די יידישע אגדות/באַנד 3

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
די יידישע אגדות
מחברים:
אויסגאַבע:בערלין, 1921
פאַרלאַג:מוריה
סקאַנירטע ווערסיע אין Internet Archive:diyudisheagodefo03bialuoft
די צאָל זייטן:154
אינהאַלט:זע אונטן
אַלע בענד:
זע אויך אין מאָדערנעם אויסלייג


די יודישע אגדות
עֶרצעֶהלוּנגעֶן, זאַגעֶן, לעֶגעֶנדעֶן, משלים, אַפאָריזמעֶן
אוּן שפּריכוועֶרטעֶר.
געֶקליבּעֶן פוּן תּלמוּד אוּן מדרשים,
נאָכ׳ן העֶבּרעֶאישעֶן „ספר האגדה”.
בּעֶאַרבּייט אוּן גרוּפּירט נאָכ׳ן אינהאַלט
דורך
י. ח. ראַבניצקי אוּן ח. נ. בּיאַליק.
דריטעֶר בּאַנד.
צווייטעֶ אויפלאַגעֶ



בּעֶרלין, תרפ״ב.




פערלאַג „מוריה” / ירושלים / בּערלין / אָדעֶס

↤ 3


ישראל אוּן די אוּמות־העולם.
איין גאָט, איין פאָלק.

„דוּ האָסט אויסדעֶרוועֶהלט גאָט אוּן גאָט האָט דיך אויסדעֶרוועֶהלט” — איהר, זאָגט גאָט צוּ יוּדעֶן, האָט מיך בּעֶריהמט געֶמאַכט פאַר אַן איינציגעֶן אין דעֶר וועֶלט, מאַך איך אייך דעֶרפאַר אויך בּעֶריהמט פאַר איינציגעֶ אין דעֶר וועֶלט. פוּן איין זייט: „שמע ישראל — העֶר, ישראל, גאָט אוּנזעֶר גאָט איז איין־איינציגעֶר גאָט”, אוּן פוּן דעֶר אַנדעֶרעֶר זייט: „מי כּעמך ישראל — וואוּ איז נאָך אַזוינס ווי ישראל אַ איין־איינציג פאָלק אין דעֶר וועֶלט!”

דאָס שליסעֶלעֶ מיט׳ן קייטעֶל.

פעֶרבּוּנדעֶן האָט גאָט אויף אייבּיג זיין גרויסעֶן נאָמעֶן מיט׳ן נאָמעֶן ישראל (דעֶר סוף פוּן ישראל איז „אל” — גאָט).

אַ קעֶניג האָט געֶהאַט בּיי זיך אַ קליין שליסעֶלעֶ פוּנ׳ם שעֶנסטעֶן אוּן בּעֶסטעֶן אוצר זיינעֶם. האָט עֶר איבּעֶרגעֶטראַכט: אויבּ איך לאָז עֶס אַזוי ווי ס׳איז, קעֶן עֶס אַמאָל גאָר לייכט פעֶרלוירעֶן געֶהן אוּן פעֶרפאַלעֶן וועֶרעֶן. גלייכעֶר איך זאָל דאָס צוּבּינדעֶן צוּ אַ קייטעֶל, וועֶט מעֶן עֶס שוין צוּליעבּ דעֶם קייטעֶל גיך אוּן גרינג אויפזוּכעֶן.

אַזוי האָט אויך גאָט געֶטהוּן מיט זיין ליעבּ פאָלק ישראל. אַ קליינס איז עֶס, האָט עֶר זיך געֶטראַכט, זאָל איך עֶס איבּעֶרלאָזעֶן אַזוי ווי עֶס איז צווישעֶן אַזוי פיעל פעֶלקעֶר, וועֶט עֶס דוּרך זיי פעֶרשלוּנגעֶן וועֶרעֶן אוּן פעֶרלוירעֶן געֶהן. איך וועֶל עֶס דעֶריבּעֶר פעֶרבּינדעֶן מיט מיין נאָמעֶן — אוּן צוּליבּ דעֶם וועֶט עֶס שוין אויף דעֶר וועֶלט פעֶרבּלייבּעֶן אייבּיג.

↤ 4

וואָס איז בּילכעֶר?

דעֶר תּנא ר׳ אליהוּ דעֶרצעֶהלט:

— בּשעת מיין וואַנדעֶרעֶן אויף דעֶר וועֶלט איז מיר אויסגעֶקוּמעֶן איינמאָל זיך צוּ בּעֶגעֶגעֶנעֶן מיט אַ לייטישעֶן מעֶנשעֶן, אַ בּן־תּורה אוּן אַ וואַרימעֶן יוּד. האָט עֶר פעֶרפיהרט מיט מיר אַ שמוּעֶס וועֶגעֶן פעֶרשידעֶנעֶ תּורה־זאַכעֶן.

— רבּי, — גיט עֶר מיר אַ זאָג — צוויי זאַכעֶן זעֶנעֶן מיר טיף איינגעֶבּאַקעֶן אין האַרצעֶן, איך האָבּ זיי ליעבּ ווי דאָס לעֶבּעֶן. דאָס זעֶנעֶן: תּורה אוּן יוּדעֶן. איך ווייס אָבּעֶר נישט וועֶר פוּן די צוויי איז בּילכעֶר.

עֶנטפעֶר איך איהם דעֶרויף:

— מעֶנשעֶן געֶוועֶהנליך מיינעֶן, אַז בּילכעֶרס פוּן דעֶר תּורה איז גאָר נישטאָ. איך אָבּעֶר וואָלט געֶזאָגט: יוּדעֶן, ליבעֶ הייליגעֶ יוּדעֶן, זיי זעֶנעֶן בּילכעֶר.

אַן עם קשה־עורף.

מ׳גיט איבּעֶר אין נאָמעֶן פוּן ר׳ מאיר:

— ווי קוּמט עֶס וואָס די תּורה איז געֶגעֶבּעֶן געֶוואָרעֶן דוקא יוּדעֶן אוּן נישט איינעֶם פוּן אַלעֶ אַנדעֶרעֶ פעֶלקעֶר?

— ווייל די יוּדעֶן זעֶנעֶן אַ פאָלק אַ איינגעֶשפּאַרטס, מיט אַ שטאַרקעֶן גייסט אוּן מיט אַ פעֶסטעֶן ווילעֶן.

— אַנדעֶרעֶ זאָגעֶן: דעֶרפאַר, ווייל די יוּדעֶן זעֶנעֶן אַ פאָלק אַ בּרעֶן, מיט אַ הייסעֶר, שטעֶנדיג־אוּנרוּהיגעֶר נשמה; וועֶן נישט זיי זאָלעֶן זיין דוּרך דעֶר תּורה איינגעֶצאַמט, וואָלט קיין אומה ולשון נישט געֶקעֶנט פוּן זיי אויסשטעֶהן.

אויף דעֶם האָט ר׳ אמי געֶזאָגט: מיינט מעֶן דאָך אַז דאָס איז זייעֶרעֶר אַ חסרון; ניין, ס׳איז דוקא די גרעֶסטן מעלה זייעֶרעֶ: אָדעֶר בּלייבּ אַ יוּד, אָדעֶר געֶה אויף דעֶר תּליה!

אוּן דעֶרפאַר טאַקי — זאָגט ר׳ אָבין — רוּפט מעֶן יוּדעֶן נאָך בּיז היינטיגעֶן טאָג „אַן עם־קשה־עורף” — אַ האַרט־נאַקעֶנדיג, איינגעֶשפּאַרט פאָלק.

אויסדעֶרוועֶהלטעֶ פוּן אַלעֶ פעֶלקעֶר.

ר׳ אלעזר בּן ר׳ יוסי הגלילי האָט געֶ׳דרש׳עֶט אַזוי:

— „נישט ווייל איהר זעֶנט גרעֶסעֶר פוּן אַלעֶ פעֶלקעֶר — האָט משה ↰ 5 רבּנוּ געֶזאָגט צוּ די יוּדעֶן — נישט דעֶרפאַר האָט עֶס גאָט געֶצויגעֶן צוּ אייך; פעֶרקעֶהרט, איהר זעֶנט קלעֶנעֶר פוּן אַלעֶ פעֶלקעֶר”. אוּן אָט איבּעֶר דעֶם אַליין — זאָגט גאָט — זעֶנט איהר, יוּדעֶן, מיר אַזוי ליעבּ: וואָרוּם ווי גרויס אַפילוּ אוּן ווי אָהן שיעור זאָל נישט זיין דאָס גליק וואָס איך בּעֶשעֶר אייך — נעֶהמט איהר זיך דעֶרמיט נישט איבּעֶר אוּן בּלייבּט אַלץ אַקעֶגעֶן מיר קליין בּיי זיך אין די אויגעֶן: נעֶהמט אַלעֶ גרויסעֶ בּיי די איבּעֶריגעֶ אומות, ווי אַ נמרוד, אַ פּרעה, אַ סנחריב, אַ נבוכדנצר — קוים זעֶנעֶן זיי נוּר עולה לגדולה געֶוואָרעֶן, האָבּעֶן זיי פעֶרריסעֶן דעֶם קאָפּ בּיז׳ן הימעֶל, מיט שטאָלץ זיך מיר אַקעֶגעֶנגעֶשטעֶלט אוּן געֶמיינט אַז קיינעֶר איז צוּ זיי נישט גלייך. איהר יוּדעֶן אָבּעֶר זעֶנט נישט אַזוי, איך האָבּ בּעֶגליקט אברהם׳עֶן, האָט עֶר געֶזאָגט: „איך בּין נישט מעֶהר ווי שטויבּ אין אש”; משה מיט אהרנ׳עֶן — האָבּעֶן זיי געֶזאָגט: „וואָס זעֶנעֶן מיר”? דוד׳ן — האָט עֶר געֶזאָגט: „אַ וועֶרימעֶל בּין איך, נישט קיין מעֶנש”.

אַ פאָלק אַ נדרף.

ר׳ יוסף בּן נהוראי זאָגט:

— אַלעֶ מאָל שטעֶלט זיך גאָט אויף דעֶר זייט פוּנ׳ם בּעֶליידיגטעֶן אַקעֶגעֶן דעֶם בּעֶליידיגעֶר זיינעֶם. אַזוי איז דאָס שוין פוּן אייבּיג אָן. נעֶהמט, אַ שטייגעֶר, קין מיט הבל׳ן: קין האָט געֶ׳רודפ׳ט הבל׳ן — וועֶר פוּן די צוויי איז בּיי גאָט ליבעֶר געֶוועֶן? הבל דעֶר נדרף! נעֶהמט ווייטעֶר אברהם מיט זיין שונא נמרוד (וואָס האָט איהם אין קאַלך־אויוועֶן אַריינגעֶוואָרפעֶן), יעקב מיט זיין שונא עשו. יוסף מיט זיינעֶ בּרידעֶר, דוד מיט שאול׳ן — אוּמעֶדוּם אוּן אַלעֶ מאָל האָט זיך גאָט געֶשטעֶלט אויף דעֶר זייט פוּנ׳ם נרדף אוּן איהם צוּ זיך מקרב געֶוועֶן.

דאָס אייגעֶנעֶ איז אויך מיט יוּדעֶן: נרדפים זעֶנעֶן זיי צווישעֶן אַלעֶ פעֶלקעֶר — האָט זיי גאָט אויסדעֶרוועֶהלט.

נישט גלייך צוּ אַלעֶ.

„ווי די כּוּשים — אַזוי זאָגט דעֶר נביא אין גאָט׳ס נאָמעֶן צוּ יוּדעֶן — ווי די כּוּשים זעֶנט איהר דאָך בּיי מיר, יוּדישעֶ קינדעֶר”. וואָס איז עֶפּעֶס אויסגעֶקוּמעֶן דעֶם נביא אָנצוּרוּפעֶן יוּדעֶן מיט׳ן נאָמעֶן כּוּשים (עֶפיאָפּעֶן)? ווייל אַזוי ווי די כּוּשים אוּנטעֶרשיידעֶן זיך שאַרף פוּן אַלעֶ איבּעֶריגעֶ מעֶנשעֶן מיט זייעֶר שוואַרצעֶר הויט, אַזוי זעֶנעֶן יוּדעֶן מיט אַלעֶ זייעֶרעֶ געֶנג אוּן אויפפיהרוּנגעֶן אַן אויסנאַהם פוּן אַלעֶ פעֶלקעֶר אויף דעֶר וועֶלט.

↤ 6

ר׳ לוי זאָגט: געֶוויס אַזוי, יוּדעֶן זעֶנעֶן טאַקי אויסגעֶנוּמעֶן פוּן די איבּעֶריגעֶ פעֶלקעֶר מיט אַלעֶ זייעֶרעֶ מעשים: מיט זייעֶר אַקעֶרעֶן אוּן זייעֶן, מיט זייעֶר שניידעֶן, בּינדעֶן אוּן דרעֶשעֶן, אין זייעֶרעֶ תּבוּאות־שייעֶרעֶן אוּן וויין־קעֶלטעֶר, מיט זייעֶר צעֶהלעֶן חדשים אוּן רעֶכעֶנעֶן די צייטעֶן. אַקעֶרעֶן זיי איז — נישט געֶאַקעֶרט מיט קיין אָקס אוּן עֶזעֶל צוּזאַמעֶן; זייעֶן זיי — מיש זיך נישט אויס פעֶרשידעֶנעֶ מינים צוּזאַמעֶן; שניידעֶן זיי — לאָז איבּעֶר דעֶם אָבּפאַל פוּן די זאַנגעֶן פאַר אָרימעֶ לייט; בּינדעֶן זיי גאַרבּעֶן — גיבּ־אָפּ ווידעֶר דעֶם פאַרגעֶסעֶנעֶם גאַרבּ די אָרימעֶ לייט; דרעֶשעֶן זיי — דאָס מויל נישט פעֶרשליס דעֶם אָקס בּיי׳ם דרעֶשעֶן; האָבּעֶן זיי אַ שייעֶר תּבוּאה אוּן קעֶלטעֶר וויין — טייל־איין מיט דעֶר פוּלעֶר האַנד פוּן די בּיידעֶ דעֶם קנעֶכט בּיי׳ם בּעֶפרייעֶן; צעֶהלעֶן זיי חדשים אוּן רעֶכעֶנעֶן צייטעֶן — איז נישט נאָך דעֶר זוּן ווי אַלעֶ אַנדעֶרעֶ פעֶלקעֶר, נאָר נאָך דעֶר לבנה.




אוּן פאַר וואָס צעֶהלעֶן נישט אויך יוּדעֶן נאָך דעֶר זוּן?

ווייל אַזוי איז שוין דעֶר שטייגעֶר: גרויס — צוּ גרויס אוּן קליין — צוּ קליין. עשו, דעֶר גרעֶסעֶרעֶר, צעֶהלט נאָך דעֶר גרעֶסעֶרעֶר ליכט, נאָך דעֶר זוּן, אוּן יעקב, דעֶר קלעֶנעֶרעֶר — נאָך דעֶר קלעֶנעֶרעֶר ליכט, נאָך דעֶר לבנה.

— אוּן דאָס איז דוקא אַ גוּטעֶר סימן — זאָגט אויף דעֶם ר׳ נחמן — אַזוי ווי די זוּן געֶוועֶלטיגט נוּר בּיי טאָג אוּן נישט בּיינאַכט, אַזוי איז עשו׳ס ממשלה נאָר עולם הזה, אויף דעֶר וועֶלט, אָבּעֶר נישט אויף עולם הבּא, אויף יעֶנעֶר קוּמעֶנדיגעֶר וועֶלט; אוּן אַזוי ווי די לבנה זעֶהט זיך אָן סיי בּייטאָג סיי בּיינאַכט, אַזוי איז יעקב אָנגעֶזעֶהן סיי אויף דעֶר וועֶלט סיי אויף יעֶנעֶר וועֶלט.

— געֶוועֶהנליך — זאָגט ווייטעֶר ר׳ נחמן — ווי לאַנג די גרויסעֶ ליכט שיינט אויף דעֶר וועֶלט מיט איהר גאַנצעֶן גלאַנץ, זעֶהט זיך די קליינעֶ וועֶניג אָן; וויבּאַלד אָבּעֶר די גרויסעֶ פעֶרגעֶהט — בּעֶווייזט זיך די קליינעֶ מיט איהר גאַנצעֶן שיין.




יוּדעֶן זעֶנעֶן פעֶרשידעֶן פוּן אַנדעֶרעֶ פעֶלקעֶר אויך מיט זייעֶר עֶסעֶן אוּן טרינקעֶן; יוּדעֶן אויף אַן אוּנטעֶרהאַלט — עֶסעֶן זיי אוּן טרינקעֶן מיט אַ מאָס, שמוּעֶסעֶן צווישעֶן זיך דבּרי תּורה, מ׳זאָגט אַ יוּדיש וואָרט; וועֶרט מעֶן פרעֶהליך אוּן מעֶן זינגט — העֶרט מעֶן בּיי זיי אַ הייליג וואָרט, אַ לויבּ־געֶזאַנג ↰ 7 צוּ גאָט. די אוּמות־העולם אָבּעֶר פרעֶסעֶן אוּן זויפעֶן זיך אָהן אַ מאָס אוּן מ׳געֶהט גלייך איבּעֶר צוּ גראָבּעֶ וועֶרטלעֶך אוּן אויסגעֶלאַסעֶנעֶ ליעדלעֶך.




ר׳ דוסתּאי דעֶרצעֶהלט דעֶרויף אַזאַ מעשה:

— מיינעֶר אַ בּעֶקאַנטעֶר, זעֶהר אַ רייכעֶר גוי, האָט איינמאָל געֶמאַכט אַ גרויס מאָהלצייט, איינגעֶלאַדעֶן אַלעֶ שטאָדט־לייט, אוּן מיך אויך. טרעֶפעֶן מיר דעֶם טיש צוּגעֶגרייט מיט אַלעֶ פעֶסטעֶ אוּן טייעֶרסטעֶ שפּייזעֶן אוּן געֶטרוּנקעֶן פוּן דעֶר וועֶלט. געֶקוּמעֶן צוּ די פרוּכט, קוּקט זיך דעֶר גוי אוּם אַז עֶס פעֶהלט דאָרט אַ מין פּיסטאַציעֶ־נוּס. וועֶרט עֶר אָנגעֶצוּנדעֶן, חאַפּט די טייעֶרעֶ דעֶק פוּן טיש, פוּן אַ זעֶקס צעֶנטנעֶר זילבּעֶר די וועֶרטה, אוּן צוּבּרעֶכט זי אויף שטיקלעֶך. פרעֶג איך איהם: וואָס הייסט עֶס? וואָס טהוּסטוּ? עֶנטפעֶרט עֶר מיר: איהר יוּדעֶן אַליין זאָגט, אַז די וועֶלט איז אוּנזעֶרעֶ אוּן יעֶנעֶ וועֶלט איז אייעֶרעֶ, אויבּ מיר וועֶלעֶן ניט געֶניסעֶן פוּן אַלעֶמעֶן דאָ אויף דעֶר וועֶלט — וועֶן־זשעֶ דעֶן וועֶלעֶן מיר עֶס קעֶנעֶן געֶניסעֶן?

— דאָס האָט מיר דעֶרמאָנט — זאָגט ר׳ דוּסתאי — דאָס קלוּגעֶ שפּריכוואָרט פוּן שלמה המלך אין משלי: דעֶר צדיק עֶסט צוּ זאַט, דעֶר רשע אָבּעֶר קעֶן קיינמאָל נישט אָנפילעֶן דעֶם בּויך.

עשו׳ס העֶנד אוּן יעקב׳ס קול.

צוויי ירוּשות האָט אוּנזעֶר פאָטעֶר יצחק איבּעֶרגעֶלאָזט זיינעֶ צוויי קינדעֶר: יעקב׳ן דאָס קול — הקול קול יעקב, עשו׳ן די העֶנד — הידים ידי עשו. נעֶהמט זיך עשו שטאַרק איבּעֶר מיט זיין ירושה אוּן וואָס עֶפּיס שרעֶקט עֶר מיט דעֶר האַנד זיינעֶר: „אָט טרעֶט איך אַרויס געֶגעֶן דיר מיט דעֶר שוועֶרד!” יעקב ווידעֶר האַלט זיך פעֶסט בּיי זיין ירוּשה, אוּן ווי נאָר עֶס וועֶרט איהם עֶנג לאָזט עֶר זיך העֶרעֶן מיט דעֶם קול זיינעֶם: „גאָטעֶניוּ, גאָט פוּן מיינעֶ עֶלטעֶרעֶן, קוּם מיר צוּ הילף!”

עֶס וועֶט קוּמעֶן אַמאָל די צייט, אַז יעֶדעֶן פוּן זיי וועֶט אָפּגעֶצאָהלט וועֶרעֶן מיט דעֶם זייניגעֶן: עשו׳ן מיט דעֶר שוועֶרד, ווי דעֶר נביא זאָגט:

מיין שוועֶרד אין הימעֶל וועֶרט אָנגעֶזאַפּט מיט בּלוּט,
איבּעֶר אדום (עשו׳ן) לאָזט זי זיך אַראָפּ”.
יעקב׳ן מיט׳ן קול, ווי דעֶר נביא זאָגט:
„די איצט פעֶרוויסטעֶ שטעֶדט יהוּדה׳ס,
די ליידיגעֶ גאַסעֶן פוּן ירוּשלים,

↤ 8

וועֶלעֶן נאָך היללעֶן אַמאָל פוּן קולות —
אַ קול פוּן פרייד, אַ קול פוּן גליק,
אַ געֶהילך פוּן חתן־כלה ליעדעֶר,
אַ לויבּ־געֶזאַנג צוּ גאָט אין הימעֶל
פאַר זיינעֶ גרויסעֶ חסדים צוּ זיין פאָלק”.
יוּדישעֶ כּבוד אוּן גדולה.
„קוּם, מיין פריינד, מיין האַרציגעֶר,
קוּם מיט מיר אין פעֶלד אַרויס,
קוּם אין דעֶרפלעֶך רוּהיגעֶ.
אין די שטילעֶ זוּמעֶר־נעֶכט,
וועֶלעֶן מיר דאָרט נעֶכטיגעֶן
מיט דעֶר זוּן זיך אויפהויבּעֶן,
לאָזעֶן זיך אין וויינגעֶרטנעֶר,
יעֶדעֶס איינציג בּיימעֶלעֶ
וועֶלעֶן מיר בּעֶקוּקעֶן דאָרט:
בּליהט שוין אויף דאָס וויינשטאָקעֶל?
פּיקעֶן זיך שוין די טרויבּעֶלעֶך?
שפּראָצעֶן שוין די מילגראָמעֶן?
דאָרטעֶן וועֶל איך אָבּגעֶבּעֶן
מיין גאַנצעֶ ליבעֶ דיר —

קוּם, פריינד מיינעֶר — זאָגט צוּ גאָט, בּרוּך הוּא, די כּנסת־ישראל מיט אָט די וועֶרטעֶר פוּן שיר־השירים — קוּם וואָס ווייטעֶר פוּן די גרויסעֶ רוישעֶנדעֶ, גוי׳אישעֶ שטעֶדט, דאָרט זעֶנעֶן מעֶנשעֶן פעֶרזוּנקעֶן איבּעֶר׳ן קאָפּ אין זינד אוּן אוּמריינקייט, עֶס העֶרשט דאָרט טאָג אוּן נאַכט קנאה, שנאה, מ׳רויבּט, מ׳פעֶלשט, מ׳פרעֶסט, מ׳זויפט, מ׳נואפ׳ט, — מ׳האָט פעֶרגעֶסעֶן אַז ס׳איז דאָ אַ גאָט אין דעֶר וועֶלט. אין די קליינעֶ שטילעֶ עֶרטעֶר קוּם מיט מיר, גאַנץ פריה זאָלעֶן מיר אין די שוּהלעֶן אוּן בּתּי־מדרשים אַריינגעֶהן, וועֶלעֶן מיר דאָרט זעֶהן ווי יוּנגעֶ צווייגעֶלעֶך, קליינעֶ יוּדישעֶ קינדעֶרלעֶך, זיצעֶן איבּעֶר די חוּמשים׳לעֶך, אוּן זייעֶרעֶ קול׳עֶכלעֶך קלינגעֶן; עֶלטעֶרעֶ לעֶרנעֶן אַ פּרק משניות, אוּן דעֶרוואַקסעֶנעֶ אַ בּלאַט גמרא — דאָרט, גאָטעֶניוּ, וועֶסטוּ זעֶהן מיין גאַנצעֶן כּבוד אוּן מיין גאַנצעֶ גדולה, מיינעֶ עֶהרליכעֶ זיהן אוּן ריינעֶ טעֶכטעֶר.

↤ 9

וועֶר איז דעֶר עיקר?

אויפ׳ן פעֶלד בּשעת שניט־צייט האָבּעֶן די שטרוי, דעֶר שטאָפּעֶל אוּן די שפּריי צווישעֶן זיך אַ שמוּעֶס פעֶרפיהרט אוּן אָנגעֶהויבּעֶן זיך צוּ אַמפּעֶרעֶן. דעֶר זאָגט: צוּליבּ מיר איז דאָס פעֶלד געֶזייעֶט געֶוואָרעֶן אוּן דעֶר זאָגט: ניין, צוּליבּ מיר. רוּפעֶן זיך אָן די קליינעֶ קעֶרנעֶר ווייץ אין דעֶר שטיל: שאַט, צוּ וואָס איז דאָס קריגעֶריי? וואַרט בּעֶסעֶר בּיז איהר וועֶט קוּמעֶן אין שייעֶר, וועֶלעֶן מיר שוין דאָרט קלאָר געֶוואויר־וועֶרעֶן צוּליעבּ וועֶמעֶן דאָס פעֶלד איז געֶזייעֶט געֶוואָרעֶן.

געֶקוּמעֶן אין שייעֶר, האָט דעֶר פעֶלדמאַן נאָכ׳ן אויסדרעֶשעֶן די תּבוּאה זיך געֶשטעֶלט וועֶהעֶן — איז די שפּריי אַוועֶק מיט׳ן ווינט, מיט דעֶר שטרוי האָט עֶר בּעֶמיסטיגט דאָס פעֶלד, דעֶם שטאָפעֶל געֶוואָרפעֶן אין פייעֶר, אוּן די אויסגעֶרייניגטעֶ קעֶרנעֶר ווייץ האָט עֶר פאָרזיכטיג צוּנויפגעֶשאַרט אוּן געֶמאַכט פוּן זיי אַ הויפעֶן, אוּן יעֶדעֶר פעֶרבּייגעֶהעֶר נעֶהמט־אָן פוּן זיי אַ פוּלעֶ האַנד, בּעֶטראַכט מיט ליעבּעֶ אוּן ווינשעֶוועֶט־אָן דעֶם בּעל־הבּית אַלעֶס גוּטס.

דאָס אייגעֶנעֶ איז אויך מיט די אוּמות־העולם. די זאָגעֶן: מיר זעֶנעֶן דעֶר גאַנצעֶר עיקר, די גאַנצעֶ וועֶלט איז צוּליבּ אוּנז בּעֶשאַפעֶן געֶוואָרעֶן; אוּן די זאָגעֶן: ניין, צוּליבּ אוּנז. זאָגעֶן יוּדעֶן: וואַרט בּיז דעֶר גרויסעֶר טאָג וועֶט קוּמעֶן, וועֶלעֶן מיר שוין דעֶמאָלט זיך דעֶרוויסעֶן צוּליבּ וועֶמעֶן די וועֶלט איז בּעֶשאַפעֶן געֶוואָרעֶן. אוּן אַזוי זאָגט דעֶר נביא:

עֶס קוּמט אַ טאָג אַ בּרעֶנעֶנדיגעֶר ווי אַן אויבּעֶן,
אוּן אַלעֶ פרעֶכעֶ, אַלעֶ בּעֶזעֶ וועֶלעֶן גלייך ווי שטרוי
פעֶרבּרעֶנט וועֶרעֶן אויף אַש אין פלאַמעֶרדיגעֶן פייעֶר
פוּן יעֶנעֶם קוּמעֶנדיגעֶן גרויסעֶן טאָג — — —
ווי שפּריי וועֶט זיי דעֶר ווינט צעֶבּלאָזעֶן
אוּן ווייט וועֶט זיי דעֶר שטוּרם פעֶרטראָגעֶן.
נאָר דוּ אַליין, מיין פאָלק, אַ מוּנטעֶרעֶן, אַ שטאַרקעֶר,
וועֶסט פרעֶהעֶן זיך מיט גאָט דעֶם גרויסעֶן
אוּן מיט דעֶם הייליגטהוּם זיך ריהמעֶן.
גאָט אין הימעֶל שמייכעֶלט.

לעתיד לבוא, אין דעֶר קוּמעֶנדיגעֶר צייט, וועֶט גאָט, בּרוּך־הוּא, בּרעֶנגעֶן אַ ספר־תּורה מיט זיך אין שויס אוּן וועֶט אויסרוּפעֶן: וועֶר עֶס האָט זיך אָבּגעֶגעֶבּעֶן מיט אָט דעֶר תּורה זאָל אַריינגעֶהן אוּן בּעֶקוּמעֶן ↰ 10 זיין לוין. קוּמעֶן בּאַלד אַלעֶ פעֶלקעֶר צוּזאַמעֶן אוּן שטוּפּעֶן זיך אַרייצוּגעֶהן. זאָגט זיי גאָט: דרעֶנגט זיך נישט אַלעֶ צוּזאַמעֶן, איינציגווייז געֶהט־אַריין, יעֶדעֶס פאָלק בּעֶזוּנדעֶר מיט זיינעֶ געֶלעֶהרטעֶ לייט.

געֶהט־אַריין צוּם עֶרשטעֶן דאָס גרויסעֶ רוימישעֶ פאָלק.

— זאָגט, וואָס האָט איר אַזוינס אויפגעֶטהוּן אויף דעֶר וועֶלט? — פרעֶגט זיי גאָט, בּרוּך הוּא.

עֶנטפעֶרעֶן זיי:

— האַר פוּן דעֶר וועֶלט, פיעל מאַרקעֶן אוּן שעֶנעֶ גאַסעֶן האָבּעֶן מיר איינגעֶאָרדעֶנט, פיעל פּרעֶכטיגעֶ בּעֶדעֶר האָבּעֶן מיר אויפגעֶבּויט, פיעל גאָלד אוּן זילבּעֶר האָבּעֶן מיר צוּנויפגעֶזאַמעֶלט, אוּן מיט דעֶם אַלעֶמעֶן זעֶנעֶן מיר קיין זאַך נישט אויסעֶן געֶוועֶן, נאָר צוּ מאַכעֶן דאָס לעֶבּעֶן אַלץ בּעֶקוועֶמעֶר אוּן שעֶנעֶר, כּדי דיין פאָלק ישראל זאָל זיך קעֶנעֶן רוּהיג מיט דעֶר תּורה אָבּגעֶבּעֶן אוּן זי אָבּהיטעֶן.

רוּפט זיך אָן צוּ זיי גאָט:

— אַ, נאַרישעֶ מעֶנשעֶן! מיר וועֶט איהר עֶס דעֶרצעֶהלעֶן? מיט דעֶם אַלעֶמעֶן וואָס איהר האָט אויפגעֶטהוּן זעֶנט איהר דאָך אויסעֶן געֶוועֶן נאָר אייעֶר אייגעֶנעֶם וואוילטאָג. אויסגעֶפּוּצט האָט איר די מאַרקעֶן — דאָרט צוּ געֶזעֶצעֶן אייעֶרעֶ אויסגעֶלאַסעֶנעֶ פרויעֶן; פּרעֶכטיגעֶ בּעֶדעֶר — דאָרט זיך אָנטהוּן אַלעֶרליי תּענוּגים; דאָס גאָלד אוּן זילבּעֶר אייעֶרס — איז גאָט׳ס אוּן פרעֶמדס. דעֶרצעֶהלט מיר בּעֶסעֶר וועֶגעֶן דעֶר תּורה, וועֶר פוּן אייך קעֶן זאָגעֶן אָט דאָס?

געֶהעֶן זיי אַרויס מיט אַראָבּגעֶלאָזטעֶ קעֶפּ.

אַוועֶק דאָס רוימישעֶ פאָלק, קוּמט בּאַלד נאָכדעֶם אַריין דאָס פּעֶרסישעֶ, פרעֶגט זיי גאָט, בּרוּך־הוּא:

זאָגט, וואָס האָט איהר אַזוינס אויפגעֶטהוּן אויף דעֶר וועֶלט?

עֶנטפעֶרעֶן זיי:

— האַר פוּן דעֶר וועֶלט, פיעל בּריקעֶן האָבּעֶן מיר אויפגעֶבּויט, פיעל בּעֶפעֶסטיגטעֶ שטעֶדט האָבּעֶן מיר איינגעֶנוּמעֶן, פיעל מלחמות האָבּעֶן מיר געֶפיהרט — אוּן מיט דעֶם אַלעֶמעֶן זעֶנעֶן מיר אויסעֶן געֶוועֶן דיין פאָלק ישראל, עֶס זאָל קעֶנעֶן אינגאַנצעֶן זיך איבּעֶרגעֶבּעֶן דעֶר תּורה.

רוּפט זיך אָן צוּ זיי גאָט:

— וועֶמעֶן וועֶט איהר עֶס דעֶרצעֶהלעֶן? מיט דעֶם אַלעֶמעֶן וואָס איהר האָט אויפגעֶטהוּן זעֶנט איהר אויסעֶן געֶוועֶן נוּר זיך אַליין: בּריקעֶן אויפגעֶבּויט — צוּ נעֶהמעֶן אָבּצאָהל, פעֶסטעֶ שטעֶדט איינגעֶנוּמעֶן — צוּ נעֶהמעֶן פוּן דאָרט מעֶנשעֶן אויף אַרבּייטעֶן פאַר דעֶר קרוין, די מלחמות ↰ 11 אייעֶרעֶ — האָבּ איך געֶפיהרט. דעֶרצעֶהלט מיר בּעֶסעֶר וועֶגעֶן דעֶר תּורה, וועֶר פוּן אייך קעֶן זאָגעֶן אָט דאָס?

געֶהעֶן די אויך אַוועֶק מיט אַראָבּגעֶלאָזטעֶ קעֶפּ. אוּן אַזוי איז מיט יעֶדעֶן פאָלק בּעֶזוּנדעֶר.

נעֶהמעֶן אַלעֶ פעֶלקעֶר טענה׳ן פאַר גאָט:

— האַר פוּן דעֶר וועֶלט, האָסטוּ געֶפּרוּבט אויף אוּנז, ווי אויף די יוּדעֶן, די תּורה דיינעֶ אָנוואַרפעֶן אוּן מיר האָבּעֶן זי נישט אָנגעֶנוּמעֶן?

זאָגט זיי גאָט:

— אוּן די זיבּעֶן מצוות, וואָס איהר האָט אַמאָל אויף זיך יאָ אָנגעֶנוּמעֶן, האָט איהר דעֶן אויסגעֶהאַלטעֶן?

עֶנטפעֶרעֶן זיי גאָט:

— האַר פוּן דעֶר וועֶלט, אוּן די יוּדעֶן דיינעֶ האַלטעֶן דעֶן די אַלעֶ מצוות וואָס זיי האָבּעֶן אויף זיך געֶנוּמעֶן?

— יאָ — זאָגט גאָט — איך בּין אַן עדות, אַז זיי האָבּעֶן מקיים געֶוועֶן אַלעֶ מצוות פוּן דעֶר תּורה.

טענה׳ן זיי ווייטעֶר:

— קעֶן דעֶן אַ פאָטעֶר זאָגעֶן עדות אויף זיין אייגעֶן קינד?

זאָגט גאָט:

— אויבּ אַזוי, זאָלעֶן הימעֶל אוּן עֶרד אויף זיי עדות זאָגעֶן אַז זיי האָבּעֶן געֶהאַלטעֶן די גאַנצעֶ תּורה.

זאָגעֶן זיי:

— די עדוּת פוּן הימעֶל אוּן עֶרד קעֶן אויך אויף יוּדעֶן נישט אָנגעֶנוּמעֶן וועֶרעֶן, ווייל אָהן דעֶר תּורה, וואָס דוּ האָסט יוּדעֶן געֶגעֶבּעֶן, קעֶנעֶן די קיין קיום נישט האָבּעֶן.

זאָגט גאָט:

— אויבּ אַזוי, לאָזעֶן קוּמעֶן פוּן אייעֶרעֶ אוּן עדוּת זאָגעֶן אויף יוּדעֶן, אַז זיי האָבּעֶן געֶהאַלטעֶן די תּורה: זאָל קוּמעֶן נמרוד אוּן עדות זאָגעֶן אויף אברהם׳ן, אַז געֶלאָזט האָט עֶר זיך אין פייעֶר וואַרפעֶן אוּן די עבודה־זרה נישט געֶדיענט; זאָל קוּמעֶן לבן אוּן עדוּת זאָגעֶן אויף יעקב׳ן, ווי טריי אוּן עֶהרליך עֶר האָט איהם געֶדיענט, נישט אָנגעֶריהרט פרעֶמדס אויף אַ האָר; זאָל קוּמעֶן פּוטיפר׳ס פרוי אוּן עדוּת זאָגעֶן אויף יוסף׳ן, אַז עֶר איז געֶבּליבּעֶן ריין, אָהן אַ פלעֶק פוּן זינד; זאָל קוּמעֶן נבוּכדנצר אוּן עדוּת זאָגעֶן אויף חנניה מישאל ועזריה, אַז זיי האָבּעֶן געֶלאָזט זיך אין קאַלכאויבּעֶן וואַרפעֶן אוּן צוּם צלם נישט געֶבּוּקט? זאָל קוּמעֶן דריוש אוּן עדות זאָגעֶן אויף דניאל׳ן, אַז עֶר האָט זיך געֶלאָזט אין לייבּעֶנגרוּבּ וואַרפעֶן אוּן פוּן ↰ 12 תּפלה־טהוּן זיך נישט אָבּגעֶזאָגט; זאָלעֶן קוּמעֶן די פרוּמעֶ אוּן עֶהרליכעֶ פוּן אייך; בּלדר השוּחי, צופר הנעמתי, אליפז התּימני אוּן אליהוּ בּן בּרכאל הבּוּזי אוּן לאָזעֶן זיי עדוּת זאָגעֶן אויף יוּדעֶן, אַז זיי האַלטעֶן זיך טריי אין דעֶר תּורה.

זאָגעֶן זיי:

— האַר פוּן דעֶר וועֶלט, גיבּ אוּנז איצט דיין תּורה פוּן דאָס ניי, זעֶנעֶן מיר אויך גרייט זיך אין איהר האַלטעֶן טריי.

זאָגט עֶר זיי:

— נאַרישעֶ מעֶנשעֶן! וועֶר ס׳האָט זיך נישט בּעֶמיהט ערב־שבּת, פוּן וואַנעֶן וועֶט עֶר האָבּעֶן אויף שבּת צוּ עֶסעֶן?... נאָר פוּן דעֶסטוועֶגעֶן אָט איז בּיי מיר פאַרהאַן אַ מצוה׳לעֶ אַ גרינגס, סוּכּה הייסט עֶס — געֶהט טהוּט עֶס.

נעֶהמט בּאַלד יעֶדעֶר איינציגעֶר פוּן זיי אוּן חאַפּט זיך מאַכעֶן אַ סוּכּה בּיי זיך אויפ׳ן פלאַכעֶן דאַך. אין אַ הייסעֶן טאָג איז טאַקי זעֶהר אַנגעֶנעֶהם צוּ זיצעֶן אין דעֶר קיהלעֶר סוּכּה. לאָזט אָבּעֶר גאָט אויף זיי אַרויס אַ הייס פייעֶרדיגעֶ תּמוּז׳דיגעֶ זוּן אוּן זי שטעֶכט דוּרך די סוּכּה מיט איהרעֶ בּרעֶנעֶנדיגעֶ שטראַהלעֶן, וועֶרט די מצוה זיי שוועֶר אוּן יעֶדעֶר פוּן זיי גיט אַ שפּיי אויף דעֶר סוּכּה אוּן אַנטלויפט פוּן דאָרט ווי אַן אָבּגעֶבּריהטעֶר.

צוּ וואָס זעֶנעֶן יוּדעֶן געֶגליכעֶן.

דאָס יוּדישעֶ פאָלק איז אין דעֶר תּורה געֶגליכעֶן אַמאָל צוּ שטויבּ פוּן דעֶר עֶרד אוּן אַמאָל צוּ שטעֶרעֶן איז הימעֶל: פאַלעֶן יוּדעֶן — איז נידריג בּיז צוּ דעֶר עֶרד, וועֶרעֶן זיי דעֶרהויבּעֶן — איז הויך בּיז צוּ די שטעֶרעֶן.

אוּן זעֶהסטוּ אַז יוּדעֶן זעֶנעֶן שוין געֶפאַלעֶן גאָר־גאָר נידריג, בּיז צוּ דעֶר עֶרד — זאָלסטוּ וויסעֶן, אַז בּאַלד־בּאַלד וועֶלעֶן זיי זיך טהוּן אַ הויבּ־אויף אין דעֶר הויך.

יוּדעֶן זעֶנעֶן ווידעֶר געֶגליכעֶן צוּ זאַמד אויפ׳ן בּרעֶג פוּן ים: גלייך ווי די זאַמד אויפ׳ן בּרעֶג, מעֶגסט דאָרטעֶן פאַרנאַכט אויסגראָבּעֶן אַ גריבּעֶל, קוּמסטוּ אַהין אין דעֶר פריה אוּן געֶפינסט שוין דאָס אָרט צוּריק פעֶרשאָטעֶן אוּן אָנגעֶפילט ווי פריהעֶר, אַזוי זעֶנעֶן אויך יוּדעֶן: וויפיעל עֶס זאָל אין די שלעֶכטעֶ פינסטעֶרעֶ צייטעֶן פוּן זיי נישט אָבּפאַלעֶן, קוּמט עֶס זיי בּאַלד צוּ צוּריק אין די בּעֶסעֶרעֶ ליכטיגעֶרעֶ צייטעֶן אוּן עֶס וועֶרט פוּן זיי גאָר ניט געֶמינדעֶרט.

וויפיעל פוּן די יוּדעֶן זעֶנעֶן אוּמגעֶקוּמעֶן אין די שוועֶרעֶ דוד המלך׳ס צייטעֶן, בּשעת די גרויסעֶ פעֶרבּיטעֶרטעֶ מלחמות, וואָס עֶר האָט געֶפיהרט ↰ 13 מיט אַלעֶ אַרוּמיגעֶ פעֶלקעֶר, איז דאָס בּאַלד זיי צוּגעֶקוּמעֶן דעֶרנאָך אין די בּעֶסעֶרעֶ רוּהיגעֶרעֶ צייטעֶן פוּן זיין זוּהן שלמה המלך. אַזוי איז עֶס געֶוועֶן אַמאָל אוּן אַזוי איז אין אַלעֶ צייטעֶן.




אין איין מזמור פוּן תּהילים וועֶרעֶן יוּדעֶן געֶגליכעֶן צוּ אַ פּאַלמעֶנבּוים. אַ פּאַלמעֶנבּוים האָט ניט אין זיך קיין שוּם פּסולת, אַלץ אין איהם קוּמט צוּנוּץ: די טייטלעֶן זיינעֶ — צוּם געֶניסעֶן, די גרינעֶ לוּלבים — צוּ לויבּליעדעֶר אוּן קרעֶנץ, די טרוּקעֶנעֶ צווייגעֶן — צוּ בּעֶדעֶקעֶן סוּכּות, דעֶר בּאַסט — אויף שטריק, די דינעֶ פרעֶנזעֶל־צווייגלעֶך — צוּ פלעֶכטעֶן דעֶרפוּן זיפּעֶן, דעֶר שטאַם — צוּ הויז־בּאַלקעֶנס. אַזוי זעֶנעֶן אויך יוּדעֶן — קיין פּסולת וועֶט מעֶן בּיי זיי נישט געֶפינעֶן: די פעֶרשטעֶהעֶן אַ פּסוּק חוּמש, די — אַ פּרק משניות, אַנדעֶרעֶ — אַ בּלאַט גמרא אוּן אַנדעֶרעֶ — אַ שטיקעֶל מדרש.




„ווי אַן עֶפּעֶלבּוים צווישעֶן וואַלד־בּוימעֶר” — אַזוי זעֶנעֶן יוּדעֶן געֶגליכעֶן אין שיר־השירים. גלייך ווי דעֶר עֶפּעֶלבּוים גיט די פרוּכט זיינעֶ פאַר די בּלעֶטעֶר, אַזוי האָבּעֶן יוּדעֶן בּשעת מתּן־תּורה אויסגעֶרוּפעֶן „נעשה” — מיר וועֶלעֶן טהוּן, פריהעֶר פאַר „ונשמע” — איידעֶר נאָך מיר וועֶלעֶן העֶרעֶן.

אוּן נאָך וועֶרעֶן דאָרט יוּדעֶן געֶגליכעֶן צוּ אַ נוּסעֶנבּוים. אַזוי ווי אַ נוּס, ווי אוּמריין אוּן פאַרשמירט זאָל בּיי אים נישט זיין די שאָלעֶכץ פוּן דרויסעֶן, דאָך בּלייבּט דעֶר יאָדעֶר זיינעֶר אינוועֶניג שטעֶנדיג זויבּעֶר־ריין, אַזוי אויך יוּדעֶן: וויפיל זיי זאָלעֶן זיך נישט איינשמירעֶן אינ׳ם וואָכעֶנדיגעֶן אַלטעֶגליכעֶן לעֶבּעֶן, בּלייבּעֶן זיי אינ׳ם תּוך זייעֶרעֶן ריין, אוּן קוּמט אַ שבּת, אַ יום־טוב, אַ ימים־נוראים, וואַרפעֶן זיי פוּן זיך אַראָבּ די אוּמריינעֶ שאָלעֶכץ אוּן די יוּדישעֶ נשמה בּעֶווייזט זיך אין איהר גאַנצעֶר ריינקייט.

אוּן נאָך מיט איין זאַך זעֶנעֶן יוּדעֶן געֶגליכעֶן צוּ ניס; פרוּבט פוּן אַ הויפעֶן ניס אַרויסשלעֶפּעֶן איינס, הויבּעֶן זיך אַלעֶ אָן צוּ ריהרעֶן אוּן צוּ קויקלעֶן זיך פוּנ׳ם אָרט. אַזוי אויך יוּדעֶן — ריהרט מעֶן נוּר איינעֶם פוּן זיי, דעֶרלאַנגט עֶס דעֶם גאַנצעֶן כּלל אוּן אַלעֶ דעֶרפיהלעֶן עֶס.




יוּדעֶן וועֶרעֶן דאָרט ווידעֶר געֶגליכעֶן צוּ בּוימעֶל.

ווי דעֶם בּוימעֶל בּעֶקוּמט מעֶן אַרויס אַ לויטעֶרעֶן נאָר דוּרכ׳ן דריקעֶן, אַזוי וועֶרעֶן יוּדעֶן געֶלייטעֶרט נוּר דוּרך צרות.

↤ 14

ווי בּוימעֶל קעֶן זיך נישט אויסמישעֶן מיט אַלעֶ אַנדעֶרעֶ פליסיגקייטעֶן, אַזוי קעֶנעֶן יוּדעֶן נישט וועֶרעֶן איינס מיט אַלעֶ איבּעֶריגעֶ פעֶלקעֶר.

ווי בּוימעֶל בּרעֶנגט ליכט אויף דעֶר וועֶלט, אַזוי האָבּעֶן יוּדעֶן געֶבּראַכט ליכט דעֶר גאַנצעֶר מעֶנשהייט.

ווי בּוימעֶל שווימט שטעֶנדיג אַרויף אויף וואַסעֶר פוּן אויבּעֶן, אַזוי זעֶנעֶן יוּדעֶן גייסטיג העֶכעֶר איבּעֶר אַלעֶ פעֶלקעֶר.

אוּן ווי בּוימעֶל פליסט שטיל אוּן רוּהיג אָהן דעֶם קלעֶנסטעֶן געֶרויש, אַזוי געֶהעֶן יוּדעֶן אויף דעֶר וועֶלט שטיל זייעֶר וועֶג צווישעֶן די רוישיגעֶ פעֶלקעֶר, נישט צוּ לאָזעֶן זיך העֶרעֶן.




„ווי אַ רויז צווישעֶן דעֶרנעֶר” — אַזוי זעֶנעֶן יוּדעֶן צווישעֶן פעֶלקעֶר.

ר׳ חנינא בּר־אבּא טייטשט־אויס דאָס פעֶרגלייכעֶניש אַזוי:

ווי די רויז וואָס וואַקסט צווישעֶן דעֶרנעֶר — גיט אויף איהר אַ בּלאָז אַ צפון־ווינט אוּן בּייגט זי איין קיין דרום־זייט, בּעֶקוּמט זי דאָרט אַ שטאָך פוּנ׳ם דאָרן; בּלאָזט אויף איהר צוּריק אַ דרום־ווינט אוּן גיט זי אַ בּייג קיין צפון זייט, בּעֶקוּמט זי דאָרט אַ שטאָך פוּנ׳ם דאָרן, אוּן וואוּהין זי זאָל זיך נישט קעֶהרעֶן אוּן בּייגעֶן, אַלץ שלאָגט זי זיך אָן אינ׳ם דאָרן אוּן קריגט אַלעֶ מאָל אַ שטאָך אין דעֶר זייט — אוּן דאָך בּלייבּט איהר אוּנבּעֶריהרט העֶרצעֶל שטעֶנדיג געֶוועֶנדעֶט אַרויף גלייך צוּם הימעֶל. אַזוי אויך יוּדעֶן צווישעֶן פעֶלקעֶר: וואוּהין דעֶר ווינט זאָל זיי נישט פעֶרטראָגעֶן, אויף וועֶמעֶן פוּן די אַרוּמיגעֶ פעֶלקעֶר זיי זאָלעֶן זיך נישט אָנשפּאַרעֶן, אַלץ קוּמט זיי אויס צוּ ליידעֶן שוועֶרעֶ בּעֶליידיגוּנגעֶן אוּן גרויסעֶ צרות אוּן דאָך בּלייבּט דאָס האַרץ זייעֶרס שטעֶנדיג געֶוועֶנדעֶט אַרויף, צוּ זייעֶר פאָטעֶר אין הימעֶל.

ר׳ אָבין טייטשט עֶס אויס אַזוי:

ווי די רויז — כּל זמן עֶס בּרעֶנט די זוּן בּייגט זי אָן איהר קעֶפּיל אוּן וועֶלקט, קוים פאַלט אויף איהר טוי גלייכט זי זיך אויס אוּן בּליהט אַן אויפגעֶלעֶבּטעֶ ווייטעֶר; אַזוי אויך יוּדעֶן — כּל זמן זיי געֶהעֶן אין שוועֶרעֶן יאָך פוּן גלוּת זעֶהעֶן זיי אויס ווי פעֶרוועֶלקטעֶ אוּן איינגעֶטריקעֶנטעֶ, קוים פאַלט פוּן זיי דעֶר יאָך אַראָבּ גלייכעֶן זיי אויס דעֶם רוּקעֶן אוּן וועֶרעֶן אָבּגעֶפרישט.

ווי די רויז האַלט זיך אויף נוּר צוּליבּ איהר איידעֶלעֶן ריח, אַזוי אויך יוּדעֶן האַלטעֶן זיך אויף דעֶר וועֶלט נאָר צוּליבּ זייעֶרעֶ איידעֶלעֶ מדות אוּן גוּטעֶ מעשים.

↤ 15

ווי די רויז וועֶרט בּעֶמעֶרקט צווישעֶן אַלעֶ אַרוּמיגעֶ גראָזעֶן, אַזוי זעֶנעֶן אויך יוּדעֶן אָנגעֶזעֶהן צווישעֶן אַלעֶ אַנדעֶרעֶ פעֶלקעֶר.




„פוּן מצרים האָסטוּ איבּעֶרגעֶפיהרט אַ וויינשטאָק” — דאָס הייסט דאָס יוּדישעֶ פאָלק.

אַ וויינשטאָק האָט אין זיך אַלעֶרליי שטיינגלעֶך, קלעֶנעֶרעֶ אוּן גרעֶסעֶרעֶ, אוּן וואָס גרעֶסעֶר איז דאָס שטיינגעֶל אַלץ נידריגעֶר האַלט זיך דאָס צוּ דעֶר עֶרד; אַזוי איז אויך דאָס יוּדישעֶ פאָלק: וואָס גרעֶסעֶר איז אַ יוּד אַלץ קלעֶנעֶר האַלט עֶר זיך פוּנ׳ם אַנדעֶרעֶן.

אַ וויינשטאָק ווידעֶר וועֶרט די פרוּכט זיינעֶ פריהעֶר מיט די פיס געֶטראָטעֶן, דעֶרנאָך אָבּעֶר שפּאַרט עֶס אָן אויפ׳ן קעֶניגליכעֶן טיש; אַזוי איז אויך מיט יוּדעֶן: אין די איצטיגעֶ צייטעֶן זעֶנעֶן זיי פוּן אַלעֶ זייטעֶן אַרוּמגעֶרינגעֶלט מיט שונאים אוּן וועֶרעֶן מיט די פיס געֶטראָטעֶן, עֶס וועֶט אָבּעֶר קוּמעֶן אַ צייט אַז קעֶניגעֶן וועֶלעֶן זיך מיט זיי אַרוּמטראָגעֶן.

אַ וויינשטאָק קעֶן געֶוועֶהנליך נישט גוּט וואַקסעֶן אוּן פריש בּלייבּעֶן סיידעֶן עֶר האָט זיך אָנצוּשפּאַרעֶן אויף טרוּקעֶנעֶ שטעֶקלעֶך; דאָס אייגעֶנעֶ איז אויך מיט יוּדעֶן: דאָס אָנהאַלט זייעֶרס אין לעֶבּעֶן איז נוּר זכות־אבות — דעֶר זכות פוּן זייעֶרעֶ גרויסעֶ, לאַנג פעֶרשטאָרבּעֶנעֶ עֶלטעֶרעֶן. ריש־לקיש זאָגט:

דאָס יוּדישעֶ פאָלק איז אין אַלעֶמעֶן געֶגליכעֶן צוּ אַ וויינשטאָק: די צווייגלעֶך פוּן וויינשטאָק — דאָס זעֶנעֶן די בּעלי־בּתּים פוּן פאָלק; די שטיינגלעֶך טרויבּעֶן — די געֶלעֶהרטעֶ; די בּלעֶטעֶר — דעֶר פּשוּט׳עֶר עולם; די ליידיגעֶ פרעֶנזלעֶך־ריטלעֶך — די גאָר פּוּסטעֶ לייט.

אוּן דעֶרפאַר האָט מעֶן בּעֶפוילעֶן פוּן ארץ־ישראל קיין בּבל: זאָלעֶן די שטיינגלעֶך טרויבּעֶן גאָט נעֶמעֶן פאַר די בּלעֶטעֶר, ווייל אויבּ נישט די בּלעֶטעֶר, וואָלטעֶן נישט געֶהאַט קיין קיוּם די שטיינגלעֶך.




די טויבּ צייכעֶנט זיך אויס מיט איהר שטילקייט אוּן צניעוּת אוּן איבּעֶרגעֶבּעֶנקייט אוּן אויך מיט איהר שעֶנעֶם גאַנג; אַזוי אויך יוּדעֶן צייכעֶנעֶן זיך אויס מיט זייעֶר שטילקייט אוּן פרוּמקייט אוּן געֶטריישאַפט צוּ גאָט, אוּן אויך מיט זייעֶרעֶ שעֶנעֶ געֶנג אוּן אויפפיהרוּנגעֶן.

די טויבּ וועֶן מעֶן רויבּט אַפילוּ פוּן אוּנטעֶר איהר אַוועֶק די יוּנגעֶ טייבּעֶלעֶך איהרעֶ דאָך פעֶרלאָזט זי נישט איהר טויבּעֶנשלאַק; אַזוי אויך יוּדעֶן, נאָכדעֶם אַפילוּ וואָס זייעֶר לאַנד אוּן בּית־המקדש זעֶנעֶן חרוב געֶוואָרעֶן ציהט עֶס זיי אַלץ אַהין אין זייעֶר אַלטעֶר נעֶסט.

↤ 16

די טויבּ ווי ווייט זי זאָל נישט פעֶרפליהעֶן פוּן איהר נעֶסט, געֶפינט זי אַלץ דעֶם וועֶג צוּריק; אַזוי אויך יוּדעֶן, ווי ווייט זיי זאָלעֶן נישט פעֶרוואָרפעֶן וועֶרעֶן אוּן פעֶרוואָגעֶלט זיין אין פרעֶמדעֶ לעֶנדעֶר — איז בּאַלד ווי די צייט וועֶט קוּמעֶן, וועֶלעֶן זיי פוּן עֶק וועֶלט זיך איילעֶן אוּן פלאַטעֶרעֶן צוּריקפליהעֶן צוּ זיך אַהיים אין אייגעֶן לאַנד אַריין.

די טויבּ, וועֶן זי קוּמט צוּפליהעֶן צוּריק אין איהר טויבּעֶנשלאַק, ציהט זי מיט זיך מיט נאָך אַנדעֶרעֶ, פרעֶמדעֶ טויבּעֶן; יוּדעֶן אויך, וועֶן זיי וועֶלעֶן אויפגעֶריכט וועֶרעֶן, וועֶלעֶן צוּשטעֶהן צוּ זיי אוּן נאָך זיי זיך נאָכציהעֶן פיעל פוּן אַנדעֶרעֶ פעֶלקעֶר.

די טויבּ בּיי׳ם שעֶכטעֶן ציהט־אויס דאָס העֶלזעֶל אוּנטעֶר׳ן חלף אוּן טהוּט אַפילוּ דעֶרבּיי קיין צאַפּעֶל נישט; אַזוי זעֶנעֶן אויך יוּדעֶן גרייט מוסר־נפש צוּ זיין פאַר זייעֶר גאָט אוּן זייעֶר גלויבּעֶן.

די טויבּ האַלט זיך תּמיד בּיי איהר פּאָר, נישט איבּעֶרצוּגעֶהן צוּ קיין אַנדעֶרעֶן; אַזוי האַלטעֶן זיך יוּדעֶן פעֶסט בּיי זייעֶר איינציגעֶן גאָט, קיינמאָל זיך מיט איהם נישט צוּ שיידעֶן.




„טייבּעֶלעֶ מיינס, פעֶריאָגטעֶ אין פעֶלזעֶנשפּאַלט” — אַזוי וועֶנדעֶט זיך גאָט צוּם יוּדישעֶן פאָלק מיט ליעבּעֶ — „שלויע שלאַנג” רוּפעֶן דיך די פעֶרבּיסעֶנעֶ שונאים דיינעֶ, אין אַ פינסטעֶרעֶן שפּאַלט האָבּעֶן זיי דיך פעֶרטריבּעֶן. איך אָבּעֶר קעֶן דיך ווי פרוּם אוּן עֶהרליך דוּ בּיזט, בּיי מיר אין די אויגעֶן בּיזטוּ פוּן אייבּיג אָן אַ שטיל ריין טייבּעֶלעֶ.

יוּדעֶן אוּן יסוּרים.

„אַן איילבּירטבּוים אַ צווייגהאַפטיגעֶר מיט די שעֶנסטעֶ פרוּכט בּעֶציעֶרט” — אַזוי רוּפט אָן דעֶר נביא דאָס יוּדישעֶ פאָלק. פאַר וואָס גראַד אַן איילבּירטבּוים? ווייל די בּיידעֶ, יוּדעֶן אוּן אָט דעֶר בּוים, זעֶנעֶן איינס אויפ׳ן אַנדעֶרעֶן זעֶהר עֶהנליך. זעֶהט דעֶם איילבּירט — אַנדעֶרש גיט עֶר נישט פוּן זיך אַרויס דאָס אייל סיידעֶן מעֶן קלאַפּט אים פריהעֶר גוּט אָן, נאָכדעֶם מאָלט מעֶן איהם, דעֶרנאָך לעֶגט מעֶן אויף איהם שוועֶרעֶ שטיינעֶר אוּן גראָבּעֶ קלעֶצעֶר אוּן מעֶן דריקט איהם אַזוי לאַנג בּיז מעֶן בּעֶקוּמט פוּן איהם אַרויס דעֶם ריינעֶם לויטעֶרעֶן בּוימעֶל. דאָסגלייכעֶן איז אויך מיט יוּדעֶן: מעֶן קלאַפּט אוּן דריקט זיי, מעֶן טרייבּט זיי, מעֶן פּייניגט אוּן מעֶן טהוּט זיי אָן געֶבּרעֶנטעֶ ליידעֶן — אוּן עֶרשט דעֶרנאָך קעֶהרעֶן זיי זיך אוּם אויסגעֶלייטעֶרטעֶ צוּ גאָט אוּן בּעֶווייזעֶן זיך פאַר דעֶר וועֶלט אין זייעֶר גאַנצעֶן שיין.




↤ 17

„ריהרט וועֶר אייך אָן — זאָגט דעֶר נביא זכריה צוּ די יוּדעֶן — איז ווי עֶר וואָלט אָנגעֶריהרט אין שוואַרצאַפּעֶל פוּנ׳ם אויג”. דאָס אויג — זאָגט ר׳ שמעון בּן אלעזר — איז בּיי׳ם מעֶנשעֶן דאָס טייעֶרסטעֶ אוּן דאָס ציטעֶרדיגסטעֶ פוּנ׳ם גאַנצעֶן גוּף זיינעֶם. וויל מעֶן איינעֶם דעֶרלאַנגעֶן אַ קלאַפּ אין קאָפּ אָדעֶר אין אַן אַנדעֶרעֶן אבר, גיט יעֶנעֶר דאָס עֶרשטעֶ אַ פּינטעֶל מיט׳ן אויג אוּן שליסט עֶס. אוּן יוּדעֶן בּיי גאָט זעֶנעֶן ווי דאָס אויג אין קאָפּ.

ריש־לקיש זאָגט: קוּמט אַ צרה אויף דעֶר וועֶלט, אָדעֶר עֶס קוּמט אַ שמחה אויף דעֶר וועֶלט — וועֶר דעֶרפיהלט עֶס די עֶרשטעֶ? — יוּדעֶן. יוּדעֶן זעֶנעֶן דאָס האַרץ פוּן דעֶר וועֶלט.

ווידעֶר זאָגט ריש־לקיש: אַלעֶ מאָל גרייט גאָט צוּ פאַר יוּדעֶן די רפוּאה פריהעֶר פאַר דעֶר מכּה.

סימנים פוּן יוּדעֶן.

דריי סימנים האָט דאָס יוּדישעֶ פאָלק: זיי האָבּעֶן רחמנות אוּן בּוּשה אוּן טהוּעֶן גמילות חסדים — אוּן אָנקלעֶפּעֶן זיך אין דעֶר אומה מעֶג נוּר דעֶר, וואָס האָט אין זיך אָט די דריי סימנים.




ר׳ אחא בּר אבּא זאָגט: ס׳איז גאָר נישט צוּם פאַרשטעֶהן די טבע פוּן דעֶר דאָזיגעֶר אומה: מאָהנט מעֶן בּיי זיי אויפ׳ן משכּן — גיט מעֶן; מאָהנט מעֶן אויפ׳ן עֵגל — גיט מעֶן אויך.

פעֶרזינדיגטעֶ קינדעֶר.

„קינדעֶר זעֶנט איהר בּיי אייעֶר גאָט” — האָט משה געֶזאָגט צוּ יוּדעֶן.

פיהרט איהר זיך אויף אַקעֶגעֶן איהם ווי קינדעֶר — זאָגט דעֶרויף ר׳ יהוּדה — הייסט איהר בּיי איהם קינדעֶר, אויבּ נישט — זעֶנט איהר נישט זיינעֶ קינדעֶר. ר׳ מאיר אָבּעֶר זאָגט: קינדעֶר, נאַרישעֶ קינדעֶר, זינדיגעֶ, אוּמטרייעֶ קינדעֶר, נאָר פאָרט קינדעֶר. אַ יוּד — זאָגט ר׳ אבּא — ווי זינדיג עֶר זאָל נישט זיין, הייסט אַלץ אַ יוּד. ווי זאָגט די וועֶלט: אין דעֶרנעֶר אַ רויז — וועֶרט ניט אויס.

איינעֶר אַ שונא ישראל האָט אַמאָל געֶזאָגט רבּי חנינא׳ן: איצט אַרוּמשלעֶפּעֶנדיג זיך אין גלוּת זעֶנט איהר געֶוויס פעֶרשמוּצטעֶ אוּן פעֶראוּמרייניגטעֶ ↰ 18 פוּן קאָפּ בּיז פיס; ווי שוין לאַנג האָט דעֶר נביא ירמיה געֶזאָגט נאָכ׳ן חוּרבּן אויף דעֶר יוּדישעֶר אומה: „איהר אוּמריינקייט איז בּיי איהר אויף די קליידעֶר־זוימעֶן”.

— אמת — עֶנטפעֶרט אים ר׳ חנינא — משה רבּנוּ אָבּעֶר האָט נאָך פריהעֶר געֶזאָגט אויף יוּדעֶן: „גאָט רוּהט בּיי זיי אינמיטעֶן זייעֶר אוּמריינקייט” — ווי אוּמריין יוּדעֶן זאָלעֶן נישט זיין, דאָך רוּהט צווישעֶן זיי די שכינה.




בּשעת יוּדעֶן האָבּעֶן זיך פעֶרזינדיגט מיט׳ן עגל האָט גאָט געֶזאָגט משה׳ן: „געֶה אַראָבּ (פוּן בּאַרג סיני), דיין פאָלק האָט זיך שוועֶר פעֶרזינדיגט”. אוּן דעֶרנאָך וועֶן משה האָט תּפלה געֶטהוּן, אַז גאָט זאָל זיי די זינד מוחל זיין, האָט עֶר געֶטענה׳ט: „בּעֶשטראָף נישט שוועֶר דיין פאָלק דיין אייגעֶנס... זיי זעֶנעֶן דאָך דיין פאָלק דיין אייגעֶנס”.

מעֶן דעֶרצעֶהלט אויף דעֶם אין ר׳ לוי׳ס נאָמעֶן אַזאַ משל:

אַ רייכעֶר גוּט־בּעֶזיצעֶר האָט איבּעֶרגעֶגעֶבּעֶן זיין וויינגאָרטעֶן איינעֶם אַ פּאַכטעֶר אוּן פלעֶגט דעֶרפאַר בּעֶקוּמעֶן אַ געֶוויסעֶן טייל פוּן די טרויבּעֶן. איז אויבּ דעֶר וויין איז געֶוועֶן דאָס יאָהר געֶראָטעֶן — פלעֶגט עֶר זיך מיט איהם קוויקעֶן אוּן פאַר יעֶדעֶן זיך בּעֶריהמעֶן: אַך ווי גוּט איז דעֶר וויין פוּן מיין וויינגאָרטעֶן! איז אָבּעֶר אַמאָל דעֶר וויין נישט געֶראָטעֶן פלעֶגט עֶר זיך קלאָגעֶן: אַך ווי שלעֶכט איז דעֶם פּאַכטעֶר׳ס וויין! רוּפט זיך אָן דעֶר פּאַכטעֶר: ליעבּעֶר האַר! געֶראָט דעֶר וויין איז עֶר דיינעֶר, געֶראָט עֶר נישט איז עֶר מיינעֶר! ניין, מיין ליעבּעֶר האַר, סיי גוּט סיי שלעֶכט, איז עֶר תּמיד אַלץ נישט קיינעֶמס נאָר דיינעֶר.

דאָס זעֶלבּעֶ איז אויך מיט גאָט אוּן משה׳ן. אַז גאָט האָט זיך משה׳ן געֶוויזעֶן אוּן איהם געֶשיקט אויסלעֶזעֶן די יוּדעֶן פוּן מצרים, האָט עֶר איהם געֶזאָגט: „געֶה בּעֶפריי מיין פאָלק די יוּדישעֶ קינדעֶר”. וויבּאַלד אָבּעֶר זיי האָבּעֶן זיך פעֶרזינדיגט מיט׳ן עֵגל האָט גאָט איהם שוין געֶזאָגט: „געֶה אַראָבּ, דיין פאָלק האָט זיך שוועֶר פעֶרזינדיגט”. טענה׳ט משה פאַר גאָט: רבּונו של עולם, פעֶרזינדיגעֶן זיי זיך זעֶנעֶן זיי מיינעֶ, אוּן אַז זיי זעֶנעֶן גוּט אוּן פרוּם זעֶנעֶן זיי דיינעֶ! ניין, גרויסעֶר גאָט, זינדיגעֶ אָדעֶר פרוּמעֶ, סיי ווי סיי זעֶנעֶן זיי דיינעֶ — „דיין פאָלק דיין אייגעֶנס”...




ר׳ שמעון חסידא פלעֶגט זאָגעֶן:

— אַ תּענית אין אַ עת צרה אויף יוּדעֶן, וואָס אין איהם בּעֶטייליגעֶן זיך נישט אויך די פּושעי ישראל, איז גאָר קיין תּענית נישט. דעֶר מין ↰ 19 חלבּנה האָט זעֶהר אַ שלעֶכטעֶן ריח, פוּן דעֶסטוועֶגעֶן נעֶהמט איהם די תּורה אַריין צווישעֶן די געֶווירצעֶן פוּן די קטורת...




„איהר האָט נישט נאָכגעֶטהוּן אייעֶרעֶ אַרוּמיגעֶ פעֶלקעֶר” — אַזוי קלאָגט זיך אין איין אָרט דעֶר נביא יחזקאל אויף יוּדעֶן, אוּן דעֶר זעֶלבּעֶר נביא זאָגט אויף אַן אַנדעֶר אָרט אין זיינעֶ שטראָף־רייד צוּ יוּדעֶן: „איהר האָט יאָ נאָך געֶטהוּן די פעֶלקעֶר”.

— אויף דעֶם טאַקי שרייט דעֶר נביא — גיט צוּ פעֶרשטעֶהן ר׳ יהושע בּן לוי — די בּעֶסעֶרעֶ פוּן זיי טהוּט איהר נישט נאָך — דוקא די עֶרגעֶרעֶ פוּן זיי.




אַז דעֶר נביא ישעיה האָט בּיים עֶרשטעֶן אַרויסטריט אויסגעֶשריגעֶן פאַר גאָט: „איך געֶפין זיך צווישעֶן אַ פאָלק מיט אוּמריינעֶ ליפּעֶן”, — האָט זיך בּאַלד אַראָבּגעֶלאָזט איינעֶר פוּן די שרפים, געֶחאַפּט פוּנ׳ם מזבּח מיט אַ צוואַנג אַ פליהעֶנדיגעֶ קויל אוּן זי צוּגעֶלעֶגט צוּם נביא׳ס מויל, דאָס הייסט: פעֶרבּרעֶנט זאָל וועֶרעֶן דאָס מויל, וואָס עֶפעֶנט זיך צוּ רעֶדעֶן אויף יוּדעֶן רכילוּת!

ר׳ אבּהו אוּן ר׳ שמעון בּן לקיש זעֶנעֶן אַמאָל דוּרכרייזעֶנדיג אַריינגעֶקומעֶן אין דעֶר גרויסעֶר שטאָדט קיסריה. רוּפט זיך אָן ר׳ אבּהו: צוּ וואָס זאָלעֶן מיר אַריינקוּמעֶן אין אַזאַ קאַנט פוּן לויטעֶר פּושעי ישראל! שפּרינגט אַראָבּ ר׳ שמעון בּן לקיש פוּנ׳ם עֶזעֶל, נעֶהמט־אָן אַ הויפעֶן זאַמד אוּן פעֶרשטוּפּט איהם דאָס מויל.

— פאַר וואָס איז אַזוי? פרעֶגט ר׳ אבּהו פעֶרוואוּנדעֶרט.

גאָט וויל נישט ליידעֶן — עֶנטפעֶרט איהם ר׳ שמעון בּן לקיש — אַז מעֶן זאָל אויף זיינעֶ קינדעֶר רכילות רעֶדעֶן.

ישראל — איין בּינדעֶל.

די תּורה הייסט יוּדעֶן נעֶהמעֶן אים סכּות אַ פּראַכט־פרוּכט (אתרוג), אַ פּאַלמעֶנצווייג (לוּלב), אַ מירטעֶנצווייג (הדס) אוּן אַ וויידעֶנצווייג (ערבה) אוּן מיט די פיער צוּזאַמעֶן פעֶרבּוּנדעֶנעֶ מינים זאָלעֶן אַלעֶ יוּדעֶן אינאיינעֶם זיך פרעֶהעֶן מיט דעֶם יום־טוב פאַר גאָט.

יוּדעֶן צווישעֶן זיך זעֶנעֶן אַזוי פעֶרשידעֶן ווי אָט די פיער מינים:

דעֶר אתרוג פעֶרמאָגט סיי אַ שאַרפעֶן טעם סיי אַ ליעבּעֶן, איידעֶלעֶן ↰ 20 ריח — אַזוי זעֶנעֶן פאַרהאַן יוּדעֶן, וואָס פעֶרמאָגעֶן בּיידעֶ זאַכעֶן: סיי תּורה סיי גוּטעֶ מעשים;

די פּאַלמעֶנפרוּכט (דעֶר טייטעֶל) האָט אַ זיסעֶן טעם אָהן אַ שוּם ריח — אַזוי זעֶנעֶן פאַרהאַן יוּדעֶן, וואָס תּורה פעֶרמאָגעֶן זיי, אָבּעֶר נישט קיין גוּטעֶ מעשים;

דעֶר מירטעֶנצווייג האָט, פעֶרקעֶהרט, אַן איידעֶלעֶן ריח אָהן אַ שוּם טעם — אַזוי זעֶנעֶן פאַרהאַן יוּדעֶן, וואָס פעֶרמאָגעֶן גוּטעֶ מעשים אָהן אַ בּיסעֶל תּורה;

די ערבה אָבּעֶר פעֶרמאָגט איהר אייגעֶנס גאָרנישט, ניט קיין טעם אוּן נישט קיין ריח — אַזוי זעֶנעֶן פאַרהאַן יוּדעֶן, וואָס האָבּעֶן ניט קיין תּורה אוּן ניט קיין גוּטעֶ מעשים.

וואָס־זשעֶ זאָל גאָט טהוּן מיס אַזעֶלכעֶ — אוּמבּריינגעֶן זיי פוּן דעֶר וועֶלט? ניין, זאָגט גאָט — זאָלעֶן נוּר אַלעֶ פיער מינים זיך צוּזאַמעֶן האַלטעֶן פעֶסט אוּן איין בּינדעֶל, וועֶלעֶן די בּעֶסעֶרעֶ פוּן זיי בּעֶשיצעֶן אויף די עֶרגעֶרעֶ.

אוּן אַלעֶ מאָל וועֶן יוּדעֶן טהוּעֶן דאָס אוּן פעֶרבּינדעֶן זיך אַלעֶ אינאיינעֶם אין איין בּוּנד, וועֶרט דעֶר גרויסעֶר נאָמעֶן פוּן זייעֶר איינציגעֶן גאָט דעֶרהויבּעֶן אויף דעֶר וועֶלט.




די גאַנצעֶ מאַכט פוּן יוּדעֶן איז נוּר אין זייעֶר אייניגקייט.

אַ גאַנץ בּינדעֶל ריטלעֶך אַלעֶ אינאיינעֶם איז קיינעֶר נישט אימשטאַנד מיט אַמאָל צוּבּרעֶכעֶן, שלעֶפּט מעֶן אָבּעֶר אַרויס פוּן דאָרט איינציגווייז אַ ריסעֶל נאָך אַ ריסעֶל, צוּבּרעֶכט זיי אַפילוּ אַ קליין קינד.

יוּדעֶן וועֶלעֶן אַנדעֶרש נישט אויסגעֶלעֶזט וועֶרעֶן, בּיז זיי וועֶלעֶן וועֶרעֶן איין פעֶרבּאַנד.




אַלעֶ יוּדעֶן זעֶנעֶן איינעֶר פאַר׳ן אַנדעֶרעֶן פעֶראַנטוואָרטליך.

בּרעֶכט זיך דוּרך אַ לאָך אין איין שיפסקאַמעֶר, הייסט דאָס נישט — געֶלעֶכעֶרט איז אַ שיפסקאַמעֶר, נאָר די שיף איז געֶלעֶכעֶרט.




„צוּשפּרייטעֶ שעֶפעֶלעֶך זעֶנעֶן יוּדעֶן” — אַזוי ווי די שעֶפעֶלעֶך, ווי נאָר איינ׳ס פוּן זיי וועֶרט געֶפּלאָגט, דעֶרפיהלעֶן עֶס אַלעֶ איבּעֶריגעֶ; אַזוי זעֶנעֶן אויך יוּדעֶן, פעֶרזינדיגט זיך איינעֶר פוּן זיי, דעֶרלאַנגט עֶס אַלעֶמעֶן — „איינעֶר זינדיגט אוּן דעֶר צאָרן איז אויף דעֶם גאַנצעֶן כּלל”.

— עֶס קוּמט אויס — זאָגט אויף דעֶם ר׳ שמעון בּן יוחאי — ווי יעֶנעֶ וואָס רייזעֶן אין מיטעֶן ים אויף אַ שיף. נעֶמט איינעֶר אַן עֶקבּויעֶר אוּן הויבּט־אָן אוּנטעֶר זיך צוּ בּויעֶרעֶן.

↤ 21

— וואָס טהוּסטוּ דאָרט אַזוינס? פרעֶגעֶן אים די חברים מיט גרויס שרעֶק.

— וואָס געֶהט עֶס אייך אָן? — עֶנטפעֶרט יעֶנעֶר — איך בּויעֶר דאָך אוּנטעֶר זיך.

— די גאַנצעֶ שיף וועֶט דאָך איבּעֶר דיר איינעֶם געֶהן צוּ גרוּנד!

יוּדישעֶ שונאים אוּן גוּטעֶ פריינד.

„טריי זעֶנעֶן — זאָגט שלמה המלך אין משלי — די וואוּנדעֶן פוּן אַ גוּטעֶן פריינד אוּן איבּעֶרדריסיג זעֶנעֶן דעֶם שונא׳ס קוּשעֶן”. ר׳ יונתן זאָגט אויף דעֶם: די קללה, אַ שטייגעֶר, וואָס דעֶר יוּדישעֶר נביא אחיה השילוני האָט געֶשאָלטעֶן, איז בּעֶסעֶר ווי בּלעם הרשע׳ס בּרכה. אחיה השילוני אין זיינעֶ שטראָף־רייד אויף יוּדעֶן רוּפט־אויס: „גאָט וועֶט שטראָפעֶן יוּדעֶן אוּן זיי וועֶלעֶן זיין ווי אַ שילף־רעֶהריל וואָס וואַקעֶלט זיך אין וואַסעֶר”; בּלעם אין זיינעֶ בּרכות אויף יוּדעֶן גלייכט זיי צוּ צעֶדעֶרבּוימעֶר. אַ שילף־רעֶהריל וואַקסט בּיים וואַסעֶר, זיין שטיינגעֶל בּעֶנייט זיך פוּן יאָהר צוּ יאָהר אוּן זיינעֶ וואָרצלעֶן זעֶנעֶן פיעל. אוּן מעֶגעֶן בּלאָזעֶן אויף איהם די שטאַרקסטעֶ ווינטעֶן פוּן דעֶר וועֶלט — בּויגעֶן זיי איהם אַהין אוּן אַהעֶר אָבּעֶר זיי ריהרעֶן איהם נישט פוּנ׳ם אָרט; וועֶרעֶן די ווינטעֶן געֶשטילט, בּלייבּט עֶר ווידעֶר רוּהיג אויף זיין אָרט ווי פריהעֶר. אַ צעֶדעֶרבּוים אָבּעֶר שטעֶהט געֶוועֶהנטליך נישט בּיי וואַסעֶר, זיין שטאַם בּעֶנייט זיך נישט אינגאַנצעֶן אוּן זיינעֶ וואָרצלעֶן זעֶנעֶן נישט פיעל; ווינטעֶן געֶוועֶהנליכעֶ ריהרעֶן איהם נישט פוּנ׳ם אָרט, נאָר חאַפּט זיך אַמאָל אויף אַ שטעֶרקעֶר דרום־ווינט, רייסט עֶר איהם אוּן קעֶהרט איהם איבּעֶר אינגאַנצעֶן.

אוּן נאָך אַ זאַך: דאָס קליינעֶ שילף־רעֶהריל איז זוכה דעֶרצוּ, מעֶן זאָל מאַכעֶן דעֶרפוּן אַ פּעֶן אוּן מיט דעֶם שרייבּעֶן אַ ספר־תּורה.




אַ גאַנצעֶ תּוכחה מיט שאַרפעֶ אוּן בּיטעֶרעֶ שטראָף־רייד איז יוּדעֶן אויסגעֶקוּמעֶן צוּ העֶרעֶן פוּן משה רבּנוּ׳ס מויל, דאַגעֶגעֶן האָבּעֶן זיי פוּן בּלעם׳ן אויסגעֶהעֶרט פיעל שבחים אוּן בּרכות. אייגעֶנטליך וואָלט בּעֶדאַרפט זיין פעֶרקעֶהרט: משה זאָל זיי לויבּעֶן אוּן בּעֶנשעֶן, אוּן בּלעם זאָל זיי שעֶנדעֶן אוּן שעֶלטעֶן. נאָר וואָלט זיי בּלעם שאַרף געֶשטראָפט, וואָלטעֶן זיך יוּדעֶן דעֶרפוּן גאָר נישט געֶמאַכט: ווייס איך וואָס אַ שונא קעֶן אויסטראַכטעֶן; אוּן וואָלט זיי ווידעֶר משה רבּנו געֶלויבּט, וואָלט עֶס בּיי ↰ 22 די גויים קיין שוּם וועֶרטה ניט געֶהאַט: מילא, וואָס זייעֶר אַן אייגעֶנעֶר גוּטעֶר פריינד לויבּט! אוּן דעֶרפאַר איז בּיי גאָט געֶבּליבּעֶן, אַז בּעֶנשעֶן זאָל זיי דעֶר שונא בּלעם אוּן שטראָפעֶן זאָל זיי דעֶר גוּטעֶר פריינד משה, וועֶלעֶן בּיידעֶ, סיי די בּרכות סיי די תּוכחות, האָבּעֶן אויף אַזאַ אופן מעֶהר האַפט אוּן קראַפט.




אַ געֶרויש פוּן פיעלעֶ פעֶלקעֶר
אַ ליאַרם ווי פוּן אויפגעֶבּרויזטעֶ מעֶעֶרעֶן — — —
אוּן בּייזעֶ מעֶנשעֶן ווי אַ ים
אַן אויפגעֶרעֶגטעֶר בּלייבּעֶן אַלץ נישט רוּהיג.
אוּן וואַלעֶן שמוּציגעֶ אוּן טריבּע
שנעֶל יאָגעֶן זיך ווי ווילדעֶ איינעֶ נאָך דעֶם צווייטעֶן
אוּן טראָגעֶן האַסטיג זיך צוּם בּרעֶג —

די יוּדישעֶ שונאים זעֶנעֶן ווי די וואַלעֶן פוּן אַ שטוּרעֶמדיגעֶן ים: דעֶר ים, אַז עֶר צוּשפּיעלט זיך, הויבּט זיך אויף פוּן איהם אַ ווילדעֶר וואַל, לויפט לויפט מיט צאָרן אוּן מיט שוים, גיט זיך ראַש אַ לאָז צוּם בּרעֶג: אָט נעֶהם איך אוּן פעֶרפלייץ די וועֶלט! — ווי נוּר עֶס שלאָגט זיך אָבּעֶר אָן אין דעֶם זאַמד, בּלייבּט עֶר בּאַלד אין אָהנמאַכט אוּן פאַלט־אָבּ צוּריק. וואָלט דאַכט זיך אַ צווייטעֶר זיך בּעֶדאַרפט אַראָבּנעֶהמעֶן אַ מוּסר, ווילט זיך איהם אָבּעֶר אויך נאָכטהוּן דעֶם עֶרשטעֶן — אוּן האָט אויך דעֶם זעֶלבּעֶן סוף.

דאָסזעֶלבּעֶ איז אויך מיט די יוּדישעֶ שונאים: קוּמט פּרעה אוּן פאַלט־אָן מיט זיין בּייזעֶר מאַכט אויף יוּדעֶן — האָט עֶר געֶהאַט די רעֶכטעֶ מפּלה אוּן וועֶרט פעֶרזוּנקעֶן אין ים, עֶר מיט זיין גאַנצעֶן חיל. וואָלט דאַכט זיך פּרעה בּעֶדאַרפט דיענעֶן עמלק׳ן פאַר אַ בּיישפּיל, איז ניין: יוּדעֶן האָבּעֶן זיך נוּר געֶלאָזט ווייטעֶר אין וועֶג — „ויבוא עמלק”, עמלק בּעֶפאַלט — אוּן בּעֶקוּמט אויך די מפּלה. וואָלטעֶן זיך איצט בּעֶדאַרפט סיחון אוּן עוג אַוודאי אַראָבּנעֶהמעֶן אַ מוּסר — קוּקעֶן זיי נישט אויף קיין זאַך אוּן געֶהעֶן אויך איינעֶר נאָך דעֶם אַנדעֶרעֶן אַרויס געֶגעֶן יוּדעֶן — אוּן בּעֶקוּמעֶן, פעֶרשטעֶהט זיך, דעֶם פינסטעֶרעֶן סוף, וואָס אַלעֶ פריהעֶרדיגעֶ. אוּן דאָס אייגעֶנעֶ איז אויך געֶוועֶן דעֶרנאָך מיט בּלק׳ן אוּן מיט אַלעֶ אַנדעֶרעֶ יוּדישעֶ שונאים נאָך איהם.

יוּדעֶן אוּן דאָס מזל.

אין איינעֶר פוּן זיינעֶ נבוּאוּת זאָגט דעֶר נביא ירמיהוּ צוּ די יוּדעֶן אין גאָט׳ס נאָמעֶן:

↤ 23

„די געֶנג פוּן די פעֶלקעֶר ניט לעֶרנט זיך אָבּ,
פאַר די צייכעֶן אין הימעֶל נישט שרעֶקט זיך;
זאָלעֶן זיך שרעֶקעֶן די פעֶלקעֶר פאַר זיי,
דעֶן די איינגלויבּעֶנישעֶן פוּן די פעֶלקעֶר זעֶנעֶן נאַריש”.

אַז עֶס טרעֶפט אַ לקוּי־חמה (זוּנפינסטעֶרניש) וועֶרט עֶס אָנגעֶנוּמעֶן אַלס אַ שלעֶכטעֶר סימן פאַר דעֶר גאַנצעֶר וועֶלט. עֶס קוּמט עֶפּעֶס אויס ווי אַ קעֶניג וואָס האָט געֶמאַכט פאַר זיינעֶ לייט אַ גרויסעֶן מאָהלצייט בּיי זיך אין פּאַלאַץ אוּן האָט לכּבוד זיי געֶהייסעֶן אָנצינדעֶן דאָס שעֶנסטעֶ אוּן העֶלסטעֶ ליכט. איז עֶר אויף זיי פאַר עֶפּיס אויפגעֶבּראַכט געֶוואָרעֶן, גיט עֶר אַ געֶשריי זיין דיענעֶר: נעֶהם־צוּ פוּן זיי דאָס ליכט אוּן לאָז זיי זיצעֶן אין דעֶר פינסטעֶר!

ר׳ מאיר זאָגט: די עֶרשטעֶ וואָס נעֶהמעֶן עֶס אָן פאַר זיך פאַר אַ שלעֶכטעֶן סימן זעֶנעֶן די יוּדעֶן, ווייל אַזוי זעֶנעֶן זיי שוין געֶוועֶהנט, אַז וואָס עֶפּיס אַ שלאַק טרעֶפט דאָס זיי צוּם עֶרשטעֶן. בּעֶווייזט זיך אין חדר דעֶר רבּי מיט׳ן קאַנטשיק אין דעֶר האַנד — וועֶר פוּן די תּלמידים גיט דעֶר עֶרשטעֶר אַ ציטעֶר? דעֶר וואָס חאַפּט שמיץ אַלעֶ טאָג.

יוּדעֶן אָבּעֶר, קוים נאָר זיי טהוּעֶן גאָט׳ס ווילעֶן, האָבּעֶן זיי פאַר די אַלעֶ צייכעֶנס אוּן סימנים זיך גאָרניט וואָס צוּ שרעֶקעֶן — זאָלעֶן זיך דעֶרפאַר שרעֶקעֶן די, וועֶלכעֶ זעֶנעֶן איינגעֶגלויבּט אין זייעֶרעֶ נאַרישקייטעֶן.




אויף יוּדעֶן האָט דאָס מזל קיין שליטה נישט.

אין ירמיהוּ׳ס צייטעֶן האָבּעֶן יוּדעֶן שוין געֶהאַלטעֶן דעֶרבּיי, זיי זאָלעֶן זיך אָבּלעֶרנעֶן פוּן די בּבל׳עֶר געֶנג אוּן אָננעֶהמעֶן פאַר אַן אמת דאָס גלויבּעֶן פוּן די שטעֶרנזעֶהעֶר אין דעֶם כּוח פוּן די מזלות — האָט זיי דעֶר נביא אין גאָט׳ס נאָמעֶן געֶוואָהרעֶנט דעֶרפוּן מיט יעֶנעֶ וועֶרטעֶר:

פאַר די צייכעֶן פוּן הימעֶל נישט שרעֶקט זיך,
זאָלעֶן זיך שרעֶקעֶן די פעֶלקעֶר פאַר זיי,

אַמאָל האָט שוין געֶהאַלטעֶן דעֶרבּיי אייעֶר פאָטעֶר אברהם — האָבּ איך איהם אויך נישט דעֶרלאָזט. בּשעת איך האָבּ איהם צוּגעֶזאָגט אויף דעֶר עֶלטעֶר אַ זוּהן, האָט עֶר פאַר מיר געֶטענה׳ט: „מיר איז דאָך אָבּעֶר פוּן דיר קיין קינד נישט בּעֶשטימט” — דאָס מזל שטעֶכט מיר די אויגעֶן אוּן זאָגט: „אברהם, דיר איז נישט בּעֶשעֶרט קיין קינד האָבּעֶן”. האָבּ איך איהם בּאַלד אין גאַס אַרויסגעֶפיהרט, אָנגעֶוויזעֶן איהם אויף די שטעֶרעֶן־וועֶגעֶן אין הימעֶל אוּן געֶזאָגט: „אברהם, וואַרף־אַוועֶק דיין שטעֶרנזעֶהעֶריי, אַ נביא בּיסטוּ אָבּעֶר נישט קיין אַסטראָלאָג!”

↤ 24

אינ׳ם נאָמעֶן פוּן ר׳ יוחנן זאָגט מעֶן, אַז גאָט האָט אויפגעֶהויבּעֶן אברהם׳ן העֶכעֶר פוּן דעֶר הימעֶלס־ספעֶרעֶ אוּן איהם אַזוי געֶזאָגט: קוּק פוּן אויבּעֶן אַראָבּ אויף די שטעֶרעֶן. וועֶר ס׳איז אוּנטעֶר דעֶם מזל, דעֶר זאָל פאַר איהם מורא האָבּעֶן; דוּ, וואָס דוּ בּיסט איבּעֶר איהם, געֶה אַקעֶגעֶן איהם מיט אַן אויפגעֶהויבּעֶנעֶם קאָפּ.




ר׳ חנינא׳ס צוויי תּלמידים זעֶנעֶן אַמאָל אַרויסגעֶגאַנגעֶן פוּן שטאָדט אין דעֶרבּייאיגעֶן וועֶלדיל אַריין אָנהאַקעֶן פאַר זיך האָלץ. בּעֶמעֶרקט זיי בּיי׳ם אַרויסגאַנג איינעֶר אַן אַסטראָלאָג, זאָגט עֶר צוּ די מעֶנשעֶן וואָס שטעֶהעֶן דאָרט: ווי איך זעֶה־אַרויס, וועֶלעֶן אָט די צוויי שוין צוּריק לעֶבּעֶדיגעֶ נישט קוּמעֶן, זיי וועֶט דאָרט אַ בּיס טהוּן אַ גיפטיגעֶ שלאַנג.

ווי נוּר די צוויי זעֶנעֶן אַרויס פוּן שטאָדט, בּעֶגעֶגעֶנעֶן זיי אַן אַלטעֶן מאַן אַ שטאַרק פעֶרשמאַכטעֶן:

— האָט אין מיר אַ מצוה — בּעֶט זיך בּיי זיי פעֶר׳חלש׳ט דעֶר אַלטעֶר מאַן — שוין דריי טעֶג אַז איך האָבּ נישט געֶהאַט אין מיין מויל.

נעֶהמעֶן זיי בּאַלד אַרויס דעֶם איינציגעֶן לאַבּעֶן בּרויט, וואָס זיי האָבּעֶן געֶהאַט מיט זיך, בּרעֶכעֶן־אָבּ פוּן דעֶם אַ האַלבּעֶן אוּן גיבּעֶן דעֶם אַלטעֶן. עֶסט עֶר אָבּ אוּן ווינשעֶוועֶט זיי צוּ: „גאָט זאָל אייך אַזוי דעֶרהאַלטעֶן בּיי׳ם לעֶבּעֶן ווי איהר האָט מיך דעֶרהאַלטעֶן”

נאָכדעֶם זעֶנעֶן זיי אַוועֶק אין וואַלד, אָנגעֶהאַקט האָלץ אוּן קעֶהרעֶן זיך אוּם אין שטאָדט בּשלום. וועֶנדעֶן זיך צוּם אַסטראָלאָג די מעֶנשעֶן וואָס האָבּעֶן פריהעֶר געֶהעֶרט זיינעֶ וועֶרטעֶר:

זעֶהסטוּ — זאָגעֶן זיי איהם — ווי דוּ האָסט געֶטראָפעֶן? וואוּ זעֶנעֶן דיינעֶ וועֶרטעֶר, אַז די לייט וועֶלעֶן נישט קוּמעֶן צוּריק קיין לעֶבּעֶדיגעֶ?

— טאַקי אַ חידוּש! — עֶנטפעֶרט דעֶר אַסטראָלאָג — אָדעֶר איך האָבּ דאָס מאָל אַ טעוּת געֶהאַט, אָדעֶר די אַסטראָלאָגיעֶ לייגט! פוּן דעֶסטוועֶגעֶן לאָמיר געֶהן זעֶהן וואָס טהוּט זיך בּיי זיי דאָרט אין די בּינדלעֶך האָלץ.

זוּכט מעֶן אוּן מעֶן געֶפינט אין איין בּינדעֶל איין העֶלפט פוּן אַן איבּעֶרגעֶהאַקטעֶר שלאַנג אוּן די צווייטעֶ העֶלפט אין צווייטעֶן בּינדעֶל. בּלייבּט דעֶר עולם שטעֶהן פעֶרגאַפט.

— וואָס פאַר אַ גוּטעֶ זאַך האָט איהר היינט געֶטהוּן, וואָס אייך אי געֶשעֶהן אַזאַ גרויסעֶר נס? — פרעֶגט מעֶן בּיי ר׳ חנינא׳ס צוויי תּלמידים.

דעֶרצעֶהלעֶן זיי די מעשה מיט׳ן אַלטעֶן אָרימאַן.

רוּפט זיך אָן דעֶר אַסטראָלאָג:

↤ 25

וואָס קעֶן מעֶן מאַכעֶן מיט׳ן יוּדישעֶן גאָט, אַז עֶר לאָזט זיך איבּעֶרקויפעֶן מיט אַ האַלבּעֶן לאַבּעֶן בּרויט!

יוּדעֶן — אַן אייבּיג פאָלק.

„ווי די פיער ווינטעֶן פוּן דעֶר וועֶלט — זאָגט דעֶר נביא זכריה צוּ יוּדעֶן אין גאָט׳ס נאָמעֶן — אַזוי האָבּ איך אייך אוּמעֶדוּם פעֶרשפּרייט”. ווי די וועֶלט קעֶן נישט אויסקוּמעֶן אָהן ווינטעֶן, אַזוי קעֶן זי נישט אויסקוּמעֶן אָהן דעֶם יוּדישעֶן פאָלק. יוּדעֶן טראָגעֶן־אַריין בּעֶוועֶגוּנג אין דעֶר וועֶלט.




„האָבּ ניט קיין פוּרכט, מיין קנעֶכט יעקב!” — זאָגט גאָט צוּ יוּדעֶן.

יעקב אבינוּ, אַנטלויפעֶנדיג פוּן דעֶר היים אין דעֶר פרעֶמד, האָט אויפ׳ן וועֶג געֶזעֶהן אַ חלום ווי אויף אַ לייטעֶר געֶהעֶן מלאכים אַרויף אוּן אַראָבּ. דאָס האָט אים גאָט געֶוויזעֶן, איינעֶם נאָכ׳ן אַנדעֶרעֶן, די הימלישעֶ שרים פוּן אַלעֶ גרעֶסטעֶ קעֶניגרייכעֶן, וואָס וועֶלעֶן קוּמעֶן אויף דעֶר וועֶלט. דעֶר שר פוּן בּבל, פוּן מדי אוּן פוּן יון הויכעֶן זיך אויף פריהעֶר בּיז דעֶר העֶכסטעֶר מדרגה פוּן גרויסקייט אוּן מאַכט אוּן נאָכדעֶם פאַלעֶן זיי אַראָבּ בּיז צוּם גרוּנד, נישט צוּ האָבּעֶן שוין מעֶהר קיין תּקוּמה.

— זעֶהסטוּ — זאָגט איהם גאָט — אָט ווי די שרים וועֶסטוּ אויך אַמאָל זיך אויפהויבּעֶן גאַנץ הויך.

— רבּונו של עולם! — רוּפט־אויס יעקב דעֶרשראָקעֶן — וועֶל איך אפשר אויך ווי זיי אַראָבּפאַלעֶן דעֶרנאָך אוּן אינגאַנצעֶן פעֶרלוירעֶן געֶהן?

— דוּ, מיין קנעֶכט יעקב — זאָגט אים גאָט — „האָבּ קיין פוּרכט נישט”. נאָכדעֶם ווי דוּ וועֶסט זיך אויפהויבּעֶן וועֶסטוּ שוין קיינמאָל נישט פאַלעֶן.




„איך גאָט — זאָגט דעֶר נביא ישעיהוּ אין גאָט׳ס נאָמעֶן — האָבּ נישט ווידעֶרהאָלט” — פוּן איין קלאַפּ מיינעֶם קוּמט־אוּם אַ פאָלק אוּן איך דאַרף שוין נישט ווידעֶרהאָלעֶן; „אוּן איהר, יעקב׳ס קינדעֶר, זעֶנט נישט אוּמגעֶקוּמעֶך — אַלעֶ פיילעֶן מיינעֶ אין אייך געֶציילטעֶ וועֶלעֶן זיך אויסלאָזעֶן, איהר אָבּעֶר וועֶט זיך ניט אויסלאָזעֶן. אַזוי לאָזט אַרויס אַ גבּור אַלעֶ זיינעֶ פיילעֶן אין אַ מעֶכטיגעֶן שטאַם פוּן אַן אַלטעֶן שטאַרקעֶן דעֶמבּ. די פיילעֶן לאָזעֶן זיך אויס, אוּן דעֶר שטאַם בּלייבּט פעֶסט ווי פריהעֶר אויף זיין אָרט.

„צוּ אַ סאַפּפיר־שטיין זעֶנעֶן יוּדעֶן געֶגליכעֶן” — זאָגט ירמיהוּ אין זיינעֶ קינות. עֶס מאַכט זיך אַ טייעֶרעֶר סאַפּפיר־שטיין, וואָס מעֶן לעֶגט ↰ 26 איהם אַוועֶק אויף אַ אייזעֶרנעֶם קלאָץ אוּן מעֶן קלאַפּט אויף איהם מיט אַ האַמעֶר, וועֶרט דעֶר קלאָץ צוּשפּאָלטעֶן, דעֶר האַמעֶר צוּבּראָכעֶן — אוּן דעֶר סאַפּפיר־שטיין בּלייבּט גאַנץ.




יוּדעֶן זעֶנעֶן פיעל מאָל ווידעֶר געֶגליכעֶן צוּ שטויבּ פוּן דעֶר עֶרד.

ווי די שטויבּ פוּן דעֶר עֶרד איז צעֶשפּרייט אויף דעֶר גאַנצעֶר וועֶלט — אַזוי זעֶנעֶן אויך יוּדעֶן; אוּן ווי דעֶר שטויבּ פוּן דעֶר עֶרד וועֶרט געֶטראָטעֶן אוּנטעֶר יעֶדעֶנס פיס אוּן לעֶבּט אַלץ איבּעֶר — אַזוי זעֶנעֶן אויך יוּדעֶן: אַלעֶ פעֶלקעֶר, וואָס טרעֶטעֶן יוּדעֶן מיט די פיס, קוּמעֶן־אוּם אוּן יוּדעֶן בּלייבּעֶן.

„אַ דור געֶהט־אַוועֶק, אַ דור קוּמט־אָן — זאָגט שלמה אין קוהלת — אוּן די עֶרד בּלייבּט שטעֶהן אייבּיג”.

אַראָבּ אַ דור, אַרויף אַ דור; אַרויס אַ קעֶניגרייך, אַריין אַ קעֶניגרייך; אַ גזירה אויס, אַ גזירה איין — אוּן דאָס יוּדיש פאָלק קוּמט אַלץ איבּעֶר אוּן בּלייבּט ווי די עֶרד שטעֶהן. גאָט האָט די יוּדעֶן נישט פעֶרלאָזט אוּן וועֶט זיי נישט פעֶרלאָזעֶן, זיי זעֶנעֶן בּיז אַהעֶר נישט אוּמגעֶקוּמעֶן אוּן וועֶלעֶן אויף ווייטעֶר נישט אוּמקוּמעֶן. „איך גאָט האָבּ זיך נישט געֶעֶנדעֶרט” — אוּן וועֶל זיך נישט עֶנדעֶרעֶן; אוּן איהר, יעקב׳ס קינדעֶר, זעֶנט נישט אוּמגעֶקוּמעֶן — אוּן וועֶט נישט אוּמקוּמעֶן. „קוים זעֶנט איהר געֶהעֶפט אין אייעֶר אייבּיגעֶן גאָט, לעֶבּט איהר אַלעֶ אייבּיג”.

דאָס אויפנעֶהמעֶן אַ גר.

אַ גר, אַ צוּגעֶשטאַנעֶנעֶר פוּן דעֶר פרעֶמד, איז שעֶדליך פאַר׳ן יוּדישעֶן פאָלק ווי אַן אָנוואוּקס צוּם גוּף.

קוּמט אַ גר היינטיגעֶ צייטעֶן אָננעֶהמעֶן יוּדישקייט דאַרף מעֶן זיך פריהעֶר פּרוּבּעֶן איהם דעֶרפוּן אָבּרעֶדעֶן: „וואָס האָסטוּ אַזוינס בּיי אוּנז דעֶרזעֶהן — זאָגט מעֶן איהם — וואָס דיר האָט זיך פעֶרוואָלט אָננעֶהמעֶן יוּדישקייט? ווייסטוּ דעֶן נישט ווי יוּדעֶן זעֶנעֶן היינטיגעֶ צייטעֶן פעֶרוועֶהטיגט אוּן דעֶרשלאָגעֶן, געֶיאָגט אוּן געֶפּלאָגט, פוּל מיט צרות אוּן ליידעֶן פוּן אַלעֶ זייטעֶן? אויבּ עֶר עֶנטפעֶרט דעֶרויף: „איך ווייס דאָס, אוּן דאָך הלוואי זאָל איך האָבּעֶן די זכיה” — נעֶהמט מעֶן איהם גלייך אויף אוּן מעֶן עֶרקלעֶרט איהם אַ טייל פוּן די לייכטעֶרעֶ מצוות אוּן אַ טייל פוּן די האַרבּעֶרעֶ. אויסעֶר דעֶם עֶרקלעֶרט מעֶן איהם נאָך, וואָס אַ יוּד איז מחוּיב צוּ טהוּן פאַר אָרימעֶ לייט, מעֶן מוּז זיי אַוועֶקשעֶנקעֶן דעֶם לקט (די אָבּגעֶפאַלעֶנעֶ ↰ 27 בּיי׳ם שניט זאַנגעֶן), שכּחה (דעֶם פעֶרגעֶסעֶנעֶם גאַרבּ אין פעֶלד), פּאה (דעֶם פּאַס זאַנגעֶן אין עֶק פעֶלד) אוּן מעשר עני (אַ צעֶהנטעֶל פוּן דעֶר אָבּגעֶשניטעֶנעֶר תּבוּאה). ווייטעֶר עֶרקלעֶרט מעֶן איהם די שוועֶרעֶ שטראָף וואָס עֶר נעֶמט אויף זיך פאַר איבּעֶרטרעֶטעֶן די מצוות. „וויסעֶן זאָלסטוּ — זאָגט מעֶן איהם — אַז בּיז איצט האָסטוּ געֶמעֶגט עֶסעֶן חלב, נישט היטעֶן שבּת, אוּן ס׳איז דיר דעֶרפאַר גאָרנישט געֶקוּמעֶן; פוּן איצט אָן אָבּעֶר עֶסטוּ חלב — קוּמט דיר כּרת, פעֶרשטעֶרסטוּ שבּת — בּיזטוּ חייב מיתה. אוּן פוּן דעֶר אַנדעֶרעֶר זייט דעֶרצעֶהלט מעֶן איהם אויך דעֶם גרויסעֶן לוין, וואָס איהם עֶרוואַרטעֶט פאַר׳ן אָבּהיטעֶן מצוות. „וויסעֶן זאָלסטוּ — זאָגט מעֶן איהם — אַז יעֶנעֶ וועֶלט איז אָנגעֶגרייט נאָר פאַר גוּטעֶ אוּן פרוּמעֶ, יוּדעֶן אויף דער וועֶלט אָבּעֶר קעֶנעֶן נישט אויפנעֶהמעֶן צוּפיעל גוּטס אוּן ניט צוּפיעל שלעֶכטס.

אויף אַזאַ אָרט דאַרף מעֶן איבּעֶררעֶדעֶן פריהעֶר מיט׳ן גר; מעֶן טאָר אָבּעֶר נישט איבּעֶרחאַפּעֶן די מאָס אוּן נישט צוּפיעל איהם אָפּשרעֶקעֶן.

אָהן זכוּת אבות.

רבּה בּר רב הוּנא האָט געֶזאָגט: יוּדעֶן געֶבּוירעֶנעֶ האָבּעֶן אַקעֶגעֶן גרים אַ גרויסעֶ מעלה: אויף יוּדישעֶ קינדעֶר וועֶרט געֶזאָגט: „איך בּין זיי געֶוואָרעֶן אַ גאָט אוּן זיי מיר אַ פאָלק”. גאָט זייעֶרעֶר, הייסט עֶס, האָט זיך מיט זיי פעֶרבּוּנדעֶן פוּן אייבּיגעֶ יאָהרעֶן אָן, נאָך איידעֶר זיי האָבּעֶן זיך אַליין דעֶרקעֶנט. וועֶגעֶן די אָבּעֶר וואָס נעֶהמעֶן־אָן יוּדישקייט וועֶרט געֶזאָגט: „איהר, וואָס האָט מוּטה געֶהאַט זיך צוּ מיר דעֶרנעֶהנטעֶרעֶן, וועֶט איהר מיר וועֶרעֶן אַ פאָלק אוּן איך אייך אַ גאָט” פריהעֶר, הייסט עֶס האָבּעֶן זיי זיך דעֶרקעֶנט אַלס פאָלק אוּן עֶרשט שפּעֶטעֶר האָבּעֶן זיי זיך בּעֶהעֶפט אין גאָט.

אַ גר — זאָגט אַן אַנדעֶרעֶר — האָט נישט קיין גרייטעֶ זכות אבות, אוּן אויף איהם איז געֶזאָגט געֶוואָרעֶן: „יגיעֶ כּפּיך כּי תאכל” — דוּ געֶניסט די מיה פוּן דיינעֶ אייגעֶנעֶ העֶנד.

דריי מינים גרים.

דריי מינים זעֶנעֶן פאַרהאַן גרים:

איינעֶר נעֶהמט אָן יוּדישקייט דעֶרפאַר וואָס ס׳איז איהם געֶפעֶלעֶן געֶוואָרעֶן דאָס יוּדישעֶ הויז מיט זיינעֶ שבּת׳דיגעֶ אוּן יום־טוב׳דיגעֶ מאכלים, אַ יוּדיש שטיקעֶל פיש, אַ כּשר שטיקעֶל פלייש א. ד. ג. — מאַכט עֶר זיך אַ האַרץ אוּן וועֶרט אַ יוּד.

↤ 28

אויף אַזאַ גר האָט גאָט אָנגעֶזאָגט די יוּדעֶן: קינדעֶר מיינעֶ, ווי דעֶר האָט ליעבּ געֶקוּמעֶן דאָס יוּדישעֶ הויז, אַזוי ווייזט איהר איהם אַרויס ליעבּעֶ — „ליעבּט דעֶם גר”.

אַן אַנדעֶרעֶר ווידעֶר נעֶהמט־אָן יוּדישקייט ווי אַמאָל שכם, חמור׳ס זוּהן, ווייל עֶר האָט שטאַרק ליעבּ בּעֶקוּמעֶן אַ יוּדישעֶ פרוי, אוּן אַז מעֶן וויל זי איהם נישט געֶבּעֶן בּיז עֶר וועֶט וועֶרעֶן אַ יוּד, גיט עֶר זיך אוּנטעֶר אוּן וועֶרט אַ יוּד.

אויף אַזאַ גר האָט גאָט אָנגעֶזאָגט די יוּדעֶן: קינדעֶר מיינעֶ, אָט דעֶר זוּכט בּיי אייך רוּה פאַר זיין האַרץ, גיט איהם די רוּה — „פעֶרשאַפט נישט קיין ליידעֶן דעֶם גר”.

ס׳איז אָבּעֶר אויך פאַרהאַן אַן אמת׳עֶר גר, ווי אברהם אבינוּ, נאָכדעֶם וואָס עֶר האָט אויסגעֶפּרוּבט די גלויבּעֶנס פוּן אַלעֶ פעֶלקעֶר, איז עֶר דעֶרגאַנגעֶן, אַז דאָס יוּדישקייט שטעֶהט זעֶהר גרויס בּיי יעֶדעֶן אין די אויגעֶן אוּן דעֶרפאַר איז בּיי איהם געֶבּליבּעֶן: „איך וועֶל וועֶרעֶן אַ יוּד אוּן אויך אַרוּנטעֶר אוּנטעֶר די פליגעֶל פוּן דעֶר שכינה”.

אויף אַזעֶלכעֶ האָט גאָט געֶזאָגט: „איך וועֶל זיי אָבּגעֶבּעֶן אין מיין הויז אוּן אין מיינעֶ מויעֶרעֶן אַ בּכּבוד׳יגעֶן פּלאַץ”.




„דעֶם גר פעֶרשאַף נישט קיין ליידעֶן” —אַזוי האָט די תּורה אין פיעל עֶרטעֶר אָנגעֶזאָגט די יוּדעֶן — בּעֶליידיג איהם נישט אַפילוּ מיט וועֶרטעֶר. טאָרסט איהם נישט זאָגעֶן: עֶרשט נעֶכטעֶן בּיזטוּ געֶוועֶן אַ צלמ׳־ניק אוּן דעֶר חזיר שמעֶקט דיר נאָך בּיז איצט פוּנ׳ם פּיסק אַרויס...

דעֶר צוּגעֶשטאַנעֶנעֶר הירש.

„דעֶם מעשר (אַ צעֶהנטעֶל) פוּן דיין תּבוּאה — האָט גאָט אָנגעֶזאָגט די יוּדעֶן דוּרך משה׳ן — זאָלסטוּ אַוועֶקלעֶגעֶן פאַר׳ן לוי אוּן פאַר׳ן גר”. רוּפט־אויס משה פעֶרוואוּנדעֶרט: וואָס, אַ גר איז בּיי דיר גלייך ווי דעֶר לוי?

— ניין — זאָגט איהם גאָט — עֶר איז נאָך אין מיינעֶ אויגעֶן חשוּב׳עֶר, ווייל עֶר איז געֶקוּמעֶן צוּ מיין גלויבּעֶן מיט זיין אייגעֶנעֶם ווילעֶן.

עֶס קוּמט־אויס ווי יעֶנעֶר פּאַסטוּך וואָס האָט זיך אַרוּמגעֶפיהרט מיט זיינעֶ שאָף אין דעֶר מדבּר. איינמאָל איז געֶקוּמעֶן פוּן עֶרגיץ אַ הירש אוּן איז צוּגעֶשטאַנעֶן צוּ די שאָף אוּן צווישעֶן זיי זיך אויסגעֶהאַלטעֶן. האָט זיך דעֶר פּאַסטוּך מיט איהם זעֶהר אָבּגעֶגעֶבּעֶן, איהם אוּנטעֶרגעֶטראָגעֶן עֶסעֶן אוּן טרינקעֶן אין דעֶר צייט אוּן איהם אַרויסגעֶוויזעֶן ליעבּעֶ מעֶהר ↰ 29 ווי צוּ אַלעֶ זיינעֶ שאָף. פרעֶגט מעֶן איהם: וואָס קעֶכעֶלסטוּ אַזוי דעֶם אָנגעֶקוּמעֶנעֶם הירש מעֶהר ווי דיינעֶ אייגעֶנעֶ שאָף? עֶנטפעֶרט עֶר: וויפיעל האָבּעֶן מיר די שאָף אָפּגעֶקאָסט מיה, אַרויסלאָזעֶן זיי אַלעֶ אין דעֶר פריה, אַרייננעֶהמעֶן זיי אַלעֶ פאַר נאַכט, זוּכעֶן פאַר זיי אַלעֶ מאָל פרישעֶ גראָז, פיהרעֶן זיי צוּם טייך, היטעֶן זיי פאַר ווילדעֶ חיות — בּיז איך האָבּ זיי דעֶרצויגעֶן; אוּן אָט דעֶר הירש, גאָר אַ ווילד־פרעֶמדעֶר, אויסגעֶוואַקסעֶן אין מדבּר אוּן אין וואַלד, איז אַליין פוּן זיך געֶקוּמעֶן אוּן צוּגעֶשטאַנעֶן צוּ די שאָף — איז עֶר נישט וועֶרטה מעֶן זאָל איהם קעֶכלעֶן?

אַזוי זאָגט גאָט בּרוּך־הוּא: וויפיעל מיה האָבּעֶן מיר מיינעֶ יוּדעֶן אָבּגעֶקאָסט: זיי אַרויסגעֶפיהרט פוּן מצרים, בּעֶלויכטעֶן פאַר זיי דעֶם וועֶג מיט מיין פייעֶרזייל, געֶשפּייזט זיי מיט׳ן מן, געֶבּראַכט זיי צוּפליהעֶן וואַכטלעֶן, אַ בּרוּנעֶן וואַסעֶר זיי צוּגעֶשטעֶלט אין דעֶר וויסטעֶניש, געֶשיצט זיי פוּן אַלעֶ זייטעֶן מיט מיינעֶ פּראַכט־וואָלקעֶנס — בּיז זיי האָבּעֶן אויף זיך מקבּל געֶוועֶן מיין תּורה; אוּן דאָ קוּמט איינעֶר אַ פרעֶמדעֶר פוּן זיך אוּן לעֶהעֶפט זיך אין מיר — זאָל עֶר נישט זיין חשוּב בּיי מיר ווי אַ יוּד אוּן ווי אַ לוי?

בּעֶריהמטעֶ גרים.
I

פיעל פוּן די פאָרנעֶהמעֶ אוּן געֶלעֶהרטעֶ גריכעֶן אין די צייטעֶן פוּן בּית שני האָבּעֶן זיך בּעֶקאַנט מיט דעֶר יוּדישעֶר תּורה אין איהר גריכישעֶר איבּעֶרזעֶצוּנג אוּן דוּרך דעֶם זיך דעֶרנעֶהעֶנט אָדעֶר אינגאַנצעֶן איבּעֶרגעֶגאַנגעֶן צוּ יוּדישקייט.

איבּעֶר דעֶם אָננעֶהמעֶן יוּדישקייט פוּן אייניגעֶ אַזעֶלכעֶ גרים, וועֶרט דעֶרצעֶהלט אַזוי:

די צוויי זיהן פוּן דעֶם קעֶניג תּלמי (פּטאָלאָמעֶאוּס), מוּנבּז אוּן איזטס, זעֶנעֶן אַמאָל געֶזעֶסעֶן אוּן צוּזאַמעֶן געֶלייעֶנט אין דעֶר יוּדישעֶר תּורה דעֶם ספר בּראשית. געֶקוּמעֶן צוּם פּסוּק „איהר זאָלט בּעֶשניידעֶן די פאָרהויט אין אייעֶר לייבּ”, האָט זיך יעֶדעֶר פוּן זיי אוּמגעֶקעֶהרט מיט׳ן פּנים צוּ דעֶר וואַנד אוּן שטיל פאַר זיך געֶוויינט. בּאַלד נאָכדעֶם האָבּעֶן זיך בּיידעֶ בּעֶשניטעֶן, ניט וויסעֶנדיג איינעֶר פוּנ׳ם אַנדעֶרעֶן.

אין אַ צייט שפּעֶטעֶר זיצעֶן בּיידעֶ בּרידעֶר ווידעֶר צוּזאַמעֶן אוּן לייעֶנעֶן דעֶם ספר בּראשית. געֶקוּמעֶן צוּם זעֶלבּעֶן פּסוּק, קוּקעֶן זיי זיך בּיידעֶ איבּעֶר אוּן איינעֶר רוּפט זיך אָן: וועֶה מיר אויף דיר, בּרוּדעֶר מיינעֶר! זאָגט דעֶר צווייטעֶר: ניט דיר אויף מיר, נאָר מיר אויף דיר ↰ 30 איז וועֶה! — אוּן בּיידעֶ האָבּעֶן אויפגעֶדעֶקט איינעֶר פאַר׳ן אַנדעֶרעֶן דעֶם סוד זייעֶרעֶן.

דעֶרוואוּסט זיך דעֶרפוּן זייעֶר מוּטעֶר העֶלעֶנאַ, האָט זי מורא טאָמעֶר דעֶרגעֶהט עֶס צוּם פאָטעֶר אוּן די קינדעֶר וועֶלעֶן שוועֶר בּעֶשטראָפט וועֶרעֶן, קוּמט זי אוּן זאָגט איהם אַזוי:

— ס׳האָט זיך עֶפּיס געֶמאַכט בּיי די קינדעֶר אויפ׳ן לייבּ אַ געֶשוויר, האָט דעֶר דאָקטאָר געֶהייסעֶן, ניט אַנדעֶרש נאָר זיי זאָלעֶן זיך בּעֶשניידעֶן.

— זאָלעֶן זיי — זאָגט דעֶר פאָטעֶר.

II

עקילס, דעֶר זוּהן פוּנ׳ם קיסר אַדריאַנוּס׳עֶס אַ שוועֶסטעֶר, האָט געֶוואָלט זיך מגייר זיין. האָט עֶר זיך אָבּעֶר געֶפאָרכטעֶן עֶס צוּ טהוּן פאַר זיין פעֶטעֶר אַדריאַנוּס. קוּמט עֶר איינמאָל אַריין צוּם קיסר אוּן זאָגט איהם: בּיי מיר איז געֶבּליבּעֶן מאַכעֶן מסחר. רוּפט זיך אָן צוּ איהם דעֶר קיסר: אפשר פעֶהלט דיר אויס דעֶרויף גאָלד אוּן זילבּעֶר, זעֶנעֶן פאַר דיר אָפעֶן אַלעֶ מיינעֶ שאַצקאַמעֶר, נעֶהם זיך וויפיעל דוּ דאַרפסט.

— ניין — זאָגט איהם עקילס — איידעֶר איך לאָז זיך אין דעֶר וועֶלט צוּ טהוּן מסחר דעֶכעֶן איך פאַר גלייך מיט דיר זיך צוּ בּעֶראַטהעֶן.

זאָגט איהם אַדריאַנוּס: דעֶם כּלל זאָלסטוּ האָבּעֶן — טרעֶפט זיך דיר אַ מין סחורה וואָס איז שטאַרק געֶפאַלעֶן בּיז צוּ דעֶר עֶרד, זאָלסטוּ זיך בּאַלד אין איהר אָנחאַפּעֶן, ווייל זי וועֶט שפּעֶטעֶר געֶוויס שטייגעֶן אוּן וועֶסט בּיי דעֶם שעֶהן פעֶרדיענעֶן.

לאָזט זיך עקילס אַוועֶק אין ארץ־ישראל אוּן נעֶהמט זיך דאָרט צוּ דעֶר יוּדישעֶר תּורה אוּן לעֶרנט טאָג אוּן נאַכט. בּעֶגעֶגעֶנעֶן איהם אַמאָל זיינעֶ בּעֶקאַנטעֶ יוּדישעֶ געֶלעֶהרטעֶ ר׳ אליעזר אוּן ר׳ יהושע, בּעֶמעֶרקעֶן זיי ווי עֶר זעֶהט־אויס שלעֶכט, זאָגעֶן זיי איינעֶר צוּם אַנדעֶרעֶן: אַפּנים עקילס לעֶרנט די תּורה גאַנץ געֶטריי. הויבּעֶן זיי אָן מיט איהם צוּ שמוּעֶסעֶן אין תּורה, האָט עֶר זיי פעֶרוואָרפעֶן מיט פעֶרשידעֶנעֶ שאלות. עֶר האָט אַלץ אָבּגעֶפרעֶגט אוּן זיי איהם אָבּגעֶעֶנטפעֶרט.

אין אַ צייט אַרוּם קוּמט עקילס ווידעֶר צוּ זיין פעֶטעֶר אַדריאַנוּס, פרעֶגט איהם אַדריאַנוּס: עקילס, וואָס זעֶהסטוּ אַזוי אויס שלעֶכט? ווייזט אויס, דוּ האָסט געֶמאַכט שלעֶכטעֶ געֶשעֶפטעֶן, אוּן אפשר, זאָג מיר, האָט דיך עֶמיצעֶר שטאַרק בּעֶליידיגט?

— ניין — עֶנטפעֶרט עֶר — אַז איך האָבּ דיך פאַר אַ פעֶטעֶר, וועֶר וועֶט זיך וועֶגעֶן מיך עֶפּיס בּעֶליידיגעֶן?

↤ 31

— דאָך, וואָס בּיזטוּ אַזוי פוּנ׳ם פּנים אַראָבּ?

— איך האָבּ געֶלעֶרנט די יוּדישעֶ תּורה — עֶנטפעֶרט עֶר איהם — אוּן דעֶרצוּ נאָך זיך געֶלאָזט בּעֶשניידעֶן.

— וואָס זאָגסטוּ? — שרייט־אויס אַדריאַנוּס אין צאָרן — ווי פאַלסטוּ אויס אַזוינס צוּ טהוּן?

— דוּ אַליין האָסט מיר דאָס געֶראַטהעֶן, האָבּ איך דיך געֶפאָלגט.

— ווי, וועֶן? — שטוינט אַדריאַנוּם נאָך מעֶהר.

— געֶדעֶנקסט, וועֶן איך האָבּ דיר דעֶרצעֶהלט אַז איך לאָז זיך אַוועֶק אויף דעֶר וועֶלט האַנדלעֶן, האָסטוּ מיר אַליין אַן עצה געֶגעֶבּעֶן מיט די וועֶרטעֶר: „טרעֶפט זיך דיר אַ מין סחורה וואָס איז שטאַרק געֶפאַלעֶן בּיז צוּ דעֶר עֶרד, זאָלסטוּ זיך בּאַלד אין איהר אָנחאַפּעֶן, ווייל זי וועֶט שפּעֶטעֶר געֶוויס שטייגעֶן”. מוּז איך דיר זאָגעֶן, אַז פוּן אַלעֶ פעֶלקעֶר וואָס איך האָבּ איבּעֶרגעֶזעֶהן אויף דעֶר וועֶלט, שטעֶהט נישט איינס אַזוי נידעֶריג בּיז צוּ דעֶר עֶרד ווי דאָס יוּדישעֶ פאָלק; האָבּ איך, לויט דיין ראַטה אין זיי זיך אָנגעֶחאַפּט, ווייל זיי וועֶלעֶן געֶוויס דעֶרהויבּט וועֶרעֶן, אוּן אַזוי האָט לאַנג אויף זיי פאָראויסגעֶזאָגט זייעֶר נביא ישעיה:

„אַזוי זאָגט גאָט
דעֶר אויסלעֶזעֶר, דעֶר הייליגעֶר ישראל׳ס:
דוּ, דעֶר פעֶראַכטעֶסטעֶר פוּן יעֶדעֶר זעֶל,
דעֶר העֶסליכסטעֶר פוּן יעֶדעֶן פאָלק,
דעֶר קנעֶכט בּיי העֶרשעֶר,
זעֶלבּסט קעֶניגעֶן בּיים זעֶהן דיך — וועֶלעֶן אויפשטעֶהן
אוּן העֶרעֶן וועֶלעֶן זיך צוּ דיר בּוּקעֶן”...
שעֶן אַנטלאָפעֶן!

אַז בּלעם האָט געֶמעֶרקט אין דעֶר מדבּר קיני׳ס שטאַם, וואָס איז צוּ יוּדעֶן צוּגעֶשטאַנעֶן, האָט עֶר איבּעֶר איהם אַזוי געֶזאָגט:

„פעֶסט איז דיין זיץ־פּלאַץ
אין פעֶלז האָסטוּ דיין נעֶסט געֶמאַכט”.

ס׳קוּמט אויס ווי יעֶנס פויגעֶלעֶ, וואָס איז אַנטלאָפעֶן פוּנ׳ם יעֶגעֶרן, זיך געֶדרעֶהט אַהין אוּן אַהעֶר, איבּעֶרגעֶפלויגעֶן פוּן איין אָרט אויפ׳ן אַנדעֶרעֶן — בּיז ס׳איז צוּם סוף אַרויפגעֶפלויגעֶן אויף דעֶר האַנד פוּן אַ קעֶניגליכעֶן מאָנוּמעֶנט־בּילד אוּן דאָרט שטעֶהן געֶבּליבּעֶן. דעֶרזעֶהן דאָס, רוּפט־אויס דעֶר יעֶגעֶר: ווי שעֶן אוּן קלוּג זיין איצטיג אַנטלויף אַהעֶר!

↤ 32

אַזוי האָט בּלעם געֶלוינט קין׳ן: „פעֶסט איז דיין זיץ־פּלאַץ” — דוּ האָסט פעֶרשטאַנעֶן אויף וואָס פאַר אַ פעֶלז דיין נעֶסט איבּעֶרצוּטראָגעֶן.

די שיף מעֶג שוין אָבּשווימעֶן.

איינעֶר פוּן די רוימישעֶ קיסרים, אַ פעֶרבּרעֶנטעֶר שונא ישראל, האָט איינמאָל, אין אַ געֶשפּרעֶך מיט זיינעֶ מיניסטאָרעֶן וועֶגעֶן יוּדעֶן, זיך צוּ זיי געֶוועֶנדעֶט מיט אַזאַ פראַגעֶ:

— ווי מיינט איהר, האָט זיך עֶמיצעֶן אַריינגעֶחאַפּט די בּראַנד אינ׳ם פוּס, וואָס איז פאַר יעֶנעֶם גלייכעֶר: צי אַראָבּנעֶהמעֶן דעֶם פוּס אוּן לעֶבּעֶן בּלייבּעֶן, צי איבּעֶרלאָזעֶן איהם אַזוי אוּן ליידעֶן גרויסעֶ וועֶהטאָגעֶן אוּן אפשר גאָר אוּמקוּמעֶן?

— געֶוויס — האָבּעֶן זיי געֶעֶנטפעֶרט — גלייכעֶר זיך לאָזעֶן אָבּשניידעֶן דעֶם פוּס אוּן לעֶבּעֶן בּלייבּעֶן.

— עֶס וועֶט דיר אָבּעֶר גאָרנישט העֶלפעֶן — רוּפט זיך אָן צוּם קעֶניג איינעֶר פוּן די שרים, אַ יוּדעֶנפריינד, קטיעא בּר שלום — עֶרשטעֶנס וועֶט זיך דיר פאַר קיין פאַל נישט איינגעֶבּעֶן אויסצוּראָטעֶן זיי אַלעֶ מיט אַמאָל: יוּדעֶן זעֶנעֶן דאָך ווי די ווינטעֶן צוּזייט אוּן צוּשפּרייט אין אַלעֶ פיער עֶקעֶן וועֶלט; צווייטעֶנס, פּאַסט גאָר נישט אַזאַ זאַך פאַר דעֶר קעֶניגרייך: וואָס וועֶט די וועֶלט זאָגעֶן — אַ קעֶניגרייך אַ אוּנטעֶרגעֶהאַקטס!

— בּיסט אפשר נישט אוּמגעֶרעֶכט — זאָגט דעֶרויף דעֶר קיסר — נאָר דעֶר וואָס טרעֶט־אַרויס דעֶם קיסר אַקעֶגעֶן קוּמט איהם אַריינוואַרפעֶן אין קאַלך־אויוועֶן.

אוּן בּאַלד האָט מעֶן דעֶם שר אַוועֶקגעֶפיהרט אין געֶפעֶנגעֶניש. אויפ׳ן וועֶג העֶרט עֶר ווי אַ מאַטראָנעֶ, איינעֶ פוּן די רוימישעֶ פאָרנעֶהמעֶ פרויעֶן וואָס האָבּעֶן בּעֶהאַלטעֶנעֶרהייד אָנגעֶנוּמעֶן יוּדישקייט, שרייט איהם נאָך: „וועֶה איז דעֶר שיף וואָס געֶהט אָבּ פוּנ׳ם בּרעֶג אָהן אָבּצאָהל!” דעֶר געֶפאַנגעֶנעֶר האָט פעֶרשטאַנעֶן דעֶם מיין פוּן דעֶם אויסרוּף אוּן האָט בּאַלד דעֶרנאָך זיך אַליין מיט די אייגעֶנעֶ העֶנד געֶשניטעֶן.

— דעֶר אָבּצאָהל איז שוין אָנגעֶגעֶבּעֶן געֶוואָרעֶן — האָט עֶר געֶזאָגט וועֶן מעֶן האָט איהם געֶפיהרט פעֶרבּרעֶנעֶן — איצט מעֶג שוין די שיף פוּנ׳ם בּרעֶג אָבּשווימעֶן.

אוּן פאַר׳ן פעֶרבּרעֶנעֶן האָט עֶר אָנגעֶזאָגט אינגאַנצעֶן דאָס רייכעֶ פעֶרמעֶגעֶן זיינס פאַר דעֶם יוּדישעֶן תּנא ר׳ עקיבא אוּן זיינעֶ חברים.

האָט זיך געֶלאָזט העֶרעֶן אַ בּת־קול:

↤ 33

— קטיעא בּר שלום איז בּעֶוואָרעֶנט מיט׳ן אייבּיגעֶן לעֶבּעֶן!

אוּן וועֶן רבּי פלעֶגט העֶרעֶן רעֶדעֶן פוּן דעֶר מעשה פלעֶגט עֶר דעֶרבּיי זאָגעֶן מיט טרעֶהרעֶן:

— איינעֶר געֶווינט דאָס אייבּיגעֶ לעֶבּעֶן אין איין רגעֶ; אַן אַנדעֶרעֶן קוּמט עֶס אָן מיט פיעליאָהריגעֶר מיה!...

דריי לעֶגיאָנעֶן גרים.

דעֶר בּעֶוואוּסטעֶר אוּנקלוס בּר קלונימוּס האָט זיך מגייר געֶוועֶן.

שיקט דעֶר רוימישעֶר קיסר זיינעֶם אַ לעֶגיאָן איהם צוּ נעֶהמעֶן אין געֶפעֶנגעֶניש. האָט אוּנקלוס געֶנוּמעֶן שמוּעֶסעֶן מיט זיי פוּן דעֶר יוּדישעֶר תּורה אוּן זיי אַזוי לאַנג איינגעֶרעֶדט בּיז זיי האָבּעֶן זיך אויך מגייר געֶוועֶן.

שיקט דעֶר קיסר אַ צווייטעֶן לעֶגיאָן אוּן זאָגט זיי אָן: נישט דעֶרוועֶגעֶן זאָלט איהר זיך מיט איהם אַריין אין אַ שמוּעס! ווי זיי האָבּעֶן אוּנקלוס געֶפאַנגעֶן און זיך געֶלאָזט מיט איהם געֶהן, זאָגט עֶר זיי:

העֶרט, איך וועֶל אייך זאָגעֶן עֶפּיס אַ זאַך גלאַט אַזוי זיך: לויט דעֶם געֶוועֶהנליכעֶן צעֶרמאָניאַל, טראָגט דעֶר נידריגעֶר הויפּטבּעֶאַמטעֶר דעֶם פאַקעֶל פאָראויס דעֶם העֶכעֶרעֶן פוּן זיך — דעֶר ניפּיוּר פאַר׳ן אַפּיפיוּר, דעֶר אַפּיפיוּר פאַר׳ן דוּכּס, דעֶר דוּכּס פאַר׳ן הגמון, דעֶר הגמון פאַר׳ן קיסר, דעֶר קיסר אַליין אָבּעֶר פאַר וועֶמעֶן האָט צוּ טראָגעֶן?

— פאַר קיינעֶם נישט — עֶנטפעֶרעֶן זיי.

— אוּן דעֶר יוּדישעֶר גאָט — זאָגט עֶר זיי — טראָגט דעֶם פאַקעֶל זיינעֶם פאָראויס זיין ליעבּ פאָלק ישראל, ווי עֶס וועֶרט דעֶרצעֶהלט אין דעֶר תּורה: „גאָט איז געֶגאַנגעֶן פאָראויס זיי בּייטאָג מיט׳ן וואָלקעֶן זייל אוּן בּיינאַכט מיט׳ן פייעֶרזייל”.

אוּן עֶר האָט געֶרעֶדט איבּעֶר זיי אַזוי לאַנג בּיז זיי האָבּעֶן זיך אויך מגייר געֶוועֶן.

שיקט דעֶר קיסר נאָך אוּנקלוס׳ן אַ דריטעֶן לעֶגיאָן אוּן זאָגט זיי אַן נאָך שטרעֶנגעֶר — קיין איין וואָרט מיט איהם נישט אויסצוּרעֶדעֶן.

ווי זיי האָבּעֶן איהם געֶפאַנגעֶן אוּן זיך געֶלאָזט מיט איהם געֶהן, זעֶהעֶן זיי ווי עֶר לעֶגט אַרויף די האַנד אויף דעֶר מזוּזה פוּן דעֶר טהיר אוּן שמייכעֶלט דעֶרבּיי. קעֶנעֶן זיי זיך נישט איינהאַלטעֶן אוּן גיבּעֶן איהם אַ פרעֶג, וואָס בּעֶדייט דאָס שמייכלעֶן זיינס.

— ווי דעֶר שטייגעֶר איז — זאָגט עֶר זיי — זיצט דעֶר קעֶניג בּיי זיך אין פּאַלאַץ אינוועֶניג אוּן זיינעֶ בּעֶדיענעֶר שטעֶהעֶן אין דרויסעֶן בּיי ↰ 34 די טהירעֶן אויף דעֶר וואַך. בּיים יוּדישעֶן גאָט איז אָבּעֶר פעֶרקעֶהרט: די בּעֶדיענעֶר זיינעֶ זיצעֶן אינוועֶניג אוּן עֶר שטעֶהט אין דרויסעֶן בּיי זייעֶרעֶ טהירעֶן אויף דעֶר וואַך. ווי עֶס זאָגט זייעֶר מלך דוד אין תּהילים: „גאָט היט דיין אַרויסגאַנג אוּן דיין אַריינגאַנג פוּן איצט בּיז אייבּיג”.

האָבּעֶן די אויך אָנגעֶנוּמעֶן יוּדישקייט.

אוּן מעֶהר האָט שוין דעֶר קיסר נאָך איהם נישט געֶשיקט.

נישט זיי — דאָס מזל זייעֶרס.

ר׳ יוחנן האָט געֶזאָגט:

דעֶר שלאַנג, וואָס האָט אָנגעֶרעֶדט חוה׳ן צוּ זינדיגעֶן האָט אַריינגעֶלאָזט זיין שמוּץ אין אַלעֶ מעֶנשעֶן־קינדעֶר: יוּדעֶן, וואָס זעֶנעֶן בּיי׳ם בּאַרג סיני געֶשטאַנעֶן אוּן מקבּל געֶוועֶן די תּורה, זעֶנעֶן פוּן דעֶם שמוּץ אינגאַנצעֶן לויז געֶוואָרעֶן; די איבּריגעֶ פעֶלקעֶר, וואָס זעֶנעֶן בּיי׳ם בּאַרג סיני נישט געֶשטאַנעֶן, זעֶנעֶן פוּן איהם נישט לויז געֶוואָרעֶן.

— אוּן ווי איז מיט גרים? — האָט איינעֶר געֶפרעֶגט.

— גרים — האָט מעֶן איהם געֶעֶנטפעֶרט — חאָטש זיי אַליין זעֶנעֶן בּיי׳ם בּאַרג סיני נישט געֶוועֶן, איז אָבּעֶר געֶוועֶן דאָרט זייעֶר מזל.

צוּזייעֶט איבּעֶר דעֶר עֶרד.

ר׳ אלעיזר האָט געֶזאָגט:

— גאָט האָט פעֶרטריבּעֶן די יוּדעֶן צווישעֶן די פעֶלקעֶר נאָר צוּליעבּ דעֶם, כּדי עֶס זאָלעֶן צוּ זיי צוּשטעֶהן גרים פוּן אַלעֶ פעֶלקעֶר, ווי דעֶר נביא הושע זאָגט איבּעֶר׳ן יוּדישעֶן פאָלק: „איך וועֶל מיר עֶס צוּזייעֶן איבּעֶר דעֶר עֶרד” — פעֶרזייעֶט אַ מעֶנש אַ מעֶסטעֶל איז נוּר כּדי עֶס זאָל איהם איינבּרעֶנגעֶן פיעל מאָל מעֶהר וויפיעל עֶר האָט פעֶרזייעֶט.

אוּמות־העולם.

ר׳ שמעון בּן גמליאל דעֶרצעֶהלט:

— איך בּין אַמאָל געֶגאַנגעֶן אין וועֶג, האָט מיך עֶפּיס איינעֶר אָנגעֶטראָפעֶן אוּן איז צוּ מיר שטאַרק צוּגעֶשטאַנעֶן.

— האָט איהר דעֶן אַליין נישט געֶזאָגט — האָט עֶר געֶטענה׳ט — אַז די אוּמות־העולם אַמאָל אין גאָר די אַלטעֶ צייטעֶן האָבּעֶן אויך געֶהאַט זייעֶרעֶ אייגעֶנעֶ עֶטליכעֶ נביאים, ווי בּלעם, איוב אוּן אַנדעֶרעֶ, וועֶלכעֶ האָבּעֶן זיי געֶוואָרעֶנט מיט שטראָף־רייד, אוּן דעֶרפאַר וואָס די אוּמות האָבּעֶן זיי נישט געֶפאָלגט וועֶלעֶן זיי דעֶריבּעֶר פעֶרלוירעֶן געֶהן אין גיהנם?

↤ 35

— יאָ, מיין זוּהן — האָבּ איך איהם געֶעֶנטפעֶרט — אַזוי איז דאָס.

— אויבּ אַזוי זאָגט יעֶנעֶר — קעֶנעֶן דאָך די פעֶלקעֶר, וואָס זעֶנעֶן שפּעֶטעֶר געֶקוּמעֶן אויף דעֶר וועֶלט האָבּעֶן אַזאַ טענה: וויבּאַלד קיין תּורה האָט מעֶן אוּנז נישט געֶגעֶבּעֶן, קיין נביאים אין אוּנזעֶרעֶ צייטעֶן האָבּעֶן אוּנז אויך נישט געֶוואָהרעֶנט, — פאַרוואָס קוּמט אוּנז בּעֶשטראָפט צוּ וועֶרעֶן?

— ווייסטוּ פאַר וואָס, זוּהן מיינעֶר — זאָג איך איהם — ווייל אויך פאַר זיי זעֶנעֶן תּמיד די פליגעֶל פוּן דעֶר שכינה געֶוועֶן אויסגעֶשפּרייט, אוּן וועֶר ס׳האָט נוּר געֶוואָלט, האָבּעֶן איהם יוּדעֶן אין אַלעֶ צייטעֶן אויסגעֶשטרעֶקט די העֶנד אוּן געֶהאַלטעֶן איהם אוּנטעֶר די פליגעֶל אַרוּנטעֶרפיהרעֶן — זאָלעֶן די גרים פוּן יעֶדעֶן דור אַקעֶגעֶן זיי פאַר אַ בּעֶווייז דיענעֶן.




גאָט וואַרפט זיך נישט מיט קיינעֶם; יעֶדעֶן נעֶהמט עֶר אָן. די טויעֶרעֶן זעֶנעֶן צוּ אַלעֶ צייטעֶן בּרייט אָפעֶן אוּן וועֶר ס׳וויל אַריין קעֶן אַריינגעֶהן. אוּן אַזוי האָט שוין לאַנג געֶזאָגט דעֶר נביא ישעיה: „עֶפעֶנט די טויעֶרעֶן אוּן זאָל אַריינקוּמעֶן אַ פאָלק אַ געֶרעֶכטס” — עֶר זאָגט נישט „זאָלעֶן אַריינקוּמעֶן כּהנים, לויים אוּן ישראלים”, נאָר „אַ פאָלק אַ געֶרעֶכטס”, וויבּאַלד אַ געֶרעֶכטס מעֶג זיין יעֶדעֶס פאָלק וועֶלכעֶס ס׳איז.




הימעֶל אוּן עֶרד שטעֶל איך פאַר עדוּת — זאָגט אליהוּ רבּא — אַז סיי אַ גוי סיי אַ יוּד, צי אַ מאַן צי אַ פרוי, מעֶג זיין אַ קנעֶכט אָדעֶר אַ דיענסט — יעֶדעֶר לויט זיין פעֶרדינסט רוּהט אויף איהם דעֶר רוּח־הקודש.

וועֶן יוּדעֶן נאָך יציאת־מצרים זעֶנעֶן בּשלום איבּעֶרגעֶגאַנגעֶן דעֶם ים־סוף אוּן די מצרים זעֶנעֶן דאָרט איינגעֶזוּנקעֶן געֶוואָרעֶן, האָבּעֶן די מלאכים אין הימעֶל געֶוואָלט זיך שטעֶלעֶן זינגעֶן אַ לויבּ־געֶזאַנג פאַר גאָט. זאָגט זיי גאָט: איהר זעֶהט מיינעֶ בּעֶשעֶפעֶנישעֶן זינקעֶן אין ים — אוּן איהר שטעֶלט זיך פאַר מיר זינגעֶן?




↤ 36

ארץ־ישראל.
דאָס וואוינעֶן אין ארץ־ישראל.

אין אַלעֶ צייטעֶן זאָל אַ יוּד בּעֶסעֶר וואוינעֶן אין ארץ־ישראל אַפילוּ אין אַ שטאָדט וואוּ דאָס רוב איינוואוינעֶר זעֶנעֶן גויים, איידעֶר אין חוּץ־לארץ אַפילוּ אין אַ יוּדישעֶר שטאָדט, וואָרוּם דעֶר יוּד וואָס וואוינט אין ארץ־ישראל האָט אַן אייגעֶנעֶם גאָט, יעֶנעֶר יוּד אָבּעֶר וואָס וואוינט דאָרט נישט — לעֶבּס עֶר נישט קיין יודיש לעֶבּעֶן אוּן ס׳איז גלייך ווי עֶר זאָל חלילה קיין גאָט נישט האָבּעֶן.

אוּן דעֶרפאַר האָט זיך דוד בּעֶקלאָגט אויף יעֶנעֶ וואָס האָבּעֶן איהם פעֶריאָגט פוּן זיין היים אוּן געֶטריבּעֶן אין דעֶר פרעֶמד צווישעֶן די פּלשתּים מיט די וועֶרטעֶר: „פעֶרטריבּעֶן האָבּעֶן זיי מיך אוּן אָנגעֶריסעֶן פוּן דעֶם גאָט׳ס ערבּ־זיץ, געֶהייסעֶן מיר: געֶה דיען פרעֶמדעֶ געֶטעֶר”, געֶהייסעֶן אַזוי האָט איהם אייגעֶנטליך קיינעֶר נישט, נאָר קוים האָט עֶר געֶמוּזט וואוינעֶן אויסעֶר ארץ־ישראל, האָט דאָס שוין געֶהייסעֶן בּיי איהם גלייך ווי עֶר זאָל דיענעֶן עבודה־זרה.

אַ היים.
„אָ וועֶן מעֶן גיט מיר פליגעֶל ווי אַ טויבּ,
וואָלט איך געֶפלויגעֶן זוּכעֶן זיך אַ רוּה,
ווייט־ווייט וואָלט איך געֶוואַנדעֶרט,
געֶנעֶכטיגט אין דעֶר וויסטעֶ, —

מיט די וועֶרטעֶר זאָגט אַרויס דעֶר משורר אין תּהלים זיין טיעף ↰ 37 בּעֶנקעֶניש נאָכ׳ן יוּדישעֶן לאַנד. נישט ווי אַנד־עֶרעֶ פויגעֶל, וואָס מיעד־וועֶרעֶנדיג בּשעת דעֶם פליהעֶן זייעֶרסן, לאָזעֶן זיי זיך אַראָבּ רוּהעֶן אויף אַ פעֶלז אָדעֶר אויף אַ בּוים; ניין, ווי אַ טויבּ פליהט צוּריק אין איהר נעֶסט אַזוי וויל איך זיין; די טויבּ, ווי מיעד אין וועֶג זי זאָל נישט וועֶרעֶן, שטעֶלט זי זיך נישט אָבּ, נאָר איין פליגעֶלעֶ פעֶרמאַכט זי אוּן מיט׳ן אַנדעֶרעֶן פאָכעֶט זי נאָך אַלץ אוּן פליהט זיך אין איהר וועֶג ווייטעֶר, אוּן אַזוי „וואָלט איך געֶוואַנדעֶרט ווייט־ווייט” — אַלץ ווייטעֶר־ווייטעֶר געֶצויגעֶן זיך אַלץ נעֶהנטעֶר־נעֶהנטעֶר צוּ מיין אייגעֶן לאַנד, „נעֶכטיגעֶן דאָרט אין דעֶר וויסטעֶ” — ליעבּעֶר איז מיר צוּ פעֶרבּרעֶנגעֶן די נאַכט עֶרגיץ דאָרט אין אַ מדבּר, נאָר אין מיין אייגעֶנעֶם לאַנד, איידעֶר אויסצוּרוּהעֶן זיך אין די שעֶנסטעֶ פּאַלאַצעֶן פוּן דעֶר פרעֶמד.

ליעבּעֶ צוּ ארץ־ישראל.
I

איינמאָל האָבּעֶן פיער גרויסעֶ תּנאים: ר׳ יהוּדה בּן בּתירא, ר׳ מתיא בּן חרש, ר׳ יהושע אוּן זיין בּרוּדעֶר׳ס זוּהן ר׳ חנינא, געֶמוּזט זיך אַוועֶקלאָזעֶן קיין חוּץ־לארץ. געֶקוּמעֶן קיין פּלטוּס, אַ שטאָדט בּיי דעֶר גרעֶניץ, האָבּעֶן זיי דעֶרפיהלט ווי שוועֶר ס׳איז זיי זיך אָבּצוּשיידעֶן פוּן ארץ־ישראל. האָבּעֶן זיי אויפגעֶהויבּעֶן זייעֶרעֶ אויגעֶן אָנגעֶפוּלטעֶ מיט טרעֶהרעֶן, לאַנג־ לאַנג געֶקוּקט פוּן דעֶרווייטעֶנס אויף זייעֶר ליעבּ לאַנד, צעֶריסעֶן אויף זיך אין טרויעֶר די קליידעֶר אוּן דעֶרבּיי געֶזאָגט יעֶנעֶ וועֶרטעֶר פוּן דעֶר תּורה: „איהר וועֶט דאָס לאַנד אייננעֶהמעֶן, וואוינעֶן אין דעֶם אוּן אָבּהיטעֶן אַלעֶ געֶזעֶצן” — שוין דאָס וואוינעֶן אַליין אין ארץ־ישראל בּעֶשטעֶהט געֶגעֶן אַלעֶ מצוות צוּזאַמעֶן.

II

ר׳ זירא, אויפ׳ן וועֶג פוּן בּבל קיין ארץ־ישראל, איז געֶקוּמעֶן צוּ אַ טייך, וואוּ עֶר האָט נישט געֶפוּנעֶן דעֶם פראַהם (פאָהר־שיף) אויף איבּעֶרצוּפאָהרעֶן. וואַרט עֶר ניט בּיז דעֶר פראַהם וועֶט אָנקוּמעֶן, חאַפּט זיך געֶשווינד אָן בּיי׳ם שטריק, וואָס איז דאָרט איבּעֶרגעֶצויגעֶן איבּעֶר׳ן טייך פוּן איין עֶק צוּם אַנדעֶרעֶן. אוּן אַזוי איז עֶר מיט מסירת־נפש אַריבּעֶר דעֶם טייך. דעֶרזעֶהט עֶס איינעֶר פוּן די כּופרים, לאַכט עֶר איהם אויס:

— אַז מעֶן זאָגט אַן „עמא פזיזא”, אַ פאָלק אַ מבוּהל, זאָל מעֶן גלויבּעֶן. ווי אַמאָל אויפ׳ן בּאַרג סיני, וואוּ איהר האָט געֶחאַפּט מיט׳ן מויל פאַר די אויעֶרעֶן: געֶשריגעֶן „נעשה” (מיר וועֶלעֶן טהוּן) פאַר „נשמע” (מיר ↰ 38 וועֶלעֶן העֶרעֶן) — אַזוי בּיז היינטיגעֶן טאָג האַלט איהר אַלץ אין איין חאַפּעֶניש אוּן איילעֶניש!

— וואָס רעֶדסטוּ? — זאָגט איהם דעֶרויף ר׳ זירא — אַן אָרט וואָס משה מיט אהרן האָבּעֶן די זכיה נישט געֶהאַט אַהין צוּ קוּמעֶן, וועֶר ווייסט צי איך וועֶל צוּ דעֶם די זכיה האָבּעֶן?

III

ר׳ אבּא איז צוּגעֶפאַלעֶן צוּ די שטיינעֶר פוּן עכּו אוּן זיי געֶקוּשט, ר׳ חנינא פלעֶגט מיט די אייגעֶנעֶ העֶנד פעֶרריכטעֶן אוּן אויסגלייכעֶן די וועֶגעֶן אין ארץ־ישראל. ר׳ חיא בּר גמרא פלעֶגט זיך אויסקויקלעֶן אינ׳ם שטויבּ פוּן דעֶם הייליגעֶן לאַנד.

בּיי׳ם לעֶבּעֶן צי נאָכ׳ן טויט.
I

עוּלא האָט געֶמוּזט אַוועֶק פוּן ארץ־ישראל קיין בּבל אוּן איז דאָרט פעֶרבּליבּעֶן. פאַר זיין פּטירה האָט עֶר אָנגעֶהויבּעֶן וויינעֶן. פרעֶגט מעֶן איהם: וואָס וויינסטוּ, מיר וועֶלעֶן דאָך צוּריק איבּעֶרפיהרעֶן דיך קיין ארץ־ישראל.

— וואָס קוּמט דעֶרפוּן אַרויס? — עֶנטפעֶרט עֶר — איך פעֶרליער דעֶם פּעֶריל מיינעֶם אין דעֶם אוּמריינעֶם לאַנד. ס׳איז גאָר אַ גרויסעֶר אוּנטעֶרשיעד צי מעֶן גיט־אָבּ די נשמה אין דעֶר מוּטעֶר׳ס שויס, צי אינ׳ם שויס פוּן אַ ווילד־פרעֶמדעֶר.

אַז מ׳איז דעֶרנאָך געֶקוּמעֶן אוּן אָנגעֶזאָגט ר׳ אלעזר׳ן אין ארץ־ישראל די שלעֶכטעֶ בּשוּרה פוּן עולא׳ס פּטירה, האָט עֶר אויסגעֶרוּפעֶן:

— אַך עוּלא! ס׳איז דיר בּעֶשעֶרט געֶוועֶן אויף אַן אוּמריינעֶר עֶרד צוּ שטאַרבּעֶן!

זאָגט מעֶן איהם: זיין ארון האָט מעֶן אַהעֶר געֶבּראַכט.

— ס׳איז אָבּעֶר אַ גרויסעֶר חילוּק — זאָגט ר׳ אלעזר — צי די הייליגעֶ עֶרד נעֶהמט־אויף דעֶם מעֶנשעֶן בּיי זיין לעֶבּעֶן, צי עֶרשט נאָך זיין טויט.

II

צוויי תּנאים, ר׳ בּרוקה אוּן ר׳ אליעזר כּן פּדת, האָבּעֶן געֶשפּאַצעירט אוּנטעֶר דעֶר שטאָדט טבריה. בּיי׳ם טויעֶר זעֶהעֶן זיי ווי עֶס קוּמט־אָן ארונות מיט מתים פוּן חוּץ־לארץ. רוּפט זיך אָן ר׳ בּרוקה צוּ ר׳ אליעזר׳ן:

— וואָס קוּמט אָט די דאָזיגעֶ אַרויס דעֶרפוּן? בּיי׳ם לעֶבּעֶן האָבּעֶן זיי דאָס לאַנד פעֶרלאָזט אוּן איצט, נאָכ׳ן טויט, זעֶנעֶן זיי צוּ דעֶם ווידעֶר ↰ 39 געֶקוּמעֶן. אויף אַזעֶלכעֶ זעֶנעֶן אָנגעֶפּאַסט די וועֶרטעֶר פוּנ׳ם נביא ירמיה: „מיין נחלה איז אייך געֶוועֶן דעֶרווידעֶר” — בּיי אייעֶר לעֶבּעֶן, „אוּן געֶקוּמעֶן זעֶנט איהר פעֶראוּמרייניגעֶן מיין לאַנד” — נאָך אייעֶר טויט.

— ניין! — זאָגט איהם ר׳ אליעזר — ס׳איז נישט אינגאַנצעֶן אַזוי. קוים זעֶנעֶן זיי בּעֶגראָבּעֶן אין הייליגעֶן לאַנד אוּן עֶס געֶדעֶקט זיי אַ רוּדעֶ ארץ־ישראל־עֶרד, איז עֶס שוין אויף זיי מכפּר, ווי די תּורה זאָגט: „גאָט׳ס עֶרד איז מכפּר אויף זיין פאָלק”.

וועֶר האָט די זכיה?
I

אַז אויף משה רבּנוּ איז נגזר געֶוואָרעֶן עֶר זאָל שטאַרבּעֶן אין דעֶר מדבּר, האָט עֶר געֶנוּמעֶן טענה׳ן פאַר גאָט:

רבּונו של עולם, יוסף׳ס נייגעֶר האָבּעֶן יאָ געֶהאַט די זכיה אַריינקוּמעֶן אין יוּדישעֶן לאַנד, אוּן מיר איז נישט בּעֶשעֶרט אַהין אַריינצוּקוּמעֶן?

— אַזוי בּעֶדאַרף צוּ זיין — עֶנטפעֶרט איהם גאָט — יוסף האָט זיך פאַר קיינעֶם נישט געֶשעֶמט מיט זיין לאַנד אוּן זייעֶנדיג אין דעֶר פרעֶמד, אין מצרים, האָט עֶר אָפעֶן דעֶרצעֶהלט: „מ׳האָט מיך אַוועֶקגעֶ׳גנב׳עֶט פוּן יוּדישעֶן לאַנד” — דעֶרפאַר איז איהם בּעֶשעֶרט געֶוועֶן קוּמעֶן צוּ קבוּרה אין זיין לאַנד. דוּ אָבּעֶר האָסט געֶהעֶרט ווי יתרו׳ס טעֶכטעֶר אין מדין דעֶרצעֶהלעֶן דעֶם פאָטעֶר וועֶגעֶן דיר: „אַ מאַן אַן עֶגיפּטעֶר האָט אוּנז געֶרעֶטעֶט פוּן די פּאַסטוּכעֶר׳ס העֶנד”, אוּן דוּ האָסט דיין לאַנד פעֶרשוויגעֶן — דעֶרפאַר איז דיר נישט בּעֶשעֶרט זאָלסט קוּמעֶן צוּ קבוּרה אין דיין לאַנד.

„תּורה פוּן ציון”.

ליעֶבּעֶר איז בּיי מיר — זאָגט גאָט — אַ קליין בּינטעֶל חכמים אין ארץ־ישראל פוּן אַ גרויסעֶן סנהדרין אין חוּץ־לארץ.




אַ לעֶנגעֶרעֶ צייט נאָכ׳ן חוּרבּן פוּנ׳ם צווייטעֶן בּית־המקדש איז דאָס רעֶכט אויף צוּ בּעֶשטימעֶן עבּוּר־יאָהרעֶן אוּן ראשי־חדשים פעֶרבּליבּעֶן, ווי פריהעֶר, נור אין די העֶנד פוּן די יוּדישעֶ חכמים וואָס וואוינעֶן אין ארץ־ישראל. דוּרך דעֶם זעֶנעֶן יוּדעֶן פוּן אַלעֶ לעֶנדעֶר פעֶסט צוּגעֶבּוּנדעֶן געֶוועֶן צוּ זייעֶר הייליג לאַנד.

אוּן די ארץ־ישראל׳דיגעֶ חכמים האָבּעֶן זיך שטאַרק איינגעֶשטעֶלט פאַר דעֶם רעֶכט זייעֶרסן, נישט דעֶרלאָזט עֶס אָנצוּריהרעֶן. די גרעֶסטעֶ צדיקים אוּן חכמים — האָבּעֶן זיי געֶזאָגט — מעֶגעֶן זיך געֶפינעֶן אין חוּץ־לארץ, אוּן עֶס זאָל נישט מעֶהר פעֶרבּלייבּעֶן אין ארץ־ישראל ווי פּאַסטוּכעֶר פוּן שאָף אוּן רינדעֶר, דאַרף דאָס בּעֶשטימעֶן פוּן עבּוּר־יאָהרעֶן איינשטעֶהן אין די העֶנד פוּן די פּאַסטוּכעֶר. נאָך מעֶהר, עֶס מעֶגעֶן אין חוּץ־לארץ זיין ↰ 40 די גרעֶסטעֶ נביאים אוּן אין ארץ־ישראל זאָלעֶן נוּר פעֶרבּלייבּעֶן פּראָסטאַקעֶס, דאַרף דאָס בּעֶשטימעֶן פוּן עבּוּר־יאָהרעֶן געֶמאַכט וועֶרעֶן דוּרך די פּראָסטאַקעֶס פוּן ארץ־ישראל.




ר׳ אבּהו פלעֶגט דעֶרצעֶהלעֶן וועֶגעֶן דעֶם אַזאַ מעשה:

אַז דעֶר גרויסעֶר געֶלעֶהרטעֶר ר׳ חנינא, דעֶר זוּהן פוּן ר׳ יהושע׳ס בּרוּדעֶר, איז אַוועֶק פוּן ארץ־ישראל אוּן האָט זיך געֶזעֶצט אין בּבל, האָט עֶר אָנגעֶהויבּעֶן דאָרט בּעֶשטימעֶן עבּוּר־יאָהרעֶן אוּן ראשי־חדשים. שיקט מעֶן אַהין פוּן ארץ־ישראל צוויי תּלמידי־חכמים, ר׳ יוסי בּן כּיפּר אוּן ר׳ זכריה בּן קבוּטל׳ס אַן אייניקעֶל, זיי זאָלעֶן מיט איהם איינטענה׳ן אוּן דעֶרפוּן אָבּהאַלטעֶן. ווי עֶר האָט זיי דעֶרזעֶהן פרעֶגט עֶר זיי: צוּליבּ וואָס זעֶנט איהר אַהעֶר געֶקוּמעֶן?

— לעֶרנעֶן תּורה זעֶנעֶן מיר אַהעֶר געֶקוּמעֶן — עֶנטפעֶרעֶן זיי.

מאַכט עֶר זיי אַ שעֶנעֶם קבּלת־פּנים אוּן לאָזט וועֶגעֶן זיי מעֶלדעֶן אין זיין שוּלעֶ אַזוי: אָט די צוויי אָנגעֶקוּמעֶנעֶ געֶסט זעֶנעֶן פוּן די גרעֶסטעֶ לייט אין אוּנזעֶר דור, פוּן די שעֶנסטעֶ מיוּחסים — די עֶלטעֶרעֶן זייעֶרעֶ האָבּעֶן געֶדיענט פאַר גאָט אין בּית־המקדש.

דעֶרנאָך, בּשעת ר׳ חנינא האָט זיך געֶשטעֶלט לעֶרנעֶן דעֶם שיעוּר פאַר די תּלמידים, האָבּעֶן די צוויי לייט זיך געֶנוּמעֶן איהם אַלץ אָבּוועֶנדעֶן אוּן דעֶרווייזעֶן פעֶרקעֶהרט: זאָגט עֶר אויף אַ פאַל: אוּמריין, דעֶרווייזעֶן זיי: ריין; זאָגט עֶר: דאָס טאָר מעֶן נישט, דרינגעֶן זיי אויס: מעֶן מעֶג. וועֶרט עֶר אויפגעֶבּראַכט אוּן לאָזט אויף זיי אויסרוּפעֶן: אָט די דאָזיגעֶ לייט זעֶנעֶן נישטיגעֶ פּאַרשוינעֶן, הוילעֶ גאָרנישטעֶן!

— פאַרפאַלעֶן — זאָגעֶן זיי — דוּ האָסט שוין איינמאָל געֶבּויעֶט, קעֶנסטוּ נישט צעֶוואַרפעֶן; איינמאָל פעֶרצוימט — איז שוועֶר די צוים אויסצעֶבּרעֶכעֶן.

— פאַרוואָס־זשעֶ — פרעֶגט עֶר זיי מיט אַ בּעֶזעֶר — רעֶדט איהר מיר אַלץ דעֶרווידעֶר? איך זאָג: אוּמריין, זאָגט איהר: ריין; איך זאָג: מעֶן טאָר נישט, זאָגט איהר: מעֶן מעֶג!

— דעֶרפאַר — זאָגעֶן זיי — וואָס דוּ עֶרלויבּסט זיך צוּ בּעֶשטימעֶן עבּוּר־יאָהרעֶן אוּן ראשי־הדשים אין חוּץ־לארץ.

זאָגט עֶר זיי: עקיבא בּן יוסף האָט דאָך עֶס נאָך פאַר מיר געֶטהוּן.

לאָז־געֶמאַך ר׳ עקיבא׳ן — זאָגעֶן זיי — עֶר האָט נישט איבּעֶרגעֶלאָזט אין ארץ־ישראל נאָך איינעֶם אַזעֶלכעֶן ווי עֶר.

— איך האָבּ אויך — שרייט עֶר אויס — נישט איבּעֶרגעֶלאָזט אין ארץ־ישראל אַזוינעֶם ווי איך!

↤ 41

— דאַרפסט וויסעֶן — זאָגעֶן זיי איהם — אַז די יוּנגעֶ ציגעֶלעֶך וואָס דוּ האָסט איבּעֶרגעֶלאָזט זעֶנעֶן אויסגעֶוואַקסעֶן אוּן געֶוואָרעֶן גרויסעֶ צאַפּעֶס מיט שאַרפעֶ העֶרנעֶר, אוּן זיי האָבּעֶן עֶס אוּנז צוּ דיר געֶשיקט אוּן אָנגעֶזאָגט אַזוי: געֶהט אוּן גיט איהם איבּעֶר אין אוּנזעֶר נאָמעֶן: וועֶט עֶר פאָלגעֶן איז רעֶכט; אויבּ נישט — וועֶט עֶר זיין אין חרם. אוּן אוּנזעֶרעֶ בּרידעֶר דאָרט אין גלוּת־לאַנד זאָלט איהר זאָגעֶן: פאָלגעֶן זיי איז רעֶכט; אויבּ נישט — זאָלעֶן זיי זיך אַלעֶ אויפהויבּעֶן אויף אַ בּאַרג, זייעֶר גרויסעֶר אחיה זאָל אויסבּויעֶן דאָרט אַ מזבּח, חנניה דעֶר לוי זאָל צוּשפּיעלעֶן אויפ׳ן פיעדעֶל, אוּן אַלעֶ זאָלעֶן זיך אָבּזאָגעֶן פוּן גאָט אוּן צוּזאַמעֶן אויסשרייעֶן: זיי האָבּעֶן קיין חלק נישט אין יוּדישעֶן גאָט!

דעֶרהעֶרט אַזעֶלכעֶ וועֶרטעֶר, האָט דעֶר גאַנצעֶר עולם אויסגעֶבּראָכעֶן אין אַ געֶוויין אוּן אויסגעֶשריגעֶן אויף אַ קול: חס ושלום, מיר האָבּעֶן אַ חלק אין יוּדישעֶן גאָט!

אוּן דעֶר גאַנצעֶר רעש איז געֶוועֶן דעֶרפאַר, ווייל נוּר „פוּן ציון דאַרף אַרויסגעֶהן די תּורה אוּן גאָט׳ס וואָרט פוּן ירוּשלים”.

תּורה פוּן ארץ־ישראל.

ר׳ אליעזר הקפּר האָט געֶזאָגט:

ס׳וועֶט קוּמעֶן אַ צייט, אַז אַלעֶ שוּהלעֶן אין בּתּי־מדרשים פוּן חוּץ־לארץ, וואוּ יוּדעֶן לעֶרנעֶן אוּן פעֶרשפּרייטעֶן תּורה אוּן חכמה, וועֶלעֶן זיך איבּעֶרטראָגעֶן אוּן איינגעֶפלאַנצט וועֶרעֶן אין ארץ־ישראל.

— ווילסטוּ זוכה זיין צוּ זעֶהן די שכינה אויף דעֶר וועֶלט — האָט געֶזאָגט ר׳ יוסי בּן חלפתּא צוּ זיין זוּהן ר׳ ישמוּעאל — זאָלסטוּ לעֶרנעֶן תּורה אין ארץ־ישראל.

די תּורה אין ארץ־ישראל איז אַ „בּאר מים חיים” — אַ קוואַל פוּן לעֶבּעֶדיג וואַסעֶר.

די לוּפט פוּן ארץ־ישראל מאַכט קלוּג.

אַפילוּ פוּן אַ געֶוועֶהנליכעֶן וואָכעֶנדיגעֶן שמוּעֶס פוּן די ארץ־ישראל לייט קעֶן מעֶן אויך פיעל לעֶרנעֶן.

אויבּ פוּנ׳ם הימעֶל האָט מעֶן איינגעֶטיילט דעֶר וועֶלט צעֶהן מאָס חכמה, איז ניין פוּן זיי אָנגעֶקוּמעֶן אויפ׳ן חלק פוּן ארץ־ישראל.

זבת חלב וּדבש.
I

„די חכמה — זאָגט שלמה אין משלי — שפּיעלט זיך פאַר גאָט אויף דעֶר וועֶלט זיין לאַנד” — אין גאָט׳ס לאַנד האָט זיך די חכמה ↰ 42 וואוּ צוּ שפּיעלעֶן: ס׳איז פאַר זיך אַ גאַנץ וועֶלטיל: בּעֶשאָנקעֶן איז דאָס לאַנד פוּן גאָט׳ס האַנד מיט אַלעֶס גוּטעֶן פוּן דעֶר גאַנצעֶר וועֶלט. אַלעֶ אַנדעֶרעֶ לעֶנדעֶר — פעֶרמאָגט איינס וואָס דעֶם אַנדעֶרעֶן פעֶהלט. ארץ־ישראל אָבּעֶר איז נישטאָ איין זאַך וואָס ס׳זאָל דעֶם פעֶהלעֶן. די עֶרד דאָרט איז געֶצירט פוּן אויבּעֶן מיט אַלעֶ מיני געֶוויקסעֶן אוּן רייך אינווייניג מיט אַלעֶ מיני מעֶטאַלעֶן.

„אַ גאָט׳ס געֶבּעֶנשטס איז דאָס לאַנד” — געֶבּעֶנשטעֶר פוּן אַלעֶ לעֶנדעֶר. דעֶר טוי בּעֶפייכט די עֶרד אַלעֶ צייטעֶן אוּן לעֶבּעֶדיגעֶ קוואַלעֶן פרישעֶן זי אָבּ. שטעֶנדיג אָפעֶן אַקעֶגעֶן די וואַרימעֶ זוּן־שטראַהלעֶן אוּן אָפעֶן אַקעֶגעֶן דעֶר קיהלעֶר לבנה־שיין, בּעֶלאָדעֶן מיט אַלעֶס גוּטעֶן אוּן גאָט׳ס בּרכה פעֶהלט אין זיין לאַנד קיינמאָל נישט אויס.

„אַ לאַנד פוּן בּעֶרג אוּן טהאָלעֶן” — אוּן פעֶרשידעֶנאַרטיג איז דאָרט דעֶר בּאָדעֶן. לייכטעֶ עֶרד אין דעֶר הויך אויף די בּעֶרג אוּן פעֶסטעֶ — אוּנטעֶן אין די טהאָלעֶן. אַלעֶרליי געֶוויקסעֶן זעֶהט דאָרט דאָס אויג אין איין אוּן דעֶר זעֶלבּעֶר צייט, בּעֶרג־געֶוויקסעֶן פוּן אויבּעֶן אוּן דעֶרבּיי נאָהעֶנט טהאָל־געֶוויקסעֶן אין דעֶר נידעֶר, יעֶדעֶס געֶוויקס נאָך דעֶר נאַטוּר פוּן זיין בּאָדעֶן.

„נישט ווי דאָס לאַנד מצרים” — די נאָהעֶנטעֶ שכנה, אַ לאַנד אָהן רעֶגעֶן, וואוּ די עֶרד איז פעֶרטריקעֶנט אוּן פעֶרשטיינעֶרט, אוּן אויבּ דעֶר עֶרד־אַרבּייטעֶר בּעֶגיסט זי נישט מיט זיין שווייס אוּן מיהט זיך נישט מיט׳ן האַק אוּן מיט׳ן גראָבּ־אייזעֶן אוּן בּעֶרויבּט נישט פוּן זיינעֶ אויגעֶן דעֶם שלאָף — האָט עֶר פוּן איהר גאָרנישט. נישט אַזוי איז ארץ־ישראל: יוּדעֶן דאָרטעֶן שלאָפעֶן נאָך רוּהיג אין די בּעֶטעֶן — אוּן גאָט בּרוּך־הוּא שיקט פוּן זייעֶרטוועֶגעֶן פוּן הימעֶל אַראָבּ מזל־בּרכה׳דיגעֶ רעֶגעֶנס.

„אין דעֶר צייט גיט גאָט די רעֶגעֶנס” אוּן מיט אַ מאָס — נישט צוּפיעל, די עֶרד זאָל נישט איבּעֶרגעֶוואַסעֶרט וועֶרעֶן, אוּן נישט צוּוועֶניג, זי זאָל נישט דאָרשטיג בּלייבּעֶן, נאָר מיטעֶלמייסיג, אויף יעֶדעֶן פּלאַץ אַזוי, ווי פיעל ס׳איז דאָרט פאַר די געֶוויקסעֶן נויטיג.

II

זעֶלטעֶן שעֶנעֶ, פעֶטעֶ אוּן געֶראָטעֶנעֶ וואַקסעֶן־אויס אין ארץ־ישראל די פרוּכט און די תּבוּאה. עֶס טרעֶפט זיך אַמאָל, ווי אַ שטייגעֶר אין דעֶר צייט פוּן ר׳ שמעון בּן שטח׳ן, וואָס די עֶרד האָט אַרויסגעֶגעֶבּעֶן ווייצעֶן, יעֶדעֶר קעֶרעֶן ווי אַ ניער די גרויס, געֶרשטעֶן ווי די יאָדעֶרעֶן פוּן איילבּירטעֶן אוּן לינזעֶן ווי די גאָלדעֶנעֶ רעֶנדלעֶך, אוּן מוּסטעֶרעֶן. דעֶרפוּן האָט ↰ 43 מעֶן איינגעֶבּוּנדעֶן אוּן בּעֶהאַלטעֶן אויף חדוּשים צוּ ווייזעֶן די שפּעֶטעֶרדיגעֶ דורות.




רמי בּר יחזקאל איז געֶקוּמעֶן אין דעֶר שטאָדט בּני־בּרק, זעֶהט עֶר ווי ציגעֶן שטעֶהעֶן אוּן עֶסעֶן אוּנטעֶר טייטעֶלבּוימעֶר. האָט פוּן די צייטיגעֶ טייטלעֶן געֶטריפט האָניג־זאַפט אוּן פוּן די ציגעֶן־בּריסט האָט געֶרוּנעֶן מילך, אוּן די בּיידעֶ, דעֶר האָניג מיט׳ן מילך, האָבּעֶן זיך צוּנויפגעֶמישט צוּזאַמעֶן.

— אָט וואָס הייסט ”ארץ זבת חלב וּדבש”. אַ לאַנד וואָס פליעסט מילך מיט האָניג! — האָט עֶר אויסגעֶרוּפעֶן.




ר׳ יהוּדה פוּן סיכנין האָט איינמאָל געֶזאָגט דעֶם זוּהן: געֶה אַרויף אויפ׳ן בּוידעֶם אוּן בּרעֶנג אוּנז אַראָבּ פוּנ׳ם פעֶסעֶל דאָרט עֶטליכעֶ געֶפּרעֶסטעֶ פייגעֶן. געֶהט עֶר אַהין אַרויף, שטעֶקט אַריין די האַנד אין פעֶסעֶל — איז דאָס גאָר פוּל מיט האָניג. קוּמט עֶר אַראָבּ אוּן דעֶרצעֶהלט עֶס דעֶם פאָטעֶר.

— דעֶר האָניג — זאָגט איהם דעֶר פאָטעֶר — נעֶהמט זיך פוּן די געֶפּרעֶסטעֶ פייגעֶן וואָס אין פעֶסעֶל. פּרוּב אַריינשטעֶקעֶן די האַנד טיעפעֶר וועֶסטוּ בּעֶקוּמעֶן די פייגעֶן.




ר׳ חנינא דעֶרצעֶהלט:

— אַז איך בּין אָנגעֶקוּמעֶן פוּן בּבל קיין ארץ־ישראל איז מיר געֶקוּמעֶן צוּ דעֶר האַנד אַ בּאָקסעֶר, האָבּ איך איהם געֶעֶפעֶנט, האָט פוּן איהם זיך אַרויסגעֶצויגעֶן מיר אַ פוּלעֶ האַנד מיט האָניג.

אַן אַנדעֶרס מאָל — דעֶרצעֶהלט ווידעֶר ר׳ חנינא — האָבּ איך זיך אָנגעֶשלאָגעֶן אויף אַזאַ גרויסעֶן דיקעֶן בּאָקסעֶנבּוים, אַז איך האָבּ אַראָבּגעֶנוּמעֶן מיין גאַרטעֶל מיט מיין פאָטעֶר׳ס אוּן דעֶרצוּ צוּגעֶבּוּנדעֶן דעֶם לאַנגעֶן גוּרט פוּן מיין בּהמה, אוּן געֶפּרוּבט אַרוּמנעֶהמעֶן אַרוּם דעֶם שטאָק פוּנ׳ם בּוים — אוּן ס׳האָט אַלץ נישט געֶקלעֶקט.




ר׳ חיא בּר אבּא האָט געֶלעֶרנט מיט ריש־לקיש׳ס קינדעֶר. איינמאָל איז עֶר דריי טעֶג נאָכאַנאַנד נישט געֶקוּמעֶן לעֶרנעֶן. אַז עֶר איז דעֶרנאָך געֶקוּמעֶן, פרעֶגט איהם ריש־לקיש: פאַרוואָס האָסטוּ איבּעֶרגעֶריסעֶן דאָס לעֶרנעֶן?

↤ 44

— פוּן מיין פאָטעֶר — עֶנטפעֶרט עֶר איהם — איז מיר איבּעֶרגעֶבּליבּעֶן בּירושה אַ וויינשטאָק, האָבּ איך פוּן איהם געֶקלויבּעֶן טרויבּעֶן דריי טעֶג כּסדר: דעֶם עֶרשטעֶן טאָג דריי הוּנדעֶרט שטיינגלעֶך, פוּן יעֶדעֶן שטיינגעֶל אַ פעֶסעֶלעֶ וויין; דעֶם צווייטעֶן טאָג אויך דריי הוּנדעֶרט שטייננלעֶך, קלעֶנעֶרעֶ, פוּן צוויי אויף אַ פעֶסעֶלעֶ וויין; דעֶם דריטעֶן טאָג ווידעֶר דריי הוּנדעֶרט, שוין דריי אויף אַ פעֶסעֶלעֶ וויין. אוּן נאָך בּין איך מיט דעֶם אינגאַנצעֶן נישט פאַרטיג געֶוואָרעֶן, אוּן מעֶהר פוּן העֶלפט האָבּ איך געֶמוּזט לאָזעֶן הפקר.

וועֶר ווייסט — זאָגט איהם ריש־לקיש — וועֶן דוּ זאָלסט נישט געֶוועֶן מבטל זיין פוּן לעֶרנעֶן וואָלט דיר דיין וויינשטאָק איינגעֶבּראַכט פיעל מעֶהר.




איינעֶר אַ כּופר האָט אַמאָל געֶזאָגט ר׳ חנינא׳ן:

— איהר מעֶגט זיך טאַקי מיט אייעֶר לאַנד איבּעֶרנעֶהמעֶן: מיין פאָטעֶר האָט מיר איבּעֶרגעֶלאָזט בּירושה אַ קליין שטיקעֶל לאַנד אויף איין מעֶסטעֶל זייעֶן די גרויס, בּעֶקוּם איך פוּן דעֶם אי בּוימעֶל, אי וויין, אי בּרויט, אי אַרבּעֶס, אי פוּטעֶר פאַר מיין בּהמה.




ר׳ שמעון בּן חלפתּא האָט דעֶרצעֶהלט:

— דעֶר פאָטעֶר האָט אוּנז איבּעֶרגעֶלאָזט בּירושה אין גאָרטעֶן זיינעֶם אַ העֶפטיל קרויט אויפ׳ן וואָרצעֶל, איז עֶס אויסגעֶוואַקסעֶן אַזוי הויך, אַז מיר פלעֶגעֶן אויף דעֶם קלעֶטעֶרעֶן דוּרך אַ לייטעֶר.

ר׳ יוסף פלעֶגט דעֶרצעֶהלעֶן:

— איינעֶם אין שיחון איז איבּעֶרגעֶבּליבּעֶן פוּנ׳ם פאָטעֶר אין גאָרטעֶן זיינעֶם אַ בּוים מיט דריי צווייגלעֶך זעֶנפט, האָט מעֶן פוּן איין צווייגעֶל, וואָס האָט זיך אָבּגעֶריסעֶן, גאַנצעֶ ניין טעֶפּ זעֶנפט אַראָבּגעֶנוּמעֶן אוּן מיט די ריטלעֶך זיינעֶ האָט מעֶן געֶדעֶקט אַ גאַנצעֶן דאַך פוּן אַ סוּכּה.




ר׳ יהושע בּן לוי איז איינמאָל געֶקוּמעֶן קיין גבל, געֶהט עֶר פעֶרבּיי וויינגעֶרטנעֶר, וואוּ די וויינשטאָקעֶן זעֶנעֶן געֶשטאַנעֶן שוועֶר בּעֶהאַנגעֶן אוּן געֶדיכט אָנגעֶזעֶצט מיט שטיינגלעֶך טרויבּעֶן, ווייזט זיך איהם אויס אַז קעֶלבּלעֶך שטעֶהעֶן דאָרט. פרעֶגט עֶר: וואָס איז דאָרט פאַר קעֶלבּלעֶך צווישעֶן די וויינשטאָקעֶן? עֶנטפעֶרט מעֶן איהם: דאָס איז אַזעֶלכעֶ גרויסעֶ שטיינגלעֶך טרויבּעֶן. זאָגט עֶר מיט אַ קרעֶכץ:

↤ 45

— אוי לאַנד, לאַנד! פאַר וועֶמעֶן גיסטוּ אַרויס די פרוּכט דיינעֶ; אָט פאַר די אַראַבּעֶר, וואָס זעֶנעֶן אויף אוּנז אָנגעֶשיקט געֶוואָרעֶן איבּעֶר די גרויסעֶ זינד אוּנזעֶרעֶ! האַלט איין די פרוּכט דיינעֶ!

שפּעֶטעֶר מיט אַ יאָהר איז אַהין אָנגעֶקוּמעֶן ר׳ חייא. זעֶנעֶן שוין די שטיינגלעֶך טרויבּעֶן קלעֶנעֶרעֶ געֶוועֶן אוּן האָבּעֶן זיך איהם אויסגעֶוויזעֶן ווי ציגעֶלעֶך. פרעֶגט עֶר: וואָס איז דאָס פאַר ציגעֶלעֶך צווישעֶן די וויינשטאָקעֶן? זאָגט מעֶן איהם:

— געה שוין געֶה! טהוּ אוּנז נישט ווי פאַראַיאָהרעֶן דעֶר חבר דיינעֶר...




דריי תּנאים ר׳ חלבּו, ר׳ עוירא אוּן ר׳ יוסי בּר חנינא, זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן קיין ארץ־ישראל, איז מעֶן זיי מכבּד דאָרט מיט איין פעֶרשקעֶ די גרויס ווי אַ פינפמעֶסטעֶלדיגעֶר קעֶסעֶל, האָבּעֶן זיי אַ דריטעֶל דעֶרפוּן אויפגעֶגעֶסעֶן, אַ דריטעֶל געֶגעֶבּעֶן זייעֶר שטיק פיה אוּן אַ דריטעֶל נאָך איבּעֶרגעֶלאָזט.

אין אַ יאָהר אַרוּם איז געֶקוּמעֶן ר׳ אליעזר, דעֶרלאַנגט מעֶן איהם אויך פעֶרשקעֶס שוין גאָר קליינעֶ. נעֶהמט עֶר זיי אין דעֶר האַנד, בּעֶטראַכט זיי אוּן זאָגט: „דאָס פרוּכטבּאַרעֶ לאַנד וועֶרט וויסט איבּעֶר דעֶם שלעֶכטס פוּן זיינעֶ איינוואוינעֶר”.




אַרוּם ירוּשלים האָבּעֶן געֶוואַקסעֶן וועֶלדלעֶך פוּן צימעֶרינגבּוימעֶר, אוּן וועֶן מעֶן פלעֶגט מיט זיי הייצעֶן, פלעֶגט דעֶר געֶשמאַקעֶר ריח זייעֶרעֶר זיך טראָגעֶן איבּעֶר גאַנץ ארץ־ישראל. דעֶרנאָך, אַז ירוּשלים איז חרוב געֶוואָרעֶן, זעֶנעֶן זיי אינגאַנצעֶן פעֶרשוואוּנדעֶן געֶוואָרעֶן, נאָר איין קליין שטיקעֶלעֶ, ווי אַ געֶרשטעֶן די גרויס, געֶפינט זיך נאָך דעֶרפוּן אין שאַצקאַמעֶר פוּן דעֶר קעֶניגין צימצימאַי.

ירוּשלים.

אויבּ פוּנ׳ם הימעֶל האָט מעֶן איינגעֶטיילט דעֶר וועֶלט צעֶהן מאָס שעֶנקייט, איז ניין פוּן זיי אָנגעֶקוּמעֶן אויפ׳ן חלק פוּן ירוּשלים.

ירוּשלים איז דאָס אָרט, וואוּהין עֶס וועֶנדעֶן זיך אַלעֶ יוּדישעֶ העֶרצעֶר פוּן דעֶר גאַנצעֶר וועֶלט.

ירוּשלים איז אַ שטאָדט, וואָס מאַכט אַלעֶ יוּדעֶן פאַר חברים, בּרידעֶר פוּן איין פאָלק.

↤ 46

ירוּשלים איז דאָס פּלאַץ פוּן וואַנעֶן עֶס שטאַמעֶן־אַרויס אַלעֶ נביאי׳שעֶ גייסטעֶר.




רוים אוּן ירוּשלים — זאָגט דיר איינעֶר, אַז בּיידעֶ זעֶנעֶן חרוב — גלויבּ נישט; זאָגט עֶר אַז בּיידעֶ זעֶנעֶן געֶבּויעֶט — גלויבּ נישט. איז די חרוב מוּז יעֶנעֶ געֶבּויעֶט זיין, איז יעֶנעֶ חרוּב — מוּז די געֶבּויעֶט זיין.




ר׳ שמוּאל בּר נחמני זאָגט: מיר האָבּעֶן אַ קבּלה פוּן אבות־אבותינוּ, אַז ירוּשלים וועֶט אַנדעֶרש נישט געֶבּויעֶט וועֶרעֶן בּיז ס׳וועֶלעֶן זיך פריהעֶר אין ארץ־ישראל פעֶרזאַמלעֶן יוּדעֶן פוּן אַלעֶ גלוּת־לעֶנדעֶר.




↤ 47


לשון־קודש אוּן אַנדעֶרעֶ לשונות.
די שפּראַך איז דאָס לעֶבּעֶן פוּן פאָלק.
I

אין נאָמעֶן פוּן ר׳ מאיר וועֶרט איבּעֶרגעֶגעֶבּעֶן:

יעֶדעֶר איינציגעֶר וואָס געֶזעֶצט זיך אויף שטעֶנדיג אין ארץ־ישראל אוּן רעֶדט אויף לשון־קודש, פעֶרזיכעֶרט עֶר זיך דאָס אייבּיגעֶ לעֶבּעֶן.

II

ר׳ יוסי בּן עקיבא האָט געֶזאָגט:

די תּורה זאָגט־אָן: „איינלעֶרנעֶן זאָלט איהר זיי (גאָטס וועֶרטעֶר) מיט אייעֶרעֶ קינדעֶר צוּ רעֶדעֶן אין זיי” — דאָס הייסט, האָבּעֶן אויף דעֶם די חכמים געֶזאָגט, אַז ווי אַ יוּדיש קינד הויבּט נאָר אָן צוּ רעֶדעֶן, דאַרף דעֶר פאָטעֶר זיינעֶר רעֶדעֶן מיט איהם לשון־קודש אוּן לעֶרנעֶן תּורה; טהוּט עֶר נישט אַזוי — איז גלייך ווי עֶר זאָל איהם בּעֶגראָבּעֶן אַ לעֶבּעֶדיגעֶן, ווי די תּורה זאָגט דאָרט: „איינלעֶרנעֶן זאָלט איהר זיי מיט אייעֶרעֶ קינדעֶר צוּ רעֶדעֶן אין זיי — כּדי איהר זאָלט האָבּעֶן לאַנגעֶ יאָהרעֶן, איהר אוּן אייעֶרעֶ קינדעֶר”; טהוּט איהר אָבּעֶר דאָס נישט, האָט איהר זיך אוּן אייעֶרעֶ קינדעֶר פעֶרקירצט די יאָהרעֶן.

III

יוּדעֶן האָבּעֶן זוכה געֶוועֶן אויסגעֶלעֶזט צוּ וועֶרעֶן פוּן מצרים דעֶרפאַר וואָס זיי האָבּעֶן זיך פעֶסט געֶהאַלטעֶן בּיי זייעֶרס, נישט איבּעֶרגעֶנוּמעֶן פרעֶמדעֶ מנהגים; זיי האָבּעֶן נישט געֶעֶנדעֶרט זייעֶרעֶ נעֶמעֶן: אָנגעֶקוּמעֶן זעֶנעֶן זיי אַהין „ראוּבנ׳ס” מיט „שמעונ׳ס”, אוּן „ראוּבנ׳ס” מיט „שמעונ׳ס” ↰ 48 זעֶנעֶן זיי פוּן דאָרט אַרויסגעֶגאַנגעֶן; נישט איבּעֶרגעֶדרעֶהט „ראוּבן” אויף „רוּפוּס”, „יהוּדה” אויף „יוּליאַן”, „יוסף” אויף „יוּסטוּס”, „בּנימין” אויף „אַלכּסנדר”. זיי האָבּעֶן אויך נישט געֶעֶנדעֶרט זייעֶר שפּראַך, געֶרעֶדט נישט אויף מצרים־לשון, נאָר אויף זייעֶר אייגעֶנעֶם לשון־קודש.

אָדעֶר לשון־קודש, אָדעֶר די וועֶלט־שפּראַך.

אין ארץ־ישראל, וואוּ דאָס רוב יוּדעֶן האָבּעֶן צוּ דעֶר צייט פוּן נאָכ׳ן חוּרבּן געֶרעֶדט סיריש (אַן אַראַמישעֶר דיאַלעֶקט), פלעֶגט ר׳ יהוּדה הנשיא זאָגעֶן: צוּ וואָס טויג יוּדעֶן דאָ אין ארץ־ישראל די סירישעֶ שפּראַך? אָדעֶר מעֶן דאַרף רעֶדעֶן אויף דעֶר אמת׳עֶר יוּדישעֶר שפּראַך, אויף לשון־קודש, אָדעֶר אויף דעֶר וועֶלט שפּראַך, אויף גריכיש.

אין בּבל, וואוּ דאָס רוב יוּדעֶן האָבּעֶן געֶרעֶדט אַראַמיש, פלעֶגט ר׳ יוסי זאָגעֶן: וואָס טויג יוּדעֶן אין בּבל די אַראַמישעֶ שפּראַך? — אָדעֶר די אייגעֶנעֶ שפּראַך, לשון־קודש, אָדעֶר די רעֶגירוּנגס־שפּראַך — פּעֶרסיש!

אַראַמיש — די שוועֶסטעֶר פוּן לשון־קודש.

ר׳ שמעון בּר נחמן זאָגט: האלט נישט די סירישעֶ (אַראַמישעֶ) שפּראַך פאַר גרינג, מיר געֶפינעֶן, אַז אוּמעֶדוּם, סיי אין דעֶר תּורה, סיי אין די נביאים אוּן סיי אין כּתוּבים, האָט גאָט איהר אָבּגעֶגעֶבּעֶן כּבוד אין דעֶר תּורה אוּן אין די נביאים געֶפינעֶן זיך איינציגעֶ וועֶרטעֶר אוּן אַמאָל אויך אַ גאַנצעֶר פּסוּק אויף אַראַמיש, אוּן אין כּתוּבים געֶפינעֶן זיך אַראַמישעֶ גאַנצעֶ קאַפּיטלעֶן אוּן כּמעט אַ גאַנצעֶר ספר.

דאָס עֶרשטעֶ וואָרט.

אַז גאָט־בּרוּך־הוּא איז אַראָבּגעֶקוּמעֶן אויפ׳ן בּאַרג סיני צוּ געֶבּעֶן יוּדעֶן די תּורה, איז דאָס עֶרשטעֶ וואָרט, מיט וועֶלכעֶן עֶר האָט זיך צוּ זיי געֶוועֶנדעֶט, געֶוועֶן אויף יעֶנעֶר שפּראַך, וואָס זיי זעֶנעֶן געֶוועֶהנט געֶוועֶן צוּ העֶרעֶן אין מצרים — אויף דעֶר עֶגיפּטישעֶר: „אָנכי ה׳ אלהיך” — איך בּין גאָט דיין גאָט — האָט עֶר זיי געֶזאָגט, נישט „אני ה׳ אלהיך”; אויף „איך” זאָגעֶן די עֶגיפּטעֶר „אָנך”.

עֶס קוּמט־אויס, ווי בּיי איינעֶם אַ קעֶניג האָבּעֶן רויבּעֶר געֶפאַנגעֶן זיין געֶליעבּטעֶן זוּהן. האָט עֶר דאָרט, צווישעֶן זיינעֶ פעֶנגעֶר, פעֶרבּראַכט אַ לאַנגעֶ צייט בּיז עֶר האָט זיך צוּגעֶוועֶהנט צוּ זייעֶר לשון. דעֶרנאָך האָט זיך דעֶר פאָטעֶר דעֶרוואוּסט וואוּ דעֶר זוּהן זיינעֶר געֶפינט זיך, איז עֶר געֶקוּמעֶן ↰ 49 אַהין, זיך אָנגעֶרעֶכעֶנט מיט די רויבּעֶר אוּן בּעֶפרייט דעֶם זוּהן זיינעֶם.

נעֶהמט עֶר מיט איהם רעֶדעֶן, זעֶהט עֶר אַז דעֶר זוּהן פעֶרשטעהט די וועֶרטעֶר נישט גאָר קלאָר; האָט עֶר געֶמוּזט צוּם אָנהויבּ זיך מיט איהם צוּנויפרעֶדעֶן אויף יעֶנעֶר שפּראַך פוּן די רויבּעֶר: „איך, זוּהן מיינעֶר, בּין דיין פאָטעֶר”.

די איבּעֶרגעֶזעֶצטעֶ תּורה.

אויפ׳ן בּעֶפעֶהל פוּנ׳ם קעֶניג תּלמי האָבּעֶן יוּדישעֶ געֶלעֶהרטעֶ, אין דעֶר צייט פוּנ׳ם צווייטעֶן בּית־המקדש, געֶנוּמעֶן איבּעֶרזעֶצעֶן די תּורה אויף גריכיש. אוּן יעֶנעֶר טאָג איז געֶוועֶן פאַר יוּדעֶן אַ שוועֶרעֶר פינסטעֶרעֶר טאָג ווי דעֶר טאָג וועֶן יוּדעֶן האָבּעֶן געֶמאַכט דעֶם עגל; ווייל איבּעֶרזעֶצעֶן די תּורה ווי עֶס געֶהעֶר צוּ זיין איז אַן אוּנמעֶגליכעֶ זאַך.




ר׳ יוסי זאָגט:

די הייליגעֶ שריפטעֶן אין זייעֶר איבּעֶרזעֶצוּנג האָבּעֶן נישט די קדוּשה ווי אין לשון־קודש. מיין פאָטעֶר חלפתּא איז אַמאָל געֶקוּמעֶן צוּ רבּן גמליאל׳ן אין טבריה, האָט עֶר איהם געֶפוּנעֶן ווי עֶר זיצט בּיי׳ם טיש אוּן לייעֶנט דעֶם ספר איוב אין אַ איבּעֶרזעֶצוּנג. זאָגט מיין פאָטעֶר צוּ איהם: „מיר געֶדעֶנקט זיך, אַז דעֶר עֶלטעֶר־פאָטעֶר דיינעֶר, רבּן גמליאל הזקן, איז אַמאָל געֶזעֶסעֶן אויף די טרעֶפּ פוּן הר־הבּית, האָט מעֶן געֶבּראַכט פאַר איהם דעֶם ספר איוב אין אַן איבּעֶרזעֶצוּנג. נעֶהמט עֶר דעֶם ספר, דעֶרלאַנגט איהם דעֶם מויעֶרעֶר, וואָס איז געֶשטאַנעֶן דעֶרנעֶבּעֶן, אוּן זאָגט איהם: „פעֶרמויעֶר איהם אוּנטעֶר די שטיינעֶר פוּן דעֶר וואַנד; זאָל מעֶן איהם נישט לייעֶנעֶן”. דעֶרהעֶרט אַזעֶלכעֶ וועֶרטעֶר פוּן מיין פאָטעֶר, האָט רבּן גמליאל אויך זיין איבּעֶרגעֶזעֶצטעֶן ספר איוב געֶהייסעֶן בּאַלד פעֶרשטעֶקעֶן אין דעֶר גניזה (אַן אָרט, וואוּ מעֶן פלעֶגט געֶהאַלטעֶן צעֶריסעֶנעֶ אָדעֶר פּסוּל׳עֶ ספרים).

אַ פאָלק אַ נישטיגס אוּן אַ בּזוי.

„אַ נישטיגס האָבּ איך דיך פעֶררעֶכעֶנט צווישעֶן די פעֶלקעֶר — זאָגט דעֶר נביא עובדיה אויף די בני־אדום אין גאָט׳ס נאָמעֶן — זעֶהר אַ מבוּזה׳דיגס בּיזטוּ” — דאָס איז דעֶרפאַר ווייל אדום האָט נישט קיין אייגעֶנעֶ שריפט אוּן קיין אייגעֶנעֶ שפּראַך.

יעֶדעֶ שפּראַך צוּ וואָס זי פּאַסט.

צוּם זינגעֶן איז די פּאַסעֶנדסטעֶ שפּראַך — גריכיש; צוּם מוּשטירעֶן אוּן קאָמאַנדירעֶן — רוימיש (לאַטייניש); אויף עֶלעֶגיעֶן אוּן קלאָג־ליעדעֶר ↰ 50 — פּעֶרסיש; צוּם שמוּעֶסעֶן אוּן עֶרצעֶהלעֶן — העֶבּרעֶאיש; צוּם שרייבּעֶן — ווי אייניגעֶ מיינעֶן — אַשוּריש.

געֶלעֶגט אַכט אויף דעֶר שפּראַך.

רב זאָגט: די יהוּדה־לייט אין ארץ־ישראל, וואָס האָבּעֶן געֶלעֶגט אַכט אויף זייעֶר שפּראַך אוּן זיך געֶהיט זי זאָל בּיי זיי אין מויל נישט פעֶרגרייזט וועֶרעֶן, האָט זיך דעֶרפאַר בּיי זיי די תּורה פעֶסט געֶהאַלטעֶן; די גליל לייט, וואָס האָבּעֶן וועֶניג געֶלעֶגט אַכט אויף זייעֶר שפּראַך, האָט זיך אויך די תּורה בּיי זיי נישט געֶהאַלטעֶן אוּן זיי זעֶנעֶן מיט דעֶר צייט געֶוואָרעֶן פעֶרגרעֶבּט.




די יהוּדה־לייט בּיי׳ם רעֶדעֶן פלעֶגעֶן אויסדריקעֶן זייעֶר געֶדאַנק שאַרף אוּן קלאָר, מיט אַ ריינעֶר אויסשפּראַך, אַזוי, אַז מעֶן זאָל נישט קעֶנעֶן קיין טעֶות האָבּעֶן אינ׳ם מיין פוּן די וועֶרטעֶר. די גליל־לייט אָבּעֶר פלעֶגעֶן רעֶדעֶן נישט מיט קיין קלאָרעֶר אויסשפּראַך, איינגעֶשלוּנגעֶן האַלבּעֶ וועֶרטעֶר, אַזוי אַז ס׳איז אָפט שוועֶר געֶוועֶן צוּ פעֶרשטעֶהן זייעֶר מיין. געֶהט אַ גליל׳עֶר אין מאַרק אוּן פרעֶגט וועֶר האָט חמר צוּ פעֶרקויפעֶן, מוּז מעֶן זיך בּיי איהם דעֶרפרעֶגעֶן וואוּ דעֶר חמר שטעֶהט, צי אין שטאַל (חמור — אַן עֶזעֶל) צי אין קעֶלעֶר (חמר — וויין).

↤ 51


גלוּת.
די גרעֶסטעֶ קללה.

שרעֶקליכעֶ קללות, איינעֶ שוועֶרעֶר אוּן בּיטעֶרעֶר פוּן דעֶר אַנדעֶרעֶר, שיטעֶן זיך אין דעֶר תּוכחה אויף די יוּדישעֶ קעֶפּ. די בּיטעֶרסטעֶ פוּן זיי אַלעֶ — איז גלוּת.

צעֶוועֶהט אוּן צעֶשפּרייט.

„איך וועֶל אייך צעֶוועֶהן צווישעֶן די פעֶלקעֶר” — האָט געֶזאָגט דעֶר נביא יחזקאל צוּ די יוּדעֶן אין גאָט׳ס נאָמעֶן, אוּן אין דעֶם ליגט טאַקי אַ מורא׳דיגעֶר שטראָף פאַר די יוּדעֶן. וועֶרעֶן מעֶנשעֶן פעֶרטריבּעֶן פוּן זייעֶר לאַנד אין דעֶר פרעֶמד, קוים אָבּעֶר זיי זיצעֶן צוּזאַמעֶן אין איין אָרט — זעֶהעֶן זיי זיך איינעֶר מיט׳ן אַנדעֶרעֶן אוּן געֶפינעֶן אין דעֶם אַ שטיקעֶל טרייסט. אויף יוּדעֶן אָבּעֶר איז אַרויס אַ גזר: „צעֶוועֶהט וועֶט איהר זיין צווישעֶן די פעֶלקעֶר”, צעֶוועֶהט אוּן צעֶשפּרייט, צעֶוועֶהט צווישעֶן פעֶלקעֶר אוּן צעֶשפּרייט אין פרעֶמדעֶ לעֶנדעֶר, איינעֶר דעֶרווייטעֶרט אוּן אָבּגעֶזוּנדעֶרט פוּנ׳ם אַנדעֶרעֶן, אַזוי גלייך ווי די קעֶרנעֶר פוּן תּבוּאה בּשעת וועֶהעֶן מיט׳ן שויפעֶל וואָס צעֶשיטעֶן זיך אין דעֶר לוּפטעֶן איינציגווייז, נישט אָנצוּריהרעֶן זיך איינס אינ׳ם אַנדעֶרעֶן.

גלוּת צווישעֶן ווילד־פרעֶמדעֶ.

ס׳איז פאַרהאַן נאָך אַנדעֶרעֶ פעֶלקעֶר, וואָס זעֶנעֶן פעֶרטריבּעֶן צווישעֶן פרעֶמדעֶ, ווייסעֶן זיי נישט דעֶם אמת׳עֶן טעם פוּן גלוּת: פאָרט ווי אייגעֶנעֶ, די זעֶלבּעֶ מידות, די זעֶלבּעֶ אויפפיהרוּנגעֶן. יוּדישעֶר גלוּת אָבּעֶר איז טאַקי אַן אמת׳עֶר גלוּת עֶלעֶנד זעֶנעֶן זיי צווישעֶן די פעֶלקעֶר, קעֶנעֶן זיך ↰ 52 נישט מיט זיי צוּנויפגעֶהן, נישט עֶסעֶן, נישט טרינקעֶן צוּזאַמעֶן, אוּן אָבּגעֶזוּנדעֶרט זעֶנעֶן זיי פוּן אַלעֶמעֶן מיט זייעֶרעֶ געֶנג, מיט זייעֶר גאַנצעֶן אַרט לעֶבּעֶן.

איין טאָג אַ גוטעֶן.

„פעֶרקויף מיר היינטיגעֶן טאָג”... — האָט זיך יעקב געֶבּעֶטעֶן בּיי עשו׳ן, פאַר׳ן אָבּקויפעֶן די בּכוּרה — אַ חאָטש איין אוּן איינציגעֶן טאָג אַזעֶלכעֶן ווי דיינעֶס. פעֶרקויף מיר! לאָמיך איין טאָג וויסעֶן פוּן אַ וועֶלט צוּ זאָגעֶן אוּן רוּהיג ווי דוּ געֶניסעֶן פוּן מיין לעֶבּעֶן.

אויף דעֶם זאָגט ר׳ אחי: מעֶן זאָל נעֶהמעֶן בּעֶרעֶכעֶנעֶן ווי געֶהעֶר צוּ זיין אַלץ וואָס יעקב האָט איבּעֶרגעֶלעֶבּט אינ׳ם לאַנגעֶן גלוּת, וועֶט מעֶן געֶפינעֶן קוים איין טאָג וואָס יעקב איז געֶזעֶסעֶן אַבּיסעֶל רוּהיג אוּנטעֶר׳ן שאָטעֶן פוּן עשו׳ן.




„אַ פריי אָרט זאָלט איהר לאָזעֶן צווישעֶן איין העֶרדעֶ אוּן דעֶר אַנדעֶרעֶר” — האָט יעקב אָנגעֶזאָגט זיינעֶ פּאַסטוּכעֶר וועֶן זיי האָבּעֶן אָבּגעֶפיהרט די מתּנות עשו׳ן, אוּן געֶטענה׳ט האָט עֶר דעֶרבּיי:

רבּונו של עולם! איז שוין יאָ בּעֶשעֶרט מיינעֶ קינדעֶר זיי זאָלעֶן ליידעֶן צרות פוּן עשו׳ס קינדעֶר, זאָלעֶן די צרות נישט שיטעֶן זיך איינעֶ נאָך דעֶר אַנדעֶרעֶר, לאָז זיין אין מיטעֶן אַ פרייעֶ שעה די קינדעֶר מיינעֶ זאָלעֶן קעֶנעֶן אָבּאַטהעֶמעֶן אוּן אַבּיסעֶל צוּ זיך קוּמעֶן.

„אויף מיין געֶלעֶגעֶר אין די נעֶכט
האָבּ איך מיין ליבּהאַרציגעֶן געֶזוּכט,
געֶזוּכט אוּן נישט געֶפוּנעֶן”.

— רבּונו של עולם — טענה׳ט די כּנסת ישראל פאַר גאָט — אַמאָליגעֶ צייטעֶן פלעֶגסטוּ צווישעֶן איין פינסטעֶרעֶר נאַכט אוּן דעֶר אַנדעֶרעֶר בּעֶווייזעֶן מיר די ליכטיגעֶ שיין. אַזוי איז געֶוועֶן אַמאָל צווישעֶן דעֶר נאַכט פוּן גלוּת מצרים אוּן דעֶר נאַכט פוּן גלוּת בּבל, דעֶרנאָך צווישעֶן דעֶר נאַכט פוּן בּבל אוּן דעֶר נאַכט פוּן פּרס, צווישעֶן דעֶר נאַכט פוּן פּרס אוּן דעֶר נאַכט פוּן יון (גריכעֶן), צווישעֶן דעֶר נאַכט פוּן יון אוּן דעֶר נאַכט פוּן אדום (רוימעֶר), — היינט אָבּעֶר ציהט זיך פאַר מיר דעֶר גלוּת ווי איין לאַנגעֶ פינסטעֶרעֶ נאַכט אָהן איין בּיסעֶלעֶ שיין צווישעֶן.

אָבּגעֶשטאָרבּעֶן דאָס געֶפיהל.

וועֶר האָט אָנגעֶשריבּעֶן די מגילת תּענית, דעֶם איינציגעֶן ספר־הזכּרון, וואוּ ס׳זעֶנעֶן פעֶרצייכעֶנט כּסדר די אַלעֶ צרות אוּן אוּמגליקעֶן וואָס ↰ 53 יוּדעֶן אין די צייטעֶן פוּן בּית שני זעֶנעֶן איבּעֶרגעֶקוּמעֶן? — חנניה בּן חזקיהוּ מיט זיינעֶ לייט, וועֶלכעֶ האָבּעֶן טייעֶר געֶשעֶצט די ליידעֶן פוּן יוּדישעֶן פאָלק אוּן האָבּעֶן זיך געֶזאָרגט דעֶרפאַר עֶס זאָל נישט פעֶרגעֶסעֶן וועֶרעֶן פוּן די שפּעֶטעֶרדיגעֶ דורות.

— אייגעֶנטליך — האָט געֶזאָגט וועֶגעֶן דעֶם ר׳ שמעון בּן גמליאל — ווייסעֶן מיר אויך ווי טייעֶר צוּ שעֶצעֶן די יוּדישעֶ צרות, נאָר וואָס זאָלעֶן מיר טהוּן? אויבּ מיר זאָלעֶן זיך נעֶהמעֶן פעֶרצייכעֶנעֶן אַלץ וואָס יוּדעֶן ליידעֶן־איבּעֶר אין אוּנזעֶרעֶ צייטעֶן וואָלטעֶן מיר קיינמאָל נישט געֶעֶנדיגט.

אַנדעֶרעֶ זאָגעֶן דעֶרויף: דאָס לייבּ פוּן אַן אָבּגעֶשטאָרבּעֶנעֶם פיהלט שוין נישט דעֶם שנייד־מעֶסעֶר.

וואָס האָט מעֶן צוּ אוּנז?

די רוימישעֶ קעֶניגרייך האָט איינמאָל אַרויסגעֶלאָזט אַ גזירה אויף יוּדעֶן, זיי זאָלעֶן זיך נישט פעֶרנעֶהמעֶן מיט תּורה לעֶרנעֶן, זיי זאָלעֶן נישט מל זיין זייעֶרעֶ קינדעֶר אוּן זיי זאָלעֶן מוּזעֶן מחלל שבּת זיין. איז אַוועֶקגעֶגאַנגעֶן ר׳ יהוּדה בּן שמוּע מיט זיינעֶ חברים צוּ אַ רוימישעֶר מאַטראָנעֶ וואָס איז געֶוועֶן בּעֶפריינדעֶט מיט די פאַרנעֶהמסטעֶ רוימעֶר, אוּן האָבּעֶן זיך מיט איהר אַן עצה געֶהאַלטעֶן וואָס מעֶן טהוּט. רוּפט זי זיך אָן צוּ זיי: קלויבּט זיך צוּנויף בּיינאַכט איבּעֶר די גאַסעֶן אוּן שרייט מיט קולות — האָבּעֶן זיי אַזוי געֶטהוּן. אַ גאַנצעֶ נאַכט זעֶנעֶן זיי איבּעֶר די גאַסעֶן אַרוּמגעֶגאַנגעֶן אוּן מיט קולות געֶשריגעֶן:

אוי, גאָט אין הימעֶל! צי זעֶנעֶן מיר נישט אייעֶרעֶ בּרידעֶר? צי זעֶנעֶן מיר נישט קינדעֶר פוּן איין פאָטעֶר אוּן פוּן איין מוּטעֶר? מיט וואָס זעֶנעֶן מיר אַנדעֶרש פוּן אַלעֶ איבּעֶריגעֶ פעֶלקעֶר, וואָס איהר לאָזט־אַרויס אויף אוּנז אַזעֶלכעֶ שוועֶרעֶ גזירות?

אוּן דאָס געֶשריי האָט געֶהאָלפעֶן: די גזירות זעֶנעֶן בּאַלד בּטל געֶוואָרעֶן.

דעֶר בּעֶליידיגעֶר — אַן אויבּעֶרהאַר.

„די בּעֶליידיגעֶר איהרעֶ זעֶנעֶן געֶוואָרעֶן אַן אויבּעֶרהאַר” — קלאָגט דעֶר מקונן אין זיינעֶ קינות אויפ׳ן חוּרבּן פוּן ציון. אויף דעֶם האָט ר׳ יוחנן געֶזאָגט: אַזוי איז שוין, דעֶר וואָס טהוּט־אָן צרות יוּדעֶן וועֶרט עֶר אַן אויבּעֶרהאַר.

דעֶר בּלינדעֶר אין דעֶר פינסטעֶרניש.

ר׳ יוסי האָט געֶזאָגט:

— אַלעֶ מיינעֶ יאָהרעֶן איז מיר אויסגעֶקוּמעֶן קשה׳דיג די וועֶרטעֶר פוּן דעֶר תּוכחה אויף יוּדעֶן: „דוּ וועֶסט טאַפּעֶן אין מיטעֶן העֶלעֶן טאָג ↰ 54 ווי דעֶר בּלינדעֶר טאַפּט אין דעֶר פינסטעֶרניש” — וואָס הייסט עֶס, איז דעֶם בּלינדעֶן דעֶן נישט אַלץ איינס פינסטעֶר צי ליכטיג? בּיז ס׳האָט זיך מיט מיר געֶמאַכט אַזאַ צוּפאַל: איינמאָל אין אַ שטאָק־פינסטעֶרעֶר נאַכט בּין איך געֶגאַנגעֶן אין וועֶג, בּעֶגעֶגעֶן איך אַ בּלינדעֶן וואָס קוּמט מיר אַקעֶגעֶן אוּן האַלט אַ אָנגעֶצוּנדעֶנעֶם פאַקעֶל אין דעֶר האַנד, פרעֶג איך איהם: זאָג מיר, זוּהן מיינעֶר, וואָס טויג דיר אָט דעֶר פאַקעֶל?

— פעֶרשטעֶהסטוּ מיך — עֶנטפעֶרט דעֶר בּלינדעֶר — אַזוי לאַנג איך טראָג דעֶם פאַקעֶל זעֶהעֶן מיך די פעֶרבּייגעֶהעֶר אוּן זיי היטעֶן מיך שוין אָבּ פוּן אַ גרוּבּ אָדעֶר אַ שטיין צי אַ קלאָץ אויפ׳ן וועֶג.

שכּור — נישט פוּן וויין.

ר׳ אליעזר בּן עזריה האָט געֶזאָגט:

איך נעֶהם זיך אוּנטעֶר צוּ בּעֶפרייעֶן אַלעֶ יוּדעֶן פוּן שטראָף פאַר זייעֶרעֶ זינד פוּן נאָכ׳ן חוּרבּן אָן בּיז היינטיגעֶן טאָג. ווי רוּפט אָן דעֶר נביא די יוּדישעֶ אוּמה אין גלוּת: „אָרימעֶ אוּן שכּור׳עֶ נישט פוּן וויין” — אָרים אוּן דעֶרשלאָגעֶן זעֶנעֶן יוּדעֶן, פעֶרדרעֶהט דעֶר קאָפּ אוּן שיכּור נישט פוּן וויין, נאָר פוּן צרות אוּן פּיין. אוּן אַ שכּור׳עֶר קעֶן דעֶן זיין פעֶראַנטוואָרטליך פאַר דעֶם וואָס עֶר טהוּט אָבּ?

רייסט נישט אויף די אויגעֶן!

אין דעֶר צייט פוּנ׳ם גרויסעֶן הוּנגעֶר אין גאַנצעֶן לאַנד כּנען, וועֶן יעקב האָט געֶזאָלט שיקעֶן די קינדעֶר קיין מצרים איינקויפעֶן דאָרט בּרויט פאַר זייעֶר הויזגעֶזינד, האָט עֶר זיך צוּ זיי געֶוועֶנדעֶט מיט די וועֶרטעֶר:

— „קינדעֶר מיינעֶ, צוּ וואָס זאָלט איהר זיך אַרויסווייזעֶן?” — בּעֶווייזעֶן זאָלט איהר זיך נישט ווי קיין זאַטעֶ נישט פאַר עשו׳ן אוּן נישט פאַר ישמעאל׳ן, איהר זאָלט נישט אויפרייסעֶן די אויגעֶן.

אָנגעֶשראָקעֶנעֶ.

ר׳ יהושע בּן קרחה דעֶרצעֶהלט:

— איינמאָל בּין איך מיט נאָך עֶטליכעֶ חברים געֶזעֶסעֶן אוּנטעֶר אַ בּוים. פּלוּצים האָט אַ בּלאָז געֶטהוּן אַ ווינטעֶלעֶ אוּן געֶמאַכט אַ געֶרויש צווישעֶן די בּלעֶטעֶר. האָבּעֶן מיר זיך אויפגעֶחאַפּט אוּן געֶנוּמעֶן אַנטלויפעֶן אין איין שרעֶק: „אוי וועֶה, דעֶם שונא׳ס ריטעֶר זעֶנעֶן אויף אוּנז אָנגעֶפאַלעֶן”. דעֶרנאָך קוּקעֶן מיר זיך אוּם. לאָזט זיך אויס אַז ס׳איז נישטא ↰ 55 קיינעֶר. האָבּעֶן מיר זיך אַנידעֶרגעֶזעֶצט אוּן זיך צעֶוויינט: אָך אוּן וועֶה איז אוּנז צוּ וואָס מיר זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן! מקוים געֶוואָרעֶן איז אויף אוּנז די קללות פוּן דעֶר תּוכחה: „דעֶר געֶרויש פוּן אַ בּלאַט וועֶט אייך פעֶריאָגעֶן”.

„ויברח”.

אין דעֶר שטאָדט צפּורי איז אַמאָל אָנגעֶקוּמעֶן פוּן דעֶר רעֶגירוּנג שוועֶרעֶ גזירות אויף יוּדעֶן. קוּמעֶן די פאָרשטעֶהעֶר פוּן שטאָדט אַן עצה פרעֶגעֶן בּיי ר׳ אליעזר בּן פּרטה:

— רבּי — זאָגעֶן זיי איהם — ס׳איז אָנגעֶקוּמעֶן אויף אוּנז פוּן דעֶר רעֶגירוּנג שוועֶרעֶ גזירות אוּן מיר קעֶנעֶן זיך פוּן זיי אויסבּעֶהאַלטעֶן. ווי מיינסטוּ, אַנטלויפעֶן?

האָט עֶר מורא געֶהאַט אָפעֶן זיי אַרויסצוּזאָגעֶן אוּן האָט געֶעֶנטפעֶרט פעֶרשטעֶלט:

— וואָס פרעֶגט איהר מיך? פרעֶגט בּעֶסעֶר בּיי יעקב אבינוּ, בּיי משה רבּנוּ, בּיי דוד המלך.

וואָס שטעֶהט בּיי יעקב׳ן, וועֶן עשו האָט פעֶרטראַכט איהם אוּמצוּבּרעֶנגעֶן? — „ויברח יעקב”, איז עֶר אַנטלאָפעֶן. דאָס אייגעֶנעֶ האָט געֶטהוּן משה פאַר פּרעה׳ן אוּן דוד פאַר שאוּל׳ן.

אוּן דאָסזעֶלבּעֶ ראָטה דעֶר נביא אין נאָמעֶן פוּן גאָט דעֶם יוּדישעֶן פאָלק: „געֶה מיין פאָלק, אַריין אין דיינעֶ צימעֶרעֶן, בּעֶהאַלט זיך אַ קליינעֶ וויילעֶ בּיז דעֶר צאָרן וועֶט איבּעֶר” — זעֶהסטוּ אַז עֶס קוּמט־אָן אַ ווילדעֶ צייט, שטעֶל זיך איהר נישט אַקעֶגעֶן, טרעֶט איהר בּעֶסעֶר אָבּ דאָס אָרט בּיז זי וועֶט איבּעֶרגעֶהן. קוּקט אויף מיר: איך אַפילוּ, דעֶר אַלמעֶכטיגעֶר, טרעֶט אויך אַמאָל אָבּ דעֶם וועֶג דעֶר צייט. ווי דעֶר מקונן זאָגט אין דעֶר צייט פוּנ׳ם חוּרבּן: „צוּריקגעֶהאַלטעֶן האָט עֶר (גאָט) זיין רעֶכטעֶ האַנד”.

„יוּד” — אַ זידעֶל־וואָרט.

ר׳ פּנחס דעֶרצעֶהלט: צוויי אויסגעֶלאַסעֶנעֶ שכּורעֶ גויות אין אַשקלון האָבּעֶן זיך אַמאָל צוּקריגט. אינ׳ם רעֶכטעֶן בּרעֶן פוּן קריג שרייט־אויס איינעֶ דעֶר אַנדעֶרעֶר: „געֶהסט נישט אַוועֶק פוּן דאַנעֶן? דוּ אַזוינעֶ אוּן אַזעֶלכעֶ, דוּ יוּדישעֶ צוּרה איינעֶ!” אין אַ צייט אַרוּם האָבּעֶן זיי זיך בּיידעֶ איבּעֶרגעֶבּעֶטעֶן, זאָגט די בּעֶליידיגטעֶ צוּ דעֶר אַנדעֶרעֶר: אויף אַלעֶ זלזוּלים דיינעֶ בּין איך דיר מוחל, נאָר איינס וועֶל איך דיר אייבּיג נישט מוחל זיין — וואָס דוּ האָסט זיך עֶרלויבּט מיך אָנצוּרוּפעֶן „יוּדישעֶ צורה”.

↤ 56

אוּן אויף דעֶם קלאָגט דעֶר מקונן אין איכה:

אָ, זעֶה גאָט, קוּק־צוּ
ווי איך בּין געֶוואָרעֶן אַ שימפּפוואָרט!
גאָט בּרוּך־הוּא ליידט מיט יוּדעֶן.
I

אַלעֶ מאָל וועֶן גאָט בּרוּך־הוּא דעֶרמאָהנט זיך, אַז די קינדעֶר זיינעֶ געֶפוּנעֶן זיך אין גרויסעֶ ליידעֶן צווישעֶן די פעֶלקעֶר, לאָזט עֶר, כּביכול, פאַלעֶן צוויי טרעֶהרעֶן אין גרויסעֶן ים אַריין אוּן זייעֶר אָבּקלאַנג לאָזט זיך העֶרעֶן פוּן איין עֶק וועֶלט אין דעֶם אַנדעֶרעֶן — אוּן דעֶרפוּן נעֶהמט זיך דאָס עֶרדציטעֶרניש.

אַנדעֶרעֶ זאָגעֶן: עֶר לאָזט דאַמאָלס אַרויס אַ לייבּעֶנגעֶבּריל אוּן אַלעֶ וועֶלטעֶן הויבּעֶן־אָן ציטעֶרעֶן, ווי דעֶר נביא זאָגט:

גאָט גיט אַ בּריל פוּן דעֶר הויך,
אוּן פוּן זיין הייליגעֶן וואוינאָרט לאָזט עֶר אַרויס זיין שטים,
בּרילעֶן בּרילט עֶר איבּעֶר זיין רוּה־פּלאַץ (ירוּשלים).
II

אַ רוימעֶר האָט געֶפרעֶגט ר׳ עקיבא׳ן:

— פוּן וואַנעֶן, עֶרקלעֶהר מיר, נעֶהמט זיך דאָס עֶרדציטעֶרניש?

האָט עֶר איהם געֶעֶנטפעֶרט:

— אַלעֶ מאָל וועֶן דעֶר אויבּעֶרשטעֶר דעֶרזעֶהט די טעֶמפּלעֶן פוּן פרעֶמדעֶ געֶטעֶר אוּן די אַלעֶ אַנדעֶרעֶ פעֶלקעֶר, ווי זיי זיצעֶן זיך רוּהיגעֶ אוּן צוּפריעדעֶנעֶ אוּן ווייסעֶן נישט פוּן קיין זאָרג אין דעֶר וועֶלט, אוּן עֶר זעֶהט ווידעֶר ווי זיין אייגעֶנעֶר טעֶמפּעֶל איז פעֶרוויסט אוּן זיין אייגעֶן פאָלק איז איבּעֶרגעֶגעֶבּעֶן אין גוי׳אישעֶ העֶנד, גיט איהם, כּביכול, אַ בּרעֶן אוּן עֶר לאָזט אַרויס אַ בּריל — אוּן דעֶרפוּן וועֶרעֶן הימעֶל אוּן עֶר דעֶרציטעֶרט.

III

ר׳ יוסי דעֶרצעֶהלט:

— איינמאָל בּין איך געֶגאַנגעֶן אין וועֶג, האָבּ איך אָבּגעֶטראָטעֶן אין איינעֶ פוּן די הייליגעֶ ירוּשלימ׳עֶר חוּרבות דאָרט תּפלה צוּ טהוּן. איז געֶקוּמעֶן אליהוּ, דעֶרמאָהנט זאָל עֶר זיין צוּם גוּטעֶן, מיך אָבּגעֶוואַרט בּיי דעֶר טהיר בּיז איך האָבּ געֶעֶנדיגט מיין תּפלה. דעֶרנאָך בּעֶגריסט עֶר מיך: פריעד צוּ דיר, רבּי!

↤ 57

עֶנטפעֶר איך איהם צוּריק: פריעד צוּ דיר, רבּי אוּן לעֶהרעֶר מיינעֶר!

— זוּהן מיינעֶר — פרעֶגט עֶר מיך — צוּליבּ וואָס בּיזטוּ אָבּגעֶטראָטעֶן אין דעֶר חוּרבה?

— תּפלה טהוּן — עֶנטפעֶר איך איהם.

— האָסטוּ געֶזאָלט תּפלה טהוּן אין וועֶג.

— איך האָבּ מורא געֶהאַט, די וועֶגגעֶהעֶר זאָלעֶן מיך נישט איבּעֶררייסעֶן.

פרעֶגט עֶר מיך ווייטעֶר:

— זוּהן מיינעֶר, וואָס פאַר אַ שטים האָט זיך דיר געֶלאָזט העֶרעֶן אין דעֶר חוּרבה?

— געֶהעֶרט האָבּ איך אַ בּת־קול בּרוּמט שטיל ווי אַ טויבּ אוּן זאָגט:

וועֶה מיר, פעֶרוויסט געֶמאַכט מיין הויז,
פעֶרבּרעֶנט מיין טעֶמפּעֶל,
פעֶרטריבּעֶן מיינעֶ קינדעֶר
צווישעֶן פעֶלקעֶר!

זאָגט עֶר מיר:

— זוּהן מיינעֶר, ווי דוּ זעֶהסט מיך לעֶבּעֶן, נישט דאָס מאָל אַליין, נאָר טאָג־טעֶגליך דריי מאָל אין טאָג לאָזט זיך אַזאַ שטים העֶרעֶן. אוּן איבּעֶרהויפּט אַלעֶ מאָל וועֶן יוּדעֶן געֶהעֶן אַריין אין די שוּהלעֶן אוּן בּתי־מדרשים אוּן עֶנטפעֶרעֶן אויף אַ קול: „אמן יהא שמיה רבּא מבורך (אָמן, זאָל זיין גרויסעֶר נאָמעֶן געֶלוינט זיין), שאָקעֶלט, כּביכול, גאָט בּרוּך־הוא מיט׳ן קאָפּ אוּן זאָגט דעֶרבּיי:

— אַז וואויל איז דעֶם קעֶניג,
וואָס מעֶן לוינט איהם אַזוי אין זיין אייגעֶן הויז!
וואָס האָט אָבּעֶר דעֶר פאָטעֶר,
וואָס האָט פעֶרטריבּעֶן זיינעֶ אייגעֶנעֶ קינדעֶר?
אוּן וועֶה איז די קינדעֶר,
וואָס זעֶנעֶן פעֶרטריבּעֶן פוּנ׳ם פאָטעֶרס טיש!
IV

„מיט איהם (מיט׳ן פאָלק מיינעֶם) בּין איך אין אוּמגליק” — זאָגט דעֶר משורר אין תּהלים אין נאָמעֶן פוּן גאָט. אוּן אַזוי זאָגט אויך דעֶר נביא: „אין אַלעֶ לייד זייעֶרעֶ איז איהם לייד”.

אוּן אַז גאָט בּרוּך־הוּא האָט זיך געֶוויזעֶן צוּ משה רבּנוּ פוּנ׳ם דאָרן־בּוים, האָט עֶר דעֶרמיט געֶגעֶבּעֶן אָנצוּהעֶרעֶן: משה, צי פיהלסטוּ נישט, ↰ 58 אַז איך לייד מיט די יוּדעֶן צוּזאַמעֶן? אָט זעֶה דאָס אָרט פוּן וואַנעֶן איך רעֶד מיט דיר, פוּן די דעֶרנעֶר אַרויס — דאָס הייסט: איך בּין, כּביכול, אַ שוּתּף אין זייעֶרעֶ ליידעֶן.

V
אויבּ איהר העֶרט עֶס נישט —
אין געֶהיים וויינט מיין זעֶלעֶ
איבּעֶר׳ן שטאָלץ” —

אַזוי זאָגט דעֶר נביא ירמיהוּ אין נאָמעֶן פוּן גאָט. אויף דעֶם האָט רב געֶזאָגט: אַן אָרט אַזוינס איז פאַרהאַן בּיי גאָט בּרוּך־הוּא, „מסתּרים” (געֶהיים) הייסט עֶס. אַהין פעֶרקלויבּט זיך די שכינה אוּן אַן איינזאַמעֶ וויינט זי פאַר זיך.

„איבּעֶר׳ן שטאָלץ” וויינט זי — זאָגט רב שמוּאל בּר יצחק — איבּעֶר דעֶם שטאָלץ וואָס איז אַוועֶק פוּן יוּדעֶן אוּן איבּעֶרגעֶגעֶבּעֶן געֶוואָרעֶן אַנדעֶרעֶ פעֶלקעֶר.

אוּן אַזוי איז שוין אַלעֶ מאָל — זאָגט זבדי בּן לוי — איידעֶר יוּדעֶן זעֶנעֶן אויסגעֶלעֶזט געֶוואָרעֶן פוּן מצרים זעֶנעֶן זיי געֶוועֶן פאַר זיך אוּן די שכינה פאַר זיך. ווי נוּר זיי זעֶנעֶן אויסגעֶלעֶזט געֶוואָרעֶן זעֶנעֶן זי צוּזאַמעֶנגעֶבּוּנדעֶן געֶוואָרעֶן ווי איינס. דעֶרנאָך, אַז די יוּדעֶן זעֶנעֶן ווידעֶר פעֶרטריבּעֶן געֶוואָרעֶן (קיין בּבל), איז ווידעֶר די שכינה געֶבּליבּעֶן איינזאַם. אוּן אויף דעֶם קלאָגט דעֶר מקונן: „איכה ישבה בּדד” — אָ, ווי איינזאַם זי איז געֶבּליבּעֶן זיצעֶן!

דעֶר היטעֶר פוּן יוּדעֶן.
I

נישט אוּמזיסט וועֶרעֶן די גרויסעֶ לייט פוּן עֶזרא׳ס אוּן נחמיה׳ס דור אָנגעֶרוּפעֶן מיט׳ן נאָמעֶן „אַנשי כּנסת הגדולה” (די מעֶנעֶר פוּן דעֶר גרויסעֶר פעֶרזאַמלוּנג), ווייל זיי האָבּעֶן אוּמגעֶקעֶהרט די געֶטליכעֶ קרוין צוּ איהר אַמאָליגעֶר פּראַכט. משה רבּנוּ אַז עֶר האָט גאָט געֶלויבּט האָט עֶר איהם געֶרוּפעֶן מיט׳ן נאָמעֶן: „דעֶר גאָט דעֶר גרויסעֶר, דעֶר שטעֶרקעֶר אוּן דעֶר פאָרכטיגעֶר”. ירמיהוּ הנביא אָבּעֶר, וואָס האָט איבּעֶרגעֶלעֶבּט דעֶם חוּרבּן פוּנ׳ם בּית־המקדש, האָט זיך געֶטראַכט: פרעֶמדעֶ פעֶלקעֶר האָבּעֶן זיך אַריינגעֶריסעֶן צוּ איהם אין זיין טעֶמפּעֶל אוּן בּרעֶכעֶן די וועֶנט זיינעֶ — וואוּ־זשעֶ איז זיין פאָרכטיגקייט? האָט עֶר דעֶרפאַר אין זיין לויבּ צוּ גאָט שוין נוּר געֶזאָגט: „דעֶר גרויסעֶר, דעֶר שטאַרקעֶר”, אוּן ↰ 59 נישט „דעֶר פאָרכטיגעֶר”. דעֶרנאָך דניאל, וואָס האָט איבּעֶרגעֶלעֶבּט דעֶם גלוּת בּבל האָט זיך געֶטראַכט: פרעֶמדעֶ פעֶלקעֶר אוּנטעֶרדריקעֶן אַזוי די קינדעֶר זיינעֶ — וואוּ־זשעֶ איז זיין גבוּרה? האָט עֶר שוין אין זיין לויבּ צוּ גאָט נוּר געֶזאָגט: „דעֶר גרויסעֶר אוּן דעֶר פאָרכטיגעֶר”, אוּן נישט „דעֶר שטאַרקעֶר”. זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן דעֶרנאָך די אַנשי כּנסת הגדולה אוּן האָבּעֶן געֶזאָגט: אדרבּה, אין דעֶם אַליין שטעֶקט טאַקי די אמת׳עֶ גבוּרה זיינעֶ, וואָס עֶר געֶוועֶלטיגט איבּעֶר זיך אַליין אוּן האַלט־איין דעֶם צאָרן זיינעֶם, נישט אויסלאָזעֶן איהם בּאַלד אויף די רשעים; אוּן אין דעֶם אַליין ווידעֶר ליגט זיין גאַנץ פאָרכטיגקייט: וועֶן נישט די שרעֶק פאַר גאָט בּרוּך־הוּא ווי וואָלט דעֶן מעֶגליך געֶוועֶן, אַז איין קליינעֶ אוּמה זאָל קעֶנעֶן לעֶבּעֶן בּלייבּעֶן צווישעֶן זיבּציג אוּמות!

II

דעֶר קיסר אַדרינוּס האָט איינמאָל אַ זאָג געֶטהוּן ר׳ יהושע׳ן:

— ווי גרויס איז דאָס שעֶפעֶלעֶ וואָס קעֶן זיך האַלטעֶן צווישעֶן זיבּציג וועֶלף!

— ווי גרויס איז דעֶר פּאַסטוּך — רוּפט זיך אָן ר׳ יהושע — וואָס רעֶטעֶט אוּן געֶהיט פוּן זיי דאָס שעֶפעֶלעֶ אוּן בּרעֶכט זיי פאַר דעֶם איין! ווי דעֶר נביא זאָגט וועֶגעֶן יוּדישעֶן פאָלק: „וואָס פאַר אַ מיטעֶל עֶס זאָל נישט צוּגעֶטראַכט וועֶרעֶן אַקעֶגעֶן דיר, וועֶט עֶס נישט געֶראָטעֶן”.

III

„גאָט, נישט מיט דיין צאָרן זאָלסטוּ מיך שטראָפעֶן” — בּעֶט זיך דעֶר יוּד בּיי גאָט בּרוּך־הוּא מיט די וועֶרטעֶר פוּנ׳ם משורר אין תּהלים — אויבּ שטראָפעֶן מוּזטוּ מיך פאַר די זינד מיינעֶ, לאָז עֶס נישט זיין מיט גרויס צאָרן, איך זאָל האָבּעֶן כּוח עֶס איבּעֶרצוּטראָגעֶן.

ר׳ חנינא זאָגט דעֶרויף אַ משל:

אַ קעֶניג איז בּעֵז געֶוואָרעֶן אויף זיין זוּהן. האָט עֶר זיך אַרויסגעֶחאַפּט מיט אַ שבוּעה, אַז עֶר וועֶט וואַרפעֶן דעֶם גרויסעֶן שטיין וואָס ליגט פאַר זיינעֶ אויגעֶן דעֶם זוּהן אין קאָפּ. נאָכדעֶם, אַז דאָס האַרץ איז איהם אָנגעֶגאַנגעֶן, האָט זיך דעֶר פאָטעֶר געֶטראַכט: וועֶל איך מיין שבוּעה אויסהאַלטעֶן, וועֶט עֶס איהם דאָס לעֶבּעֶן קאָסטעֶן, נישט האַלטעֶן די שבוּעה קעֶן איך אָבּעֶר אויך נישט. וואָס־זשעֶ טהוּט מעֶן דאָ? פאַלט דעֶר קעֶניג אויף אַן עצה אוּן הייסט בּאַלד צעֶשטויסעֶן דעֶם שטיין אויף בּרעֶקלעֶך אוּן וואַרפט זיי אויפ׳ן זוּהן איינציגווייז. קוּמט־אויס אַז עֶר האָט אי די שבוּעה מקיים געֶוועֶן, אי דעֶם זוּהן האָט עֶס נישט געֶשאַדט.

↤ 60

IV

פוּן שעיר רוּפט צוּ מיר אַ שטים:

„אָ היטעֶר!
ווי האַלט די נאַכט?
אָ היטעֶר!
וואָס וועֶט זיין פוּן דעֶר נאַכט?”

דעֶר היטעֶר עֶנטפעֶרט:

„בּאַלד קוּמט דעֶר מאָרגעֶן
אוּן אויך אַ נאַכט...
בּעֶגעֶהרט איהר דאָס — בּעֶגעֶהרט עֶס!
צוּריק־קעֶהרט אוּן קוּמט!”

אַ לעֶהרעֶר אוּנזעֶרעֶר אוּן וועֶגווייזעֶר — פרעֶגעֶן יוּדעֶן בּיי׳ם נביא אין דעֶר פינסטעֶרעֶר גלוּת־נאַכט — וואָס וועֶט זיין פוּן דעֶר נאַכט? וועֶן וועֶט נעֶהמעֶן אַ סוף צוּ דעֶר לאַנגעֶר פינסטעֶרעֶר נאַכט?

— וואַרט מיר — זאָגט דעֶר נביא — וואַרט בּיז איך וועֶל זיך אָנפרעֶגעֶן.

אוּן אַז דעֶר נביא האָט זיך אָנגעֶפרעֶגט אוּן געֶקוּמעֶן צוּריק, העֶרט עֶר ווידעֶר די שטים פוּן פאָלק רוּפט:

— וואָס האָט דעֶר אייבּיגעֶר שומר ישראל געֶזאָגט?

עֶנטפעֶרט דעֶר נביא:

— אַזוי האָט דעֶר שומר ישראל געֶזאָגט: בּאַלד קוּמט אַ מאָרגעֶן אוּן אויך אַ נאַכט.

— אוּן אויך אַ נאַכט? — פרעֶגעֶן זיי אין גרויס שרעֶק.

— שרעֶקט זיך נישט — זאָגט עֶר זיי, — נישט אַזוי האָט איהר מיך פעֶרשטאַנעֶן: דעֶר מאָרגעֶן — פאַר געֶרעֶכטעֶ, די נאַכט — פאַר אוּמגעֶרעֶכטעֶ; דעֶר מאָרגעֶן — פאַר די געֶפּייניגטעֶ, די נאַכט — פאַר די פּייניגעֶר.

— אָ, וועֶן־זשעֶ וועֶט עֶס געֶשעֶהן?

— וועֶן איהר בּעֶגעֶהרט עֶס, בּעֶגעֶהרט עֶר דאָס אויך.

— וואָס פעֶהלט דעֶרצוּ? — פרעֶגעֶן יוּדעֶן.

— תּשובה! — עֶנטפעֶרט דעֶר נביא — צוּריקקעֶהרט!

די אמת׳עֶ ליכט.
„שטעֶה־אויף אוּן לייכט,
ווייל אָנגעֶקוּמעֶן איז דיין ליכט,
גאָט׳ס פּראַכט האָט איבּעֶר דיר עֶרשיינט” —

↤ 61

ר׳ יוחנן זאָגט דעֶרויף אַ משל:

איינעֶר איז געֶגאַנגעֶן פאַרטאָג אין וועֶג, איז געֶקוּמעֶן עֶמיצעֶר אוּן האָט אָנגעֶצוּנדעֶן פאַר איהם אַ ליכט, האָט עֶס דעֶר ווינט פעֶרלאָשעֶן; קוּמט אַ צווייטעֶר אוּן צינדט ווידעֶר פאַר איהם אָן אַ ליכט, האָט עֶס אויך דעֶר ווינט פעֶרלאָשעֶן. טראַכט עֶר זיך: בּעֶסעֶר וועֶל איך שוין איצטעֶר וואַרטעֶן איוף דעֶם ליכט פוּן פריהמאָרגעֶן.

אַזוי האָבּעֶן אויך די יוּדעֶן געֶזאָגט פאַר גאָט: מיר האָבּעֶן פאַר דיר אָנגעֶצוּנדעֶן אַ מנורה אין די צייטעֶן פוּן משה — איז זי אויסגעֶלאָשעֶן געֶוואָרעֶן; אין די צייטן פוּן שלמה — איז זי ווידעֶר אויסגעֶלאָשעֶן געֶוואָרעֶן. בּעֶסעֶר שוין צוּ וואַרטעֶן בּיז דיין ליכט וועֶט איבּעֶר אוּנז אַלעֶמעֶן עֶרשיינעֶן. ווי עֶס זאָגט דעֶר משורר אין תּהלים: „בּיי דיר איז דעֶר קוואַל פוּן לעֶבּעֶן, אין דיין ליכט וועֶלעֶן מיר זעֶהן די אמת׳עֶ ליכט”.

נישט געֶפוּנעֶן קיין רוּה.

אויף דעֶר טויבּ, וואָס נח האָט נאָכ׳ן מבּוּל אַרויסגעֶשיקט פוּן דעֶר תּבה, וועֶרט דעֶרצעֶהלט: „זי האָט נישט געֶפוּנעֶן קיין רוּה, האָט זי זיך פאַרנאַכט צוּריקגעֶקעֶהרט אין דעֶר תּבה” — וואָלט זי אָבּעֶר יאָ געֶפוּנעֶן אַ רוּה, וואָלט זי געֶוויס צוּריק זיך שוין נישט געֶקעֶהרט.

דאָס זעֶלבּעֶ וועֶרט געֶזאָגט אויף דעֶר יוּדישעֶר אוּמה: „זי זיצט צווישעֶן פעֶלקעֶר, געֶפינט נישט קיין רוּה” — וואָלט זי אָבּעֶר יאָ געֶפוּנעֶן רוּה — וועֶר ווייסט, צי זי וואָלט שוין אַמאָל זיך צוּריקגעֶקעֶהרט אין איהר אייגעֶנעֶר היים.

וועֶרטעֶר וואָס שרעֶקעֶן.

משה האָט געֶזאָגט אין דעֶר תּוכחה אויף יוּדעֶן: „איהר וועֶט פעֶרלוירעֶן וועֶרעֶן צווישעֶן די פעֶלקעֶר אוּן אויפעֶסעֶן וועֶט אייך דאָס לאַנד פוּן אייעֶרעֶ פיינד”. איז געֶקוּמעֶן דעֶר נביא ישעיהוּ אוּן האָט נבוּאה געֶזאָגט. „אוּן עֶס וועֶט זיין אין יעֶנעֶם טאָג וועֶט געֶבּלאָזעֶן וועֶרעֶן אין אַ גרויסעֶן שופר וועֶלעֶן צוּריקקוּמעֶן די פעֶרלוירעֶנעֶ אין לאַנד אַשוּר”.

רב פלעֶגט זאָגעֶן:

— מיך שרעֶקעֶן די וועֶרטעֶר פוּן יעֶנעֶם פּסוּק: „איהר וועֶט פעֶרלוירעֶן וועֶרעֶן צווישעֶן די פעֶלקעֶר”.

— אפשר וועֶרט געֶמיינט ווי אַ פעֶרלוירעֶנעֶ זאַך, וואָס מעֶן קעֶן זי צוּריק אויפזוּכעֶן?

— מיך שרעֶקט אָבּעֶר נאָך מעֶהר דעֶר סוף פוּן יעֶנעֶם פּסוּק: „אוּן אויפעֶסעֶן וועֶט אייך דאָס לאַנד פוּן אייעֶרעֶ פיינד”.

↤ 62

ס׳איז נאָך אַ גליק.

ר׳ אושעיא פלעֶגט זאָגעֶן:

— ס׳איז נאָך אַ גליק פאַר יוּדעֶן, וואָס עֶר האָט זיי צעֶשפּרייט צווישעֶן פעֶרשידעֶנעֶ פעֶלקעֶר.

איינעֶר אַ גוי האָט אַמאָל געֶזאָגט ר׳ חנינא׳ן: מיר זעֶנעֶן בּעֶסעֶר פוּן אייך. אויף אייעֶרעֶ לייט וועֶרט דעֶרצעֶהלט, אַז „זעֶקס מאָנאַט דוּרכאַנאַנד איז יואָב, דעֶר עֶלטעֶסטעֶר פוּן דוד׳ס חיל, מיט זיינעֶ מעֶנשעֶן געֶזעֶסעֶן אין אדום, בּיז מ׳האָט דאָרט אוּמגעֶבּראַכט וואוּ אַ מאַנסבּיל”. מיר אָבּעֶר — אָט זיצט איהר צווישעֶן אוּנז אַזויפיל יאָהרעֶן אוּן מיר לאָזעֶן אייך לעֶבּעֶן.

רוּפט זיך אָבּ צוּ איהם ר׳ חנינא: אויבּ דוּ ווילסט, וועֶט דיר אָבּעֶנטפעֶרעֶן דעֶרויף איינעֶר פוּן די תּלמידים.

האָט זיך ר׳ אושעיא צוּגעֶזעֶצט צוּ יעֶנעֶם גוי אוּן איהם געֶזאָגט: ווייסטוּ פאַרוואָס איהר בּרעֶנגט אוּנז נישט אוּם? ווייל איהר קעֶנט זיך קיין עצה נישט געֶבּעֶן ווי דאָס אויסצוּפיהרעֶן: אוּמבּרעֶנגעֶן אַלעֶ יוּדעֶן מיט אַמאָל — זעֶנעֶן נישט אַלעֶ אינאיינעֶם בּיי אייך; וועֶט איהר אוּמבּרעֶנגעֶן די אַלעֶ וואָס געֶפינעֶן זיך בּיי אייך — וועֶט איהר בּאַקוּמעֶן דעֶם נאָמעֶן: אָפּגעֶשניטעֶנעֶ קעֶניגרייך”.

דעֶרהעֶרט די וועֶרטעֶר, האָט דעֶר גוי אויסגעֶרוּפעֶן: איך שוועֶר אייך בּיים טויעֶר פוּן רוים — וועֶגעֶן דעֶם טאַקי העֶרעֶן מיר נישט אויף זיך צוּ בּרעֶכעֶן דעֶם קאָפּ.

גלוּת השכינה.
I

זעֶה ווי ליעבּ זעֶנעֶן די יוּדעֶן בּיי גאָט — זאָגט ר׳ שמעון בּן יוחאי — וואוּהין זיי זאָלעֶן נישט פעֶרטריבּעֶן וועֶרעֶן געֶהט־מיט די שכינה מיט זיי. קין מצרים זעֶנעֶן זיי פעֶרטריבּעֶן געֶוואָרעֶן — איז די שכינה מיטגעֶקוּמעֶן מיט זיי; קיין בּבל — ווידעֶר מיט זיי אינאיינעֶם די שכינה. אוּן וועֶן זיי וועֶלעֶן אין די שפּעֶטעֶרדיגעֶ צייטעֶן אויסגעֶלעֶזט וועֶרעֶן. וועֶט צוּזאַמעֶן מיט זיי אויך די שכינה אויסגעֶלעֶזט וועֶרעֶן פוּנ׳ם גלות.

II

ר׳ יוחנן זאָגט:

— גאָט האָט געֶשוואוירעֶן: נישט אַריינקוּמעֶן וועֶל איך אין ירושלים של מעלה (אויבּעֶרשטעֶן ירוּשלים) בּיז איך וועֶל פריהעֶר נישט אַריינקוּמעֶן ווידעֶר אין ירוּשלים של מטה (אוּנטעֶרשטעֶן ירושלים).

↤ 63

גאָט פעֶרלאָזט נישט זיין פאָלק.

אוּן נאָך דעֶם אַלעֶמעֶן — זאָגט משה אין גאָט׳ס נאָמעֶן — וואוּ זיי זאָלעֶן נישט זיין אינ׳ם לאַנד פוּן זייעֶרעֶ פיינד, האָבּ איך זיי נישט אָבּגעֶוואָרפעֶן אוּן האָבּ זיי נישט פעֶראַכטעֶט בּיז צוּם פעֶרניכטעֶן זיי, צוּ צעֶשטעֶרעֶן מיין בּוּנד מיט זיי, ווייל איך בּין גאָט זייעֶר גאָט”.

„איך האָבּ זיי נישט אָבּגעֶוואָרפעֶן” — אין די טעֶג פוּן כּשדים (גלוּת בּבל), אויך דעֶמאָלט האָבּעֶן זיי אַרויסגעֶגעֶבּעֶן פוּן זיך אַזעֶלכעֶ גרויסעֶ קלוּגעֶ אוּן פרוּמעֶ לייט ווי דניאל, חנניה, מישאל אוּן עזריה.

„איך האָבּ זיי נישט פעֶראַכטעֶט” — אין די טעֶג פוּן המנ׳עֶן (אין גלוּת פּרס), זיי האָבּעֶן דעֶמאָלט אַרויסגעֶגעֶבּעֶן פוּן זיך אַזעֶלכעֶ געֶהויבּעֶנעֶ מעֶנשעֶן ווי מרדכי אוּן אסתּר, וואָס זעֶנעֶן זיי בּייגעֶשטאַנעֶן אין די נויטעֶן אוּן געֶרעֶטעֶט פוּנ׳ם גרויסעֶן אוּמגליק.

„זיי זעֶנעֶן נישט פעֶרניכטעֶט געֶוואָרעֶן” — אין די טעֶג פוּן די גריכעֶן, זיי האָבּעֶן דעֶמאָלט אַרויסגעֶגעֶבּעֶן פוּן זיך אַזעֶלכעֶ גרויסעֶ לייט ווי שמעון הצדיק אוּן ווי דעֶר חשמונאי מתּתיהוּ בּן יוחנן כּהן גדול מיט זיינעֶ קינדעֶר.

„איך האָבּ נישט צעֶשטעֶרט מיין בּוּנד מיט זיי” — אין די טעֶג פוּן די רוימעֶר, זיי האָבּעֶן דעֶמאָלט אַרויסגעֶגעֶבּעֶן פוּן זיך רבּי׳ס הויז מיט זיינעֶ תּלמידים,

„ווייל איך בּין גאָט זייעֶר גאָט” — אין אַלעֶ צייטעֶן, קיינמאָל וועֶל איך ניט דעֶרלאָזעֶן זייעֶר ליכט זאָל אויסגעֶלאָשעֶן וועֶרן אוּן קיין אוּמה ולשון וועֶט זיי קיינמאָל נישט בּייקוּמעֶן.

וויסעֶן אוּן ווידעֶר וויסעֶן.

„וויסעֶן זאָלסטוּ וויסעֶן — האָט גאָט געֶזאָגט צוּ אברהם׳ן — אַז גרים וועֶלעֶן זיין דיינעֶ קינדעֶר אין אַ פרעֶמד לאַנד” — וויסעֶן זאָלסטוּ, אַז איך וועֶל זיי צעֶשפּרייטעֶן, אוּן ווידעֶר זאָלסטוּ וויסעֶן, אַז איך וועֶל זיי צוּנויפנעֶהמעֶן; וויסעֶן זאָלסטוּ, אַז איך וועֶל זיי ווי אַ משכּון פעֶרזעֶצעֶן, אוּן ווידעֶר זאָלסטוּ וויסעֶן, אַז איך וועֶל זיי צוּריק אויסלעֶזעֶן; וויסעֶן זאָלסטוּ, אַז איך וועֶל זיי פעֶרשקלאַפעֶן, אוּן ווידעֶר זאָלסטוּ וויסעֶן, אַז איך וועֶל זיי בּעֶפרייעֶן.




↤ 64


גאוּלה אוּן משיח׳ס צייטעֶן.
קאַמעֶרעֶן פוּן צרות אוּן קאַמעֶרעֶן פוּן ישוּעות.

ר׳ ישמעאל דעֶרצעֶהלט:

— אַז די רוימישעֶ רעֶגירוּנג, די מרשעת, האָט אַרויסגעֶלאָזט אַ גזרה אוּמצוּבּרעֶנגעֶן די גרעֶסטעֶ יוּדישעֶ מעֶנעֶר, האָבּ איך, לויט דעֶם ווילעֶן פוּן מיינעֶ חברים, אויפגעֶהויבּעֶן זיך אויפ׳ן הימעֶל דאָרט צוּ דעֶרגעֶהן ווי עֶס האַלט מיט דעֶר גזירה. נאָך דעֶם ווי איך האָבּ זיך אויפ׳ן הימעֶל דעֶרוויסט אַז די גזירה איז שוין אַ געֶ׳חתמ׳עֶטעֶ — האָבּ איך זיך דאָרט בּעֶגעֵגעֶנט מיט׳ן שר־הפנים, דעֶר נאָהעֶנטסטעֶר מלאָך גאָט צוּ. זאָגט עֶר מיר: האַרציגעֶר פריינד, זעֶץ זיך בּיי מיר אין שויס וועֶל איף דיר אויסדעֶרצעֶהלעֶן וואָס וועֶט זיין מיט׳ן הייליגעֶן פאָלק ישראל. האָבּ איך זיך געֶזעֶצט בּיי איהם אין שויס אין עֶר האָט זיך איינגעֶקוּקט אין מיר אוּן געֶוויינט, אוּן טרעֶהרעֶן האָבּעֶן זיך געֶגאָסעֶן פוּן זיינעֶ אויגעֶן אוּן געֶפאַלעֶן מיר אויפ׳ן געֶזיכט.

זאָג איך איהם: פּרעֶכטיגעֶ שיין מיינעֶ, וואָס וויינסטוּ?

זאָגט עֶר מיר: פריינד מיינעֶר, קוּם מיט מיר, וועֶל איך דיך אַריינבּרעֶנגעֶן אין די טיעפסטעֶ צימעֶרעֶן אוּן אין די בּעֶהאַלטעֶנסטעֶ קאַמעֶרעֶן.

האָט עֶר מיך אָנגעֶנוּמעֶן פאַר דעֶר האַנד, מיך עֶרגיץ אַריינגעֶבּראַכט, אַרויסגעֶנוּמעֶן די בּיכעֶר אוּן מיר אָנגעֶוויזעֶן אויף פּאַפּירעֶן, פעֶרשריבּעֶנעֶ מיט שלעֶכטעֶ גזירות, איינעֶ ווילדעֶר פוּן דעֶר אַנדעֶרעֶר.

פרעֶג איך איהם: פאַר וועֶמעֶן?

— פאַר יוּדעֶן — עֶנטפעֶרט עֶר מיר.

↤ 65

פרעֶג איך איהם ווייטעֶר: וועֶלעֶן יוּדעֶן קעֶנעֶן אויסשטעֶהן אַזעֶלכעֶס!

— וואַרט — זאָגט עֶר — מאָרגעֶן וועֶל איך דיר בּעֶווייעֶן נאָך גזירות, שרעֶקליכעֶרעֶ פוּן די.

אויף מאָרגעֶן האָט עֶר מיך אַריינגעֶבּראַכט אין די גאָר טיעפסטעֶ חדרים אוּן מיר געֶוויזעֶן ליידעֶן פיעל עֶרגעֶרעֶ פוּן די פריהעֶרדיגעֶ. עֶר האָט מיר געֶוויזעֶן מעֶנשעֶן וועֶרעֶן איבּעֶרגעֶגעֶבּעֶן די צוּ דעֶר שוועֶרד, די צוּם הוּנגעֶר, די צוּם רויבּ — די צוּם געֶפעֶנגעֶניש.

זאָג איך איהם: פּרעֶכטיגעֶ שיין מיינעֶ! האָבּעֶן דעֶן נוּר יוּדעֶן אזוי זיך פעֶרדיעֶנט?

עֶנטפעֶרט עֶר מיר: טאָג־טעֶגליך וועֶרעֶן צוּגעֶטראַכט אויף זיי אַלץ נייעֶ גזירות נאָך עֶרגעֶרעֶ פוּן די, נאָר אַז יוּדעֶן געֶהעֶן־אַריין אין שוּהלעֶן אוּן בּתּי־מדרשים אוּן שרייעֶן דאָרט אויס: אמן יהא שמיה רבּא מבורך לעלמי עלמיא (אמן, זיין גרויסעֶר נאָמעֶן זאָל זיין געֶלויבּט אין אַלעֶ אייבּיגקייטעֶן), לאָזעֶן מיר די גזירות נישט אַרויסגעֶהן פוּן די בּעֶהאַלטעֶנעֶ חדרים. נאָכדעֶם ווי איך האָבּ זיך פוּן איהם אַראָפּגעֶלאָזט, האָבּ איך געֶהעֶרט אַ קול שרייט־אויס אויף אַראַמיש די דאָזיגעֶ וועֶרטעֶר:

דעֶר הייליגעֶר טעֶמפּעֶל וועֶט וועֶרעֶן וויסט,
גאָטס פּאַלאַץ אין פייעֶר פעֶרבּרעֶנט.
דעֶר הויף פוּנ׳ם קעֶניג וועֶט היטעֶן די וויסטיקייט.
בּחוּרים אוּן בּתולוּת צוּם רויבּ,
די קינדעֶר פוּן קעֶניג צוּם מאָרד,
דעֶר ריינעֶר מזבּח פעֶראוּמרייניגט וועֶרעֶן.
פוּן ירוּשלים בּעֶרג אַש,
צוּ שרעֶק פוּן צוּ גרויל דאָס יוּדישן לאַנד.

דעֶרהעֶרט די וועֶרטעֶר בּין איך פעֶרציטעֶרט געֶוואָרעֶן אוּן אַ פאַל געֶטהוּן צוּריק. איז געֶקוּמעֶן דעֶר גרויסעֶר מלאָך הדרניאל אוּן מיך אויף די פיס אויפגעֶשטעֶלט, אוּן מיר געֶזאָגט: פריינד מיינעֶר, וואָס איז מיט דיר אַזעֶלכעֶס פאָרגעֶקוּמעֶן?

זאָג איך איהם: פּרעֶכטיגעֶ שיין מיינעֶ! איז מעֶגליך אַז יוּדעֶן זעֶנעֶן שוין גאָר פעֶרפאַלעֶנעֶ!

— קוּם — זאָגט עֶר — וועֶל איך דיך אַריינפיהרעֶן אין די קאַמעֶרעֶן פוּן הילף אוּן טרייסט.

האָט עֶר מיך אַריינגעֶפיהרט אוּן איך האָבּ דעֶרזעֶהן ווי מלאָכים זיצעֶן כּתּות־וויז אוּן וועֶבּעֶן קליידעֶר פוּן הילף אוּן שמידעֶן־אויס לעֶבּעֶנס־קרוינעֶן אוּן פאַסעֶן אין זיי איין אַלעֶרליי מיני דימעֶנטעֶן אוּן פּעֶריל, אוּן ↰ 66 גרייטעֶן־צוּ אַלעֶרליי מיני געֶווירצעֶן אוּן געֶשמאקעֶ שפּייזעֶן, אוּן פעֶרזיסעֶן די טייעֶרסטעֶ וויינעֶן.

פרעֶג איך: פּרעֶכטיגעֶ שיין מיינעֶ! דאָס אַלעֶס פאַר וועֶמעֶן?

— פאַר יוּדעֶן — עֶנטפעֶרט עֶר מיר.

דעֶרזעֶה איך דאָרט איין קרוין, אַנ׳אויסגעֶנוּמעֶנעֶ פוּן אַלעֶ אַנדעֶרעֶ, אוּן איינגעֶפאַסט זעֶנעֶן אין איהר די זוּן אוּן די לבנה אוּן צוועֶלף שטעֶרעֶן.

פרעֶג איך איהם: פאַר וועֶמעֶנס וועֶגעֶן איז די טייעֶרסטעֶ אוּן שעֶנסטעֶ קרוין.

זאָגט עֶר מיר: פאַר דוד מלך ישראל.

זאָג איך איהם ווייטעֶר: פּרעֶכטיגעֶ שיין מיינעֶ! בּעֶווייז מיר, איך בּעֶט דיך, דעֶם פּראַכט פוּן דוד המלך.

— וואַרט — זאָגט עֶר — דריי שעה, בּיז דוד וועֶט אַהעֶר אָנקוּמעֶן וועֶסטוּ איהם אַרויסזעֶהן אוּן זיין גאַנצעֶן פּראַכט.

האָט עֶר מיך אָנגעֶנוּמעֶן אוּן אַריינגעֶזעֶצט צוּ זיך אין שויס. פרעֶגט עֶר מיך: וואָס זעֶהסטוּ?

— איך זעֶה — עֶנטפעֶר איך — זיבּעֶן בּליצעֶן לויפעֶן אַלעֶ מיט אַמאָל.

— לאָז אַראָבּ די אויגעֶן, זוּהן מיינעֶר — זאָגט עֶר מיר — זאָלסט זיך נישט איבּעֶרשרעֶקעֶן. דאָס געֶהעֶן זיי אַרויס געֶגעֶן דוד מלך ישראל.

אוּן בּאַלד האָבּעֶן אָנגעֶהויבּעֶן רוישעֶן אַלעֶ העֶרשאַפטעֶן פוּן די הימלעֶן, די אופנים אוּן שרפים, אוּן די הייליגעֶ חיות, אוּן די רעֶדעֶר פוּן דעֶר מרכּבה, אוּן די פּראַכט־וואָלקעֶנס, אוּן די אוצרות פוּן שניי, אוּן די אוצרות פוּן האָגעֶל, אוּן די שטעֶרעֶן אוּן מזלות, אוּן די מלאכי־השרת; אוּן די פלאַמפייעֶרדיגעֶ פוּן זבוּל (דעֶר פיעֶרטעֶר פוּן די זיבּעֶן הימלעֶן) אוּן אַלעֶ האָבּעֶן אינאיינעֶם אויסגעֶרוּפעֶן:

„די הימלעֶן דעֶרצעֶהלעֶן גאָט׳ס פּראַכט”.

אוּן אויף דעֶם האָט זיך געֶלאָזט העֶרעֶן אַ הויך קויל פוּן גן־עדן:

„גאָט קעֶניגט אויף אייבּיג”.

אוּן בּאַלד איז אָנגעֶקוּמעֶן דוד מלך ישראל, עֶר פאָראויס אוּן אַלעֶ. מלכי בּית־דוּד נאָך איהם, יעֶדעֶר פוּן זיי מיט זיין קרוין אויפ׳ן קאָפּ אוּן דוד׳ס קרוין שיינט אוּן פוּנקעֶלט מעֶהר פוּן אַלעֶ קרוינעֶן, אוּן איהר גלאַנץ דעֶרגעֶהט בּיז׳ן עֶק וועֶלט.

אַזוי איז דוד געֶגאַנגעֶן בּיז עֶר איז געֶקוּמעֶן אין בּית־המקדש פוּנ׳ם הימעֶל. דאָרט איז געֶשטאַנעֶן פאַר איהם צוּגעֶגרייט אַ פייעֶרדיגעֶ שטוּהל האָט עֶר זיך אויף איהר געֶזעֶצט, אוּן אַלעֶ מלכי בּית־דוּד זעֶנעֶן געֶזעֶסעֶן פאַר איהם אוּן אַלעֶ מלכי־ישראל זעֶנעֶן געֶשטאַנעֶן הינטעֶר איהם.

↤ 67

הויבּט אָן דוד המלך זינגעֶן לויבּליעדעֶר אוּן געֶזאַנגעֶן, וואָס זינט די וועֶלט שטעֶהט האָט נאָך קיין אויעֶר אַזעֶלכעֶס נישט געֶהעֶרט — אוּן דעֶר גרויסעֶר מלאָך מטטרון מיט דעֶר גאַנצעֶר פּמליא של מעלה רוּפעֶן אַלעֶ:

„הייליג — הייליג — הייליג איז גאָט פוּן אַלעֶ העֶרשאַפטעֶן”.

אוּן די הייליגעֶ חיות רוּפעֶן אויס מיט אַ לויבּ־געֶזאַנג:

„געֶלויבּט איז גאָט׳ס פּראַכט פוּן זיין אָרט”.

אוּן די הימלעֶן זינגעֶן:

„גאָט וועֶט קעֶניגעֶן אייבּיג — אייבּיג”.

אוּן די עֶרד העֶלפט־אוּנטעֶר:

„גאָט קעֶניגט — גאָט האָט געֶקעֶניגט,
גאָט וועֶט קעֶניגעֶן אייבּיג — אייבּיג”.

אוּן אַלעֶ מלכי בּית־דוד לאָזעֶן־אויס:

„אוּן גאָט וועֶט זיין אַ קעֶניג אויף דעֶר גאַנצעֶר וועֶלט”
אין יעֶנעֶם טאָג וועֶט זיין גאָט דעֶר איינציגעֶר אין זיין נאָמעֶן איינעֶר”.
„דוּ גאָט בּיזט אוּנזעֶר פאָטעֶר”.

„דוּ בּיזט אוּנזעֶר פאָטעֶר, דעֶן אברהם ווייסט אוּנז נישט, יעקב דעֶרקעֶנט אוּנז נישט; דוּ גאָט בּיזט אוּנזעֶר פאָטעֶר, אוּנזעֶר אויסלעֶזעֶר” — אויף די וועֶרטעֶר פוּנ׳ם נביא ירמיה זאָגט ר׳ יונתן:

אין די שפּעֶטעֶרדיגעֶ צייטעֶן וועֶט גאָט זיך וועֶנדעֶן צוּ אברהם אוּן איהם זאָגעֶן:

— דיינעֶ קינדעֶר האָבּעֶן זיך געֶגעֶן מיר פעֶרזינדיגט.

— האַר פוּן דעֶר וועֶלט — עֶנטפעֶרט אברהם — זאָלעֶן זיי אויסגעֶמעֶקט וועֶרעֶן פוּן דעֶר וועֶלט פאַר דיין הייליגעֶן נאָמעֶן.

זאָגט גאָט: איך וועֶל זיך בּעֶסעֶר וועֶנדעֶן צוּ יעקב׳ן. עֶר האָט געֶפיהלט דעֶם צער פוּן עֶרציהעֶן קינדעֶר — אפשר וועֶט עֶר זיך פאַר זיי איינשטעֶלעֶן.

וועֶנדעֶט עֶר זיך צוּ יעקב׳ן:

— דיינעֶ קינדעֶר האָבּעֶן געֶזינדיגט.

— האַר פוּן דעֶר וועֶלט — עֶנטפעֶרט יעקב — זאָלעֶן זיי אויסגעֶמעֶקט וועֶרעֶן פאַר דיין הייליגעֶן נאָמעֶן.

זאָגט גאָט: נישט ביי די אַלטעֶ שכל אוּן נישט בּיי די יוּנגעֶ אנ׳עצה.

וועֶנדעֶט עֶר זיך צוּ יצחק׳ן:

דיינעֶ קינדעֶר האָבּעֶן זיך פאַר מיר פעֶרזינדיגט.

↤ 68

— האַר פוּן דעֶר וועֶלט — שרייט־אויס יצחק פאַר גאָט — מיינעֶ קינדעֶר, נישט דיינעֶ! אוּן ווידעֶר: וויפיעל האָבּעֶן זיי אינגאַנצעֶן געֶקעֶנט זינדיגעֶן! וויפיעל איז דאָס לעֶבּעֶן פוּנ׳ם מעֶנשעֶן? — זיבּציג יאָר. נעֶהם דעֶרפוּן אַראָבּ די עֶרשטעֶ צוואַנציג יאָהר, וואָס דעֶר מעֶנש איז נאָך פריי פוּן שטראָף פאַר זיינעֶ מעשים — בּלייבּט איבּעֶר פוּפציג. האַלבּ דעֶרפוּן נעֶהם־אַראָבּ אויף שלאָפעֶן — בּלייבּט פינף אוּן צוואַנציג. האַלבּ דעֶרפוּן אויף דאַוונעֶן אוּן עֶסעֶן אוּן אַנדעֶרעֶ נויטיגעֶ בּעֶדעֶרפעֶנישעֶן — בּלייבּט אינגאַנצעֶן צוועֶלף מיט אַ האַלבּ יאָהר. ווילסטוּ — נעֶהם עֶס אויף זיך אינגאַנצעֶן. ווילסטוּ נישט — זאָל זיין האַלבּ אויף מיר אוּן האַלבּ אויף דיר. אוּן אויבּ דוּ ווילסט דוקא, אַז אינגאַנצעֶן זאָל זיין אויף מיר — פעֶרגעֶס נישט, אַז איך האָבּ זיך געֶלאָזט פאַר דיר מקריב זיין.

געֶזעֶהן ווי יצחק שטעֶלט זיך פאַר זיי איין, רוּפעֶן יוּדעֶן אויס: „דוּ בּיזט אוּנזעֶר פאָטעֶר!”

— נישט מיר, נאָר דעֶם אויבּעֶרשטעֶן קוּמט די לויבּ — עֶנטפעֶרט זיי דעֶרויף יצחק אוּן ווייזט זיי אָן אויף גאָט.

דעֶר קץ.
I

פאַר׳ן טויט האָט אוּנזעֶר פאָטעֶר יעקב צוּנויפגעֶרוּפעֶן די קינדעֶר זיינעֶ אוּן האָט זיי געֶזאָגט אַזוי:

— זאַמעֶלט זיך צוּנויף, וועֶל איך אייך פאָראויסזאָגעֶן, וואָס מיט אייך וועֶט פּאַסירעֶן אין די גאָר שפּעֶטעֶרדיגעֶ צייטעֶן.

עֶר האָט זיי אָבּעֶר דעֶרפוּן גאָרנישט געֶזאָגט, נאָר אָנגעֶהויבּעֶן בּעֶנשעֶן. עֶס ווייזט אויס, אַז עֶר האָט זיי געֶוואָלט אויפדעֶקעֶן דעֶם קץ (דעֶם סוף פוּנ׳ם גלוּת, וועֶן משיח וועֶט קוּמעֶן), האָט עֶר אויפגעֶהויבּעֶן די אויגעֶן אוּן דעֶרזעֶהעֶן די שכינה שטעֶהט איבּעֶר איהם — האָט עֶר בּעֶקוּמעֶן אָבּשיי אוּן האָט זיינעֶ וועֶרטעֶר איבּעֶרגעֶריסעֶן. די שכינה וויל נישט אַז דאָס וואָס איז פעֶרדעֶקט פוּן מעֶנשעֶן זאָל אויפגעֶדעֶקט וועֶרעֶן.

II
„דעֶר טאג פוּן ראַכעֶ איז בּיי מיר אין האַרצעֶן,
דאָס יאָהר פוּן מיינעֶ אויסגעֶלעֶזטעֶ קוּמט”... —

אַזוי זאָגט דעֶר נביא ישעיה אין גאָטס נאָמעֶן. נאָר פאַר מיין האַרצעֶן האָבּ איך עֶס אויפגעֶדעֶקט, נישט אפילוּ פאַר מיין אייגעֶן מויל; מיין האַרצעֶן האָבּ איך דאָס פעֶרטרויט, נישט אפילוּ מיינעֶ נאָהעֶנטסטעֶ מלאכים.

↤ 69

III

ר׳ יונתן זאָגט:

— פאַרשאָלטעֶן זאָלעֶן וועֶרעֶן די וואָס רעֶכעֶנעֶן אויס די צייטעֶן פוּנ׳ם קץ, ווייל זיי מיינעֶן: וויבּאַלד ס׳איז איבּעֶרגעֶגאַנגעֶן די אויסגעֶרעֶכעֶנטעֶ צייט אוּן משיח בּעֶווייזט זיך נישט — וועֶט עֶר שוין מעֶהר נישט קוּמעֶן.

רב זאָגט:

— שוין אויסגעֶלאָזט זיך אַלעֶ קצין. איצט וועֶנדט זיך נוּר אין אוּנזעֶר תּשוּבה אוּן גוּטעֶ מעשים.

שמוּאל זאָגט:

— די צרות פוּנ׳ם גלות אליין זעֶנעֶן שוין אַ געֶנוּג אָבּקוּמעֶניש פאָר אוּנזעֶרעֶ זינד.

IV
„איך שלאָף —
מיין האַרץ איז אָבּעֶר וואַך...”

— „איך שלאָף” — זאָגט די כּנסת־ישראל — פאַרדעֶקט איז פאַר מיר דעֶר קץ; „מיין האַרץ איז אָבּעֶר וואַך” — פאַר דעֶר גאוּלה: איין טאָג אפילוּ האָבּ איך נישט אויפגעֶהעֶרט צוּ וואַרטעֶן אויפ׳ן אויסלעֶזעֶר.

„היינט”.

ר׳ יהושע בּן לוי האָט אַמאָל דעֶרזעֶהן אליהוּ הנביא׳ן ווי עֶר שטעֶהט בּיים אַריינגאַנג אין דעֶר הייל, וואוּ ר׳ שמעון בּן יוחאי ליגט בּעֶהאַלטעֶן. פרעֶגט עֶר איהם:

— וועֶן קוּמט משיח?

זאָגט עֶר איהם:

— געֶה פרעֶג איהם.

— וואוּ געֶפינט מעֶן איהם?

— עֶר זיצט בּיי׳ם אַריינגאַנג אין טויעֶר פוּן שטאָדט רוים.

— וואָס איז דעֶר סימן זיינעֶר?

— עֶר זיצט צווישעֶן אָרימעֶ קראַנקעֶ. אַלעֶ אַנדעֶרעֶ דאָרט בּינדעֶן אויף אוּן פעֶרבּינדעֶן זייעֶרעֶ וואוּנדעֶן אַלעֶ אויף איין מאָל; עֶר בּינדט אויף אוּן פעֶרבּינדט יעֶדעֶ וואוּנד בּעֶזוּנדעֶר, כּדי עֶר זאָל יעֶדעֶ רגע זיין גרייט אויף גאָט׳ס בּעֶפעֶהל בּרעֶנגעֶן די גאולה.

↤ 70

איז ר׳ יהושע בּן לוי אַוועֶק קיין רוים אוּן דאָרט אויפגעֶזוּכט משיח׳ן.

— פריעד צוּ דיר, רבּי אוּן לעֶהרעֶר מיינעֶר! — בּעֶגריסט איהם ר׳ יהושע בּן־לוי.

— פריעד צוּ דיר, בּן לוי! — עֶנטפעֶרט עֶר איהם.

— וועֶן קוּמט דעֶר האַר? — פרעֶגט ר׳ יהושע.

— היינט! עֶנטפעֶרט עֶר.

געֶהט ר׳ יהושע בּן לוי צוּריק צוּ אליהוּ׳ן. פרעֶגט עֶר ר׳ יהושע׳ן:

— וואָס האָט עֶר דיר געֶזאָגט?

— „פריעד צוּ דיר, בּן לוי” — האָט עֶר מיר געֶזאָגט.

— אויבּ אַזוי זעֶנט איהר בּיידעֶ, דוּ מיט דיין פאָטעֶר, פעֶרזיכעֶרט מיט יעֶנעֶר וועֶלט.

— עֶר האָט מיך אָבּעֶר אָבּגעֶנאַרט — זאָגט ר׳ יהושע בּן־לוי ווייטעֶר — געֶזאָגט האָט עֶר: „היינט קוּם איך” — אוּן עֶר איז נישט געֶקוּמעֶן.

האָסט איהם שלעֶכט פעֶרשטאַנעֶן — זאָגט אליהוּ — היינט, אוּן אויך יעֶדעֶן טאָג, וועֶן נוּר יוּדעֶן וועֶלעֶן פעֶרדיענעֶן.

צוּ פיער זאַכעֶן.

די יוּדישעֶ גאוּלה איז געֶגליכעֶן צוּ די פיער זאַכעֶן: צוּ אַ פעֶלד, צוּ אַ וויינגאָרטעֶן, צוּ געֶווירצעֶן אוּן צוּ אַ געֶווינעֶרין.

אַ פעֶלד — אַז מעֶן שניידט־אָבּ פוּן דעֶם תּבוּאה פאַר דעֶר צייט טויג אַפילוּ די שטרוי צוּ גאָרנישט; אין דעֶר צייט אָבּעֶר איז אַלעֶס גוּט, ווי דעֶר נביא זאָגט:

„שטרעֶקט־אויס דעֶם סעֶרפּ,
דעֶן רייף איז שוין צוּם שניט דאָס פעֶלד”.

אַ וויינגאָרטעֶן — אַז מעֶן נעֶמט אַראָפּ די טרויבּעֶן פאַר דעֶר צייט, טויג אַפילוּ דעֶר עֶסיג זייינעֶר צוּ גאָרנישט; אין דעֶר צייט אָבּעֶר איז אַלעֶס גוּט, ווי דעֶר נביא זאָגט:

„דעֶר וויינגאָרטעֶן איז זאַפטיג —
בּעֶזינגט איהם”.

געֶווירצעֶן — קלויבּט מעֶן זיי וועֶן זיי זעֶנעֶן נאָך נישט דעֶרוואַקסעֶן אוּן נאָך פייכט, לאָזט זיך זייעֶר ריח נישט העֶרעֶן; אין דעֶר צייט אָבּעֶר וועֶן זיי זעֶנעֶן שוין טרוּקעֶן, טראָגט זיך זייעֶר ריח גאַנץ ווייט, ווי דעֶר משורר זאָגט:

↤ 71

„עֶרוואַך, צפון־ווינט, קוּם, דרום־ווינט,
גיבּ אַ בּלאָז מיין גאָרטעֶן, זאָלעֶן פליסעֶן זיינעֶ ריחות”.

אַ געֶווינעֶרין — געֶווינט זי אַ קינד פאַר דעֶר צייט, איז דאָס קינד נישט קיין לעֶבּעֶדיגס; אין דעֶר צייט אָבּעֶר איז דאָס קינד אַ לעֶבּעֶדיגס ווי דעֶר נביא זאָגט:

„עֶר וועֶט זיי לאָזעֶן אויסדויעֶרעֶן די
צייט בּיז די געֶווינעֶרין דאַרף געֶבּוירעֶן”.




↤ 72


משיח׳ס צייטעֶן
I

ר׳ יוחנן האָט געֶזאָגט:

— זעֶהסטוּ דעֶם דור, אַז איז שוין גאָר טיעף געֶפאַלעֶן — וואַרט אויף איהם.

זעֶהסטוּ אַ דור וואָס צרות פעֶרפלייצעֶן איהם ווי אַ טייך — וואַרט אויף איהם.

בּן־דוד וועֶט אַנדעֶרש ניט קוּמעֶן נוּר אין אַ דור וואָס איז אָדעֶר דוּרכאויס געֶרעֶכט אָדעֶר דוּרכאויס שוּלדיג.




ר׳ יוחנן זאָגט ווידעֶר: אינ׳ם דור, וואָס בּן־דוד וועֶט קוּמעֶן, וועֶלעֶן תּלמידי־חכמים וועֶרעֶן אַלץ וועֶניגעֶר, אוּן די איבּריגעֶ וועֶלעֶן די אויגעֶן זיי אַרויסקריכעֶן אין טרויעֶר אוּן אין שוועֶרגעֶמוּטה. פיל צרות אוּן כימעֶרעֶ גזירות, אַלעֶ מאָל נייעֶ, וועֶלעֶן אָנקוּמעֶן; איידעֶר איין גזירה וועֶרט אויסגעֶפיהרט, וועֶט אוּנטעֶרלויפעֶן די צווייטעֶ.

פאַר משיח׳ס צייטעֶן וועֶט די חוּצפּה הויך וואַקסעֶן אוּן דאָס איידעֶלקייט וועֶט זיין טיעף בּעֶליידיגט, די קלוּגשאַפט פוּן געֶלעֶהרטעֶ וועֶט אויסגעֶוועֶפּט וועֶרעֶן, פרוּמעֶ וועֶלעֶן פעֶראַכטעֶט וועֶרעֶן אוּן דעֶר אמת וועֶט פעֶהלעֶן. דעֶר דור וועֶט האָבּעֶן אַ הינטיש אויסזעֶהן, יוּנגלעֶך וועֶלעֶן מביש זיין אַלטעֶ לייט, גרויסעֶ מעֶנעֶר וועֶלעֶן אויפשטעֶהן פאַר קליינעֶ מעֶנשעֶלעֶך; דעֶר זוּהן וועֶט בּעֶשמוּצעֶן דעֶם פאָטעֶר, די טאָכטעֶר וועֶט זיך שטעֶלעֶן געֶגעֶן דעֶר מוּטעֶר, די שנוּר געֶגעֶן דעֶר שוויגעֶר, די שונאים פוּן אַ מעֶנשעֶן — זיינעֶ אייגעֶנעֶ הויזלייט, אוּן דעֶר זוּהן וועֶט קיין בּוּשה ↰ 73 נישט האָבּעֶן פאַר׳ן פאָטעֶר. אויף וועֶמעֶן־זשעֶ וועֶט אוּנז איבּעֶרבּלייבּעֶן זיך אָנצוּשפּאַרעֶן? — אויף אוּנזעֶר פאָטעֶר אין הימעֶל!

II

ר׳ זירא וועֶן עֶר פלעֶגט טרעֶפעֶן די חכמים שמוּעֶסעֶן וועֶגעֶן משיח׳ן, פלעֶגט עֶר זיי זאָגעֶן: איך בּעֶט אייך — דעֶרווייטעֶרט נישט די גאוּלה. מיר האָבּעֶן אַ קבּלה, אַז משיח דאַרף קוּמעֶן ווי אַ מציאה, גאָר אוּמגעֶהעֶכט.

עוּלא פלעֶגט זאָגעֶן: זאָל עֶר קוּמעֶן, נאָר איך זאָל איהם נישט זעֶהן.

דאָס זעֶלבּעֶ פלעֶגט אויך זאָגעֶן רבּה. דאָס איז דעֶרפאַר, ווייל זיי האָבּעֶן נישט געֶוואָלט איבּעֶרלעֶבּעֶן די חבלי משיח *).

ר׳ יוסף אָבּעֶר פלעֶגט זאָגעֶן: הלואי זאָל עֶר שוין קוּמעֶן אוּן איך זאָל האָבּעֶן די זכיה צוּ זיצעֶן אינ׳ם שאָטעֶן פוּן זיין עֶזעֶל׳ס זאָטעֶל!

ר׳ יהושע בּן לוי האָט זיך אָפגעֶשטעֶלט אויף דעֶם דאָזיגעֶן ווידעֶרשפּרוּך:

אין איין אָרט אין דניאל וועֶרט געֶזאָגט איבּעֶר משיח׳ן; „מיט די וואָלקעֶנס פוּנ׳ם הימעֶל וועֶט דעֶר מאַן אָנקוּמעֶן”, אין אַ צווייטעֶן אָרט ווידעֶר מאָהלט זיך משיח׳ס בּילד דעֶם נביא זכריה ווי אַן „אָרימאַן רייטעֶנדיג אויף אַן עֶזעֶל”.

— וועֶלעֶן יוּדעֶן האָבּעֶן די וועֶרטה — וועֶט משיח קוּמעֶן מיט גרויס מאַכט אוּן פּראַכט אינ׳ם שעֶנעֶם בּילד פוּן אַ מאַן וואָס רייט אויף די וואָלקעֶנס; וועֶלעֶן זיי אָבּעֶר נישט האָבּעֶן די וועֶרטה, וועֶט עֶר קוּמעֶן אָרים אוּן שוואַך ווי אַן „אָרימאַן רייטעֶנדיג אויף אַן עֶזעֶל”.

דעֶר פּעֶרסישעֶר קעֶניג שבּור האָט איינמאָל אַ זאָג געֶטהוּן צוּ שמוּאל:

— איהר זאָגט אַז אייעֶר משיח וועֶט קוּמעֶן אויף אַן עֶזעֶל — איך קעֶן איהם שיקעֶן פוּן מיין שטאַהל אַ פעֶרד אַ בּליץ.

שמוּאל האָט איהם דעֶרויף גלייך געֶעֶנטפעֶרט מיט אַ שמייכעֶל:

— פעֶרמאָגסטוּ דעֶן אין דיין שטאַל אַ הוּנדעֶרטפארבּיגעֶן?

*) משיח־וועֶהעֶן, די צרות, וואָס זעֶנעֶן פעֶרבּוּנדעֶן מיט משיח׳ס צייט.

III

„נעֶהמט זיך צוּנויף” — האָט יעקב אויסגעֶרוּפעֶן צוּ זיינעֶ קינדעֶר פאַר׳ן טויט זיינעֶם — וועֶן עֶר האָט זיי געֶוואָלט אוידעֶקעֶן דעֶם קץ — נעֶהמט זיך צוּנויף אַלעֶ איניינעֶם — וועֶט איהר אַלעֶ וועֵרעֵן איין פעֶרבּאַנד — מעֶגט איהר זיך גרייטעֶן צוּ דעֶר גאוּלה.

ר׳ אבּא זאָגט: מעֶן דאַרף נישט האָבּעֶן קיין מעֶהר אויסגעֶדעקטעֶ ↰ 74 קץ ווי אין די דאָזיגעֶ וועֶרטעֶר פוּנ׳ם נביא, וואָס האָט נביאות געֶזאָגט אויף דעֶר צייט פוּן דעֶר גאוּלה:

„איהר יוּדישעֶ בּעֶרג; געֶוויקסעֶ אייעֶרעֶ וועֶט איהר אַרויסבּעֶנגעֶן
אוּן די פרוּכטעֶן אייעֶרעֶ וועֶט איהר טראָגעֶן,
פאַר מיין פאָלק ישראל, וואָס דעֶרנעֶהעֶנטעֶרעֶן זיך צוּ קוּמעֶן”
IV

ר׳ חייא דעֶר גרויסעֶר אוּן ר׳ שמעון בּן חלפתּא זעֶנעֶן אַמאָל געֶגאַנגעֶן אין וועֶג בּיינאַכט אינ׳ם טהאָל אַרבּאל. דעֶרזעֶהעֶן זיי ווי עֶס הייבּט אָן בּיסלעֶכווייז צוּ טאָגעֶן, זאָגט ר׳ חייא צוּ ר׳ שמעון: רבּי, אַזוי וועֶט אָנקוּמעֶן די יוּדישעֶ גאוּלה, בּיסלעֶכווייז — בּיסלעֶכווייז — בּיז זי וועֶט זיך בּעֶווייזעֶן מיט איהר גאַנצעֶן שיין.

V
„שטעֶה אויף, מיין ליכט,
ווייל געֶקוּמעֶן איז דיין ליכט”...

— קינדעֶר מיינעֶ — זאָגט דעֶר נביא ישעיה צוּ יוּדעֶן אין גאָט׳ס נאָמעֶן — מיין ליכט איז אייעֶרעֶ — אוּן אייעֶרעֶ איז מיינעֶ. לאָמיר־זשעֶ צוּזאַמעֶן געֶהן אוּן בּעֶלייכטעֶן ציון.

— ירוּשלים — זאָגט ר׳ אושעיא — וועֶט נאָך אַ מאָל וועֶרעֶן אַ ליכטטהוּרם פאַר אַלעֶ פעֶלקעֶר פוּן דעֶר וועֶלט, אוּן אַלע וועֶלעֶן געֶהן זייעֶר וועֶג נאָך איהר ליכט.

VI
„דעֶרמאָהנט נישט דאָס אַמאָליגעֶ,
אוּן אויף דעֶם לאַנגאָנידיגעֶן קוּקט זיך נישט אוּם:
איך שאַף אַ נייעֶס, איצט וואַקסט עֶס אויס”.

„דעֶרמאָהנט נישט דאָס אַמאָליגעֶ” — דעֶם שוועֶרעֶן יאָך פוּן גלוּת; „אוּן קוּקט נישט אויף דעֶם לאַנגאָנידיגעֶן” — אויף יציאת־מצרים; איך שאַף אַ נייעֶס, איצט וואַקסט עֶס אויס — דאָס מיינט מעֶן — זאָגט ר׳ יוסף — די שוועֶרעֶ מלחמה פוּן גוג וּמגוג — וואָס יוּדעֶן וועֶלעֶן האָבּעֶן אויסצוּשטעֶהן אין משיח׳ס צייטעֶן.

עֶס קוּמט אויס ווי איינעֶר אַ וועֶגסגעֶהעֶר האָט זיך אָנגעֶשלאָגעֶן אין אַ וואָלף אוּן איז פוּן איהם געֶרעֶטעֶט געֶוואָרעֶן — דעֶרצעֶהלט עֶר דעֶם נס פוּנ׳ם וואָלף; שפּעֶטעֶר בּעֶפאַלט איהם אַ לייבּ, אוּן עֶר וועֶרט פוּן איהם אויך געֶרעֶטעֶט — האַלט עֶר שוין אין איין דעֶרצעֶהלעֶן דעֶם נס פוּנ׳ם לייבּ; נאָך שפּעֶטעֶר וועֶרט עֶר געֶרעֶטעֶט פוּן אַ גיפטיגעֶן שלאַנג — פעֶרגעֶסט עֶר שוין די עֶרשטעֶ צוויי נסים אוּן דעֶרצעֶהלט נוּר דעֶם לעֶצטעֶן נס פוּנ׳ם שלאַנג.

↤ 75

דאָס זעֶלבּעֶ איז מיט יוּדעֶן: צוּליבּ די שפּעֶטעֶרדיגעֶ צרות פעֶרגעֶסט מעֶן די פריהעֶרדיגעֶ.

VII
„אוי די וואָס לעֶכצעֶן גאָט׳ס טאָג!
וואָס נוּצט אייך גאָט׳ס טאָג?
פינסטעֶרניש איז עֶר אָהן ליכט”...

אויף די וועֶרטעֶר פוּנ׳ם נביא האָט ר׳ שמלאי אין זיינעֶר אַ דרשה געֶזאָגט אַזאַ משל:

דעֶר האָהן אוּן די פלעֶדעֶרמויז האָבּעֶן בּיידעֶ אַרויסגעֶקוּקט אויף דעֶר זוּן־אויפגאַנג. רוּפט זיך אָן דעֶר האָהן צוּ דעֶר פלעֶדעֶרמויז: מילא איך קוּק אַרויס אויף דעֶר שיין. ווייל זי איז פאַר מיר; דוּ אָבּעֶר, אויף וואָס דאַרפסטוּ זי?

דאָס זעֶלבּעֶ איז אויך מיט׳ן גרויסעֶן טאָג פוּן גאָט. די שיין פוּן געֶרעֶכטיגקייט וועֶט זיך בּעֶווייזעֶן אין איהר גאַנצעֶן גלאַנץ; וועֶה וועֶט אָבּעֶר דעֶמאָלט זיין צוּ יעֶנעֶ לייט וואָס האָבּעֶן געֶדריקט די געֶפאַלעֶנעֶ — געֶפּייניגט די דעֶרשלאָגעֶנעֶ — זיי וועֶט דאָס פינסטעֶרניש פעֶרדעֶקעֶן אוּן אַ געֶדיכטעֶר נעֶבּעֶל וועֶט זיי פעֶרשליגעֶן.

VIII

אַ רוימישעֶר הגמון האָט אַמאָל געֶפרעֶגט בּיים אַלטעֶן ר׳ גמליאל׳ן:

— וועֶר וועֶט נאָך אוּנז — רוימעֶר — אויף דעֶר וועֶלט געֶוועֶלטיגעֶן?

נישט אויסרעֶדעֶנדיג קיין וואָרט — האָט ר׳ גמליאל געֶבּראַכט אַ ריין שטיקעֶל פּאַפּיעֶר — געֶנוּמעֶן אַ פעֶדעֶר אוּן אויפגעֶשריבּעֶן די וועֶרטעֶר פוּן יעֶנעֶם פּסוּק: „אוּן דעֶרנאָך איז אַרויס דעֶר בּרוּדעֶר זיינעֶר — אָנגעֶהאַלטעֶן מיט דעֶר האַנד אין דעם־פוּס זויל עשו׳ס”. מיט דעֶם האָט עֶר געֶמיינט איהם אָנצוּווייזעֶן — אַז נאַכדעֶם ווי עשו׳ס געֶוועֶלטיגקייט וועֶט זיך עֶנדיגעֶן, וועֶט זיך אָנהויבּעֶן יעקב׳ס.

דעֶר הגמון האָט איבּעֶרגעֶלייעֶנט די אויפשריפט אוּן אַ זאָג געֶטהוּן

— אַלטעֶ וועֶרטעֶר פוּן אַ נייעֶם זקן...

IX

ר׳ יוסי בּר סימון האָט געֶזאָגט:

— וועֶן דעֶר מלך משיח וועֶט קוּמעֶן וועֶלעֶן די אומות־העולם פוּן אַלעֶ לעֶנדעֶר איהם פיהרעֶן עֶהרעֶן־געֶשאָנקעֶן. ווי נוּר זיי וועֶלעֶן זיך פאַר איהם פאָרשטעֶלעֶן” וועֶט עֶר זיי זאָגעֶן: עֶס געֶפינעֶן זיך בּיי אייך יוּדעֶן — זיי בּרעֶנגט מיר!




↤ 76


משיח.
I

„דוּרך דיין ליכט זאָלעֶן מיר דעֶרזעֶהן די שיין” — זאָגט דעֶר משורר אין תּהלים צוּ גאָט אין נאָמעֶן פוּן כנסת־ישראל — זאָלעֶן מיר שוין, אַ גאָט, זוכה זיין צוּ דעֶר אמת׳עֶר שיין, אויף וועֶלכעֶר מיר קוּקעֶן אַרויס שוין אַזוי לאַנג — צוּ דעֶר שיין פוּן משיח.

איידעֶר גאָט האָט נאָך די וועֶלט בּעֶשאַפעֶן, האָט עֶר פאָראויסגעֶזעֶהן משיח׳ן מיט זיין דור, אוּן אַז עֶר האָט צוּם אָנהויבּ פוּן דעֶר בּריאה בּעֶשאַפעֶן די גרויסעֶ העֶלעֶ ליכט, די ליכט פוּן די עֶרשטעֶ זינעֶן טעֶג, האָט עֶר געֶפוּנעֶן, אַז די וועֶלט האָט נישט די וועֶרטה מיט אַזאַ ליכט זיך צוּ בּעֶנוּצעֶן, אוּן האָט עֶס בּעֶהאַלטעֶן אוּנטעֶר זיין כסא־הכּבוד פאַר משיח׳ס דור.

קוּמט דעֶר שטן פאַר גאָט אוּן זאָגט: האַר פוּן דעֶר וועֶלט, די ליכט די בּעֶהאַלטעֶנעֶ אוּנטעֶר דיין כסא־הכּבוד — פאַר וועֶמעֶן איז עֶס צוּגעֶגרייט?

— פאַר דעֶם — האָט איהם גאָט געֶעֶנטפעֶרט — וואָס וועֶט דיך פוּן דעֶר וועֶלט פעֶריאָגעֶן אוּן דאָס געֶזיכט דיינס בּעֶדעֶקעֶן מיט שאַנד.

— האַר פוּן דעֶר וועֶלט — זאָגט ווייטעֶר דעֶר שטן — לאָז מיך איהם אָנקוּקעֶן.

— קוּם, גיבּ אויף איהם אַ קוּק;

ווי דעֶר שטן האָט איהם נוּר דעֶרזעֶהן, איז עֶר בּאַלד פעֶרציטעֶרט געֶוואָרעֶן אוּן געֶפאַלעֶן אויפ׳ן פּנים.

— יאָ, דאָס איז דעֶר משיח — האָט עֶר אויסגעֶשריגעֶן מיט שרעֶק — וואָס עֶס וועֶט זיך נעֶהמעֶן אויף מיר אוּן אויף אַלעֶ שרים *) פוּן די פעֶלקעֶר אוּן אוּנז אַריינוואַרפעֶן אין גיהנום אַריין.

*) יעדע אוּמה האָט איהר שר אין הימעל, אַ מלאך, וועֶלכעֶר איז ממוּנה אויף איהר.

↤ 77

איז געֶוואָרעֶן אַ טוּמעֶל צווישעֶן די אוּמות־העולם: האַר פוּן דעֶר וועֶלט, וועֶר איז דאָס אָט יעֶנעֶר, וואָס מיר וועֶלעֶן אַריינפאַלעֶן צוּ איהם אין די העֶנד, ווי איז זיין נאָמעֶן אוּן וואָס איז מיט איהם דאָס מעֶהר?

— אפרים דעֶר משיח פוּן מיין געֶרעֶכטיגקייט איז זיין נאָמעֶן, הויך וועֶט עֶר אויפהויבּעֶן זיין קאָפּ אוּן דעֶם קאָפּ פוּן זיין גאַנצעֶן דור, דעֶרלייכטעֶרן וועֶט עֶר די אויגעֶן פוּן יוּדעֶן אוּן בּרעֶנגעֶן די ישוּעה זיין פאָלק. קיין אוּמה־ולשון וועֶט געֶגעֶן איהם נישט בּיישטעֶהן אוּן אַלעֶ שונאים וועֶלעֶן מיט שרעֶק זיך צעֶלויפעֶן פאַר איהם. אַפילוּ די טייכעֶן וואָס פליסעֶן אין ים וועֶלעֶן זיך פאַר איהם אָנשטעֶלעֶן.

דעֶרנאָך וועֶנדעֶט זיך גאָט צוּ משיח אוּן זאָגט איהם:

— אָט די דאָזיגעֶ, וואָס דוּ וועֶסט זיי בּרעֶנגעֶן די ישוּעה, זיי אַליין וועֶלעֶן אויף דיר אַרויפלעֶגעֶן אַן אייזעֶרנעֶם יאָך, אוּן בּאַלד וועֶלעֶן זיי דעֶרשלאָגעֶן דיין געֶמיטה אוּן דוּרך זייעֶרעֶ זינד וועֶט דיר די צוּנג צוּם גוּטעֶן צוּגעֶקלעֶפּט וועֶרעֶן, — זאָג, געֶהסט אויף דעֶם אַלעֶמעֶן איין?

— האַר פוּן דעֶר וועֶלט — זאָגט משיח — וועֶט אַזאַ צער לאַנג דויעֶרעֶן?

— גאַנצעֶ זיבּעֶן יאָהרעֶן, — עֶנטפעֶרט איהם גאָט — אפשר האָסטוּ דעֶרפוּן שטאַרק פעֶרדרוּס, בּין איך גרייט שוין זיי אוּמבּרעֶנגעֶן פוּן דעֶר וועֶלט.

— ניין — זאָגט משיח — מיט גרויס פרייד אוּן מיט לייבּ אוּן לעֶבּעֶן נעֶהם איך אויף זיך די יסורים, נאָר איין יוּד זאָל נישט אוּמקוּמעֶן! אוּן נישט לעֶבּעֶדיגעֶ אַליין זאָלעֶן אין מיין צייט געֶהאָלפעֶן וועֶרעֶן, נאָר אויך די וואָס ליגעֶן בּעֶהאַלטעֶן אין דעֶר עֶרד; אוּן נישט נוּר די טויטעֶ פוּן דעֶם איצטיגעֶן דור, נאָר אויך אַלעֶ טויטעֶ פוּן אדם־הראשון בּיז היינט; אַפילוּ נפל׳עֶך, אַפילוּ די וואָס דוּ האָסט נוּר פעֶרטראַכט צוּ בּעֶשאַפעֶן — אָט וואָס איך פעֶרלאַנג אוּן אָט צוּליבּ וואָס איך נעֶהם אויף זיך אַזעֶלכעֶ ליידעֶן.

II

זיבּעֶן יאָהר פריהעֶר פאַר משיח׳ס קוּמעֶן, וועֶט געֶבּראַכט וועֶרעֶן אייזעֶרנעֶ קלעֶצעֶר אוּן אַרויפגעֶלעֶגט וועֶרעֶן משיח׳ן אויפ׳ן האַלז, בּיז עֶר וועֶט איינגעֶבּויגעֶן וועֶרעֶן טיעף צוּ דעֶר עֶרד. „רבּונו־של־עולם! — וועֶט עֶר שרייעֶן אוּן וויינעֶן אויף אַ קוּל בּיז צוּם הימעֶל — וויפיעל נאָך כּוח פעֶרמאָג איך? צי וועֶל איך עֶס קעֶנעֶן אויסהאַלטעֶן? וועֶט מיין מוּטה זיך נישט איינבּרעֶכעֶן? וועֶט עֶס מיין גוּף איבּעֶרטראָגעֶן? איך בּין דאָך נישט מעֶהר ווי אַ בּשר־ודם!

↤ 78

— אפרים, משיח פוּן מיין געֶרעֶכטיגקייט — וועֶט איהם גאָט עֶנטפעֶרעֶן — דוּ אַליין האָסט שוין לאַנג דאָס אויף זיך געֶנוּמעֶן, נאָך פוּן ששת ימי בּראשית אָן, אוּן צי זעֶנעֶן דעֶן די ליידעֶן דיינעֶ גרעֶסעֶר פוּן מיינעֶ? איך שוועֶר, אַז זינט נבוּכדנאצר דעֶר רשע איז בּעֶפאַלעֶן מיין לאַנד, פעֶרוויסט מיין הויז, פעֶרבּרעֶנט מיין טעֶמפּעֶל אוּן פעֶרטריבּעֶן מיינעֶ קינדעֶר צווישעֶן די פעֶלקעֶר, — פוּן דעֶמאָלט אָן בּין איך אַליין ווי אַ פעֶרוואָגעֶלטעֶר אוּן בּין נישט אַריין זיך זעֶצעֶן אויף מיין שטוּהל. ווילסט אַ סימן, אָט זעֶה דעֶם טוי אויף מיין קאָפּ.

— האָסט מיך בּעֶרוּהיגט — זאָגט משיח דעֶרויף — געֶנוּג איז פאַר׳ן קנעֶכט צוּ זיין ווי זיין האַר.

III

ר׳ יצחק זאָגט: דאָס יאָהר וואָס דעֶר מלך המשיח וועֶט זיך בּעֶווייזעֶן, וועֶלעֶן אַלעֶ קעֶניגרייכעֶן פיהרעֶן קריעג איינס מיט׳ן אַנדעֶרעֶן אוּן די פעֶלקעֶר וועֶלעֶן זיין שטאַרק צוּטוּמעֶלט. אַ שרעֶק וועֶט זיי אַלעֶמעֶן אָנחאַפּעֶן, מיט׳ן פּנים צוּ דעֶר עֶרד וועֶלעֶן זיי צוּפאַלעֶן אוּן עֶס וועֶט מיט זיי דרעֶהעֶן פאַר וועֶהטיגעֶן.

דעֶמאָלט וועֶט אָנפאַלעֶן אַ שרעֶק אויך אויף יוּדעֶן; „אוי וועֶה, וואוּהין זאָלעֶן מיר געֶהן, וואוּ זאָלעֶן מיר זיך הינטהוּן?”

— פאָרכט נישט, קינדעֶר מיינעֶ — וועֶט זיי גאָט בּעֶרוּהיגעֶן — אַלץ וואָס איך טהוּ איז נוּר צוּליבּ אייך; פאַר וועֶמעֶן האָט איהר זיך צוּ שרעֶקעֶן? פאַר קיינעֶם נישט. געֶקוּמעֶן איז שוין די צייט פוּן אייעֶר רעֶכטעֶר אוּן לעֶצטעֶר גאוּלה. נאָך דעֶר גאוּלה וועֶט איהר שוין זיין בּעֶפרייט אויף אייבּיג, קיינמאָל נישט וויסעֶן קיין צער פוּן גלוּת אוּן קיין יאָך פוּן פרעֶמדעֶ פעֶלקעֶר.

IV

אוּן וועֶן די אמת׳עֶ צייט פוּן דעֶר גאולה וועֶט שוין קוּמעֶן, וועֶט דריי טעֶג פריהעֶר, איידעֶר משיח וועֶט זיך בּעֶווייזעֶן, אָנקוּמעֶן אליהוּ הנביא, זיך שטעֶלעֶן אויף די בּעֶרג פוּן ארץ־ישראל אוּן אָנהויבּעֶן זיי בּעֶוויינעֶן אוּן בּעֶקלאָגעֶן מיט אַ קול וואָס וועֶט געֶהן פוּן איין עֶק וועֶלט בּיז׳ן אַנדעֶרן:

— אָ בּעֶרג פוּן ארץ־ישראל! בּיז וואַנעֶן וועֶט איהר שטעֶהן פעֶרטריקעֶנטעֶ אוּן פעֶרוויסטעֶ אוּן פעֶרלאָזטעֶ? געֶנוּג, שוין צייט איהר זאָלט אויפגעֶרעֶכט וועֶרעֶן! איך טראָג אַ גוּטעֶ בּשוּרה: פריעד קוּמט־אָן אויף דעֶר וועֶלט!

↤ 79

אויפ׳ן צווייטעֶן טאָג וועֶט עֶר ווידעֶר קוּמעֶן אוּן שטעֶלעֶן זיך אויף די בּעֶרג פוּן ארץ־ישראל אוּן אויסרוּפעֶן: גוּטס קוּמט־אָן אויף דעֶר וועֶלט!

אויפ׳ן דריטעֶן טאָג וועֶט עֶר קוּמעֶן אוּן אויסרוּפעֶן: אַ ישוּעה קוּמט אויף דעֶר וועֶלט!

אוּן דעֶמאָלט וועֶט גאָט זיך בּעֶווייזעֶן מיט זיין פּראַכט אוּן מאַכט פאַר דעֶר גאַנצעֶר וועֶלט, אין שפּיץ פוּן זיין אויסגעֶלעֶזט פאָלק ישראל.

V

אין דעֶר צייט וועֶן דעֶר מלך המשיח וועֶט דאַרפעֶן נתגלה וועֶרעֶן — וועֶט עֶר קוּמעֶן אוּן זיך שטעֶלעֶן אויפ׳ן דאַך פוּן בּית־המקדש אוּן אויסרוּפעֶן הויך אַ בּשוּרה פאַר אַלעֶ יוּדעֶן מיט די וועֶרטעֶר:

— פרוּמעֶ לייט, געֶקוּמעֶן איז די צייט פוּן אייעֶר גאוּלה! אָט זעֶהט די ליכט וואָס האָט איבּעֶר אייך אויפגעֶשיינט — „שטעֶה־אויף אוּן לייכט, דעֶן אָנגעֶקוּמעֶן איז דיין ליכט, דעֶר פּראַכט פוּן גאָט האָט איבּעֶר דיר עֶרשיינט!”

אוּן בּאַלד לאָזט גאָט אַרויס אין איהר גאַנצעֶן גלאַנץ די שיין פוּן מלך המשיח אוּן פוּן יוּדישעֶן פאָלק, אוּן אַלעֶ פעֶלקעֶר לאָזעֶן זיך געֶהן נאָך דעֶר שיין, אוּן זיי קוּמעֶן אוּן פאַלעֶן פאַר די פיס פוּן מלך המשיח אוּן די יוּדעֶן אוּן זאָגעֶן: מיר וועֶלעֶן זיין געֶטרייעֶ קנעֶכט בּיי דיר אוּן בּיי די יוּדעֶן.

VI
„שטאַרק פרעֶהן זיך וועֶל איך מיט גאָט
אוּן מיט׳ן אַלמעֶכטיגעֶן וועֶט קוויקעֶן זיך מיין זעֶל.
עֶר האָט בּעֶקליידט מיך מיט אַ קלייד פוּן הילף
אוּן מיט אַ מאַנטעֶל פוּן געֶרעֶכטיגקייט מיך איינגעֶהילט,
ווי אַ חתן אויסגעֶפּוּצט אין פוּלעֶן פּראַכט
אוּן ווי אַ כּלה אין איהר שעֶנסטעֶר ציערוּנג
דעֶן ווי געֶוויקס פוּן פעֶלד אוּן גרינס פוּן גאָרטעֶן
אַזוי וועֶט זיין געֶרעֶכטיגקייט אין הויכעֶן רוּהם
גאָט לאָזעֶן שפּראָצעֶן געֶגעֶן אַלעֶ פעֶלקעֶר” —

מיט אַ פּראַכט־קלייד, וואָס די שיין זיינעֶ גלאַנצט פוּן איין עֶק וועֶלט צוּם אַנדעֶרעֶן, וועֶט גאָט בּרוּך־הוּא בּעֶקליידעֶן דעֶם משיח פוּן געֶרעֶכטיגקייט אוּן דעֶרזעֶהעֶנדיג די שיין וועֶלעֶן יוּדעֶן אויסרוּפעֶן:

גליקליך איז די שעה וואָס עֶר איז דאַמאָלס בּעֶשאַפעֶן געֶוואָרעֶן,

↤ 80

גליקליך אין דעֶר מוּטעֶר׳ס בּויך פוּן וואַנעֶן עֶר איז אַרויס,
גליקליך זעֶנעֶן די אויגעֶן וואָס האָבּעֶן אויף איהם אַרויסגעקוּקט,
גליקליך איז דעֶר דור וואָס זעֶהט איהם מיט די אויגעֶן!
זיין עֶפעֶנעֶן מיט׳ן מויל — איז זעֶגעֶן אוּן פרידעֶן,
זיין שמוּעֶס — איז אַ נחת פאַר דעֶר געֶמיטה,
זיין געֶדאַנק — אַ בּעֶרוּהיגוּנג פאַר דעֶר נשמה.
וואויל איז דעֶם וואָס האָט איהם זוכה געֶוועֶן צוּ זעֶהן!
אַ וואָרט זיינס איז סליחה ומחילה פאַר יוּדעֶן.
זיין תּפלה — געֶהט־אויף ווי אַ זיסעֶר ריח צוּם הימעֶל
אוּן זיין געֶבּעֶט — איז ריינקייט אוּן הייליגקייט.
וואויל איז יוּדעֶן, וואָס פאַר אַ גליק עֶס שטעֶהט זיי פאָר.
VII

אַז ס׳וועֶט קוּמעֶן משיח׳ס צייט, וועֶלעֶן די אבות אויפשטעֶהן אין חודש ניסן, אוּן קוּמעֶן פאַר משיח׳ן אוּן איהם אַזוי זאָגעֶן:

— משיח פוּן געֶרעֶכטיגקייט, מיר זעֶנעֶן אַפילוּ דיינעֶ אבות, דאָך בּיסטוּ גרעֶסעֶר פאַר אוּנז, ווייל דוּ בּיסט אָבּגעֶקוּמעֶן פאַר די זינד פוּן אוּנזעֶרעֶ קינדעֶר אוּן בּיסט אויסגעֶשטאַנעֶן אַזוינס, וואָס קיינעֶר בּיז דיר האָט פוּן דעֶם נישט געֶוואוּסט. צוּ שפּאָט אוּן צוּ געֶלעֶכטעֶר בּיסטוּ געֶוועֶן צווישעֶן די פעֶלקעֶר צוּליבּ יוּדעֶן; אין שטאָק־פינסטעֶרניש בּיסטוּ געֶזעֶסעֶן פעֶרשפּאַרט, די ליכטיגעֶ שיין נישט געֶזעֶן. די הויט אויף דיינעֶ בּיינעֶר זעֶנעֶן איינגעֶשרוּנפעֶן געֶוואָרעֶן אוּן דיין לייבּ איז אויסגעֶטריקעֶנט געֶוואָרעֶן ווי האָלץ, די אויגעֶן זעֶנעֶן דיר פינסטעֶר געֶוואָרעֶן פוּן פאַסטעֶן, אָהן מאַכט בּיסטוּ געֶבּליבּעֶן, צעֶבּראָכעֶן ווי אַ שאַרבּעֶן — אוּן דאָס אַלעֶס איז איבּעֶר די זינד פוּן אוּנזעֶרעֶ קינדעֶר. ווילסטוּ אוּנזעֶרעֶ קינדעֶר זאָלעֶן געֶניסעֶן פוּן דעֶם גרויסעֶן גליק וואָס גאָט שיקט דוּרך דיר פאַר דעֶר וועֶלט, צי אפשר דעֶרפאַר, וואָס דוּ האָסט דוּרך זיי געֶליטעֶן, בּיסטוּ פוּן זיי נישט צוּפריעדעֶן?

— אבות פוּן דעֶר וועֶלט! — וועֶט זיי אויף דעֶם עֶנטפעֶרעֶן משיח — אַלעֶס וואָס איך האָבּ איבּעֶרגעֶלעֶבּט, איז עֶס דעֶן נישט צוּליבּ אייך אוּן צוּליבּ אייעֶרעֶ קינדעֶר, כּדי זיי זאָלעֶן געֶניסעֶן פוּן דעֶם גרויסעֶן גליק וואָס גאָט האָט דוּרך מיר אַראָבּגעֶשיקט?

— משיח פוּן געֶרעֶכטיגקייט — וועֶלעֶן איהם דעֶרויף זאָגעֶן די אבות — בּעֶרוּהיגט זאָלסטוּ זיין ווי דוּ האָסט בּעֶרוּהיגט דעֶם בּעֶשעֶפעֶר דיינעֶם מיט אוּנז צוּזאַמעֶן.

↤ 81

אין יעֶנעֶר צייט וועֶט גאָט אויפהויבּעֶן משיח׳ן בּיז די העֶכסטעֶ הימלעֶן אוּן וועֶט איהם פעֶרדעֶקעֶן מיט דעֶר שיין פוּן זיין פּראַכט, אַ שוּץ פאַר די אוּמות העולם, אוּן וועֶט דעֶרבּיי זאָגעֶן:

— משיח מיינעֶר פוּן געֶרעֶכטיגקייט, זיי דוּ אַ ריכטעֶר איבּעֶר אָט די אַלעֶ אוּן טהוּ מיט זיי ווי דוּ פעֶרלאַנגסט. וועֶן נישט מיין רחמנות איבּעֶר דיר וואָלטעֶן די דאָזיגעֶ שוין לאַנג דיך פוּן דעֶר וועֶלט אוּמגעֶבּראַכט אין איין אויגעֶנבּליק.

אוּן דאָ נעֶהמט גאָט צוּגרייטעֶן פאַר משיח׳ן זיבּעֶן חוּפּות פוּן אַלעֶ בּעֶסטעֶ איידעֶלשטיינעֶר, פּעֶריל אוּן סמאַראַגדעֶן. פוּן יעֶדעֶר חוּפּה בּעֶזוּנדעֶר ציהעֶן זיך פיער טייכעֶן: פוּן וויין, פוּן האָניג, פוּן מילך אוּן פוּן לויטעֶרסטעֶן בּאַלזאַם. אוּן גאָט האַלזט איהם פאַר אַלעֶ צדיקים אין די אויגעֶן אוּן פיהרט איהם אַריין אוּנטעֶר דעֶר חוּפּה — אוּן אַלעֶ צדיקים קוּקעֶן דאָס צוּ. וועֶנדעֶט זיך צוּ זיי דעֶר אויבּעֶרשטעֶר אוּן זאָגט:

— צדיקים פוּן דעֶר וועֶלט, משיח מיינעֶר פוּן געֶרעֶכטיגקייט איז נאָך נישט בּעֶלוינט געֶוואָרעֶן אַפילוּ פאַר אַ טהייל פוּן דעֶם אַלעֶמעֶן וואָס עֶר האָט איבּעֶרגעֶליטעֶן. וואַרט, ס׳איז נאָך פאַרהאַן בּיי מיר צוּ בּעֶלוינעֶן איהם מיט אַזוינס, וואָס קיין אויג האָט עֶס נישט געֶזעֶהן זינט די וועֶלט שטעֶרט.

אוּן דאַמאָלס רוּפט גאָט אַרויס דעֶם צפון־ווינט אוּן דרום־ווינט אוּן בּעֶפוילט זיי:

— קוּמט רוימט־אָבּ אוּן געֶשפּריצט פאַר מיין משיח׳ן דעֶם וועֶג מיט אַלעֶרליי בּשמים פוּן גן־עדן.

אוּן בּאַלד נאָכדעֶם בּרעֶנגט גאָט אליהוּ אוּן משיח׳ן, אוּן זיי קוּמעֶן מיט קריגליך בּוימעֶל אין איין האַנד אוּן מיט וואַנדעֶרשטעֶקעֶנס אין דעֶר אַנדעֶרעֶר האַנד, אוּן אַלעֶ יוּדעֶן פעֶרזאַמלעֶן זיך אַרוּם זיי. די שכינה זיי פאָראויס אוּן די נביאים הינטעֶר זיי, די תּורה זיי רעֶכטס אוּן די מלאכים לינקס. אוּן מעֶן פיהרט זיי אַוועֶק צוּם עמק יהושפט, וואוּ אַלעֶ פעֶלקעֶר שטעֶהעֶן שוין דאָרט פעֶרזאַמעֶלט.

בּעֶפוילט גאָט צוּ אַלעֶ געֶצעֶנדינעֶר, עֶס זאָלעֶן די אַלעֶ איבּעֶרגעֶהן איבּעֶר דעֶר בּריק פוּנ׳ם גיהנום; אוּן ווי זיי טרעֶטעֶן נוּר איבּעֶר איהר אַרויף, בּרעֶכט זי זיך איין אוּנטעֶר זיי ווי אַ דין שטעֶקעֶל אוּן אַלעֶ פאַלעֶן אַריין אין גיהנום.

וועֶרעֶן יוּדעֶן פעֶרציטעֶרט.

— רבּונו־של־עולם — זאָגעֶן זיי מיט שרעֶק — אפשר וועֶסטוּ מיט אוּנז אויך אַזוי טהוּן?

↤ 82

— וועֶר זעֶנט איהר דעֶן? — פרעֶגט זיי גאָט.

— ישראל, דיין פאָלק אוּן דיין אייגעֶנטהוּם.

— וועֶר וועֶט דעֶרויף עדות זאָגעֶן!

— אברהם, יצחק אוּן יעקב.

רוּפט גאָט אברהם׳ן: וועֶסטוּ עדות זאָגעֶן, אַז זיי זעֶנעֶן מיין פאָלק אוּן איך בּין זייעֶר גאָט?

— יאָ, רבּונו־של־עולם, איך בּין אַן עדוּת.

אוּן דאָסזעֶלבּעֶ עֶנטפעֶרעֶן אויך יצחק אוּן יעקב.

אין יעֶנעֶר צייט נעֶהמט גאָט די תּורה אוּן לעֶגט זי צוּ זיך אין שויס אוּן לאָזט בּעֶשיינעֶן די גאַנצעֶ וועֶלט פוּן איין עֶק וועֶלט בּיז׳ן אַנדעֶרן מיט׳ן גלאַנץ פוּן יוּדישעֶן פאָלק.

קוּמט דעֶר מלאך גבריאל פאַר גאָט אוּן זאָגט:

— רבּונו של־עולם, לאָזעֶן קוּמעֶן די געֶצעֶנדינעֶר אוּן צוּזעֶהן דאָס גליק פוּן יוּדעֶן.

טהוּט זיך אַן עֶפעֶן־אויף דעֶר גיהנם, אוּן אַלעֶ געֶצעֶנדינעֶר געֶהעֶן אוּן קוּקעֶן־צוּ דאָס גליק פוּן יוּדעֶן, פאַלעֶן זיי אַלעֶ אויפ׳ן פּנים אוּן שרייעֶן אויס:

— ווי פּרעֶכטיג איז דעֶר האַר פוּן דעֶר וועֶלט!
ווי שעֵן איז דאָס פאָלק זיין ליעבּלינג!
גליקליך איז דאָס פאָלק וואָס האָט אַזעֶלכעֶס דעֶרלעֶבּט!




↤ 83


תּורה.
די גרויסעֶ וועֶרטה פוּן תּורה.
I

תּורה איז איינעֶ פוּן די זיילעֶן, וואָס אויף זיי שטעֶהט די וועֶלט.

וועֶן נישט די תּורה וואָלטעֶן הימעֶל אוּן עֶרד קיין קיום נישט געֶהאַט.

תּורה גיט לעֶבּעֶן אויף דעֶר וועֶלט אוּן אויף יעֶנעֶר וועֶלט.

תּורה איז ליכט.

די פּראַכט פוּן דעֶר מעֶנשהייט איז די תּורה.

II

ס׳איז פאַרהאַן מצוות וואָס דעֶר מעֶנש געֶניסט פוּן זייעֶר פרוּכט אויף דעֶר וועֶלט אוּן דאָס קרן זייעֶרס בּלייבּט גאַנץ אויף יעֶנעֶר וועֶלט. תּורה־לעֶרנעֶן געֶהט זיי אַלעֶ איבּעֶר.

תּורה־לעֶרנעֶן שטעֶהט העֶכעֶר ווי בּויעֶן דעֶם בּית־המקדש, העֶכעֶר ווי עֶהרליך־האַלטעֶן פאָטעֶר אוּן מוּטעֶר. העֶכעֶר ווי כּהוּנה אוּן מלכוּת.

ר׳ מאיר פלעֶגט זאָגעֶן: אַפילוּ אַ גוי. וויבּאַלד עֶר גיט זיך אָבּ מיט דעֶר תּורה איז עֶר גלייך ווי אַ כהן־גדול.

בּן בּג־בּג פלעֶגט זאָגעֶן: זוּך אוּן זוּך בּיי איהר (בּיי דעֶר תּורה), דעֶן אַלץ איז אין איהר. אַלץ וועֶסטוּ זעֶהן אין איהר; וועֶר גרוי אוּן עֶלטעֶר־זיך מיט איהר אוּן קיין ריהר־אַוועֶק טהוּ זיך נישט פוּן איהר, דעֶן דוּ האָסט נישט קיין בּעֶסעֶרס פוּן איהר”.

↤ 84

III

אין עוּלא׳ס נאָמעֶן האָט מעֶן געֶזאָגט:

— זינט דעֶר בּית־המקדש איז חרוב געֶוואָרעֶן האָט גאָט פאַר זיך אין זיין וועֶלט נוּר איין קליין ווינקעֶלעֶ: די פיעֶר איילעֶן פוּן תּורה־לעֶרנעֶן.

ר׳ ירמיה איז איינמאָל געֶזעֶסעֶן פאַר ר׳ זירא׳ן אוּן זיי האָבּעֶן צוּזאַמעֶן געֶלעֶרעֶנט. געֶקוּמעֶן מנחה צייט — האָט זיך ר׳ ירמיה געֶריסעֶן אויפצוּשטעֶהן תּפלה צוּ טהוּן — האָט ר׳ זירא אויף איהם געֶזאָגט דעֶם פּסוּק: „וועֶר עֶס בּויגט־אָבּ זיין אויעֶר פוּן העֶרעֶן תּורה איז אויך די תּפלה זיינעֶ אוּנווירדיג”.

רבּא האָט איינמאָל געֶזעֶהן ווי רב המנוּנא דאַוועֶנט צוּ לאַנג. האָט עֶר אויף איהם אויסגעֶרוּפעֶן:

— מעֶן לעֶגט אַוועֶק דאָס אייבּיגעֶ לעֶבּעֶן אוּן מעֶן גיט זיך אָפּ מיט חיי שעה *)!

IV

די תּורה איז פאַר׳ן מעֶנשעֶן אַ סם־חיים (לעֶבּעֶנס־עֶלעֶקסיר). עֶס קוּמט אויס ווי אַ פאָטעֶר האָט בּעֶשטראָפט דעֶם זוּהן זיינעֶם אוּן געֶמאַכט איהם אַ וואוּנד, נעֶהמט עֶר אַ פּלאַסטעֶר אוּן לעֶגט איהם אויף דעֶר וואוּנד אוּן זאָגט איהם אָן: זוּהן מיינעֶר — ווי לאַנג דעֶר פּלאַסטעֶר ליגט אויף דעֶר וואוּנד מעֶגסטוּ עֶסעֶן אוּן טרינקעֶן וואָס דיין האַרץ גלוּסט אוּן זיך וואַשעֶן מיט קאַלטעֶ אוּן וואַרימעֶ וואַסעֶר אוּן קיין זאַך וועֶט דיר נישט שאָדעֶן. קוים אָבּעֶר דוּ נעֶהמסט דעֶם פּלאַסטעֶר אַראָבּ בּיסטוּ געֶפעֶהרליך.

דאָס זעֶלבּעֶ האָט גאָט געֶזאָגט די יוּדעֶן: קינדעֶר מיינעֶ, איך האָבּ אייך אַריינגעֶגעֶבּעֶן דעֶם יצר־הרע, איך האָבּ אָבּעֶר בּעֶשאַפעֶן געֶגעֶן איהם אַ רפוּאָה: די תּורה — וועֶט איהר זיך אָבּגעֶבּעֶן מיט דעֶר תּורה זעֶנט איהר פאַר איהם בּעֶוואָרעֶנט — אויבּ נישט — זעֶנט איהר אין געֶפאַהר אַריינצוּפאַלעֶן אינגאַנצעֶן צוּ איהם אין די האַנד.

*) תפלה, וואוּ מעֶן בעט אויף טאָג־טעגליכע בעדערפעניסען און לעבּענסמיטעל.

V

די תּורה איז אין פיעל פּסוּקים פוּן תּנ״ך געֶגליכעֶן צוּ וואַסעֶר.

וואַסעֶר געֶפינט זיך אויף דעֶר וועֶלט אוּמעֶדוּם — די תּורה געֶפינט זיך אויך אוּמעֶדוּם; וואַסעֶר איז לעֶבּעֶן פאַר דעֶר וועֶלט — די תּורה איז אויך לעֶבּעֶן פאַר דעֶר וועֶלט; וואַסעֶר וועֶרט געֶגעֶבּעֶן דעֶר וועֶלט אוּמזיסט — די תּורה וועֶרט אויך געֶגעֶבּעֶן דעֶר וועֶלט אוּמזיסט; וואַסעֶר קוּמט פוּנ׳ם הימעֶל — די תּורה איז אויך אַראָבּגעֶגעֶבּעֶן געֶוואָרעֶן פונ׳ם ↰ 85 הימעֶל; וואַסעֶר קוּמט מיט קולות (דוּנעֶרן) — די תּורה איז אויך געֶגעֶבּעֶן געֶוואָרעֶן מיט קולות; וואַסעֶר דעֶרקוויקט דעֶם מעֶנשעֶן — די תּורה אויך; וואַסעֶר רייניגט דעֶם מעֶנשעֶן פוּן אוּמריינקייט — די תּורה אויך; וואַסעֶר פאַלט מיט׳ן רעֶגעֶן טראָפּעֶנווייז אוּן עֶס קלויבּעֶן זיך אָן גאַנצעֶ טייכעֶן — די תּורה לעֶרעֶנט אויך דעֶם מעֶנשעֶן בּיסלעֶכווייז, היינט אַ פּאָר הלכות, מאָרגעֶן אַ פּאָר, בּיז עֶס וועֶרט אַ גרויסעֶר קוואַל פוּן חכמה; וואַסעֶר לאָזט זיך אַראָבּ פוּן דעֶר הויך אוּן זוּכט אַן אָרט וואוּ נידריגעֶר — די תּורה וואַרפט אויך אַוועֶק די וואָס האַלטעֶן זיך הויך אוּן זוּכט־אָבּ די וואָס האַלטעֶן זיך קליין; וואַסעֶר האַלט מעֶן נישט אין קיין גאָלדעֶנעֶ אוּן זילבּעֶרנעֶ כלים נאָר אין גאָר פּוּשטעֶ — די תּורה האַלט זיך אויך נישט איין נוּר בּיי די וואָס האַלטעֶן זיך געֶפאַלעֶן; וואַסעֶר אַז מעֶן דאַרף — שעֶמט זיך נישט אַ גרעֶסעֶרעֶר צוּ זאָגעֶן דעֶם קלעֶנעֶרעֶן: גיבּ מיר אַ טרוּנק — בּיי תּורה דאַרף זיך אויך דעֶר גרעֶסעֶרעֶר נישט שעֶמעֶן צוּ זאָגעֶן דעֶם קלעֶנעֶרעֶן: לעֶרעֶן מיך אויס איין פּרק, איין הלכה, איין פּסוּק, איין אות אפילוּ; אין וואַסעֶר קעֶן דעֶרטרוּנקעֶן וועֶרעֶן דעֶר וואָס קעֶן נישט שווימעֶן, — אין תּורה וועֶרט אויך פעֶרלוירעֶן דעֶר וואָס ווייסט נישט איהרעֶ וועֶגעֶן.

VI

ווי פיש קעֶנעֶן זיך נישט האַלטעֶן אָהן וואַסעֶר — אַזוי קעֶנעֶן יוּדעֶן לאַנג נישט בּלייבּעֶן אָהן תּורה.

אַז יוּדעֶן זעֶנעֶן געֶגאַנגעֶן אין דעֶר מדבּר דריי טעֶג אָהן וואַסעֶר איז זיי אויסגעֶגאַנגעֶן די כּוחות אוּן זיי האָבּעֶן זיך אָנגעֶהויבּעֶן צוּ בּעֶקלאָגעֶן; אוּן אַז יוּדעֶן בּלייבּעֶן דריי טעֶג דוּרכאַנאַד אָהן תּורה וועֶרעֶן זיי אויסגעֶמאַטעֶרט.

אוּן דעֶרפאַר האָבּעֶן די נביאים איינגעֶפיהרט בּיי יוּדעֶן, אַז מעֶן זאָל לייעֶנעֶן די תּורה דריי מאָל אין דעֶר וואָך: מאָנטאָג, דאָנעֶרשטאָג אוּן שבּת — כּדי יוּדעֶן זאָל נישט אויסקוּמעֶן צוּ בּלייבּעֶן דריי טעֶג דוּרכאַנאַנד אָהן תּורה.

די תּורה פאַר די וואָס לעֶרנעֶן זי איז ווי דעֶר רעֶגעֶן פאַר גראָזעֶן: זי טרייבּט זייעֶר וואוּקס אוּן הויבּט זיי אויף אין דעֶר הויך עֶדעֶלט זיי אויס אוּן מאַכט זיי זאַנפטיגעֶר.

VII

ר׳ יהושע בּן לוי זאָגט: אַלעֶ טאָג לאָזט זיך העֶרעֶן אַ בּת־קול פוּן בּעֶרג חורב (סיני), וואָס רוּפט אויס: וועֶה איז די לייט פאַר די בּעֶליידיגוּנג פוּן דעֶר תּורה!

↤ 86

רבא זאָגט: יעֶדעֶר גוּף איז אַ שיידעֶל צוּ עֶפּיס. וואויל איז דעֶם, וואָס זיין גוּף איז אַ שיידעֶל צוּ דעֶר תּורה.

ר׳ חנינא בּן תּרדיון זאָגט: אַז צוויי זיצעֶן אוּן פיהרעֶן אַ שמוּעס נישט פוּן דברי־תּורה, הייסט עֶס אַ מושב לצים (אַ געֶזעֶלשאַפט פוּן שפּעטעֶרס); אויבּ אָבּעֶר זיי שמוּעסעֶן אין תּורה, רוּהט צווישעֶן זיי די שכינה.

VIII

עֶס פאַלט־אַריין אין אַ כּוס פוּל מיט בּוימעֶל איין טראָפּעֶן וואַסעֶר, גיסט זיך אַקעֶגעֶן דעֶם אַרויס אַ טראָפּעֶן בּוימעֶל; געֶהט אַריין אין קאָפּ אַ ליצנות־זאַך, געֶהט אַקעֶגעֶן דעֶם אַרויס פוּן קאָפּ אַ תּורה־זאַך. אוּן דאָס זעֶלבּעֶ אויך פעֶרקעֶהרט.

ר׳ טרפון פלעֶגט זאָגעֶן:

— נישט די בּיזט מחוּיב צוּ פעֶרעֶנדיגעֶן די אַרבּייט (פוּן תּורה לעֶרנעֶן), די בּיזט אָבּעֶר נישט פריי זי אינגאַנצעֶן אַוועֶקלעֶגעֶן, וואָס מעֶהר דוּ וועֶסט לעֶרנעֶן — מעֶהר לוין וועֶסטוּ בּעֶקוּמעֶן, אוּן פעֶרלאָזעֶן מעֶגסטוּ זיך אויף דיין בּעל־הבּית (גאָט) אַז עֶר וועֶט דיר פאַר דיין אַרבּייט בּעֶלוינעֶן.

אָרים אוּן רייך.

די חכמים האָבּעֶן געֶזאָגט:

— אַן אָרימאַן אוּן אַ רייכעֶר קוּמעֶן אויף יעֶנעֶר וועֶלט פאַר׳ן בּית־דין של מעלה: פרעֶגט מעֶן דעֶם אָרוּמאַן: פאַר וואָס האָסטוּ זיך נישט אָבּגעֶגעֶבּעֶן מיט תּורה? פּרוּבּט עֶר זיך פעֶרעֶנטפעֶרן: „איך בּין געֶוועֶן אָרים, פעֶרטראָגעֶן שטעֶנדיג אין זוּכעֶן פּרנסה” — זאָגט מעֶן איהם: בּיסטוּ אפשר געֶוועֶן אָרימעֶר פאַר הלל׳ן?

מעֶן דעֶרצעֶהלט פוּן הלל׳ן:

אַלעֶ טעֶג פלעֶגט הלל זיך פעֶרדינגעֶן אויף אַרבּייט אוּן בּעֶקוּמעֶן לוין אַ טראָפּייעיק *) דעֶרפוּן פלעֶגט עֶר האַלבּ אַוועֶקגעֶבּעֶן דעֶם טויערהיטעֶר פוּן בּית־המדרש, עֶר זאָל איהם אַריינלאָזעֶן העֶרעֶן תּורה, אוּן האַלבּ איז איהם פעֶרבּליבּעֶן אויף לעֶבּעֶנסמיטעֶל פאַר זיך אוּן פאַר זיין הויז־געֶזינד. מאַכט זיך איינמאָל אַז עֶר האָט אַ גאַנצעֶן טאָג געֶזוּכט אוּן נישט געֶקוּמעֶן וואוּ צוּ פעֶרדינעֶן, קוּמט עֶר צוּ פאַר נאַכט צוּם בּית־המדרש, לאָזט איהם אַהין דעֶר היטעֶר אָהן געֶלד נישט אַריין, קלעֶטעֶרט עֶר אַרויף אויפ׳ן דאַך אוּן שפּאַרט זיך אָן דאָרט געֶגעֶן שיין ־ פעֶנסטעֶרל דאָ אַרוּם אויפצוּחאַפּעֶן אַ לעֶבּעֶדיגס גאָט׳ס וואָרט פוּן די צוויי גרויסעֶ ↰ 87 לעֶהרעֶר׳ס מויל — פוּן שמעיה אוּן אַבטליון. אויסגעֶקוּמעֶן איז עֶס אין אַ ווינטעֶרדיגעֶן פרייטאָג, טבת־צייט, אוּן ווי הלל ליעגט דאָ אַזוי פעֶרטיעפט אין העֶרעֶן, פאַלט דעֶרווייל אויס אַ שניי — געֶהט אַזוי לאַנג, בּיז עֶר האָט איהם פעֶרשאָטעֶן, שבּת פאַר טאָג זאָגט שמעיה צוּ אבטליון: אבטליון בּרוּדעֶר, אַלעֶ טאָג אין דעֶר צייט איז שוין דאָ אין הויז ליכטיג אוּן היינט איז נאָך אַזוי פינסטעֶר, וואָס געֶטייט עֶס? זאָל דאָס זיין אַזאַ וואָלקעֶן־טאָג? גיבּעֶן זיי אַ קוּק אַרויף אוּן דעֶרזעֶהן עֶפּיס אַ מעֵנשעֶן־געֶשטאַלט אויבּעֶן אין פעֶנסטעֶרל. איז מעֶן אַרויף אויפ׳ן דאַך, געֶפינט מעֶן הלל׳ן דאָרט ליגעֶן אוּנטעֶר אַ בּאַרג שניי פוּן דריי איילעֶן די הויך. נעֶהמט מעֶן איהם אַראָבּ, מעֶן וואַשט איהם אַרוּם אוּן מעֶן שמירט־אויס זיין לייבּ מיט בּוימעֶל אוּן מעֶן מאַכט אַ פייעֶר איהם צוּ דעֶרוואַרעֶמעֶן, עֶר זאָל קוּמעֶן צוּ זיך. „צוּליעבּ אָבּראַטעֶוועֶן דאָס לעֶבּעֶן פוּן אַ זעֶלכעֶן — האַבּעֶן געֶזאָגט די לעֶהרעֶר — מעֶג מעֶן מחלל שבּת זיין”.

86 *)

גיט מעֶן אַ פרעֶג דעֶם רייכעֶן: אוּן דוּ פאַרוואָס האָסטוּ זיך נישט אָבּגעֶגעֶבּעֶן מיט תּורה? פעֶרעֶנטפעֶרט עֶר זיך: „איך בּין געֶוועֶן רייך, פעֶרטראָגעֶן תּמיד אין גרויסעֶ געֶשעֶפטעֶן” — זאָגט מעֶן איהם: בּיסטוּ אפשר רייכעֶר געֶוועֶן פוּן ר׳ אלעזר בּן חרסוּם?

מעֶן דעֶרצעֶהלט פוּן ר׳ אלעזר בּן חרסוּם, אַז דעֶר פאָטעֶר האָט איהם איבּעֶרגעֶלאָזט ירוּשה טויזעֶנד שטעֶדטליך אויף דעֶר יבּשה אוּן טויזעֶנד שיפעֶן אויפ׳ן ים. פלעֶגט עֶר נעֶהמעֶן מיט זיך אַ זעֶקיל מיט בּרויט אויף די אַקסלעֶן אוּן אַרוּמוואַנדעֶרעֶן פוּן שטאָדט צוּ שטאָדט אוּן פוּן לאַנד צוּ לאַנד צוּ לעֶרנעֶן תּורה. איינמאָל קוּמט עֶר אין זיינס אַ שטעֶדטיל, וואוּ אַפילוּ זיינעֶ אייגעֶנעֶ קנעֶכט האָבּעֶן איהם דאָרט נישט געֶקעֶנט. האָבּעֶן זיי איהם איבּעֶרגעֶנוּמעֶן, געֶוואָלט איהם נויטעֶן, ווי יעֶדעֶן ליידיגגעֶהעֶר, אָבּצוּטהוּן די צווינג־אַרבּייט פאַר דעֶם אייגעֶנטהימעֶר. בּעֶט עֶר זיך בּיי זיי: לאָזט מיך אָבּ, איך וויל געֶהן לעֶרנעֶן תּורה. שוועֶרעֶן זיי זיך בּיים לעֶבּעֶן פוּן זייעֶר האַר ר׳ אלעזר בּן חרסום, אַז זיי וועֶלעֶן איהם נישט אָנלאָזעֶן — בּיז עֶר האָט געֶמוּזט זיך אויסקויפעֶן בּיי זיי פאַר געֶלד. אוּן אַזוי איז ר׳ אלעזר בּן חרסוּם געֶזעֶסעֶן טאָג אוּן נאַכט אוּן געֶלעֶרעֶנט תּורה, אוּן אַלעֶ זיינעֶ גיטעֶר זעֶנעֶן איהם קיינמאָל גאָרנישט אָנגעֶגאַנגעֶן.

קוּמט־אויס, אַז הלל בּעשולדיגט די אָרימעֶ לייט אוּן ר׳ אלעזר בּן חרסוּם — די רייכעֶ.

שכל אוּן פעֶרשטאַנד.

אליהוּ, דעֶרמאָהנט זאָל עֶר וועֶרעֶן צוּ גוּטעֶן, דעֶרצעֶהלט:

— איינמאָל בּין איך געֶגאַנגעֶן אין וועֶג, בּעֶגעֶגעֶנט מיך אַ מעֶנש. ↰ 88 געֶהט מיט מיר אוּן וועֶרטעֶלט זיך אוּן מאַכט זיך איבּעֶר מיר לוּסטיג. זאָג איך איהם: זוּהן מיינעֶר, וואָס וועֶסטוּ עֶנטפעֶרעֶן בּיי׳ם יום הדין — אַז מעֶן וועֶט דיך פרעֶגעֶן פאַרוואָס האָסטוּ קיין תּורה נישט געֶלעֶרנט? זאָגט עֶר: איך קעֶן עֶנטפעֶרעֶן — גאָט האָט מיר נישט געֶשעֶנקט געֶנוּג שכל אוּן פעֶרשטאַנד אוּן מוח צוּ לעֶרנעֶן. פרעֶג איך איהם: זוּהן מיינעֶר — מיט וואָס בּעֶשעֶפטיגסטוּ זיך? — איך בּעֶשעֶפטיג זיך — עֶנטפעֶרט עֶר מיר — מיט פאַנגעֶן פויגעֶל אוּן פיש. פרעֶג איך איהם ווייטעֶר: וועֶר האָט דיר געֶגעֶבּעֶן שכל אוּן פעֶרשטאַנד אויסצוּזוּכעֶן פלאַקס — איהם שפּינעֶן — אויספלעֶכטעֶן נעֶטצעֶן אוּן פאַנגעֶן מיט זיי פיש אוּן עופות אוּן פעֶרקויפעֶן זיי אין מאַרק? — גאָט — זאָגט עֶר — האָט עֶס מיר געֶגעֶבּעֶן. זאָג איך איהם: אויסצוּזוּכעֶן פלאַקס — איהם שפּינעֶן — אויספלעֶכטעֶן נעֶטצעֶן אוּן פאַנגעֶן מיט זיי פיש אוּן פויגעֶל האָט דיר יאָ גאָט געֶגעֶבּעֶן שכל אוּן פעֶרשטאַנד — אוּן פאַר דעֶר תּורה — איבּעֶר וועֶלכעֶר עֶס וועֶרט געֶזאָגט — אַז זי איז „זעֶהר נאָהעֶנט” צוּם מעֶנשעֶן אוּן ס׳איז גאָר לייכט זי צוּ דעֶרגרייכעֶן, — פאַר איהר פעֶרמאָגסטוּ נישט קיין שכל אוּן פעֶרשטאַנד?

די בּעֶסטעֶ מלאכה.

ר׳ נהוראי פלעֶגט זאָגעֶן:

— איך שטעֶל־אַוועֶק אַלעֶ מלאכות פוּן דעֶר וועֶלט אוּן לעֶרעֶן מיין זוּהן נוּר תּורה — ווייל דעֶר מעֶנש געֶניסט פוּן איהרעֶ פרוּכט אויף דעֶר וועֶלט אוּן דאָס קרן גלייכט פאַר איהם איבּעֶר גאַנץ אויף יעֶנעֶר וועֶלט. בּיי אַלעֶ אַנדעֶרעֶ מלאכות איז נישט אַזוי — אוּן אַז אַ מעֶנש וועֶרט קראַנק אָדעֶר אַלט אוּן קעֶן זיך נישט אָבּגעֶבּעֶן מיט זיין מלאכה — שטאַרבּט עֶר פוּן הוּנגעֶר — די תּורה אָבּעֶר שטעֶהט־בּיי דעֶם מעֶנשעֶן אין אַלעֶ זיינעֶ נויטעֶן אוּן היט איהם פוּן אַלעֶס בּעֵז אין דעֶר יוּגעֶנד אוּן פעֶרזאָרגט איהם מיט אַ שעֶן אוּן אַ רוּהיג לעֶבּעֶן אויף דעֶר עֶלטעֶר.

די בּעֶסטעֶ סחורה
I
„אַ גוּטעֶן איינקויף האָבּ איך אייך געֶגעֶבּעֶן:
מיין תּורה פעֶרלאָזט נישט” —

תּורה איז די בּעֶסטעֶ סחורה. צוויי סוחרים — אַ שטייגעֶר — האָבּעֶן יעֶדעֶר אַ בּעֶזוּנדעֶר מין סחורה — איינעֶר זיידעֶנס אוּן דעֶר אַנדעֶרעֶר וואָלעֶנס — אוּן זיי מאַכעֶן צווישעֶן זיך אַ בּייט. בּלייבּט אַלץ יעֶדעֶר פוּן זיי נוּר בּיי ↰ 89 איין מין. תּורה אָבּעֶר, וועֶן איינעֶר איז אַ וואויל־געֶלעֶרעֶנטעֶר אין איין מסכת אוּן דעֶר אַנדעֶרעֶר אין אַ צווייטעֶר מכסת. בּלייבּט יעֶדעֶר פוּן זיי בּיי בּיידעֶ מסכתּות — איז נישט תּורה די בּעֶסטעֶ סחורה?

II

איינעֶר אַ וואויל־געֶלעֶרעֶנטעֶר האָט איבּעֶרייזט אין אַ שיף צוּזאַמעֶן מיט פיעל סוחרים — דעֶרפרעֶגעֶן זיי זיך בּיי איהם: וואוּ איז דיין סחורה? עֶנטפעֶרט עֶר זיי: מיין סחורה איז פיעל בּעֶסעֶר פוּן אַלעֶ אייעֶרעֶ. זוּכט מעֶן אין דעֶר שיף אין אַלעֶ ווינקעֶלעֶך אוּן מעֶן געֶפינט גאָרנישט. הויבּט מעֶן אָן פוּן איהם צוּ לאַכעֶן. אין מיטעֶן ים בּעֶפאַלעֶן איבּעֶר די שיף רויבּעֶר אוּן רויבּעֶן אַוועֶק פוּן די רייזעֶנדעֶ זייעֶר גאַנץ פעֶרמעֶגעֶן. ווי די סוחרים זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן צוּ אַ שטאָדט זעֶנעֶן זיי אַראָבּ הוילעֶ אוּן הוּנגעֶריגעֶ אוּן זיך אַרוּמגעֶדרעֶהט אין די גאַסעֶן אוּן נישט געֶהאַט מיט וואָס אַ טאָג איבּעֶרצוּקוּמעֶן. דעֶר וואויל־געֶלעֶרעֶנטעֶר אָבּעֶר איז אַריין גלייך אין בּית־המדרש אוּן זיך געֶשטעֶלט דרש׳עֶנעֶן פאַר׳ן עולם. אַז די שטאָדט־לייט האָבּעֶן געֶזעֶהן דאָס עֶר איז אַזאַ גרויסעֶר געֶלעֶרעֶנטעֶר, האָבּעֶן זיי איהם גרויס כּבוד אָנגעֶטהוּן אוּן איהם פעֶרזאָרגט מיט אַלעֶ זיינעֶ בּעֶדעֶרפעֶנישעֶן. דעֶרוויסעֶן זיך דעֶרפוּן יעֶנעֶ סוחרים, קוּמעֶן זיי צוּ איהם אוּן בּעֶטעֶן איהם איבּעֶר אויף דעֶם וואָס זיי האָבּעֶן איהם פריהעֶר אויסגעֶלאַכט, אוּן זאָגעֶן איהם: מיר בּעֶטעֶן דיך, דוּ ווייסט דאָך יאָ וועֶר מיר זעֶנעֶן, רעֶד־אויס פאַר אוּנז אַ גוּט וואָרט פאַר די שטאָדט־לייט מעֶן זאָל אוּנז נישט דעֶרלאָזעֶן אויסגעֶהן פאַר הוּנגעֶר. זאָגט עֶר זיי: האָבּ איך אייך דעֶן נישט געֶזאָגט, אַז מיין סחורה איז בּעֶסעֶר פוּן אייעֶרעֶ? אייעֶרעֶ איז פעֶרלוירעֶן געֶגאַנגעֶן — מיינעֶ איז געֶבּליבּעֶן — תּורה איז פאָרט די בּעֶסטעֶ סחורה.

אַן אָרט פוּן תּורה.

ר׳ יוסי בּן קסמא האָט דעֶרצעֶהלט:

— איינמאָל בּין איך געֶגאַנגעֶן אין וועֶג, בּעֶגעֶגעֶנט מיך איינעֶר בּעֶגריסט מיך אוּן פעֶרפיהרט מיט מיר אַ שמוּעֶס. — רבּי — פרעֶגט עֶר מיך — פוּן וואָס פאַר אַן אָרט בּיסטוּ? עֶנטפעֶר איך איהם: פוּן אַ גרויסעֶר שטאָדט, אַ שטאָדט פוּן חכמים אוּן וואויל־געֶלעֶרעֶנטעֶ. — רבּי — זאָגט עֶר מיר ווידעֶר — אפשר וואָלסטוּ בּעֶשטאַנעֶן זיך געֶזעֶצעֶן בּיי אוּנז אין שטאָדט, וועֶלעֶן מיר דיך אָבּגילטעֶן. זאָג איך איהם: איך זאָל וויסעֶן אַפילוּ, אַז איהר וועֶט מיר אָנגעֶבּעֶן דאָס גאָלד אוּן זילבּעֶר מיט די דימעֶנטעֶן אוּן בּריליאַנטעֶן פוּן דעֶר גאַנצעֶר וועֶלט — וועֶל איך בּלייבּעֶן וואוינעֶן נישט ↰ 90 עֶרגעֶץ אַנדעֶרש נאָר אין אַן אָרט פוּן תּורה, ווי דוד המלך זאָגט: „בּעֶסעֶר איז מיר די לעֶהרעֶ פוּן דיין מויל אַלס טויזעֶנדעֶר גאָלד אוּן זילבּעֶרשטיק”. אוּן אויך דאָס: געֶהט אַ מעֶנש פוּן דעֶר וועֶלט, בּעֶגלייטעֶן איהם נישט דאָס גאָלד אוּן זילבּעֶר אוּן נישט דימעֶנטעֶן אוּן בּריליאַנטעֶן, נאָר תּורה אוּן גוּטעֶ מעשים.

אייגעֶנשאַפטעֶן, נויטיגעֶ די תּורה צוּ עֶרוועֶרבּעֶן.
I

די תּורה וועֶרט עֶרוואָרבּעֶן דוּרך אַכט אוּן פעֶרציג אייגעֶנשאַפטעֶן:

דוּרך לעֶרנעֶן, איינהעֶרעֶן זיך, קלאָר אויסרעֶדעֶן, גלייכעֶן פעֶרשטאַנד, אינעֶרליכעֶ פעֶרטיעפוּנג, עֶהרפוּרכט, פרוּמקייט, עניוות, מוּנטעֶרקייט, ריינקייט, בּעֶדיענעֶן געֶלעֶהרטעֶ, אויסדרינגעֶן צוּזאַמעֶן מיט חברים, פּלפּוּל מיט תּלמידים, געֶזעֶצקייט, וויסעֶן מקרא אוּן משנה, וועֶניג האַנדלעֶן, וועֶניג שלאָפעֶן, וועֶניג שמוּעסעֶן, וועֶניג פעֶרגניגעֶן זיך אָנטהוּן, וועֶניג לאַכעֶן, וועֶניג פעֶרקעֶהרעֶן מיט דעֶר וועֶלט, איינגעֶהאַלטעֶנקייט פוּן כּעס, גוּטהאַרציגקייט, גלויבּעֶן אין חכמים, אָננעֶהמעֶן יסוּרים, וויסעֶן פאַר זיך דאָס פּלאַץ, צוּפריעדעֶן זיין מיט דעֶם וואָס מ׳האָט, מאַכעֶן אַ צוים צוּ אייגעֶנעֶ רעֶד, נישט זאָגעֶן זיך אַליין אַ דאַנק; בּעֶליעבּט זיך מאַכעֶן, ליעבּעֶן גאָט, ליעבּעֶן לייטעֶן, ליעבּעֶן גוּטס־טהוּן ליעבּעֶן שטראָף אויסצוּהעֶרעֶן, ליעבּעֶן געֶרעֶכטיגקייט, דעֶרווייטעֶרעֶן זיך פוּן כּבוד, נישט איבּעֶרנעֶהמעֶן זיך בּיים לעֶרנעֶן, נישט פרעֶהעֶן זיך אַרויסצוּטראָגעֶן אַ פּסק; מיטראָגעֶן מיט׳ן חבר די יאָך אוּן דן זיין איהם צוּ גוּטעֶן, איהם שטעֶלעֶן אויפ׳ן אמת, דעֶרבּרעֵנגעֶן צוּ שלום, בּעֶפריעדיגט זיין מיט׳ן לעֶרנעֶן, פרעֶגעֶן אוּן עֶנטפעֶרעֶן, אויסהעֶרעֶן אוּן אַליין אין דעֶם אויפטהוּן, לעֶרנעֶן כּדי צוּ קעֶנעֶן מיט אַנדעֶרעֶ לעֶרנעֶן אוּן לעֶרנעֶן כּדי צוּ טהוּן; אויפקלעֶרעֶן דעֶם לעֶהרעֶר, איבּעֶרגעֶבּעֶן דאָס וואָס מ׳העֶרט פוּנ׳ם לעֶהרעֶר פּינקטליך אוּן איבּעֶרזאָגעֶן אַ זאַך אין נאָמעֶן פוּן דעֶם, וואָס האָט עֶס געֶזאָגט.

II

זאָלסט נישט זוּכעֶן קיין גרויסקייט פאַר זיך אוּן זאָלסט נישט בּעֶגעֶרעֶן קיין כּבוד. מעֶהר וויפיעל דוּ לעֶרעֶנסט זאָלסטוּ נישט טהוּן. אוּן זאָלסט נישט גלוּסטעֶן נאָך דעֶם טיש פוּן פירשטעֶן, דעֶן דיין טיש איז גרעֶסעֶר ווי זייעֶר טיש אוּן דיין קרוין איז גרעֶסעֶר ווי זייעֶר קרוין, אוּן דיין אַרבּייט־געֶבּעֶר איז בּעֶגלויבּט דיר צוּ בּעֶצאָהלעֶן דעֶם לוין פאַר דיין וועֶרק.




↤ 91

וועֶר עֶס האַלט זיך קליין איבּעֶר דעֶר תּורה אויף דעֶר וועֶלט — וועֶט גרויס זיין אויף יעֶנעֶר וועֶלט, אוּן וועֶר עֶס פעֶרשקלאַפט זיך איבּעֶר דעֶר תּורה — וועֶט פריי זיין אויף יעֶנעֶר וועֶלט.




ר׳ עקיבא האָט געֶזאָגט: וועֶר עֶס נעֶהמט זיך איבּעֶר מיט זיין קעֶנעֶן לעֶרנעֶן — איז גלייך צוּ אַ נבלה אַ צעֶלעֶגטעֶ אין מיטעֶן וועֶג, יעֶדעֶר פעֶרבּייגעֶהעֶר פעֶרשטעֶלט זיך די נאָז, דרעֶהט זיך אויס אוּן איילט זיך פוּן דאָרט אַוועֶקצוּגעֶהן.




בּן עזיא האָט געֶזאָגט: וועֶר עֶס לאָזט זיך אַראָבּ צוּליבּ דעֶר תּורה, עֶסט אַ פעֶרדאַרט שטיקעֶל בּרויט מיט ציגעֶלעֶ אוּן געֶהט אָנגעֶטהוּן אין שמאַטעֶס, אוּן זיצט־איבּעֶר גאַנצעֶ טעֶג אוּן וואַלגעֶרט זיך פאַר די טהירעֶן פוּן געֶלעֶהרטעֶ, אַזוי אַז יעֶדעֶר פעֶרבּייגעֶהעֶר טייט אויף איהם מיט די פינגעֶר ווי אויף אַ ווילדעֶן מעֶנשעֶן — דעֶר וועֶרט צוּם סוף אַליין אַ געֶלעֶהרטעֶר אוּן דוּ געֶפינסט בּיי איהם אַן אוצר פוּן דעֶר תּורה.

„די קלוּגשאַפט געֶפינט זיך פוּן נישט” — אויף דעֶם דאָזיגעֶן פּסוּק אין איוב האָט ר׳ יוחנן געֶזאָגט: די תּורה קעֶן זיך איינהאַלטעֶן נוּר בּיי דעֶם, וואָס האַלט זיך גלייך ווי עֶר ווייסט גאָרנישט.

„די חכמה־זינגט אויס אין דרויסעֶן” — אויף דעֶם פּסוּק אין משלי האָט רבּא געֶזאָגט: „לעֶרן אין דעֶר שטיל גיי זיך אין צימעֶר אינוועֶניג — די תּורה דיינעֶ וועֶט שוין איבּעֶר דיר אַרויסרוּפעֶן אין דרויסעֶן.

די תּורה — איהר שיך איז עניוות, איהר קרוין — פרוּמקייט.




ר׳ יוחנן בּן זכּאי פלעֶגט זאָגעֶן: אויבּ דוּ האָסט געֶלעֶרנט פיעל תּורה גיבּ זיך נישט קיין דאַנק דעֶרפאַר, דעֶן דעֶרויף בּיזטוּ געֶשאַפעֶן.

III

אַזוי איז די אַרט פוּן תּורה לעֶרנעֶן! בּרויט מיט זאַלץ זאָלסטוּ עֶסעֶן אוּן וואַסעֶר מיט אַ מאָס זאָלסטוּ טרינקעֶן, אוּן אויף דעֶר עֶרד זאָלסטוּ שלאָפעֶן אוּן אַ לעֶבּעֶן פוּן נויט זאָלסטוּ לעֶבּעֶן, אוּן מיהעֶן זאָלסטוּ זיך איבּעֶר די תּורה. אויבּ דוּ טהוּסט אַזוי, וואויל איז דיר אוּן גוּט איז דיר — וואויל איז דיר אויף דעֶר וועֶלט אוּן גוּט איז דיר אויף יעֶנעֶר וועֶלט.




ר׳ יונתן זאָגט: דעֶר וואָס איז מקיים די תּורה אוּן אָרימקייט וועֶט עֶר זי אַמאָל מקיים זיין אין רייכקייט; אוּן דעֶר וואָס פעֶרלאָזט די תּורה צוּליבּ רייכקייט וועֶט עֶר זי אַמאָל פעֶרלאָזעֶן צוּליבּ אָרימקייט.

↤ 92

ר׳ מאיר זאָגט: וואָס וועֶניגעֶר גיבּ זיך אָבּ מיט געֶשעֶפט אוּן בּעֶשעֶפטיג זיך מיט דעֶר תּורה, אוּן האַלט זיך קליין פאַר יעֶדעֶן מעֶנשעֶן. אויבּ די ווילסט פעֶרלאָזעֶן די תּורה וועֶסטוּ האָבּעֶן פאַר זיך אַ סך שטעֶרוּנגעֶן, אויבּ די וועֶסט אָבּעֶר בּעֶשעֶפטיגעֶן זיך מיט דעֶר תּורה איז פאַרהאַן פיעל בּעֶלוינוּנג דיר צוּ געֶבּעֶן.

IV

„נישט אויפ׳ן הימעֶל איז זי (די תּורה)” — נישט בּיי די, וואָס פעֶררייסעֶן דעֶם קאָפּ אין דעֶר הויך; „אוּן נישט פוּן יעֶנעֶר זייט ים” — נישט בּיי די, וואָס לאָזעֶן זיך אין ווייטעֶ מדינות האַנדלעֶן אוּן וואַנדלעֶן.




„דאָס טוּמלעֶן זיך צעֶשטרייעֶט דעֶם קלוּגעֶן” — וועֶרט געֶזאָגט אין קוהלת. גיט זיך אָבּ אַ געֶלעֶהרטעֶר מיט צוּפיעל זאַכעֶן וועֶרט זיין חכמה צוּמישט; גיט זיך ווידעֶר אָבּ אַ געֶלעֶהרטעֶר מיט קהל׳שעֶ זאַכעֶן — פעֶרגעֶסט עֶר דאָס לעֶרנעֶן זיינס.

ר׳ יהושע בּן לוי דעֶרצעֶהלט: זעֶכציג הלכות האָט מיך ר׳ יהוּדה בּן פּדיה אויסגעֶלעֶרעֶנט אין איין ענין, האָבּ איך זיי אַלעֶ פעֶרגעֶסעֶן בּיז איינעֶ, אוּן נוּר דעֶרפאַר וואָס איך האָבּ זיך אבּגעֶגעֶבּעֶן מיט קהל־זאַכעֶן.

V

ר׳ שמעון בּן יוחאי זאָגט: תּורה איז איינעֶ פוּן די גוּטעֶ מתנות” וואָס דעֶר מעֶנש בּעֶקוּמט זיי נוּר דוּרך יסוּרים, ווי דעֶר משורר אין תּהלים זאָגט: „וואויל איז דעֶם מעֶנשעֶן וואָס דוּ (גאָט) בּעֶשטראָפסט איהם — אוּן מיט דעֶר תּורה דיינעֶ בּעֶלעֶהרסטוּ איהם”.

אַזעֶלכעֶ יסוּרים, וואָס שטעֶרעֶן נישט דעֶם מעֶנשעֶן צוּם לעֶרנעֶן — הייסעֶן „יסוּרים של אהבה” (ליעבּעֶ־ליידעֶן).

ר׳ בּיסנא זאָגט: ס׳איז נישטאָ אויף דעֶר וועֶלט קיין מעֶנש אָהן יסוּרים, איינעֶר שלאָפט נישט פאַר צייהנוועֶטיג, איינעֶר — ווייל עֶר מיהט זיך אין דעֶר תּורה. דעֶר איז וואַך אין יעֶנעֶר איז וואַך — וואויל איז דעֶם מעֶנשעֶן וואָס איז וואַך צוּליבּ דעֶר תּורה.

VI

צוּליבּ תּורה מוּז מעֶן אַמאָל זיין אַן אַכזר אויף אייגעֶנעֶ ווייבּ אוּן קינדעֶר.

אַז ר׳ אדא בּר מתנה האָט זיך אַוועֶקגעֶלאָזט לעֶרנעֶן תּורה, פרעֶגט איהם דאָס ווייבּ: וואָס וועֶל איך טהוּן מיט די קינדעֶר? וועֶר וועֶט זיי שפּייזעֶן?

↤ 93

— האָבּעֶן זיך אויסגעֶלאָזט שילפעֶן (טשעֶרעֶט) בּיי די טייכעֶן? — האָט עֶר איהר אָבּגעֶעֶנטפעֶרט.

VII

ר׳ יצחק זאָגט: זאָגט דיר עֶמיצעֶר: „איך האָבּ זיך בּעֶמיהט אוּן נישט עֶררייכט” — גלויבּ נישט; „זיך נישט בּעֶמיהט אוּן עֶררייכט — גלויבּ נישט; „זיך בּעֶמיהט אוּן עֶררייכט” — גלויבּ.


VIII

ר׳ אליעזר פלעֶגט זאָגעֶן:

אַלעֶ ימים זאָלעֶן זיין טינט — אַלעֶ שילפעֶן — פּעֶנעֶס — הימעֶל אוּן עֶרד — פּאַרמעֶט — אוּן אַלעֶ מעֶנשעֶן שרייבּעֶר — וועֶט עֶס נישט קלעֶקעֶן צוּ פעֶרשרייבּעֶן אין גאַנצעֶן די תּורה וואָס איך האָבּ אויסגעֶלעֶרעֶנט; אוּן איך האָבּ פוּן איהר נישט געֶמינדעֶרט מעֶהר ווי אַן איינגעֶטוּנקט פּעֶנזיל פוּנ׳ם ים.

ר׳ עקיבא זאָגט: איך פיהל זיך נישט אין כּוח צוּ זאָגעֶן ווי מיינעֶ לעֶהרעֶר: זיי האָבּעֶן דאָך עֶטוואָס פוּן דעֶר תּורה געֶמינדעֶרט — איך אָבּעֶר האָבּ פוּן איהר קיין האַר נישט געֶמינדעֶרט, ווי עֶס וועֶרט נישט געֶמינדעֶרט פוּנ׳ם אתרוג אַז מעֶן שמעֶקט איהם — פוּנ׳ם קוואל אַז מעֶן שעֶפּט פוּן איהם — פוּנ׳ם ליכט אַז מעֶן צינדט בּיי דעֶם אָן אַ צווייטעֶ.

IX

בּן עזאי איז אינמאָל געֶזעֶסעֶן אוּן געֶ׳דרש׳עֶט — אוּן אַ פייעֶר האָט זיך אַרוּם איהם צוּפלאַמט. געֶהט מעֶן אוּן מעֶן דעֶרצעֶהלט עֶס ר׳ עקיבא׳ן. קוּמט צוּ איהם ר׳ עקיבא אוּן זאָגט איהם: מ׳האָט מיר איבּעֶרגעֶגעֶבּעֶן אַז דוּ האָסט געֶ׳דרש׳עֶט אוּן אַ פייעֶר האָט אַרוּם דיר געֶפלאַמט.

— אַזוי איז טאַקי געֶוועֶן — עֶנטפעֶרט בּן עזאי.

— האָסטוּ זיך נישט פעֶרטיעפט אין אַ שמוּעֶס איבּעֶר מעשה מרכּבה *)!

— ניין — זאָגט בּן עזאי — נאָר איך בּין געֶזעֶסעֶן אוּן אויפגעֶציעֶלעֶט איינס אויפ׳ן אַנדעֶרעֶן תּורה־וועֶרטעֶר, פוּן תּורה איבּעֶרגעֶגאַנגעֶן צוּ נביאים — פוּן נביאים צוּ כּתובים — האָבּעֶן די וועֶרטעֶר געֶבּלאַנקט שפּאָגעֶלנייעֶ אוּן זאַנפט זעֶנעֶן זיי געֶוועֶן ווי נאָר־וואָס געֶגעֶבּעֶנעֶ פוּן סיני. זעֶנעֶן זיי דעֶן אויפ׳ן בּאַרג סיני פוּן אָנהויבּ־אָן נישט דוּרך פייעֶר דעֶר וועֶלט געֶגעֶבּעֶן געֶוואָרעֶן?

*) הויכעֶ אוּן טיעֶפעֶ ענינים פוּן די סודות התורה.

↤ 94

ליעֶבּעֶ צוּ דעֶר תּורה.
I

ר׳ חנינא בּן חכינאי אוּן ר׳ שמעון בּן יוחאי האָבּעֶן זיך אַוועֶקגעֶלאָזט צוּ ר׳ עקיבא אין בּני־בּרק צוּ לעֶרנעֶן תּורה. האָבּעֶן זיי דאָרט פעֶרבּראַכט גאַנצעֶ דרייצעֶהן יאָהר. פלעֶגט ר׳ שמעון בּן יוחאי אָפט שיקעֶן צוּ געֶוואָהר־וועֶרעֶן וואָס עֶס טהוּט זיך בּיי איהם אין דעֶר היים. ר׳ חנינא בּן חכינאי אָבּעֶר האָט דאָס נישט געֶטהוּן.

איינמאָל בּעֶפוילט דאָס ווייבּ ר׳ חנינא בּן חכינאי: „דיין טאָכטעֶר איז שוין אַ דעֶרוואַקסעֶנעֶ — ס׳איז שוין צייט זאָלסט קוּמעֶן זי חתוּנה מאכעֶן”. האָט עֶר געֶנוּמעֶן עֶרלויבּעֶניש בּיי ר׳ עקיבא אוּן איז אַוועֶק צוּ זיך אַ היים. געֶקוּמעֶן צוּ זיך אין שטאָדט, געֶפינט עֶר אַז די גאַסעֶן האָבּעֶן זיך אין דעֶר צייט אינגאַנצעֶן געֶעֶנדעֶרט אוּן עֶר האָט נישט געֶוואוּסט וואוּ איז זיין הויז. זעֶצט עֶר זיך בּיי׳ם בּרעֶג טייך. העֶרט עֶר ווי די וואַסעֶר־שעֶפעֶרינס רוּפעֶן זיך אָן צוּ איינעֶר פוּן זיי: „חכינאי׳ס טאָכטעֶר — נעֶהם־אָן אַ קרוּג וואַסעֶר אוּן לאָמיר געֶהן”. טראַכט עֶר זיך: זעֶהט־אויס — דאָס איז פוּן מיין הויז. געֶהט עֶר נאָך יעֶנעֶר, בּיז זי איז אַריין אין אַ שטוּבּ אוּן עֶר נאָך איהר. איז גראָד זיין ווייבּ געֶזעֶסעֶן דעֶמאָלט אוּן געֶזיפּט מעֶהל, ווי זי גיט אַזוי אַ קוּק דעֶרזעֶהט זי איהם פּלוּצים שטעֶהן פאַר זיך — אוּן פאַלט טויט־חלשוּת.

— ארימע! — שרייט עֶר אויס — אויפהויבּעֶנדיג די אויגעֶן צוּם הימעֶל — אָט דאָס איז אַזאַ בּעֶלוין פאַר אַזוי פיעל יאָהרעֶן ליידעֶן!? דעֶרבּאַרעֶם זיך אויף איהר, רבּונו־של־עולם!

איז זי בּאַלד געֶקוּמעֶן צוּ זיך אוּן געֶעֶפעֶנט די אויגעֶן.

II

ר׳ חמא בּר בּיסא האָט זיך אַוועֶקגעֶלאָזט אין דעֶר פרעֶמד לעֶרנעֶן אוּן פעֶרבּראַכט דאָרט אין בּית־המדרש גאַנצעֶ צוועֶלף יאָהר. געֶקוּמעֶן דעֶרנאָך צוּריק אין זיין שטאָדט — טראַכט עֶר זיך: איך וועֶל נישט טהוּן אַזוי ווי בּן חכינאי. געֶהט עֶר אַוועֶק אין בּית־המדרש — בּלייבּט דאָרט וואַרטעֶן אוּן שיקט אַ היים אָנזאָגעֶן אַז עֶר איז געֶקוּמעֶן.

דעֶרווייל קוּמט־אַריין אין בּית־המדרש אַ יוּנגעֶרמאַן אוּן זעֶצט זיך אַוועֶק געֶגעֶן ר׳ חמא׳ן. פעֶרפיהרעֶן זיי בּיידעֶ אַ שמוּעֶס אין לעֶרנעֶן. זעֶהט ר׳ חמא, אַז דעֶר יוּנגעֶרמאַן האָט אַ שאַרפעֶן קאָפּ אוּן קעֶן פיעֶל לעֶרנעֶן. פאַלט עֶר אַריין אין מרה־שחורה אוּן טראַכט זיך: אַך, וואָלט ↰ 95 איך געֶבּליבּעֶן אין דעֶר היים וואָלט דאָך מיין זוּהן בּיי מיר אויך געֶקעֶנט אויסוואַקסעֶן אַזעֶלכעֶר ווי דעֶר!

שפּעֶטעֶר אַז ר׳ חמא איז אַריינגעֶקוּמעֶן צוּ זיך אין הויז, איז בּאַלד נאָך איהם אַהין געֶקוּמעֶן אויך יעֶנעֶר יוּנגעֶרמאַן. מיינט ר׳ חמא, אַז געֶקוּמעֶן איז עֶר בּיי איהם פרעֶגעֶן אַ דבר־הלכה, שטעֶלט עֶר זיך פאַר איהם אויף.

רוּפט־אויס דאָס ווייבּ: וואוּ האָט מעֶן דאָס געֶזעֶהן, אַז אַ פאָטעֶר זאָל שטעֶהן פאַר זיין זוּהן? דאָס איז דאָך אוּנזעֶר קינד אושעיא!

דעֶרהעֶרט דאָס, האָט זיך ר׳ חמא שטאַרק דעֶרפרעֶהט אוּן האָט אויסגעֶרוּפעֶן מיט די וועֶרטעֶר פוּן קוהלת:

— „דעֶר פאָדים אין דרייעֶן־געֶדרעֶהטעֶר וועֶט זיך נישט גיך איבּעֶררייסעֶן” — וויבּאַלד דריי דורות כּסדר, פוּן מיין פאָטעֶר בּיז מיין זוּהן האַלט זיך אין אוּנזעֶר הויז די תּורה, בּין איך זיכעֶר אויף ווייטעֶר — אַז קיינמאָל וועֶט זי זיך שוין פוּן אוּנזעֶר הויז נישט אויסלאָזעֶן.

III

רבא האָט געֶשיקט זיין זוּהן נאָך דעֶר חתונה זיינעֶר אין ר׳ יוסף׳ס בּית־המדרש אויף זעֶקס יאָהר צוּ לעֶרנעֶן תּורה. אַוועֶק דריי יאָהר האָט זיך דעֶר יוּנגעֶרמאַן פעֶרבּעֶנקט נאָך זיין הויז־געֶזינד אוּן זיך אוּמגעֶקעֶהרט אַהיים צוּ זעֶהן זיך מיט זיינעֶ אייגעֶנעֶ, איז עֶר אָנגעֶקוּמעֶן אַהיים פּוּנקט ערב יום־כּפּוּר. דעֶרהעֶרט דאָס זיין פאָטעֶר — חאַפּט עֶר אַ שטעֶקעֶן אוּן לויפט אַקעֶגעֶן איהם אַרויס.

אַ דוּ יוּנגאַטש איינעֶר! — פאַלט עֶר אויף איהם אָן — ס׳האָט דיך געֶצויגעֶן צוּ דיין טייבּעל־ווייבּעֶל!

האָבּעֶן זיי זיך אַזוי ווייט פעֶראַמפּעֶרט — אַז זיי האָבּעֶן אַפילוּ נישט פעֶרפאַסט מיט דעֶר סעודה המפסקת.

IV

איינעֶר אַ כּופר האָט געֶזעֶהן ווי רבא איז פעֶרטיעפט שטאַרק אין לעֶרנעֶן, אַזוי אַז עֶר האָט נישט געֶשפּירט ווי זיין פינגעֶר האָט זיך צוּקלעֶמט בּיז צוּם בּלוּט. רוּפט עֶר זיך אָן:

— אָט דאָס הייסט אַ פאָלק אַ מבוּהל! דאָס מויל חאַפּט פאַר די אויעֶרעֶן, אויסגעֶשריגעֶן „נעשה” (מיר וועֶלעֶן טהוּן) פאַר „נשמע” נאָך איידעֶר מעֶן העֶרט וואָס מעֶן הייסט טהוּן, צי מעֶן וועֶט עֶס קעֶנעֶן אויספיהרעֶן. אָט אַזעֶלכעֶ זעֶנט איהר געֶוועֶן אוּן אַזוי זעֶנט איהר פעֶרבּליבּעֶן בּיז היינטיגעֶן טאָג!

↤ 96

מיר — עֶנטפעֶרט איהם רבא — קליגעֶן זיך נישט צוּפיעל, אויף אוּנז איז געֶזאָגט געֶוואָרעֶן: „דאָס תּמימות פוּן די גראַדעֶ לייט פיהרט זיי (אויפ׳ן רעֶכטעֶן וועֶג)”; אויף אייעֶרעֶ לייט אָבּעֶר, וואָס זעֶנעֶן פעֶרדרעֶהט אוּן ווילעֶן יעֶנעֶם פעֶרדרעֶהעֶן, איז געֶזאָגט געֶוואָרעֶן די צווייטעֶ העֶלפט פוּן דעֶם זעֶלבּעֶן פּסוּק: „דאָס פעֶרדרעֶהעֶניש פוּן די פעֶררעֶטהעֶר פעֶרפיהרט זיי אין אַן אוּמגליק”.

V

די תּורה בּיי די וואָס לעֶרנעֶן זי איז ליעֶבּ יעֶדעֶר טאָג אוּן יעֶדעֶ שעה פּוּנקט ווי די עֶרשטעֶ שעה וועֶן מ׳האָט זי אַראָבּגעֶגעֶבּעֶן פוּן בּאַרג סיני.




דאָס זויגעֶנדיגעֶ קינד געֶפינט אין דעֶר מוּטעֶרס בּרוּסט אַלעֶ מאָל פרישעֶ אוּן זיסעֶ מילך, אַזוי געֶפינט דעֶר לעֶרנעֶר אין דעֶר תּורה אַלעֶ מאָל אַ פרישעֶן טעם אוּן אַ נייעֶם געֶשמאַק.

VI

ר׳ אלעזר בּן פּדת פלעֶגט זיין אַזוי אַריינגעֶלאָזט אין דעֶר תּורה, אַז עֶר אַליין פלעֶגט זיצעֶן אוּן לעֶרנעֶן אין אוּנטעֶרשטעֶן מאַרק פוּן צפּורי אוּן דעֶר אויבּעֶרמאַנטעֶל זיינעֶר פלעֶגט בּלייבּעֶן ליגעֶן עֶרגיץ אויף דעֶר עֶרד אין דעֶם אויבּעֶרשטעֶן מאַרק — וואוּ עֶר האָט עֶס לויפעֶנדיג אין בּית־המדרש דאָרט פעֶרלוירעֶן.

— איינמאָל — דעֶרצעֶהלט מעֶן — האָט איינעֶר געֶוואָלט דעֶם מאַנטעֶל צוּנעֶמעֶן, האָט יעֶנעֶר אָבּעֶר געֶפוּנעֶן אויף איהם ליגעֶן אַ גיפטיגעֶ שלאַנג.

VII

ווי די פיש וואָס וואַקסעֶן אַליין שטעֶנדיג אין וואַסעֶר, אוּן פוּן דעֶסטוועֶגעֶן ווי עֶס פאַלט נאָר אַראָבּ אַ טראָפּעֶן רעֶגעֶן פוּן אויבּעֶן, חאַפּעֶן זיי עֶס אויף מיט דוּרשט, גלייך ווי זיי האָבּעֶן אויף זייעֶר לעֶבּעֶן קיינמאָל קיין וואַסעֶר נישט פעֶרזוּכט, — אַזוי אויך יודעֶן, חאָטש זיי ווייקעֶן זיך אין תּורה, ווי זיי דעֶרהעֶרעֶן נוּר אַ ניי וואָרט פוּן תּורה חאַפּעֶן זיי עֶס אויף מיט דוּרשט גלייך ווי זיי האָבּעֶן קיינמאָל קיין תּורה נישט פעֶרזוּכט.


VIII

ר׳ אבּיה האָט זיך איינמאָל אוּמגעֶקעֶהרט פוּן קסריה אַהיים, האָט דאָס פּנים בּיי איהם געֶשטראַהלט פאַר שמחה. האָבּעֶן עֶס די תּלמידים ↰ 97 בּעֶמעֶרקט, געֶהעֶן זיי אוּן דעֶרצעֶהלעֶן עֶס ר׳ יוחנן: ר׳ אבּיה, זעֶהט־אויס, האָט געֶפוּנעֶן אַן אוצר.

— פוּן וואַנעֶן ווייסט איהר? פרעֶגט זיי ר׳ יוחנן.

— דאָס פּנים — עֶנטפעֶרן זיי — שטראַהלט איהם פאַר גרויס פרייד

— ווייזט־אויס — זאָגט זיי ר׳ יוחנן — אַז עֶר האָט זיך דעֶרוואוּסט אַ נייעֶס אין דעֶר תּורה.

דעֶרפרעֶגעֶן זיך די תּלמידים בּיי ר׳ אבּיה: וואָס פאַר אַ נייעֶס האָט דעֶר רבּי געֶהעֶרט אין דעֶר תּורה?

— איך בּין געֶוואָהר־געֶוואָרעֶן פוּן אַן אַלטעֶר תּוספתּא — האָט עֶר זיי געֶעֶנטפעֶרט מיט אַ שיינעֶנדיג פּנים.

IX

אַ גוי האָט בּעֶמעֶרקט אַז בּיי ר׳ יהוּדה בּן אלעאי איז דאָס פּנים רויט. זאָגט עֶר: נישט אַנדעֶרש, אַז דעֶר פעֶרנעֶהמט זיך מיט איינס פוּן די דריי זאַכעֶן: אָדעֶר עֶר איז אַ וואָכעֶרניק, אָדעֶר אַ חזיר׳ניק, אָדער אַ וויינטרינקעֶר.

דעֶרהעֶרט עֶס ר׳ יהוּדה, רוּפט עֶר זיך אָן: ווי לאַנג שמאַכט עֶר צי איינס פוּן די דריי זאַכעֶן איז אמת. נישט קיין וואָכעֶרעֶר בּין איך אוּן נישט חזירים האָדיוועֶ איך — בּיידעֶ זאַכעֶן זעֶנעֶן יוּדעֶן פעֶרוועֶהרט. אוּן קיין וויין טרינק איך אויך נישט — אויסעֵר די פיעֶר פּסח׳דיגעֶ כּוסות, אי דאָס געֵה איך פוּן זיי אַרוּם מיט אַ קאָפּ־וועֵהטאָג בּיז שבוּעות.

— פוּן וואָס־זשעֶ פאָרט איז דאָס פּנים בּיי דיר אַזוי רויט? — פרעֶגט מעֶן איהם.

— פוּן דעֶר תּורה — עֶנטפעֶרט עֶר — זי גיט מיר חיוּת אוּן זי געֶשיינט מיר דאָס פּנים.

לעֶרנעֶן תּורה צוּליבּ איהר אַליין.
I

אַ מעֶנש טאָר נישט זאָגעֶן: איך וועֶל לעֶרנעֶן, כּדי מעֶן זאָל מיך רוּפעֶן געֶלעֶהרטעֶר, רבּי, כּדי איך זאָל וועֶרעֶן ראש־ישבה; נאָר לעֶרנעֶן זאָלסטוּ תּורה לשמה, אויס ליעֶבּעֶ צוּ איהר אַליין — אוּן דעֶר כּבוד וועֶט דיך שוין נישט אויסמיידעֶן.

↤ 98

II

ר׳ צדוק פלעֶגט זאָגעֶן: מאַך נישט זי (די תּורה) פאַר אַ קרוין צוּ שטאָלצירעֶן דעֶרמיט אוּן נישט קיין אינסטרוּמעֶנט צוּ פעֶרדיענעֶן מיט דעֶם, ווי הלל פלעֶגט זאָגעֶן: „בּעֶנוּצט זיך וועֶר מיט דעֶם קרוין (פוּן תּורה), מוּז עֶר אוּנטעֶרגעֶהן”.

III

ר׳ מאיר זאָגט: דעֶר וואָס בּעֶשעֶפטיגט זיך מיט תּורה צוּליבּ איהר אַליין איז זוכה צוּ פיעֶל זאַכעֶן. אוּן נישט נוּר דאָס, נאָר די גאַנצעֶ וועֶלט קוּמט איהם. עֶר וועֶרט אָנגעֶרוּפעֶן פריינד אוּן געֶליעבּטעֶר, פריינד פוּן גאָט אוּן פריינד פוּן לייטעֶן, דעֶרפרעֶהעֶר פוּן גאָט אוּן דעֶרפרעֶהעֶר פוּן מעֶנשעֶן. אוּן זי (די תּורה) קליידט איהם אָן מיט עניוות אוּן עֶהרפוּרכט, אוּן מאַכט איהם פעֶהיג צוּ וועֶרעֶן פרוּם, עֶהרליך אוּן געֶטריי — אוּן דעֶרווייטעֶרט איהם פוּן זינד אוּן בּרעֶנגט איהם צוּ טהוּן גוּטס; אוּן מעֶן געֶניסט פוּן איהם ראַטה אוּן קעֶנטעֶניש, פעֶרשטאַנד אוּן שטאַרקייט; אוּן זי גיט איהם קעֶנטשאַפט אוּן פעֶהיגקייט ריכטיג צוּ אוּרטיילעֶן; אוּן מעֶן עֶנטפּלעֶקט פאַר איהם סודות פוּן דעֶר תּורה, אוּן עֶר וועֶרט ווי אַ קוואַל וואָס העֶרט נישט אויף אוּן ווי אַ שטראָם וואָס האַלט זיך אין איין שטאַרקעֶן, אוּן עֶר וועֶרט בּעֶשיידעֶן אוּן געֶדוּלדיג, אוּן עֶר איז מוחל אויף אַ בּעֶליידיגוּנג. אוּן זי מאַכט איהם גרויס אוּז דעֶרהויבּעֶן איבּעֶר אַלעֶ זאַכעֶן.

IV

ר׳ בּנאה פלעֶגט זאָגעֶן: תּורה צוּליבּ איהר אַליין איז אַ סם פוּן לעֶבּעֶן, תּורה צוּליבּ אַנדעֶרעֶ ציעֶלעֶן איז אַ סם־המות.

V

רב פלעֶגט זאָגעֶן: עֶס שאַדט נישט אַ מעֶנש זאָל זיך בּעֶשעֶפטיגעֶן מיט תּורה אוּן מצוות אַפילוּ צוּליבּ אַנדעֶרעֶ ציעֶלעֶן, דעֶרפוּן וועֶט עֶר בּיסלעֶכווייז זיך אַריינציהעֶן אין תּורה אוּן מצוות צוּליבּ זיי אַליין.

דאָס לעֶרנעֶן תּורה מיט אַנדעֶרעֶ.
I

ר׳ יוחנן פלעֶגט זאָגעֶן: דעֶר וואָס לעֶרעֶנט אַליין תּורה אוּן לעֶרעֶנט נישט יעֶנעֶם איז עֶר גלייך צוּ אַ הדס (מירטעֶנבּוים) וואָס וואַקסט אין מדבּר — אַ ריח פעֶרמאָגט עֶר, קיינעֶר אָבּעֶר האָט נישט פוּן איהם קיין הנאה.

↤ 99

רב נחמן בּן רב חסדא האָט געֶזאָגט: אַ תּלמיד־חכם איז געֶגליכעֶן צוּ אַ פלעֶשעֶלעֶ בּאַלזאַם: אַן אָפעֶנס לאָזט פוּן זיך אַ גוּטעֶן ריח — אַ פעֶרמאַכטס — נישט.

II

אין רב׳ס נאָמעֶן זאָגט מעֶן: ווייסט עֶמיצעֶר אַ תּורה־זאַך אוּן לעֶרעֶנט עֶס דעֶם אַנדעֶרעֶן נישט אויס — איז גלייך ווי עֶר וואָלט בּיי יעֶנעֶם אַוועֶקגעֶרויבּט אַ טייל פוּן זיינעֶ עֶלטעֶרעֶנ׳ס נחלה — ווי דעֶר פּסוּק זאָגט: „די תּורה וואָס משה האָט אוּנז געֶבּאָטעֶן איז אַ ירוּשה פוּן אַלעֶ יוּדעֶן”.

אין ר׳ שמעון חסידא׳ס נאָמעֶן זאָגט מעֶן: וועֶר עֶס קעֶן אַליין אוּן יעֶנעֶם לעֶרעֶנט עֶר נישט — שעֶלטעֶן איהם אַפילוּ די קינדעֶרלעֶך וואָס ליגעֶן נאָך אין דעֶר מוּטעֶר׳ס בויך (ד. ה. דעֶר שפּעֶטעֶרדיגעֶר דוּר).

III
„פעֶרמעֶגעֶן אוּן רייכטהוּם (בּלייבּט) אין זיין הויז
די צדקה זיינעֶ בּלייבּט־איבּעֶר אויף אייבּיג” —

די דאָזיגעֶ וועֶרטעֶר פוּנ׳ם משורר אין תּהלים — זאָגעֶן רב הוּנא אוּן רב חסדא — קעֶנעֶן אויסגעֶטייטשט וועֶרעֶן אויף דעֶם וואָס לעֶרעֶנט אַליין אוּן לעֶרעֶנט יעֶנעֶם, אוּן אויך אויף דעֶם וואָס קויפט ספרים אוּן פעֶרלייהט זיי אַנדעֶרעֶ — בּיי איהם בּלייבּט נישט וועֶניגעֶר אוּן יעֶנעֶם קוּמט־צוּ.

„ס׳איז נישטאָ וועֶר זאָל זיי איבּעֶרבּייטעֶן” — די וועֶרטעֶר פוּנ׳ם משורר קעֶנעֶן בּעֶדייטעֶן אויף אַ מעֶנשעֶן וואָס געֶהט אַוועֶק פוּן דעֶר וועֶלט אָהן אַ קינד — אוּן אויף אַ געֶלעֶהרטעֶן וואָס לאָזט נאָך זיך נישט איבּעֶר קיין תּלמיד.

IV

דעֶר וואָס לעֶרעֶנט דעֶם אַנדעֶרעֶן תּורה איז גלייך ווי עֶר האָט איהם געֶשאַפעֶן, אויסגעֶבּילדעֶט, אַ פאָרם געֶגעֶבּעֶן אוּן אויף דעֶר וועֶלט געֶבּראַכט.

דעֶר וואָס לעֶרעֶנט תּורה דעֶם חבר׳ס זוּהן איז גלייך ווי עֶר וואָלט איהם געֶבּוירעֶן.

V

מאַכט נישט אַוועֶק די קינדעֶר פוּן פּראָסטעֶ מעֶנשעֶן — דעֶן פוּן זיי קעֶן אַרויסקוּמעֶן תּורה.

מאַכט נישט אַוועֶק די קינדעֶר פוּן אָרימעֶ לייט; דעֶן פוּן זיי קעֶן אַרויסקוּמעֶן תּורה.

↤ 100

VI

רב איז אַמאָל געֶקוּמעֶן אין אַן אָרט, ווי מ׳האָט זיך שטאַרק געֶנויטיגט אין רעֶגעֶן. האָט עֶר גוזר תּענית געֶוועֶן אוּן גאָט געֶבּעֶטעֶן — אוּן ס׳האָט נישט געֶהאָלפעֶן. נאָך איהם האָט זיך געֶשטעֶלט תּפלה טהוּן דעֶר חזן פוּן יעֶנעֶם אָרט. ווי נאָר יעֶנעֶר האָט אַרויסגעֶזאָגט די וועֶרטעֶר „משיב הרוח” — האָט אַ בּלאָז געֶטהוּן אַ ווינד, ווי עֶר האָט אַרויסגעֶזאָגט „מוריד הגשם” — האָט אַ גאָס געֶטהוּן אַ רעֶגעֶן.

נאָך דעֶר תּפלה פרעֶגט איהם רב: מיט וואָס בּעֶשעֶפטיגסטוּ זיך?

עֶנטפעֶרט עֶר: אַ מלמד פוּן קליינעֶ קינדעֶר בּין איך. לעֶרנעֶן בּיי מיר אָרימעֶ אוּן רייכעֶ קינדעֶר צוּזאַמעֶן, אוּן וועֶר עֶס פעֶרמאָגט נישט צוּ צאָהלעֶן לעֶרעֶן איך מיט איהם אוּמזיסט. אויסעֶר דעֶם האָבּ איך אַ טייכעֶל מיט פיש, אוּן אַז עֶס מאַכט זיך איינעֶר פוּן מיינעֶ תּלמידים שפּאַרט זיך איין אוּן וויל נישט לעֶרנעֶן, קויף איך איהם אוּנטעֶר מיט פישלעֶך אוּן נעֶהם איהם איין מיט גוּטעֶ וועֶרטעֶר, אַזוי לאַנג בּיז עֶר זעֶצט זיך ווידעֶר צוּם לעֶרנעֶן.

VII

„זעֶהט איך לעֶרעֶן אייך — זאָגט משה צוּ יוּדעֶן — ווי גאָט האָט מיר אָנגעֶזאָגט” — ווי איך לעֶרעֶן אייך אוּמזיסט, אַזוי אויך זאָלט איהר יעֶנעֶם לעֶרנעֶן אוּמזיסט. בּעֶקוּמט אָבּעֶר איינעֶר נישט צוּ לעֶרנעֶן אוּמזיסט — זאָל עֶר צאָהלעֶן, ווי דעֶר פּסוּק זאָגט אין משלי: „אמת קויף”. נאָר עֶר בּעֶדאַרף דעֶרנאָך נישט זאָגעֶן: וויבּאַלד מיין לעֶרנעֶן האָט געֶקאָסט געֶלד מעֶג איך בּיי יעֶנעֶם אויך נעֶהמעֶן בּעֶלוין פאַר לעֶרנעֶן איהם, ווי דעֶר זעֶלבּעֶר פּסוּק זאָגט ווייטעֶר: „אמת קויף, אָבּעֶר נישט פעֶרקויף”.

VIII

„לאָזט אַרויס וואָס מעֶהר תּלמידים” — פלעֶגעֶן זאָגעֶן די אנשי כּנסת הגדולה. שמאי׳ס שוּלעֶ האָט געֶהאַלטעֶן, אַז לעֶרנעֶן זאָל מעֶן נוּר אַ בּעֶגאַבּטעֶן, אַ פרוּמעֶן, אַ מיוּחס אוּן אַ רייכעֶן. הלל׳ס שוּלעֶ, אָבּעֶר פלעֶגט האַלטעֶן, אַז לעֶרנעֶן דאַרף מעֶן יעֶדעֶן, נישט איבּעֶרקלויבּעֶן וואָרוּם וויפיעל זינדיגעֶ זעֶנעֶן געֶוועֶן בּיי יוּדעֶן וואָס האָבּעֶן זיך דעֶרנעֶהנטעֶרט צוּ תּורה אוּן דוּרך דעֶם איז פוּן זיי אַרויסגעֶקוּמעֶן פרוּמעֶ, עֶהרליכעֶ אוּן כּשר׳עֶ יוּדעֶן.




אַ שלעֶכטעֶן תּלמיד זאָל מעֶן מיט דעֶר לינקעֶר האַנד אָבּשטויסעֶן אוּן מיט דעֶר רעֶכטעֶר צוּציהעֶן.

↤ 101

IX

רב פלעֶגט זאָגעֶן: מיר דאַרפעֶן בּאמת דעֶרמאָהנעֶן צוּ גוּטעֶן איין מאַן, יהושע בּן גמלא איז דעֶר נאָמעֶן זיינעֶר. וועֶן נישט עֶר וואָלט די תּורה שוין לאַנג בּיי יוּדעֶן פעֶרגעֶסעֶן געֶוואָרעֶן. ווייל אַמאָליגעֶ יאָהרעֶן איז געֶוועֶן אַזוי איינגעֶפיהרט: האָט עֶמיצעֶר געֶהאַט אַ פאָטעֶר, האָט עֶר בּיי איהם געֶלעֶרעֶנט תּורה; האָט עֶר קיין פאָטעֶר נישט געֶהאַט — האָט עֶר גאָר נישט געֶלעֶרנט, ווייל דעֶר חוב צוּ לעֶרנעֶן קינדעֶר — האָבּעֶן זיי געֶרעֶכעֶנט — ליגט נוּר אויפ׳ן פאָטעֶר. אוּן אַזוי אַרוּם זעֶנעֶן פיעֶל קינדעֶר געֶבּליבּעֶן גאָר אָהן לעֶרנעֶן. האָט מעֶן איינגעֶפיהרט אַז מעֶן זאָל בּעֶשטעֶלעֶן מלמדים פאַר קינדעֶר אין ירוּשלים, ווי עֶס שטייט געֶשריבּעֶן: „פוּן ציון זאָל אַרויסקוּמעֶן די תּורה”. איז אַלץ אויסגעֶקוּמעֶן אַז דעֶר וואָס האָט אַ פאָטעֶר האָט איהם דעֶר פאָטעֶר געֶבּראַכט קיין ירוּשלים לעֶרנעֶן, וועֶר ס׳האָט קיין פאָטעֶר נישט געֶהאַט — איז געֶבּליבּעֶן נישט געֶלעֶרעֶנט. האָט מעֶן דעֶרנאָך איינגעֶפיהרט אַז עֶס זאָלעֶן זיך געֶפינעֶן מלמדים אין יעֶדעֶר גרויסעֶר שטאָדט, אוּן אַהין זאָל מעֶן אַלעֶ קינדעֶר פוּן זעֶכצעֶהן־זיבּצעֶהן יאָהר פיהרעֶן לעֶרנעֶן. האָט זיך אויסגעֶלאָזט, אַז וועֶן דעֶר מלמד האָט זיך אָנגעֶבּעֶזעֶרט אויפ׳ן דעֶרוואַקסעֶנעֶם תּלמיד פלעֶגט עֶר אַוועֶקוואַרפעֶן דאָס לעֶרנעֶן אוּן אַנטלויפעֶן אַהיים. איז געֶקוּמעֶן יהושע בּן גמלא אוּן האָט איינגעֶפיהרט, אַז מלמדים זאָלעֶן זיין בּעֶשטעֶלט אין יעֶדעֶר שטאָדט, אוּן קינדעֶר זאָל מעֶן אַהין אָבּגעֶבּעֶן לעֶרנעֶן גאָר קליינעֶ, זעֶקס־זיבּעֶן־יעֶהריגעֶ.

X

„די וואָס בּרעֶנגעֶן פיעֶלעֶ צוּ געֶרעֶכטיגקייט זעֶנעֶן ווי די שטעֶרעֶן אויף אייבּיג” — וועֶרט געֶזאָגט אין דניאל. דאָס מיינט מעֶן די מלמדים פוּן קינדעֶר, וועֶלכעֶ טהוּעֶן געֶטריי זייעֶר הייליגעֶ אַרבּייט. ווי וועֶר אַ שטייגעֶר? — ווי דעֶר מלמד רב שמואל בּר שילת.

איינמאָל האָט רב געֶפוּנעֶן דעֶם מלמד רב שמוּאל בּר שילת שטעֶהן בּיי זיך אין גאָרטעֶן.

— ווי קוּמט עֶס צוּ דיר — פרעֶגט איהם רב — וואו איז דיין געֶטריישאַפט אין לעֶרנעֶן?

— ווייסט דאָך — עֶנטפעֶרט עֶר איהם — אַז שוין גאַנצעֶ דרייצעֶהן יאָהר האָבּ איך אַהעֶר קיין קוּק נישט געֶטהוּן. אוּן אַפילוּ איצט איז מיר אויך דעֶר קאָפּ דאָרט בּיי זיי, בּיי די קינדעֶר.




אין אַ שמוּעֶס מיט׳ן מלמד רב שמוּאל בּר שילת וועֶגעֶן קינדעֶר־לעֶרנעֶן, האָט איהם רב געֶראַטהעֶן אַזוי:

↤ 102

אַ קינד יוּנגעֶר פוּן זעֶקס יאָהר זאָלסטוּ נישט אָננעֶהמעֶן, פוּן זעֶקס אוּן ווייטעֶר — נעֶהם־אָן אוּן שטאָפּ איהם ווי אַן אָקס.

קוּמט דיר אויס אַמאָל צוּ בּעֶשטראָפעֶן דעֶם תּלמיד — בּעֶשטראָף איהם לייכט, מיט אַ רימעֶנדיל פוּנ׳ם שוּך. פעֶרנעֶהמט עֶר דאָס לעֶרנעֶן — זאָל עֶר לעֶרנעֶן; פעֶרנעֶהמט עֶר נישט — זעֶץ איהם צוּ נעֶבּעֶן אַ צווייטעֶן.

רבא פלעֶגט זאָגעֶן:

— די צאָהל פוּן תּלמידים בּיי אַ דרדקי־מלמד זאָל זיין פינפאוּנצוואַנציג; פאַר פוּפציג — צוויי מלמדים; פאַר פעֶרציג — אַ מלמד מיט אַ בּעֶהעֶלפעֶר אוּן די בּעל־בּתּים זאָלעֶן איהם אויף דעֶם צוּשטייעֶר געֶבּעֶן.




א מלמד, אויבּ נוּר עֶר לעֶרעֶנט גוּט, טאָר מעֶן נישט אַראָבּזעֶצעֶן צוּליבּ נאָך אַ בּעֶסעֶרעֶן פוּן איהם, ווייל יעֶנעֶר וועֶט זיך איבּעֶרנעֶהמעֶן אוּן זיך אָנהויבּעֶן צוּפוילעֶן.

רב דימא פוּן נהרדעא זאגט: פעֶרקעֶהרט, יעֶנעֶר וועֶט זיך נאָך מעֶהר פלייסעֶן, ווייל עֶר וועֶט מורא האָבּעֶן טאָמעֶר וועֶט מעֶן איהם אויסבּייטעֶן אויף אַן אַנדעֶרעֶן, נאָך אַ בּעֶסעֶרעֶן פוּן איהם אויף ווי מעֶן זאָגט „קנאה צווישעֶן געֶלעֶהרטעֶ פעֶרמעֶהרט די וויסעֶנשאַפט”.

רבּא האָט ווידעֶר געֶזאָגט: צוויי מלמדים, וואס איינעֶר פוּן זיי לעֶרעֶנט פיעֶל נאָר נישט געֶנוּג גרינדליך, דעֶר צווייטעֶר לעֶרעֶנט נישט פיעֶל אָבּעֶר אַלעֶס גרינדליך — בּעֶשטימט מעֶן בּעֶסעֶר דעֶם וואָס עֶר לעֶרעֶנט פיעֶל, חאָטש נישט אַזוי גרינדליך, ווייל דעֶר גרייז פאַלט־אָבּ פוּן זיך אַליין.

רב דימא פוּן נהרדעא אָבּעֶר זאָגט פעֶרקעֶהרט: מעֶן דאַרף בּעֶשטימעֶן דעֶם וואָס לעֶרעֶנט נישט אַזוי פיעל נאָר גרינדליך, ווייל דעֶר גרייז ווי בּאַלד עֶר האָט זיך אַריינגעֶחאַפּט פעֶרבּלייבּט עֶר שוין.




לעֶרנעֶן זאָלסטוּ דיין קינד פוּן אַ ספר וואָס איז גוּט איבּעֶרגעֶקוּקט געֶוואָרעֶן, עֶס זאָל נישט פעֶרבּלייבּעֶן קיין פעֶהלעֶר.

XI

הלל פלעֶגט זאָגעֶן: אַ כּעסן קעֶן קיין למדן נישט זיין.




איינעֶר פוּן פּרס איז אַמאָל געֶקוּמעֶן פאַר רב׳ן אוּן אים געֶבּעֶטעֶן עֶר זאָל מיט איהם לעֶרנעֶן תּורה. ווייזט איהם רב אַן אויף אַן אות אוּן ↰ 103 זאָגט איהם: זאָג אַל״ף. רוּפט זיך אָן דעֶר פרסי: פוּן וואַנעֶן איז געֶדרוּנגעֶן אַז דאָס איז אַן אַל״ף, טאָמעֶר נישט. דאָס זעֶלבּעֶ איז פאָרגעֶקוּמעֶן בּיי דעֶר בּי״ת אוּן בּיי די איבּריגעֶ אותיות. איז רב געֶוואָרעֶן אויפגעֶבּראַכט אוּן האָט איהם דוּרכגעֶטריבּעֶן, איז דעֶר פּרטי אַוועֶק צוּ שמואל׳ן אוּן איהם געֶבּעֶטעֶן עֶר זאָל מיט איהם לעֶרנעֶן. אוּן ווי שמוּאל האָט איהם געֶוויזעֶן דעֶם אַל״ף מיט דעֶר בּי״ת, האָט איהם דעֶר פּרסי געֶשטעֶלט די זעֶלבּעֶ פראַגעֶ וואָס רבּ׳ן. האָט שמוּאל נישט געֶזאָגט קיין קרוּם וואָרט אוּן איהם אָנגעֶחאַפּט בּיים אויעֶר.

— מיין אויעֶר, מיין אויעֶר! — האָט אָנגעֶהויבּעֶן דעֶר פּרטי שרייעֶן.

— פוּן וואַנעֶן איז געֶדרוּנגעֶן אַז דאָס איז דיין אויעֶר? — פרעֶגט איהם שמוּאל.

— וואָס הייסט — עֶנטפעֶרט דעֶר פּרס, — די גאַנצעֶ וועֶלט ווייסט דאָך, אַז דאָס איז מיין אויעֶר.

— אַזוי? — זאָגט איהם שמוּאל — אייך דאָס ווייסט די גאַנצעֶ וועֶלט, אַז דאָס איז אַן אַל״ף אוּן יעֶנס אַ בּי״ת.

דעֶר פּרטי איז אַנטשוויגעֶן געֶוואָרעֶן אוּן זיך געֶלאָזט ווייטעֶר לעֶרנעֶן.




רבּא האָט געֶזאָגט: זעֶהסטוּ אַ תּלמיד, וואָס דאָס לעֶרנעֶן איז פאַר איהם האַרט, נישט איינצוּבּייסעֶן עֶס ווי אַ שטיק אייזעֶן, איז עֶס נוּר דעֶרפאַר, וואָס דעֶר לעֶהרעֶר זיינעֶר ווייזט איהם נישט קיין גוּטעֶ מינעֶ.

ר׳ פּרידא האָט געֶהאַט אַ תּלמיד, וואָס עֶר פלעֶגט מיט איהם איינלעֶרנעֶן דעֶם שיעוּר פיער מאָל אוּן עֶר האָט עֶס שוין געֶוואוסט, איינמאָל איז מעֶן געֶקוּמעֶן צוּ ר׳ פּרידא׳ן אינמיטעֶן לעֶרנעֶן אוּן מ׳האָט איהם פעֶרבּעֶטעֶן צוּ געֶהן פאַר עֶפּיס אַ מצוה־זאַך. לעֶרעֶנט עֶר ווייטעֶר מיט׳ן תּלמיד פיעל מאָל אוּן עֶס געֶהט יעֶנעֶם נישט אין קאָפּ.

— וואָס איז דאָס מיט דיר היינט אַזוינס? — פרעֶגט ר׳ פּרידא דעֶם תּלמיד.

— זינט מ׳איז געֶקוּמעֶן אייך רוּפעֶן צוּ געֶהן פאַר אַ מצוה־זאַך איז מיר דעֶר קאָפּ געֶוואָרעֶן צעֶטראָגעֶן. איך האָבּ אַלץ געֶטראַכט: בּאַלד וועֶט דעֶר רבּי זיך אויפהויבּעֶן, בּאַלד וועֶט דעֶר רבּי זיך אויפהויבּעֶן!

רוּפט זיך אָן ר׳ פּרידא: לעֶג־זשעֶ צוּ דעֶם קאָפּ וועֶל איך מיט דיר ווייטעֶר לעֶרנעֶן.

האָט עֶר מיט איהם אייגעֶ׳חזר׳ט דעֶם שיעוּר פיערהוּנדעֶרט מאָל בּיז עֶר האָט זיך עֶס גוּט אויסגעֶלעֶרעֶנט.

↤ 104

רבּה פאַר׳ן אָנהויבּעֶן לעֶרנעֶן פלעֶגט זאָגעֶן אַ פרעֶהליך וועֶרטיל, כּדי די תּלמידי־חכמים זאָלעֶן לאַכעֶן אוּן וועֶרעֶן אויפגעֶלעֶגט. עֶרשט דעֶרנאָך פלעֶגט עֶר וועֶרעֶן גאַנץ עֶרעֶנסט אוּן אָנהויבּעֶן דעֶם שיעוּר.

XII

„אָט דאָס זעֶנעֶן די דינים וואָס דוּ זאָלסט אויסלעֶגעֶן פאַר זיי” — האָט גאָט געֶזאָגט משה׳ן. זאָלסט זיי אויסלעֶגעֶן מיט אַ סדר, יעֶדעֶס אויף זיין אָרט, ווי מעֶן גרייט צוּם טיש.

אין דעֶר תּורה איז איין פּרשה פוּן דעֶר אַנדעֶרעֶר עֶטוואָס אָבּגעֶטראָטעֶן, דאָס איז דעֶרפאַר, כּדי משה זאָל צייט האָבּעֶן גוּט זיך איינטראַכטעֶן אין יעֶדעֶר פּרשה אוּן אין יעֶדעֶר ענין בּעֶזוּנדעֶר. וועֶר שמוּעֶסט אַז אַ פּראָסטעֶר מעֶנש לעֶרעֶנט בּיים צוייטעֶן דאַרף מעֶן געֶוויס אָבּטרעֶטעֶן פוּן איין ענין צוּם צווייטעֶן, כּדי יעֶנעֶר זאָל קעֶנעֶן זיך איינטראַכטעֶן אין דעֶם וואָס עֶר האָט אָבּגעֶלעֶרעֶנט.




רבּי זאָגט: דעֶר וואָס האָט די גאַנצעֶ וועֶלט בּעֶשאַפעֶן ווייסט גאַנץ גוּט, אַז די אוּמריינעֶ בּהמות זעֶנעֶן מעֶהר פוּן די ריינעֶ — דעֶרפאַר רעֶכעֶנט עֶר אויס אין דעֶר תּורה די וועֶניגעֶרעֶ, די ריינעֶ. גיי די עופות אָבּעֶר איז פעֶרקעֶהרט: די ריינעֶ זעֶנעֶן מעֶהר פוּן די אוּמריינעֶ — רעֶכעֶנט עֶר אויס די אוּמריינעֶ.

דאָס זאָל אוּנז בּעֶווייזעֶן, אַז דעֶר לעֶהרעֶר דאַרף זיך בּעֶמיהעֶן אין זיין לעֶרנעֶן מיט׳ן תּלמיד אויסצוּקלויבּעֶן דעֶם קירצסטעֶן וועֶג.

XIII

גוּט איינלעֶרנעֶן זאָלסטוּ די וועֶרטעֶר פוּן דעֶר תּורה, בּיז זיי זאָלעֶן אַרויס פוּן דיין מויל שאַרף אויסגעֶדריקט, אַזוי אַז עֶמיצעֶר וועֶט דיר עֶפּיס פרעֶגעֶן זאָלסטוּ נישט שטאַמלעֶן, נאָר עֶנטפעֶרעֶן קלאָר אוּן ריין, ווי עֶס זאָגט דאָס שפּריכוואָרט אין משלי: ”זאָג דעֶר חכמה: מיין שוועֶסטעֶר בּיזטוּ” — היימיש אוּן בּעֶקאַנט זאָל זי דיר זיין ווי אַ שוועֶסטעֶר.




ר׳ עקיבא פלעֶגט אַנדעֶרש נישט אַרויסטרעֶטעֶן פאַר׳ן עולם צוּ לעֶרנעֶן אַ פּרשה פוּן דעֶר תּורה, בּיז עֶר האָט זי נישט פריהעֶר גוּט איינגעֶלעֶרעֶנט פאַר זיך אַ צוויי־דריי מאָל. אוּן אַפילוּ גאָט בּרוּך־הוּא, וואָס עֶר גיט דעֶם מעֶנשעֶן שפּראַכפעֶהיגקייט אוּן די תּורה איז פאַר איהם אָפעֶן ווי איינעֶר פוּן די שטעֶרן, פוּנדעֶסטוועֶגעֶן, וועֶן עֶר איז געֶקוּמעֶן די תּורה געֶבּעֶן די יוּדעֶן, שטעֶהט געֶשריבּעֶן וועֶגעֶן איהם, אַז „דעֶמאָלט האָט עֶר זי דוּרכגעֶקוּקט, איבּעֶרדעֶרצעֶהלט אוּן זי פעֶסטגעֶשטעֶלט” — אוּן עֶרשט דעֶרנאָך „האָט עֶר זי געֶזאָגט דעֶם מעֶנשעֶן”.

↤ 105

שוּהל־קינדעֶר.
I

ריש־לקיש פלעֶגט זאָגעֶן אין נאָמעֶן פוּן ר׳ יהוּדה: די וועֶלט האָט אַ קיום נוּר צוּליבּ דעֶם הויך פוּן יוּדישעֶ שוּהל־קינדעֶר.

רב פּפּא האָט געֶזאָגט אבּיי׳ן: אוּן מיין הויך מיט דיינעֶם איז גאָר נישט?

— ס׳איז גאָר נישט גלייך — עֶנטפעֶרט עֶר איהם — אַ הויך פוּן אַ ריינעֶם אוּנשוּלדיגעֶן מויל פוּן קליינעֶ צוּ אַ הויך פוּן אַ זינדיגעֶן.

II

ר׳ יהוּדה הנשיא פלעֶגט זאָגעֶן: מעֶן רייסט נישט אָבּ די שוּהל־קינדעֶר פוּנ׳ם לעֶרנעֶן אַפילוּ אויפצוּבּויעֶן דעֶם בּית־המקדש.




איך האָבּ אַ קבּלה — האָט געֶזאָגט ריש־לקיש — אַ שטאָדט וואָס אין איהר איז נישט פאַרהאַן קיין שוּהל־קינדעֶר, מוּז סוף־כּל־סוף חרוב וועֶרעֶן.

III

ר׳ אבּא בּר כּהנא זאָגט: בּיי די אומות־העולם האָבּעֶן זיך נישט בּעֶוויזעֶן קיין גרעֶסעֶרעֶ פילאָסאָפעֶן ווי בּלעם בּן בּעור. זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן צוּ איהם די פעֶלקעֶר אוּן געֶפרעֶגט אַן עצה: איז מעֶגליך פאַר אוּנז בּייצוּקוּמעֶן די דאָזיגעֶ אומה? עֶנטפעֶרט עֶר זיי: געֶהט אַרוּם איבּעֶר זייעֶרעֶ שוּהלעֶן, קוים געֶפינט איהר דאָרט קליינעֶ קינדעֶרלעֶך פּיפּסעֶן מיט זייעֶרעֶ קול׳כעֶנדלעֶך ווי די פויגעֶלעֶך — וועֶט איהר זיי נישט קעֶנעֶן בּייקוּמעֶן וואָרוּם שוין לאַנג האָט זיי פעֶרשפּראָכעֶן זייעֶר פאָטעֶר: „הקול קול יעקב” — ווי לאַנג יעקב׳ס קול וועֶט זיך אין די שוּהלעֶן לאָזעֶן העֶרעֶן האָט עֶר נישט וואָס מורא צוּ האָבּעֶן, אוּן אויבּ נישט — „והידים ידי עשו” — וועֶלעֶן עשו׳ס העֶנד אויף איהם האָבּעֶן אַ שליטה.

IV

„ויהי בּימי אחז בּן יותם” — וואוּ „ויהי” איז געֶוועֶהנליך אַ צרה, וואָס פאַר אַ צרה איז דאָ געֶוועֶן? אחז האָט פעֶרשלאָסעֶן אַלעֶ שוּהלעֶן אוּן בּתּי־מדרשים, קינדעֶר זאָלעֶן נישט האָבּעֶן וואוּ צוּ לעֶרנעֶן. עֶר האָט געֶטהוּן ווי יעֶנעֶר קינדעֶר־עֶרציהעֶר, וואָס אַ קעֶניג האָט איהם איבּעֶרגעֶגעֶבּעֶן צוּ עֶרציהעֶן אַ זויג־קינד. האָט דעֶר עֶרציהעֶר שטאַרק פיינט בּעֶקוּמעֶן דאָס קינד אוּן געֶוואָלט פוּן דעֶם לויז וועֶרעֶן. טראַכט עֶר זיך: אויבּ ↰ 106 איך וועֶל דאָס קינד טויטעֶן וועֶט דעֶר קעֶניג אויף מיר אַרויפלעֶגעֶן אַ טויט־שטראָף. בּעֶסעֶר וועֶל איך פוּן איהם אַוועֶקנעֶהמעֶן די אַם זיינעֶ וועֶט עֶס שוין פוּן זיך אַליין אויסגעֶהן.

דאָסזעֶלבּעֶ האָט זיך אחז געֶטראַכט: אַז עֶס וועֶט נישט זיין קיין שעֶפּסעֶלעֶך וועֶט נישט אויסוואַקסעֶן קיין שאָף, נישטאָ קיין שאָף — נישטאָ קיין פּאַסטוּך, דאָס הייסט: אויבּ קינדעֶרלעֶך וועֶלעֶן קליינעֶרהייט נישט לעֶרנעֶן אין די שוּהלעֶן וועֶלעֶן גרעֶסעֶרעֶ נישט זיצעֶן לעֶרנעֶן אין ישיבות אוּן בּתּי מדרשים; נישטאָ קיין חכמים — וועֶט נישט זיין קיין זקנים אוּן סנהדרין; נישטאָ קיין זקנים — וועֶט נישט זיין קיין נביאים; נישטאָ קיין נביאים — וועֶט גאָט בּרוּך־הוּא די שכינה אויף זיי נישט לאָזעֶן רוּהעֶן. אוּן דעֶריבּעֶר האָט אחז פעֶרשלאָסעֶן אַלעֶ שוּהלעֶן אוּן בּתּי מדרשים.

אַז יוּדעֶן האָבּעֶן דעֶרזעֶהן אַז דעֶר קעֶניג אחז האָט זיך שוין געֶנוּמעֶן פאַר די שוּהלעֶן אוּן בּתּי־מדרשים — האָבּעֶן זיי אַלעֶ אָנגעֶהויבּעֶן שרייעֶן: וועֶה וועֶה! אַ גרויסעֶ צרה איז געֶשעֶהן!

V

אַלעֶ טאָג געֶהט־אַרויס אַ מלאָך פוּן גאָט אוּמצוּבּרעֶנגעֶן די זינדיגעֶ וועֶלט. ווי נוּר גאָט בּרוּך־הוּא דעֶרזעֶהט קינדעֶרלעֶך אין די שוּהלעֶן וועֶרט בּאַלד זיין צאָרן איבּעֶרגעֶבּיטעֶן אויף רחמנוּת.




ר׳ יהוּדה בּר סימון פלעֶגט זאָגעֶן: זעֶה ווי קליינעֶ קינדעֶרלעֶך זעֶנעֶן ליעֶבּ בּיי גאָט: די צעֶהן שבטים זעֶנעֶן פוּן זייעֶר לאַנד פעֶרטריבּעֶן געֶוואָרעֶן — איז מיט זיי די שכינה נישט מיטגעֶגאַנגעֶן; שבט יהוּדה אוּן בּנימין זעֶנעֶן פעֶרטריבּעֶן געֶוואָרעֶן — איז די שכינה מיט זיי נישט מיטגעֶגאַנגעֶן; די סנהדרין זעֶנעֶן פעֶרטריבּעֶן געֶוואָרעֶן — איז די שכינה נישט מיטגעֶגאַנגעֶן; די כּהנים פוּן בּית־המקדש זעֶנעֶן פעֶרטריבּעֶן געֶוואָרעֶן — איז די שכינה אַלץ נישט מיטגעֶגאַנגעֶן. ווי נוּר די קליינעֶ קינדעֶרלעֶך זעֶנעֶן פעֶרטריבּעֶן געֶוואָרעֶן — בּאַלד איז מיט זיי די שכינה מיטגעֶגאַנגעֶן. אוּן דאָס זאָגט דעֶר מקונן אין די קינות: „די קליינעֶ קינדעֶר איהרעֶ (ציונ׳ס) זעֶנעֶן געֶגאַנגעֶן אין געֶפעֶנגעֶניש פאַר׳ן פיינד — אוּן אַרויס איז פוּן בּת־ציון איהר גאַנצעֶר פּראַכט”.

ווי אַזוי אוּן וואָס לעֶרנעֶן.
I

אלישע בּן אבוּיה פלעֶגט זאָגעֶן: דעֶר וואָס לעֶרעֶנט תּורה אין דעֶר קינדהייט וועֶרט זי איהם איינגעֶזאַפּט אין בּלוּט, אוּן די וועֶרטעֶר פוּן תּורה געֶהעֶן איהם אַרויס פוּן מויל דייטליך; דעֶר וואָס לעֶרעֶנט אָבּעֶר אויף דעֶר ↰ 107 עֶלטעֶר וועֶרט איהם די תּורה אין בּלוּט נישט איינגעֶזאַפּט אוּן זי געֶהט פוּן זיין מויל נישט אַרויס דייטליך.

לעֶרעֶנט איינעֶר תּורה קינדווייז — האָט אלישע בן אבוּיה ווידעֶר געֶזאָגט — איז גלייך ווי מעֶן זאָל אָנשרייבּעֶן מיט טויט אויף ריין פּאַפּיעֶר; לעֶרעֶנט איינעֶר אויף דעֶר עֶלטעֶר איז גלייך ווי מעֶן זאָל אָנשרייבּעֶן מיט טינט אויף פליספּאַפּיעֶר.

ר׳ נהוראי פלעֶגט זאָגעֶן: לעֶרעֶנט איינעֶר קינדווייז איז עֶר גלייך צוּ אַ טייג געֶקנאָטעֶן מיט וואַרימעֶ וואַסעֶר; אויף דעֶר עֶלטעֶר — צוּ אַ טייג געֶקנאָטעֶן מיט קאַלטעֶ וואַסעֶר.




אַ דריי־יעֶהריג קינד קעֶן מעֶן שוין ווייזעֶן אותיות; אַ פינפיעֶהריגס — אַ פּסוּק; אַ צעֶהניעֶהריגס — משנה; אַ פוּפצעֶהניעֶהריגס — תּלמוּד (גמרא).

געֶהט איבּעֶר פינף יאָהר לעֶרנעֶן אוּן דעֶר תּלמיד האָט קיין פּעוּלה נישט געֶהאַט — איז שוין נישטאָ קיין האָפנוּנג עֶר זאָל אַמאָל האָבּעֶן אַ רעֶכטעֶ פּעוּלה.

ר׳ יוסי זאָגט: דריי יאָהר איז שוין געֶנוּג אויף צוּ וויסעֶן.

II

רבּי פלעֶגט זאָגעֶן: לעֶרנעֶן זאָל אַ מעֶנש נוּר דאָס, וואָס זיין האַרץ ציהט איהם צוּ דעֶם.

לוי אוּן ר׳ שמעון רבּי׳ס זוּהן האָבּעֶן זיך געֶזעֶצט פאַר רבּי׳ן לעֶרנעֶן פּסוּק. זאָגט לוי: מעֶן זאָל נעֶהמעֶן משלי, אוּן ר׳ שמעון זאָגט: זאָל מעֶן נעֶהמעֶן בּעֶסעֶר תּהלים. האָט מעֶן געֶנויט לוי׳ן אוּן געֶבּראַכט צוּם לעֶרנעֶן תּהלים. געֶקוּמעֶן בּאַלד אין עֶרשטעֶן קאַפּיטעֶל צוּם פּסוּק: „כּי אם בּתורת ה׳ חפצו” (נוּר אין גאָטס לעֶהרעֶ אין זיין בּעֶגעֶהר) — האָט זיי רבּי אויסגעֶטייטשט דעֶם פּסוּק אַזוי: אַ מעֶנש דאַרף לעֶרנעֶן נוּר דאָס, וואָס זיין האַרץ בּעֶגעֶהרט.

— אויבּ אַזוי — רבּי — רוּפט זיך אָן לוי — עֶרלויבּט איהר מיר אַליין איך זאָל אויפשטעֶהן אוּן אַוועֶקגעֶהן.

III

בּרוּריה, ר׳ מאיר׳ס ווייבּ, האָט אַמאָל אָנגעֶטראָפעֶן איינעֶם אַ תּלמיד ווי עֶר זיצט אוּן לעֶרעֶנט שטיל קוים וואָס מ׳העֶרט. האָט זי אַ קלאַפּ געֶטהוּן מיט׳ן פוּס אוּן איהם געֶזאָגט: ווייסטוּ דעֶן נישט אַז וואָס העֶכעֶר מעֶן לעֶרעֶנט אויפ׳ן קול אַלץ לעֶנגעֶר געֶדעֶנקט זיך דאָס לעֶרנעֶן?




↤ 108

שמוּאל פלעֶגט זאָגעֶן זיין געֶליעֶבּטעֶן תּלמיד רב יהוּדה׳ן: קאָפּ־מעֶנש, לעֶרן מיט אַ מויל — וועֶט די תּורה בּיי דיר האָבּעֶן מעֶהר האַפט אוּן וועֶסט זי לעֶנגעֶר געֶדעֶנקעֶן, ווי דעֶר פּסוּק זאָגט: „זיי (די דברי תּורה) לעֶבּעֶן בּיי די וואָס בּרעֶנגעֶן זיי אַרויס” (דייטליך מיט׳ן מויל.)




ר׳ יוחנן פלעֶגט זאָגעֶן: לייעֶנט איינעֶר אַ פּסוּק אָהן דיקציעֶ אוּן לעֶרעֶנט אַ משנה אָהן אַ ניגוּן, זעֶנעֶן די וועֶרטעֶר טויטעֶ, אוּן אויף איהם זאָגט דעֶר פּסוּק: „געֶזעֶצעֶ האָבּ איך זיי געֶגעֶבּעֶן נישט קיין אָנגעֶנעֶהמעֶ אוּן דינים וואָס לעֶבּעֶן נישט בּיי זיי”.

IV

רבא פלעֶגט זאָגעֶן:

— אַ מעֶנש זאָל זיך פריהעֶר פיעֶל אָנלעֶרנעֶן אוּן דעֶרנאָך זאָל עֶר זיך אַריינטראַכטעֶן, אוּן לעֶרנעֶן זאָל עֶר אַפילוּ וועֶן עֶר פעֶרגעֶסט, אוּן אַפילוּ וועֶן עֶר פעֶרשטעֶהט נישט גאָר קלאָר וואָס עֶר לעֶרעֶנט.

V

דעֶר וואָס איז שטאַרק בּעֶהאוועֶנט (אַ בּקי) אין הלכות שטעֶהט העֶכעֶר פוּנ׳ם שאַרפזיניגעֶן.




ר׳ יהוּדה זאָגט: אַ מעֶנש זאָל שטעֶנדיג די דברי־תּורה צוּנויפנעֶהמעֶן דוּרכאויס אין כּללים אוּן פוּן זיי דעֶרנאָך די פּרטים, וואָרוּם וועֶט עֶר טהוּן פעֶרקעֶהרט וועֶט עֶס איהם איינמידעֶן אוּן עֶר וועֶט זיך פעֶרלירעֶן. לאָזט זיך איינעֶר אין אַ ווייטעֶן וועֶג אוּן דאַרף מיט זיך מיטנעֶהמעֶן אויף הוצאות אַ צוויי־דריי הוּנדעֶרט גוּלדעֶן, איז אויבּ עֶר וועֶט עֶס מיט זיך מיטשלעֶפּעֶן אין קליין מינץ וועֶט עֶס איהם איינמידעֶן אוּן עֶר וועֶט נישט וויסעֶן וואָס טהוּט מעֶן. אויבּ אָבּעֶר עֶר פיהרט עֶס מיט זיך אין גאָלדעֶנעֶ מטבּעות — איז וואוּ עֶר דאַרף קעֶן עֶר עֶס לייכט צוּבּייטעֶן אוּן אויסבּרעֶנגעֶן.

VI

די וועֶרטעֶר פוּן תּורה זעֶנעֶן צוּמאָל אָרים (נישט געֶנוּג דייטליך) אויף איין אָרט, זעֶנעֶן זיי אָבּעֶר רייכעֶר אויף אַן אַנדעֶר אָרט.

אַלעֶ וועֶרטעֶר פוּן תּורה נויטיגעֶן זיך איינס אין אַנדעֶרעֶן. איז דאָ פעֶרשלאָסעֶן — דיענט צוּ דעֶם דאָס אַנדעֶרעֶ אָרט פאַר אַ שליסעֶל.

VII

ס׳איז נישט גלייך אַז מעֶן חזר׳ט־איין דאָס לעֶרנעֶן הוּנדעֶרט מאָל צי הוּנדעֶרט מיט איין מאָל.

↤ 109

ר׳ יהושע בּן קרחה זאָגט: דעֶר וואָס לעֶרעֶנט תּורה אוּן חזר׳ט נישט איין איז גלייך ווי איינעֶר זייעֶט אוּן שנייט נישט.

ר׳ יהושע זאָגט: עֶר איז גלייך צוּ אַ פרוי וואָס געֶווינט אוּן בּעֶגראָבּט.




ר׳ שמעון בּן לקיש זאָגט: אין אַ מגלת־חסידים האָט מעֶן געֶפוּנעֶן געֶשריבּעֶן: פעֶרלאָזטוּ מיך (די תּורה) איין טאָג — פעֶרלאָז איך דיך אויף צוויי. עֶס קוּמט־אויס ווי צוויי וועֶגגעֶהעֶרס שיידעֶן זיך אָבּ איינעֶר פוּנ׳ם אַנדעֶרעֶן אוּן לאָזעֶן זיך געֶרן אין געֶגעֶנזייטיגעֶ וועֶגעֶן. איינעֶר געֶהט־אָבּ אַ מיל אוּן דעֶר אַנדעֶרעֶר אַ מיל — קוּמט־אויס אַז איינעֶר פוּנ׳ם אַנדעֶרעֶן זעֶנעֶן זיי ווייט צוויי מיל.

די תּורה איז שוועֶר צוּ עֶרוועֶרבּעֶן, ווי פליס פוּן גינגאָלד, אוּן גרינג צוּ פעֶרלירעֶן, ווי גלעֶזעֶרנעֶ געֶפעֶס.

רב הוּנא זאָגט: דעֶר וואָס לעֶרעֶנט זיך אָן תּורה גאַנצעֶ פּעֶק אוּן חזר׳ט עֶס נישט גוּט איין — בּלייבּט בּיי איהם גאָרנישט? דעֶר וואָס עֶרוועֶרבּט אָבּעֶר די תּורה בּיסלעֶכווייס נאָר פעֶסט — קוּמט איהם צוּ אַלעֶ מאָל.

רב דימי זאָגט אויף דעֶם אַ משל: אַ יעֶגעֶר וואָס פאַנגט פיעל פויגעֶלעֶך, אויבּ נאָכדעֶם וואָס עֶר פאַנגט אַ פויגעֶל בּרעֶכט עֶר בּיי דעֶם בּאַלד איין די פליגעֶלעֶך — בּלייבּט עֶס בּיי איהם; אויבּ נישט — צעֶפליהעֶן זיי זיך אוּן עֶס בּלייבּט גאָר נישט.

VIII

„זאָלסט זיך אַריינטהוּן אין דעֶם (אין דעֶר תּורה) טאָג אוּן נאַכט” — די תּורה איז אמת זעֶהר אַ גרויסעֶ, דאָך קעֶן יעֶדעֶר מעֶנש בּיסלעֶכווייס זי אויסלעֶרנעֶן.

ר׳ חנינא פוּן צפּורי האָט אויף דעֶם געֶזאָגט אַ משל: מ׳האָט געֶשיקט אַרבּייטעֶר אָבּראַמעֶן פוּנ׳ם וועֶג אַ בּאַרג עֶרד. די נאַרישעֶ פוּן זיי האָבּעֶן נוּר אַ קוּק געֶגעֶבּעֶן אוּן זיך בּאַלד אָנגעֶזאָגט פוּן דעֶר ארבּייט — ווייס איך וואָס, וועֶר איז גאָר אין שטאַנד אַזאַ בּאַרג אָנצוּגראָבּעֶן? די קליגעֶרעֶ אָבּעֶר האָבּעֶן זיך געֶטראַכט: טאַקי שוועֶר, אָבּעֶר נישט גאָר אוּנמעֶגליך. היינט אָנגראָבּעֶן אַ פּאָר קאָרבּעֶן עֶרד, מאָרגעֶן נאָך אַ פּאָר — אוּן צוּבּיסלעֶכווייז וועֶרט אָנגעֶרוימט דעֶר גאַנצעֶר בּאַרג.

דאָס זעֶלבּעֶ איז אויך מיט דעֶר תּורה, דעֶר נאָר טרעֶפט זיך: וועֶר איז עֶס אין שטאַנד אויסצוּלעֶרנעֶן די גאַנצעֶ תּורה? נזיקין אַליין האַלט דרייסיג פּרקים, כּלים ווידעֶר האַלט אויך דרייסיג פּרקים אוּן אַזוי ווייטעֶר. דעֶר קלוּגעֶר אָבּעֶר טראַכט זיך: איך וועֶל היינט אָנלעֶרנעֶן אַ פּאָר הלכות, מאָרגעֶן אַ פּאָר — בּיז איך וועֶל אויסלעֶרנעֶן די גאַנצעֶ תּורה.

↤ 110

IX

„צוּ הויך איז פאַר׳ן נאַר דאָס קלוּגשאַפט, אין שטאָדט־טויעֶר (צווישעֶן לייט) עֶפעֶנט עֶר נישט דאָס מויל זיינס” — ר׳ ינאי זאָגט דעֶרויף אַ משל:

אַ נאַר געֶהט־אַריין אַ הוּנגעֶריגעֶר אין שטוּבּ, דעֶרזעֶהט עֶר ס׳העֶנגט אויפ׳ן בּאַלקעֶן אַ קאָרבּ מיט בּרויט. טראַכט עֶר זיך: ס׳העֶנגט אַזוי הויך — וועֶר וועֶט עֶס קעֶנעֶן אַראָבּנעֶהמעֶן? דעֶר קלוּגעֶר אָבּעֶר טראַכט זיך: עֶמיצעֶר האָט דאָך עֶס דאָרט אויפגעֶהאַנגעֶן, אָט וועֶל איך נעֶהמעֶן אַ לייטעֶר אָדעֶר אַ שטעֶקעֶל — אוּן וועֶל עֶס אַראָבּנעֶהמעֶן.

דאָס זעֶלבּעֶ איז מיט דעֶר תּורה. דעֶר נאָר זאָגט: די תּורה איז אַזוי הויף וועֶר קאָן דעֶרגרייכעֶן די הויכעֶ געֶדעֶנקעֶן וואָס בּיי׳ם געֶלעֶהרטעֶן אין קאָפּ? דעֶר קלוּגעֶר אָבּעֶר טראַכט זיך: האָט דעֶן דעֶר געֶלעֶהרטעֶר אַליין אויך נישט געֶלעֶרנט בּיי אַן אַנדעֶרעֶן? אָט וועֶל איך לעֶרנעֶן אַ פּאָר הלכות היינט, אַ פּאָר מאָרגעֶן — בּיז איך וועֶל אויסלעֶרנעֶן די גאַנצעֶ תּורה.

ר׳ לוי זאָגט אויף דעֶם אַזאַ משל:

איינעֶר האָט געֶדוּנגעֶן אַרבּייטעֶר אָנצוּגיסעֶן פוּל אַ געֶלעֶכעֶרטעֶ פאַס.

דעֶר נאָר זאָגט: וואָס וועֶט פוּן מיין אַרבּייט אַרויסקוּמעֶן, אַז דאָס וואַסעֶר וועֶט פוּן איין אָרט אַריין אוּן פוּן דעֶם אַנדעֶרעֶן אַרויס? דעֶר קלוּגעֶר אָבּעֶר טראַכט: וועֶט מיר דעֶן דעֶר בּעל־הבּית נישט צאָהלעֶן פאַר יעֶדעֶן אָנגעֶשעֶפּטעֶן עֶמעֶר בּעֶזוּנדעֶר?

אַזוי איז אויך מיט דעֶר תּורה. דעֶר נאָר זאָגט: וואָס וועֶט מיר אַרויסקוּמעֶן פוּן מיין לעֶרנעֶן אַז איך פעֶרגעֶס עֶס? דעֶר קלוּגעֶר אָבּעֶר זאָגט: וועֶט מיך דעֶן גאָט נישט בּעֶלוינעֶן סיי ווי סיי פאַר מיין מיה?

X

ר׳ תּנחוּם זאָגט: דעֶר וואָס פעֶרשטעֶהט קלאָר דאָס לעֶרנעֶן וועֶט עֶר עֶס נישט גיך פעֶרגעֶסעֶן, ווי דעֶר פּסוּק זאָגט: „דוּ וועֶסט נישט פעֶרגעֶסעֶן וואָס דיינעֶ אויגעֶן זעֶהעֶן”.




דעֶר שטייגעֶר איז אין דעֶר וועֶלט, אַ ליידיגעֶ כּלי נעֶמט אין זיך אַריין, אַ פוּלעֶ אָבּעֶר נישט. די תּורה איז נישט אַזוי: אַ ליידיגעֶר קאָפּ נעֶהמט צוּ שוועֶר, אַ פוּלעֶר (וואָס האָט שוין אין זיך תּורה) — נעֶהמט גרינג אַריין נאָך אוּן נאָך.

X

ר׳ נחמן בּר יצחק זאָגט: צוּם לעֶרנעֶן מוּז מעֶן האָבּעֶן אַ לויטעֶרעֶן קאָפּ — ווי דעֶר הימעֶל אין אַ שעֶהנעֶם טאָג.

↤ 111

אַבּא זאָגט: אויבּ די מאַמעֶ האָט מיר געֶזאָגט „דעֶרלאַנג מיר די זויעֶרמילך” — האָט עֶס מיר שוין געֶשטעֶרט צוּם לעֶרנעֶן.

רבינא׳ס זוּהן פלעֶגט איהם די מוּטעֶר צוּגרייטעֶן אויף דעֶר וואָך זיבּעֶן העֶמדעֶר, אויף יעֶדעֶן טאָג אַ פריש העֶמד, כּדי עֶר זאָל זיך פיהלעֶן פרישעֶר בּיים לעֶרנעֶן.




פאַר ר׳ יוסי איז אַמאָל געֶזעֶסעֶן אַ שילעֶר, האָט ר׳ יוסי געֶמעֶרקט אַז יעֶנעֶם געֶהט נישט אין קאָפּ דאָס וואָס עֶר עֶרקלעֶרט איהם. פרעֶגט עֶר איהם: פאַרוואָס פעֶרנעֶהמסטוּ נישט דאָס וואָס איך עֶרקלעֶר דיר? עֶנטפעֶרט יעֶנעֶר: עֶס פיהלט זיך מיר נישט גוּט אין דעֶר פרעֶמד.

— פוּן וואַנעֶן בּיזטוּ? — פרעֶגט עֶר איהם.

— פוּנ׳ם אָרט גובת־שמאי.

— איז דעֶן בּיי אייך אַן אַנדעֶר לוּפט?

— בּיי אוּנז איז אַ זוּמפּפיג אָרט אוּן אַז אַ קינד וועֶרט געֶבּוירעֶן מוּז מעֶן דעֶם בּעֶשמירעֶן דאָס קעֶפּיל מיט אַזעֶלכעֶ רויטעֶ פּרי׳לעֶך כּדי די פליגעֶלעֶך זאָלעֶן איהם נישט צעֶבּייסעֶן.

דעֶרהעֶרט דאָס, האָט ר׳ יוסי אויסגעֶרוּפעֶן: געֶלויבּט זאָל זיין דעֶר וואָס גיט־צוּ אַ בּעֶזוּנדעֶר חן יעֶדעֶן אָרט אין די אויגעֶן פוּן זיינעֶ איינוואוינער!




הלל פלעֶגט זאָגעֶן: אַ שעֶמעֶוודיגעֶר קעֶן זיך נישט אויסלעֶרנעֶן.

XII

די נאַכט — האָט ר׳ יהוּדה געֶזאָגט — איז בּעֶשאַפעֶן געֶוואָרעֶן נוּר צוּ שלאָפעֶן. ר׳ שמעון בּן לקיש פלעֶגט זאָגעֶן: די לבנה איז געֶשאַפעֶן געֶוואָרעֶן נוּר מעֶן זאָל לעֶרנעֶן בּיי איהר שיין.

ר׳ חסדא׳ן האָט אַ אַמאָל אַ פרעֶג געֶטהוּן די טאָכטעֶר זיינעֶ, צי וויל עֶר נישט דרימלעֶן.

— עֶס וועֶלעֶן נאָך אָנקוּמעֶן — האָט עֶר איהר געֶעֶנטפעֶרט — לאַנג־קוּרצעֶ טעֶג, לאַנגעֶ צוּם רוּהעֶן אוּן קוּרצעֶ צוּם לעֶרנעֶן, וועֶל איך שוין דעֶמאָלט זיך געֶנוּג אויסשלאָפעֶן 1).

1) ד. ה. נאכן טויט.

תּלמידים זעֶנעֶן פאַרהאַן פוּן פיעֶרעֶרליי אייגעֶנשאַפטעֶן: פעֶרנעֶהמט פלינק אוּן פעֶרלירט פלינק — פאַלט אַוועֶק דעֶר פעֶרדיענסט זיינעֶר דוּרך ↰ 112 דעֶם שאָדעֶן; פעֶרנעֶמהט שוועֶר אוּן פעֶרלירט שוועֶר — פאַלט אַוועֶק זיין שאָדעֶן דוּרכ׳ן פעֶרדיענסט; פעֶרנעֶהמט פלינק אוּן פעֶרלירט שוועֶר — דאָס איז אַ גוּטעֶ גאָבּ; פעֶרנעֶהמט שוועֶר אוּן פעֶרלירט פלינק — דאָס איז אַ שלעֶכטעֶ גאָבּ.

די צוּהעֶרעֶר פוּן געֶלעֶהרטעֶ זעֶנעֶן פאַרהאַן פוּן פיעֶרעֶרליי אייגעֶנשאַפטעֶן: שוואָם, טריכטעֶר, זייעֶר אוּן זיפּ. שוואָם — זאַפּט־איין אַלעֶס, טריכטעֶר — פוּן איין זייט אַריין פוּן דעֶר אַנדעֶרעֶר זייט אַרויס, זייעֶר — לאָזט אַרויס דעֶם וויין אוּן האַלט־איין די הייוועֶן, זיפּ — לאָזט אַרויס די גראָבּעֶ מעֶהל אוּן האַלט־איין די פיינעֶ 1).

XIV

„ווי אַ רעֶגעֶן טריפט מיין לעֶהרעֶ” — זאָגט משה צוּ די יוּדעֶן. אַ רעֶגעֶן בּעֶגיסט אַלעֶ געֶוויקסעֶן אוּן יעֶדעֶר מין פוּן זיי בּעֶקוּמט פוּן איהם זיין אייגעֶנעֶם טעם: דעֶר וויינשטאָק זיינעֶם, דעֶר איילבּירט זיינעֶם, דעֶר פייגעֶנבּוים זיינעֶם. אַזוי האָבּעֶן יוּדעֶן איין תּורה אוּן זי האָט אין זיך מקרא אוּן משנה, הלכות אוּן אגדות — אוּן יעֶדעֶר געֶניסט פוּן איהר לויט זיין גוּסט.

„איין מעֶנשעֶן פוּן טויזעֶנד האָבּ איך געֶפוּנעֶן” — זאָגט שלמה. געֶוועֶהנליך טרעֶטעֶן־איין אין שוּלעֶ טויזעֶנד מעֶנשעֶן זיך אויסלעֶרנעֶן לעֶזעֶן, געֶהעֶן פוּן זיי הוּנדעֶרט אַרויס וואָס קעֶנעֶן משנה, צעֶהן וואָס קעֶנעֶן תּלמוּד, אוּן נוּר איינעֶר דעֶרגעֶהט בּיז שאלות־פּסק׳עֶנעֶן.




אַ רבּי אוּן אַ חבר.
I

רבּן גמליאל פלעֶגט זאָגעֶן: בּעֶקוּם פאַר זיך אַ לעֶהרעֶר — וועֶסטוּ אויסמיידעֶן ספקות.

ר׳ יוסי בּר יהוּדה זאָגט: דעֶר וואָס לעֶרעֶנט זיך בּיי יוּנגעֶ צוּ וואָס איז עֶר געֶגליכעֶן? צוּ דעֶם וואָס עֶסט אוּמצייטיגעֶ 2) טרויבּעֶן אוּן טרינקט וויין פוּנ׳ם קעֶלטעֶר אַרויס 3), אוּן דעֶר וואָס לעֶרעֶנט זיך בּיי אַלטעֶ צוּ ↰ 113 וואָס איז עֶר געֶגליכעֶן? צוּ דעֶם וואָס עֶסט צייטיגעֶ טרויבּעֶן אוּן טרינקט אַלטעֶן וויין.

1) „זאַפּט איין אַלעֶס”, ד. ה. עֶס פעֶרבלייבט ביי איהם אַלעֶס וואָס עֶר לעֶרעֶנט. „אין איין זייט אַריין” א.ז.וו. — עֶס פעֶרבּלייבּט בּיי איהם פוּן לעֶרנעֶן גאָר נישט איבּעֶר. „לאָזט אַריין דעֶם וויין” א.ז.וו. — פעֶרהאַלט פוּן לעֶרנעֶן נאָר דאָס בּעֶסעֶרס. „לאָזט אַרויס דאָס גראָבּעֶ” א.ז.וו. — פעֶרהאַלט פוּן לעֶרנעֶן נוּר דאָס עֶרגעֶרעֶ.

2) זויעֶרעֶ, וואָס מאַכעֶן הייקיג די ציין.

3) ד. ה. נישט קיין אויסגעשטאנענעם.

ר׳ מאיר זאָגט: קוּק נישט אויף דעֶם קעֶנדיל נאָר אויף דעֶם וואָס געֶפינט זיך אינוועֶניג. ס׳איז פאַרהאַן אַ קעֶנדיל אַ נייעֶס, אָבּעֶר פוּל מיט אַלטעֶן (וויין), אוּן אַן אַלטס וואָס אַפילוּ קיין נייעֶר (וויין) איז אין איהם אויך נישטאָ.

II

ווי אַ פלאַנץ־בּוימעֶל צעֶוואַקסט זיך עֶרשט דעֶמאָלט וועֶן מעֶן זעֶצט איהם אין אַ גאָרטעֶן, אַזוי קעֶן אויסוואַקסעֶן נוּר דעֶר תּלמיד וואָס לעֶרעֶנט תּורה נישט נוּר פוּן איין רבּי׳ן.

ר׳ יהושע בּן פּרחיה פלעֶגט זאָגעֶן: זאָלסט אַוועֶקוואַנדעֶרעֶן אין אַן אָרט פוּן תּורה אוּן זאָלסט נישט מיינעֶן אַז זי וועֶט קוּמעֶן צוּ דיר, דעֶן נוּר דיינעֶ חברים וועֶלעֶן זי בּיי דיר דעֶרהאַלטעֶן — און אויף דיין פעֶרשטאַנד פעֶרלאָז זיך נישט.

אייזעֶן שאַרפט זיך אויף אייזעֶן,
אַ מעֶסעֶר אויף אַ מעֶסעֶר —
איין קאָפּ איז גוּט
אוּן צוויי צוּזאַמעֶן נאָך בּעֶסעֶר.
III

„מיינעֶ וועֶרטעֶר זעֶנעֶן ווי פייעֶר” — זאָגט גאָט. אויף דעֶם זאָגט רבּה בּר בּר חנה: ווי אַ פייעֶר, וואָס מעֶהר האָלץ צוּזאַמעֶן פלאַקעֶרט עֶס בּעֶסעֶר, אַזוי אויך תּורה לעֶרעֶנט זיך בּעֶסעֶר מיט חברים אינאיינעֶם.

רב נחמן בּר יצחק זאָגט: ווי אַקליין שפּעֶנדיל צינדט־אָן אַ גרויסעֶן שאַט־האָלץ, אַזוי קעֶן אַ קליינעֶר תּלמיד שאַרפעֶן דעֶם קאָפּ אַ גרויסעֶן אין לעֶרנעֶן. אוּן דעֶרפאַר פלעֶגט ר׳ חנינא זאָגעֶן: פיעֶל האָבּ איך אויסגעֶלעֶרעֶנט פוּן מיינעֶ לעֶהרעֶר, נאָך מעֶהר בּיי מיינעֶ חברים, אוּן מעֶהר פוּן אַלעֶ — בּיי די תּלמידים.

IV

ר׳ יונתן בּר אליעֶזר איז געֶשטאַנעֶן אין מאַרק, קוּמט־צוּ צוּ איהם ר׳ שמוּאל בּר נחמני אוּן בּעֶט איהם עֶר זאָל פאַר איהם איבּעֶרזאָגעֶן אַ שיעוּר גמרא. זאָגט עֶר איהם: געֶה אין לעֶהר־הויז וועֶל איך דאָרט מיט דיר איבּעֶרלעֶרנעֶן.

↤ 114

— רבּי — זאָגט עֶר איהם — האָסטוּ דעֶן אַליין אוּנז נישט געֶזאָגט מיט די וועֶרטעֶר פוּן שלמה: „די חכמה קלינגט אין מאַרק, אויף די בּרייטעֶ פּלעֶצעֶר לאָזט זי העֶרעֶן איהר שטימעֶ”?

— האָסט נישט אַריינגעֶדרוּנגעֶן — זאָגט עֶר איהם — אין ריכטיגעֶן זין פוּן די וועֶרטעֶר. ווייסט אין וועֶלכעֶן מאַרק קלינגט די תּורה? אין איהר אייגעֶנעֶם. ווי אַ פּעֶרעֶל, וואוּ איז לייכטעֶר איהם צוּ פעֶרהאַנדלעֶן — נישט אויף דעֶם אייגעֶנעֶם מאַרק; אַזוי איז אויך די תּורה לייכטעֶר צוּ בּעֶקוּמעֶן נוּר אין איהר אייגעֶנעֶם מאַרק. „אויף די גרייטעֶ פּלעֶצעֶר לאָזט זי העֶרעֶן איהר שטימעֶ” — איז דעֶן פאַרהאַן בּרייטעֶרעֶ פּלעֶצעֶר ווי אין די שוּלעֶן אוּן בּתּי־מדרשים?

V
זאָגט דעֶר פוילעֶר: אַ לעֶמפּעֶרט אויפן וועֶג,
אַ לייבּ צווישעֶן די גאַסעֶן” —

זאָגט מעֶן דעֶם פוילעֶן: אין דעֶר הויפּט־שטאָדט איז איצט אָנגעֶקוּמעֶן אַ גרויסעֶר לעֶהרעֶר פאַר דיר, לאָז זיך צוּ איהם לעֶרנעֶן. עֶנטפעֶרט עֶר: איך האָבּ מורא, אויפן וועֶג יאָגט זיך אַרוּם אַ לעֶמפּעֶרט.

זאָגט מעֶן איהם: דעֶר רבּי איז שוין בּיי דיר איז שטעֶדטיל, הויבּ זיך אויף אוּן געֶה אַוועֶק צוּ איהם.

— איך האָבּ מורא — עֶנטפעֶרט עֶר — אַז דעֶר לעֶמפּעֶרט יאָגט זיך שוין צווישעֶן די גאַסעֶן.

זאָגט מעֶן איהם ווידעֶר: עֶר איז שוין דאָ נאָהעֶנט בּיי זיך אין שטוּבּ.

— וואָס וועֶל איך געֶהן, די טהיר מוּז זיין בּיי איהם צוּגעֶשלאָסעֶן.

— זי איז אָפעֶן.

עֶנטפעֶרט עֶר:

יאָ אָפעֶן, נישט אָפעֶן
לאָזט מיך איך וויל שלאָפעֶן.
VI

יוסי בּן יועֶזר זאָגט: זאָל זיין דיין הויז אַ פעֶרזאַמעֶלפּוּנקט פאַר געֶלעֶהרטעֶ, אוּן וואַלגעֶר זיך אין שטויבּ פוּן זייעֶרעֶ פיס אוּן טרינק אין דוּרשט זייעֶרעֶ וועֶרטעֶר.

ר׳ אלעזר זאָגט: וואַרמעֶן זאָלסטוּ זיך אַקעֶגעֶן פייעֶר פוּן די געֶלעֶהרטעֶ — זיי אָבּעֶר פאָרזיכטיג מיט זייעֶר קויל, זאָלסט זיך נישט אָפּבּריהעֶן, ↰ 115 דעֶן זייעֶר בּיס איז אַ בּיס פוּן אַ שאַקאַל, אוּן זייעֶר שטאָך איז אַ שטאָך פוּן אַן עֶקדיש, אוּן זייעֶר צישעֶן איז דאָס צישעֶן פוּן אַ גיפטיגעֶן שלאַנג — אוּן אַלעֶ זייעֶרעֶ וועֶרטעֶר זעֶנעֶן ווי פייעֶרקוילעֶן.




דעֶר כּבוד פוּן דעֶר תּורה אוּן איהרעֶ לעֶרנעֶר.
I

ר׳ יוסי זאָגט: דעֶר וואָס האַלט עֶהרליך די תּורה איז אַליין געֶעֶהרליכט בּיי לייטעֶן. וועֶר אָבּעֶר עֶס פעֶרשוועֶכט די תּורה וועֶרט אַליין פעֶרשוועֶכט בּיי לייטעֶן.

II

אַז איינעֶר לעֶרעֶנט פוּן עֶמיצעֶן איין פּרק צי איין הלכה צי איין וואָרט צי אַפילוּ איין אות — דאַרף עֶר איהם אָבּגעֶבּעֶן כּבוד.

דעֶר רבּי איז חשוּב׳עֶר ווי דעֶר פאָטעֶר, דעֶן דעֶר פאָטעֶר האָט איהם נוּר געֶבּראַכט אויף דעֶר וועֶלט — דעֶר רבּי אָבּעֶר — וואָס לעֶרעֶנט איהם חכמה, בּרעֶנגט איהם צוּם אייבּיגעֶן לעֶבּעֶן.

רב חסדא זאָגט: אַ פאָטעֶר קעֶן מוחל זיין אויף זיין כּבוד אַ רבּי אָבּעֶר נישט.

III

אַ יוּדישעֶר געֶלעֶהרטעֶר איז חשוּב׳עֶר ווי דעֶר יוּדישעֶר קעֶניג. אַ געֶלעֶהרטעֶר אַז עֶר געֶהט פוּן דעֶר וועֶלט בּלייבּט נישט זיין גלייכעֶן, אַ קעֶניג אָבּעֶר — איז יעֶדעֶר יוּד ראוּי צוּ פעֶרנעֶהמעֶן זיין פּלאַץ.




ר׳ אלעזר בּן שמוּע זאָגט: לאָז דעֶר כּבוד פוּנ׳ם תּלמיד זיין טייעֶר בּיי דיר ווי דיין אייגעֶנעֶר, אוּן דעֶר כּבוד פוּן דיין חבר ווי דעֶר אָבּשיי פאַר׳ן רבּי׳ן, אוּן דעֶר אָבּשיי פאַר׳ן רבּי׳ן ווי די מורא פאַר גאָט.

ר׳ יהוּדה האָט געֶזאָגט: ירוּשלים איז חרוּב געֶוואָרעֶן נוּר דעֶרפאַר וואָס די תּלמידי־חכמים האָבּעֶן געֶהאַט אוּמכּבוד.




ר׳ יהושע בּן לוי האָט אָנגעֶזאָגט זיינעֶ קינדעֶר:

— מאַכט נישט אַוועֶק קיין אַלטעֶן וואָס האָט פעֶרגעֶסעֶן דאָס לעֶרנעֶן דוּרך אַן אוּמגליקליכעֶן צוּפאַל. ווי זאָגט מעֶן: די גאַנצעֶ לוּחות אוּן די בּראָכשטיק פוּן די לוּחות ליגעֶן צוּזאַמעֶן אין הייליגעֶן אָרון.

IV

וועֶן ר׳ אלעזר׳ן פלעֶגט אויסקוּמעֶן זיך צעֶשיידעֶן מיט זיין רבּי׳ן ר׳ יוחנן, איז אויבּ ר׳ יוחנן האָט בּעֶדאַרפט פריהעֶר אַוועֶקגעֶהן, פלעֶגט ר׳ ↰ 116 אלעזר בּלייבּעֶן שטעֶהן איינגעֶבּויגעֶן אויף זיין אָרט בּיז ר׳ יוחנן איז פעֶרלוירעֶן געֶגאַנגעֶן פוּן זיין אויג, אוּן אויבּ ר׳ אלעזר האָט בּעֶדאַרפט אַוועֶקגעֶהן פלעֶגט עֶר געֶהן מיט דרך־ארץ ריקוועֶרטס בּיז עֶר האָט מעֶהר שוין נישט געֶזעֶהן דעֶם רני׳ן זיינעֶם ר׳ יוחנן.

רבא בּיים אָבּשיידעֶן זיך פוּן זיין בּלינדעֶן רבּי׳ן רב יוסף׳ן פלעֶגט געֶהן אַלץ ריקוועֶרטס בּיז די פיס זיינעֶ האָבּעֶן זיך אָנגעֶשלאָגעֶן אין שוועֶל אוּן זיך צעֶבּלוּטיגט. אַז מעֶן האָט עֶס דעֶרצעֶהלט רב יוסף׳ן, האָט עֶר רבא׳ן געֶבּעֶנשט:

— זאָל גאָט געֶבּעֶן אַז דעֶר קאָפּ דיינעֶר זאָל זיין העֶכעֶר פוּן אַלעֶ דיינעֶ חברים (ד.ה. וועֶרעֶן ראש־ישיבה).

אַז ר׳ זירא איז אָבּגעֶשוואַכט געֶוואָרעֶן פוּנ׳ם לעֶרנעֶן, פלעֶגט עֶר זיך זעֶצעֶן נעֶבּעֶן דעֶר טהיר פוּן ר׳ נתן׳ס שוּלעֶ, כּדי אַז די געֶלעֶהרטעֶ וועֶלעֶן פעֶרבּייגעֶהן זאָל עֶר זיי אָנטהוּן כּבוד און אויפשטעֶהן פאַר זיי.




— נאַרישעֶ מעֶנשעֶן! — פלעֶגט רבא אויסשרייעֶן — פאַר אַ ספר־תּורה שטעֶהעֶן זיי אויף אוּן פאַר אַ גרויסעֶן מעֶנשעֶן נישט. האָט דעֶן די תּורה אַליין נישט איבּעֶרגעֶגעֶבּעֶן איהר גרעֶסטעֶ מאַכט אין די העֶנד פוּנ׳ם גרויסעֶן מאַן?

V

ר׳ אבּא הכהן בּר פּפּא האָט דעֶרצעֶהלט וועֶגעֶן זיך:

— וועֶן איך פלעֶג זעֶהן זיצעֶן אַ גרוּפּעֶ מעֶנשעֶן, פלעֶג איך אָבּטרעֶטעֶן אוּן געֶהן מיט אַ זייטיגעֶן וועֶג, כּדי זיי נישט צוּ בּעֶמיהעֶן — זיי זאָלעֶן מיך נישט בּעֶמעֶרקעֶן אוּן נישט אויפשטעֶהן פאַר מיר.

אַז איך האָבּ דאָס דעֶרצעֶהלט ר׳ יוסי בּר זבידא, האָט עֶר מיר געֶזאָגט: אדרבּא בּיזט מחוּיב געֶהן פעֶרבּיי זיי — זאָלעֶן זיי דיך בּעֶמעֶרקעֶן אוּן פאַר דיר אויפשטעֶהן, דוּרך דעֶם וועֶסטוּ זיי בּרעֶנגעֶן צוּ גאָטספאָרכטיגקייט.

VI

אין הלל׳ס נאָמעֶן האָט מעֶן געֶזאָגט: אַ מעֶנש זאָל זעֶהן צוּ וואוינעֶן אין איין אָרט מיט זיין לעֶהרעֶר, וואָרוּם כּל זמן שלמה׳ס לעֶהרעֶר אוּן עֶרציהעֶר, שמעי בּן גרא, האָט געֶלעֶבּט אוּן געֶוואוינט נאָהעֶנט געֶגעֶן איהם, האָט שלמה נישט געֶוואַגט צוּ נעֶהמעֶן פאַר אַ פרוי פּרעה׳ס טאָכטעֶר. וועֶן איז דאָס געֶרעֶדט, אויבּ דעֶר תּלמיד געֶפינט זיך נאָך אוּנטעֶר׳ן איינפלוּס פוּנ׳ם לעֶהרעֶר אוּן עֶר וועֶט איהם פאָלגעֶן: אויבּ אָבּעֶר נישט, איז גלייכעֶר פעֶרקעֶהרט, עֶר זאָל נישט וואוינעֶן מיט׳ן לעֶהרעֶר צוּזאַמעֶן אין איין אָרט.

↤ 117

VII

וועֶן די גרעֶסטעֶ חכמים זעֶנעֶן זיך צוּנויפגעֶקוּמעֶן אויף אַ פעֶרזאַמלוּנג אין דעֶר גרויסעֶר ישיבה אין דעֶר שטאָדט יבנה, האָבּעֶן זיך צווישעֶן זיי געֶפוּנעֶן ר׳ יהוּדה, ר׳ יוסי, ר׳ נחמיה אוּן ר׳ אליעזר בּן ר׳ יוסי הגלילי. האָט יעֶדעֶר פוּן די פיעֶר געֶהאַלטעֶן אַ רעֶדעֶ לכבוד דעֶר תּורה אוּן לכבוד די שטאָדט־לייט וואָס האָבּעֶן אַרויסגעֶוויזעֶן גאַסטפריינדשאַפט צוּ די אָנגעֶקוּמעֶן געֶלעֶהרטעֶ.

ר׳ יהוּדה, דעֶר עֶרשטעֶר רעֶדנעֶר אוּמעֶדוּם, נעֶהמט אַ וואָרט צוּם עֶרשטעֶן אוּן זאָגט לכבוד די תּלמידי־חכמים: וועֶגעֶן משה׳ן וועֶרט דעֶרצעֶהלט אין דעֶר תּורה, אַז עֶר האָט איבּעֶרגעֶפיהרט דעֶם אהל מיט׳ן ארון אויסעֶר דעֶר מחנה פוּן יוּדעֶן, אוּן וועֶר עֶס האָט געֶזוּכט גאָט פלעֶגט אַהין ארויסגעֶהן. אויבּ — האָט ר׳ יהוּדה אויסגעֶלאָזט — דעֶר וואָס צוּליבּ דעֶר תּורה איז געֶגאַנגעֶן אַזאַ קליינעֶ, בּערך, שטרעֶקעֶ ווי פוּן דעֶר מחנה בּיז׳ן אוהל מיט׳ן ארון, פעֶרדיעֶנט שוין אין דעֶר תּורה דעֶם נאמעֶן „גאָטס־זוּכעֶר” — וועֶר שמוּעֶסט די תּלמידי־חכמים, וואָס לאָזעֶן זיך אין ווייטעֶ וועֶגעֶן אוּן וואַנדעֶרעֶן־אוּם פוּן שטאָדט צוּ שטאָדט אוּן פוּן פּראָווינץ צוּ פּראָווינץ, כּדי צוּ העֶרעֶן גאָט׳ס אַ וואָרט אוּן לעֶרנעֶן תּורה — זיי פעֶרדיענעֶן דאָך געֶוויס דעֶם גרויסעֶן נאמעֶן גאָטס־זוּכעֶר.

אוּן נאָך האָט ר׳ יהוּדה געֶ׳דרש׳עֶנט לכבוד דעֶר תּורה: „פעֶרנעֶהם אוּן העֶר זיך איין, ישראל — האָט משה רבּנוּ געֶזאָגט צוּ יוּדעֶן אין זיינעֶ שטראָף־רייד פאַר׳ן טוידט — היינט בּיזטוּ געֶוואָרעֶן אַ פאָלק” — „היינט”? ס׳איז דאָך שוין איבּעֶרגעֶגאַנגעֶן פעֶרציג יאָהר זינט יוּדעֶן האָבּעֶן בּעֶקוּמעֶן די תּורה. נאָר טייעֶר אוּן ליעֶבּ איז די תּורה בּיי זיי אַלעֶ טאָג, ווי זי זאָל נוּר־וואָס עֶרשט געֶגעֶבּעֶן וועֶרעֶן פוּן בּאַרג סיני.

ר׳ נחמיה אוּן זיין דרשה לכבוד די גאַסטפריינדליכעֶ שטאָדט־לייט האָט געֶזאָגט: שאוּל אין דעֶר מלחמה מיט די עמלקים האָט געֶזאָגט צוּ די קינים (פוּן יתרו׳ס משפּחה): „טרעֶט־אָבּ פוּן די עמלקים, איך זאָל דיך נישט אוּמבּרעֶנגעֶן מיט זיי, אוּן דוּ האָסט דאָך געֶטהוּן געֶנאָד מיט אַלעֶ יוּדעֶן” — אויבּ יתרו, וואָס האָט גאַסטפריינדליך אויפגעֶנוּמעֶן משה׳ן צוּליבּ זיין אייגעֶנעֶם כּבוד, איז זיין פעֶרדיעסט אַזוי גרויס, וועֶר שמוּעֶסט דעֶר, וואָס נעֶהמט־אויף בּיי זיך אין הויז אַ תּלמיד־חכם, גיט איהם עֶסעֶן אוּן טרינקעֶן אוּן איז איהם מהנה מיט וואָס עֶר פעֶרמאָגט — איז געֶוויס זיין פעֶרדיענסט בּיי גאָט זעֶהר גרויס.

נעֶהמט ר׳ יוסי דאָס וואָרט לכבוד די גאַסטפריינדליכעֶ שטאָדט־לייט אוּן זאָגט זיין דרשה:

↤ 118

„זאָלסט נישט פעֶראַכטעֶן דעֶם מצרי, וואָרוּם אַ גר בּיזטוּ געֶוועֶן בּיי איהם אין לאַנד” — אויבּ די מצרים, וואָס האָבּעֶן יעקב׳ס קינדעֶר מקריב געֶוועֶן נוּר צוּליבּ אייגעֶנעֶ נוּטצעֶן, האָט די תּורה זיי אַזוי געֶשוינט, — וועֶר שמוּעֶסט דעֶר וואָס נעֶהמט־אויף בּיי זיך אין הויז אַ תּלמיד־חכם, גיט איהם עֶסעֶן אוּן טרינקעֶן אוּן איז איהם מהנה מיט וואָס עֶר פעֶרמאָגט, איז געֶוויס זיין פעֶרדיעֶנסט בּיי גאָט זעֶהר גרויס.

דעֶר לעֶצטעֶר, ר׳ אליעזר בּן ר׳ יוסי הגלילי, זאָגט אויך זיין וואָרט לכבוד די גאַסטפריינדליכעֶ שטאָדט־לייט:

„גאָט האָט געֶבּעֶנשט עובד׳ס הויז צוּליבּ דעֶם געֶטליכעֶן אָרון וואָס איז בּיי איהם געֶשטאַנעֶן” — אויבּ דעֶר אָרון, וואָס פאָדעֶרט נישט קיין עֶסעֶן אוּן קיין טרינקעֶן אוּן עובד האָט נוּר געֶהאַט די מיה ריין צוּהאַלטעֶן דאָס ארט, אויסקעֶהרעֶן אוּן מיט וואַסעֶר בּעֶשפּריצעֶן, איז עֶס איהם געֶרעֶכעֶנט געֶוואָרעֶן פאַר אַזאַ פעֶרדיעֶנסט, — וועֶר שמוּעֶסט דעֶר וואָס נעֶהמט־אויף בּיי זיך אין הויז אַ תּלמיד־חכם, גיט איהם עֶסעֶן אוּן טרינקעֶן אוּן איז איהם מהנה מיט וואָס עֶר פעֶרמאָגט, איז געֶוויס זיין פעֶרדיעֶנסט בּיי גאָט זעֶהר גרויס.

XIII

רבא זאָגט: זאָל מיר דאָס בּיישטעֶהן, וועֶן אַ תּלמיד־חכם קוּמט זיך פאַר מיר לאָדעֶן, לעֶג איך נישט דעֶם קאָפּ אויפ׳ן קישעֶן בּיז איך זוּך פאַר איהם נישט אויס קיין זכוּת.

מר־בּר־רב־אשי פלעֶגט זאָגעֶן: מיך טאָר מעֶן נישט זעֶצעֶן פאַר אַ דיין בּיי אַ משפּט פוּן אַ תּלמיד־חכם, ווייל עֶר איז מיר ליעֶבּ ווי איך אַליין, אוּן אַ מעֶנש אויף זיך אַליין זעֶהט נישט קיינמאָל קיין שלעֶכטס.

תּלמיד־חכם אוּן עם־האָרץ.
I

ר׳ יוחנן פלעֶט זאָגעֶן: די תּלמידי־חכמים זיי זיינעֶן די אמת׳עֶ „בּויעֶרעֶר”, ווייל זיי פעֶרנעֶהמעֶן זיך אַלעֶ זייעֶרעֶ יאָהרעֶן מיט אויסבּויעֶן אוּן אויסבּילדעֶן די וועֶלט.

תּלמידי־חכמים — זאָגט רב חנינא — בּרעֶנגעֶן־אַריין פיעֶל שלום אין דעֶר וועֶלט.

I

„די מצוה איז ליכט אוּן די תּורה איז שיין” — זאָגט שלמה המלך אין זיינעֶ שפּריכוועֶרטעֶר — געֶהט איינעֶר אין דעֶר פינסטעֶר אוּן האָט קיין ↰ 119 ליכט נישט אין דעֶר האַנד, שלאָגט עֶר זיך אָן אין אַ שטיין, פאַלט עֶר אַריין אין אַ גראָבּעֶן אוּן צעֶקלאַפּט זיך דעֶם קאָפּ. דעֶר וואָס טראָגט אָבּעֶר אַ ליכט מיט זיך, מיידט עֶר אויס יעֶדעֶר שטרויכלוּנג אוּן געֶהט־איבּעֶר זיין וועֶג בּשלום. דאָסזעֶלבּעֶ אוּנטעֶרשייד איז צווישעֶן אַן עם־האָרץ אוּן אַ תּלמיד־חכם. דעֶר עם־האָרץ, וואָס איהם פעֶהלט די ליכט פוּן דעֶר תּורה, טאַפּט אין דעֶר פינסטעֶר אוּן פאַלט אַריין אין זינד אוּן קוּמט־אוּם; דעֶר תּלמיד־חכם אָבּעֶר האָט אַ ליכטיגעֶן לאמטעֶרעֶן אין דעֶר האַנד, — די תּורה, אוּן זי פיהרט איהם דוּרך בּשלום איבּעֶר אַלעֶ געֶפאָהרעֶן אין וועֶג. אוּן דאָס זעֶלבּעֶ זאָגט אויך דוד המלך: „ליכט פאַר מיינעֶ פיס — דיינעֶ וועֶרטעֶר אוּן שיין פאַר מיין שטעֶג.”

III

„ליעֶבּ האָבּעֶן זאָלסטוּ דיין האַר גאָט” — אוּן בּעֶליעֶבּט זאָל זיין נאָמעֶן וועֶרעֶן דוּרך דיר. אַז אַ יוּד לעֶרעֶנט פיעֶל, בּעֶדיעֶנט תּלמידי־חכמים אוּן האַנדעֶלט עֶהרליך אוּן בּעֶנעֶהמט זיך פיין מיט לייטעֶן — וואָס זאָגעֶן לייט אויף איהם? וואויל איז יעֶנעֶם וואָס האָט געֶלעֶרעֶנט תּורה! וואויל איז דעֶם פאָטעֶר וואָס האָט איהם געֶלעֶרעֶנט תּורה! וואויל איז דעֶם רבּי׳ן זיינעֶם וואָס האָט איהם געֶלעֶרעֶנט תּורה! וועֶה איז די וואָס האָבּעֶן קיין תּורה נישט געֶלעֶרעֶנט, אָט דעֶר האָט געֶלעֶרעֶנט תּורה, זעֶהט ווי שעֶן זיין בּעֶנעֶהמעֶן זיך, ווי פיין איז זיין אויפפירוּנג, אויף איהם זעֶנעֶן אָנגעֶפּאַסט די וועֶרטעֶר פוּנ׳ם נביא ישעיה: „עֶר (גאָט) האָט מיר געֶזאָגט: מיין דיענעֶר בּיזטוּ, אַ יוּד וואָס איך ריהם זיך מיט דיר”. אָבּעֶר דעֶר וואָס לעֶרעֶנט תּורה אוּן בּעֶדיעֶנט תּלמידי־חכמים, נאָר עֶר האַנדעֶלט נישט עֶהרליך אוּן בּעֶנעֶהמט זיך נישט פיין מיט לייטעֶן — וואָס זאָגעֶן לייט אויף איהם: וועֶה איז יעֶנעֶם וואָס האָט געֶלעֶרעֶנט תּורה! וועֶה איז דעֶם פאָטעֶר זיינעֶם וואָס האָט איהם געֶלעֶרעֶנט תּורה! וועֶה איז דעֶם לעֶהרעֶר זיינעֶם וואָס האָט איהם געֶלעֶרעֶנט תּורה! אָט דעֶר וואָס האָט געֶלעֶרעֶנט תּורה, זעֶהט ווי מיאוּס זיין בּעֶנעֶהמעֶן זיך, ווי שעֶנדליך זיין אויפפיהרוּנג. אוּן אויף איהם זעֶנעֶן אָנגעֶפּאַסט די וועֶרטעֶר פוּנ׳ם נביא יחזקאל: „זיי האָבּעֶן פעֶרשוועֶכט מיין הייליגעֶן נאָמעֶן, אַז מעֶן זאָגט אויף זיי: גאָטס פאָלק זיינעֶן זיי אוּן פוּן זיין לאַנד קוּמעֶן זיי אַרויס”.

IV

פוּפצעֶהן זיטעֶן וועֶרעֶן אויסגעֶרעֶכעֶנט בּיי אַ תּלמיד־חכם: פיין בּיי׳ם אַריינקוּמעֶן, פיין בּיי׳ם אַרויסגעֶהן, פרוּם בּיי׳ם זיצעֶן אין ישיבה, קלוּג אין זיין גאָטספאָרכטיגקייט, ניכטעֶר אין שכל, אַ חכם אין זיין אויפפיהרוּנג, אַ זאַמלעֶר (פוּן תּורה) אוּן אַ בּעל־זכּרון, עֶנטפעֶרט וואָס מעֶהר ↰ 120 אויף דעֶם וואָס מעֶן פרעֶגט איהם, פרעֶגט צוּ דעֶר זאַך אוּן עֶנטפעֶרט צוּם פּוּנקט, העֶרט פריהעֶר גוּט אויס איידעֶר עֶר עֶנטפעֶרט. אין יעֶדעֶר שיעוּר זיינעֶם טהוּט עֶר עֶפּיס אויף אַ נייעֶס, געֶהט צוּ געֶלעֶהרטעֶ, לעֶרעֶנט מיט דעֶר דעה יעֶנעֶם צוּ לעֶרנעֶן אוּן לעֶרעֶנט כּדי מקיים צוּ זיין.

אַ תּלמיד־חכם זאָל נישט עֶסעֶן שטעֶהעֶנדיג, נישט לעֶקעֶן מיט די פינגעֶר, נישט שפּייעֶן פאַר יעֶנעֶם, וועֶניג שמוּעֶסעֶן, וועֶניג לאַכעֶן, וועֶניג שלאָפעֶן, וועֶניג וואוילטאָג זיך אָנטהוּן, זיין גוּט געֶוואָרעֶנט מיט זיין „יאָ” אוּן מיט זיין „ניין”.

דעֶר שטייגעֶר פוּן אַ תּלמיד־חכם איז: זיין אַן ענו אוּן געֶפאַלעֶן בּיי זיך, אַ זריז, נישט אָבּעֶנטפעֶרעֶן אויף קיין בּעֶליידיגוּנג, זיך בּעֶליעֶבּעֶן בּיי יעֶדעֶן מעֶנשעֶן, שטאַרק צוּגעֶלאָזעֶן צוּ די הויז־מעֶנשעֶן, שרעֶקעֶן זיך פאַר אַ זינד, בּעֶטראַכטעֶן דעֶם מעֶנשעֶן לויט זיינעֶ מעשים, ווייכעֶן פוּן עולם־הזה ווי פוּן אַ פרעֶמדעֶר וועֶלט, זיצעֶן שטעֶנדיג אוּן לעֶרנעֶן, זיך וואַלגעֶרעֶן בּיי די פיס פוּן וואוילגעֶלעֶרעֶנטעֶ אוּן קיינעֶר זאָל אויף אים קיין שלעֶכטעֶס ניט זעֶהן.

אַ חכם צייכעֶנט זיך אויס מיט די זיבּעֶן זיפּעֶן: עֶר רעֶדט נישט פאַר קיין גרעֶסעֶרעֶן פוּן זיך, פאַלט נישט אַריין יעֶנעֶם אין די רייד, איילט זיך נישט צוּ עֶנטפעֶרעֶן איידעֶר עֶר העֶרט־אויס, פרעֶגט צוּ דעֶר זאַך אוּן עֶנטפעֶרט צוּם פּוּנקט, עֶר רעֶדט פוּן דעֶר עֶרשטעֶר זאַך צוּם עֶרשט אוּן פוּן דעֶר לעֶצטעֶר צוּלעֶצט, אוּן אויף וואָס עֶר פעֶרשטעֶהט נישט זאָגט עֶר: „איך פעֶרשטעֶה נישט”, עֶר איז מודה אויפ׳ן אמת. אוּן בּיי אַ נאַר איז דאָס אַלעֶס פעֶרקעֶהרט.

V
„גאָט׳ס לעֶהרעֶ איז זיין בּעֶגעֶהר...
עֶר איז ווי אַ בּוים געֶפלאַנצט בּיי טייכליך וואַסעֶר
וואָס גיט זיין פרוּכט אין דעֶר צייט
אוּן זיין בּלאַט וועֶלקט נישט” —

אפילוּ אַ איינפאַך וועֶרטיל פוּן אַ תּלמיד־חכם איז טיעפזיניג אוּן מעֶן דאַרף עֶס לעֶרנעֶן, בּיי אַ זאַפטיגעֶן בּוים — איז זאַפטיג נישט נוּר די פרוּכט נאָר אויך דאָס בּלעֶטעֶל זיינס.

אַ אמת׳עֶר תּלמיד־חכם לאָזט נישט אַרויס פוּן דעֶר האַנד אַ זאַך וואָס איז נישט פאָלקאָמעֶן.

דעֶר ארון־קודש איז געֶוועֶן אינעֶרליך ווי אויסעֶרליך מיט ריינעֶם ↰ 121 גאָלד בּעֶדעֶקט, אַ תּלמיד־חכם דאַרף זיין ריין אינעֶרליך ווי אויסעֶרליך, אויבּ נישט איז עֶר נישט וועֶרטה דעֶם נאָמעֶן תּלמיד־חכם.

אַ תּלמיד־חכם וואָס האָט נישט קיין פעֶרשטאַנד, איז עֶרגעֶר פוּן אַ נבלה.

VI

רבא זאָגט: אַ תּלמיד־חכם אַז עֶר היצט זיך אַמאָל איז דאָס דעֶרפאַר וואָס די תּורה האָט איהם אויפגעֶהיצט, ווי דעֶר פּסוּק זאָגט: „מיינעֶ וועֶרטעֶר, זאָגט גאָט, זעֶנעֶן ווי פייעֶר”.

ר׳ אַשי זאָגט: אַ תּלמיד־חכם וואָס איז נישט האַרט ווי אייזעֶן, הייסט נישט קיין תּלמיד־חכם, ווי עֶס זאָגט דאָרט דעֶר סוף פּסוּק: „ווי אַ האַמעֶר וואָס צעֶבּרעֶקעֶלט דעֶם פעֶלז” —

פוּן דעֶסטוועֶגעֶן — זאָגט רבינא — איז גלייכעֶר אַז דעֶר מעֶנש זאָל זיך איינגעֶוואוינעֶן צוּ בּעֶגעֶהן זיך מיט מעֶנשעֶן בּנעימות׳דיג.

רב זאָגט: אַ תּלמיד־חכם מעֶג אַמאָל אין זיך האָבּעֶן גאוה אַן אַכטעֶל פוּן אַן אַכטעֶל.

רב הוּנא בּן ר׳ יהושע זאָגט: אוּן דאָס בּעֶשעֶנט איהם ווי די העֶריליך דעֶם שפּיץ־זאַנג.

רבא זאָגט: שלעֶכט אַז מ׳האָט עֶס, שלעֶכט אַז עֶס פעֶהלט.

רב נחמן זאָגט: נישט דאָס אוּן נישט קיין סימן דעֶרפוּן!

VII

ר׳ יוחנן זאָגט: אַ תּלמיד־חכם וואָס געֶפינט זיך אויף זיין קלייד אַ פעֶטעֶר פלעֶק, איז עֶר נישט וועֶרטה, וואָס עֶר לעֶבּט אויף דעֶר וועֶלט; עֶר איז מבזה זיך אוּן די תּורה.

זעֶקס זאַכעֶן איז אַ שאַנדעֶ פאַר אַ תּלמיד־חכם:

עֶר טאָר ניט אַרויסגעֶהן אין גאַס פּאַרפוּמיערט, מיט געֶלאַטעֶטעֶ שיך, איינעֶר אַליין בּיינאַכט, נישט שמוּעֶסעֶן מיט קיין פרוי אין מאַרק, נישט אַריינגעֶהן אין בּית־המדרש צוּם לעֶצטעֶן, נישט זעֶצעֶן זיך צוּם טיש אין געֶזעֶלשאַפט פוּן עמי־הארצים; אַנדעֶרעֶ גיבּעֶן נאָך צוּ: אויך נישט מאַכעֶן בּיים געֶהן גרייטעֶ שפּאַן אוּן נישט געֶהן פעֶרריסעֶן דעֶם קאָפּ.




אַ תּלמיד־חכם וואָס לויפט־אַרוּם אויף אַלעֶ סעוּדות — קוּמט דעֶרצוּ, אַז עֶר מאַכט חרוב זיין הויז, לאָזט־איבּעֶר די פרוי ווי אַן אַלמנה אוּן זיינעֶ קליינעֶ קינדעֶרלעֶך ווי פעֶריתומ׳ט, אוּן עֶר פעֶרגעֶסט דאָס לעֶרנעֶן, אוּן גרויסעֶ מחלוקת קוּמט אויף איהם, אוּן זיינעֶ וועֶרטעֶר וועֶרעֶן נישט אָנגעֶנוּמעֶן, אוּן עֶר פעֶרשוועֶכט דעֶם נאָמעֶן פוּן גאָט אוּן פוּן זיין פאָטעֶר אוּן ↰ 122 פוּן זיין רבּי׳ן, אוּן מאַכט אַ שלעֶכטעֶן נאָמעֶן זיך אוּן זיינעֶ קינדעֶר אוּן קינדס־קינדעֶר אויף לאַנגעֶ יאָהרעֶן — מעֶן רוּפט איהם: אַרוּמשלעֶפּעֶר, שעֶנק־טעֶנצעֶר, טעֶלעֶר־לעֶקעֶר.

VIII

תּלמידי־חכמים — וועֶרט זייעֶרעֶ שגגות (אוּמגעֶרעֶנעֶ פעֶרלעֶר) פעֶררעֶכעֶנט ווי זדונות (אָבּזיכטליכעֶ פעֶרבּרעֶכעֶן) אוּן עמי־הארצים זעֶנעֶן פעֶרקעֶהרט: די זדונות זייעֶרעֶ וועֶרט זיי פעֶררעֶכעֶנט ווי שגגות.

אַ תּלמיד־חכם וועֶן עֶר זינדיגט טאָר מעֶן איהם ניט שעֶנדעֶן עֶפעֶנטליך, ווי דעֶר פּסוּק זאָגט: „דוּ וועֶרסט געֶשטרויכעֶלט בּייטאָג, דעֶר נביא מיט דיר בּיינאַכט” — דעֶק איהם צוּ ווי די נאַכט.

ווי גאָלדעֶנעֶ אוּן גלעֶזעֶרנעֶ כּלים נאָכ׳ן צעֶבּרעֶכעֶן קעֶן מעֶן זיי איבּעֶרשמעֶלצעֶן אוּן ווידעֶר מאַכעֶן גאַנצעֶ כּלים — אַזוי אַ תּלמיד־חכם חאָטש עֶר האָט פעֶרזינדיגט קעֶן עֶר וועֶרעֶן צוּריק אַ לייט.

זעֶהסטוּ אַ תּלמיד־חכם, אַז עֶר האָט געֶזינדיגט בּיינאַכט, קלעֶר נישט וועֶגעֶן איהם איבּעֶר בּייטאָג — עֶר האָט געֶוויס שוין תּשוּבה געֶטהוּן.

ווי אַ ניסעֶל, חאָטש עֶס שמוּצט זיך איין אויסעֶנוועֶניג בּלייבּט דעֶר יאָדעֶר אינוועֶניג ריין, אַזוי אַ תּלמיד־חכם חאָטש עֶר פעֶרשמוּצט זיך אַמאָל מיט זינד, וועֶרט די תּורה זיינעֶ נישט פעֶראוּמרייניגט.




אַ תּלמיד־חכם וואָס רייסט זיך אָבּ פוּן דעֶר תּורה איז ווי אַ פויגעֶלעֶ וואָס שלאָגט זיך אָבּ פוּן דעֶר נעֶסט.

IX

ריש־לקיש האָט געֶזאָגט: אַ תּלמיד־חכם טאָר נישט נעֶהמעֶן אויף זיך קיין תּענית, ווייל עֶר וועֶט דוּרך דעֶם וועֶניגעֶר זיך קעֶנעֶן אָבּגעֶבּעֶן מיט לעֶרנעֶן תּורה.

רב ששת זאָגט: אַ תּלמיד־חכם וואָס נעֶהמט אויף זיך אַ תּענית — איז גלייך ווי אַ הוּנד וואָלט אויפעֶסעֶן זיין מאָהלצייט.




רב זאָגט: דעֶר וואָס שטאָלצירט מיט אַ תּלמיד־חכם׳שעֶן מאַנטעֶל אוּן איז אַליין נישט קיין תּלמיד־חכם וועֶרט עֶר נישט אַריינגעֶלאָזט אין אויבּעֶרשטעֶנס מחיצה.

X

ר׳ בּרכיה זאָגט: זעֶהט אַ מעֶנש, אַז די תּורה לאָזט זיך אויס בּיי זיינעֶ קינדעֶר — זאָל עֶר אַריינפיהרעֶן צוּ זיך אין שטוב אַ פרוי אַ טאָכטעֶר פוּן אַ תּלמיד־חכם, ווי דעֶר פּסוּק זאָגט: „אויבּ אין בּאָדעֶן וועֶרט דעֶר ↰ 123 וואָרצעֶל זיינעֶר (פוּנ׳ם בּוים) געֶעֶלטעֶרט, אוּן אין דעֶר עֶרד שטאַרבּט־אָבּ זיין שטאַם — איז פוּן אַ שמעֶק וואַסעֶר בּליהט עֶר אויף”.




אין ר׳ יוחנן׳ס נאָמעֶן זאָגט מעֶן: דעֶר וואָס איז אַליין אַ תּלמיד־חכם אוּן זיין זוּהן אוּן דעֶרנאָך זיין אייניקעֶל זעֶנעֶן אויך תּלמידי־חכמים — וועֶט שוין די תּורה זיך נישט אויסלאָזעֶן פוּן זיין נאָכגעֶבּוּרט.

ר׳ ירמיה זאָגט: נאָך דריי דורות דוּרכאַנאַנד תּלמידי־חכמים, זוּכט שוין די תּורה אויף איהר שטעֶנדיג גאַסטהויז.

ווי קוּמט עֶס וואָס פוּן תּלמידי־חכמים׳שעֶ קינדעֶר קוּמעֶן אָפטמאָל אַרויס קינדעֶר נישט קיין תּלמידי־חכמים?

— כּדי מעֶן זאָל נישט זאָגעֶן — עֶרקלעֶרט רב יוסף — אַז די תּורה געֶהט איבּעֶר יעֶדעֶן בּירושה.

רב שישא האָט עֶרקלעֶרט: כּדי זיי זאָלעֶן זיך נישט איבּעֶרנעֶהמעֶן איבּעֶר׳ן עולם.

מר זוּטרא זאָגט: טאַקי דעֶרפאַר וואָס זיי נעֶהמעֶן זיך איבּעֶר איבּעֶר׳ן עולם.

רב אשי זאָגט: ווייל זיי רוּפעֶן־אָן דעֶם עולם מיט׳ן נאָמעֶן „עֶזלעֶן”.

XI

„אין האַרצעֶן פוּנ׳ם פעֶרשטאַנדיגעֶן רוּהט די חכמה — זאָגט שלמה המלך אין משלי — אוּן בּיי די נאַרעֶן לאָזט זי זיך וויסעֶן”.

רב חמא זאָגט אויף דעֶם: די עֶרשטעֶ העֶלפט פוּן דעֶם שפּריכוואָרט איז צוּגעֶפּאַסט צוּ אַ תּלמיד־חכם דעֶר זוּהן פוּן אַ תּלמיד־חכם, די צווייטעֶ העֶלפט — צוּ אַ תּלמיד־חכם דעֶר זוּהן פוּן עם־הארץ.

נישט אוּמזיסט זאָגט די וועֶלט אַ וועֶרטעֶל: „אַ האַרטעֶר גראָשעֶן אין פּוּשקעֶ מאַכט קליפּ־קלאַפּ”.




זקנים עמי־הארצים, וואָס עֶלטעֶר זיי וועֶרעֶן וועֶרט דעֶר שכל בּיי זיי אַלץ מעֶהר צוּמישט; בּיי זקנים תּלמידי־חכמים אָבּעֶר איז פעֶרקעֶהרט: וואָס עֶלטעֶר זיי וועֶרעֶן וועֶרט דעֶר שכל בּיי זיי אַלץ מעֶהר געֶזעֶצטעֶר.

XII

„לאָמיך וואוינעֶן אין דיין צעֶלט אין בּיידעֶ וועֶלטעֶן” האָט זיך דוד בּיי גאָט געֶבּעֶטעֶן. איז דעֶן מעֶגליך — פרעֶגט רב — אַז אַ מעֶנש זאָל וואוינעֶן אין איין זייט אין בּיידעֶ וועֶלטעֶן, אין דעֶר אוּן אין יעֶנעֶר. נאָר דוד ↰ 124 האָט בּיי גאָט געֶבּעֶטעֶן אַזוי: „האַר פוּן דעֶר וועֶלט, טהוּ מיר צוּליעבּ — אַז מעֶן זאָל מיינעֶ וועֶרטעֶר נאָכזאָגעֶן נאָך מיר אויף דעֶר וועֶלט”. ווי ר׳ שמעון בּן יוחאי פלעֶגט זאָגעֶן: אַז מעֶ זאָגט נאָך אַ תּלמיד־חכם זיינעֶ וועֶרטעֶר אויף דעֶר וועֶלט, בּעֶוועֶגעֶן זיך אין קבר זיינעֶ ליפּעֶן, ווי בּיי אַ מעֶנשעֶן אין שלאָף.

XIII

אַ גראָבּעֶר יוּנג קעֶן פרוּם נישט זיין אוּן אַן עם־הארץ — קיין חסיד.

ר׳ אלעזר זאָגט: אַ תּלמיד־חכם בּיי אַן עם־הארץ אין די אויגעֶן ווי זעֶהט־אויס? — אין אָנהויבּ ווי אַ גאָלדעֶנעֶר קרוּג, האָט עֶר מיט איהם אַבּיסעֶל געֶשמוּעֶסט — שוין ווי אַ זילבּעֶרנעֶר קרוּג; האָט דעֶר תּלמיד־חכם פוּן איהם עֶפּיס געֶנאָסעֶן — שוין ווי אַ עֶרדעֶנעֶר קרוּג — קוים וועֶרט עֶר צעֶבּראָכעֶן איז צוּ איהם שוין קיין מיטעֶל נישטאָ.

XIV

אַ מעֶנש זאָל פעֶרקויפעֶן פוּן זיך דאָס לעֶצטעֶ אוּן נעֶהמעֶן פאַר אַ פרוי אַ טאָכטעֶר פוּן אַ תּלמיד־חכם, כּדי אַז עֶר אַליין וועֶט שטאַרבּעֶן אָדעֶר פעֶרטריבּעֶן וועֶרעֶן זאָל עֶר קעֶנעֶן זיין זיכעֶר, אַז די קינדעֶר וועֶלעֶן פעֶרבּלייבּעֶן איידעֶלעֶ מעֶנשעֶן. מיט אַ פרוי אָבּעֶר אַ טאָכטעֶר פוּן אַן עם־הארץ קעֶן עֶר אין דעֶם זיכעֶר נישט זיין.

ר׳ מאיר פלעֶגט זאָגעֶן: וועֶר עֶס גיט־אויס אַ טאָכטעֶר פאַר אַ גראָבּעֶן יוּנג, איז ווי עֶר וואָלט זי געֶבּוּנדעֶן אוּן אַנידעֶרגעֶלעֶגט פאַר אַ ווילדעֶן לייבּ.

XV

די שנאה פוּן עם־חארץ צוּם תּלמיד־חכם איז גרעֶסעֶר ווי די שנאה פוּן אַ גוי צוּ אַ יוּדעֶן, אוּן פוּנ׳ם ווייבּ זיינס נאָך מעֶהר, אוּן די שנאה פוּן דעֶם וואָס האָט אַמאָל אַליין געֶלעֶרעֶנט אוּן אַוועֶקגעֶוואָרפעֶן — נאָך מעֶהר.

ר׳ עקיבא האָט דעֶרצעֶהלט: אַז איך בּין געֶוועֶן אַן עם־הארץ פלעֶג איך זאָגעֶן: וואוּ נעֶהמט מעֶן אַ תּלמיד־חכם וואָלט איך איהם צעֶבּיסעֶן ווי אַ ווילדעֶר עֶזעֶל.

XVI

ר׳ אלעזר האָט געֶזאָגט: די עמי־הארצים וועֶלעֶן נישט אויפלעֶבּעֶן. האָט איהם אויף דעֶם ר׳ יוחנן געֶזאָגט: דעֶר אויבּעֶרשטעֶר איז נישט צוּפריעדעֶן מעֶן זאָל זאָגעֶן אויף זיי אַזעֶלכעֶ וועֶרטעֶר.

↤ 125

— איך דרינג עֶס אויס פוּן אַ פּסוּק אין ישעיה — עֶנטפעֶרט עֶר איהם — „טוי פוּן ליכט איז דיין טוי אוּן די עֶרד וועֶט איהרעֶ טויטעֶ אַרויסוואַרפעֶן”: וועֶר ס׳איז בּעֶלויכטעֶן מיט דעֶם שיין פוּן דעֶר תּורה וועֶט איהם די שיין אויפלעֶבּעֶן, אוּן אויבּ נישט — ניט.

בּעֶמעֶרקט ר׳ אלעזר אַז ר׳ יוחנן עֶרגעֶרט זיך, זאָגט עֶר איהם: זיי האָבּעֶן פאַר זיך אַ מיטעֶל, ווי זאָגט די תּורה: „איהר, די בּעֶהעֶפטעֶ אינ׳ם האַר גאָט אייעֶרעֶן, וועֶט איהר אַלעֶ לעֶבּעֶן” — ווי איז עֶס מעֶגליך זיך צוּ בּעֶהעֶפטעֶן אין דעֶר שכינה? נאָר דעֶר וואָס גיט־אויס זיין טאָכטעֶר פאַר אַ תּלמיד־חכם, האַלט אויס תּלמידי־חכמים אוּן לאָזט זיי געֶניסעֶן פוּן זיינעֶ גיטעֶר — וועֶרט עֶס איהם פעֶררעֶכעֶנט גלייך ווי עֶר וואָלט זיך בּעֶהעֶפט אין דעֶר שכינה.

XVII

די חכמי יבנה פלעֶגעֶן אָפט זאָגעֶן: איך בּין אַ בּעֶשעֶפעֶניש אוּן יעֶנעֶר חבר מיינעֶר איז אַ בּעֶשעֶפעֶניש. מיין בּעֶשעֶפטיגוּנג (תּורה) איז אין שטאָדט, זיינעֶ — אין פעֶלד. איך שטעֶה־אויף גאַנץ פריה צוּ מיין בּעֶשעֶפטיגוּנג — עֶר צוּ זיינעֶ. ווי איהם טראָגט נישט די השגה צוּ נעֶהמעֶן זיך פאַר מיין בּעֶשעֶפטיגוּנג, אַזוי טראָגט מיר נישט מיין השגה צוּ זיינעֶר. אפשר מיינסטוּ: איך לעֶרן מעֶהר, עֶר וועֶניגעֶר, האָט מעֶן שוין לאַנג אויף דעֶם געֶזאָגט: איינעֶר מעֶהר, איינעֶר וועֶניגעֶר, אַבּי נוּר די כּונה איז צוּ גאָט.




ר׳ אמי פלעֶגט זאָגעֶן: אפילו אַ מעֶנש האָט נוּר געֶלעֶרעֶנט איין פּרק אין דעֶר פריה אוּן איין פּרק אויף דעֶר נאַכט האָט עֶר שוין מקים געֶוועֶן די מצוה פוּן „לא ימוש ספר התּורה הזה מפּיך” (די תּורה זאָל זיך נישט אָפּטהוּן פוּן דיין מויל). אַן אַנדעֶרעֶר האָט געֶזאָגט: מיט קריאת־שמע אַליין אין דעֶר פריה אוּן פאַרנאַכט איז מעֶן שוין אויך מקים די מצוה. דאָס טאָר מעֶן אָבּעֶר נישט זאָגעֶן פאַר אַן עם־האָרץ, עֶר זאָל נישט מיינעֶן אַז מעֶהר דאַרף מעֶן שוין נישט אוּן וועֶט זיינעֶ קינדעֶר נישט לעֶרנעֶן.

רבא האָט געֶזאָגט: ס׳איז אַ מצוה דאָס צוּ זאָגעֶן פאַר אַן עם־האָרץ, ווייל עֶר וועֶט פעֶרשטעֶהן, אַז אויבּ די מצוה פוּן לייעֶנעֶן איין פּסוּק „שמע” איז אַזוי גרויס, וועֶר שמוּעֶסט לעֶרנעֶן תּורה כּסדר.

תּורה שבּעל־פּה 2)
I

אליהוּ דעֶרצעֶהלט: איינמאָל בּין איך געֶגאַנגעֶן אין וועֶג, האָבּ איך זיך צוּזאַמעֶנגעֶטראָפעֶן מיט אַ מעֶנשעֶן, וואָס האַלט נוּר פוּן געֶשריבּעֶנעֶר תּורה, אָבּעֶר נישט פוּן דעֶר מינדליכעֶר. שטעֶהט עֶר צוּ צוּ מיר מיט זיין אפּיקורסות:

— נוּר די געֶשריבּעֶנעֶ תּורה אַליין — טענה׳ט עֶר — איז אוּנז געֶגעֶבּעֶן געֶוואָרעֶן פוּן בּאַרג סיני, אָבּעֶר נישט די מינדליכעֶ.

עֶנטפעֶר איך איהם דעֶרויף: איז דעֶן נישט די מינדליכעֶ גלייך ווי די געֶשריבּעֶנעֶ פוּן איין אַלמעֶכטיגעֶן גאָט׳ס מויל אַרויס? אין וואָס אייגעֶנטליך בּעֶשטעֶהט דעֶר אוּנטעֶרשייד צווישעֶן די בּיידעֶ — דאָס לאָזט זיך עֶרקלעֶרעֶן מיט אַזאַ בּיישפּיעֶל: אַ קעֶניג האָט געֶהאַט צוויי זעֶהר בּעֶליעֶבּטעֶ קנעֶכט, האָט עֶר געֶשעֶנקט דעֶם אַ טאָפּ ווייץ אוּן דעֶם אַ טאָפּ ווייץ, דעֶם אַ בּינדעֶל פלאַקס אוּן דעֶם אַ בּינדעֶל פלאַקס. וואָס האָט געֶטהוּן דעֶר מעֶהר קלוּגעֶר פוּן די בּיידעֶ? עֶר האָט געֶנוּמעֶן דאָס פלאַקס, געֶשפּינט דעֶרפוּן פאָדעֶם אוּן אויסגעֶוועֶבּט אַ שעֶן טישטיכעֶל, געֶנוּמעֶן די ווייץ, אויסגעֶקליבּעֶן זי, געֶמאָהלעֶן ריינעֶ זעֶמעֶל־מעֶהל, געֶקנאָטעֶן אוּן געֶבּאַקעֶן שעֶנעֶ חלות, פיין אויסגעֶשטעֶלט אויפ׳ן טיש אוּן זיי איבּעֶרגעֶדעֶקט מיט׳ן טישטיכעֶל, אַזוי איבּעֶרגעֶלאָזט בּיז דעֶר קעֶניג וועֶט קוּמעֶן דעֶר נאַר אָבּעֶר האָט מיט דעֶם קעֶניג׳ס געֶשאַנק גאָרנישט געֶטוּן. אין אַ שטיקעֶל צייט אַרוּם קוּמט דעֶר קעֶניג אוּן זאָגט זיי: קינדעֶר, בּרעֶנגט מיר וואָס איך האָבּ אייך געֶשעֶנקט. טראָגט איהם דעֶר עֶרשטעֶר אַרויס די פיינעֶ זעֶמעֶל אויסגעֶלעֶגט אויפ׳ן טיש אוּן איבּעֶרגעֶדעֶקט מיט׳ן טישטיכעֶל — אוּן דעֶר אַנדעֶרעֶר — די רויהעֶ ווייץ אין קאָרבּ מיט׳ן בּינדעֶל פלאַקס פוּן אויבּעֶן. אַך וואָס פאַר אַ שאַנד, אַך וואָס פאַר אַ בּוּשה!

אַזוי אויך, אַז גאָט בּרוּך־הוּא האָט געֶשיקט די תּורה יוּדעֶן, האָט עֶר זיי געֶגעֶבּעֶן אָט ווי יעֶנעֶ ווייץ וואָס מעֶן מאַכט פוּן איהר זעֶמעֶל אוּן ווי פלאַקס צוּ אויסאַרבּייטעֶן אַ געֶוואַנד.

1) מינדליכע לעהרע, אזוי ווערט אָנגערופען, אין געגענזאַץ צוּ דער געשריבענער תורת משה, משנה־ אוּן תּלמוּד־ליטעראַטוּר.

II

„די וועֶרטעֶר פוּן די חכמים זעֶנעֶן ווי טרייבּדרעֶנגלעֶך אוּן ווי אייזעֶרנעֶ פעֶסט איינגעֶפלאַנצטעֶ נעֶגעֶל [די וועֶרטעֶר פוּן] די געֶלעֶהרטעֶ פעֶרזאַמלוּנגעֶן, פוּן איין פּאַסטוּך זעֶנעֶן זיי געֶגעֶבּעֶן געֶוואָרעֶן”. אויף דעֶם ↰ 127 פּסוּק האָט ר׳ אליעזר בּן עזריה געֶ׳דרש׳עֶנט אַזוי: פאַר וואָס זעֶנעֶן געֶגליכעֶן די תּורה־וועֶרטעֶר צוּ טרייבּדרעֶנגלעֶך? אָט ווי דאָס טרייבּדרעֶנגעֶל פיהרט די אַקעֶר־בּהמה גלייך איבּעֶר דעֶר גראַדעֶר בּייט צוּ בּרעֶנגעֶן לעֶבּעֶן פאַר גאָר די וועֶלט, אַזוי אויך די תּורה וועֶרטעֶר פיהרעֶן־אָבּ דאָס האַרץ בּיי די וואָס גיבּעֶן זיך אָבּ מיט זיי פוּן די קרוּמעֶ וועֶגעֶן פוּן טויט אויף די גלייכעֶ וועֶגעֶן פוּן לעֶבּעֶן: „איינגעֶפלאַנצט” — אָט ווי די פלאַנצוּנגעֶן פרוּכפּעֶרעֶן זיך אוּן מעֶהרעֶן זיך, אַזוי מוּזעֶן אויך די תּורה־וועֶרטעֶר זיך ווייטעֶר פרוּכפּעֶרעֶן אוּן מעֶהרעֶן; „די געֶלעֶהרטעֶ פעֶרזאַמלוּנגעֶן” — דאָס זעֶנעֶן די געֶלעֶהרטעֶ, וואָס אויף זייעֶרעֶ פעֶרזאַמלוּנגעֶן בּעֶהאַנדלעֶן זיי די תּורה־וועֶרטעֶר יעֶדעֶר לויט זיין מיינוּנג: דעֶר זאָגט ריין, דעֶר — אוּמריין — איינעֶר זאָגט: מעֶן מעֶג — דעֶר אַנדעֶרעֶר — מעֶן טאָר נישט, איינעֶר כּשר׳ט — איינעֶר פּסל׳ט. קעֶן דאָך עֶמיצעֶר פרעֶגעֶן: ווי איז מעֶגליך אויף אַזאַ אופן צוּ לעֶרנעֶן תּורה? שטעֶהט ווייטעֶר: „פוּן איין פּאַסטוּך זעֶנעֶן זיי געֶגעֶבּעֶן” — איין גאָט האָט דאָס אַלעֶס געֶגעֶבּעֶן, פוּן איין פיהרעֶרס מויל איז דאָס אַלעֶס אַרויסגעֶזאָגט געֶוואָרעֶן, פוּן בּעֶשעֶפעֶר פוּן אַלעֶ וועֶרק אויף דעֶר וועֶלט. דעֶרוּם מאַך דיין אויעֶר ווי אַ מיהל־טרויבּעֶל 1 אוּן עֶרוועֶרבּ זיך אַ פעֶרשטאַנדיג האַרץ איינצוּהעֶרעֶן זיך אין די וועֶרטעֶר פוּן אַלעֶ, סיי פוּן די וואָס זאָגעֶן ריין, סיי פוּן די וואָס זאָגעֶן אוּמריין, די וואָס זאָגעֶן מעֶן מעֶג אוּן די וואָס זאָגעֶן מעֶן טאָר נישט, די וואָס כּשר׳עֶן אוּן די וואָס פּסל׳עֶן.




„פוּן איין פּאַסטוּך זעֶנעֶן זיי געֶגעֶבּעֶן געֶוואָרעֶן” — האָסטוּ געֶהעֶרט פוּן עֶמיצעֶנס מויל, מעֶג זיין פוּנ׳ם קליינסטעֶן, אַ גוּט וואָרט אוּן ס׳האָט בּיי דיר אויסגעֶנוּמעֶן — זאָל עֶס בּיי דיר אין די אויגעֶן גלייך זיין ווי דוּ ווילסט עֶס העֶרעֶן פוּן אַ גרויסעֶן, פוּן אַ חכם, פוּן עֶ נביא, פוּן משה רבּנוּ דעֶם יוּדישעֶן פּאַסטוּך אַליין.

III

„מיינעֶ וועֶרטעֶר — זאָגט גאָט — זעֶנעֶן ווי פייעֶר, אוּן ווי אַ האַמעֶר וואָס צעֶבּרעֶקעֶלט אַ פעֶלז” — אָט ווי פוּן אוּנטעֶר׳ן האַמעֶר, קלאַפּעֶנדיג אויפ׳ן שטיין, צעֶשפּריצעֶן זיך אין אַלעֶ זייטעֶן פוּנקעֶן אָהן אַ שיעוּר, אַזוי אויך אַ פּסוּק פוּן דעֶר תּורה, אַז מעֶן צעֶגליעֶדעֶרט איהם געֶפינט מעֶן אין איהם פעֶרשידעֶנעֶ טעמים נאָך יעֶדעֶנס גוּסט.

1) דאס טרויבעל איבער׳ן מיהל־שטיין, וואו עס ווערט אריינגעשאטען אלעֶרליי פערשיעדענעֶ תבוּאות צוּ מאָהלען.

↤ 128

IV

אַזוי ווי וועֶן אַפילוּ אַלעֶ בּריות פוּן דעֶר וועֶלט זאָלעֶן זיך פירנעֶהמעֶן ווייס מאַכעֶן איין פליגעֶל פוּנ׳ם ראָבּ — וועֶט זיך זיי עֶס נישט איינגעֶבּעֶן — אַזוי אויך וועֶט זיך קיינעֶם אין דעֶר וועֶלט נישט איינגעֶבּעֶן אויסצוּרייסעֶן אַפילוּ איין יוּד — דאָס קלעֶנסטעֶ אות פוּן דעֶר תּורה.




וויל איינעֶר אויסרייסעֶן פוּן דעֶר תּורה איין פּסוּק — איין וואָרט — איין אות אָדעֶר אַפילוּ איין מינדליכעֶן אויסדרוּנג פוּן איהר — ווייזט עֶר אַרויס פעֶראַכטוּנג דעֶר גאַנצעֶר תּורה. ס׳איז געֶנוּג פוּן אַ געֶוועֶלבּ אַרויסצוּשלעֶפּעֶן איין איינציגעֶן שטיין עֶס זאָל זיך אין גאַנצעֶן איינוואַלגעֶרעֶן.




די הייליגעֶ שריפטעֶן.
I

ר׳ מאיר דעֶרצעֶהלט: וועֶן איך בּין געֶקוּמעֶן תּורה לעֶרנעֶן בּיי ר׳ ישמעאל׳ן האָט עֶר מיך געֶפרעֶגט: „קינד מיינס — מיט וואָס בּעֶשעֶפטיגסטוּ זיך עֶנטפעֶר איך איהם: „אַ סופר בּין איך, איך שרייבּ הייליגעֶ ספרים”. זאָגט עֶר מיר: „קינד מיינס — זיי פאָרזיכטיג אין דיין אַרבּייט, ווייל די אַרבּייט דיינעֶ איז זעֶהר אַ הייליגעֶ; שרייבּסטוּ צוּ איין איבּעֶריג אות אָדעֶר פעֶרפעֶהלסט אַן אות — מאַכסטוּ אָן אַ חורבּן אין דעֶר וועֶלט”.




אַ ספר וואָס איז נישט גוּט איבּעֶרגעֶקוּקט אויף אויסצוּבּעֶסעֶרעֶן דאָרט אַלעֶ פעֶהלעֶר — טאָר מעֶן נישט האַלטעֶן אין שטוּבּ אַ לעֶנגעֶרעֶ צייט.




ר׳ יהושע בּן לוי זאָגט: די אנשי כּנסת הגדולה 1) האָבּעֶן געֶפאַסט פיעֶראוּנצוואַנציג תּעניתים אַז ספרים־שרייבּעֶר זאָלעֶן נישט אויפקוּמעֶן — כּדי זיי זאָלעֶן זיך האַלטעֶן בּיי זייעֶר אַרבּייט.

II

ספרים טאָר מעֶן נישט וואַרפעֶן פוּן אָרט אויף אָרט אוּן זיך בּעֶגעֶהן מיט זיי מיט אוּם־כּבוד.

אַ ספר־תּורה זאָל מעֶן שרייבּעֶן מיט שעֶנעֶר טינט — מיט אַ שעֶנעֶר פּעֶן — מיט אַ שעֶנעֶר האַנדשריפט — אויף שעֶן פּאַרמעֶט פוּן הירשעֶנפעֶל אוּן איינהילעֶן אין שעֶנעֶ זיידעֶנעֶ מעֶנטעֶלעֶך — ווי עֶס שטעֶהט געֶשריבּעֶן: „זה אלי ואנוהו” — דאָס איז עֶר מיין גאָט — איך וועֶל איהם בּעֶשעֶנעֶן.




1) די מענער פון דער גרויסער פערזאמלונג אין אנפאַנג צייטען פוּן בית שני.

↤ 129

אייגעֶנעֶ שפּראַך אוּן איבּעֶרזעֶצוּנג.
I

וועֶן גאָט בּרוּך־הוּא האָט בּאַלד נאָכ׳ן אַרויספיהרעֶן די יוּדעֶן פוּן מצרים געֶזאָלט זיי געֶבּעֶן די תּורה, האָט עֶר אָנגעֶהויבּעֶן מיט זיי רעֶדעֶן אויף דעֶר שפּראַך וואָס זיי איז דעֶמאָלט געֶוועֶן פעֶרשטעֶנדליך, נישט מיט „אני ה׳ אלהיך” האָט עֶר אָנגעֶהויבּעֶן די עֶרשטעֶ פוּן עשרת הדבּרות, נאָר מיט „אנכי”, אַ וואָרט וואָס שטאַמט פוּן עֶגיפּטישעֶר שפּראַך. עֶס קוּמט אויס ווי בּיי איינעֶם אַ קעֶניג איז געֶפאַנגעֶן געֶוואָרעֶן זיין זוּהן אוּן עֶר איז פעֶרבּליבּעֶן בּיי די פעֶנגעֶר אַ לעֶנגעֶרעֶ צייט — בּיז עֶר האָט געֶנוּמעֶן רעֶדעֶן אויף זייעֶר לשון. אין אַ צייט אַרוּם, אַז דעֶר פאָטעֶר האָט איהם בּעֶפרייט פוּן זייעֶרעֶ העֶנד, האָט עֶר מיט איהם אָנגעֶהויבּעֶן רעֶדעֶן אויף זיין מוּטעֶר־שפּראַך. האָט עֶר גאָרנישט פעֶרשטאַנעֶן. וואָס־זשעֶ זאָל עֶר טהוּן? האָט עֶר געֶמוּזט מיט איהם אָנהויבּעֶן רעֶדעֶן אויף דעֶר פרעֶמדעֶר שפּראַך פוּן די פעֶנגעֶר.

II

דעֶר טאָג, וואָס מ׳האָט פאַר יוּדעֶן איבּעֶרגעֶזעֶצט די תּורה אין פּטאָלאָמיי׳ס צייטעֶן 1) אויף גריכיש, איז געֶוועֶן בּיי יוּדעֶן פעֶררעֶכעֶנט פאַר איינעֶם פוּן די אוּמגליקליכסטעֶ, — פּוּנקט ווי יעֶנעֶר טאָג וואָס אין איהם איז דעֶר עגל געֶמאַכט געֶוואָרעֶן, ווייל די תּורה לאָזט זיך נישט אויף אַ פרעֶמדעֶר שפּראַך איבּעֶרזעֶצעֶן ווי געֶהעֶריג.

אוּן אַז יונתן בּן עוזיאל האָט אין אַ שפּעֶטעֶרדיגעֶר צייט זיך פעֶרנוּמעֶן מיט איבּעֶרזעֶצעֶן די נביאים אויפ׳ן אַראַמישעֶן דיאַלעֶקט, די פאָלקס־שפּראַך פוּן יעֶנעֶר צייט, איז גאַנץ ארץ ישראל דעֶרציטעֶרט געֶוואָרעֶן פוּן איין עֶק בּיז׳ן אַנדעֶרעֶן.

— וועֶר האָט עֶס געֶוואַגט — האָט זיך אַ בּת־קול געֶלאָזט העֶרעֶן — אַרויסצוּטראָגעֶן די סודות פאַר גאָר די וועֶלט!

האָט יונתן בּן עוזיאל זיך אויפגעֶשטעֶלט אויף די פיס אוּן געֶזאָגט:

איך האָבּ דיינעֶ סודות אויפגעֶדעֶקט פאַר דעֶר וועֶלט, אוּן גאָט ווייסט דעֶם אמת אַז געֶטהוּן האָבּ איך עֶס נישט צוּליבּ מיין כּבוד אוּן נישט צוּליבּ׳ן כּבוד פוּן מיין פאָטעֶר׳ס הויז, נוּר צוּליבּ גאָט׳ס כּבוד אַליין, כּדי צוּ פעֶרקלעֶנעֶרעֶן מחלוקת בּיי יוּדעֶן.

עֶר האָט אויך געֶוואָלט פעֶרעֶפעֶנטליכעֶן די איבּעֶרזעֶצוּנג פוּן כּתובים, האָט איהם דאָס בּת־קול געֶזאָגט: געֶנוּג פאַר דיר!

1) אין די צייטעֶן פוּן בית שני האָבעֶן זיך געפוּנען אין דער הויפּט־שטאָדט אלכסנדריה אַ גרויסעֶ טייל יוּדעֶן, וואָס האָבען נישט געקענט זייער אייגעֶנע שפּראַך, אוּן צוּליעב זיי האָט מען גענוּמען איבערזעצען די תורה אויף גריכיש.

↤ 130

פאַר וואָס? ווייל אין כּתוּבים געֶהט אַריין אויך די זעֶהוּנגעֶן פוּן דניאל, וואוּ עֶס וועֶרט געֶרעֶדט וועֶגעֶן משיח׳ס־צייטעֶן — זאַכעֶן וואָס זעֶנעֶן נישט צוּם איבּעֶרזעֶצעֶן פאַר יעֶדעֶן.

לעֶרנעֶן אוּן טהוּן.
I

„די מצוה איז אַ ליכט אוּן די תּורה אַ שיין” — זאָגט שלמה המלך אין זיינעֶ שפּריכוועֶרטעֶר. אָט ווי די ליכט לייכט נוּר אויף דעֶרווייל, ווי לאַנג זי האַלט נאָך אין גרעֶנעֶץ, אַזוי אויך שיצט די מצוה נוּר אויף דעֶרווייל, בּיז מעֶן טהוּט זי אָבּ; די תּורה אָבּעֶר איז געֶגליכעֶן צוּ דעֶר ליכטיגעֶר שיין פוּן דעֶר זוּן. ווי די שיין פוּן דעֶר זוּן שיינט אייבּיג אוּן לאָזט זיך קיינמאָל נישט אויס, אַזוי געֶשיצט אויך די תּורה איהרעֶ לעֶרנעֶר אייבּיג, אויף דעֶר וועֶלט, אין דעֶר שעה פוּנ׳ם טוידט אוּן אויך נאָכ׳ן טוידט אויף יעֶנעֶר וועֶלט.

דאָס קעֶן מעֶן צוּגלייכעֶן צוּ איינעֶם, וואָס איז געֶגאַנגעֶן אין וועֶג אין אַ שטאָקפינסטעֶרעֶ נאַכט, האָט עֶר זיך געֶשראָקעֶן פאַר דעֶרנעֶר אוּן שטעֶכלעֶן אוּן פאַר גרינעֶר, פאַר ווילדעֶ חיות אוּן גזלנים” אוּן דעֶרצוּ האָט עֶר זיך נאָך אָבּגעֶשלאָגעֶן פוּנ׳ם וועֶג. ווי נוּר עֶר בּאקוּמט אַ פאַקעֶל פייעֶר איז עֶר שוין געֶהיט פוּן דעֶרנעֶר אוּן שטעֶכלעֶן אוּן גריבּעֶר. דאָך שרעֶקט עֶר זיך נאָך פאַר ווילדעֶ חיות אוּן גזלנים אוּן ווייסט נאָך אַלץ נישט דעֶם וועֶג. וויבּאַלד אָבּעֶר עֶס האָט אָנגעֶהויבּעֶן שיינעֶן אויף טאָג איז עֶר שוין געֶהיט אויך פאַר ווילדעֶ חיות אוּן גזלנים. עֶר ווייסט אָבּעֶר נאָך אַלץ נישט אויף וואָס פאַר אַ וועֶג עֶר געֶהט. ווי נוּר עֶר איז צוּגעֶקוּמעֶן צוּם שיידעֶ־וועֶג איז עֶר געֶרעֶטעֶט געֶוואָרעֶן פוּן אַלעֶמעֶן.

דאָסזעֶלבּעֶ איז אויך מיט דעֶר מצוה אוּן מיט דעֶר תּורה. די מצוה לייכט נישט מעֶהר ווי אַ פאַקעֶל אין אַ פינסטעֶרעֶ נאַכט; די תּורה אָבּעֶר איז ווי די שיין פוּנ׳ם ליכטיגעֶן טאָג.

אויך דעֶרפאַר — זאָגעֶן אַנדעֶרעֶ — איז די מצוה געֶגליכעֶן צוּ אַ ליכט אוּן די תּורה צוּם טאָג שיין, ווייל אַ מצוה קעֶן אויסגעֶלאָשעֶן וועֶרעֶן דוּרך אַן עבירה ווי אַ ליכט דוּרכ׳ן ווינד, די שיין פוּן דעֶר תּורה אָבּעֶר, פּוּנקט ווי די שיין פוּן דעֶר זוּן, איז אַ שטעֶנדיגעֶ, זי וועֶרט נישט פעֶרלאָשעֶן אַפילוּ דוּרך אַן עבירה.




לאַנג האָבּעֶן די חכמים געֶפיהרט מחלוקת וועֶגעֶן דעֶר פראַגעֶ וועֶלכעֶס פוּן די צוויי שטעֶהט העֶכעֶר, לעֶרנעֶן צי טהוּן. אייניגעֶ האָבּעֶן ↰ 131 געֶזאָגט, אַז לעֶרנעֶן, די אַנדעֶרעֶ אַז טהוּן. בּיז אַלעֶ זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן צוּ איין בּעֶשלוּס, אַז לעֶרנעֶן איז העֶכעֶר, דעֶרפאַר טאַקי ווייל דאָס בּרעֶנגט צוּם טהוּן.

II

ר׳ חנינא בּן דוסא פלעֶגט זאָגעֶן: יעֶדעֶר וואָס זיין טהוּן איז מעֶהר ווי זיין קעֶנטעֶניש — האָט זיין קעֶנטעֶניש אַ האַפט; דעֶר אָבּעֶר, וואָס זיין קעֶנטעֶניש איז מעֶהר ווי זיין טהוּן — האָט נישט זיין קעֶנטעֶניש קיין האַפט.

ר׳ אלעזר בּן עזריה פלעֶגט זאָגעֶן: דעֶר וואָס זיין קעֶנטעֶניש איז מעֶהר ווי זיין טהוּן, איז גלייך צוּ אַ בּוים מיט פיעֶל צווייגעֶן אוּן וועֶניג וואָרצלעֶן, קוּמט אַ ווינד רייסט עֶר איהם אויס אוּן וואַלגעֶרט איהם אוּם; דעֶר אָבּעֶר, וואָס זיין טהוּן איז מעֶהר ווי זיין קעֶנטעֶניש, איז גלייך צוּ אַ בּוים מיט וועֶניג צווייגעֶן אוּן פיעֶל וואָרצלעֶן — מעֶגעֶן אַלעֶ ווינטעֶן פוּן דעֶר וועֶלט אויף איהם בּלאָזעֶן וועֶלעֶן זיי איהם פוּן אָרט נישט ריהרעֶן.

ר׳ שמעון בּן חלפתּא זאָגט: וועֶר עֶס לעֶרעֶנט תּורה אוּן פאָלגט נישט, וועֶרט האַרבּעֶר בּעֶשטראָפט ווי דעֶר וואָס האָט גאָרנישט געֶלעֶרעֶנט. גלייך ווי בּיי יעֶנעֶם קעֶניג, וואָס האָט צוּ זיך אין גאָרטעֶן צוּגעֶנוּמעֶן צוויי פּעֶכטעֶר. איינעֶר פלעֶגט פלאַנצעֶן בּוימעֶר אוּן זיי אויסהאַקעֶן, אוּן דעֶר אַנדעֶרעֶר האָט נישט געֶפלאַנצט אוּן נישט געֶהאַקט. אויף וועֶמעֶן פוּן זיי איז דעֶר קעֶניג מעֶהר אויפגעֶבּראַכט? פעֶרשטעֶהט זיך, אַז אויף דעֶם וואָס עֶר פלאַנצט אוּן האַקט.

III

פיעֶרעֶרליי בּעֶציהוּנגעֶן זעֶנעֶן מעֶגליך צוּם לעֶהר־הויז: בּעֶזוּכעֶן אוּן נישט טהוּן — בּלייבּט דאָס פעֶרדיענסט פאַר׳ן בּעֶזוּכעֶן; טהוּן אוּן נישט בּעֶזוּכעֶן — בּלייבּט דאָס פעֶרדיענסט פוּן טהוּן; אי בּעֶזוּכט אי געֶטהוּן — איז אַ חסיד; נישט בּעֶזוּכט אוּן נישט געֶטהוּן — איז אַ רשע.

איינעֶר פּרעֶדיגט שעֶן אוּן טהוּט שעֶן, איינעֶר טהוּט שעֶן אוּן פּרעֶדיגט נישט שעֶן, איינעֶר פּרעֶדיגט שעֶן אוּן טהוּט נישט שעֶן.




זאָגט איינעֶר: איך האָבּ נוּר תּורה 1) — האָט עֶר אַפילוּ קיין תּורה אויך נישט.




1) ד. ה. אַז טהוּן געהט איהם נישט אָן.

↤ 132

רבּה בּר אבינא זאָגט: דעֶר וואָס קעֶן לעֶרנעֶן אוּן פעֶרמאָגט נישט קיין גאָטספאָרכטיגקייט איז גלייך צוּ אַ שאַצמייסטעֶר וואָס מ׳האָט איהם איבּעֶרגעֶגעֶבּעֶן די אינוועֶניגסטעֶ שליסלעֶן אָהן די אויסעֶרליכעֶ — ווי אַרוּם זאָל עֶר אַריינקוּמעֶן אין שאַצקאַמעֶר?

אוּן אויף אַזעֶלכעֶן פלעֶגט ר׳ ינאי אויסשרייעֶן:

וועֶה איז דעֶם וואָס פעֶרמאָגט נישט קיין מויעֶר —

אוּן בּויעֶט טהיר אוּן טויעֶר!

IV

ר׳ אלכּסנדרי האָט זיך געֶשטעֶלט אין גאַס אוּן אויסגעֶשריגעֶן:

וועֶר פעֶרלאַנגט לעֶבּעֶן? איז זיך צוּנויפגעֶלאָפעֶן אַן עולם אוּן זיך אָנגעֶרוּפעֶן: מיר פעֶרלאַנגעֶן, גיבּ אוּנז לעֶבּעֶן! האָט עֶר זיי געֶעֶנטפעֶרט מיט יעֶנעֶ וועֶרטעֶר פוּן תּהלים:

„וועֶר איז דעֶר מאַן וואָס פעֶרלאַנגט לעֶבּעֶן,
בּעֶגעֶהרט צוּ זעֶהן טעֶג מיט גליק?
היט די צוּנג דיינעֶ פוּן שלעֶכטס
אוּן דיינעֶ לעֶפצעֶן פוּן פאַלשקייט רעֶדעֶן!”

קעֶן דאָך אַ מעֶנש זאָגעֶן: וויבּאַלד איך האָבּ זיך אָפּגעֶהיט פוּן דעֶם אַלעֶמעֶן בּין איך שוין יוצא אוּן מעֶג זיך שוין אַריינלאָזעֶן אין שלאָף — שטעֶהט בּאַלד נאָכדעֶם:

„טרעֶט־אָבּ פוּן שלעֶכטס אוּן טהו גוּטס”
זוּך דעֶם פריעֶדעֶן אוּן יאָג זיך איהם נאָך”.




נישט דאָס דרש׳עֶנעֶן איז דעֶר עיקר, נאָר דאָס טהוּן.

די געֶבּאָט פוּן דעֶר תּורה.
I

ר׳ חנניא בּן עקשיא האָט געֶזאָגט: גאָט בּרוּך־הוּא האָט געֶוואָלט אויסאיידלעֶן אוּן אויספיינעֶרעֶן יוּדעֶן, דעֶריבּעֶר האָט עֶר זיי נישט געֶקאַרגט קיין תּורה אוּן קיין מצוות.




די אַמאָליגעֶ האָט גאָט געֶגעֶבּעֶן נאָר אַ שמעֶק פוּן די מצוות: אדם׳ן איינעֶ, נח׳ן מיט די קינדעֶר — זעֶקס, מיר יוּדעֶן אָבּעֶר, קוּמעֶנדיג צוּם ↰ 133 בּאַרג סיני האָט עֶר אויף אוּנז אויפגעֶגאָסעֶן אַלעֶ זיינעֶ מצוות, ווי מעֶן גיסט פוּן אַ פאַס.

ר׳ אבּא זאָגט: תּרי״ג (זעֶקס הוּנדעֶרט דרייצעֶהן) מצוות געֶפינעֶן זיך אין דעֶר תּורה, רמ״ח (צוויי הוּנדעֶרט אַכט אין פעֶרציג) געֶבּאָט 1), פּוּנקט וויפיעֶל אברים בּיי אַ מעֶנשעֶן. יעֶדעֶר אבר מאָהנט בּיי׳ם מעֶנשעֶן אוּן שרייט: טהוּ מיט מיר אַ מצוה כּדי מיר זאָלעֶן אין דעֶם זכות געֶזוּנד זיין אוּן לאַנג לעֶבּעֶן; אוּן שס״ה (דרייהוּנדעֶרט פינף אוּן זעֶכציג) פעֶרבּאָט, פּוּנקט ווי די טעֶג פוּן זוּן־יאָהר, ווייל יעֶדעֶר טאָג, פוּן דעֶם זוּן־אויפגעֶהעֶן בּיז איהר פעֵרגעֶהעֶן, שרייט זי אוּן מאָהנט בּיים מעֶנשעֶן: איך בּעֶשוועֶר דיך מיט׳ן נאָמעֶן פוּן דעֶם וואָס עֶר האָט דעֶרפיהרט דיין לעֶבּעֶן בּיז היינטיגעֶן טאָג, אַז דוּ זאָלסט אין מיין טאָג נישט איבּעֶרטרעֶטעֶן דאָס אוּן דאָס געֶבּאָט אוּן זאָלסט נישט איבּעֶרוועֶגעֶן זיך אוּן די גאַנצעֶ וועֶלט אין די זייט פוּן שוּלד.

II
„פעֶרנעֶהמט, הימלעֶן, אוּן איך וועֶל רעֶדעֶן
אוּן לאָז העֶרעֶן די עֶרד די זאָג פוּן מיין מויל” —

גאָט בּרוּך־הוּא האָט משה׳ן אַזוי געֶזאָגט: זאָג זיי, די יוּדעֶן: קוּקט זיך איין אין די הימלעֶן, וואָס האָבּ איך זיי בּעֶשאַפעֶן צוּ בּעֶדיעֶנעֶן אייך; צי האָבּעֶן זיי אַמאָל געֶעֶנדעֶרט זייעֶר שטייגעֶר? צי איז דעֶר זוּן־קוּגעֶל אויפגעֶגאַנגעֶן אַמאָל נישט פוּן מזרח צוּ בּעֶשיינעֶן די גאַנצעֶ וועֶלט? צי טהוּט עֶר נישט מיט גרויס פרייד זיין שליחות בּיים אויספיהרעֶן מיין ווילעֶן? קוּקט זיך ווידעֶר איין אין דעֶר עֶרד, וואָס איך האָבּ בּעֶשאַפעֶן צוּ בּעֶדינעֶן אייך; צי ווייכט זי אַמאָל אָבּ פוּן איהר שטייגעֶר? וועֶן איהר זייעֶט זי, וואַקסט דעֶן נישט? צי וועֶן איהר פעֶרזייעֶט ווייץ וואַקסט דעֶן אַמאָל געֶרשטעֶן? אַן אָקס אַפילוּ, מאַכט זיך דעֶן עֶר זאָל זיך אָבּזאָגעֶן פוּן אַקעֶרעֶן, פוּן דרעֶשעֶן, אָדעֶר אַן עֶזעֶל פוּן אַ משא־טראָגעֶן אוּן געֶהן אין וועֶג? דעֶסטגלייכעֶן דעֶר ים, צי האָט עֶר אַמאָל געֵענדעֶרט זיין שטייגעֶר, אַרויס פוּן די בּרעֶגעֶן אוּן פעֶרפלייצט די וועֶלט? היינט בּעֶטראַכט, וועֶן אָט די אַלעֶ, וואָס ווייסעֶן נישט פוּן קיין פעֶרדיעֶנסט אוּן פוּן קיין פעֶרבּרעֶכעֶן, אַז עֶס עֶרוואַרטעֶט זיי נישט קיין לוין אוּן קיין שטראָף, אוּן האָבּעֶן נישט קיין געֶפיהל פוּן רחמנוּת צוּ זיהן אוּן טעֶכטעֶר, בּלייבּעֶן זיי טריי זייעֶרעֶ אייבּיגעֶ געֶזעֶצעֶן, בּפרט איהר, וואָס ווייסט פוּן פעֶרדיעֶנסט אוּן פוּן פעֶרבּרעֶכעֶן, אוּן עֶס עֶרוואַרטעֶט אייך לוין אוּן שטראָף אוּן האָט געֶפיהל פוּן רחמנוּת צוּ אייעֶרעֶ זיהן אין טעֶכטעֶר, — דאַרפט איהר דאָך געֶוויס נישט אָבּווייכעֶן פוּן אייעֶר גלייכעֶן וועֶג.

1) אַזעֶלכע וואָס מ׳איז מחויב צוּ טהוּן.

↤ 134

III

רבּי זאָגט: זיי געֶהיט אין אַ גרינגעֶר מצוה גלייך ווי אין אַ האַרבּעֶר ווייל דוּ קעֶנסט נישט וויסעֶן די לוין פוּן מצוות, אוּן רעֶכעֶן־אויס דעֶם שאָדעֶן פוּן אַ מצוה אַקעֶגעֶן איהר פעֶרדיענסט אוּן דעֶם פעֶרדיענסט פוּן דעֶר עבירה אַקעֶגעֶן איהר שאָדעֶן.




בּן־עזאי זאָגט: זאָלסט לויפעֶן נאָך אַ לייכטעֶ מצוה ווי נאָך אַ שוועֶרעֶר, אוּן אַנטלויף פוּן יעֶדעֶר עבירה, ווייל אַ מצוה שלעֶפּט־נאָך אַ מצוה אוּן אַן עבירה שלעֶפּט־נאָך אַן עבירה, וואָרוּם די לוין פוּן דעֶר מצוה איז אַ מצוה, אוּן פוּן דעֶר עֶבירה — אַן עבירה.

IV
„האַלט זיך פעֶסט אין רעֶכט — לעֶהרעֶ, לאָז נישט אָבּ,
היט זי, דעֶן זי איז דיין לעֶבּעֶן” —

אַזוי זאָגט שלמה אין זיינעֶ שפּריכוועֶרטעֶר. עֶס קוּמט אויס אַזוי ווי איינעֶר, וואָס איז פוּן שיף אַריינגעֶפאַלעֶן אין וואַסעֶר, פעֶרוואַרפט צוּ איהם דעֶר שיפס־קאַפּיטאַן אַ שטריק אוּן שרייעֶט צוּ איהם: האַלט זיך אָן אין דעֶם שטריק, לאָז איהם נישט אָבּ, אויבּ נישט איז דיין לעֶבּעֶן פעֶרפאַלעֶן. אַזוי אויך זאָגט גאָט בּרוּך־הוּא די יוּדעֶן: כּל זמן איהר האַלט זיך פעֶסט אין די מצוות זעֶנט איהר בּעֶוואָרעֶנט מיט׳ן לעֶבּעֶן. ווי די תּורה זאָגט: „אוּן איהר, בעֶהעֶפטעֶ אין אייבּיגעֶן גאָט אייעֶרעֶן, לעֶבּט איהר אַלעֶ היינט”.

V

מצוות זעֶנעֶן געֶגעֶבּעֶן געֶוואָרעֶן צוּ לעֶבּעֶן מיט זיי, ווי זאָגט די תּורה: „איהר זאָלט היטעֶן מיינעֶ געֶזעֶץ... וואָס דעֶר מעֶנש דאַרף זיי טהוּן עֶר זאָל מיט זיי לעֶבּעֶן” — אָבּעֶר נישט מיט זיי שטאַרבּעֶן. קיין זאַך טאָר נישט אָנשטעֶלעֶן צוּ ראַטעֶוועֶן דאָס לעֶבּעֶן פוּן אַ נפש, אויסעֶר דריי פעֶרבּאט, וואָס אויף זיי דאַרף מעֶן לאָזעֶן זיך טויטעֶן אוּן נישט איבּעֶטרעֶטעֶן זיי, דאָס איז: געֶצעֶנדיענעֶריי, אוּנצוּכט אוּן בּלוּט פעֶרגיסעֶן.

דאָס איז אַלץ געֶרעֶדט אין די געֶוועֶהנליכעֶ צייטעֶן. אין דעֶר צייט אָבּעֶר וואָס מעֶן נויט יוּדעֶן אָבּצוּטרעֶטעֶן פוּן זייעֶר גלויבּעֶן, דאַרף אַ יוּד אָבּגעֶבּעֶן דאָס לעֶבּעֶן אַפילוּ איבּעֶר אַ מעֶרסטעֶר זאַך פוּן יוּדישקייט, ווי ↰ 135 די תּורה זאָגט: „איהר זאָלט נישט פעֶרשוועֶכעֶן מיין הייליגעֶן נאָמעֶן אוּן איך זאָל געֶהייליגט וועֶרעֶן צווישעֶן יוּדישעֶ קינדעֶר”.




ר׳ שמעון בּן אלעזר זאָגט: יעֶדעֶר געֶבּאָט וואָס יוּדעֶן האָבּעֶן זיך אויף דעֶם מוסר־נפש געֶוועֶן אין די שוועֶרעֶ צייטעֶן פוּן גזירות, ווי אַ שטייגעֶר געֶצעֶנדיענעֶריי אוּן מילה — האַלט זיך עֶס נאָך בּיי זיי פעֶסט. דאָס געֶבּאָט וואָס אין די צייטעֶן פוּן גזירות האָבּעֶן זיך יוּדעֶן אויף דעֶם נישט מוסר־נפש געֶוועֶן, ווי צוּם בּיישפּיעל תּפילין, האַלט זיך עֶס בּיי זיי בּיז היינט שוואַכליך.

איינמאָל האָט די רעֶגירוּנג אַרויסגעֶלאָזט אַ גזירה, אַז וועֶר עֶס וועֶט לעֶגעֶן תּפילין אויפ׳ן קאָפּ וועֶט מעֶן איהם לעֶכעֶרעֶן דעֶם מוח. האָט איינעֶר, אלישע, געֶלעֶגט תּפילין אוּן איז אַרויסגעֶגאַנגעֶן אין מאַרק. האָט עֶר דעֶרזעֶהן אַ רעֶגירוּנגס־בּעֶאַמטעֶן, איז עֶר אַנטלאָפעֶן אוּן יעֶנעֶר איז איהם נאָכגעֶלאָפעֶן. ווי עֶר האָט איהם אָנגעֶיאָגט האָט אלישע אַראָבּגעֶחאַפּט די תּפילין פוּנ׳ם קאָפּ אוּן זיי געֶהאַלטעֶן אין די העֶנד. פרעֶגט איהם דעֶר בּעֶאַמטעֶר: וואָס איז בּיי דיר אין די העֶנד? עֶנטפעֶרט איהם אלישע: טויבּעֶן־פליגעֶל — עֶפעֶנט־אויף די האַנד אוּן דאָרט געֶפינעֶן זיך ווירקליך טויבּעֶן־פליגעֶל. פוּן דעֶמאָלט־אָן האָט עֶר בּעֶקוּמעֶן אַ נאָמעֶן: „אלישע דעֶר מאַן פוּן די פליגעֶל”.

אוּן וואָס איז איהם עֶפּיס איינגעֶפאַלעֶן צוּ זאָגעֶן טויבּעֶן־פליגעֶל? ווייל יוּדעֶן זעֶנעֶן געֶגליכעֶן צוּ טויבּעֶן, ווי דוד המלך זאָגט: „טויבּעֶן־פליגעֶל בּעֶדעֶקט מיט זילבּעֶר אוּן די פליגעֶל איהרעֶ גרינליך בּעֶגאָלדעֶט” — ווי די פליגעֶל בּעֶשיצעֶן די טויבּ, אַזוי בּעֶשיצעֶן מצוות די יוּדעֶן.




ר׳ אַבּא בּר זמינא האָט געֶנייט קליידעֶר אין רוים בּיי אַ גוי אין הויז, האָט מעֶן איהם דעֶרלאַנגט עֶסעֶן טריף פלייש, זאָגט איהם דעֶר גוי: עֶס. עֶנטפעֶרט ר׳ אבּא: איך וועֶל נישט עֶסעֶן. זאָגט איהם ווידעֶר דעֶר גוי: עֶס, אויבּ נישט וועֶל איך דיך טויטעֶן! זאָגט איהם ר׳ אבּא: אויבּ דוּ ווילסט מיך טויטעֶן טויט אוּן קיין טריפ׳ס וועֶל איך נישט עֵסעֶן.

— פוּן וואַנעֶן האָסטוּ זיך אָנגעֶשטויסעֶן — זאָגט איהם יעֶנעֶר — אַז דוקא וועֶן דוּ זאָלסט יאָ עֶסעֶן וואָלט איך דיך עֶרשט דעֶמאָלט געֶוועֶן געֶטויט. איינס פוּן די בּיידעֶ: איז מעֶן אַ יוּד — זאָל מעֶן זיין אַ יוּד, איז אַ גוי — אַ גוי.




↤ 136

צוויי תּלמידים ר׳ יהושע׳ס האָבּעֶן אין אַ צייט פוּן שוועֶרעֶ גזירות אויף יוּדעֶן געֶעֶנדעֶרט זייעֶרעֶ קליידעֶר מעֶן זאָל נישט דעֶרקעֶנעֶן אַז זיי זעֶנעֶן יוּדעֶן. בּעֶגעֶגנעֶט זיי אַ בּעֶאַמטעֶר אַ משוּמד, זאָגט עֶר זיי: זעֶנט איהר קינדעֶר פוּן דעֶר תּורה זייט זיך צוּליבּ איהר מוסר־נפש, אוּן אויבּ נישט — צוּ וואָס טויג אייך אַזוי פיעל ליידעֶן צוּליבּ איהר? עֶנטפעֶרעֶן זיי: מיר זעֶנעֶן איהרעֶ קינדעֶר אוּן מיר זעֶנעֶן גרייט פאַר איהר אוּנזעֶר לעֶבּעֶן אַוועֶקגעֶבּעֶן, אַ מעֶנש אָבּעֶר נעֶהמט נישט אוּן בּרעֶנגט אַליין אויף זיך דעֶם טוידט.

VI

רבּה בּר בּר חנה איז געֶגאַנגעֶן אין וועֶג מיט אַ קאַראַוואַן פוּן אַראַבּעֶר, האָט עֶר געֶגעֶסעֶן אוּן פעֶרגעֶסעֶן צוּ בּעֶנשעֶן אויפ׳ן אָרט. נאָכדעֶם וואָס עֶר איז שוין אָנגעֶגאַנגעֶן אַ שטיק וועֶג האָט עֶר זיך דעֶרמאָהנט, טראַכט עֶר זיך: וואָס טהוּט מעֶן? זאָל איך זיי זאָגעֶן, אַז איך האָבּ פעֶרגעֶסעֶן בּעֶנשעֶן אוּן דעֶרפאַר וויל איך זיך אוּמקעֶהרעֶן צוּריק צוּ בּעֶנשעֶן אויפ׳ן אָרט וואוּ איך האָבּ געֶגעֶסעֶן, אַזוי ווי דעֶר יוּדישעֶר דין הייסט, וועֶלעֶן זיי אויף מיר נישט וואַרטעֶן, ווייל זיי וועֶלעֶן מיר זאָגעֶן: בּעֶנש דאָ, אוּמעֶדוּם וועֶט עֶס אָנקוּמעֶן פאַר גאָט; בּעֶסעֶר וועֶל איך זאָגעֶן: וואַרט אויף מיר, ווייל איך האָבּ דאָרט פעֶרגעֶסעֶן אַ גילדעֶנעֶ טויבּ. האָט עֶר זיך צוּריקגעֶקעֶהרט אוּן אָנגעֶבּעֶנשט אויפ׳ן אָרט אוּן געֶפוּנעֶן דאָרט אַ גילדעֶנעֶ טויבּ.

VII

ר׳ אלכּסנדר זאָגט: דוּרך אַ מצוה טהוּן וועֶרעֶן די העֶרצעֶר בּיי מעֶנשעֶן דעֶרנעֶהנטעֶרט איינס צוּם אַנדעֶרעֶן אוּן עֶס קוּמט צוּ שלום אוּן גוּט־פריינדשאַפט. צוויי עֶזעֶל־טרייבּעֶר, למשל, שונאים צווישעֶן זיך, פיהרעֶן משא אין וועֶג. פאַלט איינעֶמס אַן עֶזעֶל אינמיטעֶן וועֶג אוּנטעֶר דעֶר משא — זעֶהט עֶס דעֶר צווייטעֶר אוּן געֶהט פעֶרבּיי אוּן מאַכט זיך נישט וויסעֶנדיג. עֶרשט שפּעֶטעֶר געֶקלעֶרט עֶר זיך: האָט דעֶן די תּורה נישט אָנגעֶזאָגט, „אַז דוּ זעֶהסט אַן עֶזעֶל פוּן דיין פיינד ליגט אוּנטעֶר זיין משא זאָלסטוּ איהם מיטהעֶלפעֶן”? קעֶהרט עֶר זיך בּאַלד אוּם, לעֶגט־צוּ אַ האַנד אוּן העֶלפט איהם אויסלאָדעֶן, אָנלאָדעֶן. אוּן צוּבּיסלעֶך וואַרפט עֶר זיך מיט איהם דוּרך מיט אַ שמוּעֶס: דאָ גיבּ אַ שטוּפּ, דאָ אַ הויבּ־אויף, דאָ וואַרף אַראָבּ — אוּן אַזוי אַרוּם וועֶרט שוין אַ שלום. דעֶר אַנדעֶרעֶר ווידעֶר טראַכט זיך: האָבּ איך דעֶן נישט געֶמיינט, אַז עֶר איז מיר אַ שונא? זעֶה ווי עֶר האָט אויף מיר רחמנות געֶהאַט! דעֶרווייל חאַפּט מעֶן זיך אַריין ↰ 137 אין אַ קרעֶטשמעֶ, מעֶן עֶסט און מעֶן טרינקט צוּזאַמעֶן אוּן מעֶן וועֶרט אמת׳עֶ גוּטעֶ פריינד צווישעֶן זיך. וועֶר האָט געֶבּראַכט צוּ דעֶם שלום אוּן פריינדשאַפט — נישט דאָס אָבּהיטעֶן אָ מצוה?




אַ פרוּמעֶר מאַן האָט אַמאָל פעֶרגעֶסעֶן אַ גאַרבּ בּיי זיך אין פעֶלד, קוּמט עֶר אַהיים אויפגעֶלעֶגט אוּן זאָגט דעֶם זוּהן: געֶה אוּן דאַנק אָבּ גאָט פאַר מיר מיט אַן אָקס אַ פייראָפּפעֶר אוּן אַן אָקס אַ פריעדעֶנאָפּפעֶר, אַזאַ טייעֶרעֶ מצוה האָט עֶר מיר צוּגעֶשיקט — פעֶרגעֶסעֶן אַ גאַרבּ אין פעֶלד 1). פרעֶגט איהם דעֶר זוּהן: וואָס פרעֶהסטוּ זיך מיט דעֶר מצוה מעֶהר ווי מיט אַנדעֶרעֶ? זאָגט עֶר: אַלעֶ מצוות פוּן דעֶר תּורה וועֶרעֶן געֶטהוּן בּעֶוואוּסטזיניג, די מצוה אָבּעֶר וועֶן מיר זאָלעֶן וועֶלעֶן קעֶנעֶן מיר זי קיינמאָל נישט אויספיהרעֶן. כּדי מעֶן זאָל זי טהוּן מוּז מעֶן זי דאָך פריהעֶר פעֶרגעֶסעֶן.

VIII

דריי מינים ניס איז פאַרהאַן: ווייכעֶ, וואָס שיילעֶן זיך פוּן זיך, מיטעֶלעֶ, וואָס לאָזעֶן זיך לייכט קנאַקעֶן, אוּן גאָר האַרטעֶ, וואָס דוּ מוּזט עֶס לאַנג קלאַפּעֶן מיט אַ שטיין — אי דאָס לאָזט זיך אַמאָל אויס אַז ס׳איז אינמיטעֶן לעֶדיג. אַזוי געֶפינעֶן זיך דרייעֶרליי מינים לייט: אַזעֶלכעֶ וואָס טהוּעֶן אַ מצוה לייכט פוּן זיך, אַזעֶזלכעֶ וואָס אַז מעֶן מאָהנט זיי קוּמעֵן זיי בּאַלד אַקעֶגעֶן, אוּן ווידעֶר אַזעֶלכעֶ, וואָס וויפיעֶל מעֶן זאָל זיי נישט אָנקלאַפּעֶן אין האַרצעֶן האָט מעֶן אַלץ פוּן זיי קיין נוּטץ נישט.




העֶכעֶר איז דעֶר וואָס טהוּט פאַר ליעֶבּעֶ ווי דעֶר וואָס טהוּט פאַר מורא.

ליעֶבּ איז אַ מצוה אַז מעֶן טהוּט זי אין דעֶר צייט.

הויבּט איינעֶר אָן א מצוה דאַרף עֶר זי אויספיהרעֶן, אויבּ נישט וועֶרט זי נישט פעֶררעֶכעֶנט אויף זיין נאָמעֶן.

אַ מצוה זאָל מעֶן טהוּן שעֶן — אַן אויסגעֶפּוּצטעֶ סוּכּה, א שעֶנעֶס לוּלב, אַ שעֶנעֶם שופר, אַ טלית מיט ציצית שעֶנעֶ, אַ שעֶנעֶ ספר תּורה געֶשריבּעֶן מיט שוואַרצעֶ גלאַנצעֶנדיגעֶ טינט מיט אַ שעֶנעֶר פּעֶן דוּרך אַ סופר אַ קינסטלעֶר אוּן איינגעֶהילט אין אַ שעֶן זיידעֶן מעֶנטעֶלעֶ. די שעֶנקייט פוּן אַ מצוה — איז בּעֶשיידעֶנהייט.

1) לויט דעֶם דין פון דער תורה דאַרף א פערגעסענעֶר גארב אין פעלד אַוועקגעגעבּען ווערען ארימע־לייט.




↤ 138

ר׳ אליעזר בּן עזריה זאָגט: אַ מעֶנש זאָל נישט זאָגעֶן: ס׳ווילט זיך מיר נישט עֶסעֶן חזיר; פעֶרקעֶהרט — ווילעֶן ווילט זיך, נאָר וואָס זאָל איך טהוּן אַז דעֶר פאָטעֶר אין הימעֶל האָט פעֶרבּאָטעֶן.

IX

ר׳ שמלאי האָט געֶדרש׳עֶנט: תּריג מצוות זעֵנעֶן געֶזאָגט געֶוואָרעֶן משה רבּינוּ׳ן, רמ״ח געֶבּאָט אוּן שס״ה פעֶרבּאָט, איז געֶקוּמעֶן דוד המלך אוּן האָט זיי אַוועֶקגעֶשטעֶלט אויף עלף:

„גאָט, וועֶר זאָל וואוינעֶן אין דיינעֶ צעֶלטעֶן
אוּן וועֶר זאָל רוּהעֶן אויף דיין הייליגעֶן בּאַרג? —
דעֶר וואָס פיהרט זיך עֶהרליך,
אוּן טהוּט געֶרעֶכטיגקייט,
אוּן רעֶדט וואַרהייט בּיי זיך אין האַרצעֶן,
אויף זיין צוּנג קוּמט קיין רכילות נישט אַרויף,
טהוּט זיין גלייכעֶן קיין בּייז נישט,
לייגט נישט קיין שאַנד אויף זיין אייגעֶנעֶם,
דעֶר געֶמיינעֶר איז בּיי איהם אין די אויגעֶן פעֶראַכטעֶט
אוּן די גאָטספאָרכטיגעֶ האַלט עֶר עֶהרליך,
שוועֶרט עֶר, אויך זיך צוּם שאָדעֶן, בּייט עֶר נישט [זיין וואָרט],
זיין געֶלד גיט עֶר נישט אין וואוּכעֶר
אוּן אוּנטעֶרקויף־געֶלד געֶגעֶן אַ אוּנשוּלדיגעֶן נעֶמט עֶר נישט —
וועֶר עֶס טהוּט דאָס אַלץ וועֶט קיינמאָל נישט אוּמפאַלעֶן”.

איז געֶקוּמעֶן ישעיה אוּן האָט עֶס אַוועֶקגעֶשטעֶלט אויף זעֶקס:

„דעֶר וואָס בּעֶגעֶהט זיך מיט געֶרעֶכטיגקייט
אוּן רעֶדט רעֶכטפאַרטיגקייט,
פעֶראַכטעֶט רויבּ־געֶלד,
שאָקעֶלט־אָבּ די העֶנד פוּן נעֶהמעֶן שוחד.
פעֶרשטאָפּט זיין אויעֶר נישט [קעֶנעֶנדיג] צוּ העֶרעֶן אַ בּלוּט־געֶשריי
אוּן פעֶרמאַכט די אויגעֶן נישט [קעֶנעֶנדיג] צוּ זעֶהן קיין שלעֶכטס”.

איז געֶקוּמעֶן מיכה המורשתּי אוּן האָט עֶס אַוועֶקגעֶשטעֶלט אויף דריי:

„מ׳האָט דיר געֶזאָגט, מעֶנש, וואָס גאָט איז
אוּן וואָס גאָט פאָדעֶרט פוּן דיר:

↤ 139

טהוּן רעֶכט,
ליעֶבּעֶ צוּ גנאָד
אוּן בּעֶשיידעֶן זיך פיהרעֶן מיט דיין גאָט.”

איז ווידעֶר געֶקוּמעֶן ישעיה אוּן האָט עֶס אַוועֶקגעֶשטעֶלט אויף צוויי:

„היט רעֶכט
אוּן טהוּט געֶרעֶכטיגקייט”.

איז געֶקוּמעֶן חבקוּק אוּן האָט עֶס געֶשטעֶלט אויף איינס:

„דעֶר געֶרעֶכטעֶר לעֶבּט מיט זיין גלויבּעֶן”.
אַ צוים צוּ דעֶר תּורה.
I

די מעֶנעֶר פוּן דעֶר גרויסעֶר פעֶרזאַמלוּנג פלעֶגעֶן זאָגעֶן: מאַכט אַ צוים צוּ דעֶר תּורה 1).

רב אשי זאָגט: מעֶן קעֶן עֶס גלייכעֶן צוּ אַ מעֶנשעֶן וואָס האָט אַ פרוּכט־גאָרטעֶן — היט עֶר איהם פוּן דרויסעֶן איז דעֶר גאָרטעֶן אָבּגעֶהיט אינגאַנצעֶן, היט עֶר איהם פוּן אינוועֶניג איז נוּר אָבּגעֶהיט דאָס וואָס פאַר איהם, אָבּעֶר נישט וואָס הינטעֶר איהם.

פאַלט־איין פוּן אַ וויינגאָרטעֶן דעֶר צוים וועֶרט צוּ נישט דעֶר גאַנצעֶר וויינגאָרטעֶן.

די צייט פוּן אָבּעֶנד־קריאת־שמע איז אייגעֶנטליך אַ גאַנצעֶ נאַכט, די חכמים אָבּעֶר האָבּעֶן אָבּגעֶשטעֶלט נוּר בּיז האַלבּעֶ נאַכט, אַלס אַ צוים, כּדי אַז אַ מעֶנש וועֶט געֶהן אָבּעֶנד־צייט צוּריק פוּן פעֶלד זאָל עֶר נישט זאָגעֶן: איך וועֶל געֶהן אַהיים, עֶפּיס עֶסעֶן, עֶפּיס טרינקעֶן, אַ דרימעֶל טהוּן, דעֶרנאָך וועֶל איך לייעֶנעֶן קריאת־שמע אוּן מעריב דאַוונעֶן — איך האָבּ נאָך צייט געֶנוּג; דעֶרווייל פאַלט אויף איהם אָן דעֶר שלאָף, אוּן עֶס לאָזט זיך אויס אַז עֶר שלאָפט־אָבּ אַ גאַנצעֶ נאַכט. איצט אָבּעֶר אַז אַ מעֶנש וועֶט יך אָבּפאַרטיגעֶן אין פעֶלד וועֶט עֶר בּאַלד אַריינגעֶהן אין בּית־המדרש, נעֶהמעֶן אַ ספר אין דעֶר האַנד, קעֶן עֶר פּסוּק — לעֶרעֶנט עֶר פּסוּק, קעֶן עֶר משנה — לעֶרעֶנט עֶר משנה, דעֶרנאָך לייעֶנט עֶר שמע, דאַוועֶנט־אָבּ, אוּן עֶרשט דעֶרנאָך עֶסט עֶר זיין אָבּעֶנד־בּרויט, בּעֶנשט אוּן לייגט זיך שלאָפעֶן.

1) כדי איינצוּהיטען דעם מעֶנשען עֶר זאָל נישט איבערטרעטען אַ געזעֶץ פוּן דער תּורה האָבען די חכמים פון זיך אַרומגעצוימט מעהרערע געזעצען מיט פערשידעֶנע פערבאָטע, — אוּן דאָס איז איינס פוּן די גרעֶסטע יסודות פוּן תּורה־שבעל־פה.

↤ 140

פרייטאָג־צוּ־נאַכטס האָבּעֶן די חכמים פעֶרוועֶרט אַריינצוּקוּקעֶן אין קיין ספר בּיי דעֶר שיין פוּן אַ ליכט, כּדי מעֶן זאָל זיך נישט פעֶרגעֶסעֶן אוּן עֶס אָנבּויגעֶן ס׳זאָל זיין ליכטיגעֶר. האָט ר׳ ישמעאל בּן אלישע געֶזאָגט: איך האָבּ דעֶרפאַר קיין מורא נישט: איך וועֶל יאָ אַריינקוּקעֶן אוּן נישט איינבּויגעֶן. איינמאָל האָט עֶר פרייטאָג־צוּ־נאַכטס אַריינגעֶקוּקט אין אַ ספר אוּן שיער נישט איינגעֶבּויגעֶן. עֶרשט דעֶמאָלט האָט ר׳ ישמעאל אויסגעֶרוּפעֶן: ווי גרויס זעֶנעֶן די וועֶרטעֶר פוּן די חכמים וואָס האָבּעֶן אָנגעֶזאָגט אַז מעֶן זאָל פרייטאָג־צוּ־נאַכטס נישט אַריינקוּקעֶן אין אַ ספר בּיי דעֶר שיין פוּן אַ ליכט.

ר׳ נתן האָט איבּעֶרגעֶגעֶבּעֶן אַז ר׳ ישמעאל האָט זיך פעֶרגעֶסעֶן אוּן טאַקי איינגעֶבּויגעֶן, האָט עֶר נאָך שבּת פעֶרצייכעֶנט בּיי זיך אין פּנקס 1): איך, ישמעאל בּן אלישע, האָבּ געֶלעֶרעֶנט אין אַ ספר אוּן איינגעֶבּויגעֶן אַ ליכט אוּם שבּת. וועֶן דעֶר בּית־המקדש וועֶט צוּריק אויפגעֶבּויט וועֶרעֶן וועֶל איך בּרעֶנגעֶן אַ פעֶטעֶן קרבּן־חטאת 2).

II

זאַכעֶן וואָס די חכמים האָבּעֶן פעֶרבּאָטעֶן נוּר דעֶרפאַר ווייל בּיי יעֶנעֶם אין די אויגעֶן קעֶן עֶס אויסזעֶהן ווי אַן עבירה — טאָר מעֶן נישט טהוּן אַפילוּ אין די בּעֶהאַלטעֶנסטעֶ חדרים.

III

אַז מעֶן לעֶגט צוּ — מינדעֶרט מעֶן, ווי עֶס שטעֶהט געֶשריעֶן: „לעֶג נישט צוּ צוּ זיינעֶ (גאָט׳ס) וועֶרטעֶר, עֶר זאָל דיר נישט אויסווייזעֶן אוּן וועֶסט אַ ליגנעֶר בּלייבּעֶן” — אויף דעֶרויף האָט ר׳ חייא געֶלעֶרעֶנט: זאָלסט נישט מאַכעֶן די צוים מעֶהר פוּנ׳ם עיקר [גאָרטעֶן], זי זאָל נישט איינפאַלעֶן, וועֶט מעֶן די פּפלאַנצוּנגעֶן אויסהאַקעֶן. אַזוי צוּם בּיישפּיעל האָט גאָט געֶוואָרעֶנט אדם׳ן, אַז אין דעֶם טאָג וואָס עֶר וועֶט עֶסעֶן וועֶט עֶר שטאַרבּעֶן, חוה אָבּעֶר האָט איבּעֶרגעֶגעֶבּעֶן דעֶר שלאַנג מיט אַ צוּגאָבּ, אַז עֶר האָט אָנגעֶזאָגט נישט עֶסעֶן פוּן דעֶם אוּן נישט צוּריהרעֶן זיך, מעֶן זאָל נישט שטאַרבּעֶן. אוּן ווי נוּר חוה איז פעֶרבּייגעֶגאַנגעֶן פאַר׳ן בּוים האָט זי די שלאַנג אויף דעֶם אַ שטויס געֶטהוּן אוּן געֶזאָגט: זעֶהסטוּ, בּיזט נישט געֶשטאָרבּעֶן; ווי דיר האָט נישט געֶשמדט דאָס אָנריהרעֶן זיך, אַזוי וועֶט דיר דאָס עֶסעֶן אויך גאָרנישט שאַדעֶן.




1) נאָטיץ־בוּך.

2) זינד־אָפּפער.

↤ 141

ר׳ יוסי האָט געֶזאָגט: בּעֶסעֶר אַ צוים פוּן צעֶהן שפּאַן אוּן עֶס זאָל שטעֶהן פעֶסט, איידעֶר פוּן הוּנדעֶרט איילעֶן אוּן עֶס זאָל איינפאַלעֶן.

מעֶן לייגט נישט אַרויף אויף קהל קיין גזירה, וואָס די מעֶהרסטעֶ טייל זיינעֶ וועֶט עֶס נישט קעֶנעֶן אויסהאַלטעֶן.




אַ מנהג בּרעֶכט אַ דין.

סתרי תּורה.
I

וועֶר עֶס קוּקט זיך אַריין אין פיער זאַכעֶן וואָלט פאַר איהם גלייכעֶר געֶוועֶן עֶר זאָל אויף דעֶר וועֶלט נישט געֶקוּמעֶן: וואָס איבּעֶר, וואָס אוּנטעֶר, וואָס פאר, וואָס נאָך.

II

פיער זעֶנעֶן אַריין אין פּרדס 1). בּן־עזאַי האָט זיך איינגעֶקוּקט אוּן איז געֶשטאָרבּעֶן; בּן־זומא האָט זיך איינגעֶקוּקט אוּן איז געֶריהרט געֶוואָרעֶן; אַחר האָט געֶנוּמעֶן האַקעֶן פּפלאַנצוּנגעֶן. איין ר׳ עקיבע אַליין איז אַרויס פוּן דאָרטעֶן בּשלום. איהם אַפילוּ האָבּעֶן די מלאָכים געֶוואָלט אָבּשטויסעֶן, האָט זיי גאָט בּרוּך־הוּא געֶזאָגט: לאָזט איהם צוּרוּה, דעֶם דאָזיגעֶן אַלטעֶן, עֶר איז וועֶרטה צוּ בּעֶדיענעֶן זיך מיט מיין כּבוד.

1) פרוּכט־גאָרטעֶן, אַ צוּ־נאָמען פאַר די לעֶהרע וואָס בעהאַנדעֶלט די טיעפע סודות פוּן גאָטהייט אוּן וועֶלט־שאַפוּנג.

↤ 142


חכמה אוּן נבוּאה.
חכמה.
I

ר׳ אמי זאָגט: פעֶרשטאַנד איז אַ גרויסעֶ זאַך; דאָס עֶרשטעֶ וואָס אַ יוּד בּעֶט אויף דעֶם טאָג־טעֶגליך בּיי גאָט 1) איז פעֶרשטאַנד.

ר׳ אלעזר זאָגט: אַ מעֶנש וואָס האָט קיין פעֶרשטאַנד נישט טאָר מעֶן אויף איהם קיין רחמנות נישט האָבּעֶן.




די צירונג פוּן תּורה איז חכמה; פוּן חכמה — עניוות.




די תּורה איז נישט געֶגעֶבּעֶן געֶוואָרעֶן פאַר נאַראָנים.

II

אבּיי זאָגט: מיר האָבּעֶן אַ קבּלה, אַז אמת־אָרים הייסט — נישט פעֶרמאָגעֶן קיין שכל. ווי זאָגט מעֶן דאָרט אין מעריב־קאַנט 2): האָט איינעֶר דאָס (שכל) — האָט עֶר אַלעֶס; האָט עֶר נישט דאָס — וואָס דעֶן האָט עֶר?

פעֶהלט דיר פעֶרשטאנד — וואָס האָסטוּ עֶרוואָרבּעֶן? האָסטוּ עֶרוואָרבּעֶן פעֶרשטאַנד — וואָס פעֶהלט דיר?

1) די ערשטע פוּן די געבייט־ברכות פוּן דעֶר וואָכענדיגער שמונה־עשרה איז „אתּה חונן לאדם דעת”. די פריהערדיגע דריי זיינען נישט געבייט, נאָר לויב־ברכות.

2) ארץ־ישראל, אין מערב־זייט פון בבל.

↤ 143

ר׳ יהושע בּן לוי זאָגט: „אַלעֶ טעֶג פוּנ׳ם אָרימאַן זעֶנעֶן שלעֶכט” — זאָגט שלמה אין משלי — דאָס מיינט מעֶן אַ מעֶנשעֶן מיט אַ עֶנגעֶן שכל; „אָבּעֶר בּיים אויפגעֶלעֶגטעֶן — זאָגט שלמה ווייטעֶר — איז אַ שטעֶנדיגעֶר מאָהלצייט” — דאָס איז אַ מעֶנש מיט אַ בּרייטעֶן שכל.

III

ר׳ יוחנן פלעֶגט זאָגעֶן: גאָט גיט חכמה נוּר דעֶם וואָס פעֶרמאָגט שוין חכמה. ווי דעֶר פּסוּק זאָגט אין דניאל: עֶר גיט חכמה קלוּגעֶ אוּן וויסעֶן די וואָס פעֶרמאָגעֶן פעֶרשטאַנד”.




אויף דעֶם גרויסעֶן קינסטלעֶר אוּן בּוי־מייסטעֶר בּצלאל זאָגט גאָט צוּ משה׳ן: „איך האָבּ אָנגעֶפוּלט איהם געֶטליכעֶן גייסט אוּן קלוּגשאַפט” — קוּמט איינעֶר אין אַ קראָם קויפעֶן וויין צי האָניג צי בּוימעֶל צי ליאַג 1), איז דעֶר געֶניטעֶר קרעֶמעֶר גיט פריהעֶר אַ שמעֶק די כּלי, איז זי פוּן וויין גיסט עֶר אין איהם וויין, אוּן דאָס זעֶלבּעֶ אויך מיט בּוימעֶל, האָניג אוּן ליאַג. אוּן אַזוי אויך גאָט בּרוּך־הוּא: דעֶרשמעֶקט עֶר אין אַ מעֶנשעֶן אַ ריח פוּן חכמה 2) — פוּלט עֶר איהם אָן.

אַ מאַטראָנעֶ האָט אַמאָל געֶפרעֶגט ר׳ יוסי בּן חלפתּא׳ן: עֶס שטעֶהט בּיי אייך געֶשריבּעֶן: „גאָט גיט חכמה די קלוּגעֶ” — וואָס הייסט עֶס? „די נאַראָנים” וואָלט בּעֶדאַרפט שטעֶהן.

זאָגט איר ר׳ יוסי: האָסט צירוּנג? — איך האָבּ — עֶנטפעֶרט זי.

פרעֶגט בּיי איהר ר׳ יוסי ווייטעֶר: אויבּ אַ שטייגעֶר צוויי מעֶנשעֶן וועֶלעֶן קוּמעֶן צוּ דיר לייהעֶן דאָס ציהרוּנג, איינעֶר אַן אָרימעֶר, דעֶר צווייטעֶר אַ רייכעֶר — וועֶמעֶן פוּן די בּיידעֶ וואָלסטוּ


?

— פעֶרשטעֶהט זיך, דעֶם רייכעֶן — עֶנטפעֶרט זי.

— פאַר וואָס? — פרעֶגט עֶר.

— ווייל דעֶר רייכעֶר — עֶנטפעֶרט זי — אויבּ עֶר וועֶט עֶס פעֶרלירעֶן וועֶט עֶר האָבּעֶן מיט וואָס צוּ בּעֶצאָהלעֶן; דעֶר אָרימאַן אָבּעֶר פוּן וואַנעֶן וועֶט עֶר נעֶהמעֶן צוּ בּעֶצאָהלעֶן?

זאָגט איהר ר׳ יוסי: היינט זעֶה, דיין צירוּנג פעֶרטרויסטוּ נישט נוּר אַ רייכעֶן, ווי זאָל גאָט פעֶרטרויעֶן די חכמה מעֶנשעֶן נאַראָנים?




1) געזאַלצעֶנע זאַפט פוּן פיש.

2) ד. ה. אַ פעהיגקייט.

↤ 144

די אַלכּסנדריעֶר לייט האָבּעֶן געֶפרעֶגט ר׳ יהושע בּן חנניה: וואָס זאָל טהוּן אַ מעֶנש עֶר זאָל בּעֶקוּמעֶן קלוּגשאַפט? האָט עֶר זיי געֶעֶנטפעֶרט: עֶר זאָל וואָס מעֶר לעֶרנעֶן אוּן וואָס וועֶניגעֶר האַנדלעֶן.

זאָגעֶן זיי איהם: פיעֶל האָבּעֶן אַזוי געֶטהוּן אוּן ס׳האָט זיי נישט געֶהאָלפעֶן.

— ווי דעֶן, עֶר דאַרף נעֶמעֶן בּיי דעֶם וואָס די חכמה איז בּיי איהם ווי זאָגט שלמה אין משלי: „דעֶן גאָט שעֶנקט חכמה, פוּן זיין מויל אַרויס וויסעֶנשאַפט אוּן פעֶרשטאַנד”.

ר׳ חיא האָט דעֶרויף געֶזאָגט: מעֶן קעֶן עֶס צוּגלייכעֶן צוּ אַ קעֶניג, וואָס האָט געֶמאַכט אַ מאָהלצייט פאַר זיינעֶ לייט, דעֶרלאַנגט מעֶן יעֶדעֶן זיי חלק, שיקט נאָך צוּ דעֶר קעֶניג די וואָס זעֶנעֶן איהם מעֶהר בּעֶליעֶבּט אַ צוּגאָבּ אויך פוּן דאָס זייניגעֶ.

ר׳ יצחק זאָגט אַבּיסעֶל אַנדעֶרש: מעֶן קעֶן עֶס צוּגלייכעֶן צוּ אַ קעֶניג וואָס האָט געֶגעֶסעֶן אַ זעֶהר געֶשמאַק מאכל. ווי נוּר ס׳איז צוּ איהם צוּגעֶקוּמעֶן זיין געֶליעֶבּט קינד, נעֶמט עֶר אַ בּיסעֶן פוּן זיין מויל אַרויס אוּן גיט עֶס איהם. אוּן דאָס מיינט דעֶר פּסוּק: „גאָט שעֶנקט חכמה” יעֶדעֶן; יוּדעֶן אָבּעֶר — „פוּן זיין מויל אַרויס וויסעֶנשאַפט אוּן פעֶרשטאַנד”.

IV

אַ מאַטראָנעֶ האָט איינמאָל בּעֶמעֶרקט אַז בּיי ר׳ יהוּדה איז דאָס פּנים רויט־פאַרבּיג ווי בּיי אַ בּעֶזויפטעֶן, זאָגט זי איהם: אַ לעֶהרעֶר — אוּן זויפט! עֶנטפעֶרט עֶר איהר: איך קעֶן דיר שוועֶרעֶן, אַז אַ גאַנץ יאָהר קוּמט נישט אין מיין מויל קיין טראָפּעֶן וויין אויסעֶר קידוּש אוּן הבדלה אוּן ארבּע כּוסות אוּם פּסח, אי דאָס געֶה איך דעֶרנאָך מחמת קאָפּ־וועֶהטאָג אַרוּמגעֶבּוּנדעֶן די שלייפעֶן פוּן פּסח בּיז שבועות. נאָר די פאַרבּ פוּן מיין געֶזיכט איז אַן אָבּשיין פוּן דעֶר תּורה, ווי זאָגט שלמה המלך „דעֶם מעֶנשעֶנס חכמה געֶשיינט זיין געֶזיכט”.

V

וועֶר הייסט קלוּג? וועֶר עֶס זעֶהט פאָראויס דעֶם סוף.

„דעֶר קלוּגעֶר זעֶנעֶן די אויגעֶן בּיי איהם אין קאָפּ” — זאָגט שלמה — אוּן וואוּ זעֶנעֶן דעֶן די אויגעֶן בּיים נאַר — אין די פיס? נאָר וועֶן דעֶר קלוּגעֶר האַלט נאָך בּיים קאָפּ פוּן דעֶר זאַך, בּיי׳ם אָנהויבּ הייסט עֶס, ווייסט עֶר שוין פאָראויס דעֶם סוף.

דעֶרפאַר פלעֶגט ר׳ מאיר רוּפעֶן דעֶם סוף פוּן אַ זאַך — „קאָפּ”.




↤ 145

וועֶר נאָך הייסט קלוּג? דעֶר וואָס לעֶרעֶנט פוּן יעֶדעֶן, ווי זאָגט דוד המלך אין תּהלים: „פוּן אַלעֶ מיינעֶ לעֶהרעֶר האָבּ איך שכל בּעֶקוּמעֶן”.




וועֶלכעֶר הייסט אַ פעֶרשטאַנדיגעֶר? וואָס שטויסט זיך אָן פוּן אַ זאַך אָן אַ צווייטעֶ — ר׳ אלעזר בּן עזריה זאָגט: אָהן קלוּגשאַפט איז ניטאָ קיין פרוּמקייט, אָהן פרוּמקייט איז ניטאָ קיין קלוּגשאַפט; אָהן וויסעֶנשאַפט איז ניטאָ קיין פעֶרשטאַנד, אָהן פעֶרשטאַנד איז ניטאָ קיין וויסעֶנשאַפט.

וועֶר ס׳האָט קלוּגשאַפט 1) אוּן עֶס פעֶהלט איהם פעֶרשטאַנד איז גלייך ווי איינעֶר וואָס האָט בּרויט אוּן עֶס פעֶהלט איהם צוּם בּרויט. דעֶר וואָס האָט פעֶרשטאַנד אוּן עֶס פעֶהלט איהם קלוּגשאַפט איז גלייך ווי איינעֶר וואָס האָט צוּם בּרויט, אוּן עֶס פעֶהלט איהם בּרויט.

VI

אין נאָמעֶן פוּן בּר קפּרא זאָגט ר׳ יהושע בּן לוי: וועֶר עֶס קעֶן רעֶכעֶנעֶן דעֶם שטעֶרעֶן־גאַנג אוּן די צייטעֶן פוּן יאָהר 2) אוּן רעֶכעֶנט נישט, זעֶנעֶן צוּגעֶפּאַסט צוּ איהם די שטראָף־וועֶרטעֶר פוּנ׳ם נביא ישעיה: „אין די וועֶרק פוּן גאָט קוּקעֶן זיי זיך נישט איין אוּן די שעֶפּפוּנג פוּן זיינעֶ העֶנד זעֶהעֶן זיי נישט”.

אין נאָמעֶן פוּן ר׳ יונתן איז געֶזאָגט געֶוואָרעֶן: ס׳איז א׳מצוה דעֶר מעֶנש זאָל זיך פעֶרנעֶהמעֶן מיט אויסרעֶכעֶנעֶן דעֶם שטעֶרעֶן־גאַנג אוּן די צייטעֶן פוּן יאָהר, ווי די תּורה זאָגט: „איהר זאָלט עֶס אָבּהיטעֶן אוּן טהוּן, ווייל דאָס איז אייעֶר קלוּגשאַפט אוּן אייעֶר פעֶרשטאַנד אין די אויגעֶן פוּן די פעֶלקעֶר” — וועֶלכעֶ קלוּגשאַפט אוּן פעֶרשטאַנד קעֶנעֶן אַלעֶ פעֶלקעֶר אַרויסזעֶהן מיט די אויגעֶן? דאָס איז דאָס אויסרעֶכעֶנעֶן דעֶם שטעֶרעֶן־גאַנג אוּן די צייטעֶן פוּן יאָהר.




בּיי׳ם זעֶהן יוּדישעֶ געֵלעֶהרטעֶ דאַרף מעֶן מאַכעֶן אַ בּרכה: געֶלויבּט איז דעֶר וואָס האָט איינגעֶטיילט פוּן זיין קלוּגשאַפט די פרוּמעֶ זיינעֶ, בּיים זעֶהן געֶלעֶהרטעֶ פוּן פרעֶמדעֶ פעֶלקעֶר: „געֶלויבּט איז דעֶר וואָס האָט געֶשעֶנקט פוּן זיין קלוּגשאַפט די בּעֶשעֶפעֶנישעֶן זיינעֶ — זאָגט דיר עֶמיצעֶר, אַז בּיי גויים איז פאַרהאַן חכמה (וועֶלטליכעֶ וויסעֶנשאַפט) — זאָלסטוּ גלויבּעֶן; תּורה אָבּעֶר — זאָלסטוּ נישט גלויבּעֶן.




אַ געֶלעֶהרטעֶר אין חשוּב׳עֶר ווי אַ קעֶניג.

1) ד. ה. וויסען אוּן קענטעניש. 2) אַסטראָנאָמיע.

↤ 146

VII

אייפעֶר פוּן געֶלעֶהרטעֶ מעֶהרט חכמה.

מעֶנשעֶן פוּן איין פאַך־בּעֶשעֶפטיגוּנג האָבּעֶן געֶוועֶהנליך נישט ליעבּ איינעֶר דעֶם אַנדעֶרעֶן, אַ געֶלעֶהרטעֶר אָבּעֶר ליעבּט זיין גלייכעֶן.

יעֶדעֶר נאַר מיינט אַז די גאַנצעֶ וועֶלט איז נאַראָנים.

דעֶם קלוּגעֶן — מיט אַ וואוּנק; דעֶם נאַר — מיט׳ן פויסט.

אַ מעֶנש זאָל זיך נישט שיידעֶן פוּן זיין חבר נישט מיט פּלאַפּלעֶריי אוּן נישט מיט ליצנות, אוּן נישט מיט פּוּסטעֶ וועֶרטעֶר, אוּן נישט מיט לייכטזיניגקייט, נאָר מיט אַ קלוּג וואָרט.

אַ געֶלעֶהרטעֶר בּשעת עֶר געֶהט פוּן דעֶר וועֶלט איז יעֶדעֶר זיינעֶר אַ קרוב אוּן דאַרף טרויעֶרעֶן.

VIII

זינט דעֶר בּית־המקדש איז חרוב געֶוואָרעֶן איז, אמת, אָבּגעֶנוּמעֶן געֶוואָרעֶן די נבואה בּיי די נביאים, בּיי די חכמים אָבּעֶר איז זי נישט אָבּגעֶנוּמעֶן געֶוואָרעֶן.

אַ חכם — זאָגט אמימר — איז בּעֶסעֶר פוּן אַ נביא.

אַז אַ נביא קוּמט צוּ יוּדעֶן אין נאָמעֶן פוּן גאָט, הייסט די תּורה איהם אַנדעֶרש נישט גלויבּעֶן בּיז עֶר ווייזט אַ צייכעֶן, אַ געֶלעֶהרטעֶר אָבּעֶר וואָס קוּמט מיט׳ן כּוח פוּן תּורה אוּן חכמה — מוּז מעֶן פאָלגעֶן אָהן אַ שוּם צייכעֶן. עֶס קוּמט אויס ווי צוויי שלוחים, וואָס דעֶר קעֶניג האָט געֶשיקט צוּ זיין פאָלק. אויף איינעֶם האָט עֶר אָנגעֶשריבּעֶן מעֶן זאָל איהם נוּר גלויבּעֶן וועֶן עֶר בּעֶווייזט דעֶם קעֶניג׳ס זיגעֶל, אוּן אויפ׳ן צווייטעֶן — מעֶן זאָל איהם גלויבּעֶן אָהן דעֶם זיגעֶל.

נבוּאה אוּן רוּח־הקודש.
I

ר׳ פּנחס בּן יאיר זאָגט: תּורה פיהרט צוּ פאָרזיכטיגקייט, פאָרזיכטיגקייט צוּ פלייסיגקייט, פלייסיגקייט צוּ ריינקייט, ריינקייט צוּ ציכטיגקייט, ציכטיגקייט צוּ אָבּגעֶזוּנדעֶרקייט, אָבּגעֶזוּנדעֶרקייט צוּ הייליגקייט, הייליגקייט צוּ עניוות (בּעֶשיידעֶנהייט), עניוות צוּ זינד־שרעֶק, זינד־שרעֶק צוּ פרוּמקייט, פרוּמקייט צוּ רוּח־הקודש (הייליגעֶר גייסט), רוּח־הקודש צוּ אייבּיגעֶן לעֶבּעֶן.




די שכינה (הייליגעֶר גייסט) רוּהט נוּר אויף אַ קלוּגעֶן, שטאַרקעֶן, רייכעֶן, הויכוואוּקסיגעֶן אוּן בּעֶשיידעֶנעֶם.

↤ 147

אייניגעֶ קאַפּיטלעֶך אין תּהלים הויבּעֶן זיך אָן מיט דעֶם אויפשריפט „לדוד מזמור” (דוד׳ס אַ געֶזאַנג), אַנדעֶרעֶ פעֶרקעֶהרט „מזמור לדוד” (אַ געֶזאַנג דוד׳ס), ווייל אַ מאָל האָט פריהעֶר די שכינה געֶרוּהט אויף דוד׳ן אוּן דעֶרנאָך עֶרשט האָט עֶר געֶנוּמעֶן זינגעֶן, אוּן אַמאָל פעֶרקעֶהרט, האָט עֶר זיך פריהעֶר געֶנוּמעֶן צוּם געֶזאַנג אוּן עֶרשט דעֶרנאָך האָט אויף איהם די שכינה געֶרוּהט; אוּן דעֶרפוּן זאָל מעֶן לעֶרנעֶן, אַז די שכינה בּעֶווייזט זיך נישט דוּרך אָבּגעֶלאָזטקייט אוּן נישט דוּרך דעֶרשלאָגעֶנקייט, נישט דוּרך ליצנות אוּן נישט דוּרך לייכטזיניגקייט נישט דוּרך פּלאַפּלעֶריי אוּן נישט דוּרך פּוּסטעֶ וועֶרטעֶר, נאָר דוּרך אַ געֶהויבּעֶנעֶר פרעֶהליכעֶר שטימוּנג ווי איבּעֶר דעֶם נביא אלישע וועֶרט דעֶרצעֶהלט: „ווי נוּר דעֶר שפּיעלעֶר פלעֶגט אָנהויבּעֶן שפּיעלעֶן האָט בּאַלד אויף איהם געֶרוּהט גאָט׳ס האַנד”.




אליהוּ זאָגט: איך שטעֶל הימעֶל אוּן עֶרד פאַר עדות, אַז סיי אַ יוּד, סיי אַ גוי, סיי אַ מאַן, סיי אַ פרוי, סיי אַ קנעֶכט, סיי אַ דיענסט — יעֶדעֶר מעֶנש לויט זיין פעֶרדיענסט רוּהט אויף איהם דעֶר הייליגעֶר גייסט.

II

רב הוּנא בּר סוּסי זאָגט: אַמאָל קעֶן אַ גאַנצעֶ וועֶלט נישט עֶנטהאַלטעֶן די העֶרליכקייט גאָט׳ס, אוּן אַמאָל רעֶדט עֶר מיט׳ן מעֶנשעֶן פוּן די האָר אַרויס אויף זיין קאָפּ.

ר׳ יצחק בּן אלער זאָגט: די נביאים ווייסעֶן, אַז דעֶר גאָט זייעֶרעֶר האָט ליעבּ דעֶם אמת, חנפ׳עֶנעֶן זיי איהם נישט.

ר׳ יוסי בּן זמרא זאָגט: די נביאים שעֶמעֶן זיך נישט צוּ מאָהנעֶן בּיי גאָט די בּעֶדעֶרפעֶניש פוּן פאָלק ישראל, ווי אַ פרוי שעֶהמט זיך נישט צוּ מאָהנעֶן בּיי׳ם מאַן איהר הויזבּעֶדעֶרפעֶניש.

III

גאָט האָט אויפגעֶשטעֶלט אַ נביא פאַר יוּדעֶן — משה׳ן, אוּן פאַר די אומות־העולם — בּלעמ׳ן. זעֶה דעֶם אוּנטעֶרשיעד צווישעֶן אַ יוּדישעֶן אוּן אַ גוי׳אישעֶן נביא. דעֶר יוּדישעֶר נביא וואָרעֶנט דאָס פאָלק פוּן זינד, ווי זאָגט יחזקאל: „פאַר אַ זעֶהעֶר האָבּ איך דיך בּעֶשטימט פאַר׳ן הויז ישראל... זאָלסט זיי וואָרעֶנעֶן”. דעֶר גוי׳אישעֶר נביא אָבּעֶר האָט אויפגעֶבּראָכעֶן דעֶם צוים אוּמצוּבּרעֶנגעֶן מעֶנשעֶן פוּן אייבּיגעֶן לעֶבּעֶן 1) אוּן נאָך מעֶהר. דעֶר יוּדישעֶר נביא האָט געֶהאַט אַ האַרץ פוּל מיט רחמנות סיי אויף זיין ↰ 148 אייגעֶן פאָלק סיי אויף פרעֶמדעֶ, ווי זאָגט דעֶר נביא ישעיה: „מיינעֶ געֶדעֶרעֶם בּרוּמעֶן וועֶגעֶן מואב׳ן ווי אַ האַרפעֶ”, אוּן אַזוי זאָגט אויך דעֶר נביא יחזקאל: „הויבּ־אויף אויף צור (פיניקיעֶן) אַ קלאָג־ליעד”. דעֶר אכזר אָבּעֶר, בּלעם, האָט זיך פירגעֶנוּמעֶן אויסצוּרייסעֶן פוּן דעֶר וועֶלט אַ גאַנץ פאָלק אוּמזיסט אוּן אוּמנישט.

1) בלעם האָט געֶגעבען בלק׳ן אַן עצה ווי אַזוי צוּ פעֶרפיהרען יוּדען דוּרך זינד, כדי זיי אוּמצוּברענגען.




יוּדישעֶ נביאים זעֶנעֶן אַנדעֶרש פוּן גוי׳אישעֶ נאָך מיט פיעל זאַכעֶן.

צוּ אַ גוי׳אישעֶן נביא עֶנטפּלעֶקט זיך די גאָטהייט אין האַלבּעֶ וועֶרטעֶר. נישט דעֶרזאָגט, אָבּעֶר צוּ אַ יוּדישעֶן נביא דוּרך גאַנצעֶ וועֶרטעֶר, קלאָרעֶ דבּוּרים, אין אַ שפּראַך פוּן ליעבּעֶ, אַ שפּראַך פוּן ריינקייט, אַ שפּראַך פוּן הייליגקייט, אַ שפּראַך, מיט וועֶלכעֶר די מלאכים אין הימעֶל ריהמעֶן גאָט.

ר׳ יוסי זאָגט: צוּ די גוי׳אישעֶ נביאים עֶנטפּלעֶקט זיך די גאָטהייט נוּר אין איינזאַמקייט, וועֶן מעֶנשעֶן געֶוועֶהנליך שיידעֶן זיך אָבּ איינס פוּן אַנדעֶרעֶן, ווי אַ שטייגעֶר עֶס זאָגט אויף זיך איינעֶר פוּן איוב׳ס פריינד, אליפז דעֶר תּימנ׳עֶר:

„ס׳האָט זיך מיר דאָס וואָרט פעֶר׳גנב׳עֶט,
אַ קלאַנג פוּן דעֶם האָט אויפגעֶחאַפּט מיין אויעֶר,
דוּרך געֶדאַנקעֶן פוּן נאַכט־זעֶהוּנגעֶן,
וועֶן אַ טיעפעֶר שלאָף בּעֶפאַלט אויף מעֶנשעֶן,
אַ שוידעֶר האָט מיך געֶטראָפעֶן אוּן אַ ציטעֶרניש
אוּן אַ שרעֶק געֶוואָרפעֶן אויף אַלעֶ מיינעֶ בּיינעֶר.
אוּן אַ לוּפט האָט פאַר מיין געֶזיכט פעֶרבּייגעֶשוועֶבּט,
אויפגעֶשטעֶלט האָבּעֶן זיך די האָר פוּן מיין לייבּ,
עֶר בּלייבּט שטעֶהן אוּן אוּנבּעֶקאַנט איז מיר זיין אויסזעֶהן
עֶפּיס אַ געֶשטאַלט אַקעֶגעֶן מיינעֶ אויגעֶן,
איך העֶר די שטילקייט אוּן אַ קול”.

ר׳ חנינא בּר פּפּא זאָגט: „מעֶן קעֶן דאָס צוּגלייכעֶן צוּ אַ קעֶניג וואָס האָט זיך געֶפוּנעֶן מיט זיין בּעֶליעבּטעֶן פריינד אין איין צימעֶר, אָבּגעֶשיידט איינעֶר פוּנ׳ם אַנדעֶרעֶן דוּרך אַ פאָרהאַנג. אַלעֶ מאָל וועֶן איהם ווילט זיך דוּרכשמוּעֶסעֶן מיט זיין פריינד הויבּט עֶר אויף דעֶם פאָרהאַנג אוּן פעֶרלעֶגט עֶס בּיז עֶר זעֶהט איהם אין געֶזיכט אוּן רעֶדט מיט איהם. אַזוי פיהרט זיך גאָט מיט׳ן יוּדישעֶן נביא, פאַר׳ן גוי׳אישעֶן נביא אָבּעֶר בּלייבּט דעֶר פאָרהאַנג אַראָבּגעֶלאָזעֶן אוּן גאָט רעֶדט מיט איהם פוּן יעֶנעֶר זייט פאָרהאַנג.

↤ 149

ר׳ לוי זאָגט: אַ גוי׳אישעֶר נביא איז די נבוּאה זיינעֶ פעֶרשטעֶלט אוּן זי קעֶן אויסגעֶטייטשט וועֶרעֶן ווי מעֶן וויל. עֶס קוּמט אויס ווי איינעֶר וואָס איז געֶגאַנגעֶן אין וועֶג צוּפוּס, איז עֶר שטאַרק מיעד, רוּפט עֶר אויס: אָ וועֶן איך בּעֶקוּם אַן עֶזעֶל! געֶהט פעֶרבּיי איהם אַ רוימעֶר, וואָס זיין עֶזעֶל האָט איהם געֶבּוירעֶן, זאָגט עֶר איהם: נעֶהם דאָס עֶזעֶלעֶ אוּן טראָג עֶס אויף די פּלייצעֶס. זאָגט דעֶר מעֶנש: מיין געֶבּעֶט איז אָנגעֶנוּמעֶן געֶוואָרעֶן. איך האָבּ אָבּעֶר נישט געֶבּעֶטעֶן ווי געֶהעֶריג: צי אַן עֶזעֶל איך זאָל אויף דעֶם רייטעֶן, צי עֶס זאָל אויף מיר רייטעֶן.

מעֶן קעֶן עֶס ווידעֶר גלייכעֶן צוּ איינעֶם וואָס האָט זיך געֶלאָזט רייזעֶן אויפ׳ן גרויסעֶן ים, האָט זיך אויפגעֶחאַפּט אַ שטאַרקעֶר שטוּרם אוּן די שיף האָט געֶהאַלטעֶן בּיים אוּנטעֶרגעֶהן. טהוּט דעֶר מעֶנש אַ נדר אוּן זאָגט: אויבּ דעֶר שטוּרם וועֶט איינגעֶשטילט וועֶרעֶן בּין איך מנדר אַ קעֶלבּעֶל. ווי דעֶר שטוּרם איז איינגעֶשטילט געֶוואָרעֶן זאָגט עֶר: דאָס קעֶלבּעֶל האָבּ איך טאַקי מנדר געֶוועֶן, נאָר פאַר זיך אַליין.

IV

„עֶר מאַכט דעֶם גייסט אַ וואָג” — זאָגט איוב אויף גאָט, אויף דעֶם זאָגט רב חיא: אפילוּ דעֶר הייליגעֶר גייסט וואָס רוּהט אויף די נביאים איז מיט אַ וואָג אוּן אַ מאָס: איינעֶמס נביאות געֶניגט אויף איין ספר. איינעֶמס אויף אַ פּאָר ספרים, אוּן איינעֶמס — נישט מעֶהר ווי אויף צוויי פּסוּקים.

יעֶדעֶר נביא בּעֶקוּמט הייליגעֶן גייסט לויט זיין כּוח.

ר׳ יצחק זאָגט: איין סטיל־פאָרם קוּמט אויס בּיי פיעל נביאים אוּן דאָך איז נישט פאַרהאַן צוויי נביאים מיט איין גלייכעֶן סטיל.

„איך האָבּ געֶרעֶדט צוּ די נביאים אוּן האָבּ זעֶהוּנג געֶמעֶהרט, אוּן דוּרך די נביאים׳ס האַנד שפּיגעֶל איך זיך אָבּ” — זאָגט גאָט, געֶוויס האָבּ איך איינעֶר אוּן דעֶרזעֶלבּעֶר געֶרעֶדט צוּ אַלעֶ נביאים, פעֶרשידעֶנאַרטיג אָבּעֶר האָבּ איך זיך זיי פאָרגעֶשטעֶלט אין זייעֶרעֶ זעֶהוּנגעֶן, אוּן די נבוּאה פוּן איינעֶם גלייכט זיך נישט צוּם צווייטעֶנס. עמוס האָט מיך געֶזעֶהן אַ שטעֶהעֶנדיגעֶן, מיכה — אַ זיצעֶנדיגעֶן משה האָט מיך געֶזעֶהן אין אַ העֶלדעֶן־שטאַלט, דניאל — אין אַ שטאַלט פוּן אַ גרייזעֶן מאַן. איך בּלייבּ תּמיד איינעֶר אוּן דעֶרזעֶלבּעֶר — אוּן דוּרך די נביאים׳ס האַנד שפּיגעֶל איך זיך אָבּ פעֶרשידעֶנאַרטיג.

נישט אַלעֶ נביאים זעֶנעֶן גלייך, ס׳איז פאַרהאַן אַ נביא וואָס בּעֶקוּמט הייליגעֶ בּעֶגייסטעֶרוּנג דוּרכ׳ן אויג, ווי יחזקאל, וואָס הויבּט־אָן זיין נבוּאה מיט די וועֶרטעֶר: „איך האָבּ געֶזעֶהן געֶטליכעֶ זעֶהוּנגעֶן”. אַן אַנדעֶרעֶר↰ 150, ווי חבקוּק, דוּרכ׳ן געֶהעֶר, ווי עֶר זאָגט: „גאָט, איך האָבּ געֶהעֶרט דאָס געֶהעֶר וועֶגעֶן דיר”. איינעֶר ווידעֶר, ווי ירמיה, דוּרכ׳ן מויל, ווי עֶר זאָגט: „עֶר (גאָט) האָט בּעֶריהרט מיין מויל אוּן מיר געֶזאָגט: דאָ האָבּ איך אַריינגעֶגעֶבּעֶן מיינעֶ וועֶרטעֶר אין דיין מויל”. אוּן אַן אַנדעֶרעֶר דוּרכ׳ן געֶרוּך, ווי עֶס וועֶרט געֶזאָגט: „ס׳איז אַריינגעֶקוּמעֶן אין מיר דעֶר אָטהעֶם (גאָט׳ס)”. אוּן נאָך אַן אַנדעֶרעֶר דוּרך דעֶר האַנד, ווי אין הושע וועֶרט געֶזאָגט: „דוּרך די נביאים׳ס האַנד שפּיגעֶל איך זיך אָבּ”. איין נביא דרינגט אַריין טיעף אוּן איינעֶר אין די טיעפסטעֶ טיעפעֶניש.




ר׳ אלעזר אין נאָמעֶן פוּן ר׳ יוסי בּן זמרא זאָגט: בּיי אַלעֶ נביאים האָט זיך אַרויסגעֶזאָגט די נבוּאה זייעֶרעֶ אוּנבּעֶוואוּסטזיניג, אויסעֶר משה׳ן, וואָס האָט געֶזאָגט זיין נבוּאה בּעֶוואוּסטזיניג.

„אוּן מעֶהר איז שוין נישט אויפגעֶשטאַנעֶן בּיי יוּדעֶן נאָך אַזאַ נביא ווי משה” — אַלעֶ נביאים האָבּעֶן געֶקוּקט אין אַ פעֶרדוּנקעֶלטעֶן שפּיגעֶל, בּלויז משה האָט געֶקוּקט אין אַ קלאָרעֶן שפּיגעֶל.

אין משה׳ס נביאות זעֶנעֶן איינגעֶשלאָסעֶן אַלעֶ רייד פוּן די שפּעֶטעֶרדיגעֶ נביאים, אוּן וואָס עֶמיצעֶר פוּן זיי האָט דעֶרנאָך נביאות געֶזאָגט איז אין דעֶם דאָ עֶפּיס פוּן משה׳ס.

„גאָט׳ס גייסט האָט אין איהם (אין שמשונ׳עֶן) אָנגעֶהויבּעֶן קלינגעֶן. וועֶן דעֶר הייליגעֶר גייסט פלעֶגט אויף איהם זיך אַראָבּלאָזעֶן — זאָגט אויף דעֶם ר׳ נחמן — פלעֶגעֶן זיינעֶ האָר זיך אויפשטעֶלעֶן אוּן קלינגעֶן איינס אין אַנדעֶרעֶן ווי גלעֶקלעֶך.

רבא זאָגט: אַלעֶס וואָס יחזקאל האָט געֶזעֶהן בּעת גאָט׳ס עֶנטפּלעֶקעֶן זיך האָט אויך געֶזעֶהן ישעיה. אוּן דאָס וואָס יחזקאל דעֶרצעֶהלט עֶס לאַנג, מיט אַלעֶ פּרטים, אוּן ישעיה אין קוּרצעֶן, איז נוּר דעֶרפאַר — וואָס יחזקאל איז גלייך צוּ אַ דאָרפסמאַן — וואָס האָט געֶזעֶהן דאָס עֶרשטעֶ מאָל דעֶם קעֶניג, ישעיה אָבּעֶר איז גלייך צוּ אַ גרויסשטעֶדטיגעֶן וואָס האָט געֶזעֶהן דעֶם קעֶניג.

„איך קעֶן נישט רעֶדעֶן — זאָגט ירמיה צוּ גאָט, וואָס שיקט איהם אין זיין הייליגעֶר שליחות — דעֶן איך בּין נאָך אַ יוּנגעֶל”. רבּונו של עולם — האָט עֶר געֶטענה׳ט — איך קעֶן נישט געֶהן זיי נביאות זאָגעֶן. איז דעֶן דאָ איין נביא וואָס עֶר איז געֶקוּמעֶן צוּ זיי אוּן זיי האָבּעֶן איהם נישט געֶוואָלט אוּמבּרעֶנגעֶן? האָסט זיי צוּגעֶשיקט משה מיט אהרן, האָט מעֶן זיי דעֶן נישט געֶוואָלט פעֶרוואַרפעֶן מיט שטיינעֶר? איז געֶקוּמעֶן צוּ זיי אליהוּ דעֶר מאַן מיט לאָקעֶן — האָבּעֶן זיי פוּן איהם געֶלאַכט אוּן געֶשפּעֶט: אָט ↰ 151 איז דעֶר מיט די געֶקרייזעֶלטעֶ לאָקעֶן! אָט איז דעֶר מאַן מיט די לאַנגעֶ האָר! האָסט צוּ זיי געֶשיקט אלישע — האָבּעֶן זיי איהם נאָכגעֶשריגעֶן: געֶה אויף, גלאַט־קאָפּ! יוצא זיין פאַר יוּדעֶן קעֶן איך נישט — „איך קעֶן נישט רעֶדעֶן דעֶן איך בּין נאָך אַ יוּנגעֶל”.

עֶנטפעֶרט איהם דעֶר הייליגעֶר גייסט: אַ יוּנגעֶל האָבּ איך עֶרשט ליעבּ, ווייל עֶר האָט נישט פעֶרזוּכט קיין טעם פוּן זינד.

V

„געֶהט דעֶם דאָזיגעֶן כּוס מיט׳ן גיפטיגעֶן וויין פוּן מיין האַנד” — זאָגט גאָט צוּ ירמיה — נעֶהם דעֶם דאָזיגעֶן כּוס מיט גיפט אוּן גיבּ טרינקעֶן אַלעֶ פעֶלקעֶר.

נעֶהמט ירמיה דעֶם כּוס אוּן פרעֶגט: וועֶמעֶן זאָל איך פריהעֶר געֶבּעֶן טרינקעֶן? זאָגט איהם גאָט: ירוּשלים אוּן די שטעֶדט פוּן יהוּדה, ווייל זיי זעֶנעֶן די עֶלטסטעֶ פוּן אַלעֶ קעֶניגרייכעֶן.

ווי ירמיה האָט דאָס דעֶרהעֶרט האָט עֶר אָנגעֶהויבּעֶן שעֶלטעֶן זיינעֶ טעֶג מיט די יאָהרעֶן, אוּן אַזוי האָט עֶר געֶזאָגט: אוי, צוּ וועֶמעֶן בּין איך עֶס גלייך? צוּ אַ כּוהן וואָס איז אויף איהם געֶפאַלעֶן דעֶר גורל צוּ געֶבּעֶן טרינקעֶן די בּיטעֶרעֶ וואַסעֶר אַ פרוי אַ סוטה 1) בּרעֶנגט מעֶן צוּ איהם די פרוי, דעֶקט עֶר איהר אָבּ דעֶם קאָפּ אוּן צעֶוואַרפט איר די האָר. ווי עֶר דעֶרלאַנגט איהר דעֶם כּוס צוּ טרינקעֶן קוּקט עֶר זיך צוּ — אוי וועֶה, ס׳איז זיין אייגעֶנעֶ מוּטעֶר! רייסט זיך פוּן איהם אַרויס אַ בּיטעֶר געֶשריי: וועֶה אוּן וואוּנד איז מיר, מוּטעֶר מיינעֶ! אַלעֶ מיינעֶ יאָהרעֶן האָבּ איך זיך געֶפלייסט דיך עֶהרליך האַלטעֶן אוּן איצט מוּז איך אַליין דיר אַזאַ בּזיון אָנטהוּן!

דאָסזעֶלבּעֶ האָט אויך ירמיה הנביא אויסגעֶשריגעֶן: „וועֶה מיר פאַר דיר, מאַמעֶ ציון! געֶמיינט האָבּ איך דיר בּרעֶנגעֶן גוּטעֶ בּשוּרות אוּן טרייסט, אוּן איצט מוּז איך אַליין דיר אָנזאָגעֶן דיין אוּמגליקליכעֶן סוף”.




ירמיה איז געֶוועֶן איינעֶר פוּן די דריי נביאים וואָס האָבּעֶן געֶזאָגט זייעֶר נביאות אין יעֶנעֶם דור: ירמיה, צפניה אוּן הוּלדה די נביאה. ירמיה איז אַרויסגעֶטראָטעֶן מיט זיינעֶ נביאות אויף די גאַסעֶן, צפניה — אין די שוּהלעֶן אוּן הוּלדה — פאַר די פרויעֶן.




אַלעֶ נביאים הויבּעֶן אָן מיט שטראָף אוּן לאָזעֶן אויס מיט טרייסט.

1) אַ פרוי וואָס דער מען וואַרפט אויף איהר אַ פערדאַכט אין אויסגעלאַסענקייט.

↤ 152

VI

ר׳ עקיבא האָט געֶזאָגט: די גאַנצעֶ וועֶלט איז נישט וועֶרטה דעֶם טאָג וועֶן שיר־השירים איז געֶגעֶבּעֶן געֶוואָרעֶן יוּדעֶן, דעֶן אַלעֶ שריפטעֶן זעֶנעֶן הייליג — שיר־השירים אָבּעֶר איז הייליג איבּעֶר הייליג.

ר׳ אליעזר בּן עזריה האָט געֶזאָגט אויף דעֶם אַ משל: אַ קעֶניג האָט געֶגעֶבּעֶן דעֶם בּעֶקעֶר אַ מעֶסטעֶל ווייץ אוּן האָט איהם דעֶרבּיי געֶזאָגט: נעֶהם דעֶרפוּן אַרויס אַזוי פיעל אוּן אַזוי פיעל גראָבּעֶ מעֶהל, אַזוי פיעל אוּן אַזוי פיעל קלייעֶן אוּן אַזוי פיעל אוּן אַזוי פיעל פיינעֶ מעֶהל, אוּן פוּן דעֶם זאָלסטוּ מיר אויסזיפּעֶן איין קלאָר פיין זעֶמעֶלעֶ אַ שעֶנס אוּן אַ גוּטס, אַזוי אויך פוּן שלמה׳ס גאַנצעֶר חכמה האָט עֶר אויסגעֶזיפּט פאַר יוּדעֶן דאָס בּעֶסטעֶ אוּן דאָס שעֶנסטעֶ — דעֶם שיר־השירים. „שיר־השירים” הייסט עֶס — דאָס ליעד פוּן אַלעֶ ליעדעֶר. דאָס איז די שעֶנסטעֶ, דאָס איז די בּעֶסטעֶ, דאָס איז די פיינסטעֶ פוּן אַלעֶ ליעדעֶר.




איידעֶר יוּדעֶן זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן קיין ארץ־ישראל זעֶנעֶן אַלעֶ לעֶנדעֶר רעֶכט געֶוועֶן צוּ זאָגעֶן דאָרט שירה. ווי יוּדעֶן זעֶנעֶן אַריין אין ארץ־ישראל האָבּעֶן שוין אַלעֶ איבּעֶריגעֶ לעֶנדעֶר פעֶרלאָרעֶן זייעֶר רעֶכט צוּ זאָגעֶן דאָרט שירה. ווי יוּדעֶן זעֶנעֶן פעֶרטריבּעֶן געֶוואָרעֶן פוּן זייעֶר לאַנד האָבּעֶן די פרעֶמדעֶ לעֶנדעֶר צוּריק געֶקוּמעֶן זייעֶר רעֶכט.

VII

פיעל נביאים זעֶנעֶן געֶוועֶן בּיי יוּדעֶן, גאַנצעֶ מעֶנגעֶס, אין די טויזעֶנדעֶר, נאָר אַ נבואה וואָס איז נויטהיג פאַר די ווייטעֶרדיגעֶ דורות איז פעֶרשריבּעֶן געֶוואָרעֶן, די אָבּעֶר וואָס איז נישט נויטהיג פאַר די ווייטעֶרדיגעֶ דורות איז נישט פעֶרשריבּעֶן געֶוואָרעֶן.

זינט די לעֶצטעֶ נביאים, חגי, זכריה אוּן מלאכי, זעֶנעֶן אָבּגעֶשטאָרבּעֶן האָט זיך פוּן יוּדעֶן אָבּגעֶטהוּן דעֶר הייליגעֶר גייסט, דאָך האָט מעֶן זיך נאָך בּעֶנוּצט מיט׳ן בּת-קול 1).

ר׳ אבדימי פוּן חיפא זאָגט: זינט דעֶר בּית־המקדש איז חרוב געֶוואָרעֶן איז די נבואה אַוועֶק פוּן די נביאים אוּן אָבּגעֶגעֶבּעֶן געֶוואָרעֶן פאַר חכמים (קלוּגעֶ, געֶלעֶרטעֶ).

ר׳ יוחנן זאָגט: זינט דעֶר בּית־המקדש איז חרוב געֶוואָרעֶן איז די נבוּאָה אַוועֶק פוּן די נביאים אוּן אָבּגעֶגעֶבּעֶן געֶוואָרעֶן פאַר אוּנזיניגעֶ אוּן קינדעֶר.

1) אָבּקלאַנג, אַ הימעל־שטימע. אין פיעל ערטער אין דער אגדה בּעטייט עס די פאָלקס־שטימע.

↤ 153

אינהאַלט:
זייט.
ישראל אוּן די אוּמות־העולם.
איין גאָט, איין פאָלק. 3
דאָס שליסעלע מיט׳ן קייטעל ״
וואָס איז בילכער? 4
אַן עם קשה עורף ״
אויסדערוועהלטע פוּן אַלעֶ פעֶלקעֶר ״
אַ פאָלק אַ נדרף 5
נישט גלייך צוּ אַלעֶ ״
עשו׳ס העֶנד אוּן יעקב׳ס קול 7
יודישע כבוד אוּן גדולה 8
ווער איז דער עיקר? 9
גאָט אין הימעל שמייכעלט 10
צוּ וואָס זעֶנעֶן יוּדעֶן געֶגליכעֶן 12
יודען אוּן יסורים 16
סימנים פון יודען 17
פעֶרזינדיגטעֶ קינדעֶר ״
ישראל — איין בינדעל 19
יודישעֶ שונאים אוּן גוטעֶ פריינד 21
יוּדעֶן אוּן דאָס מזל 22
יוּדעֶן אַן אייביג פאָלק 25
דאָס אויפנעהמען אַ גר 26
אהן זכות אבות 27
דריי מינים גרים. ״
דעֶר צוּגעֶשטאַנעֶנעֶר הירש 28
בּעֶריהמטעֶ גרים 29
שעֶן אַנטלאָפעֶן! 31
די שיף מעֶג שוין אבּשווימען 32
דריי לעֶגיאָנען גרים 33
נישט זיי — דאָס מזל זייערס 34
צוּזייט איבעֶר דעֶר עֶרד ״
אומות העולם ״
ארץ־ישראל.
דאָס וואוינען אין ארץ־ישראל 36
אַ היים ״
ליעבע צוּ ארץ־ישראל 37
ביי׳ם לעֶבעֶן צי נאָכ׳ן טוידט 38
וועֶר האָט די זכיה? 39
תורה פון ציון ״
תורה פון ארץ־ישראל 41
זבת חלב ודבש ״
ירושלים 45
לשון־קודש אוּן אַנדעֶרעֶ לשונות.
די שפראַך איז דאָס לעֶבעֶן פוּן פאָלק 47
אָדעֶר לשון קודש, אָדעֶר די וועֶלט־שפראַך 48
ארמיש — די שוועֶסטעֶר פוּן לשון־הקודש ״
דאָס עֶרשטעֶ וואָרט ״
די איבעֶרגעֶזעֶצטעֶ תורה 49
אַ פאלק אַ נישטיגס און אַ בזוי ״
יעדעֶר שפּראַך צוּ וואָס זי פאַסט ״
געֶלעגט אַכט אויף דעֶר שפראַך 50
גלות.
די גרעֶסטעֶ קללה 51
צעֶוועהט אוּן צעֶשפרייט ״
גלות צווישעֶן ווילד־פרעֶמדעֶ ״
איין טאָג אַ גוּטעֶן 52
אָבּגעֶשטאָרבּעֶן דאָס געֶפיהל ״
וואָס האָט מעֶן צוּ אוּנז? 53
דעֶר בּעֶליידיגער אן אויבערהאר ״
דער בלינדער אין דער פינסטערניש ״
שכור — נישט פוּן וויין 54
רייסט נישט אויף די אויגעֶן ״
אָנגעֶשראָקעֶנעֶ ״
ויברח 55
יוּד — אַ זידעל וואָרט ״
גאָט ברוך הוא ליידט מיט יוּדעֶן 56
דעֶר היטער פוּן יוּדעֶן 58
די אמת׳עֶ ליכט 60
נישט געֶפוּנעֶן קיין רוּה 61
וועֶרטעֶר וואָס שרעקען ״

↤ 154

זייט.
ס׳איז נאָך אַ גליק 62
גלות השכינה ״
גאט פערלאָזט נישט זיין פאָלק 63
וויסעֶן אוּן ווידעֶר וויסעֶן ״
גאוּלה אוּן משיח׳ס צייטעֶן.
קאַמערען פון צרות און קאַמעֶרעֶן פוּן ישועות 64
„דוּ גאָט ביזט אונזער פאָטעֶר” 67
דער קץ 68
היינט 69
צוּ פיעֶר זאַכעֶן 70
משיח׳ס צייטעֶן 72
משיח 76
תורה.
די גרויסע ווערט פון תורה 83
אָרים אוּן רייך 86
שכל און פעֶרשטאַנד 87
די בעסטע מלאכה 88
די בעֶסטע סחורה ״
אַן אָרט פוּן תורה 89
אייגעֶנשאַפטען נויטיגעֶ די תורה צו ערוועֶרבען 90
ליעבע צו דער תורה 94
לערנען תורה צוליב איהר אַליין 97
דאס לערנען תורה מיט אַנדעֶרעֶ 98
שוהל־קינדער 105
ווי אַזוי און וואָס לערנען 106
אַ רבי און אַ חבר 112
דער כבוד פון דעֶר תורה אוּן איהרעֶ לערנער 115
תלמיד־חכם אוּן עם־הארץ 118
תורה שבעל־פּה 129
די הייליגע שריפטעֶן 128
אייגענע שפראַך אוּן איבערזעצונג 129
לערנען אוּן טהוּן 130
די געבאט פון דער תורה 132
אַ צוים צוּ דער תורה 139
סתרי תורה 141
חכמה אוּן נבוּאה.
חכמה 142
נבוּאה אוּן רוח־הקודש 146