איך האב ליב א מיידל

פֿון װיקיביבליאָטעק

פון חנה בת דוד וואודל פּויזן (17.12.1921 – 6.4.1992)


איך האב ליב א מיידל

דודל, מײַן זון,
אױ דודל, מײַן זול,
װאָס זיצסט אַזױ באַצאָרנט, דוד?

איך ליב אַ שײן מײדעלע, טאַטעניו
װער זשע ײִדישע מײדעלע , זונעניו?
דעם גלח טעכטערל, טאַטעניו

כ'בין ניט מסכּים אױף דײַן שידוך, זונעניו.
איך בעט בײַ דיר קײן דעות ניט, טאַטעניו.
איך פֿרעג בײַ דיר קײן דעות ניט, טאַטעניו.

אני אוהב בחורה

דוד'ל, בני,
אוי, דוד'ל, בני,
למה אתה יושב עצוב כל כך, דוד'ל?

אני אוהב בחורה יפה, אבא'לה.
מי הבחורה היהודייה, בני?
בת של כומר אבא'לה.

אני לא מסכים לשידוך הזה, בני
איני מבקש (לשמוע) את דעתך, אבא'לה.
איני שואל את דעתך, אבא'לה.

אן אנדער ווערסיע

נחומקע, מיין זון, נחומקע, מיין זון!
וואס ביסטו אזוי טריעריק, זונעניו?
וואס גייסטו ארום פאראומערט, נחומקע?
כ'האב ליב א שיין מיידעלע, טאטעניו,
כ'האב ליב א שיין מיידעלע, טאטעניו,

איי, ווער זשע איז דאס מיידעלע, זונעניו,
און וויפל גיט זי נדן, נחומקע?
ס'איז זייער א פיין מיידעלע, טאטעניו,
קיין נדן, אבער, גיט זי ניט, טאטעניו...

נחומקע, מיין זון, נחומקע, מיין זון!
סע געפעלט מיר ניט דער שידוך, זונעניו,
סע געפעלט מיר ניט דער שידוך, נחומקע!
מע פרעגט ביי דיר קיין דעות ניט, טאטעניו,
מע פרעגט ביי דיר קיין דעות ניט, טאטעניו,

כ'וועל ניט קומען אויף דיין חתונה, זונעניו,
כ'וועל ניט קומען אויף דיין חתונה, נחומקע!
וועסטו קומען גלייך צום ברית, טאטעניו,
וועסטו קומען גלייך צום ברית, טאטעניו!

נחומקע, מיין זון, נחומקע, מיין זון!
אוי, איז ווען זשע האסטו חתונה, זונעניו,
איי, איז ווען זשע האסטו חתונה, נחומקע?
כ'וועל שיקן מע זאל דיר אלץ זאגן, טאטעניו,
כ'וועל שיקן מע זאל דיר אלץ זאגן, טאטעניו!

איי, וועמען וועסטו שיקן, זונעניו,
איי, וועמען וועסטו שיקן, נחומקע?
כ'וועל שיקן נאך דיר דיין איינקל, טאטעניו,
כ'וועל שיקן נאך דיר דיין איינקל, טאטעניו!...

מקורות[רעדאַקטירן]

תפוז וועבסייט