לדלג לתוכן

אינגל צינגל כוואט

פֿון װיקיביבליאָטעק

אלע ארטאגראפיע איז אריגינעל.

ינגל צינגל כוואט

מאני לייב 1918/1919

האָבּ אַ מעשה'לע אַ שעהנע,
פאַר די קינדער מײַנע כליינע.
זײַט זשע, קינדער, שטיל און שׁאַ,
ס'איז מײַן מעשה'לע אַזאַ:

ערגעץ ווײַט, ווײַט, ווײַט פון דאַנען,
צוצוקומען ניט מיט בּאַנען,
ניט מיט שיפן, ניט מיט פערד,
ערגעץ אויף אַ ווײַטער ערד

האָט אַ טאל זיך דאָרט געפונען.
און אין טאָל איז דוּרכגערונען,
ווי אַ שׁנירל ווײַט און גלײַך,
ווײַט און גלייך, אַ קליינער טײַך.

און בּײַם טײַך פון בּיידע בּרעגן,
זיינען שטיבּער פיל געלעגן,
שטיבּער, גאַסן און אַ מאַרק,
און בּײַם זייט פון מאַרק אַ בּאַרג.

אוּן די גוים און די אידן
האָבּן דאָרט געלעבּט צופרידן.ֿ
ווער אין פרייד און ווער אין נויט,
יעדער האָט געהאַט זײַן בּרויט.

האָט זיך איִיִנמאָל דאָרט געטראָפן,
אַז דער זומער איז אַנטלאָפן.
נו, איז וואָס איז דאָ דער שרעק,
אַז דער זומער לויפט אַוועק?

נאָכן זומער קומט דער ווינטער,
קומט דער ווינטער און בּאַשפּינט ער
שטיבּער, בּאַרג און מאַרק און פּלייט
און אַ שנייאיג ווײַסן קליִיִר.

ווײַס און ליכטיג אַ פאַרשנייטער,
און אַ ווײַטער און אַ בּרייטער.
שטעהט אזוי דער ווײַטער וועג
בּיז די לינדע פּסח–טעג.

גוים קומען זיכ צופאַרן
פירן פולע שליטענס קאָרן,
גענז אוּן האָלץ, און שטרוי, און היי
אָנגעלאָדן אָט אַזוי.

אידן שמײַנען אום און לויפן,
דינגען, קויפן און פאַרקויפן:
יעדן אידענס פּנים שײַנט:
ס'אַראַ מאַרק אַבּיסל היינט!

חברה לויפן אויף די גליטשׁן,
מַכן קוּנצן, הילכן קויטשען,
און דער אַייז איז בּלוי און ווייך,
ווי דער הימל אין דער הייך.

שקצים אינ די גיויסע היטלאַך
פליהען בּאַרג אַראָפּ אויף שליטלאַך
מית אַ פיף און אַ געשריי,
קוליע, קוליע–אוּן אין וואוילֹ,
מיט אַ נאָז און מיט אַ מוילֹ.

שטעהט אַ אינגל בּיי דעם טויער,
רייבּט דעם אויער: פעטער שנייער,
זאָלסט אַזוי בּיז פּטח שטעהן,
בּיז מען דאַרף אין חדר געהן.