א געבעט

פֿון װיקיביבליאָטעק

א געבעט

מיט א צובראכענעם הערץ,
און מיט ליידן אהנע שיעור,
זאג איך יעצט תהלים, זאל יעדער מיט מיר,
וויינען קלאגן אויף דעם אומגליק פון דער מלחמה צייט.
ער פערוואנדערט אין מיר, טרויער א שרעק,
ער רייסט דעם לעבן, פון קינדער אוועק,
דער פלאם פון פייער ברענט עס אזוי ווייט, אזוי ווייט.
טאטע מאמע, שוועסטער ברידער, ווייב און קינד,
לאמיר בעטן ג-ט מען זאל מיר זיין געזונט,
ג-טעניו, טאטעלע, שענק אונז דיין בליק,
ברענג יעדן, צו טאטעלע, געזונטערהייט צוריק,
ווער ווייסט נאך ווער, ווי דו מער,
צו קינדער האבן קומט אהן שווער,
דאן אונזער טאטע, אונזער געבעט דערהער.
רחמנות האב, אויף די עלטערן, אויב דו ביסט נישט אויף זיי
עס איז יונגע לעבנס, יונגע בלוט, אוי גאט איך בעט איך וויי
זאל זיין שלום שוין, ווען ס'קומט אין דעם פלאץ אין דעם
און בשלום ברענג די קינדערלעך אהיים.