לדלג לתוכן

אונדזער פֿאָטער

פֿון װיקיביבליאָטעק
אונדזער פֿאָטער, װאָס דו ביסט אין הימל,
געהײליקט זאָל װערן דײַן נאָמען.
זאָל דײַן מאַלכעס קומען,
זאָל דײַן רצון געשען,
װי אין הימל, אַזױ אױך אױף דער ערד.
אונדזער טעגלעך ברױט גיב אונדז הײַנט.
און זײַ אונדז מוחל אונדזערע חובֿות,
װי אױך מיר זענען מוחל אונדזערע באַלע־חובֿות.
און ברענג אונדז נישט צו קײן ניסױען,
נאָר זײַ אונדז מאַצל פֿון שלעכץ.
[װאָרן דײַן איז דאָס מאַלכעס, און די מאַכט, און דער כּבֿוד, אױף אײביק!]
אָמן

גירסה אחרת

[רעדאַקטירן]
אונדזער פֿאָטער, וואָס ביסט אין הימל: געהייליקט זאָל ווערן דײַן נאָמען.
זאָל קומען דײַן מלכות. זאָל דײַן רצון געטאָן ווערן אויף דער ערד, אַזוי ווי אין הימל.
גיב אונדז הײַנט אונדזער טעגלעך ברויט.
און זײַ אונדז מוחל אונדזערע שולדיקייטן, ווי מיר זענען אויך מוחל אונדזערע בעלי־חובֿות.
און ברענג אונדז ניט צו קיין נסיון, נײַערט זײַ אונדז מציל פֿון דעם שלעכטן. וואָרן דיר געהערט די מלוכה :און די גבֿורה און דער כּבֿוד אויף אייביק.‏