א וויץ ליד פאר א חתונה

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פון חנה בת דוד וואודל פּויזן (17.12.1921 – 6.4.1992)


א וויץ ליד פאר א חתונה

איך פֿאָר פֿון אײַך אַװעק
איך פֿאָר פֿון אײַך אַװעק
מײַנע ליבע מחותּנים
איך לאָז אײַך איבער
מײַן טאָכטער פֿאַר אַ שנור
זי זאָל בײַ אײַך ניט אָנװערן דאָס פּנים.

מחותּנתטע מײַנע,
מחותּנתטע געטרײַע
אױף קינדער טוט מען בלוט פֿאַרגיסן
און טאָמער װעט איר זען
אַן עװלה פֿון מײַן קינד
װי אַ מוטער זאָל אײַך ניט פֿאַרדריסן.

מחותּנתטע מײַנע,
מחותּנתטע געטרײַע
מע האָט זיך מײַן קינד געטאָן צודעקן
און טאָמער װעט איר זען
אַן עװלה פֿון מײַן קינד
װי אַ מוטער זאָלסט דו עס פֿאַרדעקן.

שװיגערל מײַנע,
שװיגערל געטרײַע
מע האָט מיר אָנגעטאָן אַ פּאַרוקל,
און טאָמער װעט איר זײַן
אַ בײזע שלעכטע שװיגער
בין איך דאָך אַ שנירל אַן ענתיקל.

שיר בדיחה לחתונה

אני נוסעת (רחוק) מכם,
אני נוסעת (רחוק) מכם,
מחותנים אהובים שלי;
אני משאירה לכם
את בתי לכלה
שהיא לא תבוש אתכם/ בגללכם.

מחותנת שלי,
מחותנת נאמנה,
בשביל הילדים (כדי ללדת אותם) שופכים דם,
ואם תראי
משהו רע מִילדתי,
אז כמו באימא, שזה לא יפגע בך.

מחותנת שלי,
מחותנת נאמנה,
כיסו את ילדתי (לפי טקס החופה),
ואם תראי
משהו רע מִילדתי,
אז, כמו אימא, שתחפי אותה.

חמותי,
חמות נאמנה,
הלבישו עליי את הפאה,
ואם תהיי
חמות רעה,
אז גם אני – כלה "משהו" (כלה לא כל כך טובה)!

מקורות[רעדאַקטירן]

תפוז וועבסייט