א נייע תחינה צו השכמת הבקר

פֿון װיקיביבליאָטעק

תחינות שחרית - תחינה קבלת עול מלכות שמים - א נייע תחינה צו השכמת הבקר - תחינת מודה אני - תחינת ערב ובקר - א נייע ירושלים תחינהתחינת שערים - תחינת מה טובו - תחינת שחרית - תחינה פון ירושלים - תחינות לימי השבוע - תחינת עומר לגולגולת - תחינת שלשה שערים - מפתחות


א נייע תחינה צו השכמת הבקר

אנא ה' אלהים, איך בעט דיך, ליבער גאט, וואס דא ביסט א רחום בדין, אשר בידך אפקיד רוחי בעת אישן ואעירה, וואס אין דיין האנט טו איך באהאלטן מיין נשמה אין דער צייט ווען איך שלאף און אז איך בין וואכענדיק.
אבקש ממך חסד רחמים, בעט איך פון דיר חסד ורחמים, דו זאלסט מיך בענטשן היינטיקן טאג און אויך אלע טעג, אז מיין פירונג זאל געפינען חן וחסד אין מיין מאנ'ס אויגן און אין מיינע קינדער'ס אויגן, און אויך אין די אויגן פון אלע מיינע באדינטע[1], עס זאל האבן א טעם אין מיין ריינלעכקייט און מיין ציכטיקייט פון דער שטוב, דאס עס זאל חלילה קיין קראנקהייט נישט אריינקומען אין מיין הויז.
והגם דו ביסט רבונו של עולם אונזער היטער, דאך האסטו געשריבן אין דער תורה הקדושה, דאס דער מענטש זאך זיך נישט פארלאזן אויף ניסים. און ווען דער מענטש היט זיך, היט אים דעם רבונו של עולם אויך. און אזוי ווי עס איז באוואוסט, דאס פילע אנשטעקיקע קראנקהייטן קומען פון נישט-ריינקייט, לכן בעט איך פון דיר כח או חכמה צו וויסן ווי אזוי צו האלטן מיין שטוב מיט מיין געזונט מיט מיין כח, מיין מאנ'ס געזונט או כח, מיט דעם געזונט און כח פון מיין גאנץ הויזגעזינט, הן מיט ריינקייט והן מיט געזונטע און געשמאקע מאכלים, דאס יעדע סעודה און יעדער מאכל זאל זיין אין צייט, בכדי מיר זאלן האבן כח צו עבודת הבורא. אזוי ווי דער משנה זאגט: "אם אין קמח אין תורה".

דער רמב"ם זאגט: אז אין א געזונטן קערפער קען דער דעת מיט דעם שכל זיין פעסטער, און קען גיכער נישט האבן קיין טעות ווי דער שוואכער קערפער, בפרט נאך אין די היינטיקע צייטן, וואס בעוונותינו הרבים דער עול-פרנסה איז זייער שווער, דארף מען שטארק אין זינען האבן, זיך די כוחות צו שטארקן. און דער עיקר צו זיין א שמח בחלקו, איך זאל נישט מקנא זיין דער צווייטער פרוי אויף איר גוט עסן, אויך אירע טייערע מלבושים, און אויף אירע צירונגען. איך זאל מיך נאר פארקוקן מקנא צו זיין אין גוטע יידישע אויפפירונג, און מיט דעם וואס דער אויבערשטער וועט מיך מזכה זיין שטענדיק פריילעך אין מיין שטוב.
איך זאל חלילה נישט וויסן פון שלעכטס און קיין קללה זאל נישט קומען אין מיין שטוב. און ווייל על פי רוב זיינען נשים מיט שוואכע דעות וואס דאס ברענג זיי חלילה דאס זיי רעדן זיך איין מיט קראנקהייטן, ביז זיי ווערן באמת שוואך, בעט איך דיך, רבונו של עולם, זאלסטו שטארקן מיין שכל און מיין כח, איך זאל קענען אזעלכע שוואכע געדאנקען פון מיר פארטרייבן. מיין מאן און מיינע קינדער זאלן ווערן דערפרייט בעת זיי וועלן אריינקומען אין שטוב, איך זאל זיי קענען דערפרייען מיט גוטע ליבלעכע קלוגע רייד. ובאופן זה וועט רוען די ברכה, שפע פרנסה והצלחה אין מיין שטוב, דאס איך זאל קענען געבן צדקה מיט א פריילעכן הארץ, און זאל זיך קענען שטעלן דאווענען מיט ריינע געדאנקען. דו זאלסט ממלא זיין אונזער אלעמענס געבעט צו גוטן.

הערות שוליים[רעדאַקטירן]

  1. באדינטע = די געסט וואס איך באדין זיי.