דאס בלעטעלע
געזונגען דורך יום טוב הערליך
טעיפ אמונה
דאס בלעטעלע
שטייט א בוים אין מיטן וועג
מיט די צווייגן ארויסגעשטעקט
און א בלעטעלע רייסט זיך אפּ
און עס פאלט אראפּ
גייט א צדיק אויפן וועג
און דאס בלעטעלע גיט א פרעג
פארוואס ביסטו פון בוים אוועק
און ליגסט אין מיטן וועג
זאגט דאס בלעטעלע איך ווייס נישט וואס
איך בין נישט דער בעלעבאס
מיין צווייג האט פלוצלינג זיך צעוויגט
און מיר אראפגעפליגט
צווייגל צווייגעלע בעלעבאס
אפשר זאגסטו מיר פארוואס
דו האסט פלוצלינג זיך צעוויגט
און דאס בלעטל אראפגעפליגט
זאגט דאס צווייגעלע איך ווייס נישט וואס
איך בין נישט דער בעלעבאס
דער ווינט האט פלוצלינג זיך צעבלאזט
און דאס בלעטל אראפגעלאזט
ווינטל ווינטלע בעלעבאס
אפשר זאגסטו מיר פארוואס
דו האסט פלוצלינג זיך צעבלאזט
און די בלעטל אראפגעלאזט
זאגט דער ווינט איך ווייס נישט וואס
איך בין נישט דער בעלעבאס
מיין מלאך האט מיר ארויסגעלאזט
און איך האב געבלאזט
מלאך מלאכ'ל בעלעבאס
אפשר זאגסטו מיר פארוואס
דו האסט דער ווינט ארויסגעלאזט
און ער האט געבלאזט
זאגט דער מלאך איך ווייס נישט וואס
איך בין נישט דער בעלעבאס
דער באשעפער פון דער וועלט
האט מיר אזוי באפעלט
באשעפער גרויסער בעלעבאס
אפשר זאגסטו מיר פארוואס
א קליין בלעטעלע רייסט זיך אפּ
און עס פאלט אראפּ
און דער באשעפער ער אליין
גיט דעם צדיק צו פארשטיין
הויב דאס בלעטעטלע אויף פון ארט
און א קוק גיב דארט
דארט ליגט א ווערימל דאר און קליין
האט נישט קיינעם גאנץ אליין
ער איז געוועזן אויפן בוים
און געהאטעמט קוים
ווייל די זון האט שטארק געברענט
האט ער שלאפן נישט געקענט
האט ער געבעטן באשעפער באשיץ
איך האלט נישט אויס די היץ
האב איך דעם מלאך גלייך געזאגט
הא ער דעם ווינט ארויסגעיאגט
האט ער דאס צווייגעלע צובלאזט
און די בלעטל אראפגעלאזט
מיטן ווערימל אויפן פעלד
און פאר אים די זון פארשטעלט
און דער קליינער ווערימל איז
איינגעשלאפן זיס.