ווי עֶס בּעֶדאַרף צוּ זיין, זאָלעֶן מיר בּרעֶכעֶן אוּנזעֶר שבוּעה!
איינעֶר אַ גוי האָט געֶפרעֶגט בּיי ר׳ יהושע בּן קרחה:
— בּיי אייך אין דעֶר תורה שטעֶהט, אַז די מיינוּנג פוּן מעֶהרהייט ↰ 28 וועֶגט־איבּעֶר. זעֶנעֶן מיר דעֶן ניט אַקעֶגעֶן אייך יוּדעֶן אַ מעֶהרהייט, פאַר וואָס־זשעֶ גלייכט איר זיך ניט אויס מיט אוּנז אין געֶצעֶנדינעֶריי?
גיט אים ר׳ יהושע בּן קרחה אַ פרעֶג:
— קינדעֶר האָסטוּ?
— אַי — עֶנטפעֶרט אים דעֶר גוי — האָסט מיר אָנגעֶריהרט מיין וואוּנד.
— וואָס איז? — פרעֶגט עֶר איהם.
— פיל זיהן האָבּ איך — זאָגט יעֶנעֶר — אוּן ווי נוּר מעֶ זעֶצט זיך אויס בּיי מיר אַרוּם טיש הייבּט זיך אָן אַן עסק מיט געֶטעֶר: דעֶר בּעֶנשט דעֶם גאָט אוּן יעֶנעֶר יעֶנעֶם גאָט. בּקיצור, מעֶ צעֶגעֶהט זיך ניט פוּנ׳ם טיש בּיז מעֶ צעֶשפּאַלט ניט איינעֶר דעֶם אַנדעֶרעֶן דעֶם מוח.
— אוּן נאָך אַלעֶמעֶן גלייכסטוּ זיי פוּנדעֶסטוועֶגעֶן אויס?
— ניין — עֶנטפעֶרט דעֶר גוי מיט אַ קרעֶכץ — יעֶדעֶר בּלייבּט בּיי זיינעֶם.
— אויבּ אַזוי — זאָגט ר׳ יהושע בּן קרחה — פריהעֶר גלייך־אויס דיינעֶ אייגעֶנעֶ זיהן דעֶרנאָך וועֶלעֶן מיר שמוּעֶסעֶן.
ווי דעֶר גוי איז אַוועֶקגעֶגאַנגעֶן זאָגעֶן ר׳ יהושע׳ן די תלמידים זיינעֶ:
— רבּי, פאַר יעֶנעֶם בּיזטוּ אָפּגעֶקוּמעֶן מיט ווייס־איך־וואָס, אוּנז אָבּעֶר וואָס וועֶסטוּ דעֶרויף עֶנטפעֶרעֶן?
— איר וועֶט פוּן מיר ליידיג ניט אַוועֶקגעֶהן: עשו מיט זיינעֶ זיהן זעֶנעֶן געֶוועֶן אינגאַנצעֶן זעֶקס, רוּפט זיי די תורה אָן מיט אַ מעֶהרצאָהל „נפשות”. יעקב׳ס הויז־געֶזוּנד איז בּעֶשטאַנעֶן פוּן זיבּעֶציג פּאַרשוין, שטעֶהט בּיי זיי מיט אַ איינצאָהל: „שבעים נפש”. דאָס איז דעֶרפאַר, ווייל עשו׳ס משפּחה צווישעֶן זיך איז צעֶריסעֶן אויף פיל געֶטעֶר, דעֶריבּעֶר שטעֶהט בּיי זיי „נפשות”, ווייל די נשמות זעֶנעֶן בּיי זיי צעֶטיילט; יעקב אָבּעֶר, וואָס זיין גאַנץ הויז־געֶזוּנד דינט איין גאָט, שטעֶהט בּיי אים איין „נפש” — בּיי אַלעֶ איין גאָט אוּן איין נשמה.
וואָס איז אַזוינס געֶוועֶן דעֶר אָבּגאָט „מולך”, וועֶלכעֶן אַ טייל פוּן יוּדעֶן, נאָכטוּעֶנדיג אַנדעֶרעֶ פעֶלקעֶר, האָבּעֶן געֶדינט?
געֶפוּנעֶן האָט עֶר זיך ניט אין ירושלים אַליין, וואוּ אַלעֶ אַנדעֶרעֶ אָבּגעֶטעֶר, נאָר גאַנץ ווייט אויסעֶר ירושלים. בּעֶשטאַנעֶן איז עֶר פוּן אַ ↰ 29 גרויס אויסגעֶהוילט מעֶטאַלעֶן בּילד, דאָס פּנים אַ קעֶלבּעֶרנס מיט צוויי אויסגעֶשטרעֶקטעֶ העֶנד פוּן פאָרעֶנט, ווי איינעֶר וואָס גרייט זיך עֶפּיס אויפצוּנעֶמעֶן, אוּן אין די העֶנד האָט עֶר געֶהאַלטעֶן אַ קוּפּעֶרנעֶ טאַץ. געֶשטאַנעֶן פעֶררוּקט אוּנטעֶר זיבּעֶן צוימעֶן אוּן יעֶדעֶן האָט מעֶן צוּ אים צוּגעֶלאָזט לויט זיין אָפּפעֶר: וועֶר ס׳האָט געֶבּראַכט אַ עוף — איז אַריין נאָר אין דעֶר עֶרשטעֶר אָבּטיילוּנג, אַ ציג — אין דעֶר צווייטעֶר, אַ שאָף אין דעֶר דריטעֶר, אַ קעֶלבּעֶל אין דעֶר פיערטעֶר, אַ שטיעֶר — אין דעֶר פינפטעֶר, אַן אָקס — אין דעֶר זעֶקסטעֶר, אוּן וועֶר ס׳האָט געֶבּראַכט אַ זוּהן פאַר אַ קרבּן, האָבּעֶן אים די געֶצעֶנפּריסטעֶר אַריינגעֶפיהרט גאָר אינוועֶניג, אין זיבּעֶטעֶן אָבּטיילוּנג, אוּן עֶר האָט אַ קוּש געֶטוּן דעֶם „מולך” (אוּן אויף יעֶנעֶ לייט האָט דעֶר נביא הושע אויסגעֶשריעֶן: „מעֶנשעֶן שחט׳עֶן זיי אוּן קעֶלבּעֶר קוּשעֶן זיי”). דעֶם מולך האָט מעֶן געֶהייצט אינוועֶניג בּיז די העֶנד זיינעֶ מיט דעֶר טאַץ זעֶנעֶן געֶוואָרעֶן אָנגעֶגליהט ווי פייעֶר. פלעֶג מעֶן נעֶמעֶן דאָס קינד, אַרויפלעֶגעֶן אויף דעֶר טאַץ אוּן דעֶרבּיי האָט מעֶן בּאַלד אָנגעֶהויבּעֶן הילכיג קלאַפּעֶן אויף גרויסעֶ קעֶסעֶל־פּויקעֶן, כדי די געֶשרייעֶן פוּנ׳ם קינד זאָלעֶן ניט דעֶרגעֶהן צוּם פאָטעֶר אוּן עֶס זאָל אים ניט אָנחאַפּעֶן בּיים האַרצעֶן. אוּן דעֶרצוּ האָבּעֶן די מעֶנשעֶן וואָס זעֶנעֶן דעֶרבּיי געֶשטאַנעֶן געֶבּרוּמט אוּן געֶשריגעֶן אין עֶקסטאַז אויף ווילדעֶ קולות, אוּן די פּריסטעֶר האָבּעֶן דעֶם אָפּגאָט געֶלויבּט מיט אויסגעֶשרייעֶן אוּן צוּגעֶוואוּנשעֶוועֶט: „ס׳זאָל דיר געֶשמאַק זיין, ס׳זאָל דיר זיס זיין, ס׳זאָל דיר וואויל בּעֶקוּמעֶן!”.
„מעֶנשעֶן שחט׳עֶן זיי אוּן קעֶלבּעֶר קוּשעֶן זיי” — די פּריסטעֶר פוּן מולך האָבּעֶן געֶהאַלטעֶן בּיי זיך קעֶלבּעֶר צוּ וועֶלכעֶ מ׳האָט געֶדינט, אוּן ווי נוּר זיי האָבּעֶן געֶמעֶרקט אַ רייכעֶן מאַן פלעֶגעֶן זיי לאָזעֶן מאַכעֶן זיין בּילד, אויסגעֶהוּנגעֶרט די קעֶלבּעֶר אוּן יעֶנס בּילד אַוועֶקשטעֶלעֶן נעֶבּעֶן די קריפּעֶן, פוּן וועֶלכעֶ די קעֶלבּעֶר עֶסעֶן. אוּן אַז דעֶר רייכעֶר איז געֶקוּמעֶן אין טעֶמפּעֶל פלעֶגעֶן דעֶמאָלט די פּריסטעֶר אַרויסלאָזעֶן צוּ אים די הוּנגעֶריגעֶ קעֶלבּעֶר, וועֶלכעֶ האָבּעֶן געֶנוּמעֶן אים נאָכלויפעֶן.
— זעֶהסטוּ — פלעֶגעֶן זאָגעֶן די פּריסטעֶר — די געֶטעֶר בּעֶגעֶרעֶן דיך, דוּ בּיזט זיי געֶשטימט פאַר אַ קרבּן.
„אַוועֶקגעֶנוּמעֶן האָסטוּ — קלאָגט זיך דעֶר נביא יחזקאל אין גאָט׳ס נאָמעֶן — די יעֶניגעֶ וועֶלכעֶ דוּ האָסט געֶבּוירעֶן פאַר מיר אוּן זיי געֶ׳שחט׳עֶן פאַר זיי” (פאַר די געֶטעֶר).
דעֶר געֶצעֶנפּריסטעֶר פלעֶגט קוּמעֶן צוּ אַ מעֶנשעֶן אוּן אים זאָגעֶן יעֶנעֶר אוּן יעֶנעֶר גאָט האָט דעֶרהעֶרט, אַז דוּ האָסט פיל קינדעֶר, האָט עֶר מיך געֶשיקט דיך פרעֶגעֶן, פאַר וואָס זאָלסטוּ אים ניט בּריינגעֶן איינעֶם פוּן זיי פאַר אַ קרבּן?
— וועֶמעֶן קעֶן איך אַוועֶקגעֶבּעֶן? — עֶנטפעֶרט? יעֶנעֶר — איינעֶר אַרבּייט בּיי זילבּעֶר, איינעֶר — בּיי גאָלד, איינעֶר איז בּיי די שאָף אוּן איינעֶר בּיי די רינדעֶר.
— ווילסטוּ, הייסט עֶס, קוּמעֶן פאַר דיין גאָט מיט ליידיגעֶ העֶנד? — פלעֶגט אים אויף דעֶם אַ זאָג טוּן דעֶר פּריסטעֶר — וועֶט עֶר דעֶן אויף דיר דעֶרפאַר ניט בּייז וועֶרעֶן?
— ווייסטוּ וואָס — רוּפט זיך יעֶנעֶר אָן — איך האָבּ נאָך אַ קליין יוּנגעֶל אין שוּלעֶ, וואַרט בּיז עֶר וועֶט קוּמעֶן פוּן דאָרט אַ היים, בּעֶקוּמסטוּ אים פאַר אַ קרבּן.
אויף דעֶם זאָגט עֶס גאָט: פוּן אַלעֶ קינדעֶר וואָס דוּ פעֶרמאָגסט, האָסטוּ אויסגעֶקליבּעֶן מקריב צוּ זיין פאַר די געֶטעֶר גראָד דעֶם וואָס איז מיר געֶווידמעֶט!
רב אשי האָט אַמאָל זיך געֶקליבּעֶן אויף מאָרגעֶן דרש׳עֶנעֶן פאַר זיינעֶ תלמידים איבּעֶר אַמאָליגעֶן יוּדישעֶן קעֶניג מנשה בּן חזקיהו, וועֶלכעֶר האָט זעֶהר פיל געֶזוּנדיגט מיט געֶצעֶנדינעֶריי, אוּן האָט זיך לאַנג פאַרטראַכט וועֶגעֶן דעֶם: וואָס אַזאַ מלך מנשה, דעֶם צדיק חזקיהו׳ס אַ זוּהן, אינ׳ם דור פוּן דעֶם נביא ישעיה, האָט זיך געֶלאָזט פעֶרפיהרעֶן פוּן אַזעֶלכעֶ נאַרישקייטעֶן ווי עבודה־זרה. בּיינאַכט איז אים געֶקוּמעֶן מנשה צוּ חלום, פרעֶגט אים רב אשי:
— זאָג מיר, ווי קוּמסטוּ צוּ עבודה־זרה?
— דוּ אין איצטיגעֶן דור קעֶנסטוּ עֶס קוים אויפפאַסעֶן. איך קעֶן דיר נוּר זאָגעֶן, אַז וועֶן דוּ וואָלסט זיך געֶפוּנעֶן צווישעֶן אוּנז אין יעֶנעֶם דור, וואָלסטוּ פעֶרהויבּעֶן די פּאָלעֶס דיינעֶ אוּן נאָך מיר נאָכגעֶלאָפעֶן.
בּיים צוּריקקעֶהר פוּן בּבל קיין ארץ־ישראל, נאָכדעֶם וואָס יוּדעֶן האָבּעֶן זיך אַזויפיל אָנגעֶליטעֶן, האָבּעֶן זיי זיך אַלעֶ אין דעֶם אויפגעֶבּויטעֶן ↰ 31 בּית־המקדש צוּנויפגעֶנוּמעֶן אוּנטעֶר דעֶם אָנפיהר פוּן עזרא אוּן נחמיה, מיט דעֶר פעֶסטעֶר דעה, איינמאָל פאַר אַלעֶ מאָל איבּעֶרייסעֶן מיט אַלעֶ יעֶנעֶ שלעֶכטעֶ געֶנג, וועֶלכעֶ האָבּעֶן געֶבּראַכט אויף זיי אַזוינעֶ שוועֶרעֶ גאָט׳ס שטראָף אוּן אוּמגליקעֶן, אוּן אויף ווייטעֶר אויף זיך געֶנוּמעֶן אויפצוּפיהרעֶן זיך אין זייעֶר לאַנד פרוּם אוּן עֶהרליך, ווי גאָט האָט געֶבּאָטעֶן. ווי בּעֶוואוּסט, איז דעֶר גרעֶסטעֶר יוּדישעֶר חטא פוּן פריהעֶר, אין דעֶר צייט פוּן בּית ראשון געֶוועֶן עבודה־זרה; אוּן אויף דעֶרויף, מעֶהר ווי אויף אַלעֶמעֶן, האָבּעֶן זיי, לויט עֶס וועֶרט דעֶרצעֶהלט אין נחמיה, אין דעֶם גרויסעֶן טאָג פוּן פאָלקס־תשובה „שטאַרק געֶשריגעֶן אוּן געֶוויינט צוּ זייעֶר גאָט”.
— אָך אוּן וועֶה! — האָבּעֶן זיי געֶשריגעֶן — אָט דעֶר וויסטעֶר יצר־הרע פוּן עבודה־זרה, עֶר האָט אוּנז געֶבּראַכט צוּ אוּנזעֶר גרויסעֶן אוּמגליק, עֶר איז דעֶר וואָס האָט חרוב געֶמאַכט דעֶם בּית־המקדש, פעֶרבּרעֶנט דעֶם טעֶמפּעֶל, אוּמגעֶבּראַכט אַלעֶ צדיקים אוּן פעֶרטריבּעֶן אוּנזעֶר פאָלק פוּן זיין לאַנד, אוּן, אוי, נאָך בּיז היינט טאַנצט עֶר אַרוּם צווישעֶן אוּנז. רבונו של עולם, אינגאַנצעֶן דאָס וואָס דוּ האָסט אים אָנגעֶשיקט אויף אוּנז איז דאָך נוּר צוּליבּ דעֶם, כדי מיר זאָלעֶן אים בּייקוּמעֶן אוּן בּעֶקוּמעֶן דעֶרפאַר גרויס בּעֶלוין — מוחל אים, מוחל די לוין!
פאַלט זיי אַראָפּ אַ צעֶטעֶלעֶ פוּן הימעֶל אוּן דאָרטעֶן איז געֶשטאַנעֶן איין וואָרט: „אמת”. האָבּעֶן זיי פעֶרבּראַכט אין פאַסטעֶן דריי טעֶג אוּן דריי נעֶכט אוּן גאָט געֶבּעֶטעֶן, בּיז מ׳האָט דעֶם יצר־הרע פוּן עבודה־זרה אַוועֶקגעֶגעֶבּעֶן זיי אין דעֶר האַנד. אין דעֶר רגע איז עֶר אַרויס פוּן קדשי־קדשים ווי אַ פייעֶרדיגעֶר לייבּ.
— אָט דאָס איז די טומאה! — האָט אויסגעֶשריגעֶן דעֶר נביא זכריה דעֶרבּיי, טייטעֶנדיג אויף אים מיט׳ן פינגעֶר — אָט דעֶר איז דעֶר יצר־הרע פוּן עבודה־זרה!
האָבּעֶן יוּדעֶן זיך אַ וואָרף געֶטוּן אוּן אים געֶחאַפּט, אוּן בּשעת מעשה האָט זיך אויסגעֶריסעֶן בּאַ אים איין האָר. האָט עֶר אַרויסגעֶלאָזט אַזאַ שרעֶקליכעֶן געֶשריי, אַז די עֶרד איז פעֶרציטעֶרט געֶוואָרעֶן אַרוּם אוּן אַרוּם אויף פיר הוּנדעֶרט מייל. האָט מעֶן זיך דעֶרשראָקעֶן, טאָמעֶר חלילה האָט מעֶן אויף אים פוּן אויבּעֶן בּעֶקוּמעֶן רחמנות אוּן מעֶ וויל אים בּעֶפרייעֶן. האָט זיי דעֶר נביא געֶראָטעֶן: וואַרפט אים אַריין אין אַ בּלייעֶנעֶם קעֶסעֶל אוּן פעֶרלייט גוּט דאָס דעֶקעֶל מיט בּליי, ווייל בּליי שלינגט איין דאָס קול אוּן לאָזט עֶס ניט דוּרך.
דעֶרזעֶהן אַז ס׳איז אַזאַ צייט פוּן גוּטעֶן ווילעֶן האָבּעֶן זיי זיך מישב, ↰ 32 געֶוועֶן: לאָמיר איצט אויסבּעֶטעֶן אַ מפּלה אויך אויף דעֶם יצר־הרע פוּן יעֶנעֶר עבירה 1). האָבּעֶן זיי גאָט געֶבּייטעֶן, איז עֶר אויך איבּעֶרגעֶגעֶבּעֶן געֶוואָרעֶן זיי אין דעֶר האַנד. מ׳האָט זיי אָבּעֶר געֶוואָרעֶנט: נעֶמט אייך אין זין, אַז אויבּ איר וועֶט דעֶם אוּמבּריינגעֶן, וועֶט די וועֶלט אוּנטעֶרגעֶהן. האָט מעֶן אים געֶהאַלטעֶן פאַרשפּאַרט דריי טעֶג. האָט מעֶן געֶזוּכט אַ פריש איִיִ פוּן דעֶם טאָג אין גאַנץ ארץ ישראל אוּן ס׳איז ניט געֶוועֶן צוּ בּעֶקוּמעֶן 2). דעֶרזעֶהן דאָס, האָט מעֶן זיך שוין פעֶרקלעֶרט: וואָס טוּט מעֶן מיט אים? טויטעֶן אים — וועֶט די גאַנצעֶ וועֶלט אוּנטעֶרגעֶהן; בּעֵטעֶן אויף האַלבּ, עֶר זאָל האָבּעֶן שליטה נאָר צווישעֶן אייגעֶנעֶ מאַן־אוּן־ווייבּ? ווייסעֶן מיר, אַז אַ זאַך אויף העֶלפט גיט מעֶן ניט פוּנ׳ם הימעֶל.
האָט מעֶן געֶנוּמעֶן אוּן אים בּלינד געֶמאַכט. אוּן דאָס האָט געֶהאָלפעֶן, אַז פוּן דעֶמאָלט־אָן האָט עֶר אים־וועֶניגסטעֶן קיין שליטה ניט צווישעֶן נאָהעֶנטעֶ קרובים.
אַ פּעֶרסישעֶר מאַגיער, וואָס גלויבּעֶן אַז אויף דעֶר וועֶלט העֶרשעֶן צוויי געֶטעֶר, דעֶר גאָט פוּן גוּטס (אורמוזד) אוּן דעֶר גאָט פוּן — שלעֶכטס (אהרימן), האָט אַמאָל געֶזאָגט דעֶם אידישעֶן געֶלעֶהרטעֶן אמימר:
— די אויבּעֶרשטעֶ העֶלפט פוּן דיין גוּף, די בּעֶסעֶרעֶ אוּן שעֶנעֶרעֶ, געֶהעֶר צוּ אורמוזד, די אוּנטעֶרשטעֶ העֶלפט אָבּעֶר, וואָס דינט פאַר די געֶמיינעֶרעֶ בּעֶדעֶרפנישעֶן, געֶהעֶר צוּ אהרימן.
— אויבּ אַזוי — זאָגט אים אמימר, ווי, קוּמט עֶס וואָס אהרימן לאָזט אורמוזד׳ן דוּרכפיהרעֶן דאָס אוּמריינעֶ וועֶסעֶר דוּרך זיין בּעֶזיץ?
וויל גאָט זיך נוקם זיין אין אַ פאָלק, איז עֶר זיך פריהעֶר נוקם אין אין זיינעֶ געֶטעֶר.
אַז מעֶן שלאָגט די געֶצעֶן — שרעֶקעֶן זיך די פּריסטעֶר.
אינ׳ם נאָמעֶן פוּן ר׳ מני האָט מעֶן געֶזאָגט:
עֶס וועֶט קוּמעֶן אַ צייט, אַז די עבודה־זרה וועֶט אַליין קוּמעֶן אוּן מיט פעֶראַכטוּנג אַ שפּיי טוּן די דינעֶר אירעֶ אין פּנים — אוּן פעֶרשווינדעֶן וועֶרעֶן פוּן דעֶר וועֶלט.
1) די עברה פון זנות. 2) ווייל ס׳האָט אָפגענומען ביי יעדען די תאוה און אפילו היהנער האבען זיך אויפגעהערט צולייגען.
בר־קפרא האָט אַמאָל געֶזאָגט אין זיין דרשה:
— איין קליינעֶר זאַץ איז פאַראַן אין דעֶר בּיבּעֶל, אינגאַנצעֶן פוּן דריי וועֶרטעֶר, אוּן עֶר דריקט־אויס דאָס וויכטיגסטעֶ אוּן דעֶם עיקר תּוך פוּן דעֶר גאַנצעֶר תּורה. דאָס זעֶנעֶן די וועֶרטעֶר פוּנ׳ם פּסוּק אין משלי: „אין אַלעֶ דיינעֶ וועֶגעֶן ווייס אים” — וואָס דוּ זאָלסט ניט אוּנטעֶרנעֶמעֶן, וואוּהין דוּ זאָלסט זיך ניט קעֶרעֶן אוּן וועֶנדעֶן, האָבּ אַלץ אין זינעֶן אים, גאָט בּרוּך־הוּא.
„האָבּ ליבּ גאָט דיין גאָט מיט דיין גאַנצעֶן האַרצעֶן, מיט דיין גאַנצעֶר זעֶל אוּן מיט דיין גאַנצעֶן האָבּ” — דעֶר גרויסעֶר ר׳ אליעזר האָט אויף דעֶם געֶזאָגט:
— מעֶנשעֶן זעֶנעֶן פאַראַן אַלעֶרליי: איינעֶם איז די נשמה טייעֶרעֶר פוּן זיין האָבּ אוּן גוּטס — אים איז געֶזאָגט געֶוואָרעֶן: „מיט דיין גאַנצעֶר זעֶל”. אַ אַנדעֶרעֶן פעֶרקעֶהרט: דאָס טייעֶרסטעֶ אויף דעֶר וועֶלט איז בּיי אים זיין האָבּ אוּן גוּטס — אוּן אים איז געֶזאָגט געֶוואָרעֶן: „מיט דיין גאַנצעֶן האָבּ”.
ר׳ עקיבא האָט געֶזאָגט: „מיט דיין גאַנצעֶר זעֶל” — אפילוּ בּשעת אַוועֶקנעֶמעֶן בּיי דיר די נשמה. בּן עזאי זאָגט: מיט׳ן גאַנצעֶן תמצית פוּן דיין נשמה.
„מיט דיין גאַנצעֶן האַרצעֶן” — מיט בּיידעֶ זייטעֶן פוּן דיין האַרצעֶן: מיט׳ן יצר־טוב אוּן מיט׳ן יצר־הרע. אפילוּ שלעֶכטעֶ ליידעֶנשאַפטעֶן פוּנ׳ם מעֶנשעֶן, ווי כעס, נקמה א. ד. ג., קעֶנעֶן אויך אויסגעֶנוּצט וועֶרעֶן צוּ גוּטעֶ צוועֶקעֶן.
ר׳ יוסי פלעֶגט זאָגעֶן:
— וואָס דוּ זאָלסט ניט טוּן, זאָל זיין דיין כונה לשם שמים, צוּליבּ גאָט בּרוּך־הוּא.
„די טרייהייט פוּן דיין לעֶבּעֶנס־צייטעֶן — זאָגט דעֶר נביא — זאָל זיין אַן עֶרוועֶרבּוּנג פוּן הילף, קלוּגשאַפט אוּן וויסעֶן; די פאָרכטיגקייט פאַר גאָט איז זיין שאַצקאַמעֶר”. —
רבא האָט אויף דעֶם געֶזאָגט:
— אויף יעֶנעֶר וועֶלט, וועֶן מעֶן פיהרט אַריין דעֶם מעֶנשעֶן פאַר׳ן אויבּעֶרשטעֶן געֶריכט, פרעֶגט מעֶן אים: האָסטוּ טריי אוּן עֶהרליך געֶפיהרט דיינעֶ געֶשעֶפטעֶן? האָסטוּ בּאַשטימטעֶ צייטעֶן אָפּגעֶשטעֶלט אויף צוּ לעֶרנעֶן תורה? האָסטוּ אַ פאַמיליעֶן־לעֶבּעֶן געֶפיהרט אוּן קינדעֶר אויף דעֶר וועֶלט געֶבּראַכט? האָסטוּ אַרויסגעֶקוּקט אויף אַ ישועה? האָסטוּ זיך געֶשאַרפט אין וויסעֶנשאַפט? האָסטוּ עֶפּעֶס אויפגעֶטוּן אַליין מיט דיין אייגעֶנעֶם פעֶרשטאַנד?
אוּן וועֶן אַפילוּ דאָס אַלעֶס יאָ, דאָך אויבּ „גאָטספאָרכטיגקייט איז געֶוועֶן זיין שאַץ” איז גוּט, אויבּ ניט — טויג אינגאַנצעֶן ניט. ווי יעֶנעֶר וואָס האָט געֶהייסעֶן זיין דינעֶר: לעג אָפּ אין מאַגאַזין אַ פיהרעֶל ווייץ. האָט עֶר אָפּגעֶלעֶגט. פרעֶגט אים דעֶרנאָך דעֶר ווירטה: האָסטוּ ניט פאַרגעֶסעֶן אַהין אַריינשיטעֶן אויך אַ טאָפּ חוּמטין 1)?
1) אַ מיטעל אָפצוהיטען תבואה פוּן קאליע ווערען.
— ניין — עֶנטפערט — ער.
— אויבּ אַזוי — זאָגט דעֶר ווירטה — וואָלט פיל גלייכעֶר געֶוועֶן, זאָלסט די ווייץ אויך ניט געֶוועֶן דאָרט אָפּלעֶגעֶן.
ר׳ חנינא האָט געֶזאָגט:
— אַלעֶס איז בּיי גאָט אין די העֶנד, אויסעֶר גאָטספאָרכטיגקייט, ווי דעֶר פּסוּק זאָגט: „אוּן איצט ישראל, וואָס פאַרלאַנגט גאָט דיין גאָט פוּן דיר? נאָר פאָרכטעֶן זיך פאַר גאָט”. — איז דעֶן גאָטספאָרכטיגקייט עֶפּעֶס אַ קלייניגקייט? ר׳ חנינא האָט דאָך געֶזאָגט אין ר׳ שמעון בּן יוחאי׳ס נאָמעֶן, אַז גאָט פאַרמאָגט אין זיין שאַצקאַמעֶר נוּר דעֶם אוצר פוּן גאָטספאָרכטיגקייט?
— יאָ, בּיי משה׳ן איז עֶס ווירקליך אַ קלייניגקייט, ווי אַ שטייגעֶר, אַז מעֶ בּעֶט בּיי איינעֶם אַ גרויסעֶ כּלי, ווי בּאַלד עֶר פאַרמאָגט נאָר, איז עֶס בּיי איהם אַ קלייניגקייט, בּעֶט מעֶן בּיי אים אַ קליינעֶ כלי אפילוּ, נאָר אויבּ עֶר פעֶרמאָגט ניט, איז עֶס בּיי איהם אַ גרויסעֶ זאַך.
פוּן רב חונא׳ס נאָמעֶן האָט מעֶן געֶזאָגט:
— אַ מעֶנש, וואָס פאַרמאָגט גאָטספאָרכטיגקייט, זעֶנעֶן די וועֶרטעֶר זיינעֶ אָנגעֶנוּמעֶן.
„האָבּ פאָרכט פאַר גאָט... דעֶן דאָס איז גאָר דעֶר מעֶנש” — זאָגט קהלת. אויף דעֶם האָט ר׳ אלעזר געֶזאָגט: די גאַנצעֶ וועֶלט איז בּאַשאַפעֶן געֶוואָרעֶן נאָר צוּליבּ אַזעֶלכעֶן איינעֶם.
ר׳ אבּא בּר כהנא האָט געֶזאָגט: אַזעֶלכעֶר איינעֶר בּאַשטעֶהט אַקעֶגעֶן אַ גאַנצעֶר וועֶלט.
ר׳ שמעון בּר עזאי זאָגט: די גאַנצעֶ וועֶלט איז בּאַשאַפעֶן געֶוואָרעֶן נאָר כדי צוּ דינעֶן אַלס געֶזעֶלשאַפטס־קרייז פאַר אַזעֶלכעֶן איינעֶם.
ר׳ חנא בּר פפא האָט געֵזאָגט:
— וועֶן אויף איינעֶם ליגט אויסגעֶגאָסעֶן אַ חן (סימפּאַטיעֶ), איז עֶר געֶוויס אַ גאָטספאָרכטיגעֶר, ווי דעֶר פּסוּק אין תהלים זאָגט: „גאָט׳ס גנאָד פוּן אייבּיג בּיז אייבּיג (רוּהט) אויף זיינעֶ פאָרכטיגעֶ”.
אַז ר׳ יוחנן בּן זכאי איז געֶלעֶגעֶן קראַנק זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן זיינעֶ תלמידים אים בּעֶזוּכעֶן. זאָגעֶן זיי אים:
— רבּי אוּנזעֶרעֶר, בּעֶנש אוּנז.
— איך ווינש אייך — זאָגט עֶר זיי — איר זאָלט פאָרכטעֶן פאַר גאָט ווי פאַר אַ מעֶנשעֶן.
— רבּי, ניט מעֶהר?
— הלואי אַזוי פיל. איר קעֶנט עֶס וויסעֶן דעֶרפוּן, אַז אַ מעֶנש בּעֶגעֶהט אַ פעֶרבּרעֶכעֶן טראַכט עֶר בּיי זיך: קיין מעֶנש זאָל מיך ניט זעֶהן.
ר׳ שמעון בּן אלעזר זאָגט: פאָלגעֶן גאָט אויס ליבעֶ שטעֶהט העֶכעֶר ווי פאָלגעֶן אים אויס פאָרכט.
יהוּדה בּן תימא פלעֶגט זאָגעֶן:
— זיי דרייסט ווי אַ טיגעֶר, לייכט ווי אַ אָדלעֶר, פלינק ווי אַ הירש אוּן שטאַרק ווי אַ לייבּ אויסצוּפיהרעֶן דעֶם ווילעֶן פוּן דיין פאָטעֶר אין הימעֶל.
ר׳ יהוּדה הנשיא פלעֶגט זאָגעֶן:
טוּסטוּ זיין (גאָט׳ס) ווילעֶן זיין דיין ווילען 1), האָסטוּ נישט געֶטוּן זיין ווילעֶן לויט זיין ווילעֶן; טוּסטוּ אָבּעֶר זיין ווילען געֶגעֶן דיין ווילעֶן, האָסטוּ געֶטוּן זיין ווילעֶן לויט זיין ווילען. ווילסטוּ ניט אָפּשטאַרבּעֶן, שטאַרבּ־אָפּ פאַר׳ן שטאַרבּעֶן 2); ווילסטוּ לעֶבּעֶן — לעֶבּ ניט פאַר דיין לעֶבּעֶן. בּעֶסעֶר פאַר דיר צוּ שטאַרבּעֶן אויף דעֶר וועֶלט, וואוּ דוּ מוּזט שטאַרבּעֶן, איידעֶר צוּ זיין אַ געֶשטאָרבּעֶנעֶר אויף יעֶנעֶר וועֶלט, וואוּ, אַז דוּ ווילסט, קעֶנסטוּ קיינמאָל ניט שטאַרבּעֶן.
1) ד.ה. דו פּאַסט־צו גאָטס ווילען צו דיינע זייטיגע פניות אוּן בּעֶגעֶהרעֶן. 2) ניט נאָכגעבען דעם גוף אויף דער וועלט.
זיין זוּהן ר׳ גמליאל פלעֶגט זאָגעֶן:
— טוּ זיין (גאָטס) ווילעֶן ווי דיין אייגעֶנעֶם ווילעֶן 1), עֶר זאָל דעֶרפאַר טוּן דיין ווילעֶן ווי זיין ווילעֶן; מאַך־אַוועֶק דיין ווילעֶן צוּליבּ זיין ווילעֶן, עֶר זאָל דעֶרפאַר אַוועֶקמאַכעֶן יעֶנעֶמס ווילעֶן צוּליבּ דיין ווילעֶן. וועֶר עֶס פעֶרבּויגט זיין אייגעֶנעֶם כבוד צוּליבּ גרויסמאַכעֶן גאָט׳ס כּבוד — בּריינגט עֶר דעֶרצוּ, אַז עֶס וועֶרט דעֶר גרויסט סיי גאָטס סיי זיין אייגעֶנעֶר כבוד; וועֶר אָבּעֶר, פעֶרקעֶהרט, פעֶרבּויגט גאָטס כבוד צוּליבּ זיין אייגעֶנעֶם — וועֶרט דעֶר כבוד פוּן גאָט ניט אָנגעֶריהרט, אוּן זיין אייגעֶנעֶר כבוד וועֶרט געֶמינעֶרט.
„האַלט עֶהרליך גאָט פוּן דיין האָבּ” — פוּן דעֶם גוּט וואָס גאָט האָט דיך בּעֶשאָנקעֶן: פעֶרמאָגסטוּ שעֶהנהיייט, נוּץ־אויס דיין שעֶהנהייט פאַר גאָט׳ס לויבּ; פעֶרמאָגסטוּ אַ שעֶנעֶ שטימעֶ, נוּץ זי אויס אין שוּהל צוּ גאָט׳ס עֶהרעֶ.
ר׳ יוחנן בּן בּרוקה זאָגט:
— וועֶר עֶס פעֶרשאַפט אוּמ׳כבוד גאָט׳ס נאָמעֶן פעֶרבּאָרגעֶנעֶרהייט בּעֶקוּמט דעֶרפאַר זיין שטראָף עֶפעֶנטליך, אַן אוּנטעֶרשייד, צי האָט עֶר געֶבּראַכט צוּ חלוּל השם אוּממיסטעֶן צי אוּמגעֶרן.
„ניט פאַראַן קיין קליגשאַפט, קיין פעֶרשטאַנד אוּן קיין ראטה קעֶגעֶן גאָט” — דעֶר פסוּק אין משלי קעֶן אויסגעֶטייטשט וועֶרעֶן אַזוי: דאָרט וואוּ עֶס האַנדעֶלט זיך אין פעֶרהיטעֶן דעֶם כבוד פוּן גאָט׳ס נאָמעֶן, לעֶגט מעֶן אויף קיינעֶם קיין כבוד, אפילוּ אויף אַ רבּי׳ן.
1) ד. ה. מיט דעם זעלבען חשק.
אינ׳ם נאָמעֶן פוּן ר׳ שמעון בּן יהוצדק האָט מעֶן געֶזאָגט:
— גלייכעֶר ס׳זאָל אויסגעֶריסעֶן וועֶרעֶן אַ אות פוּן דעֶר תורה 1) אויבּ נוּר גאָטס נאָמעֶן וועֶרט דוּרכדעֶם געֶהייליגט פאַר דעֶר וועֶלט.
פאַלשעֶ לייט, צבוע׳קעֶס, וואָס בּריינגעֶן צוּ הלוּל השם, זאָל מעֶן אַרויסשטעֶלעֶן פאַר דעֶר גאַנצעֶר וועֶלט וועֶר זיי זעֶנעֶן.
וועֶלכעֶס קעֶן שוין הייסעֶן חלוּל השם?
— אַז אַזאַ מעֶנש ווי איך — זאָגט רב — קויפט בּיים קצב פלייש, קאָן בּעֶצאָהלעֶן אויפ׳ן שטעֶל אוּן ציהט־אָפּ, הייסט דאָס שוין חלוּל השם.
אַבּיי אַז עֶר פלעֶגט קויפעֶן פלייש אין אַ קלייט פוּן צוויי שותפים, פלעֶגט עֶר צאָהלעֶן בּיידעֶן דאָס גאַנצעֶ געֶלד, כדי איינעֶר פוּן זיי זאָל ניט מיינעֶן, אַז עֶר ציהט־אָפּ; שפּעֶטעֶר, וועֶן זיי זעֶנעֶן געֶוועֶן צוּזאַמעֶן, האָט עֶר זיך מיט זיי צעֶרעֶכעֶנט.
איינעֶר פוּן ר׳ ינאי׳ס שוּלעֶ האָט געֶזאָגט:
— חלוּל השם הייסט דאָס, אַז די חברים פוּן איינעֶם מוּזעֶן זיך שעֶמעֶן צוּליבּ עֶפּעֶס אַ קלאַנג וואָס איז אַרויס אויף אים.
געֶנוּג — האָט רבּ נחמן בּר יצחק געֶזאָגט — אַז ליימעֶן זאָגעֶן אויף יעֶנעֶם: לאָז אים גאָט מוחל זיין!
וועֶר ס׳האָט בּעֶגאַנגעֶן אַ זינד פוּן חלוּל השם העֶלפט אים ניט קיין תּשוּבה אויף אָפּצוּלעֶגעֶן זיין שטראָף, ניט יום־כּפּור אויף פעֶרגעֶבּעֶן זיינעֶ זינד אוּן ניט קיין יסוּרים אויף אויסצוּלייטעֶרעֶן אים; נאָר די אַלעֶ זאַכעֶן צוּזאַמעֶן שטוּפּעֶן־אָפ זיין שטראָף אוּן עֶרשט דעֶר טויט לייטעֶרט אים.
1) ד. ה. צייטווייליג איבערטרעטען אַ געזעץ.
אַלעֶ תרי״ג (613) מצוות וואָס זעֶנעֶן משה׳ן געֶזאָגט געֶוואָרעֶן, האָט דעֶר נביא חבקוק אַוועֶקגעֶשטעֶלט אויף איין יסוד: אויף גלויבּעֶן. „דעֶר צדיק — זאָגט עֶר — לעֶבּט אין זיין גלויבּעֶן”.
„ליבּעֶן גאָט אייעֶר גאָט אוּן דינעֶן אים מיט אייעֶר גאַנצעֶן האַרצעֶן” — וועֶרט געֶזאָגט אין דעֶר תורה. וואָס הייסט דינעֶן גאָט מיט׳ן האַרצעֶן? תּפלה טוּן.
„מקוה ישראל ה׳”, זאָגט דעֶר משורר אין תהלים. דאָס וואָרט „מקוה”, אויסעֶר דעֶר בּעֶדייטוּנג „האָפנוּנג”, האָט נאָך אַ זין: „וואַסעֶר־בּאַסיין”, וועֶלכעֶר רייניגט אוּמריינעֶ אוּן פרישט זיי אָפּ. אַזוי אויך די יוּדעֶן וועֶרעֶן געֶרייניגט אוּן אָפּגעֶפרישט דוּרך זייעֶר לעֶבּעֶדיגעֶן גאָט, דוּרכ׳ן האָפעֶן אוּן תפלה טוּן צוּ אים. אוּן דעֶם קוואַל דאַרף מעֶן ניט געֶהן זוּכעֶן עֶרגעֶץ־וואוּ, עֶר געֶפוּנט זיך אוּמעֶדוּם: האָט אַ יוּד אַ שוּהל אין שטאָדט, גיסט עֶר אויס דאָס האַרץ פאַר גאָט אין שוּהל; קעֶן עֶר ניט געֶהן אין שוּהל, מעֶג עֶר זיך וועֶנדעֶן צוּ גאָט אויפ׳ן פרייעֶן פעֶלד; קעֶן עֶר ניט אַרויסגעֶהן אויפ׳ן פרייעֶן פעֶלד, מאַכט ניט אויס זיך שטעֶלעֶן פאַר גאָט אין אַ ווינקעֶל בּיי זיך אין שטוּבּ; קעֶן עֶר דאָס אויך ניט, מעֶג עֶר תפלה טוּן אין דעֶר שטיל, אפילוּ ליגעֶנדיג אויפ׳ן בּעֶט; קעֶן עֶר ניט אפילוּ ריהרעֶן מיט די ליפּעֶן, איז געֶנוּג אַז עֶר טוּט תפלה אין האַרצעֶן.
ר׳ יוסי בּר חנינא זאָגט: דאָס דאַוונעֶן (תפלה טוּן פאַר גאָט) איז געֶוועֶן איינגעֶפיהרט אין פאָלק נאָך גאָר אין די אַלטעֶ צייטעֶן פוּן די עֶרשטעֶ אבות אוּנזעֶרעֶ. ר׳ יהושע בּן לוי זאָגט: דאָס דאַוונעֶן איז עֶרשט שפּעֶטעֶר איינגעֶפיהרט געֶוואָרעֶן אַנשטאָט דעֶם קרבּן תמיד וואָס איז טאָג־טעֶגליך אין דעֶר פריה אוּן פאַרנאַכט געֶבּראַכט געֶוואָרעֶן אין בּית־המקדש.
ר׳ אלעזר זאָגט: תפלה שטעֶהט פיל העֶכעֶר פוּן קרבּנות.
ר׳ אלעזר זאָגט ווידעֶר: זינט דעֶר בּית־המקדש איז חרוב געֶוואָרעֶן זעֶנעֶן פעֶרשלאָסעֶן געֶוואָרעֶן אין הימעֶל די טויעֶרעֶן פוּן תפלה, ווי עֶס וועֶרט געֶזאָגט אין דעֶר קלאָג־ליד: „וועֶן אויך איך רוּף אוּן שריי — האָט עֶר פעֶרשפּאַרט די הימעֶל־טויעֶרעֶן פאַר מיין תפלה”. די טויעֶרעֶן אָבּעֶר פוּן טרעֶרעֶן זעֶנעֶן קיינמאָל ניט פעֶרשלאָסעֶן, ווי דעֶר משורר אין תהלים זאָגט: „העֶר, גאָט. מיין געֶבּעֶט... אויף מיין טרעֶר וועֶסטוּ ניט אָפּשווייגעֶן”.
ר׳ יהושע בּן לוי זאָגט: קיין אייזעֶרנעֶ וואַנד קעֶן נישט אָפּטיילעֶן יוּדעֶן פוּן זייעֶר פאָטעֶר אין הימעֶל.
געֶבּעֶנשט זאָלט איר מיר זיין — זאָגט גאָט — געֶבּעֶנשט זאָל איר מיר זיין, הימלעֶן אוּן בּעֶגלייטעֶר פוּן מיין מרכּבה 1), דעֶרפאַר וואָס איר וועֶט זאָגעֶן אוּן דעֶרצעֶהלעֶן מיינעֶ קינדעֶר וואָס איך טוּ בּשעת זיי הייליגעֶן מיין כבוד אוּן רוּפעֶן אויס: „הייליג, הייליג, הייליג”. לעֶרעֶנט זיי, אַז זייעֶרעֶ אויגעֶן זאָלעֶן געֶהויבּעֶן זיין צוּם הימעֶל אוּן זאָלעֶן זיך אויפהויבּעֶן אין דעֶר הויך, ווייל קיין זאַך אין דעֶר וועֶלט פעֶרשאַפט מיר ניט אַזאַ פאַרגניגעֶן ווי די רגע וועֶן זייעֶרעֶ אויגעֶן זעֶנעֶן געֶהויבּעֶן צוּם הימעֶל אוּן מיינעֶ אויגעֶן קוּקעֶן זיך איין אין זייעֶרעֶ אויגעֶן. אין יעֶנעֶר צייט נעֶם איך אַרוּם דאָס געֶשטאַלט פוּן יעקב׳ן ↰ 42 אין מיין הימעֶל־טראָהן אוּן האַלדז אים אוּן קוּש אים אוּן דעֶרמאָהן זיך אויף זייעֶר גלוּת אוּן איך דעֶרנעֶהעֶר די שעה פוּן זייעֶר אויסליִיִזוּנג.
1) גאָט׳ס רייטוואָגען, שטוהל.
ר׳ חמא בּר חנינא זאָגט:
בּעֶט אַ מעֶנש בּיי גאָט אוּן וועֶרט ניט געֶעֶנטפעֶרט בּאַלד, זאָל עֶר ניט וועֶרעֶן אָפּהעֶנדיג, נאָר בּעֶטעֶן נאָכאַמאָל אוּן ווידעֶר אַמאָל, ווי עֶס וועֶרט געֶזאָגט אין תהלים:
- „האָף צוּ גאָט
- שטאַרק אוּן פעֶסט זאָל זיין דיין האַרץ
- אוּן האָף (ווידעֶר) צוּ גאָט”.
אפילוּ וועֶן די שאַרפעֶ שוועֶרד ליגט אויפ׳ן מעֶנשעֶנ׳ס האַלז, זאָל עֶר זיך ניט אָפּזאָגעֶן פוּן תפלה טוּן.
ר׳ יודן זאָגט:
— אַ מעֶנש וועֶן עֶס קוּמט אויף אים אַן אוּמגליק אוּן עֶר האָט אַ פּאַטראָן (אַ בּעֶשיצעֶר) קעֶן עֶר ניט אַריינגעֶהן צוּ אים גלייך, נאָר עֶר מוּז זיך שטעֶלעֶן בּיי איהם פאַר דעֶר טיהר, רוּפט־אַרויס איינעֶם פוּן די הויז־בּעֶדינעֶר אוּן זאָגט אים: געֶה מעֶלדעֶ דעֶם העֶר, אַז יעֶנעֶר אוּן יעֶנעֶר שטעֶהט פאַר דעֶר טיהר. גאָט ברוּך־הוּא אָבּעֶר איז ניט אַזוי: קוּמט אויף אַ מעֶנשעֶן אַן אוּמגליק, דאַרף עֶר ניט אָנקוּמעֶן צוּ קיין פעֶרמיטלעֶר, ניט צוּ מלאך מיכאל אוּן ניט צוּ מלאך גבריאל; געֶנוּג עֶר זאָל גאָט אַ רוּף טוּן עֶנטפעֶרט עֶר אים בּאַלד.
די תּפלה פוּן צדיקים מאַכט אין הימעֶל אַ איבּעֶרקעֶרעֶניש: גאָט׳ס צאָרן וועֶרט דוּרך איר פעֶרוואַנדעֶלט אין רחמנות.
טרעֶפט זיך עֶמעֶצעֶן אַן אוּמגליק, זאָל עֶר פוּן דעֶם צוּ וויסעֶן גיבּעֶן פריינד אוּן בּעֶקאַנטעֶ; זאָלעֶן לייט פאַר אים גאָט בּעֶטעֶן.
וועֶר עֶס קעֶן פאַר עֶמיצעֶן גאָט בּעֶטעֶן אוּן טוּט עֶס ניט — בּעֶגעֶהט עֶר אַ זינד. אוּן אויבּ יעֶנעֶר וואָס נויטיגט זיך אין דעֶר תפלה איז אַ תלמיד־חכם, דאַרף מעֶן בּעֶטעֶן פאַר אים מיט די לעֶצטעֶ כחות.
וועֶר עֶס בּעֶט פאַר יעֶנעֶם וועֶגעֶן עֶפּעֶס אוּן עֶר אַליין נויטיגט זיך אין דעֶר זעֶלבּעֶר זאַך, וועֶרט עֶר פריהעֶר געֶהאָלפעֶן.
וועֶן דוּ געֶהסט אַרויס אין וועֶג — בּעֶראָט זיך פריהעֶר מיט דיין בּעֶשעֶפעֶר אוּן געֶה. וואָס הייסט בּעֶראָטעֶן זיך? בּעֶט פאַר אים די וועֶגס־תפלה.
אַז דוּ דאַוועֶנסט, זאָל דיין תפלה ניט זיין אַן אויסגעֶשטעֶלטעֶ, נאָר האַרציגעֶ וועֶרטעֶר אוּן געֶבּעֶט פאַר גאָט בּרוּך־הוּא.
— וואָס הייסט אויסגעֶשטעֶלט? פוּן ר׳ אושעיא׳ס נאָמעֶן זאָגט מעֶן: אויבּ דאָס דאַוונעֶן איז אים שוועֶר ווי אַ משא, אַ מין אָפּקוּמעֶניש. אַנדעֶרעֶ זאָגעֶן: אויבּ די וועֶרטעֶר וועֶרעֶן ניט געֶזאָגט האַרציג. רבּה אוּן רב יוסף זאָגעֶן בּיידעֶ: אויבּ עֶר קעֶן ניט אין דעֶר תפלה אויפטוּן עֶפּעֶס נייעֶס. ↰ 44 אבּא אוּן ר׳ חנינא זאָגעֶן בּיידעֶ: אויבּ עֶר דאַוועֶנט ניט אין דעֶר רעֶכטעֶר צייט, בּיים אויף־ אוּן־ אוּנטעֶרגעֶהן פוּן דעֶר זוּהן.
בּיי דעֶר מלחמה מיט עמלק׳ן שטעֶהט: „אַז משה האָט אויפגעֶהויבּעֶן זיין האַנד, האָבּעֶן יוּדעֶן בּייגעֶקוּמעֶן”, אוּן אַז עֶר האָט אַראָפּגעֶלאָזט די האַנד, האָט עמלק בּייגעֶקוּמעֶן׳, — צי דעֶן האָבּעֶן משה׳ס העֶנד געֶקעֶנט ווירקעֶן אויף דעֶם גאַנג פוּן דעֶר מלחמה? נאָר דעֶר פּסוּק וויל אָט דאָס זאָגעֶן: ווי לאַנג יוּדעֶן האָבּעֶן געֶוועֶנדעֶט זייעֶרעֶ אויגעֶן אַרויף אויבּעֶן אוּן צוּגעֶבּוּנדעֶן דאָס האַרץ צוּם פאָטעֶר זייעֶרסן אין הימעֶל, האָבּעֶן זיי בּייגעֶקוּמעֶן, אוּן אויבּ נישט — זעֶנעֶן זיי געֶפאַלעֶן. דאָס זעֶלבּעֶ איז אויך געֶוועֶן מיט׳ן קוּפּעֶרנעֶם שלאַנג, וואָס משה האָט געֶמאַכט אין דעֶר מדבּר אוּן אויפגעֶהאַנגעֶן אים אין דעֶר הויך, אַז יעֶדעֶר געֶבּיסעֶנעֶר פוּן די גיפטיגעֶ שלעֶנג זאָל אויפהויבּעֶן אַהין די אויגעֶן, וועֶט עֶר געֶהיילט וועֶרעֶן. קעֶן דעֶן אַ קוּפּעֶרנעֶר שלאַנג טויטעֶן אָדעֶר היילעֶן? — נאָר וועֶן יוּדעֶן האָבּעֶן געֶוועֶנדעֶט זייעֶרעֶ אויגעֶן אַרויף אוּן צוּגעֶבּוּנדעֶן דאָס האַרץ צוּם פאָטעֶר זייעֶרעֶן אין הימעֶל, זעֶנעֶן זיי געֶהיילט געֶוואָרעֶן, אוּן אויבּ ניט — זעֶנעֶן זיי אוּמגעֶקוּמעֶן.
ר׳ חייא אוּן ר׳ שמעון בּר רבּי זעֶנעֶן געֶזעֶסעֶן צוּזאַמעֶן אוּן געֶשמוּעֶסט וועֶגעֶן תפלה. רוּפט זיך אָן איינעֶר: בּיים דאַוונעֶן דאַרף מעֶן אַראָפּלאָזעֶן די אויגעֶן אַראָפּ צוּ דעֶר עֶרד. זאָגט דעֶר אַנדעֶרעֶר: גלייכעֶר אַרויף צוּם הימעֶל. דעֶרווייל איז געֶקוּמעֶן צוּ זיי ר׳ ישמעאל בּרבּי יוסי, פרעֶגט עֶר זיי: וועֶגעֶן וואָס שמוּעֶסט איר? דעֶרצעֶהלעֶן זיי אים. רוּפט עֶר זיך אָן: מיין פאָטעֶר האָט אַזוי געֶזאָגט: בּיים דאַוונעֶן דאַרף מעֶן אַראָפּלאָזעֶן די אויגעֶן אַראָפּ אוּן וועֶנדעֶן דאָס האַרץ אַרויף.
ר׳ אמי זאָגט: דעֶם מעֶנשעֶנס תפלה וועֶרט נוּר דעֶמאָלט אָנגעֶנוּמעֶן, וועֶן עֶר האַלט בּיים בּעֶטעֶן די נשמה אין דעֶר האַנד 1), ווי דעֶר פסוּק זאָגט: „לאָמיר אויפהויבּעֶן אוּנזעֶר האַרץ מיט די העֶנד צוּ גאָט אין הימעֶל”.
ר׳ חנניה זאָגט: דעֶם מעֶנשעֶנס תפלה וועֶרט נוּר דעֶמאָלט אָנגעֶנוּמעֶן — וועֶן זי געֶהט אַרויס פוּן אַ ווייך, ניט פעֶרשטיינעֶרט האַרץ.
1) ד. ה. ווען ער לעגט אין איר אַריין זיין גאַנצע נשמה.
ר׳ אלעזר פלעֶגט פריהעֶר שעֶנקעֶן אַ נדבה אַן אָרימאַן אוּן נאָכדעֶם זיך שטעֶלעֶן תפלה טוּן פאַר גאָט.
מעֶ זאָל ניט איבּעֶרגעֶהן גלייך צוּם דאַוונעֶן ניט פוּן טרויעֶרקייט, ניט פוּן פוילקייט, ניט פוּן לאַכעֶריי, ניט פוּן שמוּעֶסעֶריי, ניט פוּן לייכטזיניגקייט אוּן ניט פוּן פּוּסטעֶ וועֶרטעֶר, נאָר פוּן אַ פרוּמעֶר פרייד 1).
אַ מעֶנש דאַרף זיך שטעֶלעֶן דאַוונעֶן נוּר מיט עֶרנסטעֶ שטימוּנג.
די פאַרצייטיגעֶ חסידים פלעֶגעֶן זיך פריהעֶר אַ געֶוויסעֶ צייט פאַרטיפעֶן אין זיך אוּן דעֶרנאָך זיך נעֶמעֶן דאַוונעֶן, כדי דאָס גאַנצעֶ האַרץ זאָל זיין געֶוועֶנדעֶט צוּ גאָט, ווי עֶס וועֶרט געֶזאָגט אין פּסוּק: „בּוּקט זיך צוּ גאָט מיט הייליגעֶר עֶהרעֶ־פוּרכט”; אוּן אין אַ אַנדעֶר אָרט ווידעֶר: „דינט גאָט מיט פוּרכט אוּן פרעֶהט זיך מיט ציטעֶרניש” — אינעֶרליכעֶ פרייד מיט ציטעֶרניש צוּזאַמעֶן.
אין נאָמעֶן ר׳ שמעון חסידא האָט מעֶן געֶזאָגט:
— בּיים דאַוונעֶן זאָל זיך דעֶר מעֶנש פאָרשטעֶלעֶן אַז די שכינה איז געֶגעֶן אים, ווי אין פּסוּק שטעֶהט: „איך שטעֶל זיך פאַר גאָט געֶגעֶן מיר שטעֶנדיג”.
1) אַ פרייד וואָס קומט נאָכדעם וואָס מע האָט געטון אַ גוטע זאַך.
די תפלה זאָל מעֶן ניט איבּעֶררייסעֶן. אפילוּ וועֶן דעֶר קעֶניג בּעֶגריסט, זאָל מעֶן דעֶרויף ניט עֶנטפעֶרעֶן; אוּן וועֶן אפילוּ אַ שלאַנג פעֶרוויקעֶלט זיך אַרוּם דעֶר פיס, זאָל מעֶן ניט איבּעֶררייסעֶן.
איינעֶר אַ פרוּמעֶר מאַן האָט געֶהאַלטעֶן אינמיטעֶן תפלה אין וועֶג. קוּמט אים אַנטקעֶגעֶן איינעֶר פוּן די גרויסעֶ רוימישעֶ שרים אוּן בּעֶגריסט אים. עֶנטפעֶרט יעֶנעֶר אים ניט. וואַרט דעֶר שר בּיז דעֶר פרוּמעֶר מאַן פעֶרעֶנדיגט זיין תפלה. ווי נוּר עֶר האָט פעֶרעֶנדיגט רוּפט זיך צוּ אים אָן דעֶר שר:
— דוּ גראָבּעֶר יוּנג! האָט דעֶן ניט אייעֶר תורה אייך אָנגעֶזאָגט וויפיל מאָל, אַז אַ מעֶנש מוּז זיין געֶוואָרעֶנט אוּן שטאַרק שוינעֶן זיין אייגעֶן לעֶבּעֶן. ווי האָסטוּ געֶוואַגט מיר ניט צוּ עֶנטפעֶרעֶן אויף מיין בּעֶגריסוּנג? וועֶן אַ שטייגעֶר איך זאָל אָפּהאַקעֶן דיין קאָפּ מיט אַ שוועֶרד, וועֶר וואָלט זיך פאַר דיר איינגעֶשטעֶלט?
— וואַרט וועֶל איך דיך בּעֶרוּהיגעֶן — זאָגט יעֶנעֶר — וועֶן דוּ זאָלסט שטעֶהן פאַר אַ קעֶניג אַ בּשר־ודם אוּן עֶמיצעֶר זאָל קוּמעֶן אין דעֶר צייט דיך בּעֶגריסעֶן, וואָלסטוּ אים דעֶמאָלט געֶעֶנטפעֶרט?
— געֶוויס ניין.
— אוּן אויבּ יאָ, וואָס וואָלט מעֶן דיר דעֶרפאַר געֶטוּן?
— מעֶ וואָלט מיך געֶקעֶפּט.
— איצט זאָג אַליין: אויבּ דוּ, שטעֶהעֶנדיג, פאַר אַ קעֶניג אַ בּשר־ודם, וואָס היינט איז עֶר דאָ אוּן מאָרגעֶן אין קבר, וואָלסטוּ זיך אַזוי אויפגעֶפיהרט, בּפרט איך, וואָס בּין געֶשטאַנעֶן פאַר׳ן קעֶניג איבּעֶר אַלעֶ קעֶניגעֶן, גאָט בּרוּך־הוּא, וואָס לעֶבּט אייבּיג, ווי דאַרף איך מיך אויפפיהרעֶן?
מיט די וועֶרטעֶר האָט זיך דעֶר שר פאָלשטעֶנדיג בּעֶפרידיגט אוּן האָט אָפּגעֶלאָזט דעֶם פרוּמעֶן מאַן בּשלום.
אינ׳ם נאָמעֶן פוּן ר׳ מאיר׳ן גיט מעֶן איבּעֶר:
— אַ מעֶנש זאָל תמיד רעֶדעֶן קוּרץ פאַר גאָט, ווי עֶס זאָגט קהלת ↰ 47 „זאָלסט ניט זיין איבּעֶראיילט מיט דיין מויל... אַרויסצוּלאָזעֶן וועֶרטעֶר פאַר גאָט, דעֶריבּעֶר זאָלעֶן דיינעֶ וועֶרטעֶר זיין ווינציג”.
איינעֶר האָט זיך געֶשטעֶלט דאַוונעֶן פאַר׳ן עמוּד אוּן דעֶרבּיי איז געֶוועֶן ר׳ חנינא. הייבּט יעֶנעֶר אָן די תפלה מיט די וועֶרטעֶר: „דעֶר גאָט דעֶר גרויסעֶר, העֶלדישעֶר, פאָרכטיגעֶר, מעֶכטיגעֶר, קרעֶפטיגעֶר, שרעֶקליכעֶר, שטאַרקעֶר אוּן פעֶסטעֶר, ווירקליכעֶר אוּן געֶפעֶהרליכעֶר...” וואַרט ר׳ חנינא בּיז יעֶנעֶר האָט געֶעֶנדיגט. ווי יעֶנעֶר האָט געֶעֶנדיגט זאָגט עֶר אים:
— ס׳האָט זיך שוין, אַ פנים, בּיי דיר אויסגעֶלאָזט אַלעֶ שבחים פוּנ׳ם רבּונו של עולם? צוּ וואָס אַזויפיל? אפילוּ די עֶרשטעֶ דריי וואָס מיר זאָגעֶן אַלעֶ, וועֶן ניט משה רבּינוּ זאָל זיך געֶוועֶן מיט זיי בּעֶנוּצעֶן אין דעֶר תורה אוּן די אנשי כנסת הגדולה 1) זאָלעֶן עֶס נישט איינפיהרעֶן אין דאַוונעֶן, וואָלטעֶן מיר אויך נישט געֶמעֶגט זיך מיט זיי בּעֶנוּצעֶן, אוּן דוּ זאָגסט אוּן זאָגסט אַזויפיל! ווי מיינסטוּ, אַ קעֶניג, אַ שטייגעֶר, וואָס פעֶרמאָגט מילי־מיליאָנעֶן גאָלדעֶנעֶ רעֶנדליך, אוּן מעֶ ריהמט אים מיט זילבּעֶרנעֶ — איז עֶס דעֶן ניט פאַר אים קיין אוּמכבוד?!
איינעֶר אַ תלמיד האָט זיך געֶשטעֶלט דאַוונעֶן פאַר׳ן עמוד אוּן דעֶרבּיי איז געֶוועֶן ר׳ אליעזר, האָט יעֶנעֶר צוּפיל מאריך געֶוועֶן. רוּפעֶן זיך אָן די איבּריגעֶ תלמידים:
— רבּי, וואָס פאַר אַ מאריך דאָס איז!
— מאָהלט אייך משה — זאָגט זיי ר׳ אליעזר — איז געֶוועֶן אַ גרעֶסעֶרעֶר מאריך. עֶר דעֶרצעֶהלט אויף זיך: „איך האָבּ געֶבּעֶטעֶן פאַר גאָט די פירציג טאָג אוּן פירציג נעֶכט”.
ווידעֶר אַמאָל האָט איינעֶר, אַ צווייטעֶר תלמיד זיינעֶר, זיך געֶשטעֶלט דאַוונעֶן פאַר׳ן עמוּד אוּן האָט, פעֶרקעֶהרט, די תפלה צוּפיל פעֶרקירצט, רוּפעֶן זיך אָן די איבּריגעֶ תלמידים:
רבּי, ווי קוּרץ דעֶר מאַכט עֶס!
מאָהלט אייך משה — זאָגט זיי ר׳ אליעזר — האָט נאָך קוּרצעֶר געֶמאַכט. וועֶן זיין שוועֶסטעֶר מרים איז קראַנק געֶוואָרעֶן אוּן משה האָט פאַר איר גאָט געֶבּעֶטעֶן, איז די תפלה זיינעֶ בּעֶשטאַנעֶן אין גאַנצעֶן פוּן די געֶצעֶהלטעֶ וועֶרטעֶר: „אָ גאָט, הייל דאָך זי!”.
1) די לייט פון גרויסען פערזאַמלונג, געגרינדעט דורך עזרא און נחמיה.
רבא האָט געֶזעֶהן אַז בּיי רב המנונא דויעֶרט לאַנג דאָס דאַוונעֶן, רוּפט עֶר זיך אָן:
— מעֶ לעֶגט אַוועֶק אייבּיג לעֶבּעֶן אוּן מעֶן פעֶרנעֶמט זיך מיט צייטווייליג לעֶבּעֶן 1).
רב המנונא אָבּעֶר מיינט: די צייט פוּן תורה איז בּעֶזוּנדעֶר אוּן די צייט פוּן תפלה בּעֶזוּנדעֶר.
אַנטונינוס דעֶר רוימישעֶר קעֶניג האָט אַמאָל געֶפרעֶגט בּיי זיין גוּטעֶן פריינד רבּינוּ הקדוש (ר׳ יהודה הנשיא):
— ווי מיינסטוּ, מעֶ מעֶג בּעֶטעֶן פאַר גאָט אַלעֶ וויילעֶ?
— ניין, מעֶ טאָר נישט — עֶנטפעֶרט עֶר:
— פאַר וואָס?
— כּדי מעֶ זאָל זיך ניט האַלטעֶן צוּ היימיש מיט גאָט.
איז אַנטונינוס׳ן דעֶר עֶנטפעֶר ניט געֶפעֶלעֶן, וואָס־זשעֶ טוּט רבּינוּ הקדוש? קוּמט עֶר אויף מאָרגעֶן צוּם קעֶניג גאַנץ פריה אוּן בּעֶגריסט אים: „פריד דעֶם קיסר!” אין אַ וויילעֶ אַרוּם קוּמט עֶר ווייטעֶר מיט אַ בּעֶגריסוּנג: „פריד דעֶם אימפּעֶראַטאָר”! אוּן נאָך שפּעֶטעֶר מיט אַ וויילעֶ איז עֶר ווידעֶר דאָ מיט אַ בּעֶגריסוּנג: „פריד דיר, קעֶניג!”
— וואָס זאָל דאָס בּעֶדייטעֶן? — פרעֶגט אים אנטונינוס בּרוגז׳דיג — עֶפּיס קוּמט אויס ווי דוּ ווילסט בּעֶליידיגעֶן די קעֶניגליכעֶ מאַכט.
— העֶר זיך אַליין איין — זאָגט אים רבּי — אין דעֶם וואָס דוּ רעֶדסט: אויבּ דוּ, אַ בּשר־ודם, געֶפוּנסט זיך בּעֶליידיגט וועֶן מעֶן בּעֶגריסט דיך צוּ אָפט, היינט ווי זאָל אַזאַ זאַך ניט וועֶרעֶן צוּ לאַסט דעֶם קעֶניג איבּעֶר אַלעֶ קעֶניגעֶן!
„יעֶדעֶר אָטהעֶם זאָל לויבּעֶן גאָט” — זאָגט דוד המלך אין תּהלים — פאַר יעֶדעֶן אָטהעֶם בּעֶזוּנדעֶר, וואָס דעֶר מעֶנש אָטהעֶמט, קוּמט עֶר זאָל לויבּעֶן גאָט.
1) ד. ה. אַנשטאָט לערנען תורה פערברענגט מען צופיל צייט צו בעטען אויף צייטווייליגע־זאַכען.
אין נאָמעֶן פוּן ר׳ יוחנן זאָגט מעֶן:
— תּפלה טוּן זאָל אַ מעֶנש נוּר אין אַ הויז וואָס האָט פעֶנסטעֶר, ווי בּיי דניאל׳ן שטעֶהט: בּשעת עֶר האָט געֶבּעֶטעֶן „זעֶנעֶן די פעֶנסטעֶר פוּן זיין אויבּעֶרשטיבּעֶל געֶוועֶן אָפעֶן געֶגעֶן ירוּשלים”.
וועֶר עֶס געֶפוּנט זיך אין חוּץ־לארץ; זאָל עֶר וועֶנדעֶן דאָס האַרץ אין דעֶר ריכטוּנג פוּן ארץ־ישראל; אין ארץ ישראל — אין דעֶר ריכטוּנג פוּן ירוּשלים; אין ירוּשלים — אין דעֶר ריכטוּנג פוּן בּית־המקדש; אין בּית־המקדש — אין דעֶר ריכטוּנג פוּן קדשי־קדשים. קוּמט אויס, אַז דעֶר וואָס געֶפוּנט זיך אין מזרח, דאַרף קעֶהרעֶן דאָס געֶזיכט קיין מערב; אין מערב — קיין מזרח; אין דרום — קיין צפון אוּן אין צפון — קיין דרום. אַזוי אַרוּם וועֶנדעֶן אַלעֶ יוּדעֶן דאָס האַרץ אין איִיִן אָרט.
וועֶר עֶס דעֶרקעֶנט נישט ריכטיג די זייטעֶן פוּן דעֶר וועֶלט, דאַרף עֶר וועֶנדעֶן דאָס האַרץ אַרויף צוּם פאָטעֶר זיינעֶם אין הימעֶל.
רב המנונא זאָגט:
— וועֶן חנה האָט תּפלה געֶטוּן פאַר גאָט, וועֶרט דעֶרצעֶהלט וועֶגעֶן דעֶם: „זי האָט געֶרעֶדט מיט האַרץ, נאָר די ליפּעֶן אירעֶ האָבּעֶן זיך בּעֶוועֶגט אוּן איר שטימעֶ האָט זיך ניט געֶלאָזט העֶרעֶן”. די אַלעֶ פּרטים זעֶנעֶן זעֶהר וויכטיג, זיך אָפּצוּלעֶרנעֶן, ווי אַ מעֶנש דאַרף תּפלה טוּן פאַר גאָט: מיט האַרץ, שאַרף אויסרעֶדעֶן יעֶדעֶר וואָרט אוּן ניט אויפהויבּעֶן דאָס קול. שרייעֶן בּשעת תּפלה טוּן פאַר גאָט, שרייעֶט אַ קליינגלויבּיגעֶר, אַ פאַלשעֶר נביא.
שטעֶלעֶן זיך דאַוונעֶן זאָל מעֶן נוּר מיט אַ קלאָרעֶן געֶדאַנק.
ר׳ חנינא — אין דעֶם טאָג וואָס עֶר איז געֶוועֶן שטאַרק אויפגעֶבּראַכט האָט עֶר ניט געֶדאַוועֶנט.
שמוּאל האָט ניט געֶדאַוועֶנט אין אַ שטוּבּ, וואוּ די לוּפט איז געֶוועֶן אָנגעֶזאַפּט מיט׳ן שאַרפעֶן ריח פוּן בּיער.
וועֶן מעֶן שרייט צוּ גאָט אויף אַ זאַך וואָס איז שוין פאָראיבּעֶר — הייסט עֶס אַ אוּמזיסטעֶ־אוּמנישטעֶ תּפלה. אַ שטייגעֶר: וועֶן בּיי עֶמיצעֶן איז דאָס ווייבּ שוין שוואַנגעֶר אוּן עֶר בּעֶט: הלואי, רבּונו־של־עולם, מיין ווייבּ זאָל געֶבּוירעֶן אַ יוּנגעֶל; אָדעֶר וועֶן איינעֶר, געֶהעֶנדיג אין וועֶג אוּן דעֶרהעֶרעֶנדיג גוואַלדעֶן פוּן שטאָדט זאָגט: הלואי, רבּונו־של־עולם, זאָל עֶס ניט זיין פוּן מיין שטוּבּ — אַזאַ מין תּפלה הייסט אַ אוּמזיסטעֶ אוּמנישטעֶ.
דאָסזעֶלבּעֶ וועֶן איינעֶר בּריינגט־אַריין פוּן פעֶלד הוּנדעֶרט מעֶסטליך תּבוּאה, אָדעֶר פוּן וויינגאָרטעֶן הוּנדעֶרט פעֶסליך וויין אוּן זאָגט: הלואי, רבּונו־של־עולם, עֶס זאָל דעֶרפוּן וועֶרעֶן צוויי הוּנדעֶרט — הייסט עֶס אַ נאַרישעֶ אוּמזיסטעֶ תּפלה. עֶר מעֶג זיך נוּר ווינשעֶן: הלואי עֶס זאָל אַריין אין דעֶם די בּרכה.
אַז מ׳איז מכבּד איינעֶם מיט דאַוונעֶן פאַר׳ן עמוד דאַרף עֶר זיך לאָזעֶן בּעֶטעֶן; אויבּ ניט — האָט עֶס אַ טעם ווי אַ געֶקעֶכץ אָן זאָלץ; אויבּ אָבּעֶר עֶר לאָזט זיך בּעֶטעֶן צוּפיל, קוּמט עֶס אויס ווי אַ געֶקעֶכץ וואָס איז איבּעֶרגעֶזאַלצעֶן. ווי דעֶן דאַרף עֶר זיך אויפפיהרעֶן? דאָס עֶרשטעֶ מאָל זאָגט מעֶן זיך אָפּ, דאָס אַנדעֶרעֶ מאָל קוועֶנקעֶלט מעֶן נאָך, דאָס דריטעֶ מאָל לאָזט מעֶן זיך געֶהן צוּם עמוּד.
אַז איינעֶר מאַכט אַ פעֶהלעֶר בּיים דאַוונעֶן, איז עֶס אַ שלעֶכטעֶר סימן פאַר אים; אוּן אויבּ עֶר איז אַ שליח־צבּוּר, איז עֶס אַ שלעֶכטעֶר סימן פאַר׳ן גאַנצעֶן צבּוּר; ווייל דעֶר שליח פוּן אַ מעֶנשעֶן איז גלייך ווי עֶר אַליין.
וועֶגעֶן ר׳ חנינא בּן דוסא דעֶרצעֶהלט מעֶן: אַז עֶר פלעֶגט בּעֶטעֶן אויף חולים אוּן דעֶרנאָך פאָראויסזאָגעֶן: דעֶר וועֶט געֶהיילט וועֶרעֶן אוּן דעֶר וועֶט געֶהן פוּן דעֶר וועֶלט. אוּן אַז מ׳האָט געֶפרעֶגט, פוּן וואַנעֶן עֶר ווייסט עֶס? האָט עֶר געֶעֶנטפעֶרט: אויבּ מיין תּפלה געֶהט אַרויס בּיי מיר ↰ 51 פוּן מויל געֶלויפיג, ווייס איך אַז זי איז אָנגעֶנוּמעֶן, אוּן אויבּ ניט — איז זי אָפּגעֶוואָרפעֶן.
אבּא־בּנימין זאָגט: די תּפלה פוּנ׳ם מעֶנשעֶן וועֶרט אָנגעֶנוּמעֶן נוּר אין שוּהל, וואוּ דעֶר עולם צוּזאַמעֶן לויבּט גאָט מיט געֶזאַנג.
רבּי יצחק זאָגט: דאָרט וואוּ צעֶהן יוּדעֶן דאַוונעֶן, געֶפוּנט זיך מיט זיי די שכינה.
אבּעֶזוּנדעֶר מלאך איז געֶשטימט אויף יוּדישעֶ תּפלות אין די שוּהלעֶן; עֶר קלייבּט זיי אויף אַלעֶ צוּזאַמעֶן, פלעֶכט־אויס פוּן זיי קרוינעֶן, צוּ בּעֶצירעֶן מיט זיי דעֶם קאָפּ פוּן גאָט בּרוּך־הוּא.
אַז מעֶ געֶהט פוּן שוּהל אַרויס זאָל מעֶן ניט מאַכעֶן קיין בּרייטעֶ שפּאַן; אין שוּהל אַריין אָבּעֶר איז אַ מצוה צוּ לויפעֶן.
דעֶם כּבוד פוּן דעֶר שוּהל זאָל מעֶן ניט גרינגשטעֶלעֶן; מעֶ טאָר זי ניט אויסנוּצעֶן פאַר אייגעֶנעֶ בּעֶדעֶרפנישעֶן, ווי אַ שטייגעֶר: עֶסעֶן אָדעֶר טרינקעֶן דאָרט, צוּ אַרוּמשפּאַצירעֶן, אַריינגעֶהן אַהין זוּמעֶר אויף אָפּצוּקיהלעֶן זיך, ווינטעֶר אויף אָנצוּוואַרמעֶן זיך, מאַכעֶן דאָרט אַ הספּד אויף אַ געֶוועֶהנליכעֶן מעֶנשעֶן. דאָרט איז אַן אָרט, אויסעֶר דאַוונעֶן, אויך אויף לעֶרנעֶן, לייעֶנעֶן, מספּיד זיין גרויסעֶ לייט. מעֶ דאַרף די שוּהלעֶן האַלטעֶן ריין, ↰ 52 אויספּוּצעֶן, בּעֶשפּריצעֶן מיט וואַסעֶר, זי זאָל ניט אָפּגעֶלאָזט וועֶרעֶן אוּן ניט פעֶרוואַקסעֶן וועֶרעֶן מיט גראָז. ר׳ יהודה זאָגט: אַזוי איז נוּר וועֶן דעֶר עולם קוּמט אַהין, אָבּעֶר וועֶן זיי זעֶנעֶן חרוּב, לאָזט מעֶן זיי בּעֶוואַקסעֶן וועֶרעֶן מיט גראָז אוּן מעֶ זאָל עֶס ניט אויסרייסעֶן, כּדי עֶס זאָל אָננעֶמעֶן דעֶם פעֶרבּייגעֶהעֶר בּיים האַרצעֶן.
ווידעֶר זאָגט ר׳ יהודה: אַ חרוּב׳עֶ שוּהל זאָל מעֶן אויך ניט גרינגשאַצעֶן, ניט מספּיד זיין דאָרטעֶן, ניט דרעֶהעֶן שטריק, ניט אויסשפּרייטעֶן דאָרטעֶן נעֶצעֶן אויף צוּ טרוּקעֶנעֶן, ניט אויסלעֶגעֶן אַקעֶגעֶן דעֶר זוּן אויפ׳ן דאַך פּירות, ניט מאַכעֶן עֶס פאַר אַ דוּרכגאַנג צוּ פעֶרקירצעֶן דעֶם וועֶג. אַ הייליג אָרט, אויך אַ פעֶרוויסט, בּלייבּט דאָך הייליג.
וועֶר עֶס שפּייט אין אַ שוּהל איז גלייך ווי עֶר זאָל שפּייעֶן, חלילה, גאָט אין פּנים.
מעֶ טאָר ניט אויפהויבּעֶן די דעֶכעֶר פוּן אַנדעֶרעֶ הייזעֶר העֶכעֶר פוּנ׳ם שוּהל־דאָך; דאָס רעֶדט זיך נוּר פוּן געֶוועֶהנליכעֶ הייזעֶר; טוּרעֶמס אָבּעֶר אוּן פעֶסטוּנגעֶן — מאַכט ניט אויס.
רבּ חסדא זאָגט:
מעֶ זאָל ניט אוּמוואַרפעֶן איין שוּהל בּיז מעֶ וועֶט פריהעֶר ניט אויפבּויעֶן קיין נייעֶ.
ר׳ אושעיא דעֶר גרויסעֶר אוּן ר׳ חמא בּר חנינא האָבּעֶן איינמאָל געֶשפּאַצירט פעֶרבּיי די שעֶנעֶ שוּהלעֶן אין לוּד. רוּפט זיך אָן ר׳ חמא צוּ ר׳ אושעיא׳ן: אָ וויפיל פעֶרמעֶגעֶנס האָבּעֶן מיינעֶ עֶלטעֶרעֶן אויף דעֶם אויסגעֶבּראַכט! עֶנטפעֶרט ר׳ אושעיא אויף דעֶם: וויפיל נפשות האָבּעֶן דיינעֶ עֶלטעֶרעֶן אויף דעֶם אויסגעֶבּראַכט! האָט זיך דעֶן נישט געֶפוּנעֶן דעֶמאָלט קיין מעֶנשעֶן וואָס האָבּעֶן זיך פעֶרנוּמעֶן מיט תּורה לעֶרנעֶן, זיי צוּ שטיצעֶן מיט דעֶם געֶלד.
ר׳ אבין האָט געֶלאָזט מאַכעֶן אַ שעֶנעֶם טויעֶר פאַר׳ן גרויסעֶן בּית־המקדש. קוּמט צוּ אים ר׳ מני, בּעֶרוּהמט עֶר זיך פאַר אים אוּן זאָגט: זעֶה וואָס איך האָבּ געֶמאַכט!
— יאָ — רוּפט זיך אָן ר׳ מני — דעֶר נביא הושע האָט שוין דעֶרויף לאַנג געֶזאָגט: „ישראל האָט פעֶרגעֶסעֶן זיין בּעֶשעֶפעֶר אוּן געֶבּויעֶט טעֶמפּלעֶן!” — האָסטוּ דעֶן ניט געֶפוּנעֶן קיין מעֶנשעֶן וואָס לעֶרנעֶן תּורה, זיי צוּ שטיצעֶן מיט דעֶם געֶלד!
צוויי־גרוּנד־נייגוּנגעֶן האָט גאָט בּעֶשאַפעֶן אין מעֶנשעֶן, איינעֶ אַ גוּטעֶ, יצר־טוב, אוּן איינעֶ אַ שלעֶכטעֶ, יצר־הרע. די גוּטעֶ — אין דעֶר רעֶכטעֶר זייט אוּן די שלעֶכטעֶ — אין דעֶר לינקעֶר, ווי קהלת זאָגט: „דאָס האַרץ בּיים קלוּגעֶן — צוּ רעֶכטס, אוּן דאָס האַרץ בּיים נאַר — צוּ לינקס”.
זעֶהר שוועֶר איז דעֶר יצר־הרע, אַז אַפילוּ דעֶר בּעֶשעֶפעֶר זיינעֶר רוּפט אים אָן „שלעֶכטעֶר”, ווי עֶס וועֶרט געֶזאָגט אין דעֶר תּורה: די גרוּנד־נייגוּנג פוּנ׳ם מעֶנשעֶנס האַרץ איז שלעֶכט פוּן קינדווייס אָן”. דעֶרויף זאָגט ר׳ חייא דעֶר גרויסעֶר:
— אָך אוּן וועֶה איז דעֶם טיִיִג, וואָס דעֶר בּעֶקעֶר אַליין זאָגט אויף דעֶם עדות, אַז עֶס טויג נישט.
„אין דיר זאָל ניט זיין קיין פרעֶמדעֶר גאָט” — זאָגט דעֶר משורר אין תהלים. וועֶלכעֶר איז דעֶר פרעֶמדעֶר גאָט, וואָס געֶפוּנט זיך אינעֶרליך אינ׳ם מעֶנשעֶן? — ניט אַנדעֶרש ווי דעֶר יצר־הרע.
רבּא זאָגט: דעֶר יצר־הרע — אין אָנהויבּ איז עֶר ווי אַ פעֶרבּייגעֶהעֶר, דעֶרנאָך וועֶרט עֶר אַ גאַסט, צוּם סוף וועֶרט עֶר דעֶר בּעל־הבּית.
ר׳ אסי זאָגט: דעֶר יצר־הרע — אין אָנהויבּ איז עֶר דין ווי אַ פאָדעֶם פוּן שפּינוועֶבּס, צוּם סוף וועֶרט עֶר ווי אַ גראָבּעֶר שטריק.
אַזוי איז שוין דעֶם יצר־הרע׳ס שטייגעֶר: עֶר נאַרט זיך אַריין צוּבּיסלעֶך, היינט זאָגט עֶר: טוּ דאָס, מאָרגעֶן — טוּ יעֶנס, בּיז עֶר הייסט: געֶה דיען עבודה־זרה. געֶהט מעֶן אוּן מעֶ דינט.
דעֶר יצר־הרע הייבּט־אָן מיט זיס אוּן עֶנדיגט מיט בּיטעֶר.
רב זאָגט: ווי אַ גיפטיגעֶ פליג זיצט דעֶר יצר־הרע צווישעֶן בּיידעֶ קעֶמעֶרליך פוּנ׳ם האַרצעֶן אוּן פעֶרגיפטעֶט עֶס בּיסלעֶכווייס אינגאַנצעֶן, ווי עֶס זאָגט קהלת: „אַ גיפטיגעֶ פליג פעֶרשטינקט אוּן מאַכט אירעֶן דעֶם געֶווירצסטעֶן בּוימעֶל”.
ר׳ אמי זאָגט: דעֶר יצר־הרע געֶהט נישט בּיי די זייטעֶן, עֶר שפּאַצירט אַרוּם אינמיטעֶן דעֶר בּרייטעֶר גאַס, אוּן ווי עֶר דעֶרזעֶהט איינעֶם אַ פראַנט מיט געֶפּוּצטעֶ אייגעֶלעֶך אוּן פריזירטעֶ העֶרעֶלעֶך אוּן מיט אַ קאָקעֶטיש געֶנגעֶלעֶ, פּאַקט עֶר אים אוּן זאָגט: דעֶר איז מיינעֶר!
ר׳ אבין זאָגט: דעֶר וואָס קעֶכעֶלט דעֶם יצר־הרע אין דעֶר יוּגעֶנד, איבּעֶר אים וועֶט שוין דעֶר יצר־הרע בּלייבּעֶן אַ אויבּעֶרהאַר אויך אויף דעֶר עֶלטעֶר.
„איר זאָלט זיך ניט נאָכגעֶבּעֶן נאָכ׳ן האַרצעֶן אוּן נאָך די אויגעֶן” — זאָגט די תורה. דאָס אויג אוּן דאָס האַרץ זעֶנעֶן צוויי פעֶרמיטלעֶר פוּנ׳ם יצר־הרע, דאָס אויג זעֶהט אוּן דאָס האַרץ גלוּסט.
וואָס מעֶהר אַ זאַך איז פעֶרבּאָטעֶן, אַלץ מעֶהר ציהט צוּ דעֶם דעֶר יצר־הרע.
ר׳ שמעון בּן לקיש זאָגט: איינעֶר אוּן דעֶדזעֶלבּעֶר איז אי דעֶר שטן, אי דעֶר יצר־הרע, אי דעֶר מלאך־המות 1).
„די גרוּנד־נייגוּנג פוּן מעֶנשעֶנס האַרץ איז שלעֶכט פוּן דעֶר יוּגעֶנד” — מיינסטוּ אַז אַ מעֶנש קעֶן זיך פוּן אים ניט איינהיטעֶן: איז עֶס ניט אַזוי. פיל זאַכעֶן האָט גאָט בּעֶשאַפעֶן אויף דעֶר וועֶלט, שטאַרק בּיטעֶרעֶ פוּן דעֶר נאַטוּר, נאָך בּיטעֶרעֶר פוּנ׳ם יצר־הרע, ווי למשל, דעֶר תּורמוס 2), פוּן דעֶסטוועֶגעֶן לעֶגסטוּ אַוועֶק מיה אוּן קאָכסט אים זיבּעֶן מאָל אין וואַסעֶר בּיז עֶר וועֶרט זיס; קעֶנסטוּ ניט טוּן דאָסזעֶלבּעֶ מיט׳ן יצר־הרע, וואָס איז בּיי דיר אין דעֶר האַנד? וויל נוּר זיך אָנטוּן אַ בּיסעֶל כּח, וועֶסטוּ אים בּייקוּמעֶן.
מיט דרייצעֶהן יאָר איז עֶלטעֶר דעֶר יצר־הרע פוּנ׳ם יצר־טוב. פוּן דעֶר מוּטעֶר׳ס בּויך וואַקסט עֶר שוין מיט׳ן קינד — אוּן רעֶדט אים אָן צוּ אַלעֶס בּייז אוּן דאָס קינד ווייסט ניט צוּ אוּנטעֶרשיידעֶן פוּן גוּטס צוּ שלעֶכטס; נאָך דרייצעֶהן יאָר וואַקסט אויס אין אים דעֶר יצר־טוב, אוּן וויל עֶס טוּן עֶפּיס שלעֶכטס, זעֶהט עֶר אים דעֶרפוּן אָפּצוּהאַלטעֶן.
אַז אַ מעֶנש לאָזט זיך טוּן אַן עברה, לעֶבּעֶן־אויף בּיי אים אַלעֶ איברים; קלייבּט עֶר זיך אָבּעֶר טוּן אַ מצוה, פאַלט־אָן אויף אַלעֶ זיינעֶ איברים אַ פוילקייט; ווייל דעֶר יצר־הרע קעֶניגס איבּעֶר אַלעֶ איברים אוּן דעֶר יצר־טוב איז ניט מעֶהר ווי אַ פעֶרשפּאַרטעֶר אין תפיסה.
1) ד. ה. די זינד אַליין פיהרט צום טויט־שטראָף. 2) אַזאַ געוויקס.
אין קהלת שטעֶהט: „אויך דאָס האָבּ איך געֶזעֶהן — אַ קליינעֶ שטאָדט אוּן מעֶנשעֶן דאָרט וועֶניג, בּעֶפאַלט אויף איר אַ גרויסעֶר קעֶניג אוּן רינגעֶלט ↰ 57 זי אַרוּם אוּן בּויעֶט־אויס אַרוּם איר גרויסעֶ בּעֶלאַגעֶר־פעֶסטוּנגעֶן. געֶפוּנט זיך אין איר איינעֶר אַ אָרמעֶר קלוּגעֶר אוּן עֶר רעֶטעֶט די שטאָדט מיט זיין קלוּגשאַפט”. ר׳ אמי בּר אבּא טייטשט־אויס די פּסוּקים אַזוי:
— „אַ קליינעֶ שטאָדט” — דאָס איז דעֶם מעֶנשעֶנס גוּף, „אוּן מעֶנשעֶן דאָרט וועֶניג”, — דאָס איז די גלידעֶר, „בּעֶפאַלט אויף איר אַ גרויסעֶר קעֶניג אוּן רינגעֶלט זי אַרוּם” — דאָס איז דעֶר יצר־הרע, „אוּן בּויעֶט־אויס אַרוּם איר גרויסעֶ בּעֶלאַגעֶר־פעֶסטוּנגעֶן” — דאָס איז די תּאוות צוּ זינד, „געֶפוּנט זיך אין איר אַ אָרמעֶר קלוּגעֶר” — דאָס איז דעֶר יצר־טוב, „אוּן עֶר רעֶטעֶט די שטאָדט מיט זיין קלוּגשאַפט” — דאָס איז מיט תשובה אוּן גוּטעֶ מעשים.
ר׳ שמעון בּן לקיש זאָגט:
— שטעֶנדיג זאָל דעֶר מעֶנש אָנשרעֶקעֶן דעֶם יצר־הרע דוּרכ׳ן יצר־טוב, קוּמט עֶר אים בּיי — איז רעֶכט, אויבּ ניט — זאָל עֶר זיך נעֶמעֶן צוּם לעֶרנעֶן; קוּמט עֶר אים בּיי — איז רעֶכט, אויבּ ניט — זאָל עֶר לייעֶנעֶן קריאת־שמע 1); קוּמט עֶר אים בּיי — איז רעֶכט, אויבּ נישט — זאָל עֶר זיך דעֶרמאָהנעֶן אין טאָג פוּן טויט.
איינעֶר פוּן ר׳ ישמעאל׳ס שוּלעֶ פלעֶגט לעֶרנעֶן דעֶם עולם:
— זוּהן מיינעֶר, בּעֶגעֶגעֶנט דיך אָט דעֶר מנוול (יצר־הרע), שלעֶפּ אים אין בּית־המדרש אַריין: איז עֶר אַ שטיין — וועֶט עֶר צעֶמאָהלעֶן וועֶרעֶן, איז עֶר אייזעֶן — וועֶט עֶר פּלאַצעֶן.
1) ד. ה. זיך דערמאָנעֶן אין איינציגען גאָט.
„דוּ ווייסט דאָך אַז איך בּין ניט שוּלדיג אוּן פוּן דיין האַנד קעֶן קיינעֶר ניט רעֶטעֶן” — אַזוי האָט איוב געֶ׳טענה׳ט פאַר גאָט. — דעֶרויף האָט רבּא געֶזאָגט:
— איוב האָט געֶמיינט צוּבּעֶפרייעֶן די גאַנצעֶ וועֶלט פוּן שטראָף. „רבּונו־של־עולם — האָט עֶר געֶ׳טענה׳ט — דוּ האָסט בּעֶשאַפעֶן אַן אָקס מיט צוּשפּאָלטעֶנעֶ קלאָעֶן, אויך אַן עֶזעֶל מיט צענויפגעֶוואַקסעֶנעֶ; דוּ האָסט ↰ 58 בּעֶשאַפעֶן צדיקים, אויך רשעים. וועֶר דעֶרלאָזט דיר ניט טוּן וואָס דוּ ווילסט?” 1).
— וואָס־זשעֶ האָבּעֶן אים דעֶרויף געֶעֶנטפעֶרט די פריינד זיינעֶ? „דוּ פעֶרשטעֶרסט אויך גאָטספאָרכטיגקייט, ווייל דוּ לעֶרעֶנסט ניט געֶנוּג גאָטס תּורה” — אמת, דעֶם יצר־הרע האָט בּעֶשאַפעֶן גאָט, עֶר האָט אָבּעֶר געֶגעֶן אים אויך בּעֶשאַפעֶן אַ שאַרף מיטעֶל: די תּורה.
ר׳ שמעון בּן אלעזר זאָגט:
— דאָס שטאַרקסטעֶ אייזעֶן, צעֶגליה עֶס אין פייעֶר, לאָזט עֶס זיך בּויגעֶן אוּן דוּ קעֶנסט אויסשמידעֶן דעֶרפוּן וואָס דוּ ווילסט; דעֶר יצר־הרע, ווי שטאַרק עֶר איז, דוּרך די פייעֶרדיגעֶ וועֶרטעֶר פוּן דעֶר תּורה בּויגסטוּ אים אוּן מאַכסט פוּן אים וואָס דוּ ווילסט.
ר׳ שמעון בּן יוחאי פלעֶגט זאָגעֶן: יוּדעֶן וועֶלעֶן קיינמאָל ניט אָנקוּקעֶן דעֶם גיהנם, אוּן דעֶרקלעֶרט האָט עֶר עֶס דוּרך אַזאַ משל:
— אַ קעֶניג האָט געֶהאַט צווישעֶן זיינעֶ גיטעֶר איין פעֶלד זעֶהר ניט קיין געֶראָטעֶנס, וואָס האָט אים גאָרניט איינגעֶבּראַכט. האָבּעֶן זיך געֶפוּנעֶן אויף דעֶם בּעלנים אוּן מ׳האָט עֶס בּיי אים אָפּגעֶדוּנגעֶן פאַר צעֶהן קארעֶצעֶס ווייץ אַ יאָר. האָבּעֶן זיי אַרוּם פעֶלד געֶאַרבּייט: בּעֶמיסטיגט עֶס, צעֶגראָבּעֶן, בּעֶוועֶסעֶרט, אויסגעֶרייניגט פוּן ווילדעֶ גראָזעֶן אוּן צוּם סוף האָבּעֶן זיי אים איינגעֶבּראַכט נישט מעֶהר ווי איין קאָרעֶץ. פרעֶגט זיי דעֶר קעֶניג:
— וואָס הייסט עֶס?
עֶנטפעֶרעֶן זיי אים:
— האַר קעֶניג. דוּ ווייסט דאָך וואָס פאַר אַ פעֶלד דוּ האָסט אוּנז פעֶרדוּנגעֶן! פריהעֶר האָט עֶס דיר גאָרנישט איינגעֶבּראַכט, נוּר איצט, נאָך שוועֶרעֶר מיה אוּן אַרבּייט, אַז מיר האָבּעֶן עֶס בּעֶמיסטיגט, בּעֶוועֶסעֶרט אוּן געֶרייניגט פוּן גראָזעֶן, האָט עֶס איין קאָרעֶץ ווייץ דאָך איינגעֶבּראַכט.
1) ד. ה. די אויפפיהרונג פונ׳ם מענשען מוּז זיין לויט זיין ווילען, קומט אים דאך ניט קיין שטראָף.
דאָסזעֶלבּעֶ קעֶנעֶן יוּדעֶן טענה׳ן פאַר גאָט: דוּ ווייסט דאָך יאָ ווי פאַר אוּנז, מיט אוּנזעֶר שוואַכעֶן, עֶרדישעֶן גוּף, איז שוועֶר צוּ ראַנגלעֶן זיך מיט׳ן יצר־הרע אוּן אים בּייצוּקוּמעֶן.
וועֶר איז אַ אמת׳עֶר גבּור? דעֶר וואָס איז גובר דעֶם יצר־הרע זיינעֶם.
ר׳ צדוק איז געֶוועֶן זעֶהר אַ שעֶנעֶר מאַן האָט זיך אין אים אַ רוימישעֶ מאַטראנעֶ איינגעֶליבּט אוּן געֶוואָלט אים פעֶרפיהרעֶן. איינמאָל וועֶן זיי זעֶנעֶן געֶבּליבּעֶן איינעֶ אַליין צוּזאַמעֶן אוּן עֶר האָט שוין ניט געֶקאָנט פוּן איהר לויז וועֶרעֶן, רוּפט עֶר זיך אָן:
— מיר איז שוואַך דאָס האַרץ אוּן איך האָבּ קיין כוח ניט, איז פאַראַן בּאַ דיר עֶפּיס אויף איבּעֶרצוּחאַפּעֶן?
— פאַראַן — זאָגט זי — אָבּעֶר טריפ׳ס, וועֶסטוּ דעֶן עֶסעֶן?
— וואָס מאַכט עֶס אויס, — עֶנטפעֶרט עֶר — וועֶר עֶס טוּט יעֶנץ מעֶג שוין עֶסעֶן דאָס.
געֶהט די מאטראנעֶ אוּן הייצט־איין אַליין דעֶם אויבּעֶן, אוּן שטעֶלט־צוּ קאָכעֶן אַ געֶקעֶכץ. הויבּט זיך אויף ר׳ צדוק אוּן נעֶהמט קריכעֶן אין איינגעֶהייצטעֶן אויבּעֶן.
— וואָס טוּסטוּ? — רוּפט־אויס די מאטראנעֶ דעֶרשראָקעֶן.
— וועֶר עֶס טוּט יעֶנץ — זאָגט ר׳ צדוק — פאַלט־אַריין אין דעֶם (אין פייעֶר פוּן גיהנם).
— א! — האָט די פעֶרליבּטעֶ מאַטראנעֶ אויסגעֶרוּפעֶן מיט האַרץ — וואָלט איך געֶוויסט וויפיל ליידעֶן דאָס פעֶרשאַפט דיר, וואָלט איך דיר געֶלאָזט צוּרוּה.
וועֶן ר׳ עקיבא האָט צוּליבּ יוּדישעֶ כּלל־זאַכעֶן פעֶרבּראַכט אין רוים, האָט אים איינעֶר פוּן די גרויסעֶ שרים צוּגעֶשיקט אַ מתּנה צוויי שעֶנעֶ פרויעֶן. האָבּעֶן זיי זיך אַרוּמגעֶוואַשעֶן, אויסגעֶשמירט מיט די בּעֶסטעֶ ↰ 60 שמעֶקעֶנדיגעֶ בּוימלעֶן, זיך אויסגעֶפּוּצט ווי כּלות פאַר חתנים אוּן זעֶנעֶן צוּ אים צוּגעֶשטאַנעֶן אַ גאַנצעֶ נאַכט, אוּן יעֶדעֶ פוּן זיי האָט זיך בּעֶמיהט אים צוּ געֶפאַלעֶן אוּן צוּציהעֶן אים צוּ זיך, אוּן ר׳ עקיבא איז געֶזעֶסעֶן צווישעֶן זיי בּיידעֶ, געֶשפּיגעֶן אוּן אַפילוּ ניט געֶקוּקט אויף זיי.
אויף מאָרגעֶן גאַנץ פריה זעֶנעֶן די צוויי פרויעֶן צוּריקגעֶקוּמעֶן צוּם שר אוּן געֶקלאָגט זיך פאַר אים. „גלייכעֶר — האָבּעֶן זיי געֶזאָגט — אוּנז דעֶר טויט, איידעֶר דוּ זאָלסט אוּנז אָפּגעֶבּעֶן דעֶם מאַן”.
שיקט דעֶר שר רוּפעֶן ר׳ עקיבא׳ן אוּן פרעֶגט אים:
— פאַרוואָס האָסטוּ ניט פעֶרבּראַכט מיט די פרויעֶן ווי דעֶר שטייגעֶר איז פוּן דעֶר וועֶלט? זעֶנעֶן זיי ניט שעֶן? זעֶנעֶן זיי ניט אַזעֶלכעֶ מעֶנשעֶן ווי דוּ? האָט ניט איין גאָט בּעֶשאַפעֶן דיך אוּן זיי?
— דאָס אַלץ איז אמת — עֶנטפעֶרט ר׳ עקיבא — וואָס זאָל איך אָבּעֶר טוּן, אַז ס׳האָט זיך צוּ מיר געֶטראָגעֶן פוּן זיי אַ ריח פוּן נבלה־פלייש.
ר׳ מתּיא בּן חרש איז געֶוועֶן אַ רייכעֶר מאַן אוּן אַ גאָטספאָרכטיגעֶר; גאַנצעֶ טעֶג האָט עֶר פעֶרבּראַכט אין בּית־המדרש אוּן געֶלעֶרנט תּורה ווי זיין רבּי ר׳ מאיר. זיין געֶזיכט האָט געֶשיינט ווי די זוּן אוּן אויסגעֶזעֶהן האָט עֶר ווי אַ געֶטליכעֶר מלאך, אוּן מ׳האָט דעֶרצעֶהלט וועֶגעֶן אים, אַז עֶר האָט קיינמאָל אויף קיין פרוי ניט געֶקוּקט.
איינמאָל איז דאָס דעֶם שטן געֶוואָרעֶן פעֶרדריסיג. „וואָס הייסט עֶס? — האָט עֶר געֶטראַכט — שוין־זשעֶ וועֶט עֶר בלייבּעֶן זיין גאַנץ לעֶבּעֶן אַ צדיק, גאָר אָן אַ שוּם זינד?” הייבּט זיך דעֶר שטן אַרויף אויפ׳ן הימעֶל, שטעֶלט זיך אַוועֶק פאַר גאָט בּרוּך־הוּא אוּן זאָגט:
— רבּונו של עולם, ווי זעֶהט־אויס בּיי דיר אָט דעֶר מתּיא בּן חרש?
— עֶר איז אַן אמת׳עֶר צדיק — זאָגט גאָט.
— עֶרלויבּ מיר, איך זאָל אים אויספּרוּבּעֶן.
— וועֶסט מיט אים גאָר ניט מאַכעֶן.
— דאָך — עֶרלויבּט עֶר אים.
לאָזט זיך דעֶר שטן גלייך אַראָפּ אוּן טרעֶפט מתּיא בּן חרש זיצעֶן בּיים לעֶרנעֶן. נעֶמט עֶר אָן דאָס געֶשטאַלט פוּן אַ פרוי אַ שעֶנהייט, וואָס ↰ 61 איר גלייכעֶן איז ניט געֶוועֶן אויף דעֶר גאַנצעֶר וועֶלט זינט די בּעֶריהמטעֶ שעֶהנהייט נעמה, תובל־קין׳ס שוועֶסטעֶר, וואָס מלאכים האָבּעֶן זיך אין איר איינגעֶליבּט. אוּן אַזוי האָט עֶר זיך אַוועֶקגעֶשטעֶלט פאַר מתּיא׳ס אויגעֶן. פעֶרבּלעֶנדעֶט פוּן אַזאַ שעֶנהייט האָט מתּיא שנעֶל אויסגעֶדרעֶהט דעֶם פּנים אין דעֶר אַנדעֶרעֶר זייט. אין דעֶר מינוּט שטעֶהט שוין די רייצעֶנדעֶ שעֶנהייט פוּן יעֶנעֶר זייט, דרעֶהט עֶר דאָס געֶזיכט ווידעֶר אין אַ אַנדעֶר זייט, איז זי ווידעֶר פאַר די אויגעֶן. דעֶרזעֶהן אַז זי טרעֶט ניט אָפּ פוּן אים אוּן דרעֶהט זיך אויס מיט אים אין אַלעֶ זייטעֶן, האָט עֶר זיך דעֶרשראָקעֶן, עֶר זאָל זיך ניט אוּנטעֶרגעֶבּעֶן דעֶם יצר־הרע אוּן קוּמעֶן צוּ אַ זינד. רוּפט עֶר צוּ איינעֶם פוּן זיינעֶ שילעֶר, וואָס האָבּעֶן אים געֶדיענט, אוּן הייסט אים געֶשווינד בּריינגעֶן פייעֶר מיט נעֶגעֶל. ווי יעֶנעֶר האָט עֶס געֶבּראַכט, חאַפּט מתיא די נעֶגעֶל גליהט זיי אָן אין פייעֶר אוּן שטעֶכט זיך מיט זיי אויס בּיידעֶ אויגעֶן. דעֶרזעֶהן דאָס, איז דעֶר שטן פעֶרציטעֶרט געֶוואָרעֶן, אוּמגעֶפאַלעֶן פאַר שרעֶק אוּן גלייך אָפּגעֶטראָטעֶן.
איז געֶוואָרעֶן אין הימעֶל אַ רעש. רוּפט גאָט דעֶם מלאך רפאל אוּן זאָגט אים: לאָז זיך אַראָפּ גיך אוּן הייל־אויס מתיא בּן חרש׳ן די אויגעֶן. קוּמט דעֶר מלאך רפאל אוּן שטעֶלט זיך פאַר אים אַוועֶק.
— וועֶר בּיזטוּ? — פרעֶגט אים מתיא.
— איך בּין דעֶר מלאך רפאל — עֶנטפעֶרט עֶר — גאָט האָט מיך געֶשיקט דיר אויסהיילעֶן די אויגעֶן.
— לאָז שוין זיין; אָפּגעֶטוּן — פעֶרפאַלעֶן.
קעֶהרט זיך רפאל צוּריק צוּ גאָט אוּן זאָגט אים: פוּן היינט אָן זיי רוּהיג, איך בּין דיר אַן ערב, אַז דעֶר יצר־הרע וועֶט מעֶהר איבּעֶר דיר ניט האָבּעֶן קיין שליטה.
ס׳איז געֶוועֶן איינעֶר אַ רייכעֶר יוּנגעֶר מאַן, אַ שעֶנעֶר אוּן אַ געֶלעֶרטעֶר, וואָס איז שטאַרק געֶוואָרעֶנט געֶוועֶן אין דעֶר מצוה פוּן ציצית. טרעֶפט זיך איינמאָל מיט אים אַזאַ מעשה: עֶר האָט דעֶרהעֶרט, אַז עֶרגעֶץ אין ווייטעֶ מקומות געֶפוּנט זיך אַ יוּנגעֶ פרוי, וואָס זי הייסט בּאַצאָהלעֶן פאַר זיך אַ פּרייז פיר הוּנדעֶרט זוג 1). שיקט עֶר איר צוּ פיר הוּנדעֶרט גילדעֶן אוּן זי בּעֶשטעֶלט אים אַ צייט. צוּ דעֶר געֶשטימטעֶר צייט איז עֶר געֶקוּמעֶן אין הויז פוּן דעֶר פרוי אוּן זיך געֶמעֶלדעֶט. ↰ 62 גיט איר איבּעֶר דאָס דינסט־מיידעֶל, אַז יעֶנעֶר מאַן וואָס זי האָט אים אויף היינט בּעֶשטעֶלט איז געֶקוּמעֶן אוּן וואַרט בּיי דעֶר טהיר. הייסט די פרוי אים אַריינלאָזעֶן. קוּמט עֶר אַריין. פיהרט זי אים אַריין אין אַ צימעֶר, וואוּ ס׳איז געֶשטאַנעֶן פיין אויסגעֶפּוּצט אַ זיבּעֶנגאָרעֶנדיגעֶ בּעֶט, זעֶקס גאָרעֶן זילבּעֶרנעֶ אוּן דעֶר אויבּעֶרשטעֶר פוּן ריין גאָלד. פוּן איין גארעֶן צוּם אַנדעֶרעֶן פיהרעֶן טרעֶפּ: זעֶקס טרעֶפּלעֶך זילבּעֶרנעֶ אוּן דאָס אויבּעֶרשטעֶ אַ גאָלדעֶנס. איז זי אַרויף אוּן זיך אַוועֶקגעֶזעֶצט אויף דעֶר אויבּעֶרשטעֶר בּעֶט אינגאַנצעֶן אַ הוילעֶ. קריכט עֶר אויך אַהין אַרויף, זעֶצט זיך אַקעֶגעֶן איר אוּן נעֶהמט זיך אויסטוּן. בּשעת אַראָפּציהעֶן איבּעֶר׳ן קאָפּ דעֶם מאַנטעֶל, האָבּעֶן די פיר ווייסעֶ פרעֶנזעֶליך פוּן די ציצית אים אַ בּלאַנק געֶטוּן אין די אויגעֶן אוּן אַ שמיצעֶל געֶטוּן אין פּנים. דעֶר מאַן איז ווי פעֶרציטעֶרט געֶוואָרעֶן, אוּן ניט רעֶדעֶנדיג קיין וואָרט, גלייך געֶחאַפּט אוּן אַראָפּ פוּן די בּעֶטעֶן אוּן זיך אַוועֶקגעֶזעֶצט מיט אַן אַראָפּגעֶלאָזטעֶן קאָפּ אויף דעֶר עֶרד. האָט זיך די פרוי אויך אַראָפּגעֶלאָזט נאָך אים אוּן זיך נעֶבּעֶן אים אַוועֶקגעֶזעֶצט, אָנגעֶחאַפּט בּיי דעֶר האַנד אוּן ווי בּעֶליידיגט אויסגעֶרוּפעֶן:
1) אַ רוימישע מטבע.
— איך שוועֶר בּיי דעֶר קרוין פוּן רוים, אַז איך וועֶל דיך ניט אָפּלאָזעֶן בּיז דוּ וועֶסט מיר ניט זאָגעֶן אָפעֶן, וואָס פאַר אַ פעֶהלעֶר האָסטוּ אין מיר דעֶרזעֶהן?
— איך שוועֶר בּיי אַלעֶס הייליגעֶן — עֶנטפעֶרט עֶר איר — אַז איך האָבּ אין מיין לעֶבּעֶן אַזאַ שעֶנעֶ פרוי ווי דוּ ניט געֶזעֶהן. אוּנזעֶר גאָט אָבּעֶר האָט אוּנז, יוּדעֶן, געֶגעֶבּעֶן אַ געֶבּאָט, ציצית הייסט עֶס, וועֶלכעֶ דאַרף אוּנז תּמיד דעֶרמאָהנעֶן אין גאָט, וואָס געֶלויבּט אוּן בּעֶשטראָפט יעֶדעֶן מעֶנשעֶן לויט זיינעֶ מעשים, אוּן אָט די פיר ציצית האָבּעֶן זיך מיר איצט פאָרגעֶשטעֶלט פאַר מיינעֶ אויגעֶן ווי פיר לעֶבּעֶדיגעֶ עדות, וואָס האָבּעֶן מיך אָפּגעֶשטעֶלט אין דעֶר רעֶכטעֶר צייט.
עֶרשטוינט פוּן אַזאַ אוּנעֶרוואַרטעֶטעֶן עֶנטפעֶר, איז די פרוי אויף אַ וויילעֶ געֶזעֶסעֶן פעֶרטראַכט, דעֶרנאָך האָט זי אים ווידעֶר אָנגעֶחאַפּט בּיי דעֶר האַנד אוּן געֶזאָגט:
— איך בּעֶט דיך, געֶה ניט אַוועֶק בּיז דוּ וועֶסט מיר ניט זאָגעֶן, וועֶר אוּן פוּן וואַנעֶן דוּ בּיסט, וועֶר איז דיין לעֶהרעֶר אוּן אין וועֶלכעֶ שוּלעֶ לעֶרעֶנסטוּ.
פעֶרצייכעֶנט עֶר איר דאָס אַלעֶס אוּן גיט איר איבּעֶר אין דעֶר האַנד אוּן געֶזעֶגעֶנט זיך מיט איר.
בּאַלד נאָכדעֶם האָט די פרוי געֶנוּמעֶן אוּן צעֶטיילט אינגאַנצעֶן איר ↰ 63 פעֶרמעֶגעֶן: אַ דריטעֶל דעֶר קרוין, אַ דריטעֶל אָרימעֶ לייט אוּן אַ דריטעֶל איבּעֶרגעֶלאָזט פאַר זיך, אויסעֶר יעֶנעֶ בּעֶטעֶן, אוּן זיך אַוועֶקגעֶלאָזט, לויט דעֶם אויפשריפט פוּן יעֶנעֶם יוּנגעֶנמאַן, אין ר׳ חייא׳ס שוּלעֶ. געֶקוּמעֶן אַהין האָט זי זיך געֶוועֶנדעֶט גלייך צוּ ר׳ חייא׳ן:
— רבּי — זאָגט זי אים — בּעֶפויל מעֶ זאָל מיך מגייר זיין.
— טאָכטעֶר — זאָגט עֶר איר — אפשר האָסטוּ געֶוואָרפעֶן אַן אויג אויף איינעֶם פוּן מיינעֶ תּלמידים?
נעֶהמט זי אַרויס דעֶם כתב אוּן ווייזט אים, אוּן דעֶרצעֶהלט אים דעֶרבּיי די גאַנצעֶ מעשה.
— אויבּ אַזוי — זאָגט עֶר — האָסט דוּ כּשר פעֶרדינט דיין בּעֶשעֶרטעֶן — זאָל אייך גאָט בּיידעֶן געֶבּעֶן גליק — אוּן די זעֶלבּעֶ בּעֶטעֶן וואָס זי האָט אַמאָל אים צוּגעֶגרייט פעֶרבּאָטעֶנעֶרהייד, האָט זי אים איצט אויסגעֶפּוּצט אויף אַ כּשר׳ן אופן.
איינמאָל האָט מעֶן געֶבּראַכט קיין נהרדעא געֶפאַנגעֶנעֶ פרויעֶן האָט מעֶן זיי אַרויפגעֶפיהרט אין רב עמרם חסיד׳ס אויבּעֶרשטיבּעֶל, זיי דאָרטעֶן פאַרשפּאַרט אוּן צוּגעֶנוּמעֶן דעֶם לייטעֶר, כּדי זיי זאָלעֶן ניט קעֶנעֶן פוּן דאָרט אַנטלויפעֶן. ווי ר׳ עמרם זיצט בּיי זיך אין שטוּבּ הויבּט עֶר אויף די אויגעֶן צוּם בּאַלקעֶן, דעֶרזעֶהט עֶר דוּרכ׳ן אויבּעֶרשטעֶן פעֶנסטעֶרעֶל איינעֶ פוּן די געֶפאַנגעֶנעֶ, וואָס איז גראָד דעֶמאָלט פעֶרבּייגעֶגאַנגעֶן אויבּעֶן דוּרך דעֶם פעֶנסטעֶרעֶל, אוּן איר ליכטיגעֶ צורה האָט אים אַ שיין געֶטוּן אין די אויגעֶן. אין שטוּבּ איז עֶפּיס ווי מיט אַמאָל ליכטיג געֶוואָרעֶן אוּן עֶר איז ווי פעֶרבּלעֶנדט געֶוואָרעֶן. לויפט עֶר געֶשווינד אוּן גיט אַ חאַפּ דעֶם שוועֶרעֶן לייטעֶר, וואָס קוים צעֶהן האָבּעֶן אים געֶקעֶנט אויפהייבּעֶן, שטעֶלט אים צוּ צוּם אויבּעֶרשטוּבּעֶל אוּן הויבּט־אָן שנעֶל צוּקלעֶטעֶרעֶן. אינמיטעֶן לייטעֶר שטעֶלט עֶר זיך פּלוּצים אָפּ, גרייט צעֶשפּרייט די פיס, פעֶסט איינגעֶגראָבּעֶן אויפ׳ן אָרט אוּן הייבּט אָן שרייעֶן אויף קולות:
— עֶס בּרעֶנט! בּיי עמרם׳ן בּרעֶנט!
לויפעֶן זיך צוּנויף די תּלמידים. דעֶרזעֶהן דעֶם רבּי׳ן אין אַזאַ צוּשטאַנד, פעֶרשעֶמעֶן זיי זיך אוּן זאָגעֶן אים:
— רבּי, דוּ האָסט אוּנז אָנגעֶטוּן אַזאַ בּזיון!
— גלייכעֶר — זאָגט עֶר זיי — איר זאָלט האָבּעֶן בּזיונות פוּן עמרם׳ן דאָ אויף דעֶר וועֶלט, איידעֶר האָבּעֶן פוּן אים בּזיונות דאָרט אויף יעֶנעֶר וועֶלט.
בּעֶשוועֶרט ר׳ עמרם דעֶם יצר־הרע עֶר זאָל פוּן אים אָפּטרעֶטעֶן. איז עֶר פוּן אים אַרויס ווי אַ פייעֶרזאַל.
— זעֶה — זאָגט צוּ אים ר׳ עמרם דוּ בּיסט פייעֶר אוּן איך בּין ניט מעֶהר ווי פלייש, אוּן איך בּין שטאַרקעֶר פוּן דיר.
ר׳ חייא בּר אשי פלעֶגט אַלעֶ טאָג הייס גאָט בּעֶטעֶן:
— רבּונו־של־עולם, בּעֶשיץ מיך פוּנ׳ם יצר־הרע!
איינמאָל האָט עֶס דעֶרהעֶרט זיין פרוי, טראַכט זי זיך וואָס זאָל עֶס בּעֶדייטעֶן: שוין אַזוי פיל יאָר איז עֶר פוּן מיר אָפּגעֶשיידט אוּן נאָך שרעֶקט עֶר זיך פאַר׳ן יצר־הרע! איינמאָל איז עֶר געֶזעֶסעֶן בּיי זיך אין גאָרטעֶן אוּן געֶלעֶרנט, אוּן זיך דאָרט פעֶרזעֶסעֶן שפּעֶט אין דעֶר נאַכט. דעֶרהעֶרט עֶר פּלוּצים אַ לייכטעֶן געֶרויש צווישעֶן די בּוימעֶר, קוּקט עֶר זיך אים. דעֶרזעֶהט עֶר: פאַר אים שטעֶהט אַ שעֶהן־אויסגעֶפּוּצטעֶ פרוי.
— וועֶר בּיסטוּ? — פרעֶגט עֶר זי.
— איך בּין גראַציע 1) — עֶנטפעֶרט זי שטיל אוּן חנ׳יוודיג — איך בּין היינט געֶקוּמעֶן פוּן וועֶג.
דעֶרבּיי האָט זי זיך געֶזעֶצט נעֶבּעֶן אים אוּן אים געֶנוּמעֶן אויפרייצעֶן. ר׳ חייא איז געֶוואָרעֶן ווי פעֶר׳כּשופ׳ט אוּן איז צוּ איר צוּגעֶשטאַנעֶן.
— אַזוי, איך געֶפעֶל דיר — זאָגט זי מיט אַ געֶלעֶכטעֶרעֶל — לויף בּריינג מיר פריהעֶר אַ מילגרוים פוּנ׳ם שפּיץ בּוים.
טוּט עֶר אַ שפּרינג אַרויף אויפ׳ן בּוים אוּן געֶבּראַכט אַ מילגרוים...
1) אַ בעוואוּסטע אויסגעלאַסענע פרוי, אַ גרויסע שענהייט.
אין דעֶר פריה געֶהט עֶר אַריין אין שטוּבּ, טרעֶפט עֶר זיין פרוי שטעֶהט אוּן הייצט דעֶם אויבּעֶן. דרעֶהט עֶר זיך אַרוּם איבּעֶר׳ן שטוּבּ ↰ 65 שטאַרק צעֶרוּדעֶרט, פּלוּצים לויפט עֶר צוּ צוּם געֶהייצטעֶן אויבּעֶן אוּן נעֶהמט קריכעֶן אַהין אינוועֶניג.
— וואָס הייסט עֶס? — פרעֶגט זי אים.
דעֶרצעֶהלט עֶר איר מיט גרויס האַרצוועֶהטיג אינגאַנצעֶן די מעשה.
די פרוי צעֶלאַכט זיך אוּן זאָגט אים:
— האָבּ קיין יסוּרים ניט, דאָס איז ניט געֶוועֶן קיין פרעֶמדעֶ פרוי, נאָר איך טאַקי אַליין. דאָס האָבּ איך זיך פעֶרשטעֶלט אין דעֶר געֶשטאַלט פוּן אַ פרעֶמדעֶר, דיך אויסצוּפּרוּבּעֶן,
גלויבּט עֶר נישט. האָט זי דעֶרויף אַ סימן, זי דעֶרמאָהנט אים דעֶם מילגרוים.
— דאָך — זאָגט עֶר איר, אַלץ ניט בּעֶרוּהיגט — געֶמיינט האָבּ איך דאָך די פרעֶמדעֶ.
אוּן עֶר האָט זיך עֶס אַזוי געֶנוּמעֶן צוּם האַרצעֶן בּיז עֶר איז דעֶרפוּן פוּן דעֶר וועֶלט געֶגאַנגעֶן.
איינעֶר, זעֶהר אַ רייכעֶר מאַן, אַ גרויסעֶר בּעל־תּאוה, מיט׳ן נאָמעֶן נתן, חאָט זיך אַמאָל שטאַרק איינגעֶליבּט אין אַ פרעֶמדעֶר פרוי חנה, אַ בּעֶריהמטעֶ שעֶנהייט, אַזוי אַז עֶר איז דעֶרפוּן געֶפעֶהרליך קראַנק געֶוואָרעֶן. דאָס לעֶבּעֶן איז אים געֶוואָרעֶן נישט ניחא אוּן קיין זאַך איז אים ניט איינגעֶגאַנגעֶן. דאָקטוירים האָבּעֶן געֶזאָגט, אַז אויבּ עֶר וועֶט די פרוי ניט בּעֶקוּמעֶן וועֶט עֶר שטאַרבּעֶן.
מאַכט זיך אַז דעֶר מאַן פוּן דעֶר דאָזיגעֶר פרוי איז אַריינגעֶפאַלעֶן אין גרויסעֶ חובות אוּן מ׳האָט ניט געֶהאַט מיט וואָס אָפּצוּצאָהלעֶן, האָבּעֶן אים זיינעֶ בּעלי־חובות, פעֶרזעֶצט אין תּפיסה. פלעֶג דאָס ווייבּ שוועֶר אַרבּייטעֶן, שפּינעֶן טאָג אוּן נאַכט, אוּן פאַר איר פעֶרדינסט קויפעֶן עֶסעֶנוואַרג אוּן אַוועֶקטראָגעֶן דעֶם מאַן. אַזוי האָט געֶדויעֶרט אַ היבּשעֶ צייט, בּיז דעֶם געֶפאַנגעֶנעֶם איז מיאוּס געֶוואָרעֶן דאָס לעֶבּעֶן. איינמאָל וועֶן זי האָט אים געֶבּראַכט עֶסעֶן, רוּפט עֶר זיך צוּ איר אָן:
— אויבּ איך וועֶל פעֶרבּלייבּעֶן אין תּפיסה אויף ווייטעֶר, וועֶל איך עֶס ניט אויסהאַלטעֶן. דוּ מוּזט מיך רעֶטעֶן פוּנ׳ם טויט. בּעֶקוּם געֶלד אוּן לעֶז מיך פוּן דאַנעֶן אויס וואָס געֶשווינדעֶר.
וויינט די פרוי:
— וואוּ זאָל איך נעֶהמעֶן? די אַרבּייט קלעֶקט קוים אויף צוּ שפּייזעֶן דיך.
— געֶה — זאָגט עֶר — צוּם רייכעֶן נתן, בּעֶט אים, עֶר זאָל מיר לייעֶן געֶלד אוּן אויסלעֶזעֶן.
— וואָס רעֶדסטוּ? — שרייט זי אויס אוּן בּרעֶכט מיט די העֶנד — איך זאָל אַליין געֶהן צוּ נתנ׳ן! צי ווייסטוּ דעֶן ניט, אַז יעֶנעֶר איז קראַנק שטאַרבּט נאָך מיר, שיקט צוּ מיר טאָג־טעֶגליך אין שליחות זיינעֶ בּעֶדיענעֶר מיט פיל געֶלד, אוּן איך זאָג זיי אָפּ, טרייבּ זיי אַרויס — זאָל איך איצט אַליין געֶהן צוּ אים לייעֶן געֶלד? אַנדעֶרש ניט, דוּ בּיסט אַראָפּ פוּן זין.
אוּן שטאַרק אויפגעֶבּראַכט אויפ׳ן מאַן פאַר אַזאַ פאָרשלאַג, איז די פרוי אַוועֶק אַהיים אוּן פאַר גרויס האַרצווייטיג אוּן פעֶרדרוּס איז זי ניט געֶקוּמעֶן דעֶם מאַן בּעֶזוּכעֶן דריי טעֶג דוּרכאַנאַנד. אויפ׳ן פירטעֶן טאָג, אַז דעֶר פעֶרדרוס איז איהר אַבּיסעֶל איבּעֶרגעֶגאַנגעֶן, איז זי ווידעֶר געֶלאָפעֶן אין תּפיסה, בּעֶזוּכעֶן איר מאַן. געֶפוּנט זי אים זעֶהר קראַנק, בּיי די לעֶצטעֶ כּוחות, קוים וואָס די נשמה האַלט זיך אין אים.
— איין גאָט זאָל זיך פאַר מיר אָננעֶמעֶן — וועֶנדעֶט עֶר זיך צוּ איר מיט אַ גיפטיגעֶר שטימעֶ אוּן קוּקט אויף איר מיט שלעֶכטעֶ אוּן בּעֶזעֶ אויגעֶן — איך זעֶה אַרויס, אַז דוּ ווילסט איך זאָל דאָ אַוועֶקשטאַרבּעֶן, כּדי דוּ זאָלסט קעֶנעֶן חתוּנה האָבּעֶן פאַר דיין בּעֶגעֶהרטעֶן נתנ׳ן.
בּעֶט זי זיך בּיי אים:
— איך בּין גרייט צוּ טוּן דיין ווילעֶן, איך וועֶל געֶהן אַהין, גט מיך אָבּעֶר אָפּ פריהעֶר, כּדי איינצוּהיטעֶן עֶס זאָל ניט קוּמעֶן, חלילה, צוּ׳ן אַ גרויסעֶר עבירה.
— העֶרסטוּ — מאַכט עֶר — דאָס זאָג איך דאָך: דיך ציהט צוּ אים אוּן ווילסט אים האָבּעֶן פאַר אַ מאַן.
— וועֶה אוּן וואוּנד איז מיר! — שרייט אויס די פרוי אַ פעֶרצווייפעֶלטעֶ — צי איז אַזוינס געֶהעֶרט געֶוואָרעֶן, אַז אַ מאַן זאָל זאָגעֶן זיין אייגעֶנעֶר פרוי: געֶה צוּ אַ פרעֶמדעֶן, פעֶראוּמרייניג זיך, נאָר מיך זאָלסטוּ אויסלעֶזעֶן.
— געֶה, געֶה — שטויסט עֶר זי אָפּ פוּן זיך — אַוועֶק פוּן מיינעֶ אויגעֶן, זאָל זיין ווי גאָט וועֶט געֶבּעֶן!
געֶקוּמעֶן אינגאַנצעֶן אַ דעֶרשלאָגעֶנעֶ אוּן אַ פעֶרבּיטעֶרטעֶ אַהיים, איז די פרוי אַ לאַנגעֶ צייט געֶוועֶן פעֶרצווייפעֶלט אוּן ניט געֶוואוּסט וואָס טוּט מעֶן. צוּם סוף האָט גובר געֶוועֶן בּיי איר אין האַרצעֶן דאָס געֶפיהל פוּן ↰ 67 רחמנות צוּם אוּמגליקליכעֶן מאַן אוּן מיט אַ שוועֶר געֶמיטה האָט זי זיך בּעֶשלאָסעֶן אים צוּ פאָלגעֶן.
אַ צעֶבּראָכעֶנעֶ האָט זי זיך געֶלאָזט געֶהן צוּ נתנ׳ס הויז. דעֶם גאַנצעֶן וועֶג האָט זי שטיל פאַר זיך תפלה געֶטוּן צוּ גאָט:
— רבּונו של עולם, בּעֶהיט מיך אוּן בּעֶשיץ מיך! לאָז מיך קוּמעֶן צוּריק אַהיים אַזוי ריין אוּן כּשר ווי איך געֶה אַרויס!
אוּן אַזוי איז זי מיט אַ קלאַפּעֶנדיג האַרץ צוּגעֶקוּמעֶן בּיז די פיין־געֶשניצטעֶ טויעֶרעֶן פוּן נתנ׳ס פּרעֶכטיגעֶן פּאַלאַץ.
נתן איז דעֶמאָלט געֶלעֶגעֶן צוּ בּעֶט בּיי זיך אין צוּמעֶר, ווי זיין שטייגעֶר אין דעֶר לעֶצטעֶר צייט, אין שוועֶרעֶן טרויעֶר אוּן שטאַרק פעֶר־מרה־שחורה׳ט. חנה איז אים אַלץ ניט אַרויס פוּן זינעֶן. פּלוּצים לויפעֶן־אַריין זיינעֶ הויפּט־בּעֶדינעֶר אוּן שרייעֶן־אויס מיט אַ שמחה:
— חנה געֶהט! זי איז שוין בּיים טויעֶר.
נתן האָט פאַר גליק ניט געֶגלויבּט זיינעֶ אייגעֶנעֶ אויעֶרעֶן.
— וואָס, אַן אמת! — האָט עֶר אויסגעֶרוּפעֶן זעֶהר איבּעֶראַשט — אויבּ יאָ, שעֶנק איך אייך די פרייהייט.
אין דעֶם לויפט־אַריין זיין הויז־דינעֶרן אוּן זאָגט:
— חנה איז שוין אין הויף.
— דוּ בּיזט אויך פריי! — זאָגט עֶר איר — גיכעֶר לאָזט זי אַריין!
דעֶר קראַנקעֶר נתן איז מיט אַמאָל אויפגעֶלעֶבּט געֶוואָרעֶן אוּן אין זיינעֶ אויגעֶן האָט זיך געֶוויזעֶן אַ פוּנק פוּן האָפנוּנג אוּן גליק.
חנה איז אַריין אין צימעֶר אוּן געֶבּליבּעֶן שטעֶהן בּיי דעֶר טהיר מיט אַראָפּגעֶלאָזטעֶ אויגעֶן. נתן האָט זי אַ וויילעֶ אָנגעֶקוּקט מיט הייסעֶר ליבעֶ אוּן דעֶרנאָך זיך געֶוועֶנדעֶט צוּ איר:
— טייעֶרעֶ פרוי, וואָס האָט דיך אַהעֶר געֶבּראַכט? זאָג מיר דיין פעֶרלאַנג, איך וועֶל עֶס בּאַלד אויספילעֶן. צוּליבּ דיר וועֶט מיר קיין זאַך ניט זיין שוועֶר.
— איך בּין געֶקוּמעֶן — עֶנטפעֶרט זי — דיך בּעֶטעֶן זאָלסט אַנטלייעֶן מיין מאַן אַזאַ אוּן אַזאַ סוּמעֶ געֶלד, אים צוּ בּעֶפרייעֶן פוּן דעֶר תּפיסה, וואוּ עֶר זיצט פעֶרשפּאַרט אוּן קוּמט־אָפּ שוין אַ היבּשעֶ צייט. דוּ וועֶסט זיך דעֶרמיט פעֶרדינעֶן אַ גרויסעֶ מצוה בּיי גאָט.
נתן האָט אָפּגעֶגעֶבּעֶן אַ בּעֶפויל אוּן די קנעֶכט האָבּעֶן בּאַלד געֶבּראַכט אינגאַנצעֶן די סוּמעֶ געֶלד, וואָס די פרוי האָט געֶבּעֶטעֶן.
— זעֶהסטוּ — זאָגט נתן וועֶן זיי זעֶנעֶן ווידעֶר געֶבּליבּעֶן אַליין — דיין ווילעֶן האָבּ איך געֵטוּן; האָבּ־זשעֶ אויף מיר אויך מיטלייד. זעֶהסט ↰ 68 דאָך ווי איך בּין קראַנק פאַר ליבעֶ צוּ דיר, איך געֶה נאָך דיר אויס, נוּר דוּ אַליין קעֶנסט מיך צוּריק אויפלעֶבּעֶן.
— מיין האַר — האָט חנה געֶעֶנטפעֶרט — איך בּין בּיי דיר אין דעֶר האַנד, אוּנטעֶר דיין שוּץ, דוּ קעֶנסט מיט מיר טוּן וואָס דוּ ווילסט; ווייס אָבּעֶר, אַז איצט האָסטוּ אַ געֶלעֶגעֶנהייט זיך קויפעֶן דאָס אייבּיגעֶ גליק פאַר אַ קוּרצווייליגעֶן פעֶרגניגעֶן. איך בּעֶט דיך, בּעֶריהר מיך ניט אוּן צעֶשטעֶר ניט אינגאַנצעֶן מיין פאַמיליעֶן־לעֶבּעֶן. טוּ ניט אַזוינס וואָס דוּ אַליין וועֶסט אויף דעֶם נאָכדעֶם אייבּיג חרטה האָבּעֶן. וועֶן אָבּעֶר דוּ וועֶסט פאָלגעֶן דיין פעֶרשטאַנד אוּן אָפּטרייבּעֶן דעֶם נאַרישעֶן יצר־הרעֶ וועֶט זיין אַז וואויל אוּן גוּט דיר.
די וועֶרטעֶר פוּן דעֶר פרוי האָבּעֶן אויף אים אַזוי טיף געֶווירקט, אַז עֶר האָט זיך מיט אַמאָל אַ הויבּ געֶטהוּן אוּן אַראָפּ פוּן בּעֶט, צוּגעֶפאַלעֶן מיט׳ן פּנים צוּ דעֶר עֶרד אוּן זיך צעֶוויינט אויף אַ קול:
— גאָט! — האָט זיך אַרויסגעֶריסעֶן בּיי אים פוּן האַרצעֶן — גיבּ מיר כּח, שטאַרק מיך צוּ איינבּרעֶכעֶן דעֶם יצר־הרע! העֶלף מיר צוּ לעֶשעֶן דאָס העֶלישעֶ פייעֶר וואָס בּרעֶנט אין מיר!
אוּן געֶוועֶנדעֶט זיך דעֶרנאָך צוּ חנה׳ן, האָט עֶר איר געֶזאָגט מיט אַ ציטריגעֶר, שוואַכעֶר, נאָר רוּהיגעֶר שטימעֶ:
— טייעֶרעֶ, פרוּמעֶ חנה. געֶבּעֶנשט זאָלסטוּ זיין. דוּ האָסט מיך געֶרעֶטעֶט. דיינעֶ וועֶרטעֶר האָבּעֶן מיך אויסגעֶהיילט פוּן אַ שוועֶרעֶר געֶפעֶהרליכעֶר קרעֶנק. געֶה געֶזוּנטעֶרהייד אַהיים אוּן לעֶבּ זיך גליקליך.
חנה איז אַוועֶק אַ גליקליכעֶ אין תפיסה, אויסגעֶלעֶזט פוּן דאָרט דעֶם מאַן אוּן דעֶרבּיי דעֶרצעֶהלט אים אינגאַנצעֶן די מעשה מיט נתנ׳ן, ווי ס׳איז פאָרגעֶקוּמעֶן. דעֶר מאַן האָט עֶס שווייגעֶנדיג אויסגעֶהעֶרט אוּן אין האַרצעֶן איז אים פעֶרבּליבּעֶן אַ חשד, אַז ס׳איז ניט אינגאַנצעֶן געֶוועֶן ווי זי דעֶרצעֶהלט. צווישעֶן איר אוּן נתנ׳ן איז געֶוויס פאָרגעֶקוּמעֶן אַזוינס, וואָס זי פעֶרלייקעֶנט.
מאַכט זיך אין אַ צייט אַרוּם, אַז דעֶר בּעֶוואוּסטעֶר תּנא ר׳ עקיבא איז געֶשטאַנעֶן בּיי זיין פעֶנסטעֶר אוּן אַרויסגעֶקוּקט אין גאַס. זעֶהט עֶר ווי איינעֶר פאָהרט־דוּרך רייטעֶנדיג אויף אַ פעֶרד אוּן אַ גרויסעֶ שיין, ווי אַ ליכטיגעֶ, שטראַהלעֶנדעֶ זוּן, געֶקרוינט זיין קאָפּ. רוּפט עֶר צוּ איינעֶם פוּן זיינעֶ תּלמידים אוּן פרעֶגט אים:
— וועֶר איז יעֶנעֶר, וואָס פאָהרט דאָרט רייטעֶנדיג?
— אָט דעֶר? — עֶנטפעֶרט דעֶר תּלמיד — ס׳איז דאָך דעֶר געֶוויסעֶר הוּלטיי נתן.
— איר זעֶהט עֶפּיס אַרוּם זיין קאָפּ? — פרעֶגט ר׳ עקיבא ווידעֶר זיינעֶ תּלמידים.
— ניין — עֶנטפעֶרעֶן זיי.
— גיכעֶר רוּפט אים אַריין צוּ מיר — בּעֶפוילט דעֶר תּנא.
לויפט מעֶן אוּן מעֶ רוּפט אים אַריין.
— זוּהן מיינעֶר — וועֶנדעֶט זיך צוּ אים ר׳ עקיבא — איך האָבּ געֶזעֶהן, אַז אַרוּם דיין קאָפּ בּעֶגלייט דיך אַ גרויסעֶ שיין. אַ סימן אַז דוּ בּיזט אַ בּן עולם־הבּא, פעֶרדינט זיך דאָס אייבּיגעֶ לעֶבּעֶן. דעֶרצעֶהל מיר, וואָס פאַר אַ גרויסעֶ זאַך האָסטוּ געֶטוּן.
דעֶרצעֶהלט אים נתן די גאַנצעֶ מעשה מיט חנה׳ן.
ר׳ עקיבא האָט עֶס אויסגעֶהעֶרט פוּן אָנהייבּ בּיז׳ן סוף אוּן איז געֶבּליבּעֶן עֶרשטוינט פוּן דעֶם גרויסעֶן גייסטיגעֶן כּח, וואָס אַזוינעֶר האָט געֶוויזעֶן, צוּ בּרעֶכעֶן דעֶם שטאַרקעֶן יצר־הרע זיינעֶם אוּן אָפּהאַלטעֶן איבּעֶר אים אַזאַ גרויסעֶן נצחון.
— יאָ — זאָגט אים ר׳ עקיבא — דוּ האָסט ווירקליך אַ גרויסעֶ גבורה געֶוויזעֶן. ניט אוּמזיסט האָט גאָט געֶשטראַהלט דיין קאָפּ מיט אַזאַ שיין. היינט מאָהל זיך אויס, וואָס פאַר אַ גליק עֶרוואַרטעֶט דיר אויף יעֶנעֶר וועֶלט. זאָלסט מיך פאָלגעֶן, וואָלסטוּ איצט אַוועֶקגעֶלעֶגט אַלעֶ דיינעֶ געֶשעֶפטעֶן אוּן זיך געֶנוּמעֶן צוּם לעֶרנעֶן. מיין בּית־המדרש איז פאַר די אָפעֶן.
נתן האָט געֶפאָלגט ר׳ עקיבא׳ן, געֶוואָרעֶן זיין געֶליבּטעֶר תלמיד, אוּן ס׳האָט ניט געֶדויעֶרט קיין לאַנגעֶ צייט, האָט נתן דעֶרגרייכט אין לעֶרנעֶן זעֶהר אַ הויכעֶ מדרגה אוּן האָט פעֶרנוּמעֶן אין בּית־המדרש אַ פּלאַץ געֶגעֶן ר׳ עקיבא׳ן.
איינמאָל געֶהט־פעֶרבּיי ר׳ עקיבא׳ס בּית־המדרש חנה׳ס מאַן — אוּן וועֶרט עֶרשטוינט זעֶהעֶנדיג, וואָס פאַר אַ פּלאַץ נתן פעֶרנעֶהמט דאָרט. דעֶרפרעֶגט עֶר זיך בּיי איינעֶם פוּן די תּלמידים, ווי קוּמט דעֶר נתן צוּ אַזאַ הויכעֶ מדרגה. דעֶרצעֶהלט עֶר אים די גאַנצעֶ מעשה.
עֶרשט איצט האָט זיך דעֶר מאַן איבּעֶרצייגט, אַז זיין פרוי חנה האָט אים דעֶמאָלט דעֶרצעֶהלט דעֶם ריינעֶם אמת ווי ס׳איז געֶוועֶן, קיין זאַך ניט פעֶרלייקעֶנט — אוּן עֶר האָט זיך אינגאַנצעֶן בּעֶרוּהיגט אוּן יעֶדעֶר מינדסטעֶר חשד איז בּיי אים פוּן האַרצעֶן פעֶרשוואוּנדעֶן. לויפט עֶר אַן איבּעֶרגליקליכעֶר אַהיים צוּ דעֶר פרוי, פאַלט איר אויפ׳ן האַלז אוּן קוּשט אויס איר קאָפּ.
— זיי מיר מוחל — זאָגט עֶר איר — זיי מיר מוחל, וואָס איך האָבּ דיך די גאַנצעֶ צייט אוּמזיסט חושד געֶוועֶן. עֶרשט היינט, דעֶרזעֶהעֶנדיג נתנ׳ן בּיי ר׳ עקיבא׳ן אין בּית־המדרש, האָבּ איך זיך דעֶרוואוּסט דעֶם אמת. אַך, זאָלסט וויסעֶן ווי איך האָבּ אינעֶרליך געֶליטעֶן! אַ דאַנק זיין ליבּעֶן נאָמעֶן, וואָס האָט זיך איבּעֶר מיר דעֶרבּאַרעֶמט אוּן האָט מיר עֶרלויכטעֶן די אויגעֶן.
ר׳ חנינא בּר אבין זאָגט:
— דעֶר וואָס לאָזט זיך שטאַרק אַריין אין זנות, עֶנדיגט דעֶרמיט, אַז דאָס לייבּ זיינס וועֶרט אויפגעֶפרעֶסעֶן פוּן זיך אַליין.
זינדיגעֶ געֶדאַנקעֶן זעֶנעֶן שעֶדליכעֶר ווי די זינד אַליין; אַ סימן האָסטוּ: ריח פוּן פלייש פאַר אַ הוּנגעֶריגעֶן 1).
ר׳ שמעון בּן אלעזר זאָגט:
— דעֶם יצר־הרע דאַרף מעֶן מיט דעֶר לינקעֶר האַנד אָפּשטויסעֶן אוּן מיט דעֶר רעֶכטעֶר צוּציהעֶן 2).
„גאָט האָט געֶזעֶהן אַלעֶס וואָס עֶר האָט בּעֶשאַפעֶן — זאָגט די תּורה — אוּן ס׳איז זעֶהר גוּט” — אויף דעֶם זאָגט ר׳ שמוּאל בּר נחמן: „גוּט” איז דעֶר יצר־טוב; „זעֶהר גוּט” — דאָס איז דעֶר יצר־הרע.
— געֶשיקט זיך! דעֶר יצר־הרע איז זעֶהר גוּט!
— עֶר מיינט מיט דעֶם אַרויסצוּזאָגעֶן, אַז וועֶן ניט דעֶר יצר־הרע, וואָלט די וועֶלט קיין קיום ניט געֶהאַט: קיינעֶר וואָלט קיין הויז ניט געֶבּויט, אַ פרוי ניט געֶנוּמעֶן, קינדעֶר ניט געֶבּוירעֶן, געֶשעֶפטעֶן ניט געֶפיהרט.
1) רייצט נור אויף, ניט צו בעפרידיגען. 2) ניט צופיל לאָזען זיך פייניגען פון איינגעהאלטענקייט.
ר׳ יהודה פלעֶגט זאָגעֶן:
— אויף דריי זאַכעֶן שטעֶהט די וועֶלט: אויף קנאה, אויף לוּסט אוּן אויף מיטלייד.
ר׳ יהוּדה בּן אילעאי האָט געֶזאָגט אין זיינעֶר אַ דרשה:
— אין די שפּעֶטעֶרדיגעֶ צייטעֶן וועֶט גאָט בּריינגעֶן דעֶם יצר־הרע אוּן אים שחט׳עֶן פאַר צדיקים אוּן רשעים אין די אויגעֶן. בּיי די צדיקים זעֶהט עֶר אויס ווי אַ הויכעֶר בּאַרג, בּיי די רשעים — ווי אַ דינעֶ האָר. די וויינעֶן אוּן יעֶנעֶ וויינעֶן. די צדיקים וויינעֶן אוּן זאָגעֶן: אַך, ווי האָבּעֶן מיר געֶנוּמעֶן כּח בּיי־צוּקוּמעֶן אַזאַ הויכעֶן בּאַרג! די רשעים וויינעֶן אוּן זאָגעֶן: אַך, ווי האָבּעֶן מיר עֶס ניט געֶקעֶנט בּייקוּמעֶן אַזאַ דינעֶ האָר! אוּן גאָט וואוּנדעֶרט זיך צוּזאַמעֶן מיט זיי.
אין דעֶם וועֶג וואָס אַ מעֶנש בּעֶגעֶהרט צוּ געֶהן — פיהרט מעֶן אים. אַ מעֶנש אַז עֶר פעֶראוּמרייניגט זיך אַבּיסעֶל — פעֶראוּמרייניגט מעֶן אים פיל; פוּן אוּנטעֶן — פעֶראוּמרייניגט מעֶן אים פוּן אויבּעֶן; אויף דעֶר וועֶלט — פעֶראוּמרייניגט מעֶן אים אויף יעֶנעֶר וועֶלט.
פעֶרקעֶהרט אָבּעֶר, אַ מעֶנש אַז עֶר הייליגט זיך אַבּיסעֶל — הייליגט מעֶן אים פיל, פוּן אוּנטעֶן — הייליגט מעֶן אים פוּן אויבּעֶן. אויף דעֶר וועֶלט — הייליגט מעֶן אים אויף יעֶנעֶר וועֶלט.
די חכמים זאָגעֶן: אַ מעֶנש זאָל זיך שטעֶנדיג בּעֶטראַכטעֶן אַלס אַ האַלבּ געֶרעֶכטעֶר אוּן האַלבּ שוּלדיגעֶר; האָט עֶר געֶטוּן איין גוּטעֶ זאַך — ↰ 72 אַז וואויל איז אים: עֶר האָט איבּעֶרגעֶוואויגעֶן זיך אַליין אין דעֶר גוּטעֶר זייט; האָט עֶר געֶטוּן אָבּעֶר איין שלעֶכטעֶ זאַך — אַז וועֶה איז אים: עֶר האָט איבּעֶרגעֶוואויגעֶן זיך אַליין אין דעֶר שלעֶכטעֶר זייט. צוּליבּ איין פעֶרבּרעֶכעֶן, וואָס דעֶר איז בּעֶגאַנגעֶן, איז פוּן אים פעֶרלוירעֶן געֶגאַנגעֶן אַזוי פיל גוּטס.
ר׳ אלעזר בּר שמעון זאָגט: אַ מעֶנש זאָל בּעֶטראַכטעֶן זיך אוּן די גאַנצעֶ וועֶלט ווי האַלבּ געֶרעֶכט אוּן האַלבּ שוּלדיג. ווייל סיי דעֶר איינצעֶלנעֶר מעֶנש סיי די גאַנצעֶ וועֶלט וועֶרעֶן געֶריכטעֶט לויט דעֶם רוב מעשים. האָט עֶר געֶטוּן אַ גוּטעֶ זאַך — אַז וואויל איז אים: עֶר האָט איבּעֶרגעֶוואויגעֶן זיך אוּן די גאַנצעֶ וועֶלט מיט זיך אין דעֶר גוּטעֶר זייט, האָט עֶר געֶטוּן אַ שלעֶכטעֶ זאַך — אַז וועֶה איז אים: עֶר האָט איבּעֶרגעֶוואויגעֶן זיך אוּן די גאַנצעֶ וועֶלט מיט זיך אין דעֶר שלעֶכטעֶר זייט. צוּליבּ איִיִן פעֶרבּרעֶכעֶן וואָס דעֶר איז בּעֶגאַנגעֶן איז פעֶרלוירעֶן געֶגאַנגעֶן אַזוי פיל גוּטס פוּן אים אוּן פוּן דעֶר גאַנצעֶר וועֶלט.
אַ מצוה האָט, אַלס לוין, קרן אויף דעֶר וועֶלט אוּן פרוּכט דעֶרצוּ אויף יעֶנעֶר וועֶלט; אַן עבירה האָט בּלויז קרן אוּן קיין פרוּכט ניט. אַזאַ עבירה אָבּעֶר וואָס בּריינגט מיט זיך שלעֶכטעֶ פרוּכט, האָט אויך פרוּכט אַלס שטראָף אויף יעֶנעֶר וועֶלט.
אַ גוּטעֶר מיִיִן וועֶרט פעֶררעֶכעֶנט בּיי גאָט ווי אַ גוּטעֶר טהאַט; אַ שלעֶכטעֶר מיִיִן אָבּעֶר וואָס בּריינגט מיט זיך שלעֶכטעֶ פרוּכט, וועֶרט אויך פעֶררעֶכעֶנט ווי אַ שלעֶכטעֶר טהאַט.
גוּטס איז פרוּכטבּאַר, שלעֶכטס איז אוּנפרוּכטבּאַר.
ר׳ אליעזר בּן יעקב זאָגט:
— אַז אַ מעֶנש טוּט אַ גוּטעֶ זאַך, קויפט עֶר זיך דעֶרמיט אַ פעֶרטיידיגעֶר, אַ שלעֶכטעֶ זאַך — קויפט עֶר זיך אַ בּעשולדיגעֶר.
חנינא בּן דוסא זאָגט:
— בּיי וועֶמעֶן זינדספאָרכטיגקייט איז פאַר דעֶר חכמה 1), בּיי דעֵם האָט דעֶר חכמה אַ האַפט; בּיי וועֶמעֶן די חכמה איז פאַר דעֶר זינדספאָרכטיגקייט, בּיי דעֶם האָט די חכמה קיין האַפט.
מ׳האָט געֶפרעֶגט ר׳ יוחנן בּן זכּאי: אַ געֶלעֶהרטעֶר אוּן אַ זינדספאָרכטיגעֶר צוּ וואָס איז עֶר גלייך?
— צוּ אַ מייסטעֶר מיט׳ן געֶצייג אין דעֶר האַנד — האָט עֶר געֶעֶנטפעֶרט.
— אַ געֶלעֶהרטעֶר אוּן ניט קיין זינדספאָרכטיגעֶר?
— אַ מייסטעֶר אָן דעֶם געֶצייג.
— אַ זינדספאָרכטיגעֶר ניט קיין געֶלעֶהרטעֶר?
— קיין מייסטעֶר איז עֶר ניט, אָבּעֶר מיט געֶצייג אין דעֶר האַנד.
ר׳ סימון אוּן ר׳ אלעזר זעֶנעֶן געֶזעֶסעֶן צוּזאַמעֶן. איז געֶגאַנגעֶן פעֶרבּיי זיי ר׳ יעקב בּר אחא. רוּפט זיך אָן איינעֶר צוּם אַנדעֶרעֶן: לאָמיר פאַר אים אויפשטעֶהן, עֶר איז אַ זינדספאָרכטיגעֶר. זאָגט דעֶר אַנדעֶרעֶר: לאָמיר פאַר אים אויפשטעֶהן, עֶר איז אַ געֶלעֶהרטעֶר.
רוּפט זיך אָן ווידעֶר דעֶר עֶרשטעֶר: איך זאָג דיר אַ זינדספאָרכטיגעֶר, וואָס איז פיל וויכטיגעֶר, זאָגסטוּ מיר אַ געֶלעֶהרטעֶר!
אַ מעֶנש מעֶג זיין אָנגעֶלעֶרעֶנט, פוּל אַלעֶ ווינקעֶלאַך פוּן דעֶר תּורה, פעֶרמאָגט עֶר נישט דעֶרצוּ קיין זינדספאָרכטיגקייט — פעֶרמאָגט עֶר גאָרנישט. עֶס קוּמט אויס ווי איינעֶר בּעֶריהמט זיך פאַר דעֶם אַנדעֶרעֶן: איך האָבּ טויזעֶנד מאָס תּבואה, טויזעֶנד מאָס אייל, טויזעֶנד מאָס וויין. זאָגט אים יעֶנעֶר: האָסטוּ אויך מאַגאַזינעֶן, וואוּהין דאָס אַלעֶס צוּ בּעֶהאַלטעֶן? האָסטוּ עֶס — איז אַלעֶס דיינס, אויבּ נישט — פעֶרמאָגסטוּ גאָר נישט.
1) געלעהרזאַמקייט, וויסען.
„יראת ה׳”, — גאָטספאָרכטיגקייט איז דעֶר אוצר, דעֶר מאַגאַזין פאַר קלוּגשאַפט אוּן וויסעֶנשאַפט,
ר׳ אבהו זאָגט:
— וועֶר עֶס בּריינגט יעֶנעֶם צוּ טוּן אַ מצוה, וועֶרט עֶס אים פעֶררעֶכעֶנט גלייך ווי עֶר וואָלט זי אַליין געֶטוּן.
אין נאָמעֶן פוּן ר׳ יונתן וועֶרט געֶזאָגט:
— וועֶר עֶס טוּט איין גוּטעֶ זאַך אויף דעֶר וועֶלט לויפט זי אים פאָראויס אויף יעֶנעֶר וועֶלט, אוּן וועֶר עֶס טוּט אַ שלעֶכטעֶ זאַך אויף דעֶר וועֶלט, וויקעֶלט זי זיך איין אַרוּם אים אוּן ציהט זיך אים פאָראויס ווי אַ שלאַנג אין טאָג פוּן געֶריכט. ר׳ אלעזר זאָגט: זי בּינדט זיך צוּ אים צוּ ווי אַ הוּנט
ר׳ יוסי בּר׳ יהוּדה זאָגט: פאַר אַ פעֶרבּרעֶכעֶן קעֶן געֶשעֶנקט וועֶרעֶן איינמאָל, דאָס צווייטעֶ מאָל אוּן דאָס דריטעֶ מאָל; דאָס פירטעֶ מאָל אָבּעֶר — ניט.
ר׳ יהוּדה בּר נחמני דעֶר מתורגמן 1) פוּן ריש לקיש האָט געֶזאָגט אין אַ דרשה:
— „גלויבּט נישט אין אַ חבר — זאָגט דעֶר נביא מיכה — אוּן פעֶרטרויט נישט קיין גוּטעֶן פריינד” — אויבּ דעֶר יצר־הרע לאָזט זיך צוּ דיר צוּ אוּן רעֶדט דיר איין: עֶס מאַכט ניט אויס, זינדיג, גאָט וועֶט עֶס דיר שעֶנקעֶן — זאָלסטוּ אים ניט גלויבּעֶן. קעֶנסטוּ זיך טראַכטעֶן: וועֶר קעֶן מיך אויסגעֶבּעֶן? זאָלסטוּ וויסעֶן אַז די שטיינעֶר אוּן די בּאַלקעֶנס פוּן מעֶנשעֶנס הויז געֶבּעֶן אים אויס, ווי דעֶר נביא זאָגט: „דעֶר שטיין פוּן וואַנט שרייט־אויס, דעֶר שייט האָלץ גיט־אויס”.
1) איבערזעצער, ערקלערער. דאָס רוב גרויסע תנאים אוּן אמוראים האָבען געהאַט יעדער נעבען זיך ביי דער דרשה איינעם אַ מתורגמן, וואָס פלעגט זי פאַר׳ן עולם איבערזעצען און ערקלערען אויף דער פאלקס־שפּראַך.
די חכמים זאָגעֶן: דעֶם מעֶנשעֶנס אייגעֶנעֶ נשמה זאָגט קעֶגעֶן אים עדות.
ר׳ זריקא זאָגט: די צוויי מלאָכים, וואָס בּעֶגלייטעֶן יעֶדעֶן מעֶנשעֶן, זאָגעֶן עדות.
אַנדעֶרעֶ זאָגעֶן: אַלעֶ איברים פוּנ׳ם מעֶנשעֶן זאָגעֶן עדות.
ר׳ יצחק בּן פרנך זאָגט: דעֶם מעֶנשעֶנס זינד קריצעֶן זיך אים אויס אין די בּיינעֶר.
אין נאָמעֶן פוּן ר׳ יוחנן וועֶרט געֶזאָגט:
— וועֶן אַ מעֶנש האָט זיך אויסגעֶלעֶבּט דאָס רוב יאָרעֶן אָן זינד וועֶט עֶר שוין ווייטעֶר ניט זינדיגעֶן: גאָט וועֶט אים שוין אויסהיטעֶן.
אַנדעֶרעֶ זאָגעֶן: וועֶן עֶמיצעֶן איז געֶקוּמעֶן צוּ דעֶר האַנד עֶפּיס אַן עבירה איינמאָל אוּן צוויי מאָל, אוּן עֶר האָט ניט געֶזינדיגט, וועֶט עֶר שוין מעֶהר ניט זינדיגעֶן: גאָט וועֶט אים אויסהיטעֶן.
רב הונא זאָגט: האָט אַ מעֶנש געֶטוּן די זעֶלבּעֶ עבירה איינמאָל אוּן צוויי מאָל, וועֶרט עֶס שוין בּיי אים אַ מעֶג־זאך.
רב עולא האָט געֶזאָגט אין אַ דרשה:
— „זינדיג ניט פיל” — האָט געֶזאָגט קהלת. קוּמט־אויס, אַז אַבּיסעֶל מעֶג מעֶן יאָ? נאָר דעֶר מיין עֶס, אַז אַפילוּ אַ מעֶנש וואָס האָט שוין געֶזוּנדיגט, זאָל עֶר זיך ניט אָפּלאָזעֶן אינגאַנצעֶן, מיינעֶן, אַז ס׳איז שוין אַלץ איינס: פיל צי אַ בּיסעֶל. ניין. האָט עֶמיצעֶר געֶגעֶסעֶן קנאָבּעֶל אוּן ס׳איז בּיי אים אַ ריח פוּן מויל, זאָל עֶר עֶסעֶן נאָכאַמאָל קנאָבּעֶל, דעֶר ריח זאָל וועֶרעֶן נאָך שטאַרקעֶר?
בּן־עזאי זאָגט:
— לויף טוּן אַ קליינעֶ מצוה ווי אַ גרויסעֶ אוּן אַנטלויף פוּן יעֶדעֶר עבירה, ווייל אַ מצוה שלעֶפּט־נאָך אַ מצוה, אוּן אַן עבירה — אַן עבירה.
„אַז איינעֶר וועֶט פיינט האָבּעֶן דעֶם צווייטעֶן אוּן עֶר וועֶט נאָכלאָקעֶרעֶן אים אוּן וועֶט אים, בּעֶפאַלעֶן אוּן טויטשלאָגעֶן” — עֶס הויבּט זיך ↰ 76 אָן מיט אַ לייכטעֶר עבירה, עֶר האָט ניט מעֶהר ווי איבּעֶרגעֶטראָטעֶן דאָס געֶבּאָט: „האָבּ ליבּ דעֶם צווייטעֶן ווי זיך אַליין”, ממילא טרעֶט עֶר דעֶרנאָך איבּעֶר דאָס געֶבּאָט: „האָבּ ניט פיינט דיין בּרוּדעֶר”, דעֶרנאָך דאָס געֶבּאָט: „זיי זיך נישט נוקם אוּן טראָג ניט קיין האַס”, דעֶרנאָך דאָס געֶבּאָט: „לאָז לעֶבּעֶן דיין בּרוּדעֶר נעֶבּעֶן דיר”, בּיז עֶר דעֶרגעֶהט צוּ בּלוּט פעֶרגיסעֶן.
ריש לקיש זאָגט:
— אַ מעֶנש בּעֶגעֶהט אַ פעֶרבּרעֶך ניט אַנדעֶרש נאָר וועֶן עֶס חאַפּט זיך אין אים אַריין עֶפּיס אַ משוּגעת.
איינעֶר פוּן ר׳ ישמעאל׳ס שילעֶר פלעֶג זאָגעֶן:
— דאָס פעֶרבּרעֶכעֶן מאַכט טעֶמפּ דעֶם מעֶנשעֶנס האַרץ.
ר׳ מאיר פלעֶגט זאָגעֶן:
— טוּט איינעֶר אַן עבירה בּעֶהאַלטעֶן, קלינגט עֶס אויס גאָט אָפעֶן פאַר יעֶדעֶן.
רב כהנא זאָגט:
— אַ חצוף איז בּיי מיר דעֶר וואָס רעֶדט עֶפעֶנטליך פוּן זיינעֶ אַ זינד.
רב נחמן בּר יצחק זאָגט:
— אַ פעֶרבּרעֶכעֶן בּעֶגאַנגעֶן צוּליבּ גוּטעֶ צוועֶקעֶן בּעֶשטעֶהט אַמאָל פאַר אַ מצוה געֶטוּן ניט צוּליבּ גוּטעֶ צוועֶקעֶן.
אַ מעֶנש געֶוועֶהנליך בּעֶגעֶהט נישט קיין זינד ניט צוּליבּ זיך.
אויף אַן עבירה איז מעֶן קיין שליח נישט.
אויף זיך זעֶהט מעֶן קיין שוּלד נישט.
די זינד איז צוּם אָנהויבּ זיס, צוּם סוף בּיטעֶר.
„עֶס וועֶלעֶן אָנקוּמעֶן יאָרעֶן וואָס דוּ וועֶסט זאָגעֶן, איך האָבּ ניט צוּ זיי קיין לוּסט” — זאָגט קהלת. דאָס קעֶן מעֶן זאָגעֶן אויף משיח׳ס צייטעֶן, וועֶן דעֶר מעֶנש וועֶט נישט האָבּעֶן ניט קיין שוּלד, ניט קיין פעֶרדינסט.
„לויבּט דעֶם צדיק וועֶלכעֶר איז גוּט, דעֶן די פרוּכט פוּן זייעֶרעֶ וועֶרק וועֶלעֶן זיי געֶניסעֶן” — זאָגט דעֶר נביא ישעיה. איז דעֶן פאַראַן אַ צדיק אַ גוּטעֶר אוּן ניט קיין גוּטעֶר?
— יאָ. גוּט צוּ גאָט אוּן צוּ לייט, הייסט אַ גוּטעֶר צדיק; גוּט צוּ גאָט אוּן שלעֶכט צוּ לייט, הייסט אַ צדיק ניט קיין גוּטעֶר.
דאָסזעֶלבּעֶ איז אויך דאָרטעֶן ווייטעֶר: „וועֶה דעֶם רשע דעֶם שלעֶכטעֶן, דעֶן לויט דאָס פעֶרדינסט פוּן זיינעֶ העֶנד וועֶרט אים אָפּגעֶטוּן” — איז דעֶן פאַראַן אַ רשע אַ שלעֶכטעֶר אוּן ניט קיין שלעֶכטעֶר? נאָר אויך דאָסזעֶלבּעֶ: אַ שלעֶכטעֶר צוּ גאָט אוּן צוּ לייט — איז אַ שלעֶכטעֶר רשעֶ; אַ שלעֶכטעֶר צוּ גאָט אוּן ניט שלעֶכט צוּ לייט — איז אַ רשע ניט קיין שלעֶכטעֶר.
אַ צדיק אַ גוּטעֶר איז גוּט פאַר זיך אוּן גוּט פאַר יעֶנעֶם: אַ גאָלדעֶן גלעֶקעֶל מיט אַ בּריליאַנטעֶן צינגעֶל.
צדיקים זאָגעֶן־צוּ וועֶניג אוּן טוּעֶן פיל, רשעים, פעֶרקעֶהרט, זאָגעֶן־צוּ פיל אוּן טוּעֶן גאָרנישט.
רבּא זאָגט:
— די וועֶלט איז בּעֶשאַפעֶן געֶוואָרעֶן אָדעֶר פאַר עֶכטעֶ צדיקים ↰ 78 אָדעֶר פאַר עֶכטעֶ רשעים; אָדעֶר פאַר אחאב בּן עמרי 1), אָדעֶר פאַר אַ חנינא בּן דוסא 2). פאַר דעֶם — די וועֶלט, פאַר יעֶנעֶם — יעֶנעֶ וועֶלט.
די רשעים — געֶוועֶלטיגט דאָס האַרץ אויף זיי; צדיקים אָבּעֶר — זיי געֶוועֶלטיגעֶן איבּעֶר זייעֶר האַרץ.
ר׳ חנינא בּר פּפּא האָט געֶזאָגט אין זיין דרשה:
— דעֶר מלאך וואָס האָט צוּ שאַפעֶן אויף שוואַננעֶרשאַפט, איז זיין נאָמעֶן „לילה” (נאַכט), נעֶהמט עֶר דעֶם טראָפּעֶן אוּן בּריינגט אים פאַר גאָט אוּן פרעֶגט אים:
— העֶר פוּן דעֶר וועֶלט! אָט דעֶר טראָפּעֶן, וואָס זאָל פוּן אים וועֶרעֶן אַ שטאַרקעֶר צי אַ שוואַכעֶר, אַ קלוּגעֶר צי אַ נאַר, אַ רייכעֶר צי אַ אָרימעֶר? אויף רשע אוּן צדיק אָבּעֶר פרעֶגט עֶר נישט, ווייל דאָס היינגט־אָפּ ניט פוּן גאָט, נאָר פוּן מעֶנשעֶנס אייגעֶנעֶם פרייעֶן ווילעֶן אַליין.
דעֶר טויט פוּן רשעים איז וואויל פאַר זיי אוּן וואויל פאַר דעֶר וועֶלט; פוּן צדיקים אָבּעֶר, איז שלעֶכט פאַר זיי אוּן שלעֶכט פאַר דעֶר וועֶלט.
וויין אוּן שלאָף פאַר די רשעים — איז וואויל פאַר זיי אוּן וואויל פאַר דעֶר וועֶלט; פאַר די צדיקים אָבּעֶר, איז שלעֶכט פאַר זיי אוּן שלעֶכט פאַר דעֶר וועֶלט.
1) איינער פון די מעהר־זינדיגע צווישען די מלכי ישראל. 2) איינער פון די פרומסטע און אָרמסטע תנאים.
צעֶשטרייאוּנג פוּן רשעים — איז וואויל פאַר זיי אוּן וואויל פאַר דעֶר וועֶלט; פוּן צדיקים — אָבּעֶר איז וואויל פאַר זיי אוּן וואויל פאַר דעֶר וועֶלט.
פעֶרזאַמלוּנג פוּן רשעים, איז שלעֶכט פאַר זיי אוּן שלעֶכט פאַר דעֶר וועֶלט; פוּן צדיקים אבּעֶר — איז וואויל פאַר זיי אוּן וואויל פאַר דעֶר וועֶלט.
פעֶרטרוי זיך ניט בּיז דעֶם טאָג פוּנ׳ם טויט. יוחנן איז בּיז אַכציג יאָר אַ כהן גדול געֶוועֶן אוּן צוּם סוף איז עֶר געֶוואָרעֶן אַ צדוקי 1).
ר׳ שמעון בּן יוחאי זאָגט:
— מעֶג אַ מעֶנש זיך אויסלעֶבּעֶן די גאַנצעֶ יאָרעֶן, זיין אַ עֶכטעֶר צדיק, אויבּ צוּם לעֶצט איז עֶר אַראָפּ פוּנ׳ם וועֶג, האָט עֶר פעֶרשפּילט אינגאַנצעֶן דאָס פריהעֶרדיגעֶ; ווידעֶר פעֶרקעֶהרט, מעֶג אַ מעֶנש זיך אויסלעֶבּעֶן די גאַנצעֶ יאָרעֶן זיינעֶ אַ עֶכטעֶר רשע, אויבּ צוּם לעֶצטעֶן האָט עֶר זיך געֶשטעֶלט אויפ׳ן גלייכעֶן וועֶג — וועֶרט ווי אָפּגעֶווישט זיין גאַנץ פריהעֶרדיג שלעֶכטס.
1) סאַדוקייער, אַ געוויסע סעקטע ביי יודען אין יענער צייט.
ר׳ אליעזר, דעֶר זוּהן פוּן ר׳ יוסי הגלילי, זאָגט:
— זעֶהסטוּ אַ צדיק לאָזט זיך געֶהן אין וועֶג אוּן דוּ דאַרפסט אויך געֶהן אין דעֶם זעֶלבּעֶן וועֶג, אייל זיך צוּ אָדעֶר לעֶג־אָפּ דיין נסיעה צוּליבּ אים אויף עֶטליכעֶ טעֶג, כּדי דוּ זאָלסט קעֶנעֶן געֶהן מיט אים צוּזאַמעֶן; ווייל אים בּעֶגלייטעֶן אין וועֶג גוּטעֶ מלאכים. וועֶן דוּ זעֶהסט אָבּעֶר אַ רשע לאָזט זיך געֶהן אין דעֶם זעֶלבּעֶן וועֶג וואוּהין דוּ דאַרפסט אויך — אייל זיך צוּ אָדעֶר לעֶג־אָפּ צוּליבּ אים דיין נסיעה אויף עֶטליכעֶ טעֶג, כדי ↰ 80 עֶס זאָל דיר ניט אויסקוּמעֶן געֶהן מיט אים צוּזאַמעֶן, ווייל אים בּעֶגלייטעֶן אין וועֶג שלעֶכטעֶ מלאכים.
אבּיי זאָגט:
— וועֶה דעֶם רשע, וועֶר. זיין שכן, וואויל דעֶם צדיק, וואויל זיין שכן.
גוּטס וועֶרט אויסגעֶפיהרט דוּרך אַ גוּטעֶן, שלעֶכטס — דוּרך אַ שלעֶכטעֶן.
וועֶר עֶס בּריינגט אַ רבּים צוּ גוּטעֶן, קוּמט דוּרך אים קיין זינד נישט, אוּן וועֶר עֶס בּריינגט אַ רבּים צוּ זינד, דעֶרלאָזט מעֶן אים ניט תּשוּבה טוּן.
וועֶר עֶס בּריינגט אַ רבּים צוּ גוּטעֶן, וועֶרט פאַררעֶכעֶנט אויף אים גוּטס פוּנ׳ם רבּים; וועֶר עֶס בּריינגט אַ רבּים צוּ זינד, וועֶרט פעֶררעֶכעֶנט אויף אים די זינד פוּנ׳ם רבּים.
ר׳ יוחנן זאָגט:
צדיקים שטעֶהעֶן העֶכעֶר פוּן מלאכים.
רבּה בּר חנה זאָגט:
די נשמה פוּן איין צדיק וועֶגט וויפיל אַ גאַנצעֶ וועֶלט.
אינ׳ם נאָמעֶן פוּן ר׳ יוחנן וועֶרט געֶזאָגט:
— גאָט בּרוּך־הוּא האָט געֶזעֶהן אַז צדיקים זעֶנעֶן וועֶניג, האָט עֶר ↰ 81 געֶנוּמעֶן אוּן זיי איינגעֶפלאַנצט בּיסלעֶכווייז אין יעֶדעֶר דור, כּדי די וועֶלט זאָל זיך שטעֶנדיג האַלטעֶן אויף זייעֶר זכות.
די וועֶלט, זאָגעֶן איינעֶ, שטעֶהט אויף צוועֶלף זיילעֶן; אַנדעֶרעֶ זאָגעֶן: אויף זיבּעֶן. ר׳ אליעזר בּן שמוע זאָגט: אויף איין זייל, אויפ׳ן צדיק; ווי עֶס וועֶרט געֶזאָגט אין שלמה׳ס שפּריכוועֶרטעֶר: „דעֶר צדיק איז דעֶר פוּנדאַמעֶנט פוּן דעֶר וועֶלט”.
ר׳ אליעזר זאָגט: צוּליבּ איין צדיק אַפילוּ איז די וועֶלט בּעֶשאַפעֶן געֶוואָרעֶן. אין ר׳ יוחנן׳ס נאָמעֶן וועֶרט געֶזאָגט: צוּליבּ איין צדיק אַפילוּ האַלט זיך די וועֶלט. רבּא זאָגט: וועֶן די צדיקים ווילעֶן — בּעֶשאַפעֶן זיי אַליין אַ וועֶלט.
ר׳ אבהוּ זאָגט: גאָט געֶוועֶלטיגט איבּעֶר׳ן מעֶנשעֶן; דעֶר צדיק געֶוועֶלטיגט, כּביכול, איבּעֶר גאָט. עֶס טרעֶפט אַז גאָט איז גוזר אַ גזירה אוּן דעֶר צדיק מיט זיין תּפלה שטעֶלט זי אָפּ.
„דיין געֶרעֶכטיגקייט — וועֶנדעֶט זיך דעֶר משורר אין תּהלים צוּ גאָט — איז ווי די העֶכסטעֶ בּעֶרג, אוּן דיינעֶ שטראָף ווי דעֶר גרויסעֶר אָפּגרוּנד” — דעֶרויף זאָגט דעֶר גרויסעֶר יאשיה:
— ווי די הויכעֶ פעֶלזעֶן אויפ׳ן בּרעֶג פוּנ׳ם ים צוימעֶן־איין דעֶם אָפּגרוּנד, עֶר זאָל זיך נישט אויפהויבּעֶן אוּן פעֶרפלייצעֶן די וועֶלט, אַזוי אויך די גרויסעֶ צדיקים, מעֶנשעֶן פוּן געֶרעֶכטיגקייט, צוימעֶן־איין גאָטס שטראָף, זי זאָל ניט אויסבּרעֶכעֶן אוּן אוּמבּריינגעֶן די וועֶלט.
ר׳ שמוּאל בּר נחמני זאָגט:
— וועֶה איז די רשעים, וואָס פעֶרקעֶהרעֶן די מדת־הרחמים (גאָט׳ס דעֶרבּאַרימקייט) אויף מדת־הדין (שטרעֶנגעֶ געֶריכט); אַז וואויל איז די צדיקים, וואָס פעֶרקעֶהרעֶן דעֶם מדת־הדין אויף מדת הרחמים..
אין יעֶדעֶר דור געֶפוּנעֶן זיך אויף דעֶר וועֶלט ניט וועֶניגעֶר ווי זעֶקס אוּן דרייסיג צדיקים, וואָס זעֶנעֶן מקבּל־פּנים די שכינה.
ווי ליכטליך אָנגעֶצינדעֶנעֶ פוּן אַ פלאַמעֶנדיגעֶן פאַקעֶל, אַזוי לייכטעֶן די צדיקים אויף דעֶר וועֶלט, אָנגעֶצינדעֶנעֶ פוּן דעֶר שיין פוּן דעֶר שכינה.
„דעֶר צדיק בּליהט ווי אַ פּאַלמעֶ, וואַקסט הויך ווי אַ צעֶדעֶרבּוים אין לבנון” — זאָגט דעֶר משורר אין תּהלים. ווי די צוויי בּוימעֶר, די פּאַלמעֶ אוּן דעֶר צעֶדעֶרבּוים, שטייגעֶן־איבּעֶר מיט זייעֶר הויכעֶן וואוּקס אַלעֶ איבּעֶריגעֶ בּוימעֶר אוּן לאָזעֶן זיך מעֶרקעֶן אויף ווייטעֶ שטרעֶקעֶן, אַזוי אויך די גרויסעֶ צדיקים וואַקסעֶן הויך, איבּעֶר זייעֶרעֶ דורות, אוּן לאָזעֶן זיך מעֶרקעֶן פוּן דעֶר ווייטעֶנס אויף לאַנגעֶ לאַנגעֶ יאָרעֶן.
די גאַנצעֶ וועֶלט וועֶרט געֶשפּייזט פוּן גאָט ווי איינעֶר פוּן צדקה; זיי אָבּעֶר, די צדיקים, ווי איינעֶר וואָס עֶס קוּמט אים. אַנדעֶרעֶ זאָגעֶן: די גאַנצעֶ וועֶלט וועֶרט געֶשפּייזט אינ׳ם זכות פוּן זיי, פוּן די צדיקים, אוּן ↰ 83 די צדיקים אַליין געֶקוּמעֶן גאָרנישט פוּן זייעֶר אייגעֶנעֶם זכוּת. ווי מעֶ זאָגט אין נאָמעֶן פוּן רבּ: טאָג־טעֶגליך געֶהט־אַרויס אַ בּת־קול פוּנ׳ם בּאַרג חורב אוּן רוּפט־אויס: די גאַנצעֶ וועֶלט וועֶרט געֶשפּייזט צוּליבּ חנינא 1) מיין זוּהן, אוּן חנינא מיין זוּהן איז געֶנוּג פאַר אים אַ טאָפּ האַרטעֶ בּאָקסעֶרעֶן פוּן ערב־שבּת צוּ ערב־שבּת.
„גאָט ליבּט די צדיקים” — זאָגט דעֶר משורר אין תּהלים. פאַר וואָס עֶפּיס בּעֶזוּנדעֶרס צדיקים? ווייל דאָס איז ניט קיין ירושה־זאַך, ניט קיין יחוס. אַ כּהן, אַ לוי וועֶנדעֶט זיך אין שטאַם. דאָס איז אַ יחוּס־זאַך. ניט וועֶר עֶס וויל קעֶן דאָס וועֶרעֶן. אַ צדיק אָבּעֶר, אפילוּ אַ גוי, וויבּאַלד עֶר וויל, קעֶן עֶר עֶס וועֶרעֶן.
„גאָט איז גוּט פאַר אַלעֶ” — וועֶרט געֶזאָגט אין איין פּסוּק אין תּהלים, אוּן אין אַ אַנדעֶר אָרט שטעֶהט: „גאָט איז גוּט פאַר די וואָס שטרעֶבּעֶן צוּ אים”. דאָס הייסט: גאָט׳ס גוּטסקייט פעֶרשפּרייט זיך אוּמעֶטוּם, פאַר יעֶדעֶן בּעֶזוּנדעֶר, נאָר בּעֶזאָנדעֶרס לייגט עֶר אַכט אויף די, וואָס זייעֶרעֶ אויגעֶן זעֶנעֶן געֶוועֶנדעֶט צוּ אים תּמיד. אַזוי אַ מעֶנש וואָס פעֶרמאָגט אַ וויינגאָרטעֶן, וועֶן עֶר בּעֶוועֶסעֶרט דעֶם גאָרטעֶן — בּעֶוועֶסעֶרט עֶר אַלעֶ בּוימעֶר גלייך אָן אוּנטעֶרשיד; אַרוּמגראָבּעֶן אָבּעֶר, גראָבּט עֶר אַרוּם מיט אַ בּעֶזוּנדעֶר השגחה נאָר די בּעֶסעֶרעֶ פוּן די בּוימעֶר.
אין נאָמעֶן פוּן ר׳ שמעון בּן יוחאי וועֶרט געֶזאָגט:
1) חנינא בן דוסא, זעה דעם צווייטען באַנד.
— שעֶנהייט, קראַפט, רייכטוּם, עֶהרעֶ, קלוּגהייט, עֶלטעֶר, גדייזהייט אוּן קינדעֶר בּיי צדיקים — איז שעֵן פאַר זיי אוּן עֶעֶן פאַר דעֶר וועֶלט.
צוויי עֶסעֶן פוּן איין שיסעֶל — דעֶר פיהלט אַ טעם לויט זיינעֶ מעשים אוּן דעֶר לויט זיינעֶ. צוויי פאַרבּעֶן קליידעֶר־שטאָף אין איין קעֶסעֶל, בּיי דעֶם קוּמט־אַרויס שעֵן אוּן בּיי דעֶם מיאוס.
פוּן ר׳ יוחנן׳ס נאָמעֶן וועֶרט געֶזאָגט:
— „עֶם שיינט־אויף די זוּן אוּן עֶס פעֶרגעֶהט די זוּן” — אַזוי זאָגט קהלת. איידעֶר עֶס וועֶרט אויסגעֶלאָשעֶן די זוּן פוּן איין צדיק, שיינט־אויף די זוּן פוּן אַ צווייטעֶן. קיין צדיק געֶהט־נישט פוּן דעֶר וועֶלט בּיז עֶס וועֶרט ניט בּעֶשאַפעֶן אַזאַ צדיק ווי עֶר.
ר׳ חמא בּר חנינא זאָגט:
— צדיקים נאָכ׳ן טויט זעֶנעֶן גרעֶסעֶר ווי בּיים לעֶבּעֶן.
צדיקים נאָכ׳ן טויט הייסעֶן לעֶבּעֶדיגעֶ. רשעים בּיים לעֶבּעֶן הייסעֶן טויטעֶ.
אין נאָמעֶן פוּן ר׳ חנינא׳ן וועֶרט געֶזאָגט:
— קוּמט־אוּם דעֶר צדיק, איז עֶס אַ שאָדעֶן נוּר פאַר׳ן דור. אַ פעֶרלוירעֶנעֶר פּעֶרל, וואוּ עֶר זאָל ניט זיין, בּלייבּט עֶר אַ פּעֶרל. פעֶרלאָרעֶן איז עֶר געֶגאַנגעֶן נוּר פאַר זיין אייגעֶנטימעֶר.
„דעֶר צדיק בּליהט ווי אַ פּאַלמעֶ, וואַקסט הויך ווי אַ צעֶדעֶרבּוים אין לבנון” — וואָס עֶפּיס גלייכט דעֶר משורר אין תּהלים די צדיקים צוּ אַ פּאַלמעֶ אוּן אַ צעֶדעֶרבּוים? דעֶרפאַר ווייל מעֶהרסטעֶנטייל בּוימעֶר מעֶגן זיי אויסגעֶהאַקט וועֶרעֶן, נעֶהמט מעֶן פוּן זיי אַ צווייגעֶלעֶ אוּן מעֶ פלאַנצט עֶס איבּעֶר אויף אַ אַנדעֶר פּלאַץ — וואַקסט עֶס בּאַלד אויף. אַ פּאַלמעֶ מיט אַ צעֶדעֶרבּוים אָבּעֶר, וויבּאַלד זיי וועֶרעֶן אויסגעֶהאַקט, קעֶן מעֶן ניט צוּשטעֶלעֶן בּאַלד אַנדעֶרעֶ אויף זייעֶר אָרט, סיידעֶן אין אַ לאַנגעֶר צייט אַרוּם אוּן מיט גרויס מיה. דאָסזעֶלבּעֶ איז אויך מיט אַ צדיק: געֶהט עֶר פוּן דעֶר וועֶלט, געֶדויעֶרט לאַנג בּיז עֶס וואַקסט־אויס אַ אַנדעֶרעֶר אויף זיין אָרט.
— דעֶר גייסט (די נשמה פוּנ׳ם מעֶנשעֶן) קעֶהרט זיך צוּריק צוּ גאָט, וועֶלכעֶר האָט אים געֶגעֶבּעֶן” — זאָגט קהלת; גיבּ אים די נשמה צוּריק אַזוי ריין ווי עֶר האָט זי דיר געֶגעֶבּעֶן אַ ריינעֶ.
אַ קעֶניג האָט אַמאָל געֶטיילט זיינעֶ קנעֶכט קעֶניגליכעֶ קליידעֶר. די מעֶהר קלוּגעֶרעֶ פוּן זיי האָבּעֶן די קליידעֶר שעֶן צוּנויפגעֶלעֶגט אוּן בּעֶהאַלטעֶן בּיי זיך אין קיפעֶרט; די נאַרישעֶ אָבּעֶר האָבּעֶן בּאַלד זיי אָנגעֶטוּן אוּן געֶנוּמעֶן זיך צוּ דעֶר וואַכעֶדיגעֶר אַרבּייט. אין אַ צייט אַרוּם האָט דעֶר קעֶניג געֶפאָדעֶרט בּיי זיי צוּריק די קליידעֶר. די מעֶהר קלוּגעֶרעֶ האָבּעֶן זיי בּאַלד צוּריק אוּמגעֶקעֶהרט ריינעֶ אוּן אויסגעֶפּוּצטעֶ, ווי זיי האָבּעֶן געֶקוּמעֶן; די נאַרישעֶ אָבּעֶר האָבּעֶן זיי אים אוּמגעֶקעֶהרט צוּריק פעֶרשמירטעֶ אוּן איינגעֶריכטעֶ. איז דעֶר קעֶניג העֶכסט צוּפרידעֶן געֶבּליבּעֶן מיט די קלוּגעֶרעֶ אוּן שטאַרק אויפגעֶבּראַכט געֶוואָרעֶן אויף די נאַרישעֶ. וועֶגעֶן די קלוּגעֶרעֶ האָט עֶר געֶהייסעֶן: זאָל מעֶן ווידעֶר בּעֶהאַלטעֶן די קליידעֶר אין די קעֶניגליכעֶ שאַצקאַמעֶרעֶן אוּן זיי זאָל מעֶן לאָזעֶן געֶהן אַהיים בּשלום; וועֶגעֶן די נאַרישעֶ האָט עֶר אָפּגעֶגעֶבּעֶן אַ בּעֶפויל: מעֶ זאָל איבּעֶרגעֶבּעֶן די אויסגעֶשמירטעֶ קליידעֶר אין געֶוועֶש, אוּן זיי — זאָל מעֶן פאַרשפּאַרעֶן אין תּפיסה.
דאָסזעֶלבּעֶ איז אויך, אַז עֶס קוּמט אַ צדיק אויף יעֶנעֶר וועֶלט, געֶהט זיין נשמה אין „צרור החיים”, אין אוצר פוּן אייבּיגעֶן לעֶבּעֶן, אוּן דעֶר גוּף זיינעֶר בּלייבּט רוּהיג אויף זיין געֶלעֶגעֶר. אַ רשע אָבּעֶר אַז עֶר קוּמט אַהין, וועֶרט די נשמה זיינעֶ איבּעֶרגעֶגעֶבּעֶן אין „כּף הקלע”, מעֶ זאָל מיט איר שליידעֶרעֶן אוּן זי זאָל זיך רייניגעֶן, אוּן דעֶר גוּף זיינעֶר האָט אויך קיין רוּה נישט.
ר׳ אלעזר זאָגט:
— וועֶן אַ צדיק פעֶהלט זיך פוּן דעֶר וועֶלט, געֶהעֶן געֶגעֶן אים אַרויס דריי כּתּות גוּטעֶ מלאכים. איין כתּה בּעֶגריסט אים:
- „זאָל עֶר קוּמעֶן מיט פרידעֶן”;
חאַפּט אוּנטעֶר די צווייטעֶ:
- „רוּהיג ליגעֶן אויף דעֶם געֶלעֶגעֶר”;
פעֶרעֶנדיגט די דריטעֶ:
- „דעֶר וואָס איז מיט׳ן גלייכעֶן וועֶג געֶגאַנגעֶן”.
וועֶן אָבּעֶר דעֶר רשע וועֶרט פעֶרלוירעֶן פוּן דעֶר וועֶלט, געֶהעֶן געֶגעֶן אים אַרויס דריי כתּות שלעֶכטעֶ מלאכים. איין כּתּה בּעֶגעֶגעֶנט אים מיט די וועֶרטעֶר:
- „קיין פריד, זאָגט גאָט, פאַר רשעים”,
חאַפּט די צווייטעֶ אוּנטעֶר:
- „אין וועֶהטיגעֶן וועֶט איר ליגעֶן”;
פעֶרעֶנדיגט די דריטעֶ:
- „נידעֶר אוּן ליג בּעֶגראָבּעֶן מיט אַלעֶ ערלים”.
אַ צדיק אַז עֶר שטאַרבּט איז גלייך ווי אַ בּית־המקדש וואָלט אָפּגעֶבּרעֶנט געֶוואָרעֶן.
אין בּר קפּרא׳ס נאָמעֶן וועֶרט געֶזאָגט:
— וועֶר עֶס לאָזט טרעֶהרעֶן אויפ׳ן טויט פוּן אַ עֶהרליכעֶן מאַן, צעֶהלט זיי גאָט איבּעֶר אוּן בּעֶהאַלט זיי בּיי זיך אין שאַצקאַמעֶר.
אַז ר׳ חיא בּר אבּא, בּר־קפּרא׳ס שוועֶסטעֶר׳ס זוּהן, איז געֶשטאָרבּעֶן, האָט ריש לקיש, זיין רבּי, אים שטאַרק בּעֶוויינט ווי אַן אייגעֶנעֶם זוּהן. אין דעֶם הספּד זיינעֶם האָט עֶר אַזוי אויסגעֶטייטשט די וועֶרטעֶר פוּן שיר השירים:
- „מיין פריינד איז אַראָפּ אין גאָרטעֶן,
- אין בּייט פוּן בּשמים,
- אַרוּמשפּאַצירעֶן אין געֶרטנעֶר
- אוּן אויפקלייבּעֶן רויזעֶן”
— „מיין פריינד”, — גאָט בּרוּך־הוא, „איז אַראָפּ אין גאָרטעֶן”, — אין דעֶר וועֶלט זיינעֶר, „אין בּייט פוּן בּשמים”, — צוּ זיינעֶ יוּדעֶן, „אַרוּמשפּאַצירעֶן אין געֶרטנעֶר„ — צווישעֶן אַלעֶ איבּעֶריגעֶ פעֶלקעֶר, „אוּן אויפקלייבּעֶן רויזעֶן”, — די בּעֶסטעֶ אוּן די פרוּמסטעֶ.
אַזוי אַ קעֶניג, וואָס פלאַנצט פאַר זיין געֶליבּסטעֶן זוּהן אַ גאָרטעֶן, שיקט עֶר אַרוּם אויסקוּקעֶן וואוּ נוּר עֶס געֶפוּנט זיך אַ שעֶנעֶ פלאַנצוּנג, טראָגט עֶר זי איבּעֶר אוּן פעֶרפלאַנצט זיי אין זוּהנ׳ס גאָרטעֶן. וועֶן דעֶר זוּהן אָבּעֶר דעֶרצעֶהרעֶנט שטאַרק זיין פאָטעֶר דעֶם קעֶניג מיט זיינעֶ שלעֶכטעֶ געֶנג, הייסט דעֶר קעֶניג אויסהאַקעֶן פוּנ׳ם זוּהנ׳ס גאָרטעֶן דאָס שעֶנסטעֶ אוּן דאָס בּעֶסטעֶ. דאָסזעֶלבּעֶ, וועֶן יוּדעֶן פאָלגעֶן זייעֶר פאָטעֶר אין הימעֶל, זוּכט עֶר אויף אין דעֶר גאַנצעֶר וועֶלט צווישעֶן אַלעֶ פעֶלקעֶר וואוּ אַ צדיק, נעֶהמט אים פוּן דאָרט אַרויס אוּן בּעֶהעֶפט אים מיט יוּדעֶן, ווי אַ שטייגעֶר יתרו אין זיין צייט; וועֶן אָבּעֶר זיי דעֶרצעֶרנעֶן אים, רייסט עֶר אויס אוּן נעֶהמט־צוּ פוּן זיי די שעֶנסטעֶ אוּן די בּעֶסטעֶ לייט, די גרעֶסטעֶ צדיקים.
אין ר׳ אלעזר׳ס נאָמעֶן וועֶרט געֶזאָגט:
— יעֶדעֶר צדיק וואָס קוּמט־אוּם דוּרך גוי׳אישעֶ העֶנד וועֶרט פעֶרצייכעֶנט בּיי גאָט אין בּוּך. אוּן אַז עֶס קוּמט דעֶר יום־הדין אוּן גאָט פרעֶגט בּיי די מעֶרדעֶר: פאַרוואָס האָט איר אוּמגעֶבּראַכט מיינעֶ צדיקים? לייקעֶנעֶן זיי עֶס אָפּ אוּן זאָגעֶן: ניט מיר. נעֶהמט גאָט אַרויס דעֶם בּוּך אוּן דעֶרווייזט זיי אוּן טראָגט זיי אַרויס דעֶם פּסק.
מעֶ שטעֶלט ניט קיין דעֶנקמאָל די צדיקים; זייעֶרעֶ וועֶרטעֶר זעֶנעֶן פאַר זיי אַ דעֶנקמאָל.
גלייכעֶר מעֶ זאָל מיך רוּפעֶן שוטה אַ גאַנץ לעֶבּעֶן איידעֶר איין וויילעֶ זיין אַ רשע פאַר גאָט.
פיר וועֶרעֶן אָנגעֶרוּפעֶן רשעים: וועֶר עֶס שטרעֶקט־אויס די האַנד עֶמיצעֶן שלאָגעֶן, אַפילוּ וועֶן עֶר שלאָגט ניט; וועֶר עֶס לייהט אוּן בּעֶצאָהלט נישט; וועֶר ס׳האָט עזות, שעֶמט זיך נישט פאַר אַ גרעֶסעֶרעֶן אוּן וועֶר עֶס זוּכט זיך צוּ קריגעֶן.
„אוּן די רשעים זעֶנעֶן ווי אַ בּרויזעֶנדעֶר ים” — זאָגט דעֶר נביא ישעיה. ווי די וועֶלעֶן פוּנ׳ם ים בּלאָזעֶן זיך אָן אוּן הויבּעֶן זיך אויף הויך, לויפעֶן־לויפעֶן, אוּן ווי זיי שלאָגעֶן זיך נוּר אָן אין זאַמד פוּן בּרעֶג וועֶרעֶן זיי בּאַלד צעֶקלאַפּט אוּן פאַלעֶן־אָפּ צוּריק, אוּן די וועֶלעֶן וואָס נאָך זיי קוּקעֶן דאָס צוּ אוּן דאָך בּלאָזעֶן זיי זיך ווידעֶר, הויבּעֶן זיך אויף, לויפעֶן אוּן שטעֶלעֶן זיך נישט אָפּ. דאָסזעֶלבּעֶ איז אויך מיט די רשעים: איינעֶר זעֶהט די מפּלה פוּנ׳ם צווייטעֶן אוּן עֶר טוּט זיך זיינס ווידעֶר מיט דעֶר אייגעֶנעֶר שטאָלצקייט. אַזוי, למשל, האָט זיך נישט אָפּגעֶלעֶרעֶנט דעֶר דור הפלגה פוּנ׳ם דור המבּול, מצרים פוּנ׳ם דור הפלגה.
ר׳ שמעון בּן לקיש זאָגט:
— רשעים אפילוּ אויפ׳ן טיהר פוּן גיהנם וועֶרעֶן זיי ניט בּעֶסעֶר.
נתּאי הארבּלי זאָגט:
— דעֶרווייטעֶר זיך פוּן אַ שלעֶכטעֶן שכן אוּן בּעֶפריינדעֶ זיך נישט מיט קיין רשע.
ר׳ יוחנן זאָגט:
— מעֶ טאָר ניט קוּקעֶן אַ רשע אין פּנים.
רבּי האָט אַמאָל געֶפרעֶגט ר׳ יהושע בּן קרחה׳ן:
— מיט וואָס האָסטוּ זוכה געֶוועֶן צוּ אַזאַ לאַנג לעֶבּעֶן?
— דיך אַרט וואָס איך לעֶבּ? — זאָגט עֶר.
— רבּי מיינעֶר — איך מיִיִן נוּר צוּ לעֶרנעֶן פוּן דיר.
— דאָס איז דעֶרפאַר — עֶנטפעֶרט ר׳ יהושע בּן קרחה — ווייל זינט איך לעֶבּ האָבּ איך ניט געֶקוּקט אַ רשע אין פּנים.
אַ טובה פוּן רשעים איז פאַר צדיקים אַ דעה.
„וירא בּלק” — בּלק האָט דעֶרזעֶהן. פיל גלייכעֶר אַז רשעים זאָלעֶן בּלינד זיין אוּן ניט זעֶהן; ווייל זייעֶרעֶ אויגעֶן בּריינגעֶן נוּר אוּמגליק דעֶר וועֶלט. אין דוּר־המבּוּל האָבּעֶן די גרויסעֶ העֶלדעֶן דעֶרזעֶהן דעֶם מעֶנשעֶנ׳ס טעֶכטעֶר, איז דעֶרפוּן אַרויס פאַר אים אַ קללה אויף קינדעֶר אוּן קינדס־קינדעֶר; פּרעה׳ס האַרעֶן האָבּעֶן דעֶרזעֶהן שרה׳ן, שכם בּן חמור האָט דעֶרזעֶהן דינה׳ן, יעקב׳ס טאָכטעֶר. אוּן דאָ אַז „בּלק האָט דעֶרזעֶהן” איז פוּן דעֶם קיין גוּטס ניט אַרויסגעֶקוּמעֶן.
בּיי דעֶר מלחמה פוּן יהושפט מלך יהוּדה דעֶרצעֶהלט זיך, אַז וועֶן די פעֶדעֶרשטעֶ טייל פוּן מיליטעֶר איז אַרויסגעֶטראָטעֶן געֶגעֶן דעֶם שונא אוּן האָט אים שטאַרק צעֶקלאַפּט, זעֶנעֶן פאָראויס געֶגאַנגעֶן די משוררים אוּן געֶזוּנגעֶן די לויבּ־ליד: „הודו לה, כי לעולם חסדו” — „לויבּט גאָט, דעֶן זיין גנאָד איז אויף אייבּיג”. אויף דעֶם האָט ר׳ יונתן בּעֶמעֶרקט אַזוי:
— אין דעֶר לויבּ־ליד זעֶנעֶן אַרויסגעֶלאָזט די וועֶרטעֶר „כי טוב” (ס׳איז גוּט), ווייל גאָט בּרוּך־הוּא פרעֶהט זיך נישט וועֶן עֶס קוּמעֶן־אוּם מעֶנשעֶן, אפילוּ רשעים.
דאָסזעֶליעֶ האָט ר׳ יונתן געֶזאָגט אויך וועֶגעֶן דעֶר נאַכט, וועֶן די מצרים, וואָס האָבּעֶן נאָכגעֶיאָגט די יוּדעֶן, האָבּעֶן געֶהאַט אַ מפּלה בּיים ים. די מלאכים האָבּעֶן זיך געֶוואָלט צוּנויפנעֶהמעֶן אוּן זינגעֶן פאַר גאָט אַ לויבּ־ליד פאַר דעֶר גרויסעֶר ישוּעה, האָט זיי גאָט אָפּגעֶשטעֶלט. „מיינעֶ בּעֶשעֶפעֶנעֶש — האָט עֶר זיי געֶזאָגט — טרינקעֶן זיך אין ים, אוּן איר ווילט זינגעֶן שירה!”
אַפילוּ אויף אַ רשע טאָר מעֶן ניט בּעֶטעֵן, עֶר זאָל צוּגעֶנוּמעֶן וועֶרעֶן פוּן דעֶר וועֶלט. וועֶן גאָט וואָלט געֶוועֶן צוּגעֶנוּמעֶן תּרח׳ן דעֶם געֶצעֶנדינעֶר פריה פוּן דעֶר וועֶלט, וואָלט דעֶר צדיק אברהם אויף דעֶר וועֶלט ניט געֶקוּמעֶן.
ר׳ שמעון זאָגט:
— די עֶגיפּטיאַנעֶר האָבּעֶן געֶוואָרפעֶן יוּדישעֶ קינדעֶר אין וואַסעֶר אוּן די אדומ׳עֶנר זעֶנעֶן אַרויס געֶגעֶן יוּדעֶן מיט דעֶר שוועֶרד, האָט די תּורה פוּנדעֶסטוועֶגעֶן פעֶרבּאָטעֶן זייעֶר איינשליסעֶן זיך אין יוּדעֶן ניט ↰ 91 מעֶהר ווי בּיז דריי דורות. די בּני עמון ומואב אָבּעֶר, דעֶרפאַר וואָס זיי האָבּעֶן פעֶרקלעֶרט פעֶרפיהרעֶן יוּדעֶן אין זינד, האָט דעֶרפאַר די תּורה זייעֶר איינשלוּס אין יוּדעֶן פעֶרבּאָטעֶן אויף אייבּיג. אַ בּעֶווייז, אַז פעֶרפיהרעֶן אַ מעֶנשעֶן איז עֶרגעֶר ווי אים צוּ טוידטעֶן; ווייל אַ מעֶרדעֶר בּריינגט־אוּם דעֶם מעֶנשעֶן נוּר פוּן דעֶר וועֶלט, אוּן דעֶר פעֶרפיהרעֶר בּריינגט־אוּם פוּן דעֶר אוּן פוּן יעֶנעֶר וועֶלט.
די געֶצעֶנבּוימעֶר האָט די תּורה געֶהייסעֶן פעֶרבּרעֶנעֶן אין פייעֶר. אויבּ רוימעֶר, ניט קיין לעֶבּעֶדיגעֶ נפשות — אָהן געֶפיהלעֶן אוּן אָהן פעֶרשטאַנד, נוּר ווייל דוּרך זיי איז אַרויסגעֶקוּמעֶן אַ מכשול פאַר מעֶנשעֶן, האָט דעֶריבּעֶר די תּורה אָנגעֶזאָגט: פעֶרדאַרבּ, פעֶרבּרעֶן, פעֶרניכטעֶן; היינט וואָס קעֶן שוין קוּמעֶן אַ פעֶרשטאַנדיגעֶן נפש מיט מעֶנשליכעֶ געֶפיהלעֶן, וואָס פעֶרפיהרט זיין גלייכעֶן פוּן די לעֶבּעֶנס־וועֶגעֶן אויף די טויט־וועֶגעֶן.
די תּורה האָט ווידעֶר געֶהייסעֶן צעֶשטויסעֶן די אַלטאַרעֶן פוּן די געֶצעֶן. מיט וואָס האָבּעֶן זיך פעֶרזינדיגט די העֶלצעֶר אוּן די שטיינעֶר? ניט מעֶהר ווייל דוּרך זיי איז אַרויסגעֶקוּמעֶן אַ מכשול פאַר מעֶנשעֶן, האָט דעֶריבּעֶר די תּורה אָנגעֶזאָגט, מעֶ זאָל זיי צעֶשטויסעֶן. איז דאָך שוין לייכט צוּ פעֶרשטעֶהן: אויבּ שטיינעֶר, אָהן פעֶרדינסט אוּן אָהן שוּלד, ניט גוּטעֶ אוּן ניט שלעֶכטעֶ, קוּמט זיי צעֶשטויסעֶן וועֶרעֶן, ווייל דוּרך זיי איז אַרויס אַ מכשול דעֶם מעֶנשעֶן; היינט וואוּ קעֶן שוין קוּמעֶן אַ מעֶנשעֶן אַ בּר־דעת מיט אַ אייגעֶנעֶם רצון, וואָס בּריינגט יעֶנעֶם צוּ זינד אוּן פיהרט אים אַראָפּ פוּן לעֶבּעֶנס־וועֶג אויפ׳ן וועֶג פוּן טויט.
ר׳ יהושע פלעֶגט זאָגעֶן:
אַ חסיד אַ שוטה, אַ רשע אַ שלויעֶר, אַ פרוי אַ „וצדקתך” אוּן שלעֶק־פרוּמאַקעֶס — זעֶנעֶן ניט מעֶהר ווי שלעֶק פאַר דעֶר וועֶלט.
וועֶלכעֶר הייסט אַ חסיד אַ שוטה? אַז עֶר זעֶהט אַ שטייגעֶר אַ קינד טרינקט זיך אין טייך אוּן עֶר זאָגט: נאָכדעֶם וואָס איך וועֶל אויסטוּן די תּפלין וועֶל איך אים רעֶטעֶן, אוּן בּיז עֶר ריהרט זיך די תּפלין אויסטוּן קוּמט דעֶרווייל דאָס קינד אוּם; צי. למשל, עֶר זעֶהט אַ פרוי זינקט אין טייך, קוועֶנקעֶלט עֶר זיך זי צוּ רעֶטעֶן — ווייל עֶס פּאַסט אים כּלומרשט נישט צוּ קוּקעֶן אויף אַ נאַקעֶטעֶ פרוי; צי אַז עֶר בּעֶקוּמט אַ עֶרשט־צייטיגעֶ פרוּכט, וויל עֶר זיך כּלומרשט ניט נאָכגיבּעֶן צוּ פעֶרזוּכעֶן עֶס אוּן זאָגט: דעֶם עֶרשטעֶן וואָס איך וועֶל בּעֶגעֶגעֶנעֶן וועֶל איך עֶס אים אָפּגעֶבּעֶן — אַזעֶלכעֶר הייסט אַ חסיד אַ שוטה.
וועֶלכעֶר הייסט אַ רשע אַ שלויעֶר? אַז עֶר טענה׳ט־איין מיט׳ן דיין פריהעֶר איידעֶר דעֶר צווייטעֶר בּעל־דין קוּמט.
ר׳ אבהו זאָגט: דעֶר וואָס גיט אַ רעֶנדעֶל דעֶם אָרומאַן, עֶס זאָל בּיי אים דוּרך דעֶם וועֶרעֶן פוּל די סוּמעֶ בּיז צוויי הוּנדעֶרט גילדעֶן, אוּן ממילא וועֶט עֶר שוין, לויט דעֶם דין, זיך ניט רעֶכעֶנעֶן פאַר קיין אָרוּמאַן אוּן מעֶהר בּיי קיינעֶם ניט טאָרעֶן נעֶהמעֶן קיין צדקה.
אין נאָמעֶן פוּן רב ששת זאָגט מעֶן: דעֶר וואָס צילט דעֶרויף אַלעֶמעֶן צוּ פּלעֶפעֶן מיט זיינעֶ געֶנג. רב זריקא זאָגט: דעֶר וואָס פאַר זיך איז עֶר אַ מקיל 1) אוּן פאַר יעֶנעֶם אַ מחמיר 2).
וועֶלכעֶ הייסט אַ פרוי אַ „וצדקתך”? — אַ מיידעֶל, למשל, אַ דאַוועֶנעֶרין צי אַ פאַסטעֶרין, צי אַן אַלמנה אַ גבּאיטע, לויפט פוּן שכן צוּ שכן אָפּצוּשפרעֶכעֶן אַ גוּט־אויג וכדומה.
וועֶלכעֶ הייסעֶן שלעֶק־פרוּמאַקעֶס? זיבּעֶנעֶרליי מינים זעֶנעֶן פאַראַן: פרוּמאַק־שכם׳ניק 3), וואָס טוּט אַלץ צוּליבּ אייגעֶנעֶר הנאה; פרוּמאַק־שטיל־קעֶצעֶלעֶ, וואָס געֶהט מיט קליינעֶ שטילעֶ טרעֶטעֶלעֶך; פרוּמאַק־קאָפּ־אין־וואַנט, געֶהט תּמיד אַרוּם מיט פעֶרמאַכטעֶ אויגעֶן אוּן שלאָגט זיך אָן אַלעֶ מאָל מיט׳ן שטעֶרעֶן אין אַ וואַנט; פרוּמאַק־אויבּעֶרשטייסעֶל, געֶהט כסדר איינגעֶבּויגעֶן מיט אַ אַראָפּגעֶלאָזטעֶן קאָפּ ווי דאָס אויבּעֶרשטעֶ פוּן שטייסעֶל; פרוּמאַק־וואָס־נאָך־מוּז־איך־טוּן? פרוּמאַק אויס ליבּעֶ כּלומרשט צוּ גאָט; פרוּמאַק אויס כּלומרשט גאָטספאָרכטיגקייט.
1) מאַכט זיך גרינג, בנוגע צו זיין אויפפיהרעכטס. 2) אַ שטרענגער. 3) ווי אַמאָל שכם בן חמור, וואָס האָט אָנגענומען יודישקייט צוליב דינה.
דעֶר קעֶניג ינאי פלעֶגט זאָגעֶן זיין פרוי:
שרעֶק זיך נישט, ניט פאַר פּרוּשים 1) אוּן ניט פאַר די ניט־פּרוּשים, נאָר פאַר די צבוע׳קעס, וואָס טוּעֶן אָפּ מעשים ווי זמרי אוּן פעֶרלאַנגעֶן לוין ווי פּינחס.
מ׳האָט געֶפרעֶגט בּיי דעֶר חכמה: אַ זינדיגעֶר — וואָס פאַר אַ שטראָף קוּמט אים?
— „די זינדיגעֶ זאָל דאָס שלעֶכטס פעֶרפאָלגעֶן” 2) — האָט זי געֶעֶנטפעֶרט.
האָט מעֶן געֶפרעֶגט דאָסזעֶלבּעֶ בּיי דעֶר נבוּאה.
— „די זינדיגעֶ זעֶל זאָל שטאַרבּעֶן” 3) — האָט זי געֶעֶנטפעֶרט
פרעֶגט מעֶן דאָס זעֶלבּעֶ בּיי דעֶר תּורה.
— דעֶר זינדיגעֶר זאָל בּריינגעֶן אַ שוּלדאָפּפעֶר, וועֶט עֶר ריין וועֶרעֵן — האָט זי געֶעֶנטפעֶרט:
פרעֶגט מעֶן בּיי גאָט.
— זאָל עֶר תּשובה טוּן! — האָט גאָט געֶעֶנטפעֶרט.
אין שכנוּת מיט ר׳ מאיר׳ן האָבּעֶן געֶוואוינט הוּלטייעֶס, פלעֶגעֶן זיי אים אָנטוּן גרויסעֶ ליידעֶן. ס׳איז אים אַזוי פעֶרגאַנגעֶן, אַז עֶר האָט אָנגעֶהויבּעֶן צוּ בּעֶטעֶן גאָט, זיי זאָלעֶן שטאַרבּעֶן. האָט עֶס דעֶרהעֶרט זיין ווייבּ בּרוריה, זאָגט זי אים:
1) מענשען פון דער גרעסטער פאָלקס־פאַרטיי אין דעֶר צייט פון בית שני. 2) אַ פסוק אין משלי, דאָס בוך פון חכמה. 3) אַ פסוק אין ספר פונ׳ם נביא יחזקאל.
— ווי פאַלט דיר עֶס אויס? אַפּנים דוּ שמעֶלסט דעֶרויף וואָס דעֶר משורר אין תּהלים האָט אויך געֶבּעֶטעֶן: „יתמו חטאים” — עֶס זאָלעֶן ↰ 94 אוּמקוּמעֶן די חטאים, „ורשעים עוד אינם” — אוּן רשעים זאָלעֶן מעֶהר ניט זיין. דעֶר מיין איז אָבּעֶר אַזוי: ניט די זינדיגעֶ, נאָר די זינד זאָלעֶן אוּמקוּמעֶן, וועֶלעֶן שוין רשעים ממילא מעֶהר ניט זיין. גלייכעֶר בּעֶט גאָט עֶר זאָל זיי אַריינשיקעֶן אַ זינעֶן, זיי זאָלעֶן בּעֶסעֶר וועֶרעֶן, וועֶלעֶן די רשעים מעֶהר ניט זיין.
האָט ר׳ מאיר אַזוי געֶטוּן, געֶבּעֶטעֶן גאָט אוּן זיי האָבּעֶן תּשוּבה געֶטוּן.
אין שכנוּת מיט ר׳ זירא׳ן האָבּעֶן געֶוואוינט הוּלטייעֶס. פלעֶג זיי ר׳ זירא מקרב זיין, כדי עֶר זאָל אויף זיי ווירקעֶן אויף וויפיל ס׳איז אויסבּעֶסעֶרעֶן זיי. האָבּעֶן די איבּעֶריגעֶ חכמים דעֶרפאַר געֶהאַט אויף אים פעֶרדרוּס. אַז ר׳ זירא איז געֶשטאָרבּעֶן האָבּעֶן זיינעֶ שכנים די הוּלטייעֶס זיך פעֶרקלעֶרט: בּיז היינט — האָבּעֶן זיי געֶזאָגט — איז דעֶר קלייניטשקעֶר 1) געֶוועֶן דעֶר איינציגעֶר וואָס האָט אוּנז נישט אָפּגעֶשטויסעֶן אוּן פאַר אוּנז גאָט געֶבּעֶטעֶן; איצט וועֶר וועֶט זיך פאַר אוּנז איינשטעֶלעֶן. האָבּעֶן זיי זיך געֶנוּמעֶן צוּם האַרצעֶן אוּן פוּן דעֶמאָלט אָן געֶוואָרעֶן לייטישעֶ מעֶנשעֶן.
ר׳ אליעזר זאָגט:
— טוּ תּשוּבה אַ טאָג פאַר׳ן טויט.
פרעֶגעֶן אים די תּלמידים: ווייסט דעֶן אַ מעֶנש דעֶם טאָג פוּן זיין טויט?
— אַדרבּה — עֶנטפעֶר עֶר זיי — זאָל דעֶר מעֶנש טאַקי היינט תּשוּבה טוּן, טאָמעֶר וועֶט עֶר מאָרגעֶן שטאַרבּעֶן, וועֶט עֶר ממילא אַלעֶ זיינעֶ טעֶג תּשוּבה טוּן.
דאָסזעֶלבּעֶ האָט שלמה המלך געֶזאָגט: אין יעֶדעֶר צייט זאָלעֶן זיין דיינעֶ קליידעֶר ווייס אוּן בּוימעֶל אויף דיין קאָפּ זאָל ניט פעֶהלעֶן.
1) ר׳ זירא איז געֶוועֶן קליין אין וואוקס.
ר׳ יוחנן בּן זכאי האָט אויף דעֶם געֶזאָגט אַ משל:
— אַ קעֶניג האָט אַמאָל איינגעֶלאַדעֶן זיינעֶ קנעֶכט צוּ זיך אויף אַ מאָלצייט אוּן קיין צייט ניט בּעֶשטימט. די קליגעֶרעֶ פוּן זיי האָבּעֶן זיך אויסגעֶפּוּצט אוּן געֶזעֶסעֶן גרייט בּיים קעֶניגליכעֶן פּאַלאַץ; זיי האָבּעֶן פעֶרשטאַנעֶן, אַז אין קעֶניגליכעֶן הויז קעֶן גאָרנישט אויספעֶהלעֶן. די נאַרישעֶ זעֶנעֶן זיך אַוועֶקגעֶגאַנגעֶן יעֶדעֶר צוּ זיין בּעֶשעֶפטיגוּנג, זיי האָבּעֶן געֶטראַכט: אַ מאָלצייט קוּמט ניט אָן אַזוי גרינג, ס׳מוּז געֶדויעֶרעֶן. פּלוּצלינג האָט דעֶר קעֶניג אויפגעֶפאָדעֶרט די קנעֶכט זיי זאָלעֶן בּאַלד קוּמעֶן. די קליגעֶרעֶ זעֶנעֶן בּאַלד אַריין פיין אויסגעֶפּוּצטעֶ; די נאַרישעֶ אָבּעֶר זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן אויסגעֶשמירטעֶ. איז דעֶר קעֶניג העֶכסט צוּפרידעֶן געֶבּליבּעֶן מיט די קלוּגעֶ אוּן שטאַרק אויפגעֶבּראַכט געֶוואָרעֶן אויף די נאַרישעֶ. האָט עֶר בּעֶפוילעֶן: די וואָס האָבּעֶן זיך צוּם מאָלצייט צוּגעֶגרייט זאָלעֶן זיך זעֶצעֶן עֶסעֶן אוּן טרינקעֶן, אוּן די וואָס זעֶנעֶן ניט גרייט געֶוועֶן זאָלעֶן שטעֶהן אוּן צוּקוּקעֶן.
— דאָס וואָלט זיי נאָך אַזוי ניט געֶאַרט — האָט מעֶן אויף דעֶם געֶזאָגט אין ר׳ מאיר׳ס נאָמעֶן — זיי וואָלטעֶן אויסגעֶזעֶהן ווי בּעֶדינעֶר בּיים מאָלצייט; ווי דעֶן? סיי די סיי יעֶנעֶ וועֶלעֶן זיצעֶן בּיים טיש, די וועֶלעֶן עֶסעֶן אוּן יעֶנעֶ וועֶלעֶן הוּנגעֶרעֶן, די וועֶלעֶן טרינקעֶן אוּן יעֶנעֶ דאָרשטיג בּלייבּעֶן, ווי דעֶר פּסוּק זאָגט:
- אַזוי זאָגט גאָט:
- מיינעֶ קנעֶכט וועֶלעֶן עֶסעֶן
- אוּן איר וועֶט הוּנגעֶרעֶן;
- מיינעֶ קנעֶכט וועֶלעֶן טרינקעֶן
- אוּן איר וועֶט דאָרשטעֶן.
- מיינעֶ קנעֶכט וועֶלעֶן זינגעֶן פאַר וואוילטאָג
- אוּן איר וועֶט שרייעֶן פוּן האַרצווייטאָג.
ר׳ יעקב זאָגט:
— די וועֶלט איז ווי אַ פאָרהויז צי יעֶנעֶר וועֶלט; גרייט זיך צוּ אין פאָרהויז, כּדי זאָלסט ווי געֶהעֶריג אַריינקוּמעֶן אין זאַל.
דעֶרזעֶלבּעֶר פלעֶגט זאָגעֶן:
— בּעֶסעֶר איין וויילעֶ תּשוּבה אוּן גוּטעֶ מעשים אויף דעֶר וועֶלט פוּן דעֶר גאַנצעֶר יעֶנעֶר וועֶלט; אוּן בּעֶסעֶר איין וויילעֶ פוּן צוּפרידעֶנהייט אויף יעֶנעֶר וועֶלט פוּן דעֶם גאַנצעֶן עולם־הזה.
„דאָס פעֶרדאָרבּעֶנעֶ לאָזט זיך ניט פעֶרריכטעֶן אוּן אַ פעֶהלעֶר לאָזט זיך נישט אויסבּעֶסעֶרעֶן” — אַזוי זאָגט קהלת. אויף דעֶר וועֶלט איז עֶס נאָך מעֶגליך, אויף יעֶנעֶר וועֶלט אָבּעֶר איז פעֶרפאַלעֶן.
עֶס לעֶבּעֶן זיך, אַ שטייגעֶר, אויף דעֶר וועֶלט צוויי חברים, בּיידעֶ גלייך געֶזוּנדיגט; איינעֶר פוּן זיי אָבּעֶר האָט פעֶרחאַפּט פאַר׳ן טויט אוּן תּשוּבה געֶטוּן, אוּן דעֶר אַנדעֶרעֶר איז געֶשטאָרבּעֶן אָהן תּשוּבה. קוּמעֶן זיי בּיידעֶ אויף יעֶנעֶר וועֶלט. לאָזט זיך אויס אַז דעֶר עֶרשטעֶר געֶפוּנט זיך אין געֶזעֶלשאַפט פוּן צדיקים, אוּן דעֶר אַנדעֶרעֶר צווישעֶן רשעים. דעֶרזעֶהן זיין חבר צווישעֶן צדיקים, שרייט יעֶנעֶר אויס: וועֶה איז מיר! דאָ איז אויך פאַראַן משא־פּנים 1)? איך מיט דעֶם דאָזיגעֶן האָבּעֶן מיר בּיידעֶ צוּזאַמעֶן געֶ׳גנב׳ט, צוּזאַמעֶן געֶ׳גזל׳ט, צוּזאַמעֶן איבּעֶרגעֶטוּן אַלעֶ שלעֶכטעֶ מעשים אין דעֶר וועֶלט, צוּם סוף איז עֶר אַריין אין געֶזעֶלשאַפט פוּן צדיקים, אוּן איך צווישעֶן רשעים.
— נאַר איינעֶר! — עֶנטפעֶרט מעֶן אים דעֶרויף — ווייסטוּ דעֶן ניט אַז דיין חבר האָט תּשוּבה געֶטוּן?
— לאָזט מיך, געֶה איך בּאַלד אוּן טוּ תּשוּבה.
— נאַר איינעֶר! ווייסטוּ דעֶן ניט, אַז מעֶ גרייט זיך ניט צוּ ערב־שבּת האָט מעֶן נישט וואָס צוּ עֶסעֶן שבּת; אַז מעֶ גרייט זיך ניט צוּ אויף דעֶר יבּשה האָט מעֶן נישט וואָס צוּ עֶסעֶן אין מדבּר; אוּן אַז מעֶן אַקעֶרט ניט אוּן מעֶן זייעֶט ניט אוּן מעֶ שניידט ניט אין זוּמעֶר האָט מעֶן ניט וואָס צוּ עֶסעֶן ווינטעֶר. אַזוי אויך דעֶר וואָס האָט זיך ניט פריהעֶר צוּגעֶגרייט דאָרט, אויף דעֶר וועֶלט, פוּן וועֶלכעֶר דוּ בּיסט געֶקוּמעֶן, האָט ניט וואָס צוּגעֶניסעֶן דאָ אויף דעֶר וועֶלט. דעֶרהעֶרט דאָס בּלייבּט דעֶם רשע איבּעֶר, נוּר צוּ קריצעֵן מיט די ציין אוּן אויפפרעֶסעֶן זיך אַליין.
1) שוינען איינעם צוליב זייטיגע פניות.
הלל פלעֶגט זאָגעֶן:
— אויבּ ניט איך אַליין פאַר זיך — וועֶר דעֶן פאַר מיר? אוּן וועֶן איך נוּר פאַר זיך — וואָס בּין איך? אוּן אויבּ ניט איצט — וועֶן דעֶן?
אַז ירמיה האָט געֶרוּפעֶן דאָס פאָלק צוּ תּשוּבה, האָבּעֶן זיי אים געֶזאָגט:
— לעֶהרעֶר אוּנזעֶרעֶר, מיט וואָס פאַר אַ פּנים וועֵלעֶן מיר קוּמעֶן פאַר גאָט? וועֶניג האָבּעֶן מיר אים דעֶרצעֶרנט? ווינציג האָבּעֶן מיר איט דעֶרווידעֶר געֶטוּן? זעֶנעֶן דעֶן פעֶרשווינדעֶן פוּן דעֶר וועֶלט די בּעֶרג אוּן טהאָלעֶן, וואוּ מיר האָבּעֶן עבודה־זרה געֶדינט?
געֶהט ירמיה אוּן גיט־איבּעֶר די וועֶרטעֶר פאַר גאָט.
— געֶה זאָג זיי — רוּפט זיך אָן גאָט — אַז איר קוּמט צוּ מיר, קוּמט איר דעֶן פאַר אַ פרעֶמדעֶן, ניט פאַר אייעֶר פאָטעֶר אין הימעֶל?
„עֶפעֶן מיר, שוועֶסטעֶר מיינעֶ” — בּעֶט זיך דעֶר פריינד בּיי זיין בּעֶגעֶהרטעֶר אין שיר השירים — עֶפעֶנט מיר, קינדעֶר מיינעֶ, בּעֶט זיך גאָט בּיי יוּדעֶן — אַ קליין טהירעֶלעֶ פוּן תּשוּבה עֶפעֶנט מיר, ווי אַ שפּילקעֶ קעֶפּעֶל די גרויס, וועֶל איך שוין פאַר אייך עֶפעֶנעֶן טיהרעֶן בּרייטעֶ אוּן גרויסעֶ, וואוּהין מעֶ וועֶט קעֶנעֶן מיט וועֶגעֶן אוּן פיהרעֶן אַריינפאָהרעֶן.
ר׳ שמעון בּן לקיש פלעֶגט זאָגעֶן:
— קוּמט איינעֶר זיך פעֶראוּמרייניגעֶן, עֶפעֶנט מעֶן אים; קוּמט איינעֶר זיך רייניגעֶן, העֶלפט מעֶן אים.
דעֶרויף האָט איינעֶר פוּן ר׳ ישמעאל׳ס שוּלעֶ אַזאַ בּיישפּיל געֶגעֶבּעֶן: איינעֶר וואָס האָט צוּ פעֶרקויפעֶן נעֶפט אוּן בּאַלזאַם. קוּמט עֶמיצעֶר קויפעֶן נעֶפט, זאָגט אים דעֶר קרעֶמעֶר: מעֶסט זיך אַליין אָן; קוּמט איינעֶר קויפעֶן בּאַלזאַם, זאָגט יעֶנעֶר אים: וואַרט, איך וועֶל דיר העֶלפעֶן מעֶסטעֶן, וועֶלעֶן מיר זיך צוּזאַמעֶן אָננעֶהמעֶן אַ גוּטעֶן ריח.
רבּנוּ הקדוש האָט געֶזאָגט אין דעֶר דרשה:
— גרויס איז דעֶר כּח פוּן תּשוּבה. געֶנוּג אַז דעֶר מעֶנש פעֶרטראַכט נוּר צוּ טוּן תּשוּבה, הויבּט זי זיך גלייך אויף, שניידט דוּרך אַלעֶ זיבּעֶן הימלעֶן אוּן גלייכט שטעֶהן פאַר׳ן כּסא־הכּבוד.
אין נאָמעֶן פוּן יהוּדה נשיאה וועֶרט געֶזאָגט:
— פעֶרשטעֶלט פאַר די מלאכים, וואָס אַרוּם זיין כּסא הכּבוד, פוּן אוּנטעֶר זייעֶרעֶ פליגלעֶן אַרויס, שטרעֶקט־אויס גאָט זיין האַנד אויפצוּנעֶהמעֶן די בּעלי־תּשוּבה, כּדי אויסצוּמיידעֶן די מדת־הדין.
אין נאָמעֶן פוּן ר׳ שמעון בּן יוחאי וועֶרט געֶזאָגט:
— אפילוּ מנשה, דעֶר גרויסעֶר זינדיגעֶר, בּשעת עֶר האָט תּשוּבה געֶטוּן, האָט גאָט פאַר זיין תּפלה געֶמאַכט אין הימעֶל אוּנטעֶר דעֶם כּסא הכּבוד אַ מין אוּנטעֶרגראָבּעֶן, דוּרך וואַנעֶן די תּשוּבה האָט זיך דוּרכגעֶשפּאַרט אוּן צוּ אים אַרויפגעֶשטיגעֶן — אויסגעֶמיטעֶן די מדת־הדין.
ר׳ חמא בּר חנינא זאָגט:
— וויכטיג איז תּשוּבה: זי בּריינגט אַ רפוּאה דעֶר קראַנקעֶר זינדיגעֶר וועֶלט.
ר׳ יוחנן זאָגט:
— וויכטיג איז תּשוּבה: זי בּריינגט אַן אויסלעֶזוּנג דעֶר וועֶלט.
ריש־לקיש זאָגט:
— וויכטיג איז תּשוּבה: זי צעֶרייסט דעֶם בּרייטעֶן גזר־דין פוּן מעֶנשעֶן.
וועֶן אַפילוּ דעֶר גזר־דין איז שוין געֶ׳חתמ׳עֶט האַלט זי אָפּ די שטראָף.
ר׳ יונתן זאָגט:
— וויכטיג איז תּשוּבה: זי פעֶרוואַנדעֶלט מיטוויליגקייטעֶן אין אוּמגעֶרעֶנדיגעֶ פעֶהלעֶר.
וועֶלכעֶר הייסט אַ בּעל־תּשוּבה? לויט רב יהוּדה׳ס מיינוּנג איז דעֶר פעֶררעֶכעֶנט פאַר אַ בּעל־תּשוּבה, וועֶמעֶן ס׳איז געֶקוּמעֶן צוּ דעֶר האַנד עֶפּיס אַן עבירה איינמאָל אוּן צוויימאָל אוּן עֶר האָט זיך אָפּגעֶהאַלטעֶן.
ר׳ מתיא בּן חרש האָט געֶפרעֶגט בּיי ר׳ אלעזר בּן עזריה אין רוים:
— קעֶנסטוּ מיר ניט איבּעֶרגעֶבּעֶן די פיר פעֶרשידעֶנעֶ אַרטעֶן פוּן פעֶרגיבּעֶן דעֶם מעֶנשעֶנס זינד, וועֶלכעֶ ר׳ שמוּאל האָט עֶרקלעֶרט אין זיינעֶר אַ דרשה?
— יאָ — האָט אים ר׳ אלעזר בּן עזריה געֶעֶנטפעֶרט — אויף דריי פוּן זיי האָט תּשוּבה אַ ווירקוּנג, אויף איינעֶם ניט. האָט עֶמיצעֶר איבּעֶרגעֶטראָטעֶן אַ געֶבּאָט אוּן האָט דעֶרנאָך אויף דעֶם בּאַלד תּשוּבה געֶטוּן, איז מעֶן אים בּאַלד מוחל; האָט עֶר איבּעֶרגעֶטראָטעֶן אַ פעֶרבּאָט אוּן תּשוּבה געֶטוּן — בּלייבּט די זינד העֶנגעֶן אוּן יום־כּפּור איז מכפּר; איז דעֶר מעֶנש בּעֶגאַנגעֶן אַ שוועֶרעֶן פעֶרבּרעֶכעֶן פאַר וועֶלכעֶן עֶס קוּמט כרת, אָפּגעֶשניטעֶנעֶ יאָר, אָדעֶר טויט־שטראָף, אוּן עֶר האָט תּשוּבה געֶטוּן, איז סיי די תּשוּבה סיי יום־כּפּור לאָזעֶן די זינד היינגעֶן, אוּן שוועֶרעֶ ליידעֶן לייטעֶרעֶן־אויס. וועֶר עֶס האָט אָבּעֶר בּעֶגאַנגעֶן אַ זינד פוּן חלוּל השם, איז נישט תּשוּבה אין שטאַנד צוּ לאָזעֶן די זינד העֶנגעֶן אוּן ניט יום־כּפּור צוּ פעֶרגעֶבּעֶן אוּן ניט ליידעֶן צוּ לייטעֶרעֶן, נאָר דעֶר טויט אַליין האָט בּכּח דעֶם זינדיגעֶן אויסצוּלייטעֶרעֶן.
אין נאָמעֶן פוּן ר׳ יוחנן האָט מעֶן געֶזאָגט:
— דאָס שפּעֶטעֶרדיגעֶ גליק, וועֶלכעֶ די נביאים האָבּעֶן פאָראויסגעֶזעֶהן, איז נוּר פאַר בּעלי־תּשוּבה; דאָס צוּגעֶגרייטעֶ אָבּעֶר פאַר עֶכטעֵ צדיקים האָט „קיין אויג ניט געֶזעֶהן, אויסעֶר דיר גאָט אַליין”.
ר׳ אבהו זאָגט:
דאָס פּלאַץ וואוּ בּעלי־תּשוּבה שטעֶהעֶן, קעֶנעֶן אַפילוּ קיין עֶכטעֶ צדיקים ניט פעֶרנעֶהמעֶן.
אויף אליעזר בּן דורדיא דעֶרצעֶהלט מעֶן, אַז עֶר האָט ניט דוּרכגעֶלאָזט אויף דעֶר וועֶלט קיין איין אויסגעֶלאַסעֶנעֶ פרוי, עֶר זאָל זיך מיט איר ניט צוּנויפקוּמעֶן. איינמאָל האָט עֶר געֶהעֶרט, אַז עֶרגעֶץ ווייט אין אַ גרויסעֶר שטאָדט געֶפוּנט זיך איינעֶ זעֶהר אַ שעֶנעֶ פרוי, וואָס נעֶהמט פאַר אַ בּעֶזוּך אַ גאַנצעֶן בּייטעֶל געֶלד. נעֶהמט עֶר מיט זיך אַ בּייטעֶל געֶלד אוּן לאָזט זיך אַוועֶק צוּ יעֶנעֶר פרוי, שניידט דוּרך צוּליבּ איר זיבּעֶן טייכעֶן, בּיז עֶר האָט זיך צוּ איר דעֶרשלאָגעֶן. אינמיטעֶן פעֶרוויילעֶן מיט אים גיט זי אַ בּלאָז אוּן צעֶלאַכט זיך.
— בּיזט שוין אַ פעֶרפאַלעֶנעֶר! — זאָגט זי — אָט ווי דעֶר בּלאָז איז אַוועֶק אוּן קוּמט ניט צוּריק, אַזוי איז שוין פאַר אליעזר בּן דורדיא ניטאָ קיין וועֶג צוּריק.
די וועֶרטעֶר האָבּעֶן אים געֶטראָפעֶן אין האַרצעֶן. אָהן אַ קאָפּ איז עֶר אַוועֶק פוּן איר, זיך אַרוּמגעֶבּלאָנקעֶט אַ צעֶרוּדעֶרטעֶר אוּן האָט זיך קיין אָרט ניט געֶקעֶנט געֶפוּנעֶן. געֶקוּמעֶן צווישעֶן בּעֶרג אוּן היגלעֶן, זעֶצט עֶר זיך אַנידעֶר אוּן זאָגט אַזוי:
— בּעֶרג אוּן היגלעֶן, בּעֶט רחמים פאַר מיר!
עֶנטפעֶרעֶן זיי אים: איידעֶר בּעֶטעֶן פאַר דיר, אַ מעֶהר וועֶלעֶן מיר בּעֶטעֶן פאַר זיך אַליין, ווייל אויך
- „די בּעֶרג וועֶלעֶן אויסגעֶריסעֶן וועֶרעֶן
- אוּן די היגלעֶן וועֶלעֶן איינפאַלעֶן”.
וועֶנדעֶט עֶר זיך צוּ הימעֶל אוּן עֶרד:
— הימעֶל אוּן עֶרד, בּעֶט רחמים פאַר מיר!
עֶנטפעֶרעֶן זיי אים: איידעֶר בּעֶטעֶן פאַר דיר, אַ מעֶהר וועֶלעֶן מיר בּעֶטעֶן פאַר זיך אַליין, ווייל אויך
- „די הימלעֶן וועֶלעֶן ווי רויך צעֶרינעֶן וועֶרעֶן
- אוּן די עֶרד ווי אַ קלייד וועֶט וועֶרעֶן פעֶרפוילט”.
וועֶנדעֶט עֶר זיך צוּ זוּן אוּן לבנה:
— זוּן אוּן לבנה, בּעֶט רחמים פאַר מיר!
עֶנטפעֶרעֶן זיי אים: איידעֶר בּעֶטעֶן פאַר דיר, אַ מעֶהר וועֶלעֶן מיר בּעֶטעֶן פאַר זיך אַליין, ווייל אויך
- „די לבנה וועֶט וועֶרעֶן פלאַם
- אוּן די זוּן וועֶט פעֶרשעֶמט וועֶרעֶן”.
וועֶנדעֶט עֶר זיך צוּ די שטעֶרעֶן אוּן פּלאַנעֶטעֶן:
— שטעֶרעֶן אוּן פּלאַנעֶטעֶן, בּעֶט רחמים פאַר מיר!
עֶנטפעֶרן זיי אים: איידעֶר בּעֶטעֶן פאַר דיר, אַ מעֶהר וועֶלעֶן מיר בּעֶטעֶן פאַר זיך אַליין, ווייל אויך
- „צעֶקראָכעֶן וועֶט וועֶרעֶן
- דאָס גאַנצעֶ הימעֶל העֶרשאַפט”.
בּלייבּט עֶר זיצעֶן מיט אַ אַראָפּגעֶלאָזטעֶן קאָפּ: הייסט עֶס, עֶס געֶוועֶנדעֶט זיך ניט אין קיינעֶם נאָר אין מיר אַליין. האָט עֶר פעֶרבּויגעֶן טיף דעֶם קאָפּ צווישעֶן די קניע אוּן האָט אַזוי לאַנג, אַזוי פיטעֶר געֶיאָמעֶרט בּיז די נשמה איז אים אויסגעֶגאַנגעֶן.
איז אַ בּת־קול אַרויס אוּן אויסגעֶרוּפעֶן:
— ר׳ אליעזר בּן דורדיא איז גרייט צוּם אייבּיגעֶן לעֶבּעֶן.
וועֶן די מעשה איז אָנגעֶקוּמעֶן צוּ רבּי׳ן האָט עֶר זיך צעֶוויינט אוּן געֶזאָגט:
— אַן אַנדעֶרעֶר פעֶרדינט זיין אייבּיגעֶ וועֶלט דוּרך מיה פוּן לאַנגעֶ יאָרעֶן אוּן איינעֶר — אין אַ קליינעֶר וויילעֶ!
אוּן נאָך האָט רבּי געֶזאָגט דעֶרויף:
— ניט געֶנוּג וואָס אַ בּעל־תּשוּבה וועֶרט אויפגעֶנוּמעֶן, קרוינט מעֶן אים נאָך מיט׳ן נאָמעֶן רבּי!
רב אדא בּר אהבה זאָגט:
— אַז איינעֶר בּעֶגעֶהט אַ זינד אוּן איז זיך דעֶרויף מתודה, אוּן האַלט זיך דעֶרנאָך פוּן איר ניט אָפּ, איז גלייך צוּ איינעֶם וואָס האַלט אַ שרץ אין האַנד אוּן טובל׳ט זיך אָפּ אפילוּ אין אַלעֶ ימים פוּן דעֶר וועֶלט, העֶלפט עֶס אים ניט. וואַרפט עֶר אָבּעֶר אַוועֶק דעֶם שרץ, איז געֶנוּג פאַר אים עֶר זאָל זיך טובל זיין אין אַ מקוה, וועֶרט עֶר בּאַלד ריין — ווי דעֶר פּסוּק אין משלי זאָגט: „דעֶר וואָס איז זיך מודה אוּן פעֶרלאָזט — וועֶרט עֶר געֶשוינט”.
זאָגט איינעֶר: איך וועֶל זינדיגעֶן אוּן תּשוּבה טוּן, זינדיגעֶן אוּן תּשוּבה טוּן — דעֶרלאָזט מעֶן אים ניט צוּ תּשוּבה.
וועֶן איינעֶר רויבּט אַוועֶק בּיי איינעֶם אַ בּאַלקעֶן אוּן בּויעֶט אים איין אין אַ פּאַלאַץ, זאָגעֶן די בּית־שמאי: עֶר מוּז צעֶוואַרפעֶן דעֶם גאַנצעֶן פּאַלאַץ אוּן דעֶם בּאַלקעֶן צוּריקקעֶהרעֶן דעֶם אייגעֶנטימעֶר. בּית־הלל זאָגעֶן: געֶנוּג עֶר זאָל בּעֶצאָהלעֶן דעֶם אייגעֶנטימעֶר די וועֶרטה פוּנ׳ם בּאַלקעֶן: מעֶ דאַרף צוּ פעֶרגרינגעֶרעֶן דעֶם בּעל־תּשוּבה.
געֶוועֶן איינעֶר וואָס האָט געֶוואָלט תּשוּבה טוּן, זאָגט אים דאָס ווייבּ: בּהמה, אויבּ דוּ נעֶהמסט זיך תּשוּבה טוּן, וועֶסטוּ דאַרפעֶן אויסטוּן פוּן זיך אפילוּ דעֶם גאַרטעֶל וואָס דוּ טראָגסט. אוּן דאָס האָט אים אָפּגעֶהאַלטעֶן פוּן תּשוּבה.
אוּן צוּליבּ דעֶם האָבּעֶן די חכמים מתקן געֶוועֶן: גזלנים אוּן פּראָצעֶנטניקעֶס וואָס ווילעֶן תּשוּבה טוּן, — זאָל מעֶן בּיי זיי ניט צוּריקנעֶהמעֶן דאָס אָנגעֶרויבּטעֶ; אוּן דעֶר וואָס נעֶהמט יאָ אָפּ צוּריק, בּלייבּעֶן די חכמים פוּן אים ניט צוּפרידעֶן.
אין אַלעֶ צייטעֶן זאָל מעֶן אַ זינדיגעֶן מעֶנשעֶן מיט דעֶר לינקעֶר האַנד אָפּשטויסעֶן אוּן מיט דעֶר רעֶכטעֶר האַנד מקרב זיין.
וועֶר עֶס בּריינגט אַ רבּים צוּ גוּטס, קוּמט דוּרך אים קיינמאָל קיין זינד ניט אַרויס, כּדי עֶס זאָל ניט אויסקוּמעֶן, עֶר זאָל זיין אין גיהנם אוּן זיינעֶ תּלמידים אין גן־עדן; וועֶר, פעֶרקעֶהרט, בּרעֶנגט אַ רבּים צוּ זינד, דעֶרלאָזט מעֶן אים קיינמאָל צוּ תּשוּבה, כּדי עֶס זאָל ניט אויסקוּמעֶן, עֶר זאָל זיין אין גן־עדן אוּן זיינעֶ תּלמידים אין גיהנם.
אַנטיגנוס איש סוכו פלעֶגט זאָגעֶן:
— זייט נישט ווי קנעֶכט, וואָס דינעֶן דעֶם האַר צוּליבּ בּעֶקוּמעֶן לוין; נאָר זייט ווי קנעֶכט וואָס דינעֶן דעֶם האַר ניט צוּליבּ בּעֶקוּמעֶן לוין.
האָט אַנטיגנוּס געֶהאַט צוויי תּלמידים, וואָס פלעֶגעֶן לעֶרנעֶן זיינעֶ וועֶרטעֶר אוּן איינלעֶרנעֶן זיי מיט תּלמידים אוּן די תּלמידים מיט זייעֶרעֶ תּלמידים. האָבּעֶן די שפּעֶטעֶרדיגעֶ תּלמידים געֶנוּמעֶן זיך איינטראַכטעֶן אין די וועֶרטעֶר, „ווי קוּמט עֶס — האָבּעֶן זיי געֶזאָגט — אוּנזעֶרעֶ לעֶהרעֶר זאָלעֶן אַזוינס זאָגעֶן? איז דעֶן רעֶכט, אַז אַן אַרבּייטעֶר זאָל אָפּאַרבּייטעֶן אַ גאַנצעֶן טאָג אוּן זאָל פאַרנאַכט ניט בּעֶקוּמעֶן זיין לוין? נאָר מסתמא אוּנזעֶרעֶ לעֶהרעֶר זאָלעֶן וויסעֶן, אַז ס׳איז פאַראַן אַן אַנדעֶר וועֶלט אוּן אַז עֶס וועֶט זיין תחית־המתים, וואָלטעֶן זיי אַזוי ניט געֶזאָגט”. דאָס האָט זיי געֶבּראַכט דעֶרצוּ, אַז זיי האָבּעֶן געֶשלאָסעֶן אָפּטיילעֶן זיך פוּן דעֶר תּורה — אוּן פוּן יעֶנעֶ זעֶנעֶן אַרויסגעֶקוּמעֶן צוויי אָפּגעֶפאַלעֶנעֶ סעֶקטעֶן: צדוקים אוּן בּיתוסים, נאָכ׳ן נאָמעֶן פוּן די צוויי עֶלטעֶרן פוּן צוויי פאַמיליעֶן כּהנים, צדוק אין בּיתוס, די עֶרשטעֶ וואָס זעֶנעֶן זיך צעֶגאַנגעֶן מיט די פּרוּשים. בּיי אַזעֶלכעֶ מיינוּנגעֶן, פלעֶגעֶן די אַלעֶ, וואָס האָבּעֶן געֶקעֶהרט צוּ די דאָזיגעֶ סעֶקטעֶן, זיך בּעֶמיהעֶן וואָס מעֶהר געֶניסעֶן אויף דעֶר וועֶלט, זיך אויפפיהרעֶן ווי נוּר מעֶגליך בּרייטעֶר אוּן רייכעֶר, אוּן לעֶבּעֶן פרעֶהליך אוּן לייכטזיניג ↰ 105 אַ גוּטעֶן טאָג. „די פּרוּשים — פלעֶגעֶן זיי זאָגעֶן — האַלטעֶן זיך אין זייעֶר דרך, אָפּצוּקוּמעֶן אַלעֶ זייעֶרעֶ יאָרעֶן — האָבּעֶן זיי גאָר נישט, ניט די וועֶלט ניט יעֶנעֶ וועֶלט”.
ר׳ עקיבא פלעֶגט זאָגעֶן:
— אַלעֶס איז פאָראויסגעֶזעֶהן אוּן די פרייהייט איז דאָך געֶגעֶבּעֶן 1) אוּן די וועֶלט וועֶרט געֶריכטעֶט מיט גוּטעֶן — אוּן אַלעֶס לויט די מעֶרהייט טהאַטעֶן 2).
עֶר פלעֶגט נאָך זאָגעֶן:
— אַלעֶס וועֶרט איינגעֶלעֶגט אַלס משכּון, אוּן אַ נעֶץ איז פאַרשפּרייט פאַר אַלעֶ לעֶבּעֶדיגעֶ. די קראָם איז אָפעֶן, דעֶר קרעֶמעֶר גיט אויף בּאָרג. דאָס בּוּך איז אָפעֶן אוּן די האַנד פעֶרשרייבּט, אוּן וועֶר עֶס וויל בּאָרגעֶן, זאָל קוּמעֶן אוּן בּאָרגעֶן, אוּן די אויפמאָהנעֶר געֶהעֶן שטעֶנדיג טאָג־טעֶגליך אַרוּם אוּן רעֶכעֶנעֶן זיך אָפּ מיט׳ן מעֶנשעֶן, סיי עֶר ווייסט דעֶרפוּן סיי ניין. אוּן זיי האָבּעֶן אויף וואָס זיך אָנצוּשפּאַרעֶן, אוּן דעֶר משפּט איז אַ ריכטיגעֶר, אוּן אַלעֶס איז גרייט צוּם מאַל־צייט.
ר׳ אלעזר זאָגט:
— ווייס פאַר וועֶמעֶן דוּ בּעֶמיהסט זיך אוּן וועֶר האָט די אַרבּייט בּיי דיר געֶשטעֶלט, דעֶן עֶר וועֶט דיר אָפּצאָהלעֶן לוין פאַר דיין מיה.
ר׳ טרפון זאָגט:
דעֶר טאָג איז קוּרץ, די אַרבּייט איז פיל, די אַרבּייטעֶר זעֶנעֶן פויל, די לוין איז גרויס אוּן דעֶר בּעל־הבּית דרעֶנגט.
1) גאָט זעהט אַלעס פאָראויס, און דאָך בלייבט דער מענש פריי אין זיינע מעשים.
2) גאָט איז אין זיין משפט ניט איבעריג שטרענג, און אויב די וועלט פערמאָגט דאָס רוב גוטע מעשים, וועגט דאָס איבער.
עֶר פלעֶגט זאָגעֶן:
— ניט דוּ מוּזט די מלאכה פעֶרעֶנדיגעֶן, בּיזט אָבּעֶר אויך ניט פריי זי אָפּשטעֶלעֶן; האָסטוּ געֶלעֶרנט פיל תּורה וועֶסטוּ בּעֶקוּמעֶן פיל לוין; אוּן דעֶר וואָס האָט די אַרבּייט בּיי דיר געֶשטעֶלט איז בּעֶגלויבּט אַז עֶר וועֶט דיר אָפּצאָהלעֶן לוין פאַר דיין מיה, אוּן ווייס אַז די לוין פוּן די צדיקים איז אויף דעֶר קוּמעֶנדיגעֶר צייט.
עקביא בן מהללאל זאָגט:
— טראַכט זיך איין אין דריי זאַכעֶן וועֶסטוּ ניט קוּמעֶן צוּ קיין פעֶרבּרעֶכעֶן: ווייס פוּן וואַנעֶן בּיזטוּ געֶקוּמעֶן? אוּן וואוּהין געֶהסטוּ? אוּן פאַר וועֶמעֶן דיר שטעֶהט־פאָר אָפּצוּגעֶבּעֶן רעֶכנוּנג? — פוּן וואַנעֶן בּיזט געֶקוּמעֶן? — פוּן אַ פעֶרשטינקעֶנעֶם טראָפּעֶן. וואוּהין געֶהסטוּ — אין אַן אָרט פוּן שטויבּ אוּן וועֶרים; אוּן פאַר וועֶמעֶן שטעֶהט דיר פאָר אָבּצוּגעֶבּעֶן חשבּון? — פאַר׳ן קעֶניג איבּעֶר אַלעֶ קעֶניגעֶן, גאָט בּרוּך־הוּא.
רבּי זאָגט:
— טראַכט זיך איין אין דריי זאַכעֶן וועֶסטוּ ניט קוּמעֶן צוּ קיין פעֶרבּרעֶכעֶן: ווייס וואָס איבּעֶר דיר? — אַ אויג וואָס זעֶהט, אַ אויעֶר וואָס העֶרט, אוּן אַלעֶ דיינעֶ טהאַטעֶן וועֶרעֶן פעֶרשריבּעֶן אין בּוּך.
בּן־עזאי זאָגט:
— די לוין פאַר אַ מצוה — איז די מצוה אַליין, די שטראָף פאַר אַן עבירה — איז די עבירה אַליין.
רבּי זאָגט:
— זיי געֶוואָרעֶנט מיט אַ גרינגעֶר מצוה ווי מיט אַ האַרבּעֶר, ווייל דוּ קעֶנסט ניט וויסעֶן די לוין פאַר די מצוות. אוּן בּעֶרעֶכעֶן דעֶם שאָדעֶן פוּן דעֶר מצוה געֶגעֶן איר ריוח, אוּן דעֶם ריוח פוּן דעֶר עבירה געֶגעֶן איר שאָדעֶן.
ר׳ חיא האָט געֶלעֶרעֶנט:
פאַר וואָס האָט גאָט פאַר יוּדעֶן אין דעֶר תּורה ניט עֶנטדעֶקט די לוין פוּן יעֶדעֶר מצוה? דאָס קעֶן מעֶן עֶרקלעֶרעֶן מיט אַזאַ משל: אַ קעֶניג האָט געֶלאָזט פלאַנצעֶן פאַר זיך אַ גאָרטעֶן, האָט עֶר געֶבּראַכט אַרבּייטעֶר אוּן האָט זיי פאָראויס ניט אויסגעֶזאָגט די לוין וואָס זיי וועֶלעֶן בּעֶקוּמעֶן פאַר פעֶרשידעֶנעֶ פלאַנצוּנגעֶן, כּדי זיי זאָלעֶן די גאַנצעֶ צייט זיך ניט אָפּגעֶבּעֶן נוּר מיט יעֶנעֶ פלאַנצוּנגעֶן, פאַר וועֶלכעֶ מעֶ בּעֶקוּמט מעֶהר לוין, אוּן דוּרך דעֶם וועֶט דעֶר גאָרטעֶן ניט אַרויסקוּמעֶן אַזוי שעֶן אוּן גאַנץ, ווי דעֶר קעֶניג האָט פעֶרטראַכט. דאָסזעֶלבּעֶ איז אויך מיט דעֶר „תּורה”: וועֶן גאָט וואָלט פריהעֶר עֶנטדעֶקעֶן די לוין פוּן יעֶדעֶר מצוה, וואָלטעֶן יוּדעֶן זיך נוּר געֶהאַלטעֶן פאַר יעֶנעֶ מצוות, וואָס די לוין זייעֶרעֶ איז גרויס אוּן וואָלטעֶן פעֶרנאַכלעֶסיגט די איבּעֶריגעֶ. דוּרך דעֶם וואָלט די תּורה ניט אינגאַנצעֶן אויסגעֶפיהלט געֶוואָרעֶן לויט דעֶם רצון פוּן גאָט בּרוּך־הוּא.
ר׳ שמעון בּן יוחאי האָט געֶלעֶרנט:
— פאַר צוויי מצות האָט גאָט בּרוּך־הוּא יאָ עֶנטדעֶקט די לוין אין דעֶר תּורה, איינעֶ גאָר פוּן די גרינגסטעֶ: ניט צוּנעֶהמעֶן די מוּטעֶר פוּן די נעֶסט־פייגעֶליך; אוּן איינעֶ פוּן די האַרבּסטעֶ: עֶהרליך האַלטעֶן עֶלטעֶרן אוּן פאַר בּיידעֶ וועֶרט צוּגעֶזאָגט אַ גלייכעֶר לוין: לאַנג לעֶבּעֶן.
בּן הא הא זאָגט:
— לויט דעֶר מיה די לוין.
— „אָבּהיטעֶן זאָלסטוּ די געֶבּאָטעֶן, וועֶלכעֶ איך זאָג דיר אָן היינט צוּ טוּן זיי” — זאָגט די תּורה. אויף דעֶם זאָגט ר׳ יהושע בּן לוי: „היינט צוּ טוּן” אָבּעֶר ניט מאָרגעֶן, אויף יעֶנעֶר וועֶלט; „היינט צוּ טוּן זיי” אָבּעֶר ניט היינט, אויף דעֶר וועֶלט, צוּ בּעֶקוּמעֶן לוין.
ר׳ יעקב זאָגט:
— ניטאָ איין געֶבּאָט אין דעֶר תּורה, בּיי וועֶלכעֶס עֶס שטעֶהט אַרויסגעֶשטעֶלט די לוין, עֶס זאָל ניט ווייזעֶן אויף תחית המתים: בּיי עֶהרליך האַלטעֶן עֶלטעֶרן שטעֶהט: „דעֶרפאַר וועֶסטוּ האָבּעֶן לאַנגעֶ יאָר אוּן עֶס וועֶט דיר וואויל זיין”, אוּן בּיי אַוועֶקשיקעֶן די מוּטעֶר פוּן דעֶר נעֶסט שטעֶהט אויך דאָס זעֶלבּעֶ. היינט אַז איינעֶם האָט דעֶר פאָטעֶר געֶהייסעֶן: געֶה אַרויף אויפ׳ן דאַך אוּן בּריינג מיר פוּן דאָרט טייבּעֶלעֶך, פאָלגט עֶר דעֶם פאָטעֶר, געֶהט־אַרויף אויפ׳ן דאַך אוּן לאָזט־אָפּ, ווי די תּורה הייסט, די מוּטעֶר פוּן די טייבּעֶלעֶך אוּן נעֶהמט־צוּ די קינדעֶרלאַך, אוּן צוּריקוועֶגס, נאָכדעֶם וואָס עֶר האָט געֶטוּן בּיידעֶ געֶבּאָטעֶן, פאַלט עֶר אַראָפּ אוּן וועֶרט געֶ׳הרג׳עֶט, — וואוּ איז דאָס וואויל פוּן דעֶם אוּן וואוּ זעֶנעֶן די לאַנגעֶ יאָר זיינעֶ? ניט אַנדעֶרש אַז די לאַנגעֶ יאָרעֶן מיינט מעֶן אויף יעֶנעֶר וועֶלט, וואוּ דאָס לעֶבּעֶן איז אוּנעֶנדליך, אוּן דאָס וואויל זיין איז אויך אויף יעֶנעֶר וועֶלט, וואָס זי איז לויטעֶר וואויל.
„זעֶה, איך לעֶג אייך היינט פאָר די בּרכה אוּן די קללה; די בּרכה — אויבּ איר וועֶט פאָלגעֶן... אוּן די קללה — אויבּ איר וועֶט ניט פאָלגעֶן” — אָט דאָס וואָס משה האָט געֶוואָרעֶנט די יוּדעֶן, קעֶן מעֶן גלייכעֶן צוּ איינעֶם אַ געֶניטעֶן, וואָס איז געֶזעֶסעֶן אויף אַ שיידעֶ־וועֶג, וואוּ צוויי וועֶגעֶן צעֶטיילעֶן זיך: איין וועֶג איז אין אָנהויבּ פעֶרוואַקסעֶן מיט דעֶרנעֶר, צוּם סוף אָבּעֶר איז עֶר גלייך אוּן גלאַט; דעֶר צווייטעֶר, פעֶרקעֶהרט: הייבּט זיך אָן ↰ 109 גלייך אוּן גלאַט אוּן עֶנדיגט זיך מיט דעֶרנעֶר. פלעֶגט דעֶר געֶניטעֶר וואָרעֶנעֶן אַלעֶ דוּרכגעֶהעֶר אוּן זיי ראַטעֶן: זעֶהט איר דעֶם וועֶג? — קוּקט ניט וואָס עֶר הויבּט זיך אָן מיט דעֶרנעֶר, פאָלגט מיך אוּן געֶהט מיט אים, ווייל דעֶרנאָך איז עֶר גלייך אוּן גלאַט. אַ קלוּגעֶר פאָלגט אוּן לאָזט זיך אויף־דעֶם וועֶג, מיהט זיך איין אַבּיסעֶל, אָבּעֶר דעֶרנאָך געֶהט עֶר בּשלום אוּן קוּמט בּשלום. די אָבּעֶר וואָס פאָלגעֶן נישט, לאָזעֶן זיך געֶהן מיט דעֶם אַנדעֶרעֶן וועֶג, פאַלעֶן זיי צוּם סוף אַריין.
אַזוי אויך האָט משה געֶוואָרעֶנט די יוּדעֶן: איר האָט פאַר אייך צוויי וועֶגעֶן, פוּן לעֶבּעֶן אוּן טויט, פוּן בּרכה אוּן קללה; זאָלסטוּ אויסוועֶהלעֶן דאָס לעֶבּעֶן.
ר׳ איבו האָט געֶזאָגט:
— מעֶנשעֶן זעֶנעֶן פאַראַן דרייעֶרליי. אַ טייל זאָגעֶן: כּדאי געֶבּוירעֶן וועֶרעֶן נוּר צוּליבּ דעֶם אַליין, אָנצוּקוּקעֶן די שעֶנעֶ גאָט׳ס וועֶלט, דעֶם בּלאָהעֶן הימעֶל, די ליכטיגעֶ זוּן, לבנה אוּן שטעֶרעֶן, דאָס אַליין איז אַ גאַנץ געֶניגעֶ לוין פאַר דעֶם מעֶנשעֶן. צווייטעֶ זאָגעֶן: וואָס דוּ, רבּונו של עולם, האָסט אוּנז צוּ געֶבּעֶן, גיבּ עֶס ניט איצט, נאָר אויף יעֶנעֶר וועֶלט. דריטעֶ, פוילעֶ אַרבּייטעֶר, זאָגעֶן: גיבּ אוּנז אָפּ איצט אַלעֶס, וואָס עֶס קוּמט אוּנז אוּן די עֶלטעֶרעֶן אוּנזעֶרעֶ.
- „אויפ׳ן הויכעֶן בּאַרג געֶה הויבּ זיך אויף...
- הויבּ אויף מיט קראַפט דיין שטימעֶ...
- זיין לוין איז שוין מיט אים
- אוּן זיין פעֶרדינסט פאָראויס”. —
אויף די וועֶרטעֶר פוּנ׳ם נביא האָט ירמיה בּר׳ אליעזר אין זיין דרשה געֶזאָגט אַזוי:
— אַ קלינגעֶנדיגעֵר בּת־קול וועֶט זיך לאָזעֶן העֶרעֶן אויף די שפּיץ־בּעֶרג מיט אַן אויסרוּף:
— וועֶר ס׳האָט פעֶרדינסטעֶן פאַר גאָט זאָל עֶר קוּמעֶן אָפּנעֶהמעֶן זיין לוין.
וועֶט זיך דעֶרויף אָפּרוּפעֶן דעֶר רוּח־הקודש מיט די וועֶרטעֶר פוּן איוב: „וועֶר האָט זיך פאַר מיר געֶפאָדעֶרט, איך זאָל אים דאַרפעֶן בּעֶלוינעֶן?” — האָבּ איך דעֶן נישט געֶלויבּט פריהעֶר דעֶם מעֶנשעֶן נאָך איידעֶר עֶר טוּט עֶפּיס פאַר מיר? וועֶר זינגט מיר לויבּ־לידעֶר, איידעֶר איך האָבּ אים געֶגעֶבּעֶן אַ נשמה? וועֶר איז מקיים די מצוה פוּן מילה, איידעֶר איך האָבּ אים געֶשעֶנקט אַ בּן־זכר? וועֶר מאַכט, לויט׳ן געֶבּאָט. אַ געֶלעֶנדעֶר אַרוּם אַ דאַך, איידעֶר איך האָבּ אים אַ הויז געֶגעֶבּעֶן? אַ מזוּזה — איידעֶר איך האָבּ איך אַ הויז געֶגעֶבּעֶן? אַ סוּכּה — אַ פּלאַץ; ציצית — אַ קלייד; פּאה 1) — אַ פעֶלד; תּרומה — אַ שייעֶר; חלה — טייג.
דעֶר געֶוויסעֶר הויכגעֶשטעֶלטעֶר רוימעֶר אַנטונינוס האָט אַמאָל געֶזאָגט זיין פריינד רבּי׳ן:
— סיי דעֶר גוּף, סיי די נשמה, קעֶנעֶן זיך בּעֶפרייעֶן אויף יעֶנעֶר וועֶלט פוּנ׳ם געֶריכט: דעֶר גוּף קעֶן זאָגעֶן, אַז די נשמה איז די זינדיגעֶ, אַ סימן, זינט זי האָט זיך פוּן מיר אָפּגעֶשיידט; ליג איך אין קבר ווי אַ שטוּמעֶר שטיין; די נשמה קעֶן זאָגעֶן, דעֶר גוּף איז דעֶר זינדיגעֶר, ווייל זינט איך האָבּ זיך אָפּגעֶשיידט פוּן אים פליה איך אַרוּם אין דעֶר לוּפטעֶן ווי אַ פייגעֶלעֶ.
דעֶרויף האָט אים רבּי געֶעֶנטפעֶרט מיט אַ משל:
— אַ קעֶניג האָט געֶהאַט אַ שעֶנעֶם פרוּכט־גאָרטעֶן. ווי די פרוּכט האָבּעֶן אָנגעֶהויבּעֶן צייטיג וועֶרעֶן, האָט עֶר דאָרטעֶן אַוועֶקגעֶזעֶצט צוויי היטעֶר, איינעֶם אַ קרוּמעֶן אָהן פיס, אוּן איינעֶם אַ בּלינדעֶן אויף בּיידעֶ אויגעֶן. רוּפט זיך אָן דעֶר קרוּמעֶר צוּם בּלינדעֶן: „איך זעֶה שעֶנעֶ עֶרשטצייטיגעֶ ↰ 111 פרוּכט אויף די בּוימעֶר. זעֶץ מיך אויף רייטעֶנדיג אויף דיינעֶ אַקסלעֶן וועֶל איך זיי אָנרייסעֶן פאַר אוּנז אוּן מיר וועֶלעֶן געֶניסעֶן” האָבּעֶן זיי אַזוי געֶטוּן. אין אַ צייט אַרוּם קוּמט דעֶר אייגעֶנטימעֶר פוּן גאָרטעֶן, פרעֶגט עֶר בּיי די היטעֶר: וואוּ זעֶנעֶן הינגעֶקוּמעֶן די שעֶנעֶ עֶרשטצייטיגעֶ פרוּכט? זאָגט דעֶם אמת, וועֶר פוּן אייך האָט זיי אָפּגעֶריסעֶן?
1) לויט׳ן געבאָט מוז מען פונ׳ם שניט איבערלאָזען אויפין עק פעלד פאַר אָרומע לייט פאה (די עקסטע שורה תבואה).
— האָבּ איך דעֶן אויגעֶן צוּ זעֶהן? — זאָגט דעֶר בּלינדעֶר.
— האָבּ איך דעֶן פיס צוּ געֶהן? — זאָגט דעֶר קרוּמעֶר.
איז זיך מישב דעֶר אייגעֶנטוּמעֶר אוּן זעֶצט אַרויף רייטעֶנדיג דעֶם קרוּמעֶן אויפ׳ן בּלינדעֶן אוּן שמייסט זיי אָפּ צוּזאַמעֶן.
דאָסזעֶלבּעֶ וועֶט אויך גאָט טוּן מיט דעֶר נשמה אוּן גוּף. עֶר וועֶט אַריינלאָזעֶן די נשמה ווידעֶר אין גוּף אוּן אַזוי וועֶט עֶר זיי בּעֶשטראָפעֶן בּיידעֶ צוּזאַמעֶן.
ר׳ לוי האָט וועֶגעֶן לוין אוּן שטראָף געֶזאָגט אַזאַ משל:
- — בּיים פעֶנסטעֶר אין אַ שטייגעֶל
- איז אַ געֶפאַנגעֶן פויגעֶלעֶ געֶזעֶסעֶן,
- אוּן פוּן אַ שיסעֶלעֶ אַ פוּלס, אַ גרייטס
- געֶגעֶסעֶן:
- פּיק־פּיק די קעֶרעֶנדלעֶך, פּיק־פּיק!
- דעֶרנעֶבּעֶן אויף אַ צווייגעֶל
- אַ פייגעֶלעֶ אַ צווייטס,
- זעֶהט־אויס שטאַרק הוּנגעֶריג געֶוועֶן,
- האָט דאָס מיט קנאה צוּגעֶזעֶהן
- אוּן מיט אַ זיפצעֶלעֶ געֶזאָגט:
- אַך אַך! אַז איינעֶם איז בּאַשעֶרט אַ גליק
- זיצט עֶר זיך רוּהיג שטיל אויף גרייטעֶ קעֶסט
- אוּן פרעֶסט,
- אוּן וויפיל עֶר פעֶרמאָגט אַלץ נאָך, אַלץ מעֶהר אים;
- אוּן איינעֶר, אָך אוּן וועֶה, איז גאַנצעֶ טעֶג פעֶריאָגט
- פליהט־אוּם מיט איינגעֶשרימפּעֶנעֶ געֶדעֶרים
- אוּן יעֶדעֶר קעֶרעֶנדעֶל קוּמט אָן אים
- מיט גרינעֶ וועֶרים.
- — בּיזט מיר מקנא? — עֶנטפעֶרט דעֶם גלייך אָפּ
- דאָס פויגעֶלעֶ פוּן שטייג
- אַ הויבּ געֶטוּן דעֶם קאָפּ —
- מקנא בּיזטוּ מיר? אויף אַלעֶ שונאים!
- דוּ נאַר איינעֶר, שווייג בּעֶסעֶר, שווייג:
- דוּ זעֶהסט מיין שפּייז, צי זעֶהסטוּ אויך מיין שטייג?
„פרעֶה זיך יוּנגעֶרמאַן מיט דיין יוּגעֶנד... — זאָגט קהלת — אוּן ווייס אַז פאַר דעֶם אַלעֶמעֶן וועֶט דיך גאָט בּריינגעֶן צוּם געֶריכט” — ר׳ חייא דעֶר גרויסעֶר האָט געֶזאָגט אויף דעֶם אַזאַ משל:
— איינעֶר אַ פעֶרבּרעֶכעֶר אויפ׳ן וועֶג צוּם שטראָף־פּלאַץ האָט זיך אויסגעֶריסעֶן אוּן איז אַנטלאָפעֶן. לאָזט זיך דעֶר תּלין נאָך אים אוּן שרייט נאָך: יוּנגעֶרמאַן, פעֶרלויף ניט אַזוי ווייט, וועֶט דיר זיין ניט אַזוי שוועֶר בּיים אוּמקעֶהרעֶן.
„דעֶר בּעֶשעֶפעֶר — גאַנץ איז זיין וועֶרק... געֶרעֶכט איז עֶר אוּן רעֶכטפאַרטיג” — זאָגט משה אין דעֶר תּורה. מעֶ זאָגט: וועֶן אַ מעֶנש קוּמט אויף יעֶנעֶר וועֶלט, רעֶכעֶנט מעֶן פאַר אים אויס אַלעֶ זיינעֶ מעשים: האָסטוּ געֶטוּן דאָס אוּן דאָס אויף יעֶנעֶם פּלאַץ אין יעֶנעֶם טאָג?
— יאָ — עֶנטפעֶרט עֶר.
— שרייבּ־אוּנטעֶר.
שרייבּט עֶר אוּנטעֶר מיט זיין אייגעֶנעֶר האַנד. אוּן נאָך מעֶהר, אַז מעֶ טראָגט אויף אים אַרויס דעֶם פּסק־דין, נעֶהמט עֶר עֶס אָן בּאהבה אוּן זאָגט: גאָט׳ס משפּט איז געֶרעֶכט.
הלל האָט געֶזעֶהן אַ קאָפּ (פוּן אַ דעֶרטרינקעֶנעֶם) שווימעֶן אויפ׳ן וואַסעֶר, רוּפט עֶר זיך אָן:
— דעֶרפאַר וואָס דוּ האָסט דעֶרטרינקעֶן, האָט מעֶן דיך דעֶרטרינקעֶן; אוּן די וואָס האָבּעֶן דיך דעֶרטרינקעֶן, וועֶלעֶן צוּם סוף אויך וועֶרעֶן דעֶרטרינקעֶן.
ר׳ מאיר פלעֶגט זאָגעֶן:
— מיט דעֶר זעֶלבּעֶר מאָס וואָס אַ מעֶנש מעֶסט, מעֶסט מעֶן אים, אוּן פּרוּטה צוּ פּרוּטה שטעֶלט זיך צוּנויף אַ גרויסעֶר חשבּון. שמשון הגבּור האָט זיך נאָכגעֶגעֶבּעֶן די אויגעֶן 1), דעֶרפאַר האָבּעֶן אים די פּלשתּים אויסגעֶשטאָכעֶן די אויגעֶן; אבשלום האָט זיך איבּעֶרגעֶנוּמעֶן מיט זיינעֶ שעֶנעֶ לאַנגעֶ האָר; דעֶרפאַר איז עֶר געֶבּליבּעֶן היינגעֶן אויף די האָר.
ר׳ שמעון בּן לקיש האָט אין זיין דרשה געֶזאָגט:
— אַז צוויי מעֶנשעֶן זעֶנעֶן בּעֶגאַנגעֶן יעֶדעֶר פוּן זיי אַ מאָרד, איינעֶר אוּמגעֶרעֶן, פאַר וועֶלכעֶ עֶס קוּמט פעֶרטריבּעֶן וועֶרעֶן אין איינעֶר פוּן די ערי־מקלט, אוּן איינעֶר מיטוויליג, פאַר וועֶלכעֶ עֶס קוּמט מיתה, נאָר קיין עדות זעֶנעֶן ניטאָ געֶגעֶן זיי בּיידעֶ, דאָך בּלייבּעֶן זיי ניט אוּנבּעֶשטראָפט. גאָט פיהרט זיי צוּנויף אויף איין פּלאַץ: דעֶר וואָס האָט געֶ׳הרג׳עֶט מיטוויליג זיצט הינטעֶר אַ לייטעֶר אוּן יעֶנעֶר, וואָס האָט עֶרמאָרדרעֶט אוּמגעֶרן, לאָזט זיך אַראָפּ פוּנ׳ם ליִיִטעֶר — פאַלט יעֶנעֶר אויף דעֶם אוּן טויט אים. קוּמט־אויס אַז בּיידעֶ וועֶרעֶן בּעֶשטראָפט לויט זייעֶר פעֶרבּרעֶכעֶן: דעֶר איז געֶ׳הרג׳עֶט אוּן יעֶנעֶר וועֶרט פעֶרטריבּעֶן.
1) נאָך יעדער פרוי וואָס די אויגען האָבען געזעהן.
זינט דעֶר בּית־מקדש איז חרוב געֶוואָרעֶן, הגם דעֶר משפּט פוּן סנהדרין איז אָפּגעֶשאַפט געֶוואָרעֶן, דעֶר טויט־שטראָף אָבּעֶר איז ניט אָפּגעֶשאַפט ↰ 114 געֶוואָרעֶן. וועֶמעֶן עֶס קוּמט פעֶרשטיינט וועֶרעֶן, פאַלט עֶר אַראָפּ פוּן דאַך, אָדעֶר אַ חיה צעֶרייסט אים; פעֶרבּרעֶנט וועֶרעֶן — פאַלט עֶר אַריין אין אַ שריפה, אָדעֶר אַ גיפטיגעֶ שלאַנג גיט אים אַ בּיס; געֶ׳הרג׳עֶט וועֶרעֶן — וועֶרט עֶר עֶרמאָרדעֶט דוּרך דעֶר מאַכט, אָדעֶר גזלנים בּעֶפאַלעֶן אים; דעֶרשטיקט וועֶרעֶן — וועֶרט עֶר דעֶרטרינקעֶן אין וואַסעֶר, אָדעֶר עֶר קוּמט־אוּם דוּרך אַ האַלז־געֶשווילעֶכץ.
ר׳ יצחק זאָגט:
— דעֶר מעֶנש וועֶרט געֶ׳משפּט נוּר לויט זיינעֶ מעשים פוּן איצט, ווי דעֶר פּסוּק זאָגט וועֶגעֶן ישמעאל׳ן: „גאָט האָט געֶהעֶרט די שטים פוּנ׳ם יוּנג ווי אַזוי עֶר איז דאָרט”.
אויף דעֶם האָט ר׳ סימון געֵזאָגט:
— די מלאכים האָבּעֶן זיך געֶנוּמעֶן אים בּעשולדיגעֶן: רבּונו של עולם — האָבּעֶן זיי געֶזאָגט — דאָס איז דאָך דעֶר זעֶלבּעֶר ישמעאל, וואָס עֶר וועֶט אַמאָל אוּמבּריינגעֶן דיינעֶ קינדעֶר אין דאָרשט — אוּן אים וועֶסטוּ אים איצט צוּשיקעֶן אַ וואַסעֶר־בּרוּנעֶן?
— אָבּעֶר דעֶרווייל וואָס איז עֶר, אוּנשוּלדיג צי ניין?
— אוּנשוּלדיג — עֶנטפעֶרעֶן זיי.
— אוּן איך משפּט דעֶם מעֶנשעֶן — זאָגט גאָט — נוּר נאָך זיינעֶ איצטיגעֶ מעשים.
— רב המנונא זאָגט:
— גאָט בּעֶשטראָפט דעֶם מעֶנשעֶן נוּר דעֶמאָלט, וועֶן זיין מאָס (זינד) וועֶרט פעֶרפוּלט.
„גאָט פעֶררעֶכעֶנט די זינד פוּן די עֶלטעֶרן אויף קינדעֶר” — זאָגט די תּורה, אוּן אין אַ צווייט אָרט זאָגט זי: „עֶס זאָלעֶן ניט מיט׳ן טויט בּעֶשטראָפט וועֶרעֶן קינדעֶר פאַר עֶלטעֶרן”. דאָס קעֶן פעֶרעֶנטפעֶרט וועֶרעֶן מיט אַזאַ משל:
— אין אַ פירשטאָקיג הויז, איין שטאָק איבּעֶר׳ן אַנדעֶרן, האָט זיך געֶפוּנעֶן אויבּעֶן וויין, הינטעֶר דעֶם — בּוימעֶל, הינטעֶר דעֶם — האָניג אוּן גאָר ↰ 115 הינטעֶן — וואַסעֶר. האָט זיך אָנגעֶצינדעֶן איין שטאָק — פעֶרלעֶשעֶן זיי איינס דאָס אַנדעֶרעֶ. וועֶן אָבּעֶר אַלעֶ זאָלעֶן זיין דוּרכאויס מיט בּוימעֶל, וואָלטעֶן זיי אַלעֶ אַוועֶק מיט׳ן פייעֶר. דאָסזעֶלבּעֶ איז אויך מיט דורות: אויבּ זיי געֶהעֶן געֶמישט, אַ דור פוּן רשעים צווישעֶן דורות פוּן צדיקים, לעֶשעֶן זיי איינס דעֶם אַנדעֶרן אוּן קינדעֶר ליידעֶן ניט פאַר עֶלטעֶרן אוּן עֶלטעֶרן ניט פאַר קינדעֶר. וועֶן עֶס געֶהעֶן אָבּעֶר עֶטליכעֶ דורות רשעים דוּרכאַנאַנד, וועֶרט פעֶררעֶכעֶנט די זינד פוּן עֶלטעֶרן אויף די קינדעֶר.
משה האָט געֶזאָגט: „גאָט פעֶררעֶכעֶנט די זינד פוּן די עֶלטעֶרן אויף קינדעֶר”, איז געֶקוּמעֶן דעֶר נביא יחזקאל אוּן האָט עֶס אָפּגעֶשאַפט אוּן געֶזאָגט: „די זעֶלעֶ וואָס פעֶרזינדיגט זיך — זי זאָל אוּמקוּמעֶן”.
גאָט בּרוּך־הוּא שטעֶלט ניט דעֶם מעֶנשעֶן אַזעֶלכעֶ שוועֶרעֶ פאָדעֶרוּנגעֶן, וואָס זעֶנעֶן ניט פאַר זיינעֶ כּחות.
דעֶר וואָס זאָגט: גאָט איז אַ ותּרן אוּן עֶס מאַכט דעֶריבּעֶר ניט אויס, מעֶהר אַ זינד וועֶניגעֶר אַ זינד — איז עֶר אַ ותּרן אויף זיין אייגעֶן לעֶבּעֶן. ווייל דעֶר שעֶפעֶר — ווי די תּורה זאָגט — איז זיין וועֶרק פאָלקאָם” דעֶן אַלעֶ זיינעֶ וועֶגעֶן זעֶנעֶן געֶריכט.
רב חסדא זאָגט:
— גאָט מאָהנט־איין זיין חוב בּיי׳ם מעֶנשעֶן לויט זיין פעֶרמעֶגעֶן: בּיים רייכעֶן פוּנ׳ם אָקס, בּיים אָרוּמאַן פוּנ׳ם שעֶפּסעֶלעֶ, בּיי דעֶר אלמנה פוּן דעֶר היהן אוּן בּיים יתום פוּנ׳ם איי.
גאָט פעֶרהאַלט ניט די לוין פוּן קיין בּעֶשעֶפעֶניש, אַפילוּ לוין פאַר אַ שעֶן וואָרט.
טרייף פלייש האָט די תּורה געֶהייסעֶן אָפּגעֶבּעֶן די הינט. דאָס איז ↰ 116 אַ לוין די הינט דעֶרפאַר, וואָס זיי האָבּעֶן ניט געֶפאַלעֶן אויף יוּדעֶן בּשעת אַרויסגעֶהן פוּן מצרים. אוּן זאָל מעֶן וויסעֶן, אַז גאָט פעֶרהאַלט ניט די לוין פוּן קיין בּעֶשעֶפעֶנעֶש, אַפילוּ פוּן אַ חיה, בּפרט פוּן אַ מעֶנשעֶן.
„גאָט איז בּעֶגלויבּט אוּן אָהן אוּנרעֶכט” — זאָגט די תּורה: „גאָט איז בּעֶגלויבּט” — ווי עֶר רעֶכעֶנט זיך אָפּ מיט די רשעים פאַר יעֶדעֶ מעֶרסטעֶ עבירה אויף יעֶנעֶר וועֶלט, אַזוי רעֶכעֶנט עֶר זיך אָפּ מיט די צדיקים פאַר יעֶדעֶ מעֶרסטעֶ עבירה אויף דעֶר וועֶלט; „אוּן אָהן אוּנרעֶכט” — ווי עֶר בּעֶלוינט די צדיקים פאַר אַ מעֶרסטעֶ מצוה אויף יעֶנעֶר וועֶלט, אַזוי בּעֶלוינט עֶר די רשעים פאַר אַ מעֶרסטעֶ מצוה אויף דעֶר וועֶלט.
מיט זיינעֶ נאָעֶנטעֶ איז גאָט מדקדק אַפילוּ אויף דעֶר האָר.
ר׳ אלעזר בּר׳ צדוק זאָגט:
— צדיקים אויף דעֶר וועֶלט זעֶנעֶן געֶגליכעֶן צוּ אַ בּוים וואָס שטעֶהט אין אַ ריין אָרט, נאָר איין צווייג זיינעֶ היינגט אַריבּעֶר אין אַ אוּמריין אָרט — האַקט מעֶן אָפּ די צווייג, שטעֶהט עֶר אינגאַנצעֶן אין אַ ריין אָרט; אַזוי אויך בּריינגט גאָט אויף צדיקים יסוּרים אויף דעֶר וועֶלט, אַ אָפּקוּמעֶניש פאַר זייעֶר בּיסעֶל זינד, כּדי זיי זאָלעֶן קוּמעֶן אינגאַנצעֶן ריינעֶ אויף יעֶנעֶר וועֶלט. ווי אין איוב וועֶרט געֶזאָגט: „דיין אָנהויבּ איז קליין, דיין סוף וועֶט זיין זעֶהר גרויס”. די רשעים אָבּעֶר זעֶנעֶן געֶגליכעֶן צוּ אַ בּוים וואָס שטעֶהט אין אַ אוּמריין אָרט, נאָר איין צווייג זיינעֶ היינגט־אַריבּעֶר אין אַ ריין אָרט — האַקט מעֶן אָפּ די צווייג, שטעֶהט עֶר אינגאַנצעֶן אין אַ אוּמריין אָרט; אַזוי אויך גיט אָפּ גאָט דאָס גוּטס די רשעים אויף דעֶר וועֶלט, כּדי צוּ פעֶריאָגעֶן זיי אין דעֶר נידריגסטעֶר שטוּפעֶ פוּן גיהנם אויף יעֶנעֶר ↰ 117 וועֶלט, ווי שלמה זאָגט אין „משלי”: „דאַכט זיך אַ וועֶג אַ גלייכעֶר פאַר׳ן מעֶנשעֶן, לאָזט זיך אויס — עֶר פיהרט צוּם טויט”.
דעֶר וואָס די זכיות זיינעֶ וועֶגעֶן־איבּעֶר די עבירות, טוּט מעֶן אים אויף דעֶר וועֶלט נוּר שלעֶכטס, גלייך ווי עֶר וואָלט פעֶרבּרעֶנט די גאַנצעֶ תּורה, ניט איבּעֶרגעֶלאָזט פוּן איר קיין איין אות; פעֶרקעֶהרט אָבּעֶר, דעֶר וואָס די עבירות זיינעֶ וועֶגעֶן־איבּעֶר די זכיות, טוּט מעֶן אים אויף דעֶר וועֶלט לויטעֶר גוּטס, גלייך ווי עֶר וואָלט מקיים געֶוועֶן די גאַנצעֶ תּורה, ניט פעֶרפעֶהלט פוּן איר קיין איין אות.
אין נאָמעֶן פוּן ר׳ יוסי וועֶרט געֶזאָגט:
— בּשעת משה האָט געֶבּעֶטעֶן בּיי גאָט: „לאָז מיך וויסעֶן דיינעֶ וועֶגעֶן”, האָט עֶר דעֶמאָלט געֶפרעֶגט: רבּונו־של־עולם, פאַרוואָס טרעֶפט אַ צדיק וואָס ס׳איז אים גוּט אוּן אַ צדיק וואָס ס׳איז אים שלעֶכט, אַ רשע וואָס ס׳איז אים גוּט אוּן אַ רשע וואָס ס׳איז אים שלעֶכט? זאָגט עֶר אים: משה, אַ צדיק וואָס ס׳איז אים גוּט, איז אַ צדיק דעֶר זוּהן פוּן אַ צדיק; אַ צדיק וואָס ס׳איז אים שלעֶכט — אַ צדיק דעֶר זוּהן פוּן אַ רשע; אַ רשע וואָס איז אים גוּט — אַ רשע, דעֶר זוּהן פוּן אַ צדיק; אַ רשע וואָס איז אים שלעֶכט — אַ רשע דעֶר זוּהן פוּן אַ רשע.
אַנדעֶרעֶ זאָגעֶן, אַז עֶר האָט אים געֶעֶנטפעֶרט אַזוי: אַ צדיק וואָס ס׳איז אים גוּט, איז אַ עֶכטעֶר צדיק, אַ צדיק וואָס איז אים שלעֶכט — ניט קיין עֶכטעֶר צדיק; אַ רשע וואָס אים איז גוּט — ניט קיין עֶכטעֶר רשע; אַ רשע וואָס אים איז שלעֶכט — אַ עֶכטעֶר רשע.
אין נאָמעֶן פוּן ר׳ יונתן איז געֶזאָגט געֶוואָרעֶן .
— די שטראָף קוּמט אויף דעֶר וועֶלט נוּר צוּליבּ רשעים, אָנהויבּעֶן אָבּעֶר הויבּט זי זיך אָן פריהעֶר פוּן צדיקים.
ר׳ יוסף האָט געֶזאָגט:
— אַז דעֶר משחיתּ בּעֶקוּמט רשות צוּ בּעֶשטראָפעֶן די וועֶלט, קלויבּט עֶר ניט איבּעֶר צווישעֶן צדיקים אוּן רשעים; אוּן נאָך מעֶהר: עֶר הויבּט אָן פוּן די צדיקים.
דעֶרבּיי האָט זיך ר׳ יוסף צעֶוויינט. „אַך! — האָט עֶר אויסגעֶשריגעֶן — זעֶנעֶן אַפילוּ זיי, הייסט עֶס, אויך גאָר נישט!
— גלייכעֶר פאַר זיי — טרייסט אים אַבּיי — „פאַר דעֶם אוּמגליק געֶהט־אַוועֶק דעֶר צדיק”, זאָגט דעֶר נביא, עֶר זאָל עֶס ניט צוּזעֶהן מיט די אויגעֶן.
וועֶן אַ דור פעֶרמאָגט צדיקים, קוּמעֶן זיי אָפּ איבּעֶר׳ן דוּר; וועֶן אָבּעֶר דעֶר דור פעֶרמאָגט ניט קיין צדיקים, קוּמעֶן אָפּ די ריינעֶ, אוּנשוּלדיגעֶ שוּל־קינדעֶר.
„גאָט פּרוּבט דעֶם צדיק” — וועֶרט געֶזאָגט אין תּהלים. — אַ טעֶפּעֶר — זאָגט דעֶרויף ר׳ יונתן — וועֶן עֶר נעֶמט אויספּרוּבּירעֶן זיינעֶ כלים, קלאַפּט עֶר ניט אָן אויף געֶפּלאַצטעֶ טעֶפּ אוּן קריגעֶן, עֶר ווייסט אַז פוּן איין קלאַפּ וועֶלעֶן זיי צעֶשאָטעֶן וועֶרעֶן. וועֶלכעֶ דעֶן פּרוּבּירט עֶר? די גאַנצעֶ אוּן שטאַרקעֶ, די וועֶלעֶן אויסהאַלטעֶן קלעֶפּ וויפיל ס׳איז. אַזוי אויך פּריווט ניט גאָט קיין רשעים, נאָר צדיקים.
ר׳ אליעזר זאָגט:
— האָט אַ מעֶנש צוויי בּהמות, איינעֶ אַ געֶזוּנטעֶ אוּן איינעֶ אַ שוואַכעֶ, אויף וועֶמעֶן טוּט עֶר אָן די יאָך? פעֶרשטעֶהט זיך, אויף דעֶר שטאַרקעֶר. אַזוי אויך פּרוּבט־אויס גאָט נוּר דעֶם צדיק.
ר׳ ינאי זאָגט:
— צוּם רוּהיג לעֶבּעֶן פוּן רשעים זעֶנעֶן מיר ניט צוּגעֶקוּמעֶן, די ↰ 119 ליידעֶן פוּן די צדיקים האָבּעֶן אוּנז ניט בּעֶריהרט; מיר האָבּעֶן ניט דאָס אוּן ניט יעֶנץ.
ר׳ יהושע בּן לוי איז געֶקוּמעֶן קיין רוים, זעֶהט עֶר שעֶנעֶ מאַרמאָרנעֶ דעֶנקמעֶלעֶר בּעֶדעֶקט מיט פּראַכטפאָלעֶ טאַפּעֶטעֶן, צוּ בּעֶשיצעֶן זיי, עֶס זאָל זיי ניט שאַדעֶן קיין היץ אוּן קיין קעֶלט. געֶקוּמעֶן אין אַ אַנדעֶר פּלאַץ אין מאַרק זעֶהט עֶר אַן אָרוּמעֶן מעֶנשעֶן איינגעֶהילט אין שמאַטעֶס. אויף די בּעֶפּוּצטעֶ דעֶנקמעֶלעֶר האָט עֶר אויסגעֶרוּפעֶן מיט די וועֶרטעֶר פוּנ׳ם משורר אין תּהלים: „דיין וואָהלטאַט איז ווי די מעֶכטיגעֶ בּעֶרג”, אוּן אויפ׳ן אָרוּמאַן — דעֶם סוף פוּן דעֶם זעֶלבּעֶן פּסוּק: „אוּן דיין געֶריכט איז דעֶר אוּנגעֶהויעֶרעֶר אָפּגרוּנד”.
ר׳ תּנחומא בּר אבּא זאָגט:
— וועֶן שלמה המלך האָט געֶזאָגט אין קהלת: „זיס איז דעֶר שלאָף פוּנ׳ם אַרבּייטעֶר, צי עֶר געֶניסט וועֶניג אָדעֶר פיל אוּן די זעֶט לאָזט דעֶם רייכעֶן ניט שלאָפעֶן” — האָט מעֶן אים דעֶרויף געֶפרעֶגט: וועֶן אַן אַנדעֶרעֶר זאָל אַרויסזאָגעֶן אַזאַ געֶדאַנק, וואָלט מעֶן אים אויסגעֶלאַכט. דוּ, דעֶר קליגסטעֶר פוּן אַלעֶ, זאָל זאָגעֶן אַזאַ זאַך! איז עֶס דעֶן אַזוי? וועֶר ווייסט עֶס נישט, אַז מעֶ לעֶגט זיך הוּנגעֶריג שלאָפט מעֶן אוּנרוּהיג, אוּן אַז מעֶ לעֶגט זיך זאַט שלאָפט מעֶן געֶשמאַק.
— עֶס האַנדעֶלט זיך דאָ — האָט עֶר געֶעֶנטפעֶרט — פוּן פרוּמעֶ אוּן לעֶרנעֶר, וואָס מיהעֶן זיך פאַר גאָט; וועֶר עֶס פעֶרבּריינגט זיינעֶ יאָרעֶן, אָהן אוּנטעֶרשיר צי לעֶבּט עֶר פיל אָדעֶר וועֶניג, אין תּורה אוּן מעשים טובים, בּעֶקוּמעֶן זיי אַ גלייכעֶן לוין.
ר׳ לוי האָט דעֶרויף געֶזאָגט אַ משל:
— אַ קעֶניג האָט געֶדינגעֶן אַרבּייטעֶר פאַר זיינעֶ אַ אַרבּייט. אינמיטעֶן דעֶר אַרבּייט האָט דעֶר קעֶניג איינעֶם פוּן זיי אַוועֶקגעֶנוּמעֶן אוּן זיך אַוועֶקגעֶלאָזט מיט אים שפּאַצירעֶן. אָבּעֶנדצייט זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן די אַרבּייטעֶר נעֶהמעֶן זייעֶר טאָג־לוין אוּן צוּזאַמעֶן מיט זיי איז געֶקוּמעֶן אויך יעֶנעֶר וואָס דעֶר קעֶניג האָט מיט אים געֶשפּאַצירט. קעֶן דעֶן אים דעֶר קעֶניג זאָגעֶן: דוּ האָסט געֶאַרבּייט אינגאַנצעֶן אַ פּאָר שעה, בּעֶקוּם נוּר לויט דיין אַרבּייט? עֶר קעֶן דאָך דעֶרויף עֶנטפעֶרעֶן דעֶם קעֶניג: וועֶן ניט דוּ זאָלסט מיך אָפּרייסעֶן פוּן דעֶר אַרבּייט אוּן נעֶהמעֶן אויפ׳ן שפּאַציר, וואָלט איך אויך געֶאַרבּייט גלייך מיט אַלעֶ. דאָסזעֶלבּעֶ איז אויך מיט דעֶם, וואָס האָט זיך געֶמיהט אין דעֶר תּורה אוּן איז יוּנג געֶגאַנגעֶן פוּן דעֶר וועֶלט. עֶר קעֶן זאָגעֶן גאָט: וואָלסטוּ מיך ניט אַוועֶקגעֶנוּמעֶן פאַר דעֶר צייט, וואָלט איך נאָך מעֶהר געֶלעֶרעֶנט אוּן גוּטס געֶטוּן.
וועֶן ר׳ בּוּן בּר׳ חייא איז יוּנג פוּן דעֶר וועֶלט געֶגאַנגעֶן, איז ר׳ זירא אַריינגעֶגאַנגעֶן אים בּעֶקלאָגעֶן. האָט עֶר זיין קלאָג־רעֶדעֶ אָנגעֶהויבּעֶן מיט די וועֶרטעֶר פוּנ׳ם פּסוּק: „זיס איז דעֶר שלאָף פוּנ׳ם אַרבּייטעֶר, צי עֶר געֶניסט וועֶניג אָדעֶר פוּל”, אוּן עֶר האָט געֶזאָגט אויף ר׳ בּוּן בּר׳ חייא אַזאַ משל:
— אַ קעֶניג האָט געֶדינגעֶן אַרבּייטעֶר צוּ בּעֶאַרבּייטעֶן זיין וויינגאָרטעֶן. קוּמט דעֶר קעֶניג אוּן דעֶרזעֶהט דעֶם פעֶהיגסטעֶן אוּן געֶצייכעֶנסטעֶן פוּן זיי, נעֶהמט עֶר אים בּיי דעֶר האַנד אוּן שפּאַצירט מיט אים הין אוּן העֶר. אָבּעֶנדצייט קוּמעֶן די אַרבּייטעֶר צוּ בּעֶקוּמעֶן זייעֶר טאָג־לוין אוּן צווישעֶן זיי אויך יעֶנעֶר אַרבּייטעֶר. צאָהלט מעֶן אָפּ פאַר אַ גאַנצעֶן טאָג. פעֶרדרוּסט עֶס די אַלעֶ אַנדעֶרעֶ אַרבּייטעֶר. וואָס הייסט עֶס? — זאָגעֶן זיי — מיר האָבּעֶן שוועֶר געֶאַרבּייט אַ גאַנצעֶן טאָג, אוּן דעֶר פאַר אַ פּאָר שעה אַרבּייט בּעֶקוּמט לוין גלייך מיט אוּנז! זאָגט זיי דעֶרויף דעֶר קעֶניג: לאָז עֶס אייך ניט פעֶרדריסעֶן דעֶר האָט פאַר אַ פּאָר שעה זיך אויסגעֶצייכעֶנט מעֶהר וויפיל איר פאַר אַ גאַנצעֶן טאָג.
דאָס זעֶלבּעֶ איז אויך מיט ר׳ בּון בּר׳ חייא: פאַר זיינעֶ אַכט אוּן צוואַנציג יאָר לעֶבּעֶן האָט עֶר מעֶהר אוּן בּעֶסעֶר געֶלעֶרעֶנט ווי אַ אַנדעֶרעֶר אין גאַנצעֶ הוּנדעֶרט יאָר.
„איך שעֶנק דעֶם וואָס איך וויל שעֶנקעֶן” — האָט גאָט געֶזאָגט משה׳ן, וועֶן דעֶר האָט זיך בּיי אים געֶבּעֶטעֶן, אים בּעֶווייזעֶן זיינעֶ דרכים. דעֶמאָלט האָט אים גאָט בּעֶוויזעֶן אַלעֶ אוצרות פוּן לוין וואָס זעֶנעֶן צוּגעֶגרייט פאַר צדיקים, יעֶדעֶן לויט זיינעֶ מעשים. האָט זיך משה דעֶרפרעֶגט בּיי אים אויף יעֶדעֶן אוצר בּעֶזוּנדעֶר:
— דעֶר אוצר פאַר וועֶמעֶן איז?
— פאַר די וואָס לעֶרנעֶן תּורה.
— אוּן יעֶנעֶר פאַר וועֶמעֶן?
— פאַר די בּעלי־צדקה.
אוּן אַזוי אויף יעֶדעֶן אוצר, בּיז משה האָט דעֶרזעֶהן איינעֶם אַן אוצר, זעֶהר אַ גרויסעֶן. פרעֶגט עֶר.
— אוּן דעֶר פאַר וועֶמעֶן איז?
— וועֶר עֶס האָט אייגעֶנעֶ פעֶרדינסטעֶן, בּעֶלוין איך אים פוּן זיין אייגעֶנעֶם אוצר; דעֶר וואָס האָט אָבּעֶר קיין פעֶרדינסטעֶן ניט בּעֶקוּמט עֶר פוּן מיר אַ אוּמזיסטיגעֶן געֶשאַנק אָט פוּן דעֶם גרויסעֶן אוצר — „איך שעֶנק דעֶם וואָס איך וויל שעֶנקעֶן”.
רב פלעֶגט אָפט זאָגעֶן:
— יעֶנעֶ וועֶלט איז ניט ווי די וועֶלט. אויף יעֶנעֶר וועֶלט ווייסט מעֶן נישט פוּן עֶסעֶן אוּן טרינקעֶן, קינדלעֶן, האַנדלעֶן אוּן וואַנדלעֶן, קנאה־שנאה אוּן וועֶלעֶן איינעֶר דעֶם צווייטעֶן איבּעֶרשטייגעֶן; וואָס דעֶן? צדיקים זיצעֶן זיך מיט קרוינעֶן אויף די קעֶפּ אוּן געֶניסעֶן פוּן דעֶר שכינה־שיין.
ר׳ יהושע בּן לוי זאָגט:
— גאָט בּרוּך־הוּא איז בּעֶרייט צוּ שעֶנקעֶן אויף יעֶנעֶר וועֶלט יעֶדעֶן צדיק דריי הוּנדעֶרט מיט צעֶהן וועֶלטעֶן.
יעֶדעֶר צדיק וועֶט בּעֶקוּמעֶן אויף יעֶנעֶר וועֶלט אַ חוּפּה לויט זיין כּבוד.
ר׳ חנינא זאָגט:
— דעֶר וואָס פעֶרגינט ניט די תּלמידי־חכמים אויף דעֶר וועֶלט, וועֶט דעֶר רויך אים אויפעֶסעֶן די אויגעֶן אויף יעֶנעֶר וועֶלט.
נאָך האָט ר׳ חנינא געֶזאָגט:
— יעֶדעֶן צדיק בּעֶזוּנדעֶר בּריהט־אָפּ דעֶם צווייטעֶנס חוּפה. אוי אַ בּזיון! אוי אַ שאַנד!
„דעֶר מעֶנש געֶהט־אַוועֶק — זאָגט קהלת — אין זיין אייבּיג הויז”. אויף דעֶם זאָגט ר׳ יצחק: יעֶדעֶן צדיק גיט מעֶן אָפּ אַ וואוינוּנג לויט זיין מדרגה. אַ קעֶניג געֶהט־אַריין מיט זיינעֶ שרים אין שטאָדט, קוּמעֶן זיי אָן אַלעֶ דוּרך איִיִן טויעֶר, דעֶרנאָך אָבּעֶר גיט מעֶן אָפּ יעֶדעֶן אַ וואוינוּנג נאָך זיין ראַנג.
ר׳ יוסף, דעֶר זוּהן פוּן ר׳ יהושע בּן לוי, איז קראַנק געֶוואָרעֶן אוּן געֶבּליבּעֶן ליגעֶן ווי טויט אָהן אַ נשמה. אַז עֶר איז דעֶרנאָך געֶקוּמעֶן צוּ זיך, פרעֶגט אים דעֶר פאָטעֶר:
— זוּהן מיינעֶר, וואָס האָסטוּ דאָרט געֶזעֶהן?
— אַ איבּעֶרגעֶקעֶהרטעֶ וועֶלט — עֶנטפעֶרט עֶר — האָבּ איך דאָרט געֶזעֶהן: אויבּעֶרשטעֶ פוּן אוּנטעֶן אוּן אוּנטעֶרשטעֶ — פוּן אויבּעֶן.
— ניין, זוּהן מיינעֶר — זאָגט אים דעֶר פאָטעֶר — אַ קלאָרעֶ וועֶלט האָסטוּ געֶזעֶהן, אוּן ווי האָבּעֶן מיר דיר אויסגעֶזעֶהן דאָרט?
— מיר זעֶנעֶן חשוּב׳עֶ דאָרטעֶן אַזוי ווי דאָ. איך האָבּ אויך געֶהעֶרט ווי מ׳האָט אויסגעֶרוּפעֶן: „וואויל איז דעֶם וואָס איז געֶקוּמעֶן אַהעֶר מיט זיין לעֶרנעֶן אין דעֶר האַנד!” אוּן נאָך האָבּ איך געֶהעֶרט אויסרוּפעֶן: „וואויל איז די אוּמגעֶקוּמעֶנעֶ אויף קדוש־השם! קיינעֶר קוּמט ניט צוּ זייעֶר פּלאַץ”.
ר׳ יהושע בּן לוי זאָגט:
— צוויי טויעֶרעֶן פוּן גאָרפינקעֶל זעֶנעֶן פאַראַן אין גן־עדן אוּן איבּעֶר זיי זעֶנעֶן ששים רבּוא (זעֶקס הוּנדעֶרט טויזעֶנד) מלאכים, אוּן דאָס געֶזיכט פוּן יעֶדעֶן מלאך שיינט ווי דעֶר לויטעֶרעֶר הימעֶל. אוּן בּשעת דעֶר צדיק קוּמט־אַריין ציהט מעֶן פוּן אים אָפּ די קליידעֶר אין וועֶלכעֶ מ׳האָט אים געֶלעֶגט אין קבר אוּן מעֶ הילט אים איין נייעֶ אַכט קליידעֶר פוּן פּראַכט־וואָלקעֶנס, אוּן געֶקרוינט דעֶם קאָפּ זיינעֶם מיט צוויי קרוינעֶן, איינעֶר פוּן עֶדעֶלשטיינעֶר אוּן פּעֶרעֶל אוּן דעֶר אַנדעֶרעֶר פוּן גין־גאָלד. אוּן מעֶ דעֶרלאַנגט אים אַכט הדסים (מירטין) אוּן מעֶ זינגט פאַר אים אַ לויבּ־ליד מיט די וועֶרטעֶר:
- געֶה געֶנוּס מיט פרייד דיין בּרויט
- אוּן אויפגעֶלעֶגט טרינק־אויס דיין וויין
- ווייל גאָט האָט שוין בּעֶוויליגט דיינעֶ מעשים.
דעֶרנאָך פיהרט מעֶן אים אַריין אין אַ אָרט אַ בּעֶוואַסעֶרט, בּעֶוואַקסעֶן מיט הוּנדעֶרטעֶרליי רויזעֶן־ אוּן מירטעֶן־בּוימעֶר. פאַר יעֶדעֶן צדיק שטעֶהט דאָרט צוּגעֶגרייט לויט זיין וועֶרטה אַ בּעֶזוּנדעֶר פּאַוויליאָן, פוּן וועֶלכעֶן עֶס ציהעֶן זיך פיר טייכעֶן: איינעֶר פוּן מילך, איינעֶר פוּן וויין, איינעֶר פוּן בּאַלזאַם אוּן איינעֶר פוּן האָניג. איבּעֶר יעֶדעֶר פּאַוויליאָן היינגט אַראָפּ אַ גאָלדעֶנעֶר וויינשטאָק מיט שטיינגלעֶן פּעֶרל, וואָס יעֶדעֶר פוּן זיי שיינט ווי דעֶר מאָרגעֶנשטעֶרן. אין יעֶדעֶר פּאַוויליאָן שטעֶהט אַ טיש — געֶזעֶצט מיט עֶדעֶל־שטיינעֶר אוּן פּעֶרעֶל. אוּן זעֶכציג מלאכים שטעֶהעֶן איבּעֶר׳ן קאָפּ פוּן יעֶדעֶן צדיק אוּן זיי זאָגעֶן אים:
„געֶה געֶנוּס מיט פרייד פוּנ׳ם האָניג, ווייל דוּ האָסט געֶלעֶרעֶנט תּורה געֶגליכעֶנעֶ צוּ האָניג, אוּן טרינק דעֶם וויין אויסגעֶהאַלטעֶנעֶם אין די טרויבּעֶן פוּן ששת ימי בּראשית, ווייל דוּ האָסט געֶלעֶרעֶנט ↰ 124 תּורה געֶגליכעֶנעֶ צוּ וויין. דעֶר מיאוס׳טעֶר פוּן זיי, שיינט זיין פּנים ווי דאָס געֶשטאַלט פוּן יוסף׳ן אוּן ווי ר׳ יוחנן. אוּן קיין נאַכט איז בּיי זיי ניטאָ. אוּן די צייט בּעֶנייט זיך אויף זיי אַלעֶ מאָל אין דריי משמרות, (צייט־טיילעֶן). אין דעֶר עֶרשטעֶר משמורה איז דעֶר צדיק ווי אַ קינד, קוּמט עֶר אַריין אין דעֶר אָפּטיילוּנג פוּן קינדעֶר אוּן געֶניסט די פרייד פוּן קינדהייט; אין דעֶר צווייטעֶר משמורה וועֶרט עֶר אַ יוּנגעֶרמאַן, קוּמט אַריין אין אָפּטיילוּנג פוּן יוּנגעֶ־לייט, אוּן געֶנוּסט די פרייד פוּן יוּגעֶנד; אין דעֶר דריטעֶר משמורה וועֶרט עֶר אַן אַלטעֶר מאַן, קוּמט־אַריין אין אַ אָפּטיילוּנג פוּן אַלטעֶ לייט אוּן געֶנוּסט די פרייד פוּן עֶלטעֶר.
אוּן דעֶר גן־עדן זעֶנעֶן אַלעֶ ווינקעֶלעֶך זיינעֶ פוּל מיט מיריאַדעֶן בּוימעֶר, דעֶר קלעֶנסטעֶר פוּן זיי געֶהט־איבּעֶר די שעֶנסטעֶ אוּן די בּעֶסטעֶ בּשמים־בּוימעֶר, אוּן אין יעֶדעֶר ווינקעֶל שטעֶהעֶן אויסגעֶשטעֶלט כאָרעֶן פוּן מיריאַדעֶן מלאכים אוּן זינגעֶן מיט אַ זיסעֶר שטוּמעֶ. אין דעֶרמיט גן־עדן שטעֶהט דעֶר עץ־החיים, וועֶלכעֶר בּעֶדעֶקט פוּן אויבּעֶן מיט זיין געֶצווייג דעֶם גאַנצעֶן גן־עדן. אוּן עֶר פעֶרמאָגט פינף הוּנדעֶרט טויזעֶנד טעמים פעֶרשידעֶנעֶ אין געֶשמאַק אוּן אין ריח. איבּעֶר אים שוועֶבּעֶן־אַרוּם פּרעֶכטיגעֶ וואָלקעֶנס, אוּן פוּן אַלעֶ פיר זייטעֶן בּעֶריהרעֶן אים ווינטעֶלאַך, טראָגט זיך זיין ריח פוּן איין עֶק וועֶלט בּיז׳ן אַנדעֶרעֶן, אוּן הינטעֶר אים אין שאָטעֶן פוּן זיינעֶ צווייגעֶן זיצעֶן תּלמידי־חכמים אוּן עֶרקלעֶרעֶן די תּורה. אוּן יעֶדעֶר פוּן זיי האָט זיין אייגעֶנס צוויי חוּפּות, איינעֶ פוּן שטעֶרעֶן אוּן איינעֶ פוּן זוּן אוּן לבנה. אוּן צווישעֶן איין חוּפּה אוּן דעֶר צווייטעֶר היינגט אַ פאָרהאַנג פוּן פּראַכט־וואָלקעֶנס. אוּן טיפעֶר פוּן דאָרט איז דאָס פּלאַץ עדן, וואוּ ס׳איז פאַראַן דריי הוּנדעֶרט מיט צעֶהן וועֶלטעֶן, אוּן אינוועֶניג געֶפוּנעֶן זיך זיבּעֶן כּתּות צדיקים: די עֶרשטעֶ — אוּמגעֶקוּמעֶנעֶ אויף קדוש־השם, ווי ר׳ עקיבא מיט זיינעֶ חברים; די צווייטעֶ — דעֶרטרינקעֶנעֶ אין ים; די דריטעֶ — ר׳ יוחנן בּן זכּאי מיט די תּלמידים; די פירטעֶ — די וואָס דעֶר וואָלקעֶן האָט זיי פעֶרדעֶקט; די פינפטעֶ — בּעלי־תּשוּבה; די זעֶקסטעֶ — ניט־בּעֶווייבּטעֶ, וואָס האָבּעֶן ניט פעֶרזוּכט קיינמאָל דעֶם טעם פוּן זינד; די זיבּעֶטעֶ כּתּה — אָרימעֶ־לייט, וואָס האָבּעֶן געֶוויסט אַבּיסעֶל אין אַ ספר אוּן פעֶרמאָגט מעֶנשליכקייט. אוּן גאָט, בּרוּך־הוּא, זיצט צווישעֶן זיי אַלעֶ אוּן עֶרקלעֶרט זיי די תּורה.
אויסעֶר דעֶם אַלעֶמעֶן שטעֶהט זיי פאָר נאָך פיל פּראַכט, העֶכעֶר אוּן גרעֶסעֶר, וועֶלכעֶ קיין מעֶנש קעֶן זי פאָראויס זיך ניט פאָרשטעֶלעֶן. אוּן אויף דעֶם זאָגט דעֶר נביא: „קיין אויג האָט ניט געֶזעֶהן, אויסעֶר דיר גאָט, וואָס עֶס וועֶט געֶטוּן וועֶרעֶן דעֶם וואָס עֶר האָפט אויף אים”.
„איינס געֶגעֶן אַנדעֶרעֶן האָט גאָט געֶמאַכט” — צווישעֶן גן־עדן אוּן גיהנם איז מעֶהר נישט פאַראַן ווי איין שפּאַן.
„פאַר זיין צאָרן וועֶר קעֶן בּיישטעֶהן, אוּן וועֶר קעֶן אויסהאַלטעֶן זיין בּרעֶנעֶנדעֶן גרים?” — זאָגט דעֶר נביא. שוועֶר איז די שטראָף אין גיהנם.
צוויי כּתּות מלכי־חבּלה שטעֶהעֶן בּיי די טירעֶן פוּן גיהנם אוּן שרייעֶן: „גיבּ נאָך, גיבּ נאָך!” אוּן די קולות פוּנ׳ם גיהנם לאָזעֶן זיך העֶרעֶן פוּן איין עֶק וועֶלט בּיז׳ן אַנדעֶרעֶן. אוּן דריי טויעֶרעֶן האָט דעֶר גיהנם: איינעֶם אין ים, איינעֶם אין מדבּר אוּן איינעֶם אין ישוּב. אוּן פינף מיני פייעֶרעֶן פלאַקעֶרעֶן דאָרט: אַ פייעֶר וואָס עֶסט אוּן טרינקט, עֶסט אוּן טרינקט ניט, ניט עֶסט אוּן ניט טרינקט, אוּן אַ פייעֶר וואָס עֶסט פייעֶר. אוּן גליהעֶנדיגעֶ קוילעֶן געֶפוּנעֶן זיך דאָרט גרויסעֶ ווי בּעֶרג, ווי פעֶלזעֶן, ווי דעֶר ים־המלח די גרויס, אוּן טייכעֶן פוּן פּעֶך אוּן שוועֶבּעֶל פליסעֶן דאָרט אוּן האַלטעֶן אין איין קאָכעֶן אוּן זידעֶן.
די שטראָף פוּנ׳ם רשע איז אַזוי: איינעֶ מלאכי־חבּלה געֶבּעֶן אים אַ שטויס פוּן זיך, אוּן אַנדעֶרעֶ חאַפּעֶן אים אויף אוּן מעֶ גיט אים ווידעֶר אַ שטויס אוּן שליידעֶרעֶן אים פאַר׳ן פייעֶר פוּנ׳ם גיהנם. עֶפעֶנט דאָס פייעֶר אויף דאָס מויל אוּן שלינגט אים איין.
ר׳ יהושע בּן לוי זאָגט:
— אַמאָל בּין איך געֶגאַנגעֶן אין וועֶג, האָבּ איך בּעֶגעֶגעֶנט אליהוּ הנביא׳ן, דעֶרמאָהנט זאָל עֶר וועֶרעֶן צוּ גוּטעֶן, זאָגט עֶר מיר:
— ווילסט איך זאָל דיר צוּבּריינגעֶן צוּם טויעֶר פוּן גיהנם, זאָלסט אים בּעֶטראַכטעֶן?
— איך וויל.
האָט עֶר מיר געֶוויזעֶן מעֶנשעֶן אויפגעֶהאַנגעֶנעֶ פאַר די נעֶזעֶר, אַנדעֶרעֶ ↰ 126 פאַר די העֶנד, אַנדעֶרעֶ פאַר די פיס. אַנדעֶרעֶ פאַר די צינגעֶן, אוּן פרויעֶן פאַר די בּרוּסט, אַנדעֶרעֶ פאַר די אויגעֶן, אַנדעֶרעֶ פאַר די אויעֶרעֶן. ווידעֶר האָט עֶר מיר געֶוויזעֶן מעֶנשעֶן וואָס מעֶ גיט זיי עֶסעֶן פוּן זייעֶר אייגעֶנעֶם לייבּ; ווידעֶר מעֶנשעֶן וואָס זיצעֶן לעֶבּעֶדיגעֶ אוּן וועֶרים עֶסעֶן זיי, אוּן ווידעֶר מעֶנשעֶן וואָס מעֶן ניִיִט זיי צוּ עֶסעֶן דינעֶ זאַמד אוּן זיי בּרעֶכעֶן זיך אויס די ציין, אוּן מעֶ זאָגט זיי דעֶרבּיי: „רשעים! האָט איר געֶפרעֶסעֶן אָנגעֶרויבּטס אוּן ס׳איז אייך געֶוועֶן געֶשמאַק — אוּן דאָס זעֶנט איר קראַנק צוּ עֶסעֶן?”
ר׳ יוחנן זאָגט:
— יעֶדעֶר מלאך איז געֶשטעֶלט צוּ בּעֶשטראָפעֶן נוּר פאַר איין עבירה; אָפּגעֶטוּן זיינס, געֶהט עֶר זיך אַוועֶק אוּן עֶס קוּמט דעֶר אַנדעֶרעֶר, דעֶרנאָך דעֶר דריטעֶר אוּן אַזוי ווייטעֶר, בּיז מעֶ צעֶרעֶכעֶנט זיך מיט אים פאַר אַלעֶ עבירות. אַזוי אַ מעֶנש וואָס עֶר האָט אויף זיך אַ סך חובות, קוּמעֶן צוּ אים די בּעלי־חובות איינציגווייז אוּן יעֶדעֶר נעֶהמט זיך אָפּ פאַר זיין חוב.
די וואָס פאַלעֶן־אַריין אין גיהנם אוּן קוּמעֶן שוין ניט אויף פוּן דאָרט, פיהרט מעֶן זיי אַלעֶ שבּת צווישעֶן שניי־בּעֶרג אוּן מעֶ לאָזט זיי דאָרט איבּעֶר. שבּת־צוּנאַכטס קוּמט אַ מלאך, שטויסט זיי אַרויס פוּן דאָרטעֶן אוּן קעֶהרט זיי אוּם צוּריק אויף זייעֶר פּלאַץ אין גיהנם. געֶפוּנעֶן זיך אַזעֶלכעֶ וואָס נעֶהמעֶן־מיט שניי, בּעֶהאַלטעֶן עֶס אוּנטעֶר׳ן אָרעֶם, כּדי אָפּצוּקיהלעֶן זיך דעֶרמיט אַ גאַנצעֶ וואָך. זאָגט זיי דעֶר מלאך: „רשעים, וועֶה אוּן וואוּנד איז אייך! אַפילוּ אין גיהנם פעֶרנעֶהמט איר זיך מיט גניבה!”.
גאַנצעֶ צוועֶלף חדשים וועֶרעֶן זיי פעֶרבּרעֶנט אויף אַש אוּן דעֶר ווינט צעֶטראָגט עֶס אוּן שפּרייט אויס הינטעֶר די פיס פוּן די צדיקים. געֶהעֶן־איבּעֶר די צוועֶלף חדשים, קעֶהרט זיך צוּריק אוּם די נשמה זייעֶרעֶ צוּם גוּף אוּן זיי געֶהעֶן־אַרויס פוּנ׳ם גיהנם אוּן זייעֶרעֶ געֶזיכטעֶר זעֶנעֶן שוואַרץ ווי קויל. נעֶהמעֶן זיי אָן גאָט׳ס משפּט פאַר גוּט אוּן רעֶכט אוּן זאָגעֶן:
— געֶרעֶכט איז דיין משפּט, מיר האָבּעֶן עֶס פעֶרדינט! דוּ גאָט בּיזט געֶרעֶכט אוּן מיר שעֶמעֶן זיך!
די רשעים אָבּעֶר פוּן די אומות־העולם וועֶרעֶן בּעֶשטראָפט אין זיבּעֶן אָפּטיילוּנגעֶן פוּן פייעֶר, אוּן אין יעֶדעֶר אָפּטיילוּנג צוועֶלף חדשים.
אוּן נאָך דעֶם אַלעֶמעֶן דעֶרבּאַרעֶמט זיך גאָט אויף זיינעֶ בּעֶשעֶפעֶניש, ↰ 127 ווי עֶס וועֶרט געֶזאָגט אין פּסוּק: „דעֶן ניט אויף שטעֶנדיג בּין איך אויפגעֶבּראַכט אוּן ניט אויף אייבּיג צאָרן איך”.
אין דעֶר קוּמעֶנדיגעֶר וועֶלט וועֶט גאָט; בּרוּך־הוּא, זיצעֶן אין גן־עֶדן אוּן דרשה׳נעֶן אוּן אַלעֶ צדיקים וועֶלעֶן זיצעֶן פאַר אים, אוּן די הימלישעֶ פמליא וועֶט שטעֶהן אויף די פיס, די זין מיט די פּלאַנעֶטעֶן רעֶכטס פוּן גאָט, אוּן די לבנה מיט די שטעֶרעֶן לינקס, אוּן גאָט בּרוּך־הוּא וועֶט עֶרקלעֶרעֶן די נייעֶ תּורה וואָס עֶר וועֶט געֶבּעֶן דוּרך משיח׳ן. אוּן נאָכדעֶם ווי עֶר וועֶט עֶנדיגעֶן וועֶט זרוּבּבל בּן שאלתיאל אויפשטעֶהן אויף די פיס אוּן זאָגעֶן אין דעֶר הויך מיט אַ שטים, וואָס געֶהט פוּן איין עֶק וועֶלט בּיז׳ן אַנדעֶר׳ן „יתגדל ויתקדש” — זאָל געֶגרויסט אוּן געֶהייליגט וועֶרעֶן גאָט׳ס גרויסעֶר נאָמעֶן. אוּן די גאַנצעֶ וועֶט נאָכעֶנטפעֶרעֶן „אמת”. אוּן אַפילוּ די נאָך פעֶרבּליבּעֶנעֶ אין גיהנם אַרויס נאָכעֶנטפעֶרעֶן „אמן” מיט אַ רוישעֶנדעֶן קול, בּיז זייעֶר געֶשריי וועֶט דעֶרלאַנגעֶן צוּ גאָט. וועֶט עֶר פרעֶגעֶן: וואָס פאַר אַ גרויס געֶרויש העֶר איך? וועֶלעֶן עֶנטפעֶרעֶן די מלאכים, דאָס שרייעֶן פוּן גיהנם אַרויס די יוּדישעֶ רשעים אוּן די גוי׳אישעֶ צדיקים: זיי עֶנטפעֶרעֶן „אמן” אוּן געֶבּעֶן־אָפּ געֶרעֶכט דעֶם משפּט דיינעֶם. וועֶקט זיך אויף בּיי גאָט אַ שטאַרקעֶ רחמנות אויף זיי אוּן זאָגט: וויפיל נאָך וועֶל איך זיי שטראָפעֶן? זיי זעֶנעֶן שוין געֶנוּג אָפּגעֶקוּמעֶן!
אוּן דעֶמאָלט וועֶט נעֶהמעֶן גאָט די שליסלעֶן פוּנ׳ם גיהנם אין זיין האַנד אוּן וועֶט זיי איבּעֶרגעֶבּעֶן מיכאל׳ן אוּן גבריאל׳ן פאַר אַלעֶ צדיקים אין די אויגעֶן, אוּן דעֶרבּיי זאָגעֶן:
— געֶהט עֶפעֶנט־אויף די טויעֶרעֶן פוּן גיהנם אוּן נעֶהמט זיי אַרויס פוּן דאָרט.
לאָזעֶן זיי זיך בּאַלד געֶהן מיט די שליטלעֶן אוּן עֶפעֶנעֶן אַכט טויזעֶנד טויעֶרעֶן פוּן גיהנם; אוּן יעֶדעֶ אָפּטיילוּנג פוּן גיהנם איז דרייהוּנדעֶרט פּרסא די לעֶנג אוּן דרייהוּנדעֶרט די גרייט אוּן הוּנדעֶרט פּרסא די טיף אוּן יעֶדעֶר רשע וואָס פאַלט אַהין אַריין קעֶן עֶר שוין ניט אַרויסקוּמעֶן. וואָס־זשעֶ טוּט מיכאל אוּן גבריאל? זיי נעֶהמעֶן אָן יעֶדעֶן איינציגעֶן בּעֶזוּנדעֶר פאַר דעֶר האַנד אוּן הויבּעֶן אים אַרויס, פּוּנקט ווי איינעֶר הויבּט־אויף אַ מעֶנשעֶן אוּן שלעֶפּט אים אַרויס מיט אַ שטריק פוּן אַ גרוּבּ. אוּן בּאַלד נעֶהמט מעֶן זיי אוּן מעֶ וואַשט זיי אַרוּם אוּן מעֶ שמירט זיי אויס מיט אייל, אוּן מעֶ היילט זיי אויס די וואוּנדעֶן פוּנ׳ם גיהנם אוּן מעֶ בּעֶקליידעֶט ↰ 128 זיי מיט שעֶנעֶ קליידעֶר, אוּן מעֶ פיהרט זיי פאַר גאָט, בּרוּך־הוּא, אויסגעֶפּוּצטעֶ אוּן אויסגעֶצירטעֶ.
בּיי דעֶר טיר פוּן גן־עדן געֶהעֶן מיכאל אוּן גבריאל פריהעֶר אַריין אוּן בּעֶראַטעֶן זיך מיט גאָט. זאָגט גאָט:
— לאָזט זיי אַריינגעֶהן; לאָזעֶן זיי אָנקוּקעֶן מיין פּראַכט.
אוּן ווי נוּר זיי קוּמעֶן־אַריין פאַלעֶן זיי אויף די פּנימ׳עֶר, בּוּקעֶן זיך פאַר אים אוּן דאַנקעֶן אוּן לויבּעֶן זיין הייליגעֶן נאָמעֶן.
ר׳ עקיבא פלעֶגט זאָגעֶן:
— דעֶר משפּט פוּן גיהנם געֶדויעֶרט ניט מעֶהר ווי צוועֶלף חדשים.
גאַנצעֶ צוועֶלף חדשים האַלט זיך נאָך דעֶר גוּף פוּנ׳ם מת, אוּן די נשמה הויבּט זיך אַלעֶ מאָל אויף אוּן לאָזט זיך צוּריק אַראָפּ.
נאָך צוועֶלף חדשים וועֶרט דעֶר גוּף פעֶרניכטעֶט אוּן די נשמה הויבּט זיך אויף אוּן לאָזט זיך מעֶהר ניט אַראָפּ.
איינמאָל איז ר׳ עקיבא געֶגאַנגעֶן אין וועֶג. טרעֶפט עֶר אַ מעֶנשעֶן, אַ זעֶהר פעֶרשוואַרצטעֶן, טראָגט אויף די פּלייצעֶס אַ שוועֶרעֶ משא פוּן האָלץ אוּן לויפט ווי אַ פעֶרד. הייסט אים ר׳ עקיבא זיך אָפּשטעֶלעֶן. שטעֶלט עֶר זיך אָפּ. זאָגט אים ר׳ עקיבא:
— איך בּעֶשוועֶר דיך, דוּ זאָלסט מיר זאָגעֶן, צי דוּ בּיזט פוּן מעֶנשעֶן, אָדעֶר פוּן מזיקים.
— רבּי — עֶנטפעֶרט עֶר — אַ מעֶנש בּין איך געֶוועֶן. שוין לאַנג אַוועֶק פוּן יעֶנעֶר וועֶלט. האַק איך אָן טאָג־טעֶגליך האָלץ, טראָג אָט די שוועֶרעֶ משא אויף מיינעֶ אייגעֶנעֶ פּלייצעֶס אוּן מעֶ מאַכט מיט דעֶם אַ פייעֶר אוּן מעֶ פעֶרבּרעֶנט מיך דריימאָל אין טאָג.
— וואָס האָסטוּ אַזוינס געֶטוּן בּיים לעֶבּעֶן? — פרעֶגט אים ר׳ עקיבא.
— איך האָבּ ניט איבּעֶרגעֶלאָזט קיין פעֶרבּאָטעֶנעֶ זאַך, איך זאָל עֶס ניט טוּן. איצט לאָזעֶן מיך די מלאכי־חבּלה ניט צוּ רוּה.
— האָסטוּ איבּעֶרגעֶלאָזט אַ זוּהן? — פרעֶגט אים ווייטעֶר ר׳ עקיבא.
דעֶר מעֶנש האָט זיך פּלוּצים אַ חאַפּ געֶטוּן מיט שרעֶק אוּן געֶזאָגט:
— ווי גאָט איז דיר ליבּ, פעֶרהאַלט מיך ניט. איך ציטעֶר פאַר די מלאכי־חבּלה, זיי וועֶלעֶן מיך שמייסעֶן מיט פייעֶרדיקעֶ ריטעֶר דעֶרפאַר וואָס איך האָבּ זיך פעֶרזאַמט.
זאָגט אים ר׳ עקיבא:
— עֶנטפעֶר מיר נוּר אויף דעֶם, ס׳איז פוּן דיין טובה וועֶגעֶן.
— איך האָבּ איבּעֶרגעֶלאָזט מיין ווייבּ מעוּבּרת אין יעֶנעֶר אוּן יעֶנעֶר שטאָדט — עֶנטפעֶרט אָפּ דעֶר מעֶנש אוּן לאָזט זיך לויפעֶן געֶשווינד מיט׳ן האָלץ.
האָט זיך ר׳ עקיבא אַוועֶקגעֶלאָזט אין וועֶג בּיז עֶר איז געֶקוּמעֶן אין יעֶנעֶר שטאָדט. דעֶרהעֶרט אַז דעֶר גרויסעֶר ר׳ עקיבא איז געֶקוּמעֶן, געֶהעֶן אים אַקעֶגעֶן אַרויס די שטאָדט־לייט. הויבּט עֶר זיך אָן בּיי זיי צוּ דעֶרפרעֶגעֶן: וואוּ איז דאָס הויז פוּן יעֶנעֶם אוּן יעֶנעֶם? — עֶנטפעֶרט מעֶן אים:
— זאָל דעֶר נאָמעֶן פוּנ׳ם רשע פעֶרפוילט וועֶרעֶן.
— אוּן זיין פרוי וואוּ איז? פרעֶגט עֶר ווייטעֶר.
— אָפּגעֶמעֶקט זאָל וועֶרעֶן איר נאָמעֶן אוּן געֶדעֶכעֶניש — עֶנטפעֶרט מעֶן אים.
— האָט עֶר אַ זוּהן? וואָס איז דעֶר אַזוינס?
— אַן אמת׳עֶר גוי. אַפילוּ ניט געֶ׳מל׳ט.
— בּריינגט אים פוּנדעֶסטוועֶגעֶן אַהעֶר — זאָגט ר׳ עקיבא. בּריינגט מעֶן אים. הייסט ר׳ עקיבא אים מל זיין, אוּן האָט אים אַוועֶקגעֶזעֶצט פאַר זיך לעֶרנעֶן, בּיז עֶר האָט אים אויסגעֶלעֶרעֶנט בּרכות. שבּת האָט עֶר אים געֶהייסעֶן אויפרוּפעֶן צוּ דעֶר תּורה אוּן עֶר האָט געֶזאָגט אויף אַ קול די בּרכות. האָט מעֶן בּאַלד דעֶם פאָטעֶר זיינעֶם אַרויסגעֶנוּמעֶן פוּן גיהנם אוּן איבּעֶרגעֶפיהרט אין גן־עדן. בּיינאַכט איז דעֶר מת געֶקוּמעֶן ר׳ עקיבא׳ן צוּ חלום אוּן האָט אים געֶזאָגט:
— זאָל דיר, רבּי, אַקעֶגעֶן קוּמעֶן וואָס דוּ האָסט מיר געֶטוּן: דוּ האָסט מיך אויסגעֶלעֶזט פוּנ׳ם גיהנם.
ווי פוּן גן־עדן, פוּן די צדיקים׳ס מויל, געֶהט־אויף אַ לויבּ צוּ גאָט, בּרוּך־הוּא, אַזוי אויך געֶהט אַ לויבּ צוּ אים אויך פוּן גיהנם, ווי עֶס וועֶרט געֶזאָגט אין תּהלים: „די דוּרכגעֶהעֶר אין יאָמעֶר טאָל פעֶרוואַנדלעֶן אים אין אַ קוואַל”. מיט קוואַלעֶן טרעֶרעֶן בּעֶגיסעֶן זיי זיך, בּיז זיי קיהלעֶן־אויס דעֶם גיהנם מיט זייעֶרעֶ טרעֶרעֶן. אוּן פוּן דאָרטעֶן געֶהט־אויף די לויבּ צוּ גאָט, בּרוּך־הוּא, ווי דעֶר זעֶלבּעֶר פּסוּק עֶנדיגט: „אויך מיט בּרכות וועֶרט איינגעֶהילט דעֶר לעֶהרעֶר”. וואָס זאָגעֶן זיי? — „גוּט האָסטוּ געֶ׳פּסק׳עֶנט, גוּט האָסטוּ געֶריכטעֶט, גוּט האָסטוּ בּעשולדיגט — דוּ בּיזט געֶרעֶכט אוּן דיין משפּט איז געֶרעֶכט!!
}